2018 ניו יארק גאווענער וואלן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

2018 ניו יארק גאווענער וואלן

תגובהדורך eller » זונטאג אפריל 15, 2018 6:20 pm

אינטערסאנט אז קיינער האט נאכנישט געעפענט א אשכול איבער די העפטיגע וואלן וואס מ'גרייט זיך אויף היי יאר.
ווי די ליבעראלען פלאנען אריינצוברענגען א שטארקע ליבעראלע פרוי ניקסאן, און ס'איז הויך יום טוב אויב זי גייט קענען אנציען גענוג.
פון די רופאבליקאנער זייט איז זייער שוואך נישטא קיין עכטע שטארקע קאנדידאט קעגן קאומא..
ווער עס האט סיי וואסערע נייעס איז מכובד עס צו ברענגען דא.
א דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

פון דער איד דעלי

תגובהדורך eller » זונטאג אפריל 15, 2018 6:21 pm

ניקסאן קריגט וויכטיגע אינדארסמענט

אלבאני – די ליבעראלע "ווארקינג פעמיליס" פארטיי האט געמאלדן אז זיי אינדארסירן די קאנדידאטקע סינטיע ניקסאן, וועלכע לויפט קעגן דעם אמטירנדן דעמאקראטישן גאווערנאר ענדרו קאומאו. די קליינע אבער איינפלוסרייכע פארטיי האט אינדארסירט קאומאו אין יאר 10' און אין 14', אבער די פארטיי פירער האבן אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג אין קאומאו אין די לעצטערע מאנאטן, און קאומאו האט אליינס געזאגט פרייטאג אז ער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין זייער אינדארסמענט. דער פאקט אז די ווארקינג פעמיליס פארטיי האט אינדארסירט ניקסאן, באדייט אז אפילו אויב (ליין: ווען) קאומאו באזיגט איר אין די דעמאקראטישע פריימערי, וועט זי נאך אלץ זיין אויפ'ן שטים צעטל אין נאוועמבער, ווייל זי וועט קענען לויפן אויף דער ווארקינג פעמיליס פארטיי ליניע.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 16, 2018 1:01 am

מ'רעדט דאכציך יא אביסל פון דעם אין די מידטערם אשכול, עניוועי, ניקסאן ציט אן לויט אפאר אנקעטעס אין די נידעריגע צוואנציגערס און קואמא האט אין די זעכציגער, סוי מ'דארף זיך דערווייל נישט זארגן אז ניקסאן קען חס ושלום געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט