בלאט 3 פון 150

געשריבן: מיטוואך מאי 30, 2018 10:16 pm
דורך פעיק נוז
שמואל בארג האט געשריבן:מיר האבן זייער הנאה געהאט פון דעם אשכול אלס אן אפדעיט איבער די קאנגרעס און סענאט סקעדזשולס אדער בילס, .

#בלויז_מיין_מיינונג

איך האב אויך זייער הנאה געהאט פון דעם אשכול "טארמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן" איך מיין אז טענה'רייען באלאנגן אין אן אנדער ארט.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2018 9:30 am
דורך הכל הבל
אום יוני 12 וועט מיטש מעקאנעל ווערן לענגסט סערווירנדער רעפובליקאנער סענאט פירער אין די היסטאריע

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2018 1:20 pm
דורך הכל הבל
אהייא גאווערנאר דזשאן קעיסיק: ספיקער פאול רייען איז טויט אומגערעכט מיטן נישט ערלויבן ארויצוברענגן דאקא ביל וואס טראמפ פארשפרעכט צו וועטאאירן, אדרבה זאל ער טראמפ אויסשטיין די היץ איבער וועטאאירן אזא ביל.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:12 pm
דורך משה יענקל
הכל הבל האט געשריבן:אהייא גאווערנאר דזשאן קעיסיק: ספיקער פאול רייען איז טויט אומגערעכט מיטן נישט ערלויבן ארויצוברענגן דאקא ביל וואס טראמפ פארשפרעכט צו וועטאאירן, אדרבה זאל ער טראמפ אויסשטיין די היץ איבער וועטאאירן אזא ביל.

טראמפ איז היץ פראף

געשריבן: דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:49 pm
דורך כאפצעם
נו וואס האט רייען מורא?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 12:19 am
דורך ישוב הדעת
כאפצעם האט געשריבן:נו וואס האט רייען מורא?


פון די היץ וואס טראמפ געט ארויס..

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 1:03 am
דורך הצדיק
כאפצעם האט געשריבן:נו וואס האט רייען מורא?



פון זיין פייגעלע.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 7:52 am
דורך טשאדעלע באדעלע
כאפצעם האט געשריבן:נו וואס האט רייען מורא?

האט נישט מורא. האו אבאוט ער האט פאר די לעצטע פּאָר מינוט פון זיין קעריער באשלאסן צו בעקן זיין אייגענע פארטי לידער?..

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:32 am
דורך כאפצעם
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נו וואס האט רייען מורא?

האט נישט מורא. האו אבאוט ער האט פאר די לעצטע פּאָר מינוט פון זיין קעריער באשלאסן צו בעקן זיין אייגענע פארטי לידער?..

עקזעקטלי. פון דעם האט מען גערעדט דא אז ער פראטעקט טראמפ זאל נישט פארשעמט ווערן/קריגן היץ וכו' אפילו א מיאריטעט קאנגרעס שטיצט די ביל

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:43 am
דורך טשאדעלע באדעלע
כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נו וואס האט רייען מורא?

האט נישט מורא. האו אבאוט ער האט פאר די לעצטע פּאָר מינוט פון זיין קעריער באשלאסן צו בעקן זיין אייגענע פארטי לידער?..

עקזעקטלי. פון דעם האט מען גערעדט דא אז ער פראטעקט טראמפ זאל נישט פארשעמט ווערן/קריגן היץ וכו' אפילו א מיאריטעט קאנגרעס שטיצט די ביל

הייסט, ווען הערי ריעד האט מיט געארבעט מיט אבאמא אגענדע איזעס געווען אלטס נישט פארשעמען דעם פרעזידענט.

קען זיין

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:45 am
דורך כאפצעם
ריעד האט קיינמאל נישט אפגעהאלטן א ביל וואס רוב סענאט שטיצט

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:51 am
דורך טשאדעלע באדעלע
דאכצעך קיינער האט נאכנישט ארויסגעלייגט אהער די אינהאלט פונעם ביל וואס ברענגט די חילוקי דיעות. וואסע טאקע פשט אז רייען לייגט עס נישט ארויס? (די סיבה איז ״נישט״ ווייל טראמפ גייט עס סיי ווי וויטאוען!..) און וואס איז די אנגעבליכע סיבה פארוואס טראמפ זאל עס טאקע צונישט לייגן?

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 8:57 am
דורך הכל הבל
די רעדע איז פון באשטעטיגן די דאקא פראגראם אבער נישט נאכקומען טראמפס אימיגראציע פארלאנגען טראמפ וואלט עס וועטאאירט צוליב וואס ער וויל האלטן די דאקא אישו אלץ א געצייג צו באקומען קאנצעסיעס פון די דעמאקראטן איבער די וואנט און מער

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:02 am
דורך טשאדעלע באדעלע
וואס איז טראמפ׳ס אימיגרעישן פארלאנגען (נאמבער 1 עטליסט) אויב נישט די וואנט?. און אפילו דאקא האט ער אפישעלי נאר אפיר גענומען צו האבן די דעמ. האסטעזש אויפן וואנט..

און אויב ווייסמער גוט, איז די אפציעלער שאצונג אויפן בעיאָטעפול וואנט קאָסט ארום 25 בילאון. און דאס איז שוין ביסייד׳ס זיין די דעפאזיט וואס ער האט באקומען ביפארן שיעור שאָטדאון 3 חדשים צוריק.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:04 am
דורך כאפצעם
עס גייט דעם יוני ווערן ארויפגעצווינגען א ביל (דורך די דעמאקראטן און עטליכע צענדליגער רעפובליקאנער) וואס אנטהאלט דאקא + $25 ביליאן פאר א וואנט.

וואס האמיר זיך צו טענהן, ווארטס מיט געדולד.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:05 am
דורך טשאדעלע באדעלע
אויב גייט דאס דורך גייט טראמפ יובל׳ן..

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:09 am
דורך כאפצעם
ליידער שאצטו אונטער זיין (און די אלט-רייט) אפאזיציע צו דאקא

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:15 am
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:עס גייט דעם יוני ווערן ארויפגעצווינגען א ביל (דורך די דעמאקראטן און עטליכע צענדליגער רעפובליקאנער) וואס אנטהאלט דאקא + $25 ביליאן פאר א וואנט.

וואס האמיר זיך צו טענהן, ווארטס מיט געדולד.

איבער'חזר'ן א שקר מאכט עס נישט אמת, אפי' ווען עס פראווען פאלש נאר אויף די פריערדיגע בלאט.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:16 am
דורך כאפצעם
כאפצעם האט געשריבן:וואס האמיר זיך צו טענהן, ווארטס מיט געדולד.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:16 am
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:ליידער שאצטו אונטער זיין (און די אלט-רייט) אפאזיציע צו דאקא

די גודלאט ביל איז שוין געווארן אפגעווארפן דורך די דעמאקראטן, און דאס איז לע''ע די איינציגסטע ביל וואס אנטהאלט פאנדינג פאר די וואנט.

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:17 am
דורך טשאדעלע באדעלע
כ׳פארשטיי נישט פינקטליך. פאליסי מיינט נישט מיט וואס מ׳פארהאנדלט. וואס זיינע פארלאנגען יעצט איז ווען ס׳קומט צו פעסן א ביל ווייס איך.

אויב שטעלסטע אבער אפ א דריי יעריגער יונגל, א לא לנו שטייצעך, פרעגסט אים וואס טראמפ פאליסי איז לגבי אימיגראציע. זיין ענפער איז ״בארדער סעקירעטי״.. א וואנט! ער רעדט שוין פון זיין וואנט שוין פונעם דרשה ווי ער מעלדט זיין קאנדיטאטור. נומבער צוויי איז מלחמה מיט מס 13.

דאקא איז ס״ה צום ערשטן מאל ארויפגעשווימען 4 חדשים אריים און טראמפ׳ס פרעזעדענסי, און א טראמפ טוויט׳ע, ווען ער האט אנגעהויבן זיין וואנט קאמפיין אויף קעפיטאל היל

און אויב א ביל וועט פעסן מיט א דאקא לעיזונג, און מיט 25 בילאון פאר א וואנט איז טראמפ די זיגער פונעם 20ציסטן יאר הונדערט

טינק האקט עפעס

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 9:58 am
דורך כאפצעם
האסט נישט גוט פארשטאנען, איך רעד פון פעסן/באשטעטיגט

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:13 am
דורך הכל הבל
טראמפ און קאנסערוואטיוון אויף קעפיטאל היל האבן שוין קלארגעשטעלט זייער אפאזיציע צו א ביל וואס באשיצט דאקא און שטעלט צו פאנדינג פאר א וואנט.
די סיבה איז ווייל זיי פארלאנגען און צוגאב א טויש אין די סיסטעם פון לעגאלע אימיגראציע פון פאמיליע באזירט צו קוואליפיקאציע און טאלאנט באזירט

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:15 am
דורך כאפצעם
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ און קאנסערוואטווין אויף קעפיטאל היל האבן שוין קלארגעשטעלט זייער אפאזיציע צו א ביל וואס באשוצט דאקא און שטעלט צו פאנדינג פאר א וואנט.
די סיבה איז ווייל זיי פארלאנגען און צוגאב א טויש אין די סיסטעם פון לעגאלע אימיגראציע פון פאמיליע באזירט צו קוואליפאקאציע און טאלאנט באזירט

יאפ, פון דעם איז די רעדע

געשריבן: פרייטאג יוני 01, 2018 10:26 am
דורך הכל הבל
גרעסלי שטופט אפ פארהער איבער אינספעקטאר גענעראל רעפארט פון רעגירונג באהאנדלונג איבער קלינטאן אויספארשונג אויף יוני 11