נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יולי 24, 2018 9:36 pm

הכל הבל האט געשריבן:9'טע סירקוט קאורט אורטיילט אז 2'טע אמענדמענט טוט באשיצן די רעכט צו באזיצן גאנס אין פובליק פאר זעלבסט פארטיידיגונג



וואס איז געווען די נידון איבער 'פאבליק'?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 24, 2018 9:50 pm

אויב די רעכט איז באגרעניצט צו הייזער ביזנעסער א.א.וו. אדער עפנטליכע פלעצער צוגלייך

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 24, 2018 10:09 pm

א גרויסן יישר כח הכל הבל איר זענט א סימבאל פון א רעפארטער. קורץ, צום זאך, נייטראל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 25, 2018 8:51 am

יישר כחכם!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 25, 2018 2:18 pm

פעדעראלע ריכטער אין מערילענד דיסטריקט קאורט ווארפט ארויס מאושען פון טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע האט געזוכט אפצושטעלן קלאגע קעגן דעם פרעזידענט איבער אקצעפטירן געשאנקן און נאך פון אויסלענדישע רעגירונגען
די יוסטיץ דעפארטמענט האט געמאכט דעם ארגומענט אז טראמפס אינטערעסן אז זיין וואשינגטאן די סי האטעל זאל בעניפיטירן הייסט נישט קיין שוחד מיט דעם וואס אויסלענדישע פירער באנוצן זיך דערמיט
די דעפארטמענט האט געזאגט אז שוחד באדייט אז טראמפ שטעלט איין א פאליסי אין אויסטויש פאר א געשאנק פון אויסלענדער אבער בלויז פארדינען פינאנציעל פון אויסלענדישע דיפלאמאטן אן סיי וועלכע באווייז אויף צוריקצאלן א טובה איז אויסגעהאלטן
דער ריכטער האט עס אבער אפגעווארפן און שארף קריטיקירט די אדמיניסטראציע אנגעבנדיג אז סיי וועלכע פארדינסט אויסער זיין אפיציעלע 400 טויזנט וועידזש איז קעגן די קאנסטאטוציע אריינגערעכנט פון אמעריקאנע האטעל באנוצער און געוויס אויסלענדישע
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעוויזן אז די סארט פראקטיצירונג איז ווייט נישט ניי און און פריערדיגע פרעזידענטן האבן אויך פערזענליך פארדינט פון אויסלענדער אריינגערעכנט ווען לייבעריס אונטער די אייגנטומערשאפט פון אויסלענדישע רעגירונגען האבן אפגעקויפט געוויסע רעכטן אויף געוועזענע פרעזידענט אבאמאס ביאגראפיע
דער ריכטער האט עס נישט געוואלט אננעמען זאגנדיג ער ווייסט נישט גענוג איבער דעם און עס קען טאקע זיין אומאויסגעהאלטן אז עס איז טאקע מעגליך אז מען וואלט דאן געקענט קלאגן נאר קיינער איז נישט פאראויסגעגאנגען מיט קיין קלאגע
דער ריכטער האט פארשפראכן אז ער וועט צוריקקומען ענדע מאנאט מיט אן אורטייל אויף די צווייטע פאזע פונעם קעיס נעמליך אויב אנקלעגער קענען פארלאנגען רעקארדס פון האטעל פארדינסטן א.א.וו.
עס איז ערווארטעט אז אויב זאל דער ריכטער עווענטועל אורטיילן קעגן דעם פרעזידענט וועלכע קען פאסירן קומענדיגע מאנאט וועט די יוסטיץ דעפארטמענט אפעלירן דעם אורטייל און מעגליך פארלאנגען אן עמורדזשענסי סטעי און אפילו לויפן גראד צום העכסטן געריכט וועלכע קען עס מעגליך תיכף אקצעפטירן צוליב די נאטור פון די קלאגע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 25, 2018 3:22 pm

אין א לעגאלע געפעכט וועלכע האט פארמיטן צו גרייכן די געריכט האט א סטודענט אין ארעגאן זיך באקלאגט צום לאקאלן סקול דיסטריקט אז זיינע פרייהייט פון אויסדרוק רעכטן זענען פארלעצט געווארן
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען דער סטודענט איז ערשינען אין שולע מיט א העמדעל וואס האט געטראגן א "טראמפ בוי די וואנט" אויפשריפט און די לערער האט אים באפוילן עס צו פארדעקן
ווען דער סטודענט האט זיך אנטזאגט צו פאלגן האט אים דער לערער ארויסגעפירט פון קלאס און סוספענדירט פאר א טאג פון שולע
דער סקול באורד האט אריינגעקוקט אין די אנקלאגע און עווענטועל זיך דורכגעקומען מיטן סטודענט וועלכע וועט באקומען אלץ אנטשעדיגונג די סומע פון 25 טוינט דאלער און אין צוגאב אן אפיציעלע אנטשילדיגונג בריוו פונעם פרינציפאל פון די שולע

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יולי 25, 2018 9:50 pm

"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 30, 2018 9:58 am

סופרים קאורט ריכטערין רוט בעידער גינזבערג (85) זאגט אז זי פלאנירט צו סערווירן אמוויניגסטנס נאך 5 יאר

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג יולי 30, 2018 1:57 pm

הכל הבל האט געשריבן:סופרים קאורט ריכטערין רוט בעידער גינזבערג (85) זאגט אז זי פלאנירט צו סערווירן אמוויניגסטנס נאך 5 יאר

פארשטייזיך אויב זי וועט אויסלעבן געזינטערהייט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 30, 2018 2:07 pm

זי צייגט אן אויף אירס א קאלעגע ריכטער פאול סטיווענס וועלכע האט געדינט ביז די תשעים

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג יולי 30, 2018 2:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:זי צייגט אן אויף אירס א קאלעגע ריכטער פאול סטיווענס וועלכע האט געדינט ביז די תשעים

אויב טראמפ געווינט אין 2020 קען ער מיט דעם אלעם אריין שטעלן א פרישע ריכטער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 30, 2018 2:23 pm

משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:זי צייגט אן אויף אירס א קאלעגע ריכטער פאול סטיווענס וועלכע האט געדינט ביז די תשעים

אויב טראמפ געווינט אין 2020 קען ער מיט דעם אלעם אריין שטעלן א פרישע ריכטער

איר מיינט אז אויב די 5 יאר איז פונקטליך

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 31, 2018 6:24 pm

פעדעראלע ריכטער לייגט ארויף צייטווייליגע פארבאט אויף פארקויף פון בלופרינטס צו קענען דאונלאודן 3D פרינטעד גאנס

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:59 am

מישיגען סופרים קאורט גיבט גרינע ליכט ארויצולייגן גערימענדערינג רעפארם אויפן נאוועמבער בעלאט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:38 am

הויפט ריכטער ראבערטס וועט צייטווייליג ערזעצן רעטייערטע ריכטער קענעדי מיטן סערווירן אויף די 9'טע סירקוט קאורט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 11:28 am

די באקאנטע בעקער פון קאלאראדא איז ווידער אין געריכט

א פרוי איז לעצטנס געווארן צוריקגעוויזן צו ווערן סערווירט א געבורטסטאג טארט דורך אן ארבעטער אין די בעקעריי צוליב וואס די קוכן האט אויך געזאלט אויסדרוקן א געמיינע טויש אין איר לעבנסשטייגער צושטאנד געקומען אינעם זעלבן טאג פון איר געבורטס דאטום

די זעלבסט דערקלערטע פרוי האט אריינגעגעבן א באקלאגעניש צו די ציווילע רעכטן קאמיסיע אז אירע רעכטן זענען געווארן דיסקרימינירט
און אום יוני 26 למספרם האט די קאמיסיע ארויסגעגעבן אן 28 זייטן דאקומענט אין וועלכע זיי באשולדיגן דעם בעקער פאר דיסקרימינאציע און רעקאמענדירן אז ער זאל זיך דורכקומען מיטן קאסטומער

די קאמיסיע ציטירט די אורטייל פונעם סופרים קאורט וועלכע שטעלט קלאר אז עס איז פארבאטן צו דיסקרימינירן סיי וועם אבער די קאמיסיע איגנארירט די טייל ווי די סופרים קאורט שרייבט אז דער בעקערס רעליגיעזע רעכטן זענען פארלעצט געווארן דורך די קאמיסיע און אז די די קאמיסיע האט ארויסגעוויזן פיינטשאפט צום בעקער

אצינד איז דער בעקער געלאפן צום דענווער דיסטריקט געריכט מיט א קלאגע אקעגן די סטעיט גאווערנאר דזשאן היקענלופער און אטוירני דזשענעראל סינטיע קאופמאן און אקעגן די ציווילע רעכטן קאמיסיע איבער רעליגיעזע פארפאלגעניש און פארן דיסקרימינירן אקעגן אים און אים באהאנדלען מיט פיינטשאפט אנדערש ווי אנדערע בעקער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:55 pm

די ריכטער מאכט טריט אויף צוריק אין דאקא אורטייל

א ריכטער וועלכע האט מיט א צייט צוריק געאורטיילט אז פרעזידענט טראמפ קען נישט צוריקדרייען די דאקא פראגראם האט לעצטנס צוגעלייגט א נייע באפעל אז די רעגירונג מוז אויך אויפפרירן די פראגראם און אקצעפטירן פרישע אפליקאנטן

אצינד זאגט דער ריכטער אז ער טרעט צוריק אויף די נייע אורטייל און די רעגירונג מוז דערווייל נישט אקצעפטירן פרישע אפליקאנטן

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:39 pm

הכל הבל האט געשריבן:הויפט ריכטער ראבערטס וועט צייטווייליג ערזעצן רעטייערטע ריכטער קענעדי מיטן סערווירן אויף די 9'טע סירקוט קאורט

ביטע מסביר'ן, שכח פון פראנאויס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:50 am

NSA ליעקער באקומט צוגעטיילט איבער 5 יאר טורמע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:09 pm

פעדעראלע געריכט ווארפט ארויס אלאבאמא געזעץ צו באגרעניצן חוקי רציחה

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:56 pm

סופרים קאורט אנטזאגט זיך אויפצונעמען עמורדזשענסי פארלאנג פון קאטוילישע סאציאלע סערוויסעס אין פילאדעלפיע געראנגל איבער אדאפטירן און חוקי תועבה
ריכטער אליטא גארסוטש און טאמעס האבן יא געוואלט אז די געריכט זאל עס שוין אויפנעמען

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:11 pm

ערציאונגס סעקרעטארשע בעטסי דעוואס פארלירט סטודענט לאון אנקלאגע געברענגט דורך 19 שטאטן

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:52 pm

פרטים?
שרייבסט אפילו נישט א האלבע מעשה

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:37 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:פרטים?
שרייבסט אפילו נישט א האלבע מעשה

אנטשולדיגט אבער איך האב נארוואס באמערקט דיין פארלאנג פאר דעטאלן

די אבאמא אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט טוישונגען אין די סיסטעם פון סטודענט לאונס דורך עלימינירן פעדעראלע הלואה חובות פאר סטודענטן ועלכע זענען געווארן פארפירט דורך שווינדלערייען פון פאר פראפיט קאלעדזשעס ווי נישט נאכקומען פארשפרעכונגען צו ארויפצוארבעטן די סטודענטן גענוג אויף צו באקומען א דעגרי
די טויש איז געווען באשטימט אריינצוגיין אין קראפט אום יולי 1 למספרם אבער מיט אנקום די נייע אדמינסטראציע איז געמאלדן געווארן אז די טויש ווערט אויף דערווייל אפגעשטעלט
די ערציאונגס סעקרעטארשע בעטסי דעוואס האט אנגעוויזן אויף א פעדעראלע אנקלאגע דורך אן אסאסיאציע פון פאר פראפיט קאלעדזשעס באזירט אין קאליפארניע אקעגן די נייע טוישונגען
דעוואס האט דערקלערט אז זי וועט זוכן צו אוועקשטעלן א קאמיטע אינגאנצן איבערצומאכן די טוישונגען און זיך רעכענען מיט די טענות פון די קאלעדזשעס און אויך אויסווארטן אויף די אורטייל אין די קלאגע געברענגט דורך זיי

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:27 pm

א געריכט אין וואשינגטאן די סי (א דיסטריקט קאורט און דערנאך אין די סי סירקוט קאורט) האבן געאורטיילט אקעגן א פעדעראלע עלעקשאן קאמיטע איינפיר אז פאליטישע גרופעס מוזן נישט אלץ פארעפנטליכן נעמען פון ביישטייערער

די FEC פארלאנגט צו פארעפנטליכן נעמען פון ביישטייערערדי נעמען בלויז ווען דער ביישטייערער שרייבט אויס די געלט פאר א ספעציפישן צוועק, אנדערש איז אויב ער גיבט אהין דאס געלט אן קיין ספעציעלע פארלאנג אויף וועלכע צוועק עס זאל ווערן אויסגעגעבן

קראוסראוד דזשי פי עס (א גרופע אוועקגעשטעלט דורך קארל ראוו) און אנדערע גרופעס זענען געווארן געקלאגט מיטן אויסנוצן די פריווילעגיע פון האלטן נעמען אנאנים און דער ריכטער האט געאורטיילט אז טראץ וואס עס איז אויסגעהאלטן באזירט אויף די FEC פארשריפטן זענען אבער די פארשריפטן אומלעגאל און די FEC מוז טוישן דעם סיסטעם און איבערמאכן זייערע פארלאנגען

די FEC איז אין שטיצע פון לאזן די איצטיגע פארשריפטן אין פלאץ האט איגנארירט די געריכטליכע אנווייזונג און אלעס געלאזט אין פלאץ ריזיקירנדיג מיטן אורטייל פונעם ריטער אז אויב עס איז ווערט נישט געטוישט ביז סעפטעמבער 17 למספרם דאן ווערן די איצטיגע פארשריפטן ארויסגעווארפן מטעם די געריכט

קראוסראוד דזשי פי עס האט זיך געוואנדן צום געריכט מיט א ביטע פאר א סטעי אבער זייער ווענדונג איז געווארן צוריקגעוויזן
דאן האט זיך די גרופע געוואנדן צום העכסטן געריכט פאר אן עמורדזשענסי סטעי

די שטייגער איז אז יעדע פון די סופרים קאורט ריכטער דעקט אן אנדערע שיכט געריכט איבערן לאנד און ווען א איינער בעט א סטעי גייט די ביטע צום ריכטער וועלכע דעקט די געריכט וועמענס אורטייל די סטעי זוכט אפצושטעלן
דערנאך וועט זיך אין מערסטנס פעלער (בפרט ביי מער היציגע קעיסעס) דער ריכטער ווענדן צו זיינע קאלעגע ריכטער צוזאמען איבערצושמועסן די סטעי פארלאנג און אויב א מאיאריטעט ריכטער שטימען איין נאכצוגעבן דעם פארלאנג גייט די סטעי אריין אין קראפט

טראץ וואס לויט די פארשריפטן קען דער ריכטער צו וועמען די ביטע איז געווענדעט ארויסגעבן א סטעי אויף די אייגענע האנט פאסירט עס קיינמאל נישט אויסער אין פאל ווען א סטעיט האלט פארן אויספירן א טויט אורטייל אויף אן ארעסטאנט און עס קומט אריין א סטעי פארלאנג אין די לעצטע מינוט, דאן טרעפט זיך פעלער אין וועלכע איין אינדיווידועלער ריכטער איילט זיך ארויפצולייגן אן עמורדזשענסי סטעי אויף די אייגענע האנט

אין אונזער פאל איז די סטעי פארלאנג געפאלן אונטער די יוריסדיקציע פון הויפט ריכטער דזשאן ראבערטס וועלכע דעקט דעם די סי געריכט

אין א היבש פרעצעדענטלאזע האט ריכטער ראבערטס אויטאריזירט א זאפארטיגע סטעי אן זיך אדורכרעדן מיט די איבריגע ריכטער ווי ער באצייכנט עס ווי א קורצטערמיניגע סטעי בלויז אויף ביז דער פולער געריכט וועט האבן די געלעגנהייט צו באהאנדלען די סטעי פארלאנג
די ארדער באדייט אז אויף דערווייל בלייבט די FEC פארשריפטן אויפן פלאץ ווי ביז איצט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, אור ישר, אט אזוי, ירח וכוכבים, ממש אזוי, נודניק, קארלין, שמחהלע קאפשטיק און 35 געסט