נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:36 am

די הויז בודזשעט קאמיטע האט נעכטן באשטעטיגט די סטימיולוס פעקל אויף כמעט פארטייאישע ליניעס
אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט דערקעגן מיטן אויסנאם פון ניו יארק'ס קריס דזשעיקאבס וועלכע האט בטעות געשטימט יא און זיך געכאפט און דאן געטוישט אויף ניין

אלע דעמאקראטן האבן געשטימט יא מיטן אויסנאם פון לאיד דאדזשעט פון טעקסאס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:40 am

קאטאן און ראמני לייגן ארויס א מינימום געהאלט העכערונג צו 10 דאלער א שטונדע ביז יאר 2025 למספרם צוגעטשעפעט צו אן אי וועריפיי מאנדאט צו פארזיכערן אז בלויז לעגאלע ארבעטער געניסן פון די העכערונג פארלאנג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:49 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:46 am

טראץ די האפענונג פון ווייסן הויז אז על כן לא ניר"א בהמיר אז מען זאל נישט איינטוישן נירא טענדען מיט א צווייטן קוקט די מצב אויס גאר שמאל
מענשין האט נעכטן נאכמיטאג גערעדט מיט טענדען און איר קלארגעשטעלט אז ער איז זייער שטארק פאר אומפארטייאישקייט און ער האט גארנישט פערזענליך אקעגן איר
ער האט באצייכנט די געשפרעך אלץ זייער געשמאק אבער געזאגט אז ער האט נישט געטוישט זיין באשלוס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:47 am

פארטמאן (אליינס געווען א דירעקטאר פון דעם אפיס) וועט שטימען אקעגן טענדען

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:50 am

מענשין געפרעגט אויב טענדען זאל זיך ארויסציען: איך בין בלויז איין שטימע
זיי קענען באקומען די שטיצע פון 1 אדער צוויי רעפובליקאנער

זיי דארפן ארבעטן דערפאר

דאס איז אומפארטייאישקייט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 10:52 am

בלומענטאהל געבעטן די ווייסע הויז אז ביידען זאל נעמען עקזעקוטיווע שריט צו אדרעסירן די טשארלסטאון לופהאול איבער גאן בעקגראונד טשעקס אבער זאגט אז די אדמיניסטראציע איז נישט געווען ווארים איבער דעם

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:33 am

סענאטאר זשאו מענשין זאגט אז ער וואלט געשטיצט א טיילווייזע העכערונג צו די פעדעראלע מינימום געהאלט, ארויף צו 11 דאללער א שטונדע.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג מארטש 01, 2021 1:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ר' זעקל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 11:51 am

הכל הבל האט געשריבן:טראץ די האפענונג פון ווייסן הויז אז על כן לא ניר"א בהמיר אז מען זאל נישט איינטוישן נירא טענדען מיט א צווייטן קוקט די מצב אויס גאר שמאל
מענשין האט נעכטן נאכמיטאג גערעדט מיט טענדען און איר קלארגעשטעלט אז ער איז זייער שטארק פאר אומפארטייאישקייט און ער האט גארנישט פערזענליך אקעגן איר
ער האט באצייכנט די געשפרעך אלץ זייער געשמאק אבער געזאגט אז ער האט נישט געטוישט זיין באשלוס

על כן לא ניר"א בהמיר :lol: :lol: :lol: :lol:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די סענאט שטימט איצט אפצושטעלן דעבאטע אויף די נאמינאציע פון גרינפעלד צו די יו ען

דעבאטע אפגעשטעלט מיט 20-75

ענדגילטיג באשטעטיגט מיט 20-78

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:10 pm

טיליס איז א יא אויף די גארלענד נאמינאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:15 pm

מיט די טענדען נאמניאציע וועלכע ווייזט צייכנס פון גסיסה הויבט זיך אן די צווייטע שלאכט און דאסמאל איבער ניו מעקסיקא קאנגרעספרוי האלאנד
רעפובליקאנער קריטיקירן איר אלץ עקסטרעם לינק

אוועטאר
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:15 pm

הכל הבל האט געשריבן: דע פאקטא סענאט מאיאריטעט פירער דזשאו מענשין

:grin: :lol: :grin: :lol:

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:16 pm

האלאנד ווערט היינט פארהערט אין סענאט קאמיטע און דזשאו מענשין איז פארזיצער און האט געזאגט בעפאר אז ער האט נאכנישט געפאסט קיין באשלוס אויב איר צו שטיצן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:17 pm

ראמני זאגט איצט אז האלאנד און טענדען שטעלן ביידע פאר ערנסטע פראגן און קאמפליקאציעס
איבער האלאנד זאגט ער אז ער שפעקולירט נאך

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:18 pm

די דריטע קאמף איז ווי פריער באריכטעט איבער בעסערא און איבער אים זאגט ראמני אז ער האט די ערפארונג אבער ער האט זארגן איבער זיין רעקארד אויף רציחה אישוס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:20 pm

.
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:22 pm

קענעדי פרעגט פאועל: אויב באשטעטיגן מיר נישט די סטימיולוס וועסטו זיין קיהל דערמיט?
פאועלף דאס וואלט באדייט זאגן א מיינונג און דאס איז נישט עפעס וואס איך גיי טוהן
קענעדי: גוט, איז וועסט זיין אומקיהל דערמיט?
פאועל: מיטן זאגן אז איך וועל זיין סיי קיהל אדער סיי אומקיהל וואלט עס געמיינט זאגן מיין מייונג דערויף אין פובליק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:23 pm

עס איז טייל פון א שפיל אין וועלכע סענאטארן פרובירן ארויסצוקוועטשן שטיצע אדער קעגנערשאפט צום ביל אדער געוויסע טיילן דערפון אבער ער לאזט זיך נישט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:24 pm

טים סקאט האט נישט געקענט ארויסבאקומען קעגנערשאפט צו די מינימום געהאלט העכערונג און מארק ווארנער האט נישט געקענט פועל'ן צו באקומען אן אינדארסירונג פארן אריינשטעלן מער געלט פאר בראודבענד

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:27 pm

וועט זיין איין רעפובליקאנער וועלכע וועט שטימען אין שטיצע פון טענדען?
טון: עס גייט זיין א שווערע נאמינאציע פאר זיי אנצוקומען צו די נויטיגע צאל סאנאטארן
איך האב נישט קיין לעצטע ווארט איבער דעם אבער ענק קענען אפליינען די טיי בלעטער צו זעהן ווי אהין זאכן פארן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:28 pm

גרעסלי זאגט אז ער מוז אינגיכן פאסן א באשלוס איבער טענדען אבער אויף די מינוט האט ער נישט עפעס צו מעלדן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 13358
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 23, 2021 12:30 pm

סאנדערס געפרעגט אויב ער וועט שטיצן טענדען (וועלכע האט אים אראפגעריסן אין די פארגאנגנהייט אויף טוויטער) ענטפערט: מיר גייען האבן אן אפשטימונג אין די בודזשעט קאמיטע מארגן איבער איר נאמינאציע

ביזטו זיכער אז די פארהער גייט טאקע פארקומען?
סאנדערס: מיר פלאנען אזוי

גיי פארשטיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך גיי פארשטיי » דינסטאג פאברואר 23, 2021 1:27 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:קארנין איז א יא אויף די גארלענד נאמינאציע

וועלכע נאך רעפובליקאנער?
עכט א שיינע וועג זיך איבערצובעטן!

מסתם כמעט אלע, חוץ די 2024 קאנדידאטן. רוב ביידען נאמינאציעס זענען באשטעטיגט געווארן מיט כמעט אלע רעפובליקאנער, חוץ די 2024 קאנדידאטן.

יעצט פארשטייט מען שוין וואס הייסט יאנוטי זעהסט ביידען איז גערעכט געווען :smile:

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג פאברואר 23, 2021 1:29 pm

איך פארשטיי נישט ווואס טענדען איז אזוי געפירלעך אז מען קען איר ממש נישט באשטעטיגען, זי האט אינגאנצן געשריבן און די פארגאנגענהייט שארפע טוויטס אויף טוויטער, אויף וואס זי האט זיך שוין אנטשילדיגט, ווי אויך האט זי עס אויס געמעקט, און די זעלבע צייט וואס אסאך סענאטארן שרייבן אסאך שארפערע טוויטס, און מעקן עס נישט אויס און אנטשילדיגן זיך נישט איבער דעם.

איך גלייב נישט אז עס ממש אמת וואס די ליבעראלן פארפירן אז עס האט צוטיען אז זי איז א פרוי פלאס זי איז פון א מענארעטי.
די תגובה איז געשריבן לויט מיין מיינונג, אויב איר האלט אנדערש האט איר דאס פולסטע רעכט זיך צו קריגן איבער דעם.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

תגובהדורך אייגנארטיג » דינסטאג פאברואר 23, 2021 1:30 pm

אוי א נקמה אין סאנדערס ווען ער וועט נאך מוזען שטימען פאר איר צו ווייזען דעם 'יונעטי'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”