בלאט 46 פון 151

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:16 pm
דורך האסט נייעס
הכל הבל האט געשריבן:א לעכטיגן שבת אלע אידישע קינדער!

פאר דיר אויכט גוט שבת!
פון דיין שטענדיגע ליינער @האסט נייעס

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:23 pm
דורך אלי' מקוה יוד
מארקאוויטש.. כ'מיין מארקאווסקי איז שוין א זיכערע ניין ביים פיינעל וואוט אויכעט?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:28 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
הכל הבל האט געשריבן:א לעכטיגן שבת אלע אידישע קינדער!

א גוט שבת פאר דיר אויך, האסט כאטש א עסקארד צום עירפארט זאלסטו קענען כאפן דיין פליגער?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:34 pm
דורך eller
הכל הבל האט געשריבן:מורקאוסקי זאגט אז ערשט אויפן וועג צום סענאט זאל האט זי געטוישט איר מיינונג און באשלאסן צו שטימען ניין

אן אנדייטונג אז זי וועט מעגליך עווענטועל שטימען ניין

גייט זי ליידן פארן ארויסקומען קעגן די פארטיי אדער נישט ?
כ'האף אז יא און מיט א גרויסע יא.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 1:38 pm
דורך נאך פונדערהיים
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:מארקאוויטש.. כ'מיין מארקאווסקי איז שוין א זיכערע ניין ביים פיינעל וואוט אויכעט?

זעט אויס אזוי

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:10 pm
דורך צל עובר
דריידל האט געשריבן:ס'מוז זיין 51 שטימעס אויף "יא" אדער איז גענוג בלויז רוב פון די וואס שטימען?

רוב בעסער געזאגט האלב, און מיט פענס, איז גענוג.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:12 pm
דורך צל עובר
eller האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:מורקאוסקי זאגט אז ערשט אויפן וועג צום סענאט זאל האט זי געטוישט איר מיינונג און באשלאסן צו שטימען ניין

אן אנדייטונג אז זי וועט מעגליך עווענטועל שטימען ניין

גייט זי ליידן פארן ארויסקומען קעגן די פארטיי אדער נישט ?
כ'האף אז יא און מיט א גרויסע יא.

ניין, זי האט שוין איינמאל געווינען רייט אין נאכן פארלירן די פריימעריס.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:14 pm
דורך מונאוויטש
איז אזוי.

כולי סענאטארן מודו אז אויב ריכטער קעווענאו איז ראוי צו דינען אויפן הויכן געריכט, קריגט ער מיין "יא" שטימע.
כולי סענאטארן מודו אז אויב ריכטער קעווענאו איז נישט ראוי צו דינען אויפן הויכן געריכט, קריגט ער מיין "ניין" שטימע.

קומען א פאר אומפארשעמטע צענאטארן און זינגען (פריוואט, אבער א סוד פאר גאנץ חעלם) א צווייטע סאנג:

א) לעולם איז קעווענאו ראוי לאותה איצטלא, נאר ווי באלד "איך" האב מורא אז "איך" גיי פארלירן "מיין" סענאט זיץ אין מיין ליבעראלע שטאַט, וועל איך ווארפן א געלונגענע ריכטער איבערן דראנג, און טוהן וואס איז גוט פאר "מיר".

אדער

ב) לעולם איז קעווענאו נישט ראוי לאותה איצטלא, נאר ווי באלד "איך" האב מורא אז "איך" גיי פארלירן "מיין" סענאט זיץ אין מיין קאנסערוואטיווע שטאַט, וועל איך ווארפן דעם לאנד איבערן דראנג און טוהן וואס איז גוט פאר "מיר".

נאך א דעילי רימיינדער אז אשרינו ומה טוב חלקינו ... והבדילנו מן התועים און פון זייערע פארשטינקענע מידות.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:23 pm
דורך Think and Thank
או יאמר איפכא. דער סענאטאר האט נישט קיין מאכט צוליב זיין קאפשטיק אדערוואס, נאר זיין דזשאב איז צו פארטרעטן די וואס האבן אים געשיקט. און כאטש די שיקערס האבן אים אויסגעוועלט, איז עס (עכ"פ אזוי וואלט געדארפט זיין) ווייל זיי האלטן אז ער וועט די בעסטע פארטרעטן זייערע מיינונגען.

דעריבער זענען די וואס וואוטן אויס מורא פאר די זיץ (ד.מ. זיינע קאנסטיטשוענטס) די איינציגסטע וועלכע ערפילן באמת זייער פליכט, כאטש נישט מרצונם הטוב...

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:28 pm
דורך פארטראכטער
מונאוויטש האט געשריבן:איז אזוי.

כולי סענאטארן מודו אז אויב ריכטער קעווענאו איז ראוי צו דינען אויפן הויכן געריכט, קריגט ער מיין "יא" שטימע.
כולי סענאטארן מודו אז אויב ריכטער קעווענאו איז נישט ראוי צו דינען אויפן הויכן געריכט, קריגט ער מיין "ניין" שטימע.

קומען א פאר אומפארשעמטע צענאטארן און זינגען (פריוואט, אבער א סוד פאר גאנץ חעלם) א צווייטע סאנג:

א) לעולם איז קעווענאו ראוי לאותה איצטלא, נאר ווי באלד "איך" האב מורא אז "איך" גיי פארלירן "מיין" סענאט זיץ אין מיין ליבעראלע שטאַט, וועל איך ווארפן א געלונגענע ריכטער איבערן דראנג, און טוהן וואס איז גוט פאר "מיר".

אדער

ב) לעולם איז קעווענאו נישט ראוי לאותה איצטלא, נאר ווי באלד "איך" האב מורא אז "איך" גיי פארלירן "מיין" סענאט זיץ אין מיין קאנסערוואטיווע שטאַט, וועל איך ווארפן דעם לאנד איבערן דראנג און טוהן וואס איז גוט פאר "מיר".

נאך א דעילי רימיינדער אז אשרינו ומה טוב חלקינו ... והבדילנו מן התועים און פון זייערע פארשטינקענע מידות.


איך ווייס נישט ווי קומט דא אריין והבדילנו מן התועים, דו וואלסט געוואוט מיטן אמת אפילו דו ווייסט זיכער אז דו פאלירסט דיין בענקל דערוועגן?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:43 pm
דורך פארטראכטער
מיטש מעקאנעל אפטימיסטיש, נאך א לאנטש וואס ער האט געהאט מיט סענעטאר קאלינס.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:48 pm
דורך מונאוויטש
Think and Thank האט געשריבן:או יאמר איפכא. דער סענאטאר האט נישט קיין מאכט צוליב זיין קאפשטיק אדערוואס, נאר זיין דזשאב איז צו פארטרעטן די וואס האבן אים געשיקט. און כאטש די שיקערס האבן אים אויסגעוועלט, איז עס (עכ"פ אזוי וואלט געדארפט זיין) ווייל זיי האלטן אז ער וועט די בעסטע פארטרעטן זייערע מיינונגען.

דעריבער זענען די וואס וואוטן אויס מורא פאר די זיץ (ד.מ. זיינע קאנסטיטשוענטס) די איינציגסטע וועלכע ערפילן באמת זייער פליכט, כאטש נישט מרצונם הטוב...

יא, אוודאי איז דאס די ספּין...!

פארטראכטער האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווי קומט דא אריין והבדילנו מן התועים, דו וואלסט געוואוט מיטן אמת אפילו דו ווייסט זיכער אז דו פאלירסט דיין בענקל דערוועגן?

זאלן די "ניין" סענאטארן זאגן מר. קעווענאו פנים אריין: אנטשולדיגט, איר זענט זייער קוואליפיצירט פארן געריכט, אבער וואס זאל איך טוהן אז מיין קאריערע איז וויכטיגער פון דיין. און די פאנדיטס זענען אלע אקעי מיט די דאזיגע מהלך החיים; פאליטיק איז פאליטיק. פֿעך.

ווען איך וואלט דארט געווען וואלט איך לכאורה געווען פונקט אזוי קארופטירט, און דערפאר בין איך נישט דארט!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 2:51 pm
דורך פארטראכטער
ניין נישט דערפאר ביסטו נישט דארט!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:05 pm
דורך פאליטקלי קארעקט
הכל הבל האט געשריבן:ווי נעכטן באריכטעט אויף אייוועלט מעלדט איצט פלעיק אפיציעל אז ער וועט שטימען יא אויסער אויב עפעס ערנסטע טוישן קומען אונטער


עס קומט גאר אסאך קרעדיט פאר סענאטאר פליעק. ער האט געהאט אלע סיבות זיך נוקם צו זיין אין טראמפ, ער האט דאס נישט געטוען. ער האט געטוען וואס ער האט געהאלטן איז רעכט. ווען די מעשה איז פארקערט דהיינו אז טראמפ איז דער סענאטאר פון אריזאנא און פלעיק איז דער פרעזידענט וואלט ער בלי שום ספק זיך נוקם געווען אין פלעיקן. נקמה איז דאך דער עשטער זאך אויף זיינע עשרת הדברות.

מ'זעט נישט קיינער אין די רעפובליקאנער פארטיי זאל דאס ארויסהייבן, נאר ווען ער וואוט פארקערט אדער ער בעט א פארלענגרונג פאר א וואך ווילן זיי אים ממית זיין דערפאר.

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:13 pm
דורך נאך פונדערהיים
משמע אז קאלינס איז א יא

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:17 pm
דורך שׁטילער
THEY HAVE THE VOTES! COLLINS IS A YES!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:17 pm
דורך Think and Thank
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:ווי נעכטן באריכטעט אויף אייוועלט מעלדט איצט פלעיק אפיציעל אז ער וועט שטימען יא אויסער אויב עפעס ערנסטע טוישן קומען אונטער


עס קומט גאר אסאך קרעדיט פאר סענאטאר פליעק. ער האט געהאט אלע סיבות זיך נוקם צו זיין אין טראמפ, ער האט דאס נישט געטוען. ער האט געטוען וואס ער האט געהאלטן איז רעכט. ווען די מעשה איז פארקערט דהיינו אז טראמפ איז דער סענאטאר פון אריזאנא און פלעיק איז דער פרעזידענט וואלט ער בלי שום ספק זיך נוקם געווען אין פלעיקן. נקמה איז דאך דער עשטער זאך אויף זיינע עשרת הדברות.

מ'זעט נישט קיינער אין די רעפובליקאנער פארטיי זאל דאס ארויסהייבן, נאר ווען ער וואוט פארקערט אדער ער בעט א פארלענגרונג פאר א וואך ווילן זיי אים ממית זיין דערפאר.

אולי טייטשן זיי אויס די וואך פארלענגערונג אלס נקמה?
נישט בייגעפאלן, וואס?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:18 pm
דורך Think and Thank
באמת בין איך געווען נייגעריג וואס קאלינס זאגט, אבער איך האב איר נישט פארגינען די אטענשאן האב איך נישט געפרעגט נאר געווארט מיט (אומ)געדולד מען זאל עס באריכטן...

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:21 pm
דורך שׁטילער
Even if menchin is a no its 50 50 and pence will be 51

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:24 pm
דורך נאך פונדערהיים
Think and Thank האט געשריבן:באמת בין איך געווען נייגעריג וואס קאלינס זאגט, אבער איך האב איר נישט פארגינען די אטענשאן האב איך נישט געפרעגט נאר געווארט מיט (אומ)געדולד מען זאל עס באריכטן...

רעדט ווי אזא באבע אז עס איז ניטאמאל טערעסאנט אויסצוהערן

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:31 pm
דורך פארטראכטער
נאך פונדערהיים האט געשריבן:משמע אז קאלינס איז א יא

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:33 pm
דורך יאצמעך
שׁטעלער האט געשריבן:Even if menchin is a no its 50 50 and pence will be 51

דאס מיינט מען וועט דארפן ווארטן אויף די אבי הכלה, ריכטיג?

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:37 pm
דורך שׁטילער
Next case.... Kavanah has the at least 50 votes and will be confirmed tomorrow

Most probably in the next 48 hours will "leak" something from the mueller investigation.....

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:39 pm
דורך וואוילע שעפעלע
יאצמעך האט געשריבן:
שׁטעלער האט געשריבן:Even if menchin is a no its 50 50 and pence will be 51

דאס מיינט מען וועט דארפן ווארטן אויף די אבי הכלה, ריכטיג?


ריכטיג.

אויב מענושין און מארקאוויטש וועלן זיך קעגן שטעלן וועט דער מחותן זעלבסט מוזן פארלאזן די חתונה צו ראטעווען קאווענאו

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:43 pm
דורך ארום די זייגער
נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:באמת בין איך געווען נייגעריג וואס קאלינס זאגט, אבער איך האב איר נישט פארגינען די אטענשאן האב איך נישט געפרעגט נאר געווארט מיט (אומ)געדולד מען זאל עס באריכטן...

רעדט ווי אזא באבע אז עס איז ניטאמאל טערעסאנט אויסצוהערן

זי צולייגט גוט די מעשה... אפשר וועט זי נאך איבערדרייען איינעם׳ס ניין...