בד"ה - הרה"צ מרן ר' שלמה זלמן כ"ץ זצ"ל - אב"ד תו"א וומס"ב

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג יוני 01, 2018 3:56 pm

טעם וריח האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
ס'איז דא א חיבור אויפ'ן שערי היחוד והאמונה פון ספה"ק ליקוטי אמרים צאמגענומען פון זיינע שיעורים.

געדענק מיר נאך די פול געפאקטע פי עס זעכצן ביי זיינע שבת הגדול - שבת שובה דרשות, מיט זיין שאגת ארי און להב אש, זייער הארציגע און פייערדיגע דרשות. מען פלעגט ממש שטיין ביי די פענסטער אינדרויסן צו קענען מיטהאלטן.

יהא זכרו ברוך.

דענקן מיר די פלאם פייערדיגע דרשות, אויך אין קליימער טערעס די פרק פארלערנען, א שטיק פייער, מפלעגן זיך כמה פעמים אויסוויינען ביי זיין לעכטיגע (טינקל) של״ס וואו ער פלעגט רייסן שטיקער! איי וואו נעמט מען דאס! געווען א לעכטיג ווינקל אין וויליאמסבורג פאר יעדן מבקש.
א מעריב א דאווענען, פייער פון די באלאטעס!!
ליגט מיר אין זכרון די הערליכע חנוכה נעכט, די שריפת הפתילים זאת חנוכה. יארן וואס דאס געבט חיזוק.
(לכאורה די גאר אינגע דור געדענקט שוין נישט זינט די רב זצ״ל איז געווען אפגעשוואכט באלט 15 יאר בעונה״ר)
ת.נ.צ.ב.ה


יא, מיר האבן אויכט געהאט די זכיה צו מיט האלטן סיי די פרק לערנען אין קליימער טערעס אין סיי די שבת תשובה און הגדול דרשות און Ps 16
מיט אזא מתיקות האט ער געפאדערט פון אינז זיך צו פארבעסערן,

און די שובבים בכיות (תורות ) די עולם האט זיך נישט געשעמט צו וויינען,

Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע: Monroe, NY

תגובהדורך Meisels » פרייטאג יוני 01, 2018 4:19 pm

Pictures from Levaya
צוגעלייגטע
7E9D3075-EB2A-4313-856C-D57312E72A48.jpeg
7E9D3075-EB2A-4313-856C-D57312E72A48.jpeg (549.74 KiB) געזעהן 2082 מאל
ADAD1AC3-AB4B-4001-8CCB-1E68D1D265D6.jpeg
ADAD1AC3-AB4B-4001-8CCB-1E68D1D265D6.jpeg (375.66 KiB) געזעהן 2082 מאל

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג יוני 01, 2018 4:28 pm

אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

אוהב ציון
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » פרייטאג יוני 01, 2018 6:30 pm

קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ס'פלעג זיין אין די זיממערס לעבען סקאפס באנגעלויס?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג יוני 01, 2018 6:32 pm

אוהב ציון האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ס'פלעג זיין אין די זיממערס לעבען סקאפס באנגעלויס?


יא.

Meisels
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 9:40 am
לאקאציע: Monroe, NY

תגובהדורך Meisels » פרייטאג יוני 01, 2018 7:00 pm

More pics
צוגעלייגטע
8FCE6DD0-BDD3-4DCC-9958-467CBEB4A313.jpeg
8FCE6DD0-BDD3-4DCC-9958-467CBEB4A313.jpeg (417.82 KiB) געזעהן 1860 מאל
CB49B9E1-6EE8-4F06-9F51-2726134126D8.jpeg
CB49B9E1-6EE8-4F06-9F51-2726134126D8.jpeg (583.05 KiB) געזעהן 1860 מאל

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » פרייטאג יוני 01, 2018 7:11 pm

איך האב געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די שיעורים פון ליקוטי אמרים יעדן ליל שישי פון המשך פון עטליכע יארן. ער פלעגט זאגן, אז ער האט דעם ספה"ק א דורך געלערנט מיט זיין שווער הגה"ק מתולדות אהרן זי"ע פיר מאל.
דעם שיעור האט ער געזאגט, מיט א אש קודש, שמועסנדיג חסידות, עבודת ה', עבודת התפילה, שבירת המדות, מדת השמחה, והסתפקות ועוד ועוד.
בכלל מיט געהאלטן אסאך טישן מיט שלש סעודות (וואס דאס איז געווען בכלל א אנדערע בחינה). אוי עס בענקט זיך!
זיינע דברי מוסר ליגט אין די ביינער! מי יתן לנו תמורתו
1

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » מוצ"ש יוני 02, 2018 9:50 pm

קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ישיבה היכל התורה ד׳שימלוי
שפעטער איז די ישיבה אריבער צו סאטמאר

דריידל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מוצ"ש יוני 02, 2018 11:32 pm

טראכט א מינוט האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ישיבה היכל התורה ד׳שימלוי
שפעטער איז די ישיבה אריבער צו סאטמאר

וואס הייסט אריבער צו סאטמאר? סאטמאר האט איבערגענומען זיינע בחורים?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג יוני 03, 2018 12:13 am

דריידל האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ישיבה היכל התורה ד׳שימלוי
שפעטער איז די ישיבה אריבער צו סאטמאר

וואס הייסט אריבער צו סאטמאר? סאטמאר האט איבערגענומען זיינע בחורים?


כ'האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן, און יעצט גלייב איך אויך אז ס'וועט ווערן געמעקט.
די מייסדים פון ישיבת שימלויא, זענען יעצט די מגי"ש פון היכל התורה. זיי האבן געזוכט צו מאכן א ישיבה פאר זייער ציבור, אבער האבן זיך נישט ערלויבט עס צו מאכן אונטערן נאמען סאטמאר (ווילאנג דער ברך משה האט געלעבט), האבן זיי קודם פרובירט צו מאכן שימלויא, בנשיאות הגה"צ ר' שלמה זלמן זצ"ל, שפעטער האבן זיי אים איבערגעלאזט און עס גערופן מיטן "נייטראלן" נאמען "היכל התורה", דערנאך איז געקומען די סעזאן פון די תורה'ס, "קרן", "מבצר", "נזר" ועוד. - ווען דער ברך משה איז נפטר געווארן, האבן זיי אלע צובאקומען דעם נאמען "ד'סאטמאר", און דוכט זיך היי יאר צום ערשטן מאל מאכן זיי א פאראייניגטע דינער.
אבער די גאנצע שמועס געהערט נישט אין דעם אשכול

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 03, 2018 12:22 am

שימלוי האט נאך געהאט א ישיבה בשנת תשס"ג, עס איז געווען איינקווארטירט אין ביהמ"ד נתיבות עולם, ווען היכל התורה (און כמדומה לי אויך שער התורה) איז שוין געשטאנען - אפיציעל מטעם צד מהר"א.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג יוני 03, 2018 12:43 am

ווערעצקי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ישיבה היכל התורה ד׳שימלוי
שפעטער איז די ישיבה אריבער צו סאטמאר

וואס הייסט אריבער צו סאטמאר? סאטמאר האט איבערגענומען זיינע בחורים?


כ'האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן, און יעצט גלייב איך אויך אז ס'וועט ווערן געמעקט.
די מייסדים פון ישיבת שימלויא, זענען יעצט די מגי"ש פון היכל התורה. זיי האבן געזוכט צו מאכן א ישיבה פאר זייער ציבור, אבער האבן זיך נישט ערלויבט עס צו מאכן אונטערן נאמען סאטמאר (ווילאנג דער ברך משה האט געלעבט), האבן זיי קודם פרובירט צו מאכן שימלויא, בנשיאות הגה"צ ר' שלמה זלמן זצ"ל, שפעטער האבן זיי אים איבערגעלאזט און עס גערופן מיטן "נייטראלן" נאמען "היכל התורה", דערנאך איז געקומען די סעזאן פון די תורה'ס, "קרן", "מבצר", "נזר" ועוד. - ווען דער ברך משה איז נפטר געווארן, האבן זיי אלע צובאקומען דעם נאמען "ד'סאטמאר", און דוכט זיך היי יאר צום ערשטן מאל מאכן זיי א פאראייניגטע דינער.
אבער די גאנצע שמועס געהערט נישט אין דעם אשכול

הכל תלי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג יוני 03, 2018 12:59 am

ווערעצקי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טראכט א מינוט האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:האט אמאהל געהאט א ישיבה?

אוודאי די שימלויער ישיבה

ישיבה היכל התורה ד׳שימלוי
שפעטער איז די ישיבה אריבער צו סאטמאר

וואס הייסט אריבער צו סאטמאר? סאטמאר האט איבערגענומען זיינע בחורים?


כ'האב זיך איינגעהאלטן פון שרייבן, און יעצט גלייב איך אויך אז ס'וועט ווערן געמעקט.
די מייסדים פון ישיבת שימלויא, זענען יעצט די מגי"ש פון היכל התורה. זיי האבן געזוכט צו מאכן א ישיבה פאר זייער ציבור, אבער האבן זיך נישט ערלויבט עס צו מאכן אונטערן נאמען סאטמאר (ווילאנג דער ברך משה האט געלעבט), האבן זיי קודם פרובירט צו מאכן שימלויא, בנשיאות הגה"צ ר' שלמה זלמן זצ"ל, שפעטער האבן זיי אים איבערגעלאזט און עס גערופן מיטן "נייטראלן" נאמען "היכל התורה", דערנאך איז געקומען די סעזאן פון די תורה'ס, "קרן", "מבצר", "נזר" ועוד. - ווען דער ברך משה איז נפטר געווארן, האבן זיי אלע צובאקומען דעם נאמען "ד'סאטמאר", און דוכט זיך היי יאר צום ערשטן מאל מאכן זיי א פאראייניגטע דינער.
אבער די גאנצע שמועס געהערט נישט אין דעם אשכול

די ישיבה האט זיך געעפענט תש״ס פאר 1 יאר איז עס געווען צוזאמען מיט שימלאוי אין נאך 1 יאר האט מען זיך אפגעטיילט אין שימלאוי איז נאך געווען אפען ביז אפאר יאר שפעטער.
די אנדערע תורה ישיבות האבן גלייך זיך געריפן סאטמאר ביים זיך עפענען קרן תשס״ג באר תשס״ד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 03, 2018 9:33 am

הלשון האט געשריבן:ביים חתונה פון בנו הגה"צ אהרן שליט"א, אב"ד תולדות אהרן

תשנ"ו באולם ראוז קעסל


דער בחור הונטערן רב זצ"ל איז אלטמאן ב"ר משה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 03, 2018 9:41 am

Working האט געשריבן:געהערט אז ער האט געשריבן א נוסח המציבה.
זייער קורץ בלויז די נאמען און טיטל.
קען איינער אריינקומען מיט פרטים?

אויף זיין פאטערס מציבה שטייט אויך בלויז טרוקענע פאקטן וואו ער משמש געוועזן ברבנות ויחוסו.

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 03, 2018 9:44 am

טעם וריח האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וואו האט מען עם געלייגט?

חלקת סאמביטעהלי אין נוי דשורסי

https://goo.gl/maps/jLSCqGKj8KP2
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יוני 03, 2018 1:15 pm

איך געדענק אויך זיינע דרשות איך פלעג אים ליב צו האבען צו הערן בפרט ביים פרק פארלערנען, און אמאל זיינע של"ש תורות, הערליכע בחינות,
אבער לפעמים איז ער געווען צו שארף. איך פלעג זיך ממש דערשרעקן פון זיינע אויסדרוקען.........

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג יוני 03, 2018 9:43 pm

מ'פלעג צו זאגן אז ביים ווינער הערט מען אז ס'דא א גן עדן און ביים תו"א פון גיהנם..
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יוני 03, 2018 10:23 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך געדענק אויך זיינע דרשות איך פלעג אים ליב צו האבען צו הערן בפרט ביים פרק פארלערנען, און אמאל זיינע של"ש תורות, הערליכע בחינות,
אבער לפעמים איז ער געווען צו שארף. איך פלעג זיך ממש דערשרעקן פון זיינע אויסדרוקען.........


טעיפס איז נישטא ?

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יוני 03, 2018 10:28 pm

zugurnish האט געשריבן:היום (עש"ק בהעלותך) נפטר ר' שלמה זלמן כץ. סיפור מעניין מ"רשימות ר' ברוך אהרון הוס":


את הסיפור הבא שמעתי גם מהרה”ח ר’ משולם צבי יעקבוביץ’, וגם מהרב בנימין קליין:

הרב ר’ שלמה זלמן כץ שליט”א - הרב של ביהמ”ד תולדות אהרן בוויליאמסבורג, וחתנו של אדמו”ר מתולדות אהרן הקודם - היה כותב לרבי לעתים תכופות.

פעם אחת כתב ולא קיבל תשובה. הוא חשב לעצמו שכנראה זה אחד מהפעמים שהרבי לא ענה, כידוע שלא תמיד הרבי ענה.

חלפו שלושים שנה - ובינתיים היה ג’ תמוז - והמזכיר הרב בנימין קליין מצא במשרדו מכתב של הרבי שממוען עבור הרב כץ. הרב קליין התקשר עם ידידו, הרה”ח ר’ משולם צבי יעקבוביץ’ (יעזור לו ה’ בכל המצטרך בגו”ר) המתגורר בוויליאמסבורג בסמוך לביתו של הרב כץ, וביקשו שיעביר את המכ’ ליעדו.

ר’ משולם לקח את המכתב והתקשר לרב כץ, אבל הוא לא היה בבית והמכתב התעכב אצל ר’ משולם. כעבור חודשיים נוספים שאל אותו הרב קליין האם העביר את המכתב ליעדו, וענה לו שלא העביר בגלל שהוא לא בבית.

ביקש ממנו הרב קליין, שלפחות יתקשר עם הרב כץ לאה”ק ויעביר לו את תוכן המכתב.

ר’ משולם בירר היכן ניתן להשיג את הרב כץ, ובינתיים נודע לו כי בימים האחרונים עבר הרב כץ התקף לב קשה באה”ק. הוא התקשר אליו ומסר לו בטלפון את תוכן המכתב:

היה זה מכתב שלומים רגיל, אבל בסוף הרבי מברך אותו בברכת רפואה שלימה, וגם צורפו למכתב 7 דולרים לצדקה.

המעניין הוא, שבזמן שהרבי כתב את המכתב, הרב כץ היה בריא והיו לו רק שני ילדים, ורק כאשר המכתב הגיע ליעדו, היה צריך ברכה לרפואה שלימה, וגם יש לו 7 ילדים שיהיו בריאים.


דאס איז דאך א מעשה פלא, קען מען זעהן די בריוו?

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג יוני 03, 2018 10:38 pm

איך האב מעתיק געווען וואס איך האב געקראגען און בשמם פון די וואס האבן פארציילט אבער דעם בריוו האב איך ניט געזען.

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » זונטאג יוני 03, 2018 10:40 pm

רצון טוב האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך געדענק אויך זיינע דרשות איך פלעג אים ליב צו האבען צו הערן בפרט ביים פרק פארלערנען, און אמאל זיינע של"ש תורות, הערליכע בחינות,
אבער לפעמים איז ער געווען צו שארף. איך פלעג זיך ממש דערשרעקן פון זיינע אויסדרוקען.........


טעיפס איז נישטא ?

ער האט ביי שלש סעודת געקענט שטארק אראפברענגן דעם עולם הזה, מיט אירע תאוות, אז עס האט זיך נישט אזוי שנעל געגליסט נאכאמאל צו זינדיגן... דהיינו די גאנצע פרעס.. מיט די היינטיגע זייפ'ן אין די מקוה וכו', ער פלעגט אראפלייגן ווי אזוי א חסידישע'ר איד דארף דאווענען, און זיין דבוק אין רוחניות.
ביי די באטע'ס און ליל שישי איז געווען גאר אנדערע שמועסן, מער אהבה און חסידות, וואס מיינט אהבת ה', ער האט געקענט מסביר זיין עטליכע וואכן אין איין צו דעם באקאנטן פרק פון ליקוטי אמרים "להשכילך בינה". און אריינגעבלאזן מדת השמחה. איך געדענק ווען ער האט גענדיגט די פרק, רופט ער זיך אן הויעך, 'מי יתן והי' אז די ווייבער אינדערהיים זאלן האבן געלערנט די פרק...' די מדת השמחה און די הסתפקות וואלט געווען למעלה מן המשוער..
אזוי אויך א ספירה ציילן, א הקפות, א ל"ג בעומר טיש און נאך און נאך.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 03, 2018 11:01 pm

אז איר דערמאנט די הקפות, דער איד פלעגט צו טאנצן און שפרינגען אז פקע איגרא יותר מכפי כוחו, אן אמת'ע שמחת התורה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג יוני 03, 2018 11:06 pm

די אהבה צווישן אים אונעם ברידער דער ווינער רב איז געווען להפליא

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » זונטאג יוני 03, 2018 11:27 pm

farshlufen האט געשריבן:אז איר דערמאנט די הקפות, דער איד פלעגט צו טאנצן און שפרינגען אז פקע איגרא יותר מכפי כוחו, אן אמת'ע שמחת התורה.

ביי אים האט מען געקענט אנווייזן פאר די קינדער קוקטס וואס עס מיינט אהבת התורה מיט אזא פלאם פייער די קדושה האט געשיינט פון זיין צורה,

אוי יעצט שרייבענדיג דערמאן איך זיך פין די סדר נאכט דאס איז אוממעגלעך אראפ צו שרייבן וואס מיר האבן זוכה געווען צו זען בשעתן סדר,
אוי דאס הארץ בענקט,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”