נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:41 am

בושות וואס דארט טוצעך...

אגב סטראק זאגט ביזדערווייל נאר איבער די זעלבע ליין איבער און איבער
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:איינער זאל זאגן פאר סטראק ווי העכער ער שרייט אלץ ווייניגער גלייבט מען אים

סטראק עקט זייער פראפעשענאל. די קאנגרעס לייט זענען די בהמות דא. אזא משוגעים הויז.. אזאס נאך נישט געזען

פארפאלן דער שטרויזאק טויגט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:52 pm

סענאטארשע סוזען קאלינס: אויב דעמאקראטן קלערן אז זייער פרעשור קאמפיין (איבער שטימען אויף קעוואנאו) אין מעין וועט ארבעטן מאכן זיי א גרויסן טעות

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטארשע סוזען קאלינס: אויב דעמאקראטן קלערן אז זייער פרעשור קאמפיין (איבער שטימען אויף קעוואנאו) אין מעין וועט ארבעטן מאכן זיי א גרויסן טעות

טענקס סוזען, נישט געוויסט אז די פרעשור ארבעט.

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 12, 2018 2:18 pm

רעפובליקאנער אין קאנגרעס פלאנען אויפצוברענגן אן "עבאליש אייס" ביל פאר אן אפשטימונג

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנער אין קאנגרעס פלאנען אויפצוברענגן אן "עבאליש אייס" ביל פאר אן אפשטימונג



לכאורה א טול צו מאכן דעמעקראטן וואוטן דערפאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:57 pm

נעוואדע

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:02 pm

עס איז זייער א גוטע איידיע, געווען א ריזיגע מיסטעיק פון די דעמאקרעטס עס צו שרייען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:06 pm

עס איז נישו געווען קיין מיסטעיק נאר א צודרייטע איידיע פון מענטשן וואס זענען גערירט געווארן דורך טראמפ'ס געווינס. אויב געפעלט דיר נישט די לאקאלע טרעפיק געזעצן דערף מען אויפלעזן די פאליציי דעפארטמענט?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:12 pm

ווען גענוג א גרויסע פראצענט שטאט איז אויפגערעגט קען דאס ווען זיין א גוטע קאמפיין טאפיק, און נאכן געווינען עס טון אזוי ווי יעדער ביז טראמפ פלעגט רוקן די אמבעסאדע, אדער ווי מעקסיקא וועט צאלן די וואנט.

נאר וואס דען אייס יעצט איז נישט קיין גוטע איידיע, ווייל עס איז נאכנישט אויף די לעוועל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:16 pm

ער איז עפעס מסביר די אישורענס פאלעסי

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:17 pm

צל עובר האט געשריבן:ווען גענוג א גרויסע פראצענט שטאט איז אויפגערעגט קען דאס ווען זיין א גוטע קאמפיין טאפיק, און נאכן געווינען עס טון אזוי ווי יעדער ביז טראמפ פלעגט רוקן די אמבעסאדע, אדער ווי מעקסיקא וועט צאלן די וואנט.

נאר וואס דען אייס יעצט איז נישט קיין גוטע איידיע, ווייל עס איז נאכנישט אויף די לעוועל.

פארמאכן די פאליציי ווייל מען האט נישט ליב די געזעץ איז די זעלבע ווי רוקן די אמבאסאדע? אר יו קידינג?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:22 pm

ניין, נישט פארמאכן איז די זעלבע ווי יעדער פלעגט נישט רוקן.

נאכדעם האבעך מיר געכאפט אז עס איז נישט אזא גוטע משל ווייל די אמבעסאדע איז דאך קיינמאל נישט געווען אזא קי אישו, ממילא האבעך צוגעשריבן אז עס איז אויך אזוי ווי מעקסיקא וועט נישט צאלן די וואנט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

balkishron
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנער אין קאנגרעס פלאנען אויפצוברענגן אן "עבאליש אייס" ביל פאר אן אפשטימונג

ווער קען מסביר זיין די וואס די רעדע איז? וואס דאס מיינט?
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 7:35 pm

דאס איז די אימיגראנטן און קאסטומס אינפארסמענט דעפארטמענט וואס געוויסע ליבערלס קאמפיינען אז מען זאל פארמאכן לרגל די צוטיילן קינדער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:04 pm

צל עובר האט געשריבן:ניין, נישט פארמאכן איז די זעלבע ווי יעדער פלעגט נישט רוקן.

נאכדעם האבעך מיר געכאפט אז עס איז נישט אזא גוטע משל ווייל די אמבעסאדע איז דאך קיינמאל נישט געווען אזא קי אישו, ממילא האבעך צוגעשריבן אז עס איז אויך אזוי ווי מעקסיקא וועט נישט צאלן די וואנט.

נאך א סיבה פארוואס עס איז נישט קיין גוטע דוגמה איז ווייל די פאליציי איז נישט די פראבלעם פון די געזעץ, זיי זענען בסך הכל געשטעלט עס צו ענפארסן. אז דו האסט א פראבלעם מיטן געזעץ זאגט דער לאגיק זאלסט ארבעטן מיט געזעצגעבער עס צו טוישן, נישט אויפלעזן די פאליציי וואס אינפארסט די געזעץ צווישן די אנדערע טויזנטער געזעצן וואס זיי אינפארסן.

צו געבן א בעסערע דוגמא: אויב דער גוי אין בית המדרש טוט נישט קיין גוטע ארבעט איז די סעלושען צו פארמאכן די בית המדרש?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 12, 2018 8:16 pm

ביזט גערעכט למעשה, אבער איך רעד וועגן קאמפיינען אויף א אישו.

די KGB - נישט אז איך פארגלייך עס מיט די אימיגראנטן פרשה נאר די ליבערלס ווילן מען זאל עס אזוי אנקוקן - איז בעצם אזוי ווי די FBI און CIA נאר צו אינפארסירן רשעות'דיגע געזעצן, און דאס איז ביי אונז א אייקאן פון רשעות, אזוי ווילן זיי מען זאל אנקוקן אייס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יולי 12, 2018 9:26 pm

איך פארשטיי אז דו רעדסט פון קאמפיינען דערפאר, אבער איך זאג אז די גאנצע אידיע קומט פון מענטשן וואס זענען גערירט געווארן דורך טראמפ'ס געווינס.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:15 pm

צל עובר האט געשריבן:ביזט גערעכט למעשה, אבער איך רעד וועגן קאמפיינען אויף א אישו.

די KGB - נישט אז איך פארגלייך עס מיט די אימיגראנטן פרשה נאר די ליבערלס ווילן מען זאל עס אזוי אנקוקן - איז בעצם אזוי ווי די FBI און CIA נאר צו אינפארסירן רשעות'דיגע געזעצן, און דאס איז ביי אונז א אייקאן פון רשעות, אזוי ווילן זיי מען זאל אנקוקן אייס.

הייסט אז דאס עצם זאך אז עס איז דא בכלל אימיגראציע געזעצן איז רשעות'דיג איא? אה! זיי ווילן נאר מען זאל עס אזוי "אנקוקן" עכט איז עס נישט אזוי, אקעי.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:22 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנער אין קאנגרעס פלאנען אויפצוברענגן אן "עבאליש אייס" ביל פאר אן אפשטימונג



לכאורה א טול צו מאכן דעמעקראטן וואוטן דערפאר...

צו פרי. זייער קאמפיין האצעך קוים אנגעהויבן. ווען די ריבאב׳ס טוען דאס און צוויי חדשים פון יעצט וואלט עס געווען סאך א בעסערע טרעעפּ
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעפובליקאנער אין קאנגרעס פלאנען אויפצוברענגן אן "עבאליש אייס" ביל פאר אן אפשטימונג



לכאורה א טול צו מאכן דעמעקראטן וואוטן דערפאר...

צו פרי. זייער קאמפיין האצעך קוים אנגעהויבן. ווען די ריבאב׳ס טוען דאס און צוויי חדשים פון יעצט וואלט עס געווען סאך א בעסערע טרעעפּ

if you give them 2 more month for propaganda colins will vote for it ;l;p- ;l;p-
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 15, 2018 11:44 am

סענאטאר רענד פאול באזארגט איבער ריכטער קעוואנאו
וועט אים שטארק דרוקן איבער 4'טע אמענדמענט און פרייוועסי אישוס

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » זונטאג יולי 15, 2018 11:46 am

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר רענד פאול באזארגט איבער ריכטער קעוואנאו
וועט אים שטארק דרוקן איבער 4'טע אמענדמענט און פרייוועסי אישוס


ער טוט עס דאך אייביג ער האט ליב אז די פרעזידענט קאלט זיך בעטן צו אים
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 16, 2018 10:49 am

ליסא פידזש ערשיינט היינט אין קאנגרעס פארן צווייטן טייל פון איר פארהער נאכפאלגענדיג א פינף שטונדן סעסיע פרייטאג
רעפובליקאנער גיבן איבער אז זי איז א קאאפערירנדע עדות

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 17, 2018 9:45 am

קאנגרעס איז פארטיג מיט די פארהערן אויף ליסא פעידזש
זי איז געווארן אויסגעפרעגט פאר 5 שטונדן לעצטע פרייטאג און פאר 7 שטונדן נעכטן מאנטאג

די וועכנטליכע רעפובליקאנער פירערשאפט פרעסע קאנפרענץ ווערט היינט אפגעהאלטן אונטער א סלאגאן " וואס אלץ איז אונטער ריזיקע אויב דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז"
נאציאנאלע רעפובליקאנע קאנגרעסיאנאלע קאמיטע פארזיצער סטיווערס שטעלט פאר א בילד פונעם ליבעראלן אקטיוויסט און ביליאנער טאם סטייער זאגנדיג אז די ערשטע זאך וואס דעמאקראטן וועלן טון אין די מאיאריטעט וועט זיין צו אימפיטשן דעם פרעזידענט

קאנגרעס מאיאריטעט פירער קעווין מעקארטי מעלדט אז די פלאן אויפצוברענגן אן אפשטימונג אויף א דעמאקראטישע ביל וואס רופט אויפצולעזן אייס איז אראפ פון טיש און אנשטאט וועט קאנגרעס שטימען מיטוואך אויף א ביל אויפגעברענגט דורך לואיזיאנא רעפובליקאנער קאנגרעסמאן קלעי היגינס וועלכע פארדאמט די וועלכע רופן צו אויפצולעזן אייס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Elmo, Heshey, אור, בעריש'ל, דממה דקה, ליינער, מאניש בנבנשתי, מטעמים, מי חכם און 52 געסט