נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:19 am

עטליכע מאנאטן צוריק האבן מיר באשריבן די פאלגענדע געריכט קעיס וועלכע מיר ברענגן היינט ווידער אהער ווען דערנאך ווערט געאפדעיט די אורטייל פריש ארויס איצט אינדערפרי פון סופרים קאורט

פאר די וועלכע האבן נאכגעפאלגט אונזערע געריכט באריכטן פארלאפענע יאר וועט די קומענדיגע באריכט זיין דאס צווייטע איבער א רעגירונג פארכאפטע אויטאמאביל איבער וועלכע די סופרים קאורט דארף באשליסן אויב מען זאל עס אומקערן צום אייגנטומער
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען א פרוי אין שיקאגאו מיטן נאמען ראבין פולטאן האט זיך איינגעהאנדלט אן אויטא וועלכע איז דריי וואכן דערויף געווארן קאנפיסקירט דורך די פאליציי צוליב וואס זי האט פארלעצט א פריערדיגע ווארענונג נישט צו דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס

א צייט שפעטער האט פולטאן דערקלערט באנקראט אונטער טשעפטער 13 וועלכע טוט אויטאמאטיש אריינשטעלן אלע אירע אייגנטום אונטער אן עסטעיט געשאפן דורך די געריכט וועלכע פארזיכערט די נכסים אין לויף פון די צייט וואס קלענערע צאהלונגען ווערן געמאכט מיט א צאהלונג פלאן פארן באנקראטירטן'ס בעלי חובות

די גרויסע פראגע ווערט וואס מען טוט אין פאל וואס א בעל חוב האט שוין פארכאפט (מיט לעגאלע רעכט) אייגנטום פונעם אנזעצער בעפאר יענע/ר האט דערקלערט באנקראט

ביי אונזער פאל איז די פראגע ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך ווען די פאליציי האט זיך אנטזאגט אומצוקערן די אויטא צוליב וואס עס האט זיי געקאסט געלט אויפצוהאלטן און זיי האבן עס געוואלט האלטן אלץ משכון צו פארזיכערן אז פולטאן באצאלט ס'געלט איידער זיי באפרייען עס

אזעלכע ערשיינונגען איז אן אפטע זאך און אין שיקאגא אליינס האט פאסירט נאך דריי אזעלכע פעלער אויסער די פולטאן פאל און אין אלע פון זיי האבן די באנקראט געריכטן געאורטיילט אקעגן די פאליציי

די געריכטן האבן אלע גענומען די זעלבע ליניע און באזירט זייערע אורטילן אויף אן אורטייל מיט א צייט צוריק דורך די זיבעטע סירקוט קאורט וועלכע שרייבט אז די "אויטאמאטישע סטעי" וואס באדייט אז ווען עימיצער דערקלערט טשעפטער 13 מוזן אלע זיינע אייגנטומען (מיט געציילטע אויסנאמען ווי פענסיע, פארדינסטן וועלכע גייען צו דעקן יענעם'ס העלטקעיר פלאן און נאך) גיין צום עסטעיט איז אויך גילטיג פאר אייגנטום וועלכע זענען שוין קאנפיסקירט געווארן בעפאר די טשעפטער 13 פעטיציע איז געווארן געפיילט

יענע אורטייל פון די זיבעטע סירקוט איז געקומען פון ריכטער קאדאהי (וועלכע איז שוין זינט דאן אפגעשטארבן), ריכטערין וויליאמס און ריכטער טינדער

די אורטייל אז די אויטאמאטישע סטעי גייט למפרע איז געלאפן סינאנים מיט אורטיילן פון די צווייטע, אכטע און ניינטע סירקוטס אבער פארקערט ווי די צענטע סירקוט

קלארצושטעלן, אפילו לויט די אורטייל פון די מאיאריטעט קרייז געריכטן קענען פריערדיגע קאנפיסקירער לויפן אין געריכט מיט פארשידענע באקלאגענישן און א רייע פעלער צו איבערצייגן אז מיטן לאזן די פארכאפטע איינגטם אונטער די בעלות פון די עסטעיט זענען זיי אין געפאר צו דערלייגן די חוב וואס קומט זיי זינט זיי האבן מער נישט קיין משכון מיט וואס צו סטראשען
ריכטער וועלן אפשצאן די צושטאנד פון יעדע ספעציפישע קעיס באזונדער און פאסן באשלוסן צוגעפאסט צו די סיטואציע

אבער די גרויסע פראגע ווי די צענטע געריכט האט זיך אפגעבראכן פון די אנדערע סירקוטס איז געווען ווער עס זאל זיין דער מוחזק און ווער עס זאל זיין דער מוציא מחבריו ועליו הראי'

די זיבעטע און אנדערע געריכטן האבן געזאגט אז עס פאלט אונטערן אויטאמאטישע סטעיט און דעריבער מוז עס צו ערשט ווערן איבערגעגעבן ווערן צו די עסטעיטס און אויב דער קאנפיסקירער קען איבערצייגן אז די עסטעיט טראסטי וועט זיך נישט געהעריג רעכענען מיט אים ווען עס קומט צו אויסארבעטן און פארזיכערן אז דער אנזעצער באצאלט זיין חוב קען ער לויפן אין געריכט און פרובירן צו איבערצייגן א ריכטער

וווידעראום די צענטע סירקוט האט געהאלטן קאפויער אז דער אנזעצער דארף צו ערשט באצאלן זיינע חובות פאר פריעדיגע קאנפיסקירער איידער זיי דארפן באפרייען די קאנפיסקאציע

די באנקראט געריכט האט אין פולטאן'ס קעיס גענוי ווי אין אירע שוועסטער קעיסעס און זיך אנגעלאנט אויפן זיבעטן סירקוט קאורט און פארלאנגט פון די סיטי זאפארט אומצוקערן די אויטא און ארויפגעשטעלט סאנקציעס פון 100 דאלער פאר יעדן טאג וואס זיי שלעפן ארום אבער די סיטי איז געלאפן צום דיסטריקט געריכט בעטן פאר א סטעי

זייער האבן געהאט א רייע מיט ארגומענטן אנגעהויבן מיטן בעטן אז מען זאל איבערדרייען די זיבעטע סירקוט פרעצעדענט און אנשטאט גיין מיטן צוגאנג פונעם צענטן סירקוט

באזונדער האבן זיי פארפירט אז אפילו אויב די אויטאמאטישע סטעיט גייט למפרע פאלט די סיטי אונטער פארשידענע אויסנאמען וועלכע פאלן נישט אונטער די סטעי אריינגערעכנט רעגירונג פארכאפונג פון אייגנטום געציהלט צו פארזיכערן די געזונט, וועילפעיר, מאראל און זיכערהייט פון די באפעלקערונג

פולטאן און די קלעגער אין די אנדערע קעיסעס האבן אבער גע'טענה'ט אז צאהלונגען פאר אויפהאלטן קאנפיסקירטע איינגטום (אדער אין די אנדערע פעלער פארקינג טיקעטס און די געהעכערטע שטראף פאר שפעטע צאהלונגען דערפאר) איז בלויז געציהלט צו בארייכערן די שטאטישע קאסע און האט גארנישט מיט פובליק סעיפטי און איז דעריבער נישט אויסגעשלאסן פון די אויטאמאטישע סטעי

די דיסטריקט געריכט האט אבער געגעבן גערעכט פאר פולטאן און די סיטי האט גענומען די קעיס צום זיבעטן סירקוט צו בעטן צווישן אנדערן אז זיי זאלן איבערדרייען זייער אייגענע אורטייל אויף וועלכע די נידריגע געריכטן האבן זיך סומך געווען מיט די האפענונג אז די פאקט אז די דריי ריכטער פאנעל זענען נישט די זעלבע דריי ריכטער ווי אין די פריערדיגע קעיס לאזט זיי איבער מיט עפעס שאנסן פאר סוקסעס

די זיבעטע סירקוט האט כמעשהו בראשונה ווידערהאלט זייער שטעלונג פונקט ווי בעפאר און שיקאגאו האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט אין וואשינגטאן וועלכע וועט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אום אקטאבער 7 למספרם

אצינד האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין שטיצע פון די סיטי
די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטער אליטא און געווען איינשטימיג מיט אלע אנדערע ריכטער
ריכטערין בערעט האט נישט אנטייילגענומען אין די קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:21 am

הויפט ריכטער ראבערטס שוין באקומען ביידע וואקסין דאזעס
קיינע פון די אנדערע ריכטער האבן נאכנישט באקומען די צווייטע דאזע אבער אראנזשירונגען דערצו ווערן געמאכט

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:47 pm

טענק יו רעפארטער הבל!
הנאה געהאט פון דיין אראפלייגן די קעיס דיטעילס
---

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 12402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 3:34 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:טענק יו רעפארטער הבל!
הנאה געהאט פון דיין אראפלייגן די קעיס דיטעילס

יישר כח!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”