בלאט 50 פון 167

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 5:48 pm
דורך צל עובר
להגדיל שמו האט געשריבן:איז דאס די נארם ביי אנדערע אדמיניסטראציעס, אז צוויי יאר אריין זאל נאך זיין אזוי פיל?

ניין, נאר מעקאנעל האט געגעבן פאר אבאמע צו עסן שטרוי די לעצטע צוויי יאר, און ער ארבעט זייער שטארק און פארלייגט זיך אויף דעם.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 3:13 pm
דורך הכל הבל
פארדעכטיגטע בריוו אדרעסירט צו די היים פון סענאטארשע קאלינס ווערט אויסגעפארשט דורך די אינסטאנצן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 5:05 pm
דורך הכל הבל
סענאטארשע פיינסטיין אומצופרידן מיט סענאטאר גרעסלי פארן באשטימען פארהערן אין די קאמיטע פאר יורידישע נאמינאציעס דורכאויס די צייט וואס די סענאט איז אפיציעל אויף אורלויב

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 9:45 am
דורך הכל הבל
מעקאנעל: די נייע אפמאך צווישן אמעריקא מיט מעקסיקא און קאנאדא וועט נישט ווערן אויפגעברענגט פאר אן אפשטימונג און סענאט היי יאר
זאגט אז עס וועט געוויס זיין פון די הויפט אישוס אויפן קומענדיגן יאר אגענדע

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 12:23 pm
דורך הכל הבל
פילע רעפובליקאנער האבן נאכנישט אויפגעגעבן אויפן פלאן צו רעדן מיט ראזנסטיין נאך די וואך

קאנגרעסמאן מארק מעדאוס האט נאך נעכטן געשטופט קאנגרעסמאן גודלעט צו סובפינען ראזנסטיין זאגנדיג אז אויב דו ווילסט אז עס זאל סיי ווען פאסירן דארף עס נאך געשען די וואך
עס צו לאזן לויפן אויף דערווייל באדייט פארנאכלעסיגן אונזערע פליכטן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:34 am
דורך הכל הבל
אין סענאט יורידישע קאמיטע גייט מען איצט אויפברענגן פאר א הירינג די נאמינאציע פון איין סירקוט און 3 דיסטריקט ריכטער

די סענאט איז אפיציעל אויף אורלויב און דעמאקראטן שוימען אויף די באשלוס פון גרעסלי

דערווייל איז נישט קיין איין דעמאקראט אנוועזנד און רענקינג מיטגליד סענאטארשע פיינסטיין איז געסקעדזשועלט צו ערשיינען ביי א פארום אינאיינעם מיט איר דעמאקראטישע אפאנענט אין קאליפארניע אין עטליגע שטונדן ארום

דערווייל זענען אנוועזנד 3 רעפובליקאנער סענאטארן,סעס, העטש און קענעדי וועלכע וועט דינען אלץ פארזיצער און פארטרעטן גרעסלי

קיינע אנדערע רעפובליקאנער פלאנען נישט אנטיילצונעמען

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:40 am
דורך הכל הבל
ס'דארף צו זיין גאנץ זיס מיטצוהאלטן א קאמיטע פארהער ווי 3 רעפובליקאנער און 0 דעמאקראטן זענען אנוועזנד+ די טשעיר איז קענעדי וועלכע איז בארימט מיט זיין אייגנארטיגע רעטארישע צוגאנג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:43 am
דורך הכל הבל
גראדע איז זיין שטייגער טיף אריינצוקריכן אין די ערפארונג פון נאמינירטע אפגעזען פון וועלכע פארטיי יענער איז (ער האט שוין געהאט די ראלע אין מערערע פעלער)

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:01 am
דורך הכל הבל
די איצטיגע נאמינירטע איז עליסאן ראשינג וועלכע טראמפ וויל ארויפלייגן אויפן 4'טן קרייז געריכט

זי איז א פעדעראל סאסייעטי מעמבער און איז געווען א קלוירק פאר ריכטער טאמאס און גארסוטש

זי האט געארבעט פאר אנטי תועבה גרופעס

זי איז בלויז 36 יאר אלט!

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:15 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
הכל הבל האט געשריבן:ס'דארף צו זיין גאנץ זיס מיטצוהאלטן א קאמיטע פארהער ווי 3 רעפובליקאנער און 0 דעמאקראטן זענען אנוועזנד+ די טשעיר איז קענעדי וועלכע איז בארימט מיט זיין אייגנארטיגע רעטארישע צוגאנג

און אויב די 3 מאכן אפ אז סיז גוט ווערט יענער באשטעטיגט? נישט שלעכט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:16 am
דורך הכל הבל
עס איז בלויז א הירינג

באשטעטיגונג קומט שפעטער

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:16 am
דורך הכל הבל
סענאטאר קרעפא האט זיך אויך איצט אנגערוקט

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:17 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
הכל הבל האט געשריבן:עס איז בלויז א הירינג

באשטעטיגונג קומט שפעטער

אהא, פענקס

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 12:51 pm
דורך הכל הבל
איז מעגליך צו איבערצייגן דעם פרעזידענט צו שטיצן ענטייטלמענט רעפארם?

מעקאנעל: איך גלויב אז נישט, עס וועט דארפן ווארטן אויף אן אנדערן פרעזידענט און עס וועט זיך אויספעלן דערפאר אן אומפארטייאישע אונטערנעמונג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 2:42 pm
דורך הכל הבל
מעקאנעל: די סענאט וועט מעגליך ווידער שטימען אויף אן אבאמאקעיר רעפיעל אויב מיר קומען אריין מיט א גענוג ברייטע מאיאריטעט
(אבער קאנגרעס??..)

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 17, 2018 6:56 pm
דורך eller
הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל: די סענאט וועט מעגליך ווידער שטימען אויף אן אבאמאקעיר רעפיעל אויב מיר קומען אריין מיט א גענוג ברייטע מאיאריטעט
(אבער קאנגרעס??..)

זיי קענען נאך ניצן די דורכגעגאנגענע קאנגרעס ביל ?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:56 am
דורך הכל הבל
יוטא סענאט קאנדידאט מיט ראמני גרייט זיך אנצונעמען אן אקטיווע ראלע אין די סענאט

פון די קאמיטעען אויף וועלכע ער קוקט ארויס צו סערווירן איז די אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע אויף וועלכע דער ארויסגייענדער סענאטאר באב קארקער דינט איצט אלץ פארזיצער

ראמני האט גערעדט מיט קארקער פארגאנגעגענע וואך

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:59 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
דאס איז זיך נוקם צו זיין אז ער איז נישט געווארען SecState?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:42 am
דורך הכל הבל
דזשעימס אקיפע איז א קאנסערוואטיווע אקטיוויסט וועלכע טוט אין געהיים נאכפאלגן און רעקארדירן פאליטיקאנטן

ער האט שוין פארעפנטליכט נעגאטיווע ווארע אויף סענאטאר מקעסקיל און סענאט קאנדידאט ברעדעסען און ער רייצט זיך מיט איין איבער הייטקעמפ
ער איז איצט אין די סענאט הארט געביידע ווי מקעסקיל און הייטקעמפ זענען ביידע אנוועזנד

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 8:42 pm
דורך הכל הבל
קאנגרעסמאן עדעם שיףזאגט אז אויב דעמאקראטן נעמען איבער דעם הויז וועט א הויכע פריאריטעט פארן שפיאנאזש קאמיטע זיין זיך צו דערגרינטעווען אויב רוסן האבן געוטואשן געלט דורכן טראמפ ארגאנאזאציע און אויך צו באקומען די טעלעפאנישע רעקארדס פון טראמפ דזשוניאר צו זעהן אויב ער האט דיסקוסירט מיט זיין טאטן די טראמפ טאוער מיטינג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:13 am
דורך הכל הבל
אום 10 פארמיטאג וועט די יורידישע קאמיטע אפהאלטן פארהערן אויף עטליכע ריכטער נאמינאציעס (טראץ וואס די סענאט איז אפיציעל אויף אורלויב)
די קאמיטע וועט באהאנדלען די נאמינאציע פון צוויי פעדעראלע ריכטער (נישט אויפן סיקוט קאורט) און צוגאב צו צוויי סירקוט ריכטער נאמינאציעס צום 9'טן קרייז געריכטריכטער ריטשארד בעיט פון אריזאנא און ריכטער עריק מילער פון וואשינגטאן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 6:29 pm
דורך להגדיל שמו
איך ווייס נישט אין וועלעכע אשכול עס קימט, אבער איך וועל עס דא אנפרעגען און העכסטענס זאל מען לינקען ווי עס קימט.
עס איז אן אלטע פייט צווישען די ריפבליקענ'ס און דעמעקרעטס וועגן די אישו פון האבען אן איידי ביים וואטען. איז עס שוין אמאל געווען אין געריכט? אויב יא וואס האט די געריכט געפאסקענט? אויב נישט ווער אין די רוגירונג איז בא'אויפטראגט אויף דעם?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:54 am
דורך הכל הבל
יורידישע קאמיטע פארזיצער סענאטאר טשאק גרעסלי פון אייאווע טוט אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון די אייאווע גאווערנאר פארמעסט וועלכע ווערט איצט געהאלטן דורך א רעפובליקאנער דורך ארויסברענגן אז ער איז שוין 85 יאר אנדייטדיג אז ער וועט מעגליך נישט קענען אויסדינען זיין פולע טערמין און אויב די דעמאקראטן באווייזן איבערצונעמען די גאווערנאר שטוהל וועט א דעמאקראטישע גאווערנאר קענען שטעלן זיין אויסוואל צו ערזעצן גרעסלי פארכאפנדיג א סענאט זיץ אן קיין שאס

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:51 pm
דורך הכל הבל
סטעני האיער דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אין קאנגרעס אונטער פעלאסי מעלדט אז ער וועט נישט קאנקורירן מיט פעלאסי פאר די ספיקער פאזיציע

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:16 pm
דורך א נייער
הכל הבל האט געשריבן:סטעני האיער דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אין קאנגרעס אונטער פעלאסי מעלדט אז ער וועט נישט קאנקורירן מיט פעלאסי פאר די ספיקער פאזיציע

ער איז דאך באלד אזוי אלט ווי איר.