נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג יוני 22, 2020 5:41 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:.....

This is wrong. You confused DAPA with DACA.

גערעכט! טעיתי.

זאל איך יעצט גיין אויסמעקן יענע תגובה?
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 24, 2020 10:28 am

די-סי קאורט אוו עפיעלס אורטיילט אז די פעדעראלע דיסטריקט ריכטער געשטעלט איבער די מייקל פליען קעיס, זאל אננעמען די ביטע פון די די-או-דזשי און ארויסווארפן די קלאגעס קעגן אים.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך יוני 24, 2020 10:33 am

יש ברירה האט געשריבן:די-סי קאורט אוו עפיעלס אורטיילט אז די פעדעראלע דיסטריקט ריכטער געשטעלט איבער די מייקל פליען קעיס, זאל אננעמען די ביטע פון די די-או-דזשי און אפרופן די קלאגעס קעגן אים.

גוטע נייעס, א מפלה פאר די אלע רשעים וואס פארדעקן זייער רשעות אונטערן שלייער פון יוסטיץ

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 24, 2020 10:41 am

איך ווייס נישט וועגן רשעים אדער רשעות אבער עס פרייט מיך צו הערן אז פלין ווערט באפרייט.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך יוני 24, 2020 11:04 am

יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן רשעים אדער רשעות אבער עס פרייט מיך צו הערן אז פלין ווערט באפרייט.

איך ווייס ליידער יא פון אסאך אידן וואס זענען געפלאגט פון די זעלבע רשעות פון וואס פלין איז און דערפאר פריי איך מיך

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך יוני 24, 2020 11:06 am

.
צוגעלייגטע
Screenshot_2020-06-24 donald trump - Google Search.png
Screenshot_2020-06-24 donald trump - Google Search.png (6.43 KiB) געזעהן 829 מאל

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 24, 2020 12:05 pm

א פעדעראלע אפּעלאט געריכט אין וואשינגטאן האט געאורטיילט לטובת דער טראמפּ אדמיניסטראציע, איבער'ן וועג וויאזוי זיי האבן אויסגעברייטערט דעם פּראצעדור פון שנעל דעפּארטירן אומלעגאלע אימיגראנטן.

די אדמיניסטראציע האט עס געהאט אויסגעברייטערט אין יולי יאר 19', אריינגערעכנט דאס אז מען זאל קענען באלד דעפּארטירן און צוריקשיקן אזעלכע אימיגראנטן וואס ווערן געכאפּט ביים אריינקומען אומלעגאל אויב האט מען זיי אין די צוויי יאר בעפאר'ן אריינקומען שוין געהאט געכאפּט אין אמעריקע און זיי איין מאל דעפּארטירט.

ליבעראלע גרופּעס האבן געהאט געקלאגט קעגן די אויסגעברייטערטע דעפּארטאציעס.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 24, 2020 12:17 pm

די אורטייל אז מען זאל פריי לאזן פלין געווען 2-1

ריכטערין הענדערסאן נאמינירט צום דיסטריקט געריכט דורך פרעזידענט רעיגען און שפעטער צום סירקוט קאורט דורך פרעזידענט בוש דער ערשטער
און ריכטערין נעאמי רעא נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ

ריכטער ווילקינס איז געווען אין די אפאזיציע און איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט רעיגען
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יוני 24, 2020 12:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 24, 2020 12:19 pm

עס איז אבער אינטערסאנט צו וויסן אז אויפן די סי קען סיי וועלכע אקטיווע ריכטער פארלאנגען אז סיי וועלכע פאנעל אורטייל זאל ווערן איבערגעהערט דורכן פולע באנק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 24, 2020 12:30 pm

דיסטריקט ריכטער סאליוואן זעלבסט קען בעטן אז די פולע באנק זאל איבערהערן די קעיס אבער אפילו אויב ער בעהט עס נישט קען עס סיי וועלכע ריכטער אויפן סירקוט פארלאנגען אריינגערעכנט ריכטער ווילקינס וועלכע האט געשריבן די אנטי פלין מיינונג

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:15 am

דערווייל האט ריכטער סאליוואן געלייגט אויף האלד די פלין קעיס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 2:33 am

קענטאקי האט געשריבן:קרוז איז א שטיקל חוזק ווען עס קומט צו ראבערטס, פאר וועם ער האט אזוי געפייט בשעתו.

קען זיין פאר דעם טוט ער תשובת המשקל...

קרוז געפייט פאר ראבערטס? וואו וואס ווען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:38 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:קרוז איז א שטיקל חוזק ווען עס קומט צו ראבערטס, פאר וועם ער האט אזוי געפייט בשעתו.

קען זיין פאר דעם טוט ער תשובת המשקל...

קרוז געפייט פאר ראבערטס? וואו וואס ווען?

עס ליגט מיר אין קאפ אז קרוז איז דעמאלטס געווען אינוואלווד אין שטופן ראבערטס' נאמינאציע צום סופרים קאורט.

ביי איינע פון די 16' דעבאטעס איז פארגעקומען אן אויסטויש צווישן אים און טראמפ איבער דעם. אנגעהויבן האט זיך עס ווען קרוז האט געצימבלט טראמפ אז ער איז א ליבעראלער און ער וועט באשטימען לינקע ריכטער, האט טראמפ אויף דעם צוריק געשריגן, ווער האט געשוויצט פאר דזשאן ראבערטס, פון וועמען מ'האט נאר צער.. קרוז האט זיך עפעס ארויסגעדרייט מיט היימישע תירוצים וועגן בוחר הרע במיעוטו, חובת השעה וכו'...

איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די היסטאריע, איך געדענק נאר האלבע זאכן. אויב איר געדענקט אנדערש, אדרבה, איך קען באשטיין געוואויר צו ווערן מער.

כ'האב אינגאנצן נישט געמיינט מיט מיין תגובה אוועקצונעמען קרוז'ס רעכטן צו אראפרייסן ראבערטס.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:09 am

די סופרים קאורט האט היינט געאורטיילט אין די פאלגענדע קעיס

אין די עפאכע נאך די סעפטעמבער 11 למספרם אטאקעס האט דאן קאנגרעס באשטעטיגט שטרענגע אנטי טעראריזם געזעצן און צווישן זיי א געזעץ אין 2006 למספרם וועלכע שרייבט אז די פעדעראלע געריכטן האבן נישט קיין יוריסדיקציע איבער אויסלענדער פארהאלטן אין די גוואטאנאמא בעי מיליטערישע טורמע

אבער אין א סעריע פון עטליכע אורטיילן אין יענע יארן האט די סופרים קאורט געשריבן אז די געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל און ריכטער קענעדי האט דאן געשריבן אין א 5-4 אורטייל אז ארעסטאנטן אין די טורמע פארמאגן די רעכט צו קלאגן אין די געריכטן אויב זיי גלויבן אז זיי ווערן אומבארעכטיגט פארהאלטן

די פיר קאנסערוואטיוון דאן אויפן געריכט האט געציילט ראבערטס, סקאליא, אליטא און טאמאס וועלכע זענען געווען אומאיינשטימיג

אצינד איז די קעיס פונדאסניי ארויפגעשווימען צוליב אן קעיס פון אן אומלעגאלע אימיגראנט מיטן נאמען ווידזשאיאקומאר טורעיסיגעים וועלכע האט עמיגרירט סרי לאנקא און זיך איבערגעגעבן פאר די אמעריקאנע גרעניץ פאטראל ביים אריינקומען אין קיין קאליפארניע

לויט די געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט אין 1996 למספרם וועלן אימיגראנטן וועלכע ווערן באצייכנט ביים געכאפט ווערן אלץ אזעלכע וועלכע האבן נישט קיין שום שאנס אדער אויסרייד צו ווערן אקצעפטירט אין לאנד געווענליך ערלויבן די גרנעיץ אפיצירן ארויסצוגעבן אן ארדער אז מען קען זיי זאפארט דעפארטירן און די סטאטוס ווערט גערופן "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור"

אנדערש איז אבער אין פאל וואס די אימיגראנט פארלאנגט אזיל רעכט צוליב אנגעבליכע פארפאלגונגען אין זייערע היימלענדער און אין אזא פאל לויטעט די געזעץ אז אן אזל רעכט אפיציא זאל איבערקוקן די טענה פונעם אימיגראנט און אויב ער באשטעטיגט אז יש דברים בגו פאלן אזלעכע אימיגראנטן אריין אין א קאטעגאריע גערופן "פולע דעפארטאציע פראצעדור" וועלכע איז אנדערש פון די "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור" און באדייט אז דער אימיגראנט איז נישט אין קיין באלדיגע געפאר פון ווערן דעפארטירט נאר קען אריינגעבן אן אפליקאציע פאר אזיל רעכט און און פאל די אפליקאציע ווערט אפגעווארפן קען דער יעניגער פארלאנגן אז אן אימיגראציע געריכט זאל איבערקוקן די קעיס

אויב אבער דער אימיגראציע אפיציר באשליסט ביים ערשטן איבערזיכט אז עס ליגט גארנישט אונטער די אנגעבליכע אזיל רעכט פארלאנג פוןנעם אימיגראנט דאן קען יענער נישט פארלאנגען פאר אזיל רעכט און יענעם'ס לעצטע אפציע איז פארלאנגען א גאר באגרעניצטע אדמיניסטראטיווע איבערזיכט פראצעדור אבער מען פארבלייבט מיט די "פארשנעלערטע דעפארטאציע פראצעדור" סטאטוס

אונזער ווידזשאיאקומאר טורעיסיגעים האט זיך געטראפן אין אט אזא פאזיציע ווען דער אימיגראציע אפיציר האט נישט אקצעפטירט זיין אזיל רעכט טענה אז זיין אנגעהערן צו די מינאריטעט טאמיל פאפולאציע אין סרי אלנקא שטעלט אים אויס צו א לעבנס געפאר

טורעיסיגעים האט זיך געוואנדן צום געריכט מיט די טענה אז אומלעגאלע אימיגראנטן דארפן געניסן פון די רעכט צו ברענגן זייערע קעיסעס פארנט פון די פעדעראלע געריכטן און אנגעוויזן אויף די אויבנדערמאנטע סופרים קאורט אורטייל אז אויך אויסלענדער באקומען די רעכט צו ווערן באהאנדלט אין די גערכיט סיסטעם און אז א קאנגרעס געזעץ וועלכע עלימינירט די דאזיגע רעכט איז אומקאנסטיטוציאנאל

א פאנעל אויפן ניינטן קרייז געריכט האט אנגענומען דעם ארגומענט און די קעיס האט דערנאך געמאכט איר וועג צום סופרים קאורט ווי די רעגירונג זוכט עס צו אפעלירן

די ארגומענט פון די טראמפ אדמינסטראציע איז אפצוטיילן די גוואטאנאמא קעיס פון די אימיגראציע קעיס מיטן ערקלערונג אז די פארדעכטיגע טעראריסטן אין גוואטאנאמא האבן גע'טענה'ט אז זיי ווערן אומבארעכטיגט פארהאלטן און אויב די געריכטן קענען נישט אריינרעדן אין זייער קעיס ווערן זייערע רעכטן פארלאצט דורך די רעגירונג וועלכע פארהאלט זיי אקעגן זייער ווילן

אנדערש איז אבער מיט די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע ווערן גערן צוריקגעלאזט אין זייערע היימלענדער און זי קענען זיך נישט באקלאגן אויף ווערן פארהאלטן אן קיין געהעריגע פארטיידיגונג רעכט אין געריכט זינט עס איז זייער באשלוס צו פארבלייבן דא און די רעגירונג ערלויבט זיי זיך אומצוקערן צו זייערע היימען אויף די פריי
די קעיס איז גאר אן ערנסטע ווען עס קוקט צו די אימיגראציע פראגע אבער לעגאלע קעפ איבערן לאנד האבן געהויבן ברעמען ליינענדיג די ארגומענטן וועלכע סאליסיטאר דזשענעראל פראנסיסקא האט צוגעשיקט צום געריכט אין דעצעמבער למספרם

אויסער די אויבנדערמאנטע דיפרענעץ צווישן גיטמא און אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע די ריכטער זאלן אין באטראכט נעמען אפילו זיי לאזן די גיטמא אורטייל אין פלאץ שרייבט ער אז די טענה פון טורעיסיגעים דארף ווערן ארויסגעשליידערט ווייל די שרייבער פון די קאנסטיטוציע האבן קיינמאל נישט געמיינט צוצוטיילן די רעכט פון וועלכע אמעריקאנע בירגער געניסן צו נוצן די אמעריקאנע געריכט סיסטעם ווען זיי ווערן אומ'יושר'דיג באהאנדלט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זוכן זיך צו באפרייען פון דעפארטאציע ארדערס

די פאראגראף איז א קלארע אנדייטונג אז די יוסטיץ דעפארטמענט פרובירט זייער מזל מיטן שטופן די געריכט איבערצודרייען די פרעצעדענט געשאפן דורך די גיטמא אורטייל וועלכע ריכטער קענעדי האט געשטיצט

זינט יענע שמאלע אורטייל קומט פאר אן אפענע קאמף דורך ריכטער רעימאנד רענדאלף וועלכע זיצט אויפן די סי אפעלאט קאורט און טוט שוין פאר יארן בונטעווען אקעגן יענע אורטייל וועלכע האט לויט אים פאראורזאכט אומגעהויערע שאדנס צו נאציאנאלע זיכערהייט און נאכפאלגנדיג יענע סופרים קאורט אורטייל האבן טאקע א רייע גוואטאנאמא פארהאלטענע געברענגט זייערע קעיסעס צום די סי דיסטריקט געריכט אבער די רעגירונג האט זיי אלע אפעלירט צום די סי סירקוט אויף וועלכע ריכטער רענדאלף זיצט און מיט די הילף פון זיינע קאנסערוואטיווע קאלעגן איז יעדע איינציגע אזא קעיס געווארן ארויסגעווארפן דורכן אפעלאט געריכט אריינגערעכנט צוויי פון די העכערע פראפיל פון די קעיסעס וועלכע ריכטער ברעט קעווענעאו וועלכע איז דאן געזיצן אויפן די סי קרייז געריכט און האט דאן געשטימט מיט די קאנסערוואטיווע מאיאריטעט אקעגן די פארהאלטענע

אצינד טוט די רעגירונג האפן אז א ריכטער קעווענאו וועט זיין מער סימפאטיש ארויסצוטראסקענען יענע פרעצעדענט געשאפן מיט די שטיצע פון זיין פארגייער ריכטער קענעדי

די באשלוס פאראויסצוגיין מיט אזא ארגומענט קען פילייכט ווערן צוגעשריבן צו אטוירני דזשענעראל וויליאם באר וועלכע האט אנדערש ווי ביי געווענליכע קעיסעס ער ווערט בלויז מינימאל רעפערירט האט די איצטיגע קעיס געצויגן זיין פולע אויפמערקזאמקייט און ער אזעהט אין דעם אן עפענונג לויז צו ווערן פון די גיטמא אורטייל אקעגן וועלכע ער איז טייל פון די ארכי קעמפער און איז אנגעשלאסן אין די קאאליציע פון קאנסערוואטיווע יוריסטן וועלכע האבן עס קיינמאל נישט געהעריג פארדייעט

באר האט ארויסגערעדט איבער יענע אורטייל ביי א פארזאמלונג פון די פעדעראליסט סאסייעטי פאריגן נאוועמבער למספרם און עס באצייכנט אלץ די מערסטע אבסורד און קאנסקווענצנפולע מאכט פארכאפונג פון די רעכטן פון די עקזעקוטיווע פליגל אין די היסטאריע ווען די יורידישע צווייג האט זיך רעזערווירט די רעכט אריינצורעדן אין מיליטערישע באשלוסן אין באצוג צו אנצוקלאגן פארהאלטענע אין א מיליטערשע קאנפליקט אנשטאט וואס די באשלוסן זאלן געהערן אויסשליסליך צו די יוריסדיקציע פונעם פרעזידענט אלץ קאמאנדיר אין טשיעף

איצט האט די סופרים קאורט געאורטיילט אקעגן טורעיסיגעים 7-2 ווען ריכטער אליטא שרייבט די מאיאריטעט אורטייל און ריכטערין סאטאמאיאר און קעיגען זענען אין די מינאריטעט
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:12 am

זעהער האט געשריבן:דערווייל האט ריכטער סאליוואן געלייגט אויף האלד די פלין קעיס

די נעכטיגע אורטייל גייט ערשט אריין אין אפעקט אין 21 פון נעכטן וועלכע באדייט אז אויף די מינוט מוז סאליוואן נישט נעמען סיי וועלכע שריט

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:14 am

הכל הבל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:דערווייל האט ריכטער סאליוואן געלייגט אויף האלד די פלין קעיס

די נעכטיגע אורטייל גייט ערשט אריין אין אפעקט אין 21 פון נעכטן וועלכע באדייט אז אויף די מינוט מוז סאליוואן נישט נעמען סיי וועלכע שריט

יישר כח הכל פאר דיינע באריכטן, מיר באלעקן זי די פינגער...

ס'מאכט ערגעץ אויס ווען ער נעמט שריט?
עס איז דא עפעס א נפקא מינה פאר פלין ווען מען ווארפט ארויס די קעיס, היינט אדער מארגען?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re:

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:17 am

פארדינט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
זעהער האט געשריבן:דערווייל האט ריכטער סאליוואן געלייגט אויף האלד די פלין קעיס

די נעכטיגע אורטייל גייט ערשט אריין אין אפעקט אין 21 פון נעכטן וועלכע באדייט אז אויף די מינוט מוז סאליוואן נישט נעמען סיי וועלכע שריט

יישר כח הכל פאר דיינע באריכטן, מיר באלעקן זי די פינגער...

ס'מאכט ערגעץ אויס ווען ער נעמט שריט?
עס איז דא עפעס א נפקא מינה פאר פלין ווען מען ווארפט ארויס די קעיס, היינט אדער מארגען?

איינע פון זיינע שריט קען זיין א פארלאנג אז די פולע באנק זאל איבערהערן די קעיס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:20 am

קענטאקי האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:קרוז איז א שטיקל חוזק ווען עס קומט צו ראבערטס, פאר וועם ער האט אזוי געפייט בשעתו.

קען זיין פאר דעם טוט ער תשובת המשקל...

קרוז געפייט פאר ראבערטס? וואו וואס ווען?

עס ליגט מיר אין קאפ אז קרוז איז דעמאלטס געווען אינוואלווד אין שטופן ראבערטס' נאמינאציע צום סופרים קאורט.

ביי איינע פון די 16' דעבאטעס איז פארגעקומען אן אויסטויש צווישן אים און טראמפ איבער דעם. אנגעהויבן האט זיך עס ווען קרוז האט געצימבלט טראמפ אז ער איז א ליבעראלער און ער וועט באשטימען לינקע ריכטער, האט טראמפ אויף דעם צוריק געשריגן, ווער האט געשוויצט פאר דזשאן ראבערטס, פון וועמען מ'האט נאר צער.. קרוז האט זיך עפעס ארויסגעדרייט מיט היימישע תירוצים וועגן בוחר הרע במיעוטו, חובת השעה וכו'...

איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די היסטאריע, איך געדענק נאר האלבע זאכן. אויב איר געדענקט אנדערש, אדרבה, איך קען באשטיין געוואויר צו ווערן מער.

כ'האב אינגאנצן נישט געמיינט מיט מיין תגובה אוועקצונעמען קרוז'ס רעכטן צו אראפרייסן ראבערטס.

כ' וויל נישט שטערן הרב הכל הבל פון זיין ארבייט, אבער עפעס ביסטו צומישט, ראבערטס האט בוש אריינגעלייגט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:51 am

דאכט זיך אז קרוז האט אמאל געארבעט פאר בוש. עכ"פ, עפעס איז ער געווען פארמישט דארט. איך גלייב נישט אז טראמפ האט זיך סתם גע'חלומ'ט און קרוז איז נאך מיטגעגאנגען דערמיט.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:.

און וואס איז וועגן די גיטמאו חלק?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:49 pm

און איך האב געמיינט אז די ליבעראלן שטימען אלעמאל צוזאמען...

צוויי פון די ליבעראלן האבן געשטימט מיט די קאנסערוואטיוון אויף א פאליטיש הייסע פסק.

@הכל הבל, 7-2, נישט 5-2.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:52 pm

ס'איז אמת אז קרוז האט געארבעט פאר בוש און ער האט געהאלפן אריינברענגען ראבערטס אין די סופרים קורט!
לויט ווי איך פארשטיי איז ער דעמאלטס געווען א נידריג ראנגיגע ארבעטער פאר פרעזידענט בוש!

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 6:05 pm

קרוז איז געווען די לאיער פאר די בוש לאגער אין די גאור ווס. בוש קעיס
אדאנק קרוז׳ געוואלדיגע ארבעט האט גאור זיך געלאזט וואקסן א בארד
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך זעהער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 6:33 pm

אבער דעמאלטס האט ער נישט געארבעט אריינצוברענגען ראבערטס צו די סופרים קורט

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:37 pm

זעהער האט געשריבן:ס'איז אמת אז קרוז האט געארבעט פאר בוש און ער האט געהאלפן אריינברענגען ראבערטס אין די סופרים קורט!
לויט ווי איך פארשטיי איז ער דעמאלטס געווען א נידריג ראנגיגע ארבעטער פאר פרעזידענט בוש!

כ'האב עס נאכגעקוקט. וויקיפידיע זאגט אז קרוז האט -ארבעטנדיג פאר'ן בוש קאמפיין- רעקרוטירט דזשאן ראבערטס צו בוש'ס ליגל טיעם קעגן גאור.

אין די צייט וואס גאור איז אפוינטעד געווארן צום סופרים קאורט האט קרוז געארבעט פאר די טעקסאס יוסטיץ דעפארטמענט.
איך קען עפעס נישט טרעפן די שייכות וואס ער האט געהאט מיט ראבערטס' נאמינאציע, אבער איך געדענק קלאר אז ער איז געווען פארבינדן.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 17 געסט