2018 ניו יארק גאווערנאר וואלן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובהדורך ראבב » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 2:32 pm

דשעמס

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2834
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 2:41 pm

הה׳׳ד געברענגט א מעלאנע צום טיש

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:02 pm

סיענע אנקעטע סעפטעמבער 20-27

קואמא 50 +22
מאלינארא 28
ניקסאן 10

העד טו העד

קואמא 56 +18
מאלינארא 38

דזשיליברענד 61 +32
פארלי 29

דזשעימס 50 +14
וואפארד 36
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:03 pm

מאלינארא איז די ריפאבליקען?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 11:06 pm

יא
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 9:16 am

הוא הדבר אשר דברנו לעיל אז א 3 וועי רעיס איז טיילמאל א מעלה פארן עטאבלירטן אינקאמבענט, אפילו ווען די 3'טע קאנדידאט אפעלירט צו די זעלבע קרייז וואטערס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 9:45 am

צל עובר האט געשריבן:יא

איז דאס נישט א שוואכע אויבערהאנט פאר קאומא אין אזא פלאץ ווי ניו יארק?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

זשאסט צו דערמאנען, מארגן איז עס....

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:32 pm

ניו יארקער גאווערנער פארמעסט שמעלער ווי מען האט געמיינט

שטייענדיג בלויז א טאג פאר די וואלן פאר גובערנאטאר פון ניו יארק צייגן אנקעטעס אז די פארמעסט איז היבש פארשמעלערט געווארן צווישן דעם אמטירנדער גאווערנער ענדרו קאומא און זיין רעפובליקאנער אפאנענט מארק מאלינארא, און קאומא שטייט מיט בלויז 13 פונקטן העכער מאלינארא.

טראץ וואס עס קוקט אויס ווי א באקוועמע מערהייט איז די אויבערהאנט פון קואמא געשניטן געווארן אין איבער האלב, און מאלינארא געניסט פון 36% שטיצע קעגן 49% פאר קאומא, פיל שמעלער ווי די 50-28 וואס מען האט געזען אין די לעצטע אנקעטע אין אקטאבער.

מאלינארא איז א רעפובליקאנער אבער זיין וואל קאמפיין האט ארויסגעשטעלט שטיצע פאר פילע ליבעראלע און פראגרעסיווע פאליסיס און שטעלט זיך אהער אלס אלטערנאטיוו פאר די קאומא אדמיניסטראציע וואס ער באצייכנט אלס קארופטירט און שלימזל׳דיג.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 6:41 pm

עס קוקט אויס אז קאומא איז זייער פאפעלער ביים היימישן עולם, ווייל אנ"ש נוצט אים אין זייערע עדס אז מען ברויך אים אריינשטימען פאר ריעלעקשען, איך געדענק נישט אז זיי זאלן אמאל האבן גענוצט א קאנדידאט וואס דער עולם זאל גיין שטימען ווייל מען שטיצט אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 7:44 pm

לכאורה יעצט מיטן חינוך פראבלעם דארף מען זיך אביסל צולעקן צונעם.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:04 pm

ער איז בכלל גאנץ א פיינער גובערנאטאר. טשעפעט נישט קיינעם (חוץ דעבלאזיא, אבער דאס איז נאר א פלאס...), בויעט איבער בריקן און לופטפעלדער, האט דערווייל נישט געשטופט צופיל די פראגרעסיוו וואגן מיט חוקי תועבה, טעקס וכדומה, און אלעס פארט מער ווייניגער גלאטיג.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:21 pm

מיט אזא צובראכענע ניו יארק דארף מען איינעם וואס עס זאל דווקא נישט גיין גלאטיג, איינער וואס שארט ארויף די ארבל
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:22 pm

Think and Thank האט געשריבן:ער איז בכלל גאנץ א פיינער גובערנאטאר. טשעפעט נישט קיינעם (חוץ דעבלאזיא, אבער דאס איז נאר א פלאס...), בויעט איבער בריקן און לופטפעלדער, האט דערווייל נישט געשטופט צופיל די פראגרעסיוו וואגן מיט חוקי תועבה, טעקס וכדומה, און אלעס פארט מער ווייניגער גלאטיג.

העלפט ארויס געשראנדעטע אידן אויף די טרו וועי..
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:27 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:מיט אזא צובראכענע ניו יארק דארף מען איינעם וואס עס זאל דווקא נישט גיין גלאטיג, איינער וואס שארט ארויף די ארבל

יא יא, אבער איך האב א שטארקע חשש אז דער וואס וועט זיך ארויפשארן די ארבל וועט נאר צוברעכן נאכמער ...
למעשה די עיקר פראבלעם פון די סיטי, וואס איז די חרוב'ע אינפראסטרוקטור (וואס איז א גרויסע גורם צו די שרעקליכע טרעפיק) נעמט ער גאנץ גוט קעיר. איך זיץ למשל כאשר אפט אין טרעפיק ביים קאסקיאסקא. די טורעמ'ס פאר די צווייטע בריק איז שוין כמעט פארטיג! טוען איז געווען די לעצטע מאל אין די סיטי'ס היסטאריע וואס 'צוויי' בריקן זאלן ווערן געבויעט אזוי שנעל?
(מיט די צווייטע בריק וועט זיין זעקס לעינס אין יעדע ריכטונג [ארויף פון די יעצטיגע דריי], וואס מיינט אז די דריי לעינס וואס קןמען אריין הארט פאר די בריק וועלן מער נישט דארפן מערדזשן, וואס וועט שניידן 95% פון די שטענדיגע אנגעלייגטקייט דארט.)
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3420
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:38 pm

די זעלבע איז מיט די בוי ארבעט ביים טראוועי 17 נעבן קרית יואל ווי די ארבעט גאלאפירט מיט א שנעלקייט

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 8:42 pm

יא, א פאלאטישן איז יעדער קאנדידאט און מיט שקר און פאלטשקייט וועט קיינער נישט זיין בעסער.
האט קאומאו כאטש די טראמפ מעלה אז ער דעליווערט שטארק, און ער רעכנט זיך מיטן היימישן עולם.
וועל מיר אי"ה אונפילן דעם באלי נעבן זיין נאמען.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:44 pm

ביי די פארגאנגענע פארמעסטן האט ער היפש קאמפיינט מיט די אומווירדיגקייטן, ביי די איצטיגע איז ער איינגעהאלטן, עכ"פ אין מיין פאסט קעסטל...

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 5:16 pm

Think and Thank האט געשריבן:ער איז בכלל גאנץ א פיינער גובערנאטאר. טשעפעט נישט קיינעם (חוץ דעבלאזיא, אבער דאס איז נאר א פלאס...), בויעט איבער בריקן און לופטפעלדער, האט דערווייל נישט געשטופט צופיל די פראגרעסיוו וואגן מיט חוקי תועבה, טעקס וכדומה, און אלעס פארט מער ווייניגער גלאטיג.


איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט אייערע פאקטן, אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט ריכטיג, און דאס איז א דבר הידוע לרבים, איך ווייס נישט וויאזוי איר קענט דאס לייקענען.


אויסגערעכנט האט געשריבן:לכאורה יעצט מיטן חינוך פראבלעם דארף מען זיך אביסל צולעקן צונעם.


אויב מען וויל זיך טאקע ווייטער איינרעדן אז ווען מיר וועלן האבן פראבלעמען מיט די שטאט וואס וועט זיך וועלן מישן אין אונזער חינוך וועט ער שטיין אויף אונזער זייט, מיין פרעדיקשאן איז אז עס וועט זיין פארקערט. איך האף נאר אז מיר וועלן קיינמאל נישט געוואר צו איך בין געווען גערעכט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וועלוועל קליינער, חטאת הקהל און 50 געסט