בלאט 1 פון 7

2018 ניו יארק גאווערנאר וואלן

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 6:20 pm
דורך eller
אינטערסאנט אז קיינער האט נאכנישט געעפענט א אשכול איבער די העפטיגע וואלן וואס מ'גרייט זיך אויף היי יאר.
ווי די ליבעראלען פלאנען אריינצוברענגען א שטארקע ליבעראלע פרוי ניקסאן, און ס'איז הויך יום טוב אויב זי גייט קענען אנציען גענוג.
פון די רופאבליקאנער זייט איז זייער שוואך נישטא קיין עכטע שטארקע קאנדידאט קעגן קאומא..
ווער עס האט סיי וואסערע נייעס איז מכובד עס צו ברענגען דא.
א דאנק

פון דער איד דעלי

געשריבן: זונטאג אפריל 15, 2018 6:21 pm
דורך eller
ניקסאן קריגט וויכטיגע אינדארסמענט

אלבאני – די ליבעראלע "ווארקינג פעמיליס" פארטיי האט געמאלדן אז זיי אינדארסירן די קאנדידאטקע סינטיע ניקסאן, וועלכע לויפט קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר ענדרו קאומאו. די קליינע אבער איינפלוסרייכע פארטיי האט אינדארסירט קאומאו אין יאר 10' און אין 14', אבער די פארטיי פירער האבן אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג אין קאומאו אין די לעצטערע מאנאטן, און קאומאו האט אליינס געזאגט פרייטאג אז ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין זייער אינדארסמענט. דער פאקט אז די ווארקינג פעמיליס פארטיי האט אינדארסירט ניקסאן, באדייט אז אפילו אויב (ליין: ווען) קאומאו באזיגט איר אין די דעמאקראטישע פריימערי, וועט זי נאך אלץ זיין אויפ'ן שטים צעטל אין נאוועמבער, ווייל זי וועט קענען לויפן אויף דער ווארקינג פעמיליס פארטיי ליניע.

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2018 1:01 am
דורך צל עובר
מ'רעדט דאכציך יא אביסל פון דעם אין די מידטערם אשכול, עניוועי, ניקסאן ציט אן לויט אפאר אנקעטעס אין די נידעריגע צוואנציגערס און קואמא האט אין די זעכציגער, סוי מ'דארף זיך דערווייל נישט זארגן אז ניקסאן קען חס ושלום געווינען.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:45 am
דורך צל עובר
קוויניפיעק האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון די ניו יארק גאווערנער פארמעסט.

אין די אלגעמיינע נאוועמבער וואלן אויב איז עס א טו וועי רעיס צווישן קואמא און דעם רעפאבליקאנער מאלינארא באקומט...

קואמא 57%

מאלינארא 26%

קואמא + 31%

אויב לויפט ניקסאן אלס א דריטע אויף די ווארקינג פעמילי ליניע באקומט.....

קואמא 40%

מאלינארא 23%

ניקסאן 20%

קואמא + 17%

דאס הייסט אז ניקסאן נעמט אוועק 17% פון קואמא, אוו דריי פראצענט פונעם רעפאבליקאנער.

ביי די דעמאקראטישע פריימעריס, איז ניקסאן אביסל שטערקער ווי אין די אנדערע אנקעטעס, און קואמא אביסל שוואכער.

אויב די פריימעריס זאלן היינט פארקומען באקומט....

קואמא 50%

ניקסאן 28%

קואמא + 22%

די תמצית איז אז קואמא האט עס נאך ברוך השם, אבער נישט מיט א הונדערט פראצענט גאראנטירט.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:48 am
דורך צל עובר
עס הייסט אז ווען עס וועט קומען למעשה נאך דעם וואס קואמא וועט געווינען די פריימעריס, זאל ניקסאן טאקע לויפן אויף די ווארקינג פעמילי ליניע,וועט ניקסאן ווערן שוואכער אין די אלגעמיינע און קואמא שטערקער.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 1:44 pm
דורך yes yes
צל עובר האט געשריבן:
אויב די פריימעריס זאלן היינט פארקומען באקומט....

קואמא 50%

ניקסאן 28%

קואמא + 22%

די תמצית איז אז קואמא האט עס נאך ברוך השם, אבער נישט מיט א הונדערט פראצענט גאראנטירט.


עס איז טאקע +22
אבער א 8 יעריגע גאווענער וואס ציט אן נאר 50 פראצענט קעגן א נייע קאנדידאט איז אין א שטיקעל פראבלעם
איך וואלט ווען געזאגט אזוי

קואמא 50%. ווי לאנג זיי קענען נישט ניקסאן

ניקסאן 28%. נישט קואמא

22% וואס קואמא וואלטן זיי ווען נישט געוואלט אבער זיי קענען נישט ניקסאן

לעת עתה וואלט איך געזאגט אז עס איז א 55/45 רעס +10 קואמא

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:27 pm
דורך ר' יום טוב
יאפ. עס גייט זיין א שווערע פריימערי פארמעסט פאר קאומא, אבער ער וועט דאס אין די ענדע מאכן. אבער ניקסאן קען אנציען א 40 פראצענט.

סיי ווי אזוי האבן די רעפאבליקאנער גאר שוואכע שאנסן אויפצופיקן מער ווי אסטערינא מיט 4 יאר צוריק.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 2:50 pm
דורך ליבלעך
צל עובר האט געשריבן:קוויניפיעק האט ארויסגעגעבן א אנקעטע פון די ניו יארק גאווערנער פארמעסט.

אין די אלגעמיינע נאוועמבער וואלן אויב איז עס א טו וועי רעיס צווישן קואמא און דעם רעפאבליקאנער מאלינארא באקומט...

קואמא 57%

מאלינארא 26%

קואמא + 31%

אויב לויפט ניקסאן אלס א דריטע אויף די ווארקינג פעמילי ליניע באקומט.....

קואמא 40%

מאלינארא 23%

ניקסאן 20%

קואמא + 17%

דאס הייסט אז ניקסאן נעמט אוועק 17% פון קואמא, אוו דריי פראצענט פונעם רעפאבליקאנער.

ביי די דעמאקראטישע פריימעריס, איז ניקסאן אביסל שטערקער ווי אין די אנדערע אנקעטעס, און קואמא אביסל שוואכער.

אויב די פריימעריס זאלן היינט פארקומען באקומט....

קואמא 50%

ניקסאן 28%

קואמא + 22%

די תמצית איז אז קואמא האט עס נאך ברוך השם, אבער נישט מיט א הונדערט פראצענט גאראנטירט.

די קוויניפיעק אנקעטע איז גאר שלעכטע נייעס פאר קאומאו נעמענדיג אין באטראכט אז אין די זעלבע אנקעטע א חודש צוריק איז קאומאו געווען פאראויס פון ניקסאן מיט 43% און יעצט איז ער פאראויס מיט 'בלויז' 22% וואס באדייט אז קאומאו'ס אויבערהאנט איז געווארן געשניטן אין האלב אין בלויז 1 חודש!

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 3:34 pm
דורך מונאוויטש
אסטערינא אין 2014 איז געווען גאנץ א שטארקע קאנדידאט. אבער אן קיין הילף פון די רעפאבליקאנער פארטיי, האט ער נישט געהאט א שאנס אקעגן די מעכטיגע קאומאו קאמפיין קאסע; זיי האבן אים ממש צומאלן מיט ציפעדיגע רעקלאמעס. נאך אלע מעשות האט אסטערינא אנגעצויגן א נישקשה 40%. קאומאו לויפט היינט פאר א דריטע טערמין, און ער האט נישט קיין סך אקאמפלישמענטס אויף זיין רעזומעי. אפסטעיט ניו יארק איז חרוב עקענאמיש, און קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי. די פעלד איז גרויס. א גוטע, ארגענאזירטע, קלוגע, (נישט-שטארק-רעכטע) אפאנענט קען ארויסקוועטשן א זיג, אויב ער ארבייט שווער.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 5:01 pm
דורך צל עובר
2014 איז געווען א מעכטיגע יאר פאר די רעפאבליקענס 2018 שאצט מען אז עס וועט זיין פארקערט.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 5:31 pm
דורך מונאוויטש
צל עובר האט געשריבן:2014 איז געווען א מעכטיגע יאר פאר די רעפאבליקענס 2018 שאצט מען אז עס וועט זיין פארקערט.

ריכטיג. אבער אין 2010 ווען די רעפאבליקאנער מיט די טיי פארטיי זענען געווען גאר גאר שטארק, האט דער צודרייטער פאלאדינא אנגעצויגן א דריטל פון די שטימען. די נקודה איז, א גוטע פארטיי יאר איז א שטארקע פאקטאר, אבער נישט די פאקטאר. אז א גוטע קאנדידאט מיט א געזונטע פארטיי/קאסע בעקבאון קען אריינקומען שטארק.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 5:37 pm
דורך צל עובר
א דריטל איז בלויז זיבן פראצענט ווייניגער ווי די פערציג פראצענט וואס אסטערינאוי האט באקומען, און ביידע יארן זענען געווען מעכטיגע רעפאבליקאנער יארן.

טאקע פארדעם אין די שטארקע דעמאקראטישע יאר באקומט דער רעפאבליקאנער אין די מיטעלע צוואנציגערס.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:47 pm
דורך משה כספי
צל עובר האט געשריבן:מ'רעדט דאכציך יא אביסל פון דעם אין די מידטערם אשכול, עניוועי, ניקסאן ציט אן לויט אפאר אנקעטעס אין די נידעריגע צוואנציגערס און קואמא האט אין די זעכציגער, סוי מ'דארף זיך דערווייל נישט זארגן אז ניקסאן קען חס ושלום געווינען.

קען טאקע זיין אז ניקסאן איז ארגער ווי קאומא אבער וואס פאר א גוט יאר דארפסטו דעם קאומא? ניו יארק איז אין כמעט א דריטע וועלט מצב, די גאנצע אינפראסטרוקטור ווי עירפארטס, ראודס, בריקן, הייוועיס און באנען זענען גאר צוריקגעשטאנען, א טרעין לעין וואס לויפט קוים אפאר גאסן קאסט 10 "ביליאן" דאלאר, רעגולאציעס ווי משוגע, טעקס איז אויך הויך און אחוץ טוישן די נאמען פון טאפען זי בריק צו מאריא קאמא זעה איך נישט וואס דער גאווערנער טוט אויף
איך מיין שוין באלד אז די סוואמפ פון וואשינגטאן איז א משל פון ניו יארק...

גיי פארשטיי פארוואס עס לויפט נישט א נארמאלע קאנדידאט קעגן אזעלכע קאמא'ס און באבלאזיא'ס, א פשוט'ע ביזנעס עקזעקיוטיוו אדער קאנטראקטאר וואלט שוין לאנג פארענדיגט די סאו קאולד קאנסטראקשן אויף די FDR/הארלעם ריווער דרייוו! משוגע מעטארע מען איז ביזי מיטן גיין בויען א סטריט קאר אדער איסט ריווער עקסעס טונעל בשעת וואס די אנגייענדיגע באנען זענען בארג אראפ און ניטאמאל די זייגער וואס ווייזט ווען א טרעין קומט ארבעט!

קאומא, מיט וואס קומסטו צום טיש? וואס האסטו דערליווערט פארן המון עם?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 10:54 pm
דורך shimon7323
אויב וועט ער נישט זיין גאווענער ווער וועט העלפן אידן אינמיטן א שניי......

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:10 pm
דורך צל עובר
משה כספי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מ'רעדט דאכציך יא אביסל פון דעם אין די מידטערם אשכול, עניוועי, ניקסאן ציט אן לויט אפאר אנקעטעס אין די נידעריגע צוואנציגערס און קואמא האט אין די זעכציגער, סוי מ'דארף זיך דערווייל נישט זארגן אז ניקסאן קען חס ושלום געווינען.

קען טאקע זיין אז ניקסאן איז ארגער ווי קאומא אבער וואס פאר א גוט יאר דארפסטו דעם קאומא? ניו יארק איז אין כמעט א דריטע וועלט מצב, די גאנצע אינפראסטרוקטור ווי עירפארטס, ראודס, בריקן, הייוועיס און באנען זענען גאר צוריקגעשטאנען, א טרעין לעין וואס לויפט קוים אפאר גאסן קאסט 10 "ביליאן" דאלאר, רעגולאציעס ווי משוגע, טעקס איז אויך הויך און אחוץ טוישן די נאמען פון טאפען זי בריק צו מאריא קאמא זעה איך נישט וואס דער גאווערנער טוט אויף
איך מיין שוין באלד אז די סוואמפ פון וואשינגטאן איז א משל פון ניו יארק...

גיי פארשטיי פארוואס עס לויפט נישט א נארמאלע קאנדידאט קעגן אזעלכע קאמא'ס און באבלאזיא'ס, א פשוט'ע ביזנעס עקזעקיוטיוו אדער קאנטראקטאר וואלט שוין לאנג פארענדיגט די סאו קאולד קאנסטראקשן אויף די FDR/הארלעם ריווער דרייוו! משוגע מעטארע מען איז ביזי מיטן גיין בויען א סטריט קאר אדער איסט ריווער עקסעס טונעל בשעת וואס די אנגייענדיגע באנען זענען בארג אראפ און ניטאמאל די זייגער וואס ווייזט ווען א טרעין קומט ארבעט!

קאומא, מיט וואס קומסטו צום טיש? וואס האסטו דערליווערט פארן המון עם?

די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז געווארן בעסער אונטער קואמא, למשל די מאריא קואמא ברידזש איז אהעד אוו סקעדשעל אנדער באדזשעט.

אויך ווי שרייב איך אז איך וויל קואמא, איך שרייב א גאנצע צייט בלויז אז ניקסאן וועט זיין געפערליך.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:50 pm
דורך מטעמים
@משה, קודם כל א טייל פון די זאכען וואס דו רעכנסט אויס באלאנגט פאר די פעדעראלע גאווערמענט צו טוהן און פארשטייט זיך אז טראמפ-ראשען קעלוזשען אדער צו פראטעקטען מולער איז סך א גרעסערע נושא ווי עקשועלי טוהן די ארבייט אין קאנגרעס.

צווייטענס, ניו יארק איז אין א העפטיגע קאמפעטישען מיט קאליפארניע צו זיין ״דער״ עקזעמפל וויאזוי קעראפשען אין א דעמאקראטישע גאווערמענט קען פירען א לאנד צו.

דריטענס, אונזערע היימישע חשובע אינסטוטוציעס זענען זיך מחי׳ מיט די שלאבערישקייט פון ניו יארק און ספעציפיש אין ניו יארק סיטי אזוי אז זיי האלטען און איין בעטן מיר זאלען וועלן פאר די מענטשען ווי קאומאו און בלאזיא, דאס איז די סיבה פארוואס מיר היימישע יודען זענען פון די שטיצער און וואוטערס פאר דע סוואמפ מענטשען.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:53 pm
דורך משה כספי
מטעמים האט געשריבן:@משה, קודם כל א טייל פון די זאכען וואס דו רעכנסט אויס באלאנגט פאר די פעדעראלע גאווערמענט צו טוהן און פארשטייט זיך אז טראמפ-ראשען קעלוזשען אדער צו פראטעקטען מולער איז סך א גרעסערע נושא ווי עקשועלי טוהן די ארבייט אין קאנגרעס.

צווייטענס, ניו יארק איז אין א העפטיגע קאמפעטישען מיט קאליפארניע צו זיין ״דער״ עקזעמפל וויאזוי קעראפשען אין א דעמאקראטישע גאווערמענט קען פירען א לאנד צו.

.

כמעט גארנישט באלאנגט צום פעדעראל גאווערמענט בס"ה העלפט די פעדעראל מיט פאנדס אבער די ראודס ע"פ רוב באלאנגט פארן גאווערנער

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2018 12:07 am
דורך משה כספי
צל עובר האט געשריבן:די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז געווארן בעסער אונטער קואמא, למשל די מאריא קואמא ברידזש איז אהעד אוו סקעדשעל אנדער באדזשעט.

אויך ווי שרייב איך אז איך וויל קואמא, איך שרייב א גאנצע צייט בלויז אז ניקסאן וועט זיין געפערליך.

נאר די איינע בריק ווייל עס הייסט נאך זיין שפעטע פאטער (late father) און אזוי אויך אנדער באדשעד און אהעד אף סקעדזשועל פון די "שטאט"! ווען א פריוואטע קאמפאני/אינוועסטאר בויט אזאנס קאסט עס אסאך ביליגער און ענדיגט אפאר יאר פריער, איך האב אין ערגעץ נישט געזען אזא מין זאך אז עס שטייען צענדליגער ארבעטער ארום א גראב מאשין וואס קען אפערירט ווערן דורך 3 מענטשן און טוען גארנישט אחוץ ביי ניו יארק גאווערמענט פראדשעקטס! נישטא א סאבוועי אזא קליינע שטח וואס האט געקאסט אזוי טייער און גענומען אזויפיל צייט ווי די סעקאנד עוועניו סאבוועי

נישטא קיין עירקאנדאן/סטיעם אין קיין איין אלטע סאבוועי סטאנציע, רוב טרעינס נישט אין צייט, שטינקט פון אלעם ערגסטן אבער אנשטאט קעיר נעמען דערפון בויט מען א סטעיט אף די ארט נייע סטאנציע... און נישטא צו געפינען א נארמאלע קאנדידאט אדער אפילו א נארמאלע צייטונג וואס זאל דאס פשוט צושמירן! שעים אן יו ניו יארק...

מיר באדערט שוין לאנג פארוואס טעלעוויזיע סטאנציעס שטעלן זיך נישט אראפ ביי קאנסטראקשן סייטס/טרעין סטעישאנס/עירפארטס וכו' וכו' און אראפגעבן א באריכט וואס עס גייט פאר און אזוי "האלטן די גאווערמענט אקאונטעבל" זענען זיי אויך קראפטירט פון די יוניאן און ספעציעלע אינטרעסט גרופעס?

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2018 3:25 am
דורך פייווישעל
לשבר אה ה'הויזן

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2018 3:37 am
דורך צל עובר
קוק וויפיל חברה האבן דא א פרנסה קלה ונקיה.

איך האלט שוין לאנג אז אידן ברויכן אנהויבן צו טון די דזשאב פון קלאצן מיט א סיין פאר דרייסיג דאלער א שעה, און אויסהערן ר יוסף חיים גרינוואלד וכדומה.

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2018 5:31 am
דורך Think and Thank
משה כספי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז געווארן בעסער אונטער קואמא, למשל די מאריא קואמא ברידזש איז אהעד אוו סקעדשעל אנדער באדזשעט.

אויך ווי שרייב איך אז איך וויל קואמא, איך שרייב א גאנצע צייט בלויז אז ניקסאן וועט זיין געפערליך.

נאר די איינע בריק ווייל עס הייסט נאך זיין שפעטע פאטער (late father) און אזוי אויך אנדער באדשעד און אהעד אף סקעדזשועל פון די "שטאט"! ווען א פריוואטע קאמפאני/אינוועסטאר בויט אזאנס קאסט עס אסאך ביליגער און ענדיגט אפאר יאר פריער, איך האב אין ערגעץ נישט געזען אזא מין זאך אז עס שטייען צענדליגער ארבעטער ארום א גראב מאשין וואס קען אפערירט ווערן דורך 3 מענטשן און טוען גארנישט אחוץ ביי ניו יארק גאווערמענט פראדשעקטס! נישטא א סאבוועי אזא קליינע שטח וואס האט געקאסט אזוי טייער און גענומען אזויפיל צייט ווי די סעקאנד עוועניו סאבוועי

נישטא קיין עירקאנדאן/סטיעם אין קיין איין אלטע סאבוועי סטאנציע, רוב טרעינס נישט אין צייט, שטינקט פון אלעם ערגסטן אבער אנשטאט קעיר נעמען דערפון בויט מען א סטעיט אף די ארט נייע סטאנציע... און נישטא צו געפינען א נארמאלע קאנדידאט אדער אפילו א נארמאלע צייטונג וואס זאל דאס פשוט צושמירן! שעים אן יו ניו יארק...

מיר באדערט שוין לאנג פארוואס טעלעוויזיע סטאנציעס שטעלן זיך נישט אראפ ביי קאנסטראקשן סייטס/טרעין סטעישאנס/עירפארטס וכו' וכו' און אראפגעבן א באריכט וואס עס גייט פאר און אזוי "האלטן די גאווערמענט אקאונטעבל" זענען זיי אויך קראפטירט פון די יוניאן און ספעציעלע אינטרעסט גרופעס?

גראדע איז קואמא שטארק אויף אינפראסטרוקטשור. ער בויעט בריקן (די טעפען זי איז איבערגעבויעט, די קאסקיאסקא איז איין זייט פיקס פערטיג) איז א צענטל די צייט וואס עס פלעגט נעמען, און נעמט קעיר פון זאכן וואס וואלטן שוין געדארפט געטון ווערן צענדליגער יארן צוריק א שטייגער ווי דא איבערבויען לאגווארדיע. צו עס איז אן עולם התיקון? אודאי אז נישט! אבער אונטער קואמא רוקן זיך זאכן זאך בעסער און שנעלער ווי ביז היינט.


בנוגע די קארופציע ביי קאנסטראקשען טענה איך שוין לאנג אז די סיטי דארף אויפנעמען א שטאב מיט אינספעקטארס, און יעדע סיטי קאנסטראקשען פראיעקט זאל באקומען א מענעדזשער אויף די פאלגנדע באדינגונגען: מיט יעדע מיליאן דאלער וואס די פראיעקט קאסט ווייניגער ווי די אריגינעלע שאצונג, באקומט דער אינספעקטאר טויזנט דאלער, און מיט יעדן טאג ווייניגער וואס עס דויערט, באקומט ער נאך א טויזנטער.

געשריבן: פרייטאג מאי 04, 2018 2:42 pm
דורך Gevald Geshrigen
וואס קאומו האט געטון אז ער האט געטוישט פראצידורען וויאזוי די בידינג און אווארד ריוויא סיסטעם לגבי פארשידענע מינע קאסטראקשן גייט צו אז מען זאל קענען ענדיגען שנעלער אנהייבן בויען.
אבער........... פארואס מוז עס זיין די יוניאן און האבן אכצן חברה פאר איין לייט באלב ארויסצודרייען פון א סאקעט אין א סובוועי סטעישן וכדומה ווייס איך נישט.
ביסיידס. האט זיך טעקס און רעגולעישנס אויפן סטעיט לעוועל געהויבן אדער אראפ ?
מאך א סימפל חשבון

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2018 5:43 pm
דורך צל עובר
קואמא טענהט אז ער האט געקאט אסאך רעגולעישענס.

איין דוגמא האט ער אמאל אנגעוויזן אז וועגן די גרינגערע רעגולעישענס, איז דא יעצט אין ניו יארק מער ביר ברענערייען ווי עס איז געווען ביי די רעקארד יאר 1887!

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2018 6:36 pm
דורך eller
משה כספי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די אלע זאכן וואס איר רעכנט אויס איז געווארן בעסער אונטער קואמא, למשל די מאריא קואמא ברידזש איז אהעד אוו סקעדשעל אנדער באדזשעט.

אויך ווי שרייב איך אז איך וויל קואמא, איך שרייב א גאנצע צייט בלויז אז ניקסאן וועט זיין געפערליך.

נאר די איינע בריק ווייל עס הייסט נאך זיין שפעטע פאטער (late father) און אזוי אויך אנדער באדשעד און אהעד אף סקעדזשועל פון די "שטאט"! ווען א פריוואטע קאמפאני/אינוועסטאר בויט אזאנס קאסט עס אסאך ביליגער און ענדיגט אפאר יאר פריער, איך האב אין ערגעץ נישט געזען אזא מין זאך אז עס שטייען צענדליגער ארבעטער ארום א גראב מאשין וואס קען אפערירט ווערן דורך 3 מענטשן און טוען גארנישט אחוץ ביי ניו יארק גאווערמענט פראדשעקטס! נישטא א סאבוועי אזא קליינע שטח וואס האט געקאסט אזוי טייער און גענומען אזויפיל צייט ווי די סעקאנד עוועניו סאבוועי

נישטא קיין עירקאנדאן/סטיעם אין קיין איין אלטע סאבוועי סטאנציע, רוב טרעינס נישט אין צייט, שטינקט פון אלעם ערגסטן אבער אנשטאט קעיר נעמען דערפון בויט מען א סטעיט אף די ארט נייע סטאנציע... און נישטא צו געפינען א נארמאלע קאנדידאט אדער אפילו א נארמאלע צייטונג וואס זאל דאס פשוט צושמירן! שעים אן יו ניו יארק...

מיר באדערט שוין לאנג פארוואס טעלעוויזיע סטאנציעס שטעלן זיך נישט אראפ ביי קאנסטראקשן סייטס/טרעין סטעישאנס/עירפארטס וכו' וכו' און אראפגעבן א באריכט וואס עס גייט פאר און אזוי "האלטן די גאווערמענט אקאונטעבל" זענען זיי אויך קראפטירט פון די יוניאן און ספעציעלע אינטרעסט גרופעס?

;l;p- יאפס נישט מער ווי גערעכט ! צוריק מיט פאטאקי

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2018 7:08 pm
דורך מצב כללי
פונקט נעכטן דורכגעפארן דעם דיגען און געטראכט אויב מען וועט אמאל ענדיגן בויען דארט נעבן דעם סטארעדזש בילדינג
זינט איך קען דעם דיגען בויט מען דארט

איינער ווייסט וואס מען טוט דארט?