נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:39 pm

דו מישסט אויס צווישן די בוש ווס. גאור און די נאמינאציע פון ראבערטס צו די סופרים קורט

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:46 pm

זעהער האט געשריבן:דו מישסט אויס צווישן די בוש ווס. גאור און די נאמינאציע פון ראבערטס צו די סופרים קורט


ליין דורך מיין גאנצע תגובה. איך מיין ס'זייער קלאר אז איך רעד פון צוויי באזונדערע צייטן.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:29 pm

קענטאקי האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:ס'איז אמת אז קרוז האט געארבעט פאר בוש און ער האט געהאלפן אריינברענגען ראבערטס אין די סופרים קורט!
לויט ווי איך פארשטיי איז ער דעמאלטס געווען א נידריג ראנגיגע ארבעטער פאר פרעזידענט בוש!


כ'האב עס נאכגעקוקט. וויקיפידיע זאגט אז קרוז האט -ארבעטנדיג פאר'ן בוש קאמפיין- רעקרוטירט דזשאן ראבערטס צו בוש'ס ליגל טיעם קעגן גאור.

אין די צייט וואס גאור איז אפוינטעד געווארן צום סופרים קאורט??? ווען אידאס געווען האט קרוז געארבעט פאר די טעקסאס יוסטיץ דעפארטמענט.
איך קען עפעס נישט טרעפן די שייכות וואס ער האט געהאט מיט ראבערטס' נאמינאציע, אבער איך געדענק קלאר אז ער איז געווען פארבינדן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:04 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:ס'איז אמת אז קרוז האט געארבעט פאר בוש און ער האט געהאלפן אריינברענגען ראבערטס אין די סופרים קורט!
לויט ווי איך פארשטיי איז ער דעמאלטס געווען א נידריג ראנגיגע ארבעטער פאר פרעזידענט בוש!


כ'האב עס נאכגעקוקט. וויקיפידיע זאגט אז קרוז האט -ארבעטנדיג פאר'ן בוש קאמפיין- רעקרוטירט דזשאן ראבערטס צו בוש'ס ליגל טיעם קעגן גאור.

אין די צייט וואס גאור איז אפוינטעד געווארן צום סופרים קאורט??? ווען אידאס געווען האט קרוז געארבעט פאר די טעקסאס יוסטיץ דעפארטמענט.
איך קען עפעס נישט טרעפן די שייכות וואס ער האט געהאט מיט ראבערטס' נאמינאציע, אבער איך געדענק קלאר אז ער איז געווען פארבינדן.


צ"ל ער האט אריינגעברענגט ראבערטס אין בוש'ס ליגל טיעם אינעם קאמף קעגן גאור פאר'ן פרעזידענטשאפט.
קלאר ?

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:17 pm

א שנעלע זוכעניש צייגט א אפ-עד פון קרוז אין שטיצע פון ראבערטס...
צוגעלייגטע
Screenshot_20200625-221204_Chrome.jpg
Screenshot_20200625-221204_Chrome.jpg (327.08 KiB) געזעהן 566 מאל

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:42 pm

יש ברירה האט געשריבן:א שנעלע זוכעניש צייגט א אפ-עד פון קרוז אין שטיצע פון ראבערטס...


וויל ער האט געהאלטן ער איז סופער קאנסערוואטיו?

אדער ווייל ער האט געהאלטן אז דעמאקראטן האבו נישט קיין אמתקע סיבה זיך גקעגנצושטעלן


איך פרעג אמת'דיג
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » פרייטאג יוני 26, 2020 12:13 am

לכאורה איז די סיבה ווייל ער האט זיך דעמאלטס פרובירט ארויפצוארבעטן אין די רעפאבלוקאנער פארטיי

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » פרייטאג יוני 26, 2020 12:15 am

קענטאקי האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:ס'איז אמת אז קרוז האט געארבעט פאר בוש און ער האט געהאלפן אריינברענגען ראבערטס אין די סופרים קורט!
לויט ווי איך פארשטיי איז ער דעמאלטס געווען א נידריג ראנגיגע ארבעטער פאר פרעזידענט בוש!


כ'האב עס נאכגעקוקט. וויקיפידיע זאגט אז קרוז האט -ארבעטנדיג פאר'ן בוש קאמפיין- רעקרוטירט דזשאן ראבערטס צו בוש'ס ליגל טיעם קעגן גאור.

אין די צייט וואס גאור איז אפוינטעד געווארן צום סופרים קאורט??? ווען אידאס געווען האט קרוז געארבעט פאר די טעקסאס יוסטיץ דעפארטמענט.
איך קען עפעס נישט טרעפן די שייכות וואס ער האט געהאט מיט ראבערטס' נאמינאציע, אבער איך געדענק קלאר אז ער איז געווען פארבינדן.


צ"ל ער האט אריינגעברענגט ראבערטס אין בוש'ס ליגל טיעם אינעם קאמף קעגן גאור פאר'ן פרעזידענטשאפט.
קלאר ?

נאכאמאל דו רעדסט דא פון זיין ליגעל טיים וואס דעיס איז נישט די נושא. די עיקר קריטיק קעגן קרוז איז פאר'ן העלפן נאמינירן ראבערטס צו די סופרים קורט

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג יוני 26, 2020 12:47 am

וועגן זיין ליגל טיעם האב איך נאר געשריבן בדרך אגב, אז זיי קענען זיך פון ערגעץ, גארנישט מיט'ן סופרים קאורט.

איבער זיינע פעולות מיט עטליכע יאר שפעטער פאר ראבערטס, האט @ברירה שוין צוגעברענגט.
ש'כח טאקע, מען דארף וויסן וואו צו זוכן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 9:49 am

די סופרים קאורט ווארפט אפ אן אפעלאט וועלכע האט געזוכט צו בלאקירן די פעדעראלע רעגירונג פון באנייען טויט שטראף וועלכע וועט איצט קענען פאראויסגיין ווי געפלאנט זיך אנצוהויבן יולי 13 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 10:11 am

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א לענדמארק חוקי רציחה קעיס
די אורטייל איז געווען 4-5 פרא רציחה
ראבערטס אנגעשלאסן מיט די ליבעראלן


פאלגענד איז אונזער באריכט איבער די מונדליכע ארגומענטן איבער די קעיס באשריבן מיט א צייט צוריק

אין 2016 למספרם האט די סופרים קאורט ארויסגעשליידערט טיילן פון א טעקסאס געזעץ נאך וואס די סטעיט האט דורכגעפירט א ברייטע געזעץ מיט א רייע צוימונגען אויף חוקי רציחה

די געריכט האט אבער געאורטיילט אז טייל פון די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן, נעמליך די פארלאנג פון די סטעיט אז די רוצחים וועלכע שטעלן צו די רציחה סערוויסעס אין צענטערן וועלכע זענען בלויזע קליניקס און נישט קיין אפיציעלע שפיטעלער מוזן זיין קוואליפיצירט דורך א שפיטאל אינערהאלב דרייסיג מייל פונעם קליניק צו קענען אריינקומען אין שפיטאל מיטן פאציענט וועלכע פארלאנגט די רציחה אין פאל עס פעלט זיך אויס פאר יענעם'ס זיכערהייט און צושטאנד

אין רעזולטאט זענען די צענטערן וועלכע קוואליפיצירן דערפאר דראסטיש געפאלן און געבליבן קאנצעטרירט בעיקר אין די גרויסע סיטיס פירנדיג צו דעם אז אין די ווייטערע רורעל געגנטער איז רציחה גאר שטארק געפאלן

די מאיאריטעט אורטייל איז באשטאנען פון אלע ליבעראלן אין צוגאב פון ריכטער קענעדי און איז געשריבן געווארן דורך ריכטער ברייער וועלכע האט צווישן אנדערן אנגעוויזן אז די סטעיט האט אנערקענט אז זיי האבן נישט קיין באווייזן אז די געניסער פון די סערוויסעס ווערן שוואכער באהאנדלט אין די לאקאלע צענטערן ווי אין געהעריגע שפיטעלער

מיטן טויט פון ריכטער סקאליא האבן זיך די קאנסערוואטיוון דערזעהן מיט בלויז 3 ריכטער, ראבערטס אליטא און טאמאס וועלכע האט געשריבן די קעגן אורטייל שרייבנדיג צווישן אנדערן אז די געריכט קען נישט איבערווייזן אז די געזעץ איז דירעקט פארבונדן מיט די טראסק אין רציחה זינט די סטעיט האט אויך גענומען אנדערע שריט איינצוצוימען רציחה ווי שניידן פאנדינג פאר ארגאנאזאציעס וועלכע שטעלן צו די סערוויס און מעגליך אז די אנדערע פאקטארן זענען צו פארדאנקן די רעדוקציע

אצינד ווען ריכטער סקאליא איז געווארן ערזעצט מיט גארסוטש און קעווענאו האט זיך באקוועם געמאכט באקוועם אויף קענעדיס שטוהל פארמאגן די קאנסערוואטיוון אן ערנסטע שאנס צו טראגן די געריכט אינעם פארקערטן דירעקציע

זינט דאן איז אן ענליכע געזעץ דורכגעפירט אין ליוזיאנא אין 2014 למספרם אויך אנגעקומען צום סופרים קאורט

די קלאגע אקעגן די ליוזיאנא קעיס איז געהערט געווארן דורך אן אפעלאט געריכט וועלכע האט עס עס ארויסגעווארפן זאגנדיג אז די געזעץ מאכט נישט צופיל שווער פאר מענטשן וועלכע זוכן די סערוויסעס

די קלעגער וועלכע באשטייט פון א גרופע רוצחים און איין קליניק וועלכע איז געווארן באטראפן דורך די געזעץ האבן באקומען א סטעי פאריגן אפריל למספרם ווען ראבערטס האט זיך אנגעשלאסן מיט די פיר ליבעראלן צו לייגן די געזעץ אויף האלד אויף ביז זיי אורטיילן

די ראבערטס שטימע האט דאן געמאכט העדליינס און געברענגט פילע צו גלויבן אז אויף די ענדגילטיגע פסק וועט ראבערטס אויך גיין לינק אנדערש ווי זיין שטימע אויף רעכטס אין די טעקסאס קעיס

אבער עס קען זייער מעגליך זיין אז ער וועט שטימען רעכטס און זיין בלאקאדע איז בלויז געווען צו שיקן א מעסעדזש צו די נידריגע געריכטן זיך צו רעכנען מיטן סופרים קאורט פרעצעדענט אפילו ווען זיי גלייכן נישט די פרעצעדענט

עס איז ווי א מעסעדזש פון ראבערטס: די גלויבסט אז די טעקסאס און ליוזיאנא געזעצן זענען גוט? איך גלויב אויך אזוי און איך האב אזוי געשטימט ביי די טעקסאס קעיס "אבער" למעשה האט דאן די סופרים קאורט געאורטיילט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן

דעריבער איצט ביי די ליוזיאנא קעיס קענסטו זיך נישט אויספייפן אויף סופרים קאורט פרעצעדענט און גיין רעכטס בלויז ווייל דו ווייסט פונעם סוד אז אינעם צוקונפט קען די סופרים קאורט זיין רעכטס אויף די אישו

די אורטייל לויטן איצטיגן פרעצעדענט איז אז די געזעצן טויגן נישט און ווען עס וועט ווערן אפעלירט וועלן מיט שוין דא אינעם געריכט באשליסן אויב מיר ווילן טאקע טוישן פרעצעדענט

אצינד זענען פארגעקומען די מונדליכע ארגומענטן וועלכע האבן זיך אנגעהויבן מיט אן אויפטריט דורכן אדוואקאט זשוליע ריקלמאן וועלכע האט מער ווייניגער ארויסגעברענגט איינמאל און נאכאמאל אז די ליוזיאנא געזעץ מיינט נישט די זיכערהייט פון די סערוויסעס געניסער נאר איז קאפירט פון די טעקסאס מאדעל וועלכע די געריכט האט שוין אראפגעשטימט אין 2016 למספרם און מען מוז צייגן רעספעקט פאר געריכט פרעצעדענט

ריכטער אליטא האט גלייך פארפלייצט דעם צימער מיט א שטראם פון פראגן אנהויבנדיג מיט צימבלענדיג די סטענדינג פון די דאקטוירים און פונעם קליניק זאגנדיג אז אויב אויב עס זענען פארהאן אינדיווידולען וועלכע גלויבן אז זייערע רעכטן צו געניסן פון די סערוויסעס וועלן פארלעצט דארפן זיי קאגן די סטעיט און ראובן קען נישט קלאגן די סטעיט פארן פארלעצן די רעכטן פון שמעון

ווען רינקלמאן האט געענטפערט אז ווען די פאך און פראקטיצירונג פון עימיצן ווערט באטראפן און אומגעזעצליך רעגולירט איז יענער א באטראפענער און קען קלאגן אין געריכט א שטייגער ווי די דאקטוירים אין די איצטיגע קעיס

אליטא איז געווען געפפלעפט און נישט אפגעקויפט אזא סארט ארגומענט זאגנדיג בלויז "אז דאס איז אמעזינג"

רינקלמאן האט פרובירט צו טענה'ן אז די סטעיט האט איגנארירט און ווי אויפגעגעבן זייער רעכט צו טענה'ן אז די קלעגער פארמאגן נישט קיין סטענדינג און דא איז ריכטערין גינזבורג איר געקומען צו הילף מיטן אנצייגן אז ביז די קרייץ פארהער האט די סטעיט קיינמאל נישט אויפגעברענגט די סטענדינג טענה און אויב די סטעיט וואלט זיך ווען געשטעלט דערויף אין די ערשטע מינוט וואלט די קלעגער מעגליך אנגעשלאסן א פאציענט אדער צוויי אין די קלאגע צו פארזיכערן אז סטענדיג ווערט נישט קיין קאנפליקט

שפעטער ווען דעפיוטי סאליסיטאר דזשענעראל דזשעפרי וואל האט געמאכט זיין אויפטריט האט ריכטער ברייער אויסגעקוקט אויך צו גלויבן אז סטענדינג איז נישט קיין פראבלעם זאגנדיג פאר וואל אז ער האט געפונען אכט באזונדערע פעלער אין וועלכע די סופרים קאורט האט אויסגעהערט רציחה קעיסעס נישט פון פאציענטן נאר פון דאקטוירים טא פארוואס זאל מען פונקט איצט אפנויגן פון וואס שיינט ווי א דע פאקטא פרעצעדענט?!

וואל האט געענטפערט אז עס איז קיינמאל נישט געווארן קיין אפיציעלע פרעצעדענט ווייל מען האט נישט באהאנלדט די פראגע אויף אזא סארט סטענדינג ביז היינט און אז דאקטוירים האבן דא פינאנציעלע אינטערעסן און קוואליפיצירן נישט צו קלאגן אויפן חשבון פון די סערוויס געניסער וועלכע ווערן גאר באשוצט דורכן נייעם געזעץ לויט די טענה פון די סטעיט און דעריבער קענען נישט קומען דאקטוירים מיט געלט אינטערעסן און פארלאנגען צו שניידן זיכערהייט מאסנאמען פון פאציענטן וועלכע זענען ניטאמאל טייל פון די קלאגע

עס איז שווער צו וויסן אויב עס זענען דא פינף ריכטער וועלכע גלויבן אז די קעיס קען לייכט ווערן ארויסגעווארפן טאקע אויף די סטענדינג טענה ווייל גארסוטש,ראבערטס און קעווענאו האבן נישט אריינגעפרעגט גארנישט איבער די סטענדינג אישו

טאמאס האט אויך נישט געפרעגט גארנישט ווי זיין שטילשווייגעניש שטייגער אבער ער האט יא געשריבן אין די טעקסאס קעיס אז ער האלט אז דאקטוירים מאנגלען סטענדינג

שפאנענדיג פאראויס צו די מעריטס פון די קעיס האט ראבערטס צו ערשט אנגעהויבן זיך צו אינטערסירן אויב די קלעגער גלויבן אז די טעקסאס אורטייל איז געווען באגרעניצט צו טעקסאס באזירט אויף די ספעציפישע אומשטענדן אין די סטעיט ווי צום ביישפיל וויפיל קליניקס זי פארמאגט און ווי שטארק אויסגעשפרייט זיי זענען און אויב די געזעץ וועט שווער באטרעפן געגנטער וועלכע זענען נישט געהעריג געדעקט און לויט דעם איז עס אפן פאר די געריכטן צו אורטיילן און באשליסן אויף יעדע סטעיט באזונדער אויב אירע אומשטענדן זענען ענליך צו די פון טעקסאס און אויטאמאטיש בינדנד צו די טעקסאס אורטייל אדער איז די טעקסאס אורטייל געווען א נאציאנאלע פארבאט אויף אלע סטעיטס אפגעזעהן פון די פארשידנארטיגע אומשטענדן דארט

אויב די טעקסאס אורטייל איז בלויז פאר טעקסאס און ענליכע שטאטן וואלט עס געעפנט א וועג פאר ראבערטס צו לאזן יענע פרעצעדענט שטיין און זאגן אז ליוזיאנא איז אנדערש פון טעקסאס

רינקלמאן האט אנערקענט אז אין אלגעמיין קען א געריכט אורטייל אויף א קעיס אין א סטעיט מעגליך זיין עקסקלוסיוו פאר יענע סטעיט "אויב" די אונטערלאגע פון די אורטייל איז טאקע אדרעסירט צו די ספעציפישע אומשטענדן אין די סטעיט און דאן קען מען זאגן הא לן והא להו אבער אין די פאל פון די איצטיגע קעיס איז די פונדאמענט פונעם געזעץ עפעס וועלכע בענעפיטירט נישט די איינוואוינער נישט פון טעקסאס און נישט פון ליוזיאנא און דעריבער זענען די אומשטענדן נישט אנדערש

דערנאך האט קעווענאו געשטעלט א היכי תמצא פראגע פאר רינקלמאן פרעגנדיג וואס וואלט געווען אויב "אלע" קליניק דאקטוירים וואלטן געווארן באשטעטיגט דורך די ארומיגע שפיטעלער צו קענען באוקמען איינטריט רעכט וואלט אין אזא פאל די געזעץ יא געווען קאנסטיטוציאנאל (טראץ וואס די געזעץ בענעפיטירט קיינעם נישט לויט רינקלמאן און די פאקט אז עס ברענגט נישט קיין בענעפיט פאר זיך איז לויט אים א פראבלעם אפילו אן שאפן פראבלעמען פאר קיינעם) ?

רינקלמאן האט אנערקענט אז אין אזא פאל וואלט די בילד געוויס געווען גאר אנדערש אבער צוגעלייגט אז עס וואלט נאכאלץ געווען א געזעץ וועלכע ברענגט נישט מיט זיך קיין שום בענעפיט

דערנאך האט ראבערטס איבערגעפרעגט זיין ערשטע פראגע פון די ליוזיאנא סאליסיטאר דזשענעראל עליזאבעט מאריל פרעגנדיג אויב זי שטימט איין אז די טעקסאס אורטייל דעקט אלע סטעיטס אויף וואס מאריל האט געזאגט אז זי שטימט נישט איין ווייל ווען א סטעיט קען איבערצייגן אז עס איז מער בענעפיטירנד פאר זיי ווי די סטעיט אויף וועלכע מען האט געאורטיילט זענען זיי נישט בינדנד צו יענע אורטייל

א גרויס טייל פון די נאכפאלגענדע ארגומענטן האבן זיך קאנצעטרירט איבער אויב די געזעץ איז ווירקליך א בענעפיט און אויב די קליניק דאקטוירים האבן אפילו געהעריג פרובירט צו קוואלאפיצירן דורכן ארבעטן מיט די לאקאלע שפיטעלער צו באקומען איינטריט רעכט בעפאר זיי זענען געקומען קלאגן אין געריכט

ריכטערין גינזבורג האט גע'טענה'ט אז די סטעיט פארלאנג איז ניטאמאל ראציאנאל ווייל אין מיינסטנס פעלער דארף מען ניטאמאל אנקומען צו די באנוץ פון א שפיטאל און אפילו ווען יא וועלן געווענליך מענטשן אויסוועלן שפיטעלער נאנט צו זייער וואוין ארט ווי איידער נאנט צו די רציחה קליניק און דעריבער איז א פארלאנג אז דוכצופירן רציחה מוז מען קענען באקומען איינטריט אין שפיטעלער קרוב אל החלל עפעס וועלכע איז בלויז א לאסט אן קיין בענעפיט

וואל האט פרובירט צו אפענטפערן גינזבורג זאגנדיג אז אפילו אויב אין די טעקסאס קעיס איז נישט אויפגעוויזן געווארן קיין פעלער ווען עס איז געווען נויטיג צו צוקומען צו א שפיטאל נאנט צום קליניק האט ליוזיאנא איבערצייגט אז ביי זיי האט זיך יא געמאכט אזעלכע פעלער און דעריבער קען די געזעץ ווערן באצייכנט אלץ בענעפיט פאר ליוזיאנא אפילו אויב די פעלער פאסירן נישט אזוי אפט

ריכטערין קעיגען האט געשטעלט רעלאטיוו ווייניג פראגן און איינע פון זיי איז געווען פון וואל זאגנדיג אז אפילו ווען דאקטוירים זאלן זיך ווען יא איינגעבן פאר רשות כניסה צו לאקאלע שפיטעלער ווי די סטעיט פארלאנגט באדייט עס נישט אז זיי וועלן קענען קואליפיצירן דורכצופירן רציחה ווייל שפיטעלער קענען אפווארפן אפליקאציעס מיט די מינדסטע אויסרייד אנגעהויבן מיט די טענה אז דער דאקטאר ברענגט נישט גענונג פאציענטן צום באטרעפנדע שפיטאל אדער איינפאך פארן פראקטיצירן רציחה און דעריבער קומט אויס אז די סטעיט איז גוזר אויף די דאקטוירים א גזירה שאין רוב הרופאים יכולין לעמוד בה

וואל האט געענטפערט רעטאריש אז די דאקטוירים זאלן " לייגן זייערע אפליקאציעס נעבן זייער מויל" דהיינו, אז אנשטאט קעמפן אז די געזעץ זאל ניטאמאל קענען אריינגיין אין קראפט זאלן זיי ערלויבן די געזעץ פאראויסצוגיין און ווייזן אז זיי פרובירן זיך איינצושרייבן מיט די שפיטעלער און דאן אויב זיי ווערן צוריקגעוויזן זאלן זיי פרובירן צו קלאגן די סטעיט און דאן וועט די געריכט קענען עכט אריינקוקן זעהן צו זיי קענען טאקע נישט ווערן אנגענומען

סאליסיטאר דזשענעראל מאריל איז גאר געגאנגען ווייטער זאגנדיג פאר די ריכטער אז עס איז דא באוויייזן אז דאקטוירים אין די קלאגע וועלכע האבן יא פרובירט אריינצושיקן אפליקאציעס האבן בייזוויליג סאבאטאזשירט זייער אייגענע אפליקאציעס (אין א פארזוך צו מאכן זייער קעיס אז די אפליקאציעס ווערן אפגעזאגט)

דאן איז געווען אינטערסאנט ווי אליטא האט זיך אביסל אנגענומען פאר די דאקטוירים קלעגער זאגנדיג מען קען פארשטיין אז דאקטיורים וועלכע קלאגן זאלן נישט פרובירן צו אויספולן אפליקאציעס איידער די קעיס ווערט אנטשידן ווייל באשטעטיגטע אפליקאציעס וואלט שלעכט געווירקט אויף זייער קעיס

ער האט אויך פארציילט אז אין די פאל וואס איינע פון די דאקטוירים האט זיך ארויסגעדרייט פון ווערן באשטעטיגט האט זיך עס געהאנדלט פון עימיצער וועלכע האט שוין גראדע געהאט א באשטעטיגונג בעפאר פון א שפיטאל אין שרעוופארט ליוזיאנא נאר האט זיך צוריקגעהאלטן פון בעטן פאר א ווידערבאשטעטיגונג צוליב וואס יענע שפיטאל איז א קאטולישע און ער האט זיך געפארכט אז זיי וועלן אים מער נישט ווילן אקצעפטירן זינט ער האט אנגעהויבן פראקטיצירן רציחה הגם אז א צווייטע דאקטאר וועלכע איז אויך פון די קלעגער איז יא געווארן אקצעפטירט

אבער וואל האט צוריקגע'טענה'ט אז "אלע" דאקטוירים וועלכע זענען טייל פון די קלאגע וואלטן צו ערשט געברויכט אריינשיקן אפליקאציעס און ערהאלטן אנטווארטן און די שפיטעלער בעפאר זיי ווענדן זיך צום געריכט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 10:17 am

ראבערטס ערקלערט אז אפגעזעהן זיין פערזענליכע שטעלונג אויף די אישו איז ער געבונדן זיך צו רעכענען מיט די פריערדיגע געריכט פרעצעדענט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 10:20 am

די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט אין א פרישע לענדמארק קעיס

ראבערטס געשריבן אורטייל 4-5 אבער עס באגרעניצט ווי שפעטער ערקלערט

פאלגענד איז אונזערס א באריכט איבער די קעיס מיט א צייט צוריק


די ערשטע גרויסע בילס באשטעטיגט אין די אבאמא פרעזידענטשאפט איז געווען די דאד פרענק ביל וועלכע האט איינגעשטעלט שטייפערע באנק רעגולאציעס צו פארמיידן אן איבערשפיל פון די 2008 למספרם פינאנציעלע קראך

איינע פון די היסטארישע אויפטוען אינעם ביל איז געווען די שאפונג פון די קאנסומער פינאנציעלע באשיצונג ביורא מיטן אקראנים פון CFPB וועמענס אינציאטאר איז געווען די דאן פריש ערוויילטע סענאטאר עליזאבעט ווארען פון מאסאטשוסעטס

צו פארזיכערן אז די ביורא איז זעלבסשטענדיג און ווערט נישט באאיינפלוסט פון פאליטיק האט מען אריינגעשטעלט אינעם ביל א פאראגראף אז דער פרעזידענט קען אויפזאגן דעם ביורא הויפט אויב ער האט א לעגיטימע אורזאך דאס צו טוהן און עס שטייט קלאר ארויס אז מען רעדט פון פעלער אין וועלכע דער דירעקטאר באגייט א פארברעך אדער פארנאכלעסיגט זיין ארבעט

ביזנעסער פרובירן שוין לאנג צו באקעמפן די באגרעניצונג אויפן פרעזידענט נישט צו קענען אויפזאגן דעם דירעקטאר אבער די ביורא האט ביז היינט אפגעשלאגן זייערע פארזוכן

אונטער די טראמפ אדמינסטראציע האבן זיך זאכן געטוישט און קעטלין קרעינינגער וועלכע שטייט היינט אין שפיץ פון די ביורא האט געשריבן צום סופרים קאורט אז די געריכט זאל אויסהערן די קעיס וועלכע זוכט אפצושאפן די באגרעניצונג שרייבנדיג אז מיט דעם וואס די געריכט וועט עלימינירן די דאזיגע פראוויזיע וועט די ביורא נאך אלץ קענען פונקציאנירן און די געריכט קען ארויסשניידן די ספעציפישע געזעץ טייל אן דארפן צווייפלען אין די קאנסטוציאנאליטעט פון די ביורא עקזיסטענץ גופא (וועלכע ביזנעס אינטערעסן וואלטן גראדע יא געוואלט טוהן צוליב די שווערע ביזנעס רעגולאציעס אויף זיי)

צוריק אין 2017 למספרם האט פרעזידענט טראמפ געשטעלט זיין איצטיגע עקטינג שטאב הויפט מיק מולוועיני צו סערווירן אלץ ביורא הויפט און האט פארארדנט צו סוספענדירן א רייע אינפארסירונג שריט פון די אגענטור, אפשטעלן אויספארשונגען, איינצופרירן דאס אויפנעמען פרישע איינגעשטעלטע, און ענדיגן דאטא זאמלונג און אין פעברואר למספרם האט פרוי קרעינינגער איבערגענומען די פאזיציע

א פירמע וועלכע שטעלט צו סערוויסעס אין הילף פאר מענטשן וועלכע זענען אין חובות האט זיך געטראפן אונטער אויספארשונג פון די אגענטור האט באשלאסן צו קלאגן די ביורא אין געריכט און אפשטעלן די אויספארשונג מיט די ארגומענט אז די ביורא סטרוקטור איז נישט אויסגעהאלטן לויטן געזעץ צוליב וואס זי טראץ איר צוזאמשטעל פון א באורד פון עטליכע מעמבער ווערט אבער די ביורא געפירט אין שפיץ פון איר הויפט פירער וועלכע איז באאויפטראגט אונטערצונעמען עקזעקוטיוו סארט שריט ווי אויספארשונג און אינפארסירונג און אזא איינער מוז קענען צו יעדע צייט ווערן אויפגעזאגט דורכן העכסטן עקזעקוטיוון אויטאריטעט אין לאנד וועלכע איז דער פרעזידענט

די ניינטע קרייז געריכט האט אבער ארויסגעווארפן די טענה זאגנדיג אז די סופרים קאורט האט פרעצעדענט פון ערלויבן די רעגירונג אוועקצושטעלן באורדס מיט עטליכע מעמבערס וועלכע קען נישט ווערן אויפגעזאגט דורכן פרעזידענט בלויז ווייל עס געפעלט אים נישט זייערע שטעלונגען אבער איצט האט די פירמע גענומען די קעיס און עס אפעלירט צום סופרים קאורט און די יוסטיץ דעפארטמענט אין שפיץ פון אליסאטאר דזשענעראל פארטיידיגן די שטעלונג פון די פירמע אין געריכט זאגנדיג אז א קאמיסיע ווי אלע מעמבערס האבן א ווארט איז אין אלגעמיין אויסגעשטעלט צו מער יושר'דיגע פארהאנדלונגען און איז נישט קיין פארגלייך צו אן אגענטור ווי אן איינצלנער פערזאן איז באפולמעכטיגט אונטערצונעמען עקזעקוטיווע שריט וועלכע זענען אין קעגנזאץ צו די שטעלונג פון פרעזידענט

די סופרים קאורט האט אקצעפטירט די קעיס און לויט לעגאלע עקספערטן איז געווען צו ערווארטן אז די מאיאריטעט וועט נעמען די זייט פון די פירמע

אן אינטערסאנטע אנטוויקלונג איז געקומען ווען די סופרים קאורט האט געדארפט אויסוועלן אן אדוואקאט וועלכע זאל פארטרעטן די די ארגינעלע ווערסיע פון די ביורא געזעץ און די לעגאליטעט פון די איצטיגע אגענטור אויטאריטעט און זיי האבן אויסגעקליבן נישט קיין צווייטן ווי פאול קלעמענט וועלכע איז געווען דער סאליסיטאר זשענעראל פאר די בוש אדמיניסטראציע און האט זיך בארימט געמאכט ביים קעמפן אקעגן די אבאמאקעיר געזעץ וועלכע איז עווענטועל געווארן באשטעטיגט אלץ געזעצליך אינעם סופרים קאורט



ווען די פירמע'ס אדוואקאט קענאן שאנמאגאם האט אנגעהויבן זיין ארגומענט אז די סטרוקטור פון די אגענטור איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ריכטערין גינזבורג פרובירט אראפצושפילן די געברויך פונעם געריכט בכלל אריינצוקוקן אין די קאנסטיטוציאנאליטעט פראגע באצייכענענדיג די קעיס צו זיין פון "אקאדעמישן קוואליטעט" (וועלכע נישט נוגע למעשה אינעם איצטיגן פאל) צוליב וואס די פארלאנג פאר אינפארמאציע פון די פירמע איז געווארן צוגעשיקט דורן "עקטינג דירעקטאר" וועלכע קען יא ווערן אפגעזאגט דורכן פרעזידענט פאר סיי וועלכע אורזאך אין די טענה איז בלויז אויף א פערמענאנטע דירעקטאר

אויך סאטאמיאר האט גענומען דעם ריכטונג און פרובירט צו מאכן די קעיס אז די געריכט דארף ניטאמאל באטראכטן די מעריטס פון די קעיס זאגנדיג פאר שאנמאגאם אז זיין קליענט איז דאך נישט דער פרעזידענט און אז די ריכטיגע צייט פאר אזא קעיס וואלט געווען ווען דער פרעזידענט פרובירט אויפצוזאגן דעם דירעקטאר וועלכע וויל נישט גיין און די געפעכט דערקייקלט זיך אין געריכט

ריכטערין סאטאמאיאר האט אויך אפגעשלאגן די ארגומענט פון שאנמאגאם אז די CFPB און איר סטרוקטור פון האבן א דירעקטאר אין שפיץ מיט אזויפיל מאכט איז פרעצעדענטלאז

סאטאמאיאר האט אנגעוויזן אז די אפיס אף ספעשל קאונסעל און אזוי אויך די סאושעל סעקיוריטי אדמיניסטארציע פארמאגן ביידע אין שפיץ א דירעקטאר מיט ערנטע באגרעניצונג אויפן פרעזידענט זיי ארויסצורוקן און אז ביי די סאשועל סעקיויריטי אדמינסטראציע איז זייער פירער זאגאר מער מאכטפול ווי די CFPB דירעקטאר

שאנמאגאם האט אבער אנגעצייגט אויף די דיפרענץ אז אין פאל פון די CFPB פארמאגט די דירעקטאר מער "עקזעקוטיווע" סארט מאכט און קען אונטערנעמען און אינפארסירן שריט אקעגן מענטשן און אזא איינער דארף קענען ווערן אויפגעזאגט דורכן הויפט עקזעקוטיוו אין לאנד

נאכן מאכן די קעיס פאר די פירמע האט אויפגעטראטן סאליסיטאר דזשענעראל ניעל פראנסיסקא פרעזענטירנדיג די CFPB זעלבסט
פראנסיסקא האט ארויסגעברענגט אז אין אלגעמיין אין עס אינעם פרעזידענט'ס יורידסדיקציע אויפצוזאגן פעדעראלע איינגעשטעלטע
ער האט אנערקענט אז אין א סופרים קאורט אורטייל אין 1935 למספרם האט די געריכט געמאכט אן אויסנאם שרייבנדיג אז די סטרוקטור פון די פעדעראלע האנדל קאמיסיע איז קאנסטיטוציאנאל טראץ וואס אירע 5 קאמיסיאנארן קענען נישט ווערן אויפגעזאגט דורכ'ן פרעזידענט סיידן ער טוט עס צוליב אן ערנסטע סיבה
פראנסיסקא האט אבער געבעטן פון די ריכטער נישט אויסצוברייטערן יענע אויסנאם צו מער אגענטורן צוליב וואס זי קען פירן צו צוויי פראבלעמען

1) אז עס וועט מיט די צייט עפענען א וועג פאר מער און מער רעגירונג אגענטורן און באאמטע צו באקומען מאכט דורכן קאנגרעס וועלכע וועט שרייבן געזעצן זיי צו פארזיכערן נישט צו קענען ווערן לייכט אויפגעזאגט דורכ'ן פרעזידענט און עס קען גיין אזוי ווייט אז איין טאג וועט דער פרעזידענט ניטאמאל קענען אויפזאגן זיינע אייגענע קאבינעט מיטגלידער

2) די פעדעראלע איינגעשטעלטע ווערן נישט ערוועלט דורכ'ן פאלק נאר נאמינירט דור'ן פרעזידענט און און מיינסטנס פעלער באשטעטיגט דורכן סענאט און אויב זיי ווייסן אז זיי זענען פארזיכערט אויף זייער בענקל וועלן זיי זיך קענען צופירן די הענט און בלויז אויב זיי ווייסן אז דער פרעזידענט וועלכע שטייט פאר ווידערערוויילונג (כאטש די ערשטע פיר יאר און אפילו דערנאך וויל האבן גוטע אנקעטע ציפערן און געדענקט ווערן צום גוטן אין די אויגן פון פאלק)) קען זיי אויפזאגן צו יעדע צייט וועלן זיי אויטאמאטיש זיין מער אפן אויסצופירן דעם ווילן פון פאלק

אויף די ארגומענט אז ביי די האנדלס קאמיסיע האט די געריכט יא ערלויבט די קאמיסיאר צו בלייבן מיט זייער מאכט בלויז צוליב וואס אלע פינף מיטגלידער האבן אייניגע און פולע מאכט און אז דא איז עס אנדערש צוליב וואס אן איינצלנע דירעקטאר איז אין שפיץ האט ריכטערין קעיגען עס אוועקגעמאכט אלץ אן ארגומענט אן עכטע באדייט ווייל די צאל מענטש וועלכע באקומען די מאכט מאכט נישט קיין דיפרענץ און אויב פינף ביוראקראטן קענען צוזאמען באזיצן אזא פאזיציע קען איינער זיין די זעלבע

קעיגען האט גאר געזאגט אז אדרבה, אויב ווילסטו יא אפטיילן צווישן א מאכטפולע מולטי מיטגלידער קאמיסיע און אן איינצלנע מאכטפולע דירעקטאר קען מען שפינען די ארגומענט אויף פונקט פארקערט און מאכן א קל וחומר, מה דאך אז ביי די מולטי מיטגלידער האנדל קאמיסיע האט די געריכט געאורטיילט אין זייער שטיצע טראץ וואס דארט איז פיל שווערערע פארן פרעזידענט זיי צו האלטן אין ליניע איבער זיין פאליסי ווייל ער דארף געוואונען די קאאפעראציע פון עטליכע מענטשן על אחת כמה וכמה ביי אן איינצלנער דירעקטאר וועם דער פרעזידענט קען פיל גרינגער אריבערגעוואונען אפילו אן די מאכט אים צו קענען אויפזאגן
קעיגען האט רעטאריש אויסגעפירט: עס איז פיל לייכטער פארן פרעזידענט צו באקומען אן איינצלנער פערזאן אויפן טעלעפאן וווי זיבן מענטשן
דאן האט פאול קלעמענט געמאכט זיין פרעזענטאציע צו פארטיידיגן די אורטייל פון די ניינטע קרייז געריכט

קלעמענט האט פרובירט אראפצושפילן די זארגן וואס פראנסיסקא האט אויפגעברענגט אז קאנגרעס וועט אנהויבן צוצוטיילן מער מאכט פאר אנדערע פעדעראלע באאמטע אזש פאר קאבינעט מיטגלידער

ער האט אנגעוויזן אז די קאנסטיטוציע טוט קלאר באגרעניצן צוצוטיילן מער מאכט די פירער פון די סטעיט און פארטיידיגונג דעפארטמענט

דאן האט די אדוואקאט דאגלעס לעטער וועלכע האט פארטרעטן קאנגרעס אין שטיצע פון די ביורא אויך ארויסגעברענגט אז קאנגרעס האט קיינמאל נישט פרובירט צו פארזיכערן די פאזיציעס פון קאבינעט איינגעשטעלטע און האט אלץ ערלויבט פרעזידענטן זיי אויפצוזאגן פאר סיי וועלכע אורזאך

ריכטערין גינזבורג האט פרובירט זיך צו שטעלן אויף די ווערטער אינעם געזעץ וועלכע אדרעסירט די פעלער קען יא אויפזאגן דעם ביורא הויפט און געזאגט אז די באגרעניצונג אויפן פרעזידענט איז זייער באשיידן און איז גאר מינימאל און טוט בלויז פארזיכערן אז דער פרעזידענט זאל נישט ארויסטראסקענען א גוטע דירעקטאר צוילב אומראציאנאלע מאטיוון און יענעם ערזעצן מיט איינעם וועלכע איז לאיאל צום פרעזידענט אבער נישט טריי פאר קאנסומער אבער אין פאל וואס א דירעקטאר איז פארנאכלעסיגט אויפן פאסטן קען מען יענעם יא ווארפן

שאנמוגאם האט עס אבער אפגעווארפן זאגנדיג אז די פראוויזיע אינעם געזעץ איז אלץ יא קלאר פארשטאנען געווארן אז עס ציהלט צו פארזיכערן אז די אגענטור זאל נישט זיין באיינפלוסט פון פאליטישע קאנטראל און אז מיטן פארמיידן פונעם פרעזידענט צו קענען יענעם אויפזאגן זאל די ביורא קענען אפערירן אויף די מערסט זעלבסטשטענדיגע פארנעם וואס נאר מעגליך

הויפט ריכטער ראבערטס האט הויך געטראכט און פרובירט צו זעהן אויב די געריכט קען זיך ארויסגליטשן פון די קעיס מיט די ווייניגסטע שאדן שרייבנדיג א "קליינע אורטייל" אנשטאט א מער באדייטנדע
ראבערטס האט געזאגט אז זינט די געווענליכע פראקטיצירונג פון די געריכט אוועקצושטיין פון דעצידירן קאנסטיטוציאנאלע פראגן ווען עס איז שייך (דהיינו, ווייניג אפעטיט צו באשליסן אויף די פראגע אויב די קאנסטיטוציע ערלויבט אזא דירעקטאר צו זיצן אויפן פאסטן אן קענען געווארפן ווערן פאר סיי וואס) איז אפשר פאסיג אז די געריכט זאל אויך דא טרעפן א וועג צו מינומיזירן די איצטיגע קעיס אויך אין ליבערשט "אויסטייטשן די ווערסיע פונעם געזעץ" אז עס זאל בכלל נישט זיין אין מעגליכע קאנפליקט מיט די קאנסטיטוציע

ראבעטס האט זיך ארויפגעכאפט אויך די ווארט "אומטויגליך" אלץ איינע פון די טערמינען אין וועכלע דער פרעזידענט קען יא אויפזאגן דעם דירעקטאר
האט ראבערטס פרובירט צו זאגן אז די באדייט פון "אומטויגליך" קען גענוצט ווערן אין אסאך פאליסי דיפרענצן צווישן די דירעקטאר אינעם פרעזידענט און פעלער ווען לויטן פרעזידענט טויג נישט פארן לאנד די פאליסי און פירערשאפט פונעם דירעקטאר.. און אז לויט דעם ערלויבט די געזעץ דעם פרעזידענט אויפצוזאגן אין סאך מער פעלער ווי ביז היינט פארשטאנען

אבער לעטער (קאנגרעס אדוואקאט) די אנדערע ריכטער האבן געצווייפלט דערין און געווען ווייניגער ענטוזיאסטיש איבער אזא אפטייטש

ריכטער קעווענאו וועלכע האט שוין אויפן די סי סירקוט געאורטיילט אין אן אנדערע קעיס אז די סטרוקטור פונעם ביורא איז אומקאנסטיטוציאנאל האט ארויסגעברענגט אז פשוט פארוואסערן די באדייט פון די קאנגרעס ווערסיע וועט פירן צו דעם אז אנדערע אגענטורן וועלכע פארמאגן יא געזעצליך ענליכע מאכטן וועלן פארלירן זייער זעלבסטשטענדיגקייט ווייל מען וועט פרובירן צו פארוואסערן אויך די אפטייטש פון זייערע רעכטן באזירט אויף די סופרים קאורט אורטייל אין די איצטיגע קעיס

ריכטער גארסוטש איז אויך געווען סקעפטיש איבער א פארוואסערונג פון די הארבע אפטייטש פונעם געזעץ פרעגנדיג קלעמענט
ווי עס גייט למעשה כאפן א נפקא מינא צווישן די אויסוואלן פון פארוואסערן די איצטיגע געזעץ (דהיינו א קליינע אורטייל) און צוריקדרייען די סופרים קאורט פרעצעדענט (פון 1935 למספרם איבער די האנדלס קאמיסיע)

(פאר גארסוטש איז עס טאקע נישט קיין חילוק און ער קען גערן באשטיין צו אורטיילן אויפן שורש אבער געוויס איז עס שוין איינמאל א חילוק פאר ראבערטס וועלכע זוכט א מילדערע אורטייל און א וועג ארויס פארן געריכט שאפנדיג די ווייניגסטע קאנטערווערסיע וואס נאר מעגליך)

ראבערטס זעלבסט האט אויסגעקוקט צו האבן צווייטע געדאנקן איבער זיין פארשלאג מער ביים ענדע פונעם סעסיע (ווייל נאך אלעם איז עס אן אינטערסאנטע סארט אויסטייטשונג) זאגנדיג פאר קלעמענט אז אויב די פראגע גייט אראפקומען איבער וואס גענוי די געזעץ האט געמיינט גייט עס פירן צו ענדלאזע היי פראפיל קאנפליקטן אין יעדע פאל פון א שטרייט צווישן דעם פרעזידענט און די דירעקטאר אוון די געריכט גייט דארפן ארפאגיין יעדע מאל די וועג פון באשליסן אויב דאס הייסט יא אדער נישט אומטויגליך.. ראבערטס האט אפן אנערקענט ווי ער ציטערט פון אזא מעגליכקייט זאגנדיג אז אזאהס וואלט געווען די "ערגסטע פון אלע וועלטן"

אלעס אינאיינעם איז געבליבן זייער אומקלאר ווי אזוי די געריכט זאל האנדלען אין פאל עס איז דא א מאיאריטעט וועלכע באשליסן אז די איצטיגע סטרוקטור איז אומקאנסטיטוציאנאל

קעווענאו האט אנגעוויזן אויף א פראוויזיע אינעם דאד פרענק געזעץ וועלכע שרייבט קלאר אז אפילו אויב איין טייל פון די געזעץ פאלט זאל די איבריגע געזעץ בלייבן אין קראפט און קלאר געפרעגט צי עס איז נישט צייט צו ארויסנעמען יענע פראוויזיע פון שופלאד און עס נוצן (דהיינו,מען קען פסל'ן די געשאנקענע מאכט פארן דירעקטאר און ערלויבן פארן פרעזידענט פון היינט און ווייטער יענעם אויפצוזאגן פאר סיי וועלכע סיבה אבער די איבריגע טייל פון דאד פרענק אריינגערעכנט די עקזיסטענץ פון CFPB זאל פארבלייבן)

קעווענאו האט אנגעוויזן אז אויב צוליב די פראבלעם מיטן דירעקטאר אמט שאפן מיר אפ די עקזיסטענץ פון די גאנצע ביורא מיינט עס אז מיר איגנארירן יענע פראוויזיע פונעם געזעץ וועלכע פארזיכערט די איבערלעבעניש פונעם געזעץ אפילו ווען איין ראד פונעם וואגאן ווערט געלעכערט דורכן געריכט
שאנמוגאם איז אויפגעשפרונגען הערנדיג דאס, נאך אלעם פארטרעט ער די פירמע אונטער אויספארשונג און זיין גאנצע קעיס איז בלויז באזירט אויף די אומקאנסטיטוציאנאליטעט פון די גאנצע ביורא

ער האט זיך אנגעהויבן פארהערן מיט קעווענאו איבער ווען אין וואו מען קען נוצן אזעלכע "איבערלעבעניש פראוויזיעס" און די דעבאטע צווישן אים מיט קעווענאו איז געווען היבש שארף און אין די ענדע האט שאנמוגאם ארויסגעברענגט אז אויב מען וויל ערלויבן דעם פרעזידענט צו קענען אלעמאל אויפזאגן דעם דירעקטאר מוז מען אנערקענען אז די ביורא וועט זיין גאר עפעס אנדערש ווי דאס וואס קאנגרעס האט געוואלט (ווייל זיי האבו געוואלט א זעלבסטשטענדיגע ביורא) און דעריבער מוז די גאנצע ביורא פאלן און מען קען עס נישט ראטעווען מיט די איבערלעבעניש פראוויזיע

פראנסיסקא וועלכע פארטרעט די יוסטיץ דעפארטמענט איז בכלל נישט געווען אויפן זעלבן בלאט ווי שאנמוגאם אויף די פראגע זינט ער איז צופרידן אויב מען עלימינירט בלויז די מאכט פונע דירעקטאר און ער האט יא געגעבן רעכט פאר קעווענאו (אפילו אויב אין אזא פאל מיינט עס אז די פירמע קען ווייטער ווערן אויסגעפארשט אינטערסירט אים נישט די וואוילזיין פון די פירמע זינט ער איז נישט זייער אדוואקאטן זייערע אינטערעסן זענען נישט געמיינזאם איבער דעם)

לעטער וועלכע פארטרעט קאנגרעס האט געזאגט אז אפילו ער איז אומאיינשטימיג מיט פראנסיסקא און האלט אז מען דארף לאזן דעם דירעקטאר מיט זיין מאכט שטימט ער יא איין מיט פראנסיסקא אז אין פאל די געריכט נעמט אוועק די מאכט פונעם דירעקטאר זאל די CFPB בלייבן שטיין און אז קאנגרעס וואלט קלאר געוואלט אז אין אזא פאל זאל מען כאטש האבן ואס עס איז יא קאנסטיטוציאנאל און אז אין פאקט פלעגן גאר אסאך פונקציעס וועלכע ווערן היינט דורכגעפירט דורך די ביורא ווערן דורכגעפירט דורך "זיבן" אנדערע אגענטורן און אז די שאפונג פונעם ביורא האט בסך הכל פאראייניגט די רעגירונג אינוועסטירונג אין דעם געביט מו ווערן געפירט פון איין גרויסע און מער ארגאנאזירטע שירעם ביורא און מערסטנס פון די פליכטן פלעגן ווערן דורכגעפירט נאך בעפאר קאנגרעס באט בכלל געשפאן די ביורא און דעריבער איז אבסור צו זאגן אז מיט די דירעקטרר מאכט אין מיסט וואלט קאנגרעס נישט געוואלט האבן אזא ביורא בכלל נאכדערצו ווען עס איז קלאר דא אזא איבערלעבעניש פראוויזיע

נאך זיבעציג מינוט פון ארגומענטן (איך האף אז עס האט נישט גענומען אזוי לאנג זיי צו לעזן) איז שווער צו שאצן די אויסגאנג אינעם קעיס
ווייניג אפעטיט צו אורטיילן אז די געריכט דארף ניטאמאל אריינקוקן אין די מעריטס מיטן אויסנאם פון גינזבורג און סאטאמאיאר (ווי געשריבן אויבן)

די שטארקסטע ערווארטונג איז אז עס וועט מעגליך זיין א מאיאריטעט וועלכע וועט קומען צום אויספיר אז די דירעקטאר מאכט איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער אז די ביורא גופא קען ווייטער פונקציאנירן

היינט אינדערפרי האט די געריכט טאקע געאורטיילט 4-5 אז די דירעקטאר מאכט איז אומקאנסטיטוציאנאל אבער 7-2 אז די ביורא קען ווייטער פונקציאנירן
די אורטייל איז געשריבן דורך ריכטער ראבערטס

טאמאס און גארסוטש וואלטן עלימינירט די גאנצע ביורא

ריכטערין קעיגען האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 10:53 am

א ריכטער אין ווירדזשיניע האט אפגעווארפן אן אנקלאגע אריינגעטראגן דורך קאנגרעסמאן נונעז פארן אים באשמוצן
נונעז האט געוואלט קלאגן טוויטער פארן ערלויבן דעם טוויט שרייבער אים צו באשמירן אבער די געריכט זאגט אז אויב וויל ער קלאגן איינעם מוז עס זיין דעם שרייבער און נישט טוויטער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יוני 29, 2020 10:57 am

א דאנק הבל
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 11:08 am

מטעמים האט געשריבן:א דאנק הבל

יישר!

עפרות זהב
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך עפרות זהב » מאנטאג יוני 29, 2020 11:21 am

הבל ישר כח איך האב אזא הנאה צו ליינען דיינע באריכטען איבערן געריכט מיט אזא קלארקייט,
די לערנסט אפשר פאהר א שיעור גמרא תוספות איך וואלט ווען געוואלט קומען צום שיעור מיט אזא קלארקייט און געשמאק
ביטע שרייב מיר אין אישי ווי די שיעור איז
עטליסט סתם רעדן מיט א געשמאקע יוד איז אויך ווערט
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

עפרות זהב
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך עפרות זהב » מאנטאג יוני 29, 2020 11:26 am

עפרות זהב האט געשריבן:איך מיין אז די מאכסט א טעות, ראבערטס איז קאנסערוועטיוו געהריג, נאר ער האלט אז אלץ הויפט ריכטער מיז ער וואטשען אז די ס. ק. זאל נישט ווערן פאליטעזירט ממילא ביי יעדע היציגע דעבאטע שטימט ער אנצוהאלטען סטאוט קאווא, אבער זיינע שטעלונגען זענען קיינמאל נישט אייניג מיט די ליבעראלען נאר ער טרעפט א זייטיגע סיבה פ"וו , ביי אבאמא קעיר אלץ א טעקס, צענסוס, און דאקא נישט ריכטיגע סיבה אנגעגעבען אבער מען קען נאך אלץ איבערמאכען מתחילה וכו'
ביי נארישקייט וואס אנדערע שטארקע קאנסעוועטיווס האבען געשטימט מיט די ליבעראלען (מחמת ביי עקסטרע עקן זענען אז די גאווערמענט קומט נישט אריין צו רעדן אין דעם) האט ער געשטימט מיט די רעכטע זייט
איך קען פאראויס זאגען אז ער גייט שטימען נישט ארויס צוגעבען טראמפס טעקס ריטורןס אויך מהאי טעמא צו בלייבען העכער פאליטיק וועט מען בלייבען מיטן אלטען

איך ברענג צוריק די תגובה צו באשטעטיגען וואס איך האב דא געשריבען אז ראבעטס פרובירט צו האלטען דעם סופרים קוארט העכער פאליטיק
ווי ער אליין האט היינט געזאגט איבער די חוקי רציחה אז שטימט אנצוהאלטען דעם פרעצעדנט (אפי' ביי טעקסעס האט ער געשטימט אנדערשט)
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 11:28 am

עפרות זהב האט געשריבן:הבל ישר כח איך האב אזא הנאה צו ליינען דיינע באריכטען איבערן געריכט מיט אזא קלארקייט,
די לערנסט אפשר פאהר א שיעור גמרא תוספות איך וואלט ווען געוואלט קומען צום שיעור מיט אזא קלארקייט און געשמאק
ביטע שרייב מיר אין אישי ווי די שיעור איז
עטליסט סתם רעדן מיט א געשמאקע יוד איז אויך ווערט

יישר כח פאר די קאמפלימענטן!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יוני 29, 2020 11:30 am

Wow איז דאס געווען א באריכט!!!

אור
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אור » מאנטאג יוני 29, 2020 11:38 am

ראבערטס איז די נייע סווינג וואוט :oops:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 11:41 am

מייקל פלין'ס אדוואקאט סידני פאועל'ס טוויטער אקאונט צייטווייליג סוספענדירט אנגעבליך צוליב אומגעווענליכע אקטיוויטעטן

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יוני 29, 2020 11:50 am

ייש"כ הכל הבל

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יוני 29, 2020 12:01 pm

דא קען מען הערן די מונדליכע ארגומענטן איבער'ן קעיס אין העכסט געריכט
https://www.supremecourt.gov/oral_argum ... 19/18-1323

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 29, 2020 12:28 pm

אצינד איז די געריכט פארבליבן מיט 10 קעיסעס צו אורטיילן און מארגן איז שוין יוני דער לעצטער למספרם וועלכע באדייט אז די געריכט וועט צום ערשטן מאל זינט 1996 למספרם אריינציען איר סעסיע אין יולי למספרם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, היטשינער און 23 געסט