נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:07 am

אהייא גאווערנאר דזשאן קעסיק איבער די באשטעטיגונג פון ריכטער קעווענאו:

איך בין נישט פריייליך איבער די פראצעדור אבער די באשלוס איז געמאכט געווארן און איך רעספעקטיר די אויסגאנג

איבער די מידטוירמס:
קאנגרעס איז נישט רעספעקטירט, די פרעסע איז נישט רעספעקטירט, די יוסטיץ דעפארטמענט איז נישט רעספעקטירט, און די געריכט הויבט אן פארלירן רעספעקט
דאס איז א שלעכטע פלאץ פאר אונזער לאנד צו זיין און מיר מוזן דאס אפשטעלן

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:13 am

קאלינס זאגט אז נאך די פארד אויפטריט אין סענאט האט זי געטראכט אז קעוואנאו מוז זיך ארויסציען אבער נאך קעוואנאוס שטאנדהאפטיגע קאנטער אויפטריט און נאכן אנערקענען אז עס איז נישטא עכטע באווויזן איז זי צוריקגעפאלן צום "יא" קאלום

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:14 am

מעקאנעל איבער די דעמאקראטישע פארזוכן צו באזיגן קאלינס אין די וואלן און אז זי איז זייער העכסטע פריאריטעט: זי איז "מיין" העכסטע פריאריטעט

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:30 am

הכל הבל האט געשריבן:אן אינטערסאנטע פראגע דעוועלאפט זיך צווישן רעפארטער

ווי באקאנט איז דער ריכטער וועלכע איז מערסט אויסגעזעצט צו רעטייערן נעקסט ריכטער רוט בעידער גינזבורג

לויט באריכטן וויל זי דערווייל נישט רעטייערן צוליב וואס טראמפ וועט איר ערזעצן מיט א קאנסערוואטיווע ריכטער

די פראגע איז צו זי וועט אויסווארטן 2020 למספרם צו זעהן אויב טראמפ פארלירט ווידערערוויילונג און ערשט דאן רעטייערן אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

סענאטאר גרעהעם האט שוין פארשפראכן די פארלאפענע וואך אז רעפובליקאנער וועלן זיך האלטן צום סטאנדארד און מעקאנעל איז שוין אויך געפרעגט געווארן איבער דעם אבער האט בלויז רעאגירט זאגנדיג אז מען וועט זעהן אויב עס וועט טאקע זיך מאכן א רעטייערמענט

די איינציגסטע טיילווייזע אויסרייד פאר מעקאנעל קען זיין אז אנדערש ווי 2016 למספרם איז איצט דער פרעזידענט און די סענאט פון די זעלבע פארטיי

אלנפאלס אויב גינזבורג רעטייערט טאקע און רעפובליקאנער האלטן זיך צום גארלענד פארשריפט פארזיעכערט עס אז די קומענדיגע וואלן איז ווידער א סופרים קאורט פראגע


נישט וועגן טראמפ וויל זי נישט רעטייערן, אבאמא האט דאך איר שוין
געבעטן אז זי זאל רעטייערן אין זי האט נישט געוואלט זאגן'דיג אז ווי לאנג זי לעבט וויל זי אנהאלטן די זיץ...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:30 am

א עכטע שטייפע אידענע....
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:19 am

הכל הבל האט געשריבן: אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

די סטאנדארט איז געשאפן געווארן דורך די דעמאקראטן בראש דזשאו ביידען אזא צוואנציג יאר צוריק. די רעפובליקאנער האבן עס פשוט גענוצט קעגן די שאפערס אין 2016.
Innocent until proven Republican

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:24 am

Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

די סטאנדארט איז געשאפן געווארן דורך די דעמאקראטן בראש דזשאו ביידען אזא צוואנציג יאר צוריק. די רעפובליקאנער האבן עס פשוט גענוצט קעגן די שאפערס אין 2016.

זיך געכאפט דערויף נאכן ארויסשיקן
איז עס דאן למעשה גענוצט געווארן אדער בלויז געווען א שטעלונג פון ביידען?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:56 am

די גאנצע זאך איז נאר אויב זי ריטייערט, זי גייט ווארשיינליך נישט פרייוויליג ריטייערן פאר 2020, אבער זי איז שוין נישט יונג, העמער זעהן צו נאטור גייט איר נישט צווינגן...

איך גלייב אז אויב די ריפאבליקענס האבן א טשענס אין 2020 גייען זיי יא וואוטן פאר א דזשאדזש, און אויב די דעמעקראטן זענען אין קאנטראלל, גייען זיי האלטן די זיץ ליידיג פאר ווילאנג זיי קענען, זיי גייען אויף יעדן האבן אן אנדערע סיבה... אבער טראמפ גייט נאמינעיטן, און אויב די דעמעקראטן ציען עס אויס, גייט די נעקסטע דזשאדזש זיין אויפן בעלעט...

בקיצור, קודם זאל זי ריטייערן און יעדער גייט צוריקגיין שפיהלן זיין פאליטיק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

yes yes
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:40 pm

הכל הבל האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

די סטאנדארט איז געשאפן געווארן דורך די דעמאקראטן בראש דזשאו ביידען אזא צוואנציג יאר צוריק. די רעפובליקאנער האבן עס פשוט גענוצט קעגן די שאפערס אין 2016.

זיך געכאפט דערויף נאכן ארויסשיקן
איז עס דאן למעשה גענוצט געווארן אדער בלויז געווען א שטעלונג פון ביידען?

עס איז בלויז געווען א שטעלונג אז אויב א ריכטער רעזיינט וואס די הלכה איז עס איז געבליבען מיט די נאמען Biden rule
לעצט פאראכטן דורך yes yes אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:41 pm

אונזער טשארטקאווער אפשטאמיגער מר. שומער האט געזאגט ענליכע דיבורים אין די לעצטע יאר פון בוש 43. תוכן דבריו אז ער וועט נישט צולאזן קיין שום נייע בוש ריכטער אויפן סופרים קאורט, נאר אויב יענער איז א צענטריסט (ליין: לינק אויף וויכטיגע אישוס).

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:43 pm

yes yes האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

די סטאנדארט איז געשאפן געווארן דורך די דעמאקראטן בראש דזשאו ביידען אזא צוואנציג יאר צוריק. די רעפובליקאנער האבן עס פשוט גענוצט קעגן די שאפערס אין 2016.

זיך געכאפט דערויף נאכן ארויסשיקן
איז עס דאן למעשה גענוצט געווארן אדער בלויז געווען א שטעלונג פון ביידען?

עס איז בלויז געווען א שטעלונג אז אויב א ריכטער רעזיינט וואס די הלכה איז

איז עס אין פאקט גענוצט געווארן דורך די דעמאקראטישע פירערשאפט אלץ אן אויסרייד נישט אויפצוברענגן א נאמינאציע?

yes yes
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן: אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

די סטאנדארט איז געשאפן געווארן דורך די דעמאקראטן בראש דזשאו ביידען אזא צוואנציג יאר צוריק. די רעפובליקאנער האבן עס פשוט גענוצט קעגן די שאפערס אין 2016.

זיך געכאפט דערויף נאכן ארויסשיקן
איז עס דאן למעשה גענוצט געווארן אדער בלויז געווען א שטעלונג פון ביידען?

עס איז בלויז געווען א שטעלונג אז אויב א ריכטער רעזיינט וואס די הלכה איז

איז עס אין פאקט גענוצט געווארן דורך די דעמאקראטישע פירערשאפט אלץ אן אויסרייד נישט אויפצוברענגן א נאמינאציע?
ניין

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:11 pm

רוסלאנד אויספארשונג
"באמבע" קומט

וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן נעכטן געווארנט, אז זיי גייען ארויסקומען מיט א "באמבע" אין די קומענדיגע טעג, איבער'ן וועג וויאזוי די עף-בי-איי און יוסטיץ דעפארטמענט האבן אנגעפירט זייערע אויספארשונגען אויפ'ן טראמפ קאמפיין אין לויף פון יאר 16'. די ווארענונג פון די קאנגרעסלייט איז געקומען, נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן פאר א 4 שטונדיגע געהיימע זיצונג מיט די עף-בי-איי'ס געוועזענע הויפט לויער דזשעימס בעיקער, וואס די קאנגרעסלייט זאגן אז בעיקער האט זיי געגעבן נייע "האר אויפשטעלנדע" דעטאלן איבער וויאזוי די אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין איז געפירט געווארן, און דער פאקט אז אנטי-טראמפ פאליטיק האט געשפילט א ראלע אינעם אויספארשונג.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:17 pm

הכל הבל האט געשריבן:אן אינטערסאנטע פראגע דעוועלאפט זיך צווישן רעפארטער

ווי באקאנט איז דער ריכטער וועלכע איז מערסט אויסגעזעצט צו רעטייערן נעקסט ריכטער רוט בעידער גינזבורג

לויט באריכטן וויל זי דערווייל נישט רעטייערן צוליב וואס טראמפ וועט איר ערזעצן מיט א קאנסערוואטיווע ריכטער

די פראגע איז צו זי וועט אויסווארטן 2020 למספרם צו זעהן אויב טראמפ פארלירט ווידערערוויילונג און ערשט דאן רעטייערן אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

סענאטאר גרעהעם האט שוין פארשפראכן די פארלאפענע וואך אז רעפובליקאנער וועלן זיך האלטן צום סטאנדארד און מעקאנעל איז שוין אויך געפרעגט געווארן איבער דעם אבער האט בלויז רעאגירט זאגנדיג אז מען וועט זעהן אויב עס וועט טאקע זיך מאכן א רעטייערמענט

די איינציגסטע טיילווייזע אויסרייד פאר מעקאנעל קען זיין אז אנדערש ווי 2016 למספרם איז איצט דער פרעזידענט און די סענאט פון די זעלבע פארטיי

אלנפאלס אויב גינזבורג רעטייערט טאקע און רעפובליקאנער האלטן זיך צום גארלענד פארשריפט פארזיעכערט עס אז די קומענדיגע וואלן איז ווידער א סופרים קאורט פראגע

יעך האב פארשטאנען אז ער וועט יא באשטעטיגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:מעקאנעל איבער די דעמאקראטישע פארזוכן צו באזיגן קאלינס אין די וואלן און אז זי איז זייער העכסטע פריאריטעט: זי איז "מיין" העכסטע פריאריטעט

יא, אבער מעין איז זייער סטעיט, נישט זיין סטעיט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:44 pm

שכל'דיג האט געשריבן:רוסלאנד אויספארשונג
"באמבע" קומט

וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן נעכטן געווארנט, אז זיי גייען ארויסקומען מיט א "באמבע" אין די קומענדיגע טעג, איבער'ן וועג וויאזוי די עף-בי-איי און יוסטיץ דעפארטמענט האבן אנגעפירט זייערע אויספארשונגען אויפ'ן טראמפ קאמפיין אין לויף פון יאר 16'. די ווארענונג פון די קאנגרעסלייט איז געקומען, נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן פאר א 4 שטונדיגע געהיימע זיצונג מיט די עף-בי-איי'ס געוועזענע הויפט לויער דזשעימס בעיקער, וואס די קאנגרעסלייט זאגן אז בעיקער האט זיי געגעבן נייע "האר אויפשטעלנדע" דעטאלן איבער וויאזוי די אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין איז געפירט געווארן, און דער פאקט אז אנטי-טראמפ פאליטיק האט געשפילט א ראלע אינעם אויספארשונג.

viewtopic.php?p=1768956#p1768956
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:56 pm

שכל'דיג האט געשריבן:רוסלאנד אויספארשונג
"באמבע" קומט

וואשינגטאן – א גרופע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן נעכטן געווארנט, אז זיי גייען ארויסקומען מיט א "באמבע" אין די קומענדיגע טעג, איבער'ן וועג וויאזוי די עף-בי-איי און יוסטיץ דעפארטמענט האבן אנגעפירט זייערע אויספארשונגען אויפ'ן טראמפ קאמפיין אין לויף פון יאר 16'. די ווארענונג פון די קאנגרעסלייט איז געקומען, נאכדעם וואס זיי האבן זיך געטראפן פאר א 4 שטונדיגע געהיימע זיצונג מיט די עף-בי-איי'ס געוועזענע הויפט לויער דזשעימס בעיקער, וואס די קאנגרעסלייט זאגן אז בעיקער האט זיי געגעבן נייע "האר אויפשטעלנדע" דעטאלן איבער וויאזוי די אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין איז געפירט געווארן, און דער פאקט אז אנטי-טראמפ פאליטיק האט געשפילט א ראלע אינעם אויספארשונג.



צווישן די זאכן וואס די FBI האט אויסגעמעקט צוליב "נעשענעל סעקיוריטי" איז אז בעיקער האצעך געטראפן "מיט איינעם" איבער די דאסיער... שטעלצעך ארויס אז דער איינער איז געווען א לויער פאר די DNC... צוליב די נעשענעל סעקיוריטי... אויפצודעקן די שעים פון די חברה, האט מען עס רעדאקטעד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:16 am

אינגאנצן יצא מדעתו?

2AA22D5D-E091-4B2A-B4E0-18C12EAA3569.png
2AA22D5D-E091-4B2A-B4E0-18C12EAA3569.png (288.13 KiB) געזעהן 557 מאל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 3:55 pm

די פירערשאפט פלאנט אויפצוברענגן א ביל צו פאנדן 23 ביליאן פאר די גרעניץ וואנט

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:02 pm

הכל הבל האט געשריבן:די פירערשאפט פלאנט אויפצוברענגן א ביל צו פאנדן 23 ביליאן פאר די גרעניץ וואנט

אין קאנגרעס?

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:09 pm

משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פירערשאפט פלאנט אויפצוברענגן א ביל צו פאנדן 23 ביליאן פאר די גרעניץ וואנט

אין קאנגרעס?

יא
קאנגרעס מאיאריטעט פירער קעווין מעקארטי פלאנט עס ארויפצוברענגען

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:10 pm

מעגליך אלץ נאך א פרואוו צו פארשטארקערן זיין פאזיציע איבערצונעמען די פירערשאפט אינעם קומענדיגן טערמין..

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:16 pm

הכל הבל האט געשריבן:
משה11 האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פירערשאפט פלאנט אויפצוברענגן א ביל צו פאנדן 23 ביליאן פאר די גרעניץ וואנט

אין קאנגרעס?

יא
קאנגרעס מאיאריטעט פירער קעווין מעקארטי פלאנט עס ארויפצוברענגען

Kevin McCarthy
(@GOPLeader)
Few things are more fundamental to a nation than a protected border. Proud to introduce the Build the Wall, Enforce the Law Act. #MAGA

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:17 pm

נו שוין, האסטע...

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:17 pm

Exclusive -- House Majority Leader Kevin McCarthy Introducing Bill to Fully Fund Border Wall, Making Midterm Immigration Referendum


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, אזוי וויל איך, כא כא כא, קיין נפקמ און 55 געסט