בד"ה - הרה"צ מרן ר' שלמה זלמן כ"ץ זצ"ל - אב"ד תו"א וומס"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

בד"ה - הרה"צ מרן ר' שלמה זלמן כ"ץ זצ"ל - אב"ד תו"א וומס"ב

תגובהדורך רעדנער » פרייטאג יוני 01, 2018 6:09 am

FB_IMG_1527847247485.jpg
FB_IMG_1527847247485.jpg (47.13 KiB) געזעהן 3832 מאל
ברוך דיין האמת, הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל רב פון קהל תולדות אהרן וויליאמסבורג איידעם פון הרה''ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי''ע, און ברודער פון יבדלו לחיים טובים הגה''צ רבי חיים לייב כ''ץ מסערדעהעל בארא פארק און הגה''צ רבי אשר אנשיל כ''ץ מוויען שליט''א. תנצב''ה
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג יוני 01, 2018 7:12 am

רעדנער האט געשריבן:
FB_IMG_1527847247485.jpg
ברוך דיין האמת, הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל רב פון קהל תולדות אהרן וויליאמסבורג איידעם פון הרה''ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי''ע, און ברודער פון יבדלו לחיים טובים הגה''צ רבי חיים לייב כ''ץ מסערדעהעל בארא פארק און הגה''צ רבי אשר אנשיל כ''ץ מוויען שליט''א. תנצב''ה

א אמתער ערליכער פארצייטישער רב א תלמיד חכם וירא שמים

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג יוני 01, 2018 7:31 am

בד"ה
זכרנו ימים מקדם זיינע פייערדיגע ווארעמע דרשות, אזוי באטעמט געווען צו הערן, זייער ווייטאגליך געווען די לעצטע יאר'ן וואס ער איז ליידער געעוען ארומגענומען מיט יסורים קשים ומרים ל"ע, האט ער שוין נישט געקענט משפיע זיין מהודו, אבער האמיר נאך געהאט דעם צדיק בתוכינו וואס האט זיכער מגין געווען אויף אונז יעצט האמיר ליידער דאס אויך פארלוירן,

הצדיק אבד לדורו אבד.
זוכט איר דוי?

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג יוני 01, 2018 7:47 am

בד"ה רבי רבי איך וויין און וויין אז די האסט אונז איבער געלאזט אויף דעי גשמיותדיקע וועלט, אוי וויפיל תורה און עבודה האבן אונז מיט געלעבט א יעדע מוניט ארום די הייליגע צדיק, אוי עס בענקט זיך צו די לעכטיגע צייטן די מוסר שמועסן, די גוטע ווערטלעך, די ווארעמקייט צו איעדער תלמיד, אוי וויי,

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג יוני 01, 2018 7:51 am

Levaya of Ck Hghtz Avad Toldos Aron Wsbg Ztl will b 10:30 @ Toldes Aron 43 Lee.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג יוני 01, 2018 8:14 am

בד"ה - חבל על דאבדין!

מ'האט פארלוירן א ברענענדיגע פאקל!

געדענק מיר זיינע פלאמעדיגע דרשות מעומק הלב. די ביהמ"ד זיינע פלעגט זיין איבערגעפולט עד אפס מקום. ער האט געברענט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 01, 2018 8:56 am

איי טאטע, הוי האב מיר זיך אויסגעוויינט ביי זיינע של"ס תורות.

אשר אמרנו בצלו נחי', ביז מצבו התדרדר בעוה"ר, ומאז חסרנו כל אלה.

און היצט לאזט ער אונז איבער.

על מי נטשת את הצאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יוני 01, 2018 9:20 am

דברים אלו האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:
FB_IMG_1527847247485.jpg
ברוך דיין האמת, הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל רב פון קהל תולדות אהרן וויליאמסבורג איידעם פון הרה''ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי''ע, און ברודער פון יבדלו לחיים טובים הגה''צ רבי חיים לייב כ''ץ מסערדעהעל בארא פארק און הגה''צ רבי אשר אנשיל כ''ץ מוויען שליט''א. תנצב''ה

א אמתער ערליכער פארצייטישער רב א תלמיד חכם וירא שמים

וואס הייסט פארצייטיש?
אן אשכנז'ישע פרומע רב איז פארצייטיש ווייל היינט איז עס מער נישטא, אבער די תו"א רב איז געווען א חסידישע רב/רבי ווי פולע אנדערע.
איך האב איינמאל געהאט די זכי' צו הערן א דרשה פון אים. מ'האט געשפירט אז דא רעדט אן ערליכע איד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג יוני 01, 2018 9:49 am

דריידל האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:
FB_IMG_1527847247485.jpg
ברוך דיין האמת, הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל רב פון קהל תולדות אהרן וויליאמסבורג איידעם פון הרה''ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי''ע, און ברודער פון יבדלו לחיים טובים הגה''צ רבי חיים לייב כ''ץ מסערדעהעל בארא פארק און הגה''צ רבי אשר אנשיל כ''ץ מוויען שליט''א. תנצב''ה

א אמתער ערליכער פארצייטישער רב א תלמיד חכם וירא שמים

וואס הייסט פארצייטיש?
אן אשכנז'ישע פרומע רב איז פארצייטיש ווייל היינט איז עס מער נישטא, אבער די תו"א רב איז געווען א חסידישע רב/רבי ווי פולע אנדערע.
איך האב איינמאל געהאט די זכי' צו הערן א דרשה פון אים. מ'האט געשפירט אז דא רעדט אן ערליכע איד

בד"ה
אין די יונגע יארן האב מיר געהאט די זכי' אסאך מאל אים צוהערן, געווען אויף די רשימה פון די גוטע רעדנערס וואס האבן געצויגן א ציבור

ווי אלט איז ער געווען?
ווי לאנג איז ער שוין נישט געזונט געווען?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג יוני 01, 2018 9:58 am

68
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג יוני 01, 2018 10:09 am

ברוך דיין האמת
המשיך דרך אבותיו לשם ולתפארת, מבית אביו ומבית חותנו
נשא את שמו הק' של זקינו הגה"ק משימלויא זצ"ל הי"ד

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יוני 01, 2018 10:15 am

די בילד אויבן פון גיסו האדמו"ר מתוא"י שליט"א ביי אים איז פונעם יעצטיגן באזיך צו א אלטע בילד?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג יוני 01, 2018 10:20 am

בניו
הרהצ ר אנשיל חתן נדבורנה בב ז"ל
הרהצ ר אהרן חתן פאפא שליט"א
הרהצ חיים לייב חתן זיין פעטער כמדומה לי ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג יוני 01, 2018 10:25 am

רעדנער האט געשריבן:
FB_IMG_1527847247485.jpg
ברוך דיין האמת, הגאון הצדיק רבי שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל רב פון קהל תולדות אהרן וויליאמסבורג איידעם פון הרה''ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זי''ע, און ברודער פון יבדלו לחיים טובים הגה''צ רבי חיים לייב כ''ץ מסערדעהעל בארא פארק און הגה''צ רבי אשר אנשיל כ''ץ מוויען שליט''א. תנצב''ה


ווערט געזען זיין זון רבי אשר אנשיל פון א"י איידעם פונעם נדבורנא רבי זצ"ל
ווער נאך זענען זיינע קינדער?
דביה תחדי נפשא

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג יוני 01, 2018 10:49 am

איינער האט נאך בילדער?

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג יוני 01, 2018 10:54 am

דברים אלו האט געשריבן:איינער האט נאך בילדער?

בשנת תשנ"ה ביים שמחת התנאים פון בנו הגה"צ אהרן שליט"א רב [הצעיר] דק"ק תולדות אהרן וומסב"ג

בביהמ"ד הגדול דק"ק פאפא
צוגעלייגטע
toldos.jpg
toldos.jpg (246.48 KiB) געזעהן 2945 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג יוני 01, 2018 10:56 am

הלשון האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:איינער האט נאך בילדער?

בשנת תשנ"ה ביים שמחת התנאים פון בנו הגה"צ אהרן שליט"א רב [הצעיר] דק"ק תולדות אהרן וומסב"ג
בביהמ"ד הגדול דק"ק פאפא
די רעכטע איז תולדות אהרן רבי?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג יוני 01, 2018 11:07 am

יא און לינקס איז רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל בעלזא רב פון מאנטריאל
דביה תחדי נפשא

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג יוני 01, 2018 11:23 am

איידימער
פריעד קראסנא
ראבינאוויטש דינוב
אייכנשטיין בורשטין
..... זלוטשוב

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג יוני 01, 2018 11:55 am

Any updates by the levye ?
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » פרייטאג יוני 01, 2018 12:02 pm

היום (עש"ק בהעלותך) נפטר ר' שלמה זלמן כץ. סיפור מעניין מ"רשימות ר' ברוך אהרון הוס":


את הסיפור הבא שמעתי גם מהרה”ח ר’ משולם צבי יעקבוביץ’, וגם מהרב בנימין קליין:

הרב ר’ שלמה זלמן כץ שליט”א - הרב של ביהמ”ד תולדות אהרן בוויליאמסבורג, וחתנו של אדמו”ר מתולדות אהרן הקודם - היה כותב לרבי לעתים תכופות.

פעם אחת כתב ולא קיבל תשובה. הוא חשב לעצמו שכנראה זה אחד מהפעמים שהרבי לא ענה, כידוע שלא תמיד הרבי ענה.

חלפו שלושים שנה - ובינתיים היה ג’ תמוז - והמזכיר הרב בנימין קליין מצא במשרדו מכתב של הרבי שממוען עבור הרב כץ. הרב קליין התקשר עם ידידו, הרה”ח ר’ משולם צבי יעקבוביץ’ (יעזור לו ה’ בכל המצטרך בגו”ר) המתגורר בוויליאמסבורג בסמוך לביתו של הרב כץ, וביקשו שיעביר את המכ’ ליעדו.

ר’ משולם לקח את המכתב והתקשר לרב כץ, אבל הוא לא היה בבית והמכתב התעכב אצל ר’ משולם. כעבור חודשיים נוספים שאל אותו הרב קליין האם העביר את המכתב ליעדו, וענה לו שלא העביר בגלל שהוא לא בבית.

ביקש ממנו הרב קליין, שלפחות יתקשר עם הרב כץ לאה”ק ויעביר לו את תוכן המכתב.

ר’ משולם בירר היכן ניתן להשיג את הרב כץ, ובינתיים נודע לו כי בימים האחרונים עבר הרב כץ התקף לב קשה באה”ק. הוא התקשר אליו ומסר לו בטלפון את תוכן המכתב:

היה זה מכתב שלומים רגיל, אבל בסוף הרבי מברך אותו בברכת רפואה שלימה, וגם צורפו למכתב 7 דולרים לצדקה.

המעניין הוא, שבזמן שהרבי כתב את המכתב, הרב כץ היה בריא והיו לו רק שני ילדים, ורק כאשר המכתב הגיע ליעדו, היה צריך ברכה לרפואה שלימה, וגם יש לו 7 ילדים שיהיו בריאים.

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » פרייטאג יוני 01, 2018 12:08 pm

איינער מיט בילדער פון לויה?

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג יוני 01, 2018 12:17 pm

ברוך דיין האמת
צוגעלייגטע
737fd1db-73c6-4ca9-93af-b009e42653c4.jpg
737fd1db-73c6-4ca9-93af-b009e42653c4.jpg (148.87 KiB) געזעהן 2439 מאל
1bf091e4-265b-4c8a-8749-0747f760d236.jpg
1bf091e4-265b-4c8a-8749-0747f760d236.jpg (116.52 KiB) געזעהן 2439 מאל

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » פרייטאג יוני 01, 2018 12:37 pm

איך האב נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם רב פערזענליך, אבער איין שיינע מעשה האב איך בייגעוואונט, וואס מען זעהט ביי ווייניג רבנים.

געווען איז דאס ווען מיינס א באקאנטער האט געמאכט א טיי אווענט פאר א ידיד זיינעם וואס איז געווען נאענט מיטן רב זצ"ל און דער רב האט געגעבן א מכתב המלצה לטובת די מסיבה.
איך האב זיך משתתף געווען ביי די מסיבה לכבוד מיין באקאנטן וואס האט עס געמאכט ביי זיך אין שטוב.
זיצנדיג דארט איז דער רב אריינגעקומען, ווען ער האט באמערקט די איבעראשונג פון אלע משתתפים, האט ער זיך אנגערופן אז מען איז געקומען בעטן ביי אים א בריוו און ער האט געגעבן קענענדיג די נחיצות הענין, אבער ער האט יעצט געקלערט אז וואס וועט שוין מיין בריוו אויפטוען? אסאך רבנים שרייבן בריוו, עס קאסט זיי נישט קיין געלט, און עס מאכט נישט קיין סאך אויס, איך וועל זיך משתתף זיין ביי די מסיבה בגוף און מיט דעם זאל דער עולם זעהן די נחיצות הענין און מען וועט זיך שיין משתתף זיין.

איך האב - נישט קענענדיג דעם רב זצ"ל - אויך געגעבן א הוספה.

זכר צדיק לברכה

אוועטאר
טראכט א מינוט
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

תגובהדורך טראכט א מינוט » פרייטאג יוני 01, 2018 12:43 pm

מוסדות תולדות אהרן
צוגעלייגטע
b671f0fd081709e46b1a3fda47e221b91211984d-1.jpg
b671f0fd081709e46b1a3fda47e221b91211984d-1.jpg (186.72 KiB) געזעהן 2269 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט