נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:43 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:באמת בין איך געווען נייגעריג וואס קאלינס זאגט, אבער איך האב איר נישט פארגינען די אטענשאן האב איך נישט געפרעגט נאר געווארט מיט (אומ)געדולד מען זאל עס באריכטן...

רעדט ווי אזא באבע אז עס איז ניטאמאל טערעסאנט אויסצוהערן

זי צולייגט גוט די מעשה... אפשר וועט זי נאך איבערדרייען איינעם׳ס ניין...

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:45 pm

אויב מענשין איז א ניין, וועט עס זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס א ווייס פרעזידענט וועט דיסיידען א סופרים קאורט נאמיני.
אפילו א פעדעראלע דזשאדזש נאמיני האט נאך נישט געדארפט צוקומען צו א ווייס פרעזידענט.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:46 pm

די מחותן זאגט אז היינטיגע צייטן איז אינטרעסאנטער צי זיין אין סענאט אזא צייט ווי צו הערן הספדים ביי מצווה טאנץ
#ווי נעמט א חיים מענדל
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:59 pm

הספדים ביי מצוה טאנץ איז קיינמאל געווען אינטערעסאנט (חוץ, שטייצעך, די צוויי מינוט וואס מען איז מיר מספיד...)
Innocent until proven Republican

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

breaking!

תגובהדורך שׁטילער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:13 pm

Dem Joe menchin is a yes!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:14 pm

פארוואס דען נישט? קעווענאו האט עניוועי די וואוט, דארף ער שוין נישט ריסקן זיין בענקל.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:16 pm

יאפ! מענשין איז א יא!

סיז דא 51 אן די באבע פון אלעסקא... אויב זי איז קלוג זאגט זי אז זי וויל וואוטן ניין, נאר היות ס'גייט סייווי אדורכגיין, וויל זי נישט אז דער מחותן זאל דארפן קומען צו פליען אינמיטן די חתונה, דעריבער וואוט זי יא... זי העט יעדן צופרידן שטעלן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:17 pm

מענשין'ס סטעיטמענט זאגט מער ווייניגער "איך פארטרעט וועסט ווירדזשיניע און זיי ווילן אים"...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:25 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מענשין'ס סטעיטמענט זאגט מער ווייניגער "איך פארטרעט וועסט ווירדזשיניע און זיי ווילן אים"...

זייער א גוטע מאוו, ספעציעל נאכדעם וואס ער איז נישט די דיסיידינג וואוט, דאס פארזיכערט אים לכאורה זיין בענקל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:25 pm

די חברה זאגן אז אויף CNN קעמען מיינען אז סיז עלעקשן נאכט 2016...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:31 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די חברה זאגן אז אויף CNN קעמען מיינען אז סיז עלעקשן נאכט 2016...

זיי פרובירן און ווילן עס מאכן פאר מידטוירם אדער 2020 עלעקשאן נאכט...
זיי ברענגען ארויס אז עלעקשאנס האבן קאנסעקווענצן און די קאנסערוואטיוון האבן דאס אייביג געמאכט פאר אן אישו ביי עלעקשאנס, משא"כ די דעמאקראטן האבן קיינמאל נישט געפאקוסט דערויף ביי עלעקשאנס, וואס גייט זיך יעצט לכאורה טוישן (עכ"פ דאס וויל CNN זיי דערמאנען...)
און ווי שוין געשריבן פריער, איז קעווענאו'ס קאנפירמאציע די בעסטע פאר די דעמאקראטישע פארטיי אין קאנגרעס און אוודאי אין סענאט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1864
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 4:37 pm

און די זעלבע פאר רעפובליקאנער, נאכדעם וואס די רעפובליקאנער האבן באוויזן זיך צו האלטן שטארק קעגן די דעמאקראטן, טראץ וואס נישט אייביג באווייזן זיי דאס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:21 pm

די מציאות איז אז "גערעגטקייט" ברענגט מער ארויס וויילער, סאו סיז קלאר אז די דעמעקראטן גייען ענדערש ארויסקומען אויב קאוואונא גייט אדורך, אבער דאס איז די פרייז וואס מ'צאלט פארן אדורכפיהרן א בילל... וואס האט מען פון געווינען אויב פיהרט מען גארנישט אדורך?

נאר וואס דען, ווען ס'גייט ווען אדורך אן די גאנצע סומעטאכע, וואלטן די דעמעקראטן סייווי ארויסגעקומען, ווייל זיי וואלטן געווען גערעגט, די סומעטאכע האט נאר צוגעברענגט אז די ריפאבליקענס זאלן "אויך" ווערן אויפגעהייטערט! און די פאקט אז סיז געווען אויפגעהאלטן פאר א וואך וועגן די FBI אויספארשונג האט אביסל בארואיגט די דעמעקראטן און אויפגערעגט די ריפאבליקענס... יעצט אז ס'גייט אדורך גייעצעכעס מסתם צוריק דרייען... אבער די געפ צווישן די צוויי פארטייען איז שוין נישט די זעלבע ווי ס'וואלט געווען אן די גאנצע סומעטאכע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

balkishron
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 5:53 pm

Wow
וויכי די קומסט אריין זייער קלאר
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

yes yes
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 9:42 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די מציאות איז אז "גערעגטקייט" ברענגט מער ארויס וויילער, סאו סיז קלאר אז די דעמעקראטן גייען ענדערש ארויסקומען אויב קאוואונא גייט אדורך, אבער דאס איז די פרייז וואס מ'צאלט פארן אדורכפיהרן א בילל... וואס האט מען פון געווינען אויב פיהרט מען גארנישט אדורך?

נאר וואס דען, ווען ס'גייט ווען אדורך אן די גאנצע סומעטאכע, וואלטן די דעמעקראטן סייווי ארויסגעקומען, ווייל זיי וואלטן געווען גערעגט, די סומעטאכע האט נאר צוגעברענגט אז די ריפאבליקענס זאלן "אויך" ווערן אויפגעהייטערט! און די פאקט אז סיז געווען אויפגעהאלטן פאר א וואך וועגן די FBI אויספארשונג האט אביסל בארואיגט די דעמעקראטן און אויפגערעגט די ריפאבליקענס... יעצט אז ס'גייט אדורך גייעצעכעס מסתם צוריק דרייען... אבער די געפ צווישן די צוויי פארטייען איז שוין נישט די זעלבע ווי ס'וואלט געווען אן די גאנצע סומעטאכע...

די גאנצע פרשה האט אזוי שטארק אויפגערעגט די רעפאבליקאנער אז זיי וועלן ארויס קומען שטימען
קענסט יעצט אריין גיין ווער עס איז מער אויפגערעגט

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 9:47 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי נעכטן באריכטעט אויף אייוועלט מעלדט איצט פלעיק אפיציעל אז ער וועט שטימען יא אויסער אויב עפעס ערנסטע טוישן קומען אונטער


עס קומט גאר אסאך קרעדיט פאר סענאטאר פליעק. ער האט געהאט אלע סיבות זיך נוקם צו זיין אין טראמפ, ער האט דאס נישט געטוען. ער האט געטוען וואס ער האט געהאלטן איז רעכט. ווען די מעשה איז פארקערט דהיינו אז טראמפ איז דער סענאטאר פון אריזאנא און פלעיק איז דער פרעזידענט וואלט ער בלי שום ספק זיך נוקם געווען אין פלעיקן. נקמה איז דאך דער עשטער זאך אויף זיינע עשרת הדברות.

מ'זעט נישט קיינער אין די רעפובליקאנער פארטיי זאל דאס ארויסהייבן, נאר ווען ער וואוט פארקערט אדער ער בעט א פארלענגרונג פאר א וואך ווילן זיי אים ממית זיין דערפאר.

שטארקע נקודה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 9:49 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די מציאות איז אז "גערעגטקייט" ברענגט מער ארויס וויילער, סאו סיז קלאר אז די דעמעקראטן גייען ענדערש ארויסקומען אויב קאוואונא גייט אדורך, אבער דאס איז די פרייז וואס מ'צאלט פארן אדורכפיהרן א בילל... וואס האט מען פון געווינען אויב פיהרט מען גארנישט אדורך?

נאר וואס דען, ווען ס'גייט ווען אדורך אן די גאנצע סומעטאכע, וואלטן די דעמעקראטן סייווי ארויסגעקומען, ווייל זיי וואלטן געווען גערעגט, די סומעטאכע האט נאר צוגעברענגט אז די ריפאבליקענס זאלן "אויך" ווערן אויפגעהייטערט! און די פאקט אז סיז געווען אויפגעהאלטן פאר א וואך וועגן די FBI אויספארשונג האט אביסל בארואיגט די דעמעקראטן און אויפגערעגט די ריפאבליקענס... יעצט אז ס'גייט אדורך גייעצעכעס מסתם צוריק דרייען... אבער די געפ צווישן די צוויי פארטייען איז שוין נישט די זעלבע ווי ס'וואלט געווען אן די גאנצע סומעטאכע...

שטארקע נקודות.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 10:00 pm

צל עובר האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי נעכטן באריכטעט אויף אייוועלט מעלדט איצט פלעיק אפיציעל אז ער וועט שטימען יא אויסער אויב עפעס ערנסטע טוישן קומען אונטער


עס קומט גאר אסאך קרעדיט פאר סענאטאר פליעק. ער האט געהאט אלע סיבות זיך נוקם צו זיין אין טראמפ, ער האט דאס נישט געטוען. ער האט געטוען וואס ער האט געהאלטן איז רעכט. ווען די מעשה איז פארקערט דהיינו אז טראמפ איז דער סענאטאר פון אריזאנא און פלעיק איז דער פרעזידענט וואלט ער בלי שום ספק זיך נוקם געווען אין פלעיקן. נקמה איז דאך דער עשטער זאך אויף זיינע עשרת הדברות.

מ'זעט נישט קיינער אין די רעפובליקאנער פארטיי זאל דאס ארויסהייבן, נאר ווען ער וואוט פארקערט אדער ער בעט א פארלענגרונג פאר א וואך ווילן זיי אים ממית זיין דערפאר.

שטארקע נקודה.

וואס האט טראמפ געטיען פאר פלעיק אז ער זאל אזוי זיך וועלען נוקם זיין אין אים?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 07, 2018 2:37 am

ער האט געוואונען די פרעזידענסי...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:36 am

סענאטאר גרעהעם וועט היינט שפילן גאלף מיטן פרעזידענט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:39 am

מעקאנעל וויל אז די יורידישע קאמיטע זאל אויספארשן ווער ער האט ארויסגעליעקט די פארד בריוו צו די פרעסע

גרעסלי נאך אומבאשלאסן דערויף

פיינסטיין שפירט רואיג אז אין פאל פון אזא אויספארשונג וועט זי און איר שטאב ארויסקומען ריינגעוואשן פון באשולדיגונגען אז זיי שטייען דערונטער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:41 am

גרעסלי האט אין א בריוו צו פארדס לויערס פארלאנגט אלע קאמיוניקאציעס צווישן זיי און סענעטארס

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:49 am

די ריפאבליקאנער זאלן שנעל אריין כאפן, ווייל נאך נאוועמבער אויב די דעמעקראטן מאכן עס, אוי גייט גיין אויספארשונגען, דעי יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס וואס קומט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:52 am

גרעסלי פרובירט אריינצורוקן אייאווע סענאטארשע דזשאני ערנסט צו סערווירן אויפן יורידישן קאמיטע

(איך גלויב אז עס קומט אלץ רעזולטאט נאכן דערשפירן די דרינגנדע נויט פאר א רעפובליקאנער סענאטאר"שע" צו דינען אויפן קאמיטע נאך די פארלאפענע נאמינאציע שלאכט ווי ער האט געמוזט אריינברענגן א דרויסנדיגע פראקורארין צו פארהערן פארד)

ערנסט האט קלארגעשטעלט אז זי איז זייער צופרידן מיט די קאמיטעען אויף וועלכע זי זיצט שוין

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:01 am

אן אינטערסאנטע פראגע דעוועלאפט זיך צווישן רעפארטער

ווי באקאנט איז דער ריכטער וועלכע איז מערסט אויסגעזעצט צו רעטייערן נעקסט ריכטער רוט בעידער גינזבורג

לויט באריכטן וויל זי דערווייל נישט רעטייערן צוליב וואס טראמפ וועט איר ערזעצן מיט א קאנסערוואטיווע ריכטער

די פראגע איז צו זי וועט אויסווארטן 2020 למספרם צו זעהן אויב טראמפ פארלירט ווידערערוויילונג און ערשט דאן רעטייערן אדער וועט זי רעטייערן אזוי פרי ווי 2019 למספרם מיט די האפענונג אז רעפובליקאנער וועלן זיך מוזן האלטן צו די מעריק גארלענד סטאנדארד וועלכע זיי האבן געשאפן אין 2016 למספרם און נישט באשטעטיגן א נייע ריכטער אין 2019 למספרם און דאן האפן אז א דעמאקראט ווערט ערוועלט

סענאטאר גרעהעם האט שוין פארשפראכן די פארלאפענע וואך אז רעפובליקאנער וועלן זיך האלטן צום סטאנדארד און מעקאנעל איז שוין אויך געפרעגט געווארן איבער דעם אבער האט בלויז רעאגירט זאגנדיג אז מען וועט זעהן אויב עס וועט טאקע זיך מאכן א רעטייערמענט

די איינציגסטע טיילווייזע אויסרייד פאר מעקאנעל קען זיין אז אנדערש ווי 2016 למספרם איז איצט דער פרעזידענט און די סענאט פון די זעלבע פארטיי

אלנפאלס אויב גינזבורג רעטייערט טאקע און רעפובליקאנער האלטן זיך צום גארלענד פארשריפט פארזיעכערט עס אז די קומענדיגע וואלן איז ווידער א סופרים קאורט פראגע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 10:10 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, joegreen, Joel, maybeeynot, גליטשעדיג, יראת שמים און 53 געסט