נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:43 am

איינער באצייכנט די היינטיגע אורטיילן ציענדיג א שטריך צו די סופרים קאורט אורטייל ביי ניקסאן

דאן האט מען זיך אויסגעדרוקט אז די פרעזידענט האט פארלוירן אבער די פרעזידענטשאפט האט געוואונען (ווייל דאן האט די געריכט אנערקענט די רעכט פון עקזעקוטיוו פריווילעגיע אבער געשריבן אז אין פאל פון ניקסאן איז עס נישט גילטיג צוליב די ספעציפישע אומשטענדן)

היינט האט די פרעזידענטשאפט פארלוירן (ווייל די געריכט ערלויבט פראקוראר סובפינעס און קאנגרעס סובפינעס אין געוויסע פעלער) אבער דער פרעזידענט האט געוואונען ווייל די טראמפ דאקומענטן גייען נישט ווערן ארויסגעגעבן צו די איצטיגע צייט

ס׳וועט זיין בעסער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:43 am

יישר כח הבל, סא קיין פינאנציעלע אינפא בעפאר די וואלן אבער דאך א ריזיגע קלאפ פארן יר״ה, א 7-2 אורטייל איז זייער זייער שאקינג אפילו נעכטן נאכן ליינען הבל׳ס פאראויסשאצונג איז דאס נאך אלס א yyyyuuuuuggggeee באמבע. אויב איי ער קען ברענגען די אורטיילן זעלבסט וואלט געוועהן א חסד. יישר כח.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:45 am

אויב גייט די מאנהעטען דיסטריקט אטוירני זעהן די טעקס ריטורן, אז ער האט געצאלט זיך צו פארדעקען האט ער ערענסטע לעגאלע פארבלעימען.
און ער וועט לכוארה נישט קענען לויפן נאכאמאל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:46 am

IMBZ האט געשריבן:אויב גייט די מאנהעטען דיסטריקט אטוירני זעהן די טעקס ריטורן, אז ער האט געצאלט זיך צו פארדעקען האט ער ערענסטע לעגאלע פארבלעימען.
און ער וועט לכוארה נישט קענען לויפן נאכאמאל.

ווי געשריבן גייט ער עס נאכנישט זעהן הינט מארגן און מעגליך ערשט נאך די וואלן למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:47 am

א גרויסע יישר כח פאר אלע גוטע רייד פון יעדן איינעם דורכאויס די שטורמישע מאנאטן לאנגע געריכט סעסיע וועלכע איז איצט געקומען צו אן ענדע

א לייכטן תענית און א לעכטיגן שבת!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:48 am

הכל הבל כ'האב נישט קיין ווערטער!!
האסטו שוין אמאל באשריבן די וועינס קעיס? ווייל איך טרעף עס נישט אפילו מיט א זיכעניש, אויב יא אפשר ברענגסטו עס אהער?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:50 am

איצל פיצל האט געשריבן:הכל הבל כ'האב נישט קיין ווערטער!!
האסטו שוין אמאל באשריבן די וועינס קעיס? ווייל איך טרעף עס נישט אפילו מיט א זיכעניש, אויב יא אפשר ברענגסטו עס אהער?

סקראל אביסל די בלאט באשריבן אין זיינער צייט און נעכטן ווידער אראפגעברענגט

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:52 am

הכל הבל האט געשריבן:איינער באצייכנט די היינטיגע אורטיילן ציענדיג א שטריך צו די סופרים קאורט אורטייל ביי ניקסאן

דאן האט מען זיך אויסגעדרוקט אז די פרעזידענט האט פארלוירן אבער די פרעזידענטשאפט האט געוואונען (ווייל דאן האט די געריכט אנערקענט די רעכט פון עקזעקוטיוו פריווילעגיע אבער געשריבן אז אין פאל פון ניקסאן איז עס נישט גילטיג צוליב די ספעציפישע אומשטענדן)

היינט האט די פרעזידענטשאפט פארלוירן (ווייל די געריכט ערלויבט פראקוראר סובפינעס און קאנגרעס סובפינעס אין געוויסע פעלער) אבער דער פרעזידענט האט געוואונען ווייל די טראמפ דאקומענטן גייען נישט ווערן ארויסגעגעבן צו די איצטיגע צייט

טעכניש איז בײדע די זעלבע זאך אז געװיסע פעלער דארף מען יא געבן אין געװיסע פעלער נישט. נישט אזױ?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:54 am

הכל הבל האט געשריבן:צום שלוס איז זייער שווער פאראויסשאצן ווי אזוי אן אורטייל וואלט אויסגעקוקט אבער באזירט אויף די איינדרוק וואס די ריכטער האבן געמאכט אין לויף פון די ארגומענטן וואלט געווען איבערראשנד אז זיי זאלן אקצעפטירן די סעקולא ארגומענט

וואס יא? איין מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן אראפשטימען די קאנגרעס סובפינע (אבער ווייט פון פארזיכערט) און אויפקומען מיט עפעס א סטאנדארט פאר א גרענד דזשורי סובפינע

די מיליאן דאלער פראגע איז וואס די סטאנדארט וואלט געווען
אויב וועט עס זיין עפעס ענליך צו פראנסיסקא סטאנדארט איז די קומענדיגע פראגע אויב א מאיאריטעט ריכטער וועלן באשליסן אז
די איצטיגע סובפינע פארלאנג קוואליפיצירט אונטער די סטאנדארט

עווענטועל האבן זיי טאקע געשריבן אז מען מוז אויפקומען מיט עפעס א סיסטעם אבער געוואפרן די אויפגאבע אויף די נידריגע געריכטן צו פרובירן אויפקומען מיט עפעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:55 am

הכל הבל האט געשריבן:אויב די ריכטער נעמען אן די דאנע צוגאנג בין איך אויך נישט זיכער אז דאס איז די ענדע פון די געשיכטע ווייל לויט דאנע דארף דער פרעזידענט צו ערשט איבערצייגן אז די סובפינע וועט פארשווערן זיין ארבעט אלץ פרעזידענט און דאס איז עפעס וואס פרעזידענט טראמפ האט נאכנישט פרובירט צו איבערצייגן

הגם עס קען זיין גאר שווער אדער כמעט אוממעגליך צו איבערצייגן קען זיין אז דער פרעזידענט וועט דאן לויפן צום דיסטריקט קאורט מיט די טענה אז ער וויל עס פרובירן צו טוהן טראץ וואס ער וועט וויסן אז האט נישט קיין ערנסטע שאנסן ווייל ער וועט קענען באשטיין צו שלעפן מיט די צייט גייענדיג העכער און העכער אין די געריכטן און ביז די סופרים קאורט וועט אורטיילן אויב זיין איבערצייגונג איז גענוג שטארק אדער אפילו אז זיי נעמען נישט אן די קעיס וועט מען שוין מעגליך זיין נאך די וואלן

וועט מען דארפן ווארטן צו זעהן

עווענטועל האט פאסירט בערך דאס און די סופרים קאורט ערלויבט דעם פרעזידענט צו שלעפן ווייטער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:01 am

הבל די ביסט מאסיווע נייעס!!! הערליך.

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:03 am

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:צום שלוס איז זייער שווער פאראויסשאצן ווי אזוי אן אורטייל וואלט אויסגעקוקט אבער באזירט אויף די איינדרוק וואס די ריכטער האבן געמאכט אין לויף פון די ארגומענטן וואלט געווען איבערראשנד אז זיי זאלן אקצעפטירן די סעקולא ארגומענט

וואס יא? איין מעגליכקייט איז דא אז זיי וועלן אראפשטימען די קאנגרעס סובפינע (אבער ווייט פון פארזיכערט) און אויפקומען מיט עפעס א סטאנדארט פאר א גרענד דזשורי סובפינע

די מיליאן דאלער פראגע איז וואס די סטאנדארט וואלט געווען
אויב וועט עס זיין עפעס ענליך צו פראנסיסקא סטאנדארט איז די קומענדיגע פראגע אויב א מאיאריטעט ריכטער וועלן באשליסן אז
די איצטיגע סובפינע פארלאנג קוואליפיצירט אונטער די סטאנדארט

עווענטועל האבן זיי טאקע געשריבן אז מען מוז אויפקומען מיט עפעס א סיסטעם אבער געוואפרן די אויפגאבע אויף די נידריגע געריכטן צו פרובירן אויפקומען מיט עפעס

טראמפ קען ארױפציען ביזן סאפרים קאורט צו פסקנען אױב די נידעריגע קאורטס סטאנדארט איז גיט?
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:05 am

טיפע קוויטש האט געשריבן:

אװאדי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:05 am

זייער מעגליך אבער עס וואלט נישט געווען ערווארטעט קיין אורטייל דארט בעפאר די וואלן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:13 am

די אשכול איז עכט דעזיגנירט צו דעקן קעיסעס אין אמעריקאנע געריכטן אבער איצט אז די סופרים קאורט איז געגאנגען אויף א לענגערע אורלויב מעג מען אפשר אריינשווערצן א קליינע אפדעיט פון אויסער די אמעריקאנע גרעניצן

אין ענגלאנד האט א געריכט פארארדנט קריסטאפער סטיעל צו צאלן טויזנטער דאלארן אין שאדנס פון באשמוצן צוויי רוסישע באנקירער מיטן אריינשטעלן זייער נאמען אין די דאסיער

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:14 am

סעקעלאו זאגט ער איז זייער פריילעך, קיינער באקומט נישט גארנישט.

טיפע קוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 3:33 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך טיפע קוויטש » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:18 am

שכח הבל זײער הנאה געהאט די גאנצע סיזען
װען אײנער קומט מיט א טענה איז זאגן אדער נישט אסאך שטערקער װי ברענגען א צװײטע טענה װײל אין אדער נישט קען ליגן נאך טױזענטער טענות

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך IMBZ » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:21 am

טיפע קוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איינער באצייכנט די היינטיגע אורטיילן ציענדיג א שטריך צו די סופרים קאורט אורטייל ביי ניקסאן

דאן האט מען זיך אויסגעדרוקט אז די פרעזידענט האט פארלוירן אבער די פרעזידענטשאפט האט געוואונען (ווייל דאן האט די געריכט אנערקענט די רעכט פון עקזעקוטיוו פריווילעגיע אבער געשריבן אז אין פאל פון ניקסאן איז עס נישט גילטיג צוליב די ספעציפישע אומשטענדן)

היינט האט די פרעזידענטשאפט פארלוירן (ווייל די געריכט ערלויבט פראקוראר סובפינעס און קאנגרעס סובפינעס אין געוויסע פעלער) אבער דער פרעזידענט האט געוואונען ווייל די טראמפ דאקומענטן גייען נישט ווערן ארויסגעגעבן צו די איצטיגע צייט

טעכניש איז בײדע די זעלבע זאך אז געװיסע פעלער דארף מען יא געבן אין געװיסע פעלער נישט. נישט אזױ?

ניין. ביי ניקסאן האט מעו יענע טאג געדארפט אובערגעבן די דאקאמענטס.
דעי פסק איז קיינעם נישט נוגע, ווי הבל זאגט אז עס גייט זיך ציען ביז נאך די וואלן.
סא יעדער קען זאגן ער איז די געוואונער.
און עס וועט זיין נעקסטע מאל אין די נייעס א יאר ארום ווען מען וועט זיך ענדיגען אויסשלאגן אין די נידריגע געריכטן.

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:21 am

דשעפרי טובין אויף סי ען ען רופט עס אן א לעגאלע פארלוסט אבער א פראקטישע געווינס פארן פרעזידענט....

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:25 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:דשעפרי טובין אויף סי ען ען רופט עס אן א לעגאלע פארלוסט אבער א פראקטישע געווינס פארן פרעזידענט....

גיט ארױסגעברענגט (עלעקטארעל קאלידזש ווס׳ פאפילער װאױט געװינס)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:25 am

IMBZ האט געשריבן:
טיפע קוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איינער באצייכנט די היינטיגע אורטיילן ציענדיג א שטריך צו די סופרים קאורט אורטייל ביי ניקסאן

דאן האט מען זיך אויסגעדרוקט אז די פרעזידענט האט פארלוירן אבער די פרעזידענטשאפט האט געוואונען (ווייל דאן האט די געריכט אנערקענט די רעכט פון עקזעקוטיוו פריווילעגיע אבער געשריבן אז אין פאל פון ניקסאן איז עס נישט גילטיג צוליב די ספעציפישע אומשטענדן)

היינט האט די פרעזידענטשאפט פארלוירן (ווייל די געריכט ערלויבט פראקוראר סובפינעס און קאנגרעס סובפינעס אין געוויסע פעלער) אבער דער פרעזידענט האט געוואונען ווייל די טראמפ דאקומענטן גייען נישט ווערן ארויסגעגעבן צו די איצטיגע צייט

טעכניש איז בײדע די זעלבע זאך אז געװיסע פעלער דארף מען יא געבן אין געװיסע פעלער נישט. נישט אזױ?

ניין. ביי ניקסאן האט מעו יענע טאג געדארפט אובערגעבן די דאקאמענטס.
דעי פסק איז קיינעם נישט נוגע, ווי הבל זאגט אז עס גייט זיך ציען ביז נאך די וואלן.
סא יעדער קען זאגן ער איז די געוואונער.
און עס וועט זיין נעקסטע מאל אין די נייעס א יאר ארום ווען מען וועט זיך ענדיגען אויסשלאגן אין די נידריגע געריכטן.

איך וועל פרובירן נאכאמאל און דאסמאל נאך קורצער

ביי ניקסאן האט די געריכט אנערקענט אז צוקונפטיגע פרעזידענטן געניסן פון עקזעקוטיוו פריווילעגיע אבער ניקסאן האט געמוזט ארויסגעבן
היינט האט די געריכט געשריבן אז פרעזידענטן אינעם צוקונפט וועלן קענען אויסשטיין סובפינעס אמווייניגטנס אין געוויסע פעלער אבער געשאנקן צייט פאר טראמפ זיך ארויסצודרייען דערפון אויף מעגליך ביז נאך די וואלן (און פון די ספעציפישע קאנגרעס סובפינעס מעגליך אויף אייביג)

אווער נייט קוגעל
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:33 am

abeg האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:דשעפרי טובין אויף סי ען ען רופט עס אן א לעגאלע פארלוסט אבער א פראקטישע געווינס פארן פרעזידענט....

גיט ארױסגעברענגט (עלעקטארעל קאלידזש ווס׳ פאפילער װאױט געװינס)

דא האט ראבערטס געשפילט דעם געים פונקט פארקערט ווי ער האט געטוהן ביים "צענזוס" און ביי "דאקא"
דארט האט ער געגעבן א לעגאלע "געווינס" אבער א פראקטישע "פארלוסט" פארן פרעזידענט....

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 11:39 am

הויפט ריכטער ראבערטס געוווען דער גרעסטע דעצידירער אין שליסל קעיסעס אין די איצטיגע סעסיע

אין אלע 5-4 אורטיילן אינעם איצטיגן טערמין איז ראבערטס געווען אין די מאיאריטעט מיטן אויסנאם פון די היינטיגע אקלאהאומא קעיס (ווען גארסוטש איז געגאנגען מיט די ליבעראלע בלאק אבער ראבערטס איז געבליבן אין די מינאריטעט)

אין אנדערע ווערטער: אין קיין איינציגע פון די 4-5 באשלוסן איז קיינער נישט געווען מער לינק פון ראבערטס מיטן אויסנאם פון איינס קעיס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:01 pm

אין א פרישע פיילינג צום די סי סירקוט קאורט שטיצט די יוסטיץ דעפארטמענט דאס אריינשיקן ראדזשער סטאון אין טורמע קומענדיגע וואך דינסטאג טראץ זיין פארלאנג אפצושטופן דעם דאטום צוליב די ווירוס

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:06 pm

וואס איז פשט, איז נישט באר אנקעגען זיי אורטייל?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MauiBot, YandexBot, אהרן הלוי, כאפצעם, כל מקדש, פיטום, שכל טוב און 45 געסט