ען.וויי.יו. שטעלט אפ די אקטיוויטעטן פון "פרויען ביקור חולים ד'סאטמאר".

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 12:57 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:דאס איז דער זעלבער עד ארטיקל וואס ביקור חולים שיקט ארום איבעראל. קוקט אויס ווי זיי האלטן אז מיטן קעמפן וועט מען אויפטון מער ווי מיט שתדלנות.

לויט מיין אינפארמאציע פרובירט מען שוין צו טון שתדלנות איבער פינעף יאר.
ען וויי יו האט זייער גוטע דאקטוירים אויף אסאך געביטן און דעריבער "מוז" ליידער א גרויסער פראצענט היימישע חולי ישראל צוקומען צו זיי, איין פאל ווי איך האב מיטגעהאלטן לעצטנס איז געווען פידיאטריק GI פאר א ספעציעלער פאציענט (כמו דאון) מיט א זעלטענע מאגן קענסער ל"ע ה"י, די פשוט'ע פינאנציעלע סיבה וויאזוי ענ-וויי-יו ארבעט איז, ווייל די קאודס וואס מ'לייגט אריין אין קאמפיוטער פאר אזא פאציענט איז מורא'דיג גוט באצאלט, און ען-וויי יו מאכט דערויף ריזיגע געלטער, במציאות אבער מוז מען צו זיי צוקומען, און דער פראבלעם איז אז זיי ווייסן עס.
יעצט ווען ס'קומט אריין א אלטער איד/אידענע מיט א פשוט'ע נעמאניע, ווילן זיי בכל אופן שהוא זען דעם איד גע'טובל'ט און ארויס, אז נישט גייען זיי דערלייגן דערלייגן דערלייגן, און זיי ווייסן עס אז מיר ווייסן עס נישט (עכ"פ ביז היינט, ווען מ'האט נאר פרובירט מיט שתדלנות).
נאכאמאל, איך האב נישט געהאלטן פון מאכן א טומל צוליב קאמפליקאציעס וואס עס קען מאכן פאר אידן וואס מוזן צוקומען צו זיי, און איך רעד "טעגליך" מיט עסקנים בעניני רפואה, איך ווייס ערשטהאנטיג וואס עס גייט פאר, אבער ווען עס קומען אנדערע וואס שטויסן זיך אן אינעם פראבלעם, קען מען נישט און מען טאר נישט פארדרייען די פאקטן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 12:59 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ר' בערל, אפשר הערסט אויך מעקן דיינע תגובות. שיק מיר דאס כאטש פליז אריין אין אישי, איך גלייך צו הערן וואס דו שרייבסט

וואס זאל איך טון ווען איך קוק איבער מיינע תגובות וואס ווערן סאך מאל געשריבן אין איילעניש, דערנאך טראכט איך אפשר איז עס געווען צו שארף, איך וויל קיינמאל קיינעם נישט וויי טון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

א געדאנק פאר עמערדזשענסי ארום ברוקלין

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 1:04 pm

איך וואלט גענומען די געלעגנהייט אנצוטראגן פאר די וואס פרעגן וואס זאל מען טון אז בית ישראל איז אויפן וועג צום שפארן, און מען האט נישט ווי צו טראגן צו א גוטן שפיטאל ארום ברוקלין וואלט איך פארגעשלאגן גוט אריין צו טראכטן צו מען קען עפעס גוט אויפארבעטן אין די געוועזענע מעטאדיסט, יעצט קאלאמביע שפיטאל, מיט א אמבולאנס נעמט עס זיכער נישט לענגער ווי קיין בית ישראל, און איך ווייס אז דער נייער פירער פונעם שפיטאל איז ספעציעל סענסיטיוו צום היימישן ציבור, ער איז געווען טשיף מעדיקל אפיסער אין קארנעל, און איז אייביג קעגן געקומען די היימישע געברויכן.
איך רעקאמענדיר נישט למעשה, איך זאג נאר אז ס'איז דא מיט וועם און מיט וואס צו ארבעטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג מאי 27, 2018 1:25 pm

בס"ד

די פי. אר. חורבן פון NYU גייט ווייטער און ווייטער.

די איט"א קאווער סטארי איז שוין יעצט אויך ביים דזשעראסאלום פאוסט. גאנץ שנעל וועט עס גיין צום AP אדער אנדערע ווייער סערוויס און נאכדעם וועט דער שפיטאל שוין מוזן נעמען עפעס א נאציאנאלע פרימיום קריזיס מענעדזשמענט פירמע צו רייניגן די סיטואציע. די AP וועט לכאורה נישט דורכלאזן די סתירה צווישן ווארטזאגער און שפיטאל באאמטע.

אין אנדערע ווערטער, וואס דער שפיטאל וויל דא אקאמפלירן איז א מיסטעריע פון יארהונדערט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 1:32 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די פי. אר. חורבן פון NYU גייט ווייטער און ווייטער.

די איט"א קאווער סטארי איז שוין יעצט אויך ביים דזשעראסאלום פאוסט. גאנץ שנעל וועט עס גיין צום AP אדער אנדערע ווייער סערוויס און נאכדעם וועט דער שפיטאל שוין מוזן נעמען עפעס א נאציאנאלע פרימיום קריזיס מענעדזשמענט פירמע צו רייניגן די סיטואציע. די AP וועט לכאורה נישט דורכלאזן די סתירה צווישן ווארטזאגער און שפיטאל באאמטע.

אין אנדערע ווערטער, וואס דער שפיטאל וויל דא אקאמפלירן איז א מיסטעריע פון יארהונדערט.


און איך האלט אז ס'באדערט זיי נישט אז מ'ווייסט, קום נישט, מעמאריעל זאגט אפען פאר ווער ס'וויל נאר הערן, פון די מינוט וואס מיר האלטן נישט אז מיר קענען היילן דיין מחלה, דו ווילסט נאר אויסציען דאס לעבן, טרעט נישט אריין ביי מיר מיר וועלן דיר מאכן דאס גיהנום.
הרב ישראל בעלסקי זצ"ל איז געווען פון די פאפולערסטע באקאנטסטע מענטשן אין די אידישע וועלט אלץ הויפט רב פון די אוי יו, און זיין איידעם ר' שלמה יודא רעכניץ איז פון די גרעסטע וועלט בארימטע פילאנטראפן, בסוף ימיו פון הרב בעלסקי האבן זיי אים געלאזט אין א סטעפדאון יוניט אן קיין וואסער און פידינג, און אן אנטיביאטיק, די גאנצע חרד'ישע רפואה וועלט האט געשטורעמט, און זיי האבן געשריגן נעמט'ס אים אוועק פון דא, און די משפחה האט פארפירט דא זענען די דאקטוירים זיי קענען זיין מצב, זיי וועלן די בעסטע פארשטיין צו אים, א טרענספער דא איז א סכנה, ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, מ'האט אים אין די לעצטע מינוט געטראגן קיין מיימאנידעס ווי מען האט בפירוש געזען אז די עטליכע טעג וואס מ'האט אים אזוי געלאזט ליגן האט מקרב געווען די מיתה ל"ע אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.
די שפיטעלער האלטן אויך אז אויב ס'וועט גיין צום קאורט וועלן זיי סוף כל סוף אויך זיגן ווייל די רעגירונג, (ספעציעל ביז טראמפ) איז געווען 100% אויף זייער זייט!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » זונטאג מאי 27, 2018 2:13 pm

איך זעה אז מלינקט דא צו כאזערי, איך וויל בשו"א נישט האבן קיין שייכות מיט בארעדן די געטרייע הצלה וואלאנטירן אדער עסקנים, אויב איינער מיינט אז זיי מיינען זיך ווי/עס צו העלפן אידישע קינדער זאל זיך גיין אונטערזוכען מ'רעדט דא פון צדיקים ממש סיי די עסקנים און די עסקניות פון ביקור חולים.
נאריש צו זאגן אז ווייל זיי זעצן זיך אראפ מיינען זיי עפעס שלעכט אויב עפעס אויפטוען קען מען בעסער פון אינעווייניג, ופשוט הוא.
נישט דא קיין צייט צו פארענטפערן אלע שוטים וואס נוצען אויס א ווייטאג פאר פערזענליכע סיבות.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 2:23 pm

דער קוטשער האט געשריבן:איך זעה אז מלינקט דא צו כאזערי, איך וויל בשו"א נישט האבן קיין שייכות מיט בארעדן די געטרייע הצלה וואלאנטירן אדער עסקנים, אויב איינער מיינט אז זיי מיינען זיך ווי/עס צו העלפן אידישע קינדער זאל זיך גיין אונטערזוכען מ'רעדט דא פון צדיקים ממש סיי די עסקנים און די עסקניות פון ביקור חולים.
נאריש צו זאגן אז ווייל זיי זעצן זיך אראפ מיינען זיי עפעס שלעכט אויב עפעס אויפטוען קען מען בעסער פון אינעווייניג, ופשוט הוא.
נישט דא קיין צייט צו פארענטפערן אלע שוטים וואס נוצען אויס א ווייטאג פאר פערזענליכע סיבות.

קיינער האט נישט געזאגט אז מ'מיינט עפעס שלעכט'ס, חוץ אויב כ'האב עפעס פארזען, כ'זאג נאר אז מען דארף אנרופן דאס קינד און דער פראבלעם ביים נאמען, און דאס איז דער העלט קעיר סיסטעם.
בנוגע דעם לינק, פאר דעם דארף מען דאך האבן א גוטן פילטער מיין גדר לאזט טאקע נישט אהין גיין!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 27, 2018 2:30 pm

נו ער רעדט דאך פונ'ם לינק.
ב"ה די געטרייע אחראים האבן עס שוין אראפגענומען.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג מאי 27, 2018 2:38 pm

lebediger berel האט געשריבן:
יעצט ווען ס'קומט אריין א אלטער איד/אידענע מיט א פשוט'ע נעמאניע, ווילן זיי בכל אופן שהוא זען דעם איד גע'טובל'ט און ארויס, אז נישט גייען זיי דערלייגן דערלייגן דערלייגן, און זיי ווייסן עס אז מיר ווייסן עס נישט (עכ"פ ביז היינט, ווען מ'האט נאר פרובירט מיט שתדלנות).


lebediger berel האט געשריבן: כ'זאג נאר אז מען דארף אנרופן דאס קינד און דער פראבלעם ביים נאמען, און דאס איז דער העלט קעיר סיסטעם.


lebediger berel האט געשריבן:נאכאמאל, איך האב נישט געהאלטן פון מאכן א טומל
אבער ווען עס קומען אנדערע וואס שטויסן זיך אן אינעם פראבלעם, קען מען נישט און מען טאר נישט פארדרייען די פאקטן!


Again
צו טראכטן אויף למעשה דל מכאן טומל יא צו ניין, דא סאיז צו אן ערנסטע נושא
צוויי זאכן וואס מען דארף טוען למעשה אנשטאט מישן א קאשע אין די צייטונגען
איינס, מענטשן דארפן זיין AWARE אויף דעם "אייידערן" אריין אין שפיטאל פאר אזאלכע סיבות (איי געס סאם פארם אף פאבליק רילעישאן איז נויטיג)
צווייטנס, (אויב ס'איז בכלל מעגליך) צו ברענגן א טשענדזש אין אזא סארט מהלך (ווייסעך נישט צו די מהלך איז דרייען אין פאבליק פאליטיקס, אדער דורך שפיטאל [שוואכע מעשיות לויט ווי די לייגסט עס אראפ], אדער געזעץ, אדער עפעס אנדערש)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 2:52 pm

איך עגרי מיט דיר הונדערט פראצענט אז דאס איז דער יסוד און מען דארף זיין אויף דעם AWARE איידערן אריין אין שפיטאל, און כ'האב שוין געהערט פון ידידי הרב ... אז ער האט פרובירט ביי חיים ארוכים אז זיי זאלן אויך ברענגען AWARENESS ביי די היימישע צייטונגען, ווייל אין המודיע - יתד וכו' שרייבן זיי און אדווערטייזן כמעט יעדע וואך כפי דברי הרב, דער חורבן איז נאר אז ס'ווערט געפירט פון די אגודה און כאטש זיי ניצן היימישע רבנים פאר הלכה ענינים, האבן זיי נישט דעם געפיל צו ספענדן צענדליגע טויזענטער אין היימישע צייטונגען און זייערע פי אר חברה זאגן אז אונטער א מעסיוו קאמפיין איז א שאד יעדע דאללער ווייל דער עולם כאפט נישט וואס גייט פאר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג מאי 27, 2018 2:59 pm

ר' בערל און די אנדערע, אייערע רייד זענען ריכטיג, איך פרעג סתם, עמיצער פון די מגיבים דא איז געווען ביזי איבערצוזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, אבאמא דאקטרין, וכו', כ'מיין וואס האט דאס לאזן שטארבן פאציענטן מיט אבאמא'ס דאס איז בכלל אפשר דער העלטקעיר סיסטעם, סתם נייגעריג צי מען קען עפעס אנצייגן אז עס האט צוטאן מיט אבאמא.

נ.ב. איך בין נישט קיין חסיד פון אבאמא, אדרבה, אים קומט שלעק פאר'ן נישט פארדאנירן אידן, אבער איך דערלייד נישט די וואס האבן א בלינדע שנאה צו אים און צו קלינטאן, באזירט אויף וואס די אנגעפאשעטע רעפובליקאנער טאלק שאו רעדנער זאגן. ואכמ"ל

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 3:04 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ר' בערל און די אנדערע, אייערע רייד זענען ריכטיג, איך פרעג סתם, עמיצער פון די מגיבים דא איז געווען ביזי איבערצוזאגן נאכאמאל און נאכאמאל, אבאמא דאקטרין, וכו', כ'מיין וואס האט דאס לאזן שטארבן פאציענטן מיט אבאמא'ס דאס איז בכלל אפשר דער העלטקעיר סיסטעם, סתם נייגעריג צי מען קען עפעס אנצייגן אז עס האט צוטאן מיט אבאמא.

נ.ב. איך בין נישט קיין חסיד פון אבאמא, אדרבה, אים קומט שלעק פאר'ן נישט פארדאנירן אידן, אבער איך דערלייד נישט די וואס האבן א בלינדע שנאה צו אים און צו קלינטאן, באזירט אויף וואס די אנגעפאשעטע רעפובליקאנער טאלק שאו רעדנער זאגן. ואכמ"ל


עס איז דא א זאך ווי א געזעץ אויף די ביכער און ס'איז דא א זאך ווי די ספיריט אף די לאוי, די ציל פון די געזעץ, אלע מומחים זענען איינשטימיג, און די ליבעראלן זאגן עס אפען, אני הקטן האב עס אליין געהערט פונעם (ליידער אידיש'ן) נ.י. אסעמבלי העלט קאמיטע טשערמאן, אז מיר ליבעראלן האלטן אז דאס געלט וואס מ'נוצט צו האלטן לעבעדיג א אלטן קראנקן מענטש אין ניו יארק, זאל מען ענדערש נוצן פאר ריסוירטש צו סעיווען קינדער מיט זעלטענע קרענק, זיי שעמען זיך נישט דערמיט, זיי שטיצן אסיסטעד סואיסייד, זיי זענען נישט שטרענג רעליגעז און דאס עצם לעבן פון א מענטש האט נישט ביי זיי קיין חשיבות, אלע פרומע דאקטוירים זאגן פה אחד אז זייט אבאמא איז ערגער געווארן, אויך האבן שפיטעלער מער מורא זיך נישט צוצושטעלן הונדערט פראצענט (דאס קען מען נישט מסביר'ן פובליק)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג מאי 27, 2018 4:27 pm

פאר די אלע וואס האבן אן אחריות זיך גענומען בונטעווען צו באיקטירן ען וויי יו אדער סתם שארפע רעטאריק עתידים ליתן את הדין! ליידער מזון אסאך אידן צו קומען צו זיי,זיי האבן די גרעסטע דאקטורים פאר געוויסע מחלות ל״ע און זיי זענען זייער סענסיטיוו צו אידישע געברויכן, יעצט ווען עטליכע מענטשען האבן געהאט א שלעכטע עקפיריענס אדער לי יצוייר אז ביי עלטערע פאציענטען איז מיימאנידעס בעסער איז זינלאז און אומאחרחותדיג צו רופען פאר א באיקוט

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:41 pm

קרייסלער האט געשריבן:פאר די אלע וואס האבן אן אחריות זיך גענומען בונטעווען צו באיקטירן ען וויי יו - ליידער מזון אסאך אידן צו קומען צו זיי,זיי האבן די גרעסטע דאקטורים פאר געוויסע מחלות ל״ע

אמת
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:44 pm

קרייסלער האט געשריבן:סתם שארפע רעטאריק עתידים ליתן את הדין!

אסאך אסאך עסקנים און רבנים האלטן אז מ'רודערט צו ווייניג קעגן זיי, ויש לדון בזה, רעטאריק איז נישט עק וועלט נאכן פרובירן איבער פינף יאר צו פארהאנדלען און טאפן א וואנט. נאכאמאל איך וואלט עס קיינמאל נישט אנגעפאנגען אין די גוי'אישע גאס אבער ס'איז יש מקום לזה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:45 pm

קרייסלער האט געשריבן:און זיי זענען זייער סענסיטיוו צו אידישע געברויכן,

היינט גערעדט מיט א פרומער דאקטער וואס פירט א גאנצע דעפארטמענט דארט, ער שרייט פונקט פארקערט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:46 pm

קרייסלער האט געשריבן: יעצט ווען עטליכע מענטשען האבן געהאט א שלעכטע עקפיריענס

הלואי זאל נאר זיין עטליכע, כ'גלייב אז עטליכע האבן געהאט אפשר א גוטע עקספיריענס (כ'רעד פון די שפיטאל סיסטעם)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:47 pm

קרייסלער האט געשריבן: אדער לי יצוייר אז ביי עלטערע פאציענטען איז מיימאנידעס בעסער

נישט בעסער אדער ערגער, געווענליך א חילוק פון לעבן און פארקערט, און ס'איז נישט נאר עלטערע פאציענטן - עס איז ווען דער סיסטעם דארף דיך אנדערש ווי דו ווילסט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 5:48 pm

קרייסלער האט געשריבן:איז זינלאז און אומאחרחותדיג צו רופען פאר א באיקוט

ההונדערט און איין פראצענט, מען מוז דאך אסאך מאל אנקומען צו זיי!!!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4544
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג מאי 27, 2018 5:52 pm

קען איינער אריינקומען קלאר (אין מאמע לשון ביטע) וואס איז ארויסגעקומען פון יענע זיצונג מיט די עסקנים ? און פארוואס האט SATMARHQ און WMSBG ארויסגעשיקט מעסעדזשעס אז זיי סופארטען יא NYU ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 6:01 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:Sent: Fri, May 25 2018, 12:31pm
Msg: @SatmarHQ: Leaders of Hatzolah, Chesed orgs and reps of Satmar Kehila met with NYU leadership. They reassured their commitment to serve the community and accommodate Bikur Cholim activities in accordance with Hospital policies. The community appreciates @NYULangone for their understanding

איך ווייס נישט ווער סאטמאר העיטש קיו איז
עס שטייט נישט אז מ'האט עפעס אויפגעטון ס'שטייט אז מען וועט באדינען די קאמיוניטי, נו אודאי, און אז מ'וועט אקאמאדירן ביקור חולים אקטיוויטעטן, "ווען ס'איז איינשטימיג מיט די שפיטאל פאליסי" און דערנאך אפרישיעט די קאמיוניטי ענוויי-יו פאר זייער פארשטענדעניש, נא שכח.
איר דארפט פארשטיין ווילאנג הצלה מוז בעל כרחך צוקומען צום שפיטאל, ווייל אסאך אידן מוזן עס ליידער נוצן - ווי ס'איז שוין אסאך מאל דערמאנט געווארן דא, אזוי אויך מקימי, זיי גייען דאך ארום דארט אין שפיטאל, פלאס אפאר איינגעשטעלטע אינעם שפיטאל, און א איד ווי ר' מאיר שניצלער וואס כ'גלייב לעת הצורך מוז ער גאר נוצן פראטעקציע צו פארשאפן א אפוינטמענט פאר איינעם וואס מוז צוקומען צו א דאקטער אין שפיטאל נו אודאי זעצט מען זיך אראפ.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג מאי 27, 2018 6:37 pm

lebediger berel האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן: אדער לי יצוייר אז ביי עלטערע פאציענטען איז מיימאנידעס בעסער

נישט בעסער אדער ערגער, געווענליך א חילוק פון לעבן און פארקערט, און ס'איז נישט נאר עלטערע פאציענטן - עס איז ווען דער סיסטעם דארף דיך אנדערש ווי דו ווילסט


Why isn't
מיימאנידעס
In the same Obama care problem?

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 27, 2018 6:58 pm

צום ערשטנס איז דאס (דער היימישער ציבור) זייער עיקר ביזנעס, אויב זאלן זיי אויפהערן צו סערוון דעם היימישן ציבור קענען זיי שפארן דאס געשעפט, אמת אז זיי דערלייגן טאקע געלט יעדעס יאר, עס איז א מאני לאזינג ביזנעס, זיי זענען אבער א נאן פראפיט, אבער די מענעדזשמענט וכו' מאכט אסאך געלט, דארפ מען עס אויפהאלטן אויף לכשירחיב
צווייטנס דארף מען גלייבן סאיז א סייעתא דשמיא אז ס'איז נאך דא ווער ס'באהאנדלט אונזערע געברויכן, עס איז בעצם א נס.
בדרך הטבע זענען זיי טאקע נישט קיין גוטע ראפינירטע סוחרים, זיי כאפן זיך נישט געהעריג, ענ - וויי -יו זענען זייער טויגליכע גוטע ביזנעסלייט וואס פארשטייען באמת א עסק.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג מאי 27, 2018 6:58 pm

איך געדענק 4-5 יאר צוריק. מיין זיידע איז געלעגן אין שפיטאל, עפעס א שפיטאל אין מאנהעטן, אוי האבן מיר אים ליב געהאט מיין זיידן ר' מרדכי, מ'האמיר אזוי גע'חלש'ט ער זאל עס דורכמאכן. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א פוס אפעראציע, און דאן עפעס איז זיין מצב נתדרדר געווארן. אוי האבן מיר אלע געוויינט. אלנפאלס, איך געדענק ביי איין באזוך אין שפיטאל, מעגליך דאס לעצטע, דארטן געשטאנען מיין פעטער, א איד וועמען איך קען לאוו דווקא נישט פאר איינעם צו האבן טרערן אין די אויגן, אבער ער איז דארטן געשטאנען ביים בעט מיט רויטע אויגן. פונקט איז אריינגעקומען א דאקטאר, נישט קלאר צי יענער האט געהאט א קאפל צי נישט, רופט זיך מיין פעטער אן פאר יעדן אין יענעמס פנים אריין: "אט מיט דעם רשע האב איך זיך געדארפט שלאגן א וואך צייט מען זאל ארויפלייגן מיין טאטן אויף א רעספירעיטער". איך בין דאן געווען אזוי נאאיוו, כ'האב בכלל נישט פארשטאנען, פארוואס זאל א דאקטאר זיך קעגנשטעלן קעגן אזא פשוט'ע פארלאנג. מען זאל נישט וויסן.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 27, 2018 7:19 pm

lebediger berel האט געשריבן:צום ערשטנס איז דאס (דער היימישער ציבור) זייער עיקר ביזנעס, אויב זאלן זיי אויפהערן צו סערוון דעם היימישן ציבור קענען זיי שפארן דאס געשעפט, אמת אז זיי דערלייגן טאקע געלט יעדעס יאר, עס איז א מאני לאזינג ביזנעס, זיי זענען אבער א נאן פראפיט, אבער די מענעדזשמענט וכו' מאכט אסאך געלט, דארפ מען עס אויפהאלטן אויף לכשירחיב
צווייטנס דארף מען גלייבן סאיז א סייעתא דשמיא אז ס'איז נאך דא ווער ס'באהאנדלט אונזערע געברויכן, עס איז בעצם א נס.
בדרך הטבע זענען זיי טאקע נישט קיין גוטע ראפינירטע סוחרים, זיי כאפן זיך נישט געהעריג, ענ - וויי -יו זענען זייער טויגליכע גוטע ביזנעסלייט וואס פארשטייען באמת א עסק.

געזעצליך טאר א שפיטאל אין ניו יארק סטעיט נישט זיין פאר פראפיט.
Innocent until proven Republican


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט