נייעס און נאטיצן פון קאנגרעס און סענאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 12, 2018 6:01 pm

וועיס און מינס קאמיטע טשעירמאן ארבעט אצינד אויס דעטאלן פון א שטייער שניט ביל פאזע צוויי
די ביל וועט צילן צו מאכן די שטייער שניטן פאר מיטל קלאס פארדינער פערמענאנט אזויווי די קארפארעישן שטייער שניטן
אין די אריגינעלע שטייער רעפארם פעקל איז עס בלויז צייטווייליג צוליב וואס עס מאכן פערמענאנט וואלט צופיל ארויפגעטריבן די קאסט פון די ביל און אונטער די סענאט פארשריפטן וואלט עס נישט געקענט אריבערגיין אן 60 שטימען
רעפובליקאנער האבן אין יענע צייט געזאגט אז זיי האבן אויסגעקליבן יענע טייל פון די ביל צו מאכן צייטווייליג און מיט דעם אראפברענגען די קאסט פון די ביל וויסנדיג אז זיי קענען אין א שפעטערע געלעגנהייט ארויפברענגן א באזונדערע ביל צו פארזיגלען אויך די שטייער שניט אויף פערמענאנט
אצינד ארבעטן רעפובליקאנער דערויף און קאנגרעסמאן סטיוו סקעליס פון די פירערשאפט זאגט היינט אז עס איז אין פלאן ארויפצוברענגן די ביל פאר די מידטוירמס
די רעפובליקאנער זעען עס אלץ א טאקטיק מיט וועלכע זיי וועלן שטעלן וואקלדיגע דעמאקראטן צום וואנט בעפאר די וואלן
אפילו דעמאקראטן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט די אריגינעלע שטייער רעפארם ביל אנגעבליך צוליב וואס עס גיבט צופיל פאר די רייכע וועלן איצט מאנגלען אין תירוצים פארוואס צו שטימען קעגן א ביל וועלכע בענעפיטירט בעיקר די מיטל קלאס
אין מיין מיינונג איז עס א ריזיקע ווייל עס וועט מעגליך געבן וואקלדיגע דעמאקראטן די געלעגנהייט צו שטימען "יא" און ווייזן פאר די וויילער אז זיי שטיצן דעם פרעזידענט ווען עס איז גוט פאר די מיטל קלאס
רעפובליקאנער אבער האפן אז אפילו אין אזא פאל וועלן זיי פארדינען צו קענען ווייזן פאר די וויילער אזוי נאנט צו די וואלן אז קאנגרעס איז ווייטער אפעקטיוו דורכצופירן שטייער שניטן מיט ברייטע אומפארטייאישע שטיצע
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 12, 2018 6:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 12, 2018 6:05 pm

הבל איז די בעסט.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג יוני 12, 2018 6:18 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.
עצה צו פארמיידן קריטיק:
זאג גארנישט, טוה גארנישט, זיי גארנישט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג יוני 12, 2018 6:28 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.

יאפ יו אר די מען !!!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 12, 2018 6:58 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג יוני 12, 2018 7:36 pm

eller האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.

יאפ יו אר די מען !!!!

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 12, 2018 9:18 pm

יישר כח פאר אלע!

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 12, 2018 9:45 pm

קומענדיג אונטער דרוק פון די "דיסטשארדזש" סטראשע וועמענס גרופע האט נארוואס אנגעשלאסן א פרישע רעפובליקאנער וועלכע שטעלט זיי צוזאמען מיט די דעמאקראטן ביי 216 צוויי מעמבערס אוועק פון די נויטיגע 218 האבן הויז פירער געמאלדן אז קומענדיגע וואך וועט קאנגרעס שטימען אויף 2 דאקא בילס
איין ביל וועלכע ווערט געשטיצט דורך באב גודלעט און איז גאר קאנסערוואטיוו און א צווייטע ביל וועמענס דעטאלן האלט אינמיטן ווערן אויסגעארבעט איו ספיקער רייען'ס אפיס

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 12, 2018 9:54 pm

קיינע דיסטשארדזש פרואוון היינטיגע נאכט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יוני 12, 2018 10:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
cookies
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:48 pm

תגובהדורך cookies » דינסטאג יוני 12, 2018 10:29 pm

הכל הבל האט געשריבן:וועיס און מינס קאמיטע טשעירמאן ארבעט אצינד אויס דעטאלן פון א שטייער שניט ביל פאזע צוויי
די ביל וועט צילן צו מאכן די שטייער שניטן פאר מיטל קלאס פארדינער פערמענאנט אזויווי די קארפארעישן שטייער שניטן
אין די אריגינעלע שטייער רעפארם פעקל איז עס בלויז צייטווייליג צוליב וואס עס מאכן פערמענאנט וואלט צופיל ארויפגעטריבן די קאסט פון די ביל און אונטער די סענאט פארשריפטן וואלט עס נישט געקענט אריבערגיין אן 60 שטימען
רעפובליקאנער האבן אין יענע צייט געזאגט אז זיי האבן אויסגעקליבן יענע טייל פון די ביל צו מאכן צייטווייליג און מיט דעם אראפברענגען די קאסט פון די ביל וויסנדיג אז זיי קענען אין א שפעטערע געלעגנהייט ארויפברענגן א באזונדערע ביל צו פארזיגלען אויך די שטייער שניט אויף פערמענאנט
אצינד ארבעטן רעפובליקאנער דערויף און קאנגרעסמאן סטיוו סקעליס פון די פירערשאפט זאגט היינט אז עס איז אין פלאן ארויפצוברענגן די ביל פאר די מידטוירמס
די רעפובליקאנער זעען עס אלץ א טאקטיק מיט וועלכע זיי וועלן שטעלן וואקלדיגע דעמאקראטן צום וואנט בעפאר די וואלן
אפילו דעמאקראטן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט די אריגינעלע שטייער רעפארם ביל אנגעבליך צוליב וואס עס גיבט צופיל פאר די רייכע וועלן איצט מאנגלען אין תירוצים פארוואס צו שטימען קעגן א ביל וועלכע בענעפיטירט בעיקר די מיטל קלאס
אין מיין מיינונג איז עס א ריזיקע ווייל עס וועט מעגליך געבן וואקלדיגע דעמאקראטן די געלעגנהייט צו שטימען "יא" און ווייזן פאר די וויילער אז זיי שטיצן דעם פרעזידענט ווען עס איז גוט פאר די מיטל קלאס
רעפובליקאנער אבער האפן אז אפילו אין אזא פאל וועלן זיי פארדינען צו קענען ווייזן פאר די וויילער אזוי נאנט צו די וואלן אז קאנגרעס איז ווייטער אפעקטיוו דורכצופירן שטייער שניטן מיט ברייטע אומפארטייאישע שטיצע



No risk! because even it passes, it will pass very narrow so repubs will still be able to show that most democrats are against the middle income

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג יוני 12, 2018 11:47 pm

eller האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הבל איז די בעסט.

יאפ יו אר די מען !!!!



אין אידיש: די נארישקייט איז געלונגען.

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יוני 12, 2018 11:56 pm

הכל הבל האט געשריבן:אלטע געפעכט
גרעהעם איז פון די נעא קאנסערווטיוון פרא קריג און פאול אויף די אנדערע זייט
איצט דארף מען ווידער באשטעטיגן מאכט פאר די פארטיידיגונגס דעפארטמענט און פאול מאכט קלאר זיין אפאזיציע דערצו

כ'מיין אז ס'איז פארקערט

עניוועיס. א שיינעם דאנק פאר אלס וואס דו שטעלסט אונז דא צו על טהרת הקודש
כ'ווייס נישט אלעס

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 8:47 am

הענדימען האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אלטע געפעכט
גרעהעם איז פון די נעא קאנסערווטיוון פרא קריג און פאול אויף די אנדערע זייט
איצט דארף מען ווידער באשטעטיגן מאכט פאר די פארטיידיגונגס דעפארטמענט און פאול מאכט קלאר זיין אפאזיציע דערצו

כ'מיין אז ס'איז פארקערט

עניוועיס. א שיינעם דאנק פאר אלס וואס דו שטעלסט אונז דא צו על טהרת הקודש

ניין עס איז ווי איך האב געשריבן
דוק ותשכח

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 10:47 am

סענאטאר באב קארקער באצייכנט רעפובליקאנער קאלעגען ווי פארכאפט אין א קולט ווען עס קומט צו קאנפראנטירן טראמפ אויף אישוס
קארקער זאגט אויך אז די טראמפ אדמיניסטראציע ערוועקט זיך יעדן טאג מיט פרישע הוילע פאבריקאציעס

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 3:57 pm

קאנגרעסמאן דזשאו קראולי אוועקגעפאלן אין חלשות

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 4:00 pm

סענאטאר אינהאף איבער סענאטאר דזשעף פלעיק: ער האט פיינט דעם פרעזידענט ער גלייכט אים נישט,איך קלער אז איצט ווען עס דערנענטערט זיך די ענדע פון זיין צייט דא גייט ער פארשטערקערן זיין צארן קעגן דעם פרעזידענט

פארשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יוני 13, 2018 5:12 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר באב קארקער באצייכנט רעפובליקאנער קאלעגען ווי פארכאפט אין א קולט ווען עס קומט צו קאנפראנטירן טראמפ אויף אישוס
קארקער זאגט אויך אז די טראמפ אדמיניסטראציע ערוועקט זיך יעדן טאג מיט פרישע הוילע פאבריקאציעס

זאג פאר קארקער ער זאל זיך לערנען פון רענד פאול וויאזוי צו קאנפראנטירן טראמפ אוף 'אישוס' אנשטאט אים צו פייטן פערזענליך.

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 5:24 pm

ביידע בילס וועלכע וועלן ווערן אויפגעברעגט ווערן קומענדיגע וואך אין קאנגרעס וועלן אנטהאלטן טראמפס 4 הויפט פארלאנגען
1 וואנט פאנדינג
2 ענדיגן טשעין מייגרעישן
3 אדרעסירן די וויזא לאטערי סיסטעם
4 שטרענגע רולס פאר דרימערס

סטיוו מיללער א נאנטע געהילף צום פרעזידענט ארבעט נאנט מיט קאנגרעס דערויף און זאגט אז די פלענער געניסן פון די פרעזידענטס ענטוזיאסטישע שטיצע

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך יוני 13, 2018 5:28 pm

הכל הבל האט געשריבן:סענאטאר באב קארקער באצייכנט רעפובליקאנער קאלעגען ווי פארכאפט אין א קולט ווען עס קומט צו קאנפראנטירן טראמפ אויף אישוס
קארקער זאגט אויך אז די טראמפ אדמיניסטראציע ערוועקט זיך יעדן טאג מיט פרישע הוילע פאבריקאציעס


און ווי זאגט י.ג. אז די וואס זענען קעגן דעים פרעזידענט זענען אויך א קולט. מען גייט קאפ אין וואנט אבער קעגן דעם פרעזידענט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 5:29 pm

סענאטאר פארדו פרובירט ארויסצושאקלען די ZTE סעיף וואס שטעלט צוריק די סאנקציעס אויף די כינעזער פירמע פון די פארטיידיגונגס ביל

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך יוני 13, 2018 5:32 pm

הכל הבל האט געשריבן:ביידע בילס וועלכע וועלן ווערן אויפגעברעגט ווערן קומענדיגע וואך אין קאנגרעס וועלן אנטהאלטן טראמפס 4 הויפט פארלאנגען
1 וואנט פאנדינג
2 ענדיגן טשעין מייגרעישן
3 אדרעסירן די וויזא לאטערי סיסטעם
4 שטרענגע רולס פאר דרימערס

סטיוו מיללער א נאנטע געהילף צום פרעזידענט ארבעט נאנט מיט קאנגרעס דערויף און זאגט אז די פלענער געניסן פון די פרעזידענטס ענטוזיאסטישע שטיצע

wow

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 13, 2018 5:49 pm

ס'איז דא מעגליכקייט אז דאס זאל קענען דורכגיין אין סענאט?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יוני 13, 2018 6:02 pm

שווער צו זאגן אבער עס וועט אוועקנעמען די דרוק אז די הויז האט קיינמאל נישט אדרעסירט דאקא
רעפובליקאנער וועלן קענען מאכן די קעיס אז א דאקא ביל איז דורך אין די הויז טראמפ האלט די פעדער אין די האנט און רעפובליקאנער אין סענאט שטיצן עס און מען ווארט אויף שטיצע פון דעמאקראטישע סענאטארן

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך יוני 13, 2018 6:05 pm

חוץ אויב אפאר רעפאבליקאנע סענאטארן וועלן ווילן ווייזן פרומקייט און זיך אויך אקעגן שטעלן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, איצל פיצל, אסדר לסעודתא, בר דעת, דממה דקה, יצחק ברוך, כאפצעם, ממה נפשך, קליינקעפיק, ראגעלעך און 34 געסט