2018 ניו יארק גאווערנאר וואלן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 31, 2018 10:49 am

א נייע סיענע אנקעטע איז היינט ארויסגעקומען אויף ניו יארק וועלכע באשטעטיגט די קוויניפיעק אנקעטע ציפערן.
קאומא 60%
ניקסאן 29%

אטוירני דזשענעראל:
דזשעימס 25%
מעלאני 16%
טיטשאויט 13%
אנדיסיידעט 42%
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 31, 2018 7:33 pm

ניקסאן איז אפאר פוינטס שטערקער אין די היינטיגע אנקעטע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 10:23 am

דעבאטע איבער א דעבאטע

די קאומא און ניקסאן קאמפיינס אמפערן זיך איבער די טעמפעראטור אין זאל אין די צייט פון די בעפארששטייענדע דעבאטע

די ניקסאן קאמפיין פארלאנגט אז די גראד זאל זיין 76 אבער קאומא גלייכט א גאר קילע צימער

א ניקסאן סטראטעגיסט זאגט איצט אז די אייזיגע אפיס טעמפעראטורן איז דירעקט געצילט קעגן פרויען

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

ווער לויפט, קאומא אדער טראמפ?!

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:00 am

די מעיל באקס איז מלא וגדוש מיט גלאנציגע ליין מאטריאל פון די נ.י. דעמאקראטישע פארטיי. "שטימט פאר קאומא", ליינט זיך די פלאנצישע צום מיסט-קאסטן סחורה וואס איז באפירקלט מיטן שלאג ווארט "טראמפ". מיט א וויינענדיגע אימיגראנט קינד אין צענטער, "קאומא איז דער איינציגסטער וועלכער וועט קעמפפן טראמפ!" א מזל דער טראמפ-פייטער פארמאגט א פריימערי שונא; וואס דען האט דער שטאלצער גובערנאטאר געזאלט טאן מיט זיינע 22 שלימים?
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:18 am

76 דעגרי? זי איז נארמאל? אפשר וויל זי פשוט נעגאושיעיטן אויף לאמיר זאגן 68.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:26 am

זי וויל קענען אנצייגן אינמיטן די דעבאטע אז די וועלט ווערט ווארימער און מען דארף באקעמפן גלאבאלע אנווארעמונג

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:30 am

הכל הבל האט געשריבן:זי וויל קענען אנצייגן אינמיטן די דעבאטע אז די וועלט ווערט ווארימער און מען דארף באקעמפן גלאבאלע אנווארעמונג

קאומא איז קעגן גלובעל אנווארימונג אז ער וויל עס זאל זיין קאלט
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:31 am

זי וויל אים אפבראטן דארט....
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 11:33 am

קוקט אויס אז די ניקסאן חברה ווילן אים מאכן שוויצן. די ניקסאן-קענעדי דעבאטע אין יארע 60'.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:13 pm

איין שטונדע צום דעבאטע

די טעמפעראטור אין זאל איז ווייט פון 76..

היבש קיהל

די קאומא קאמפיין האט אויסגעווארט אויף ביז היינט ארויסצולייגן א קליפ פון אלע מאמענטן ווי ניקסאן לויבט קאומא אין די פארגאנגנהייט

די שטימע פירט אויס: געדענק וואס זי האט געזאגט איידער זי איז געוווארן א פאליטיקאנט

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:44 pm

הכל הבל האט געשריבן:איין שטונדע צום דעבאטע


ס'הייבט זיך אן 7:00

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 4:58 pm

טרעף מיך האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:איין שטונדע צום דעבאטע


ס'הייבט זיך אן 7:00

7 אזייגער גייט שוין די דעבאטע זיין פאריבער

די דעבאטע גייט נישט געוויזן ווערן לעבעדיג אויף די טעלעוויזיע אין די צייט וואס זי ווערט אפגעראכטן

אייער אינפארמאציע וועגן 7 אזייגער נעמט זיך ווארשיינליך פון דעם אז אום 7 אזייגער גייט א רעקארדירונג פון די דעבאטע ווערן אויפגעשפילט אויף א סטאנציע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:26 pm

קאומא רעדט איבער דזשאן מקעין איידער ער ענטפערט ערשטע פראגע

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:26 pm

איבער לויפן אין 2020 ענטפערט ער אז ער פארשפרעכט אויסצודינען זיין פולן טערמין

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:27 pm

ער זאגט אז זיין איינציגסטע מעגליכקייט פון איבערלאזן זיין אמט אויב דער פון אויבן שיסט אים צום טויט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:29 pm

קאומא: קענסטו אויפהערן איבעררייסן אינמיטן רעדן?
ניקסאן: קענסטו אויפהערן זאגן ליגן?
קאומא (שטיל פאר א וויילע, און דאן): ווי נאר דו הערסט אויף

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:51 pm

3/4 פון די איין שטונדע דעבאטע איז שוין פארביי און ניקסאן האט כמעט נישט דערמאנט אן אישו ווי זי אין קאומא טיילן זיך שטארק און דאס איז העכערן שטייערן פאר מיליאנערן

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:53 pm

הכל הבל האט געשריבן:3/4 פון די איין שטונדע דעבאטע איז שוין פארביי און ניקסאן האט כמעט נישט דערמאנט אן אישו ווי זי אין קאומא טיילן זיך שטארק און דאס איז העכערן שטייערן פאר מיליאנערן

אויב ס'איז נישט לייף פון וואנעט ווייסטו וואס טוט זיך דארט ?
חוץ אויב דו שרייבסט נאך פון אנדערע...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:54 pm

איר ווילט הערן אדער פרעגן?..

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:47 pm

ווער האט געווינען די דעבאטע?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 10:39 am

She is pretty Good! Hope he loses

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 3:59 pm

דער העכסטראנגיקער דעמאקראט אין וואשינגטאן און דער פארשטייער פון ניו יארק טשאק שומער האט היינט געמאלדן אז ער אינדארסירט ענדרו קאומא פאר ווידערערוויילונג, בלויז עטליכע טעג פאר די בעפארשטייענדע פריימעריס וואס קומען פאר דעם סעפטעמבער 13. שומער און קואמא זענען נישט פערזענליך באפריינדעט, און שומער איז פערזענליך גוט מיט מעיאר די-בלאזיא וואס איז ביטער צוקריגט מיט קואמא, און עס איז נישט געווען קלאר ביז היינט אויב ער וועט קריגן אן אינדארסירונג פון שומער.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:57 am

mmn האט געשריבן:She is pretty Good! Hope he loses

ערגסטע זאך וואס קען געשען פאר אונז אידן, זי איז ראדיקאל לינק.

אוועטאר
mmn
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 29, 2018 3:59 pm

תגובהדורך mmn » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:27 am

republicans have no chance?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:34 am

mmn האט געשריבן:republicans have no chance?

נאו טשענס איז נאריש צו זאגן (פאטאקי און בלומבערג זענען אויך רעפובליקאנער) אבער שוואכער פון שוואך בפרט אזא יאר ווי 2018


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט