קערעסטיר ג' אייר תשע"ח - נייעס און בולעטין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:10 pm

ס'איז מבהיל על הרעיון וויאזוי זאכן דעוועלאפען זיך.

בסך הכל האט מען ביז היינט פראקלאמירט, אז אויב קענסטו נישט פארן אויף קערעסטיר ביום היארצייט, קענסטו מקיים זיין די פסק דין פונעם פוסק הדור בעל כבוד בית החיים עירך קודמים שליט"א, אז סדנא דארעא חד הוא, וממילא קען מען גיין צום ברודער.

דערנאך איז צוגעקומען נאך הענט און פיס. מ'האט אנגעפאנגען דערציילן ווי אזוי ער איז געווען דער שליח צום ברודער. די קמיע הידוע איז געקומען דורך איהם וכו'. אויך איז צוגעקומען פארשידענע לעגענדעס, א מעשה מיט א חלום, געגאנגען א בעקיטשע אינדערוואכן מיט א ברייטע הוט, געווען רב אין מט. ווערנאן אא"וו.

איצט האט מען שוין אינגאנצען פארגעסן פארוואס מ'פארט צו דעם ברודער, יעצט פארט מען שוין דירעקט צו הרב הצדיק רבי יודעלע קערעסטירער זצ"ל....

די רעסט איז היסטארי און ווער עס גלייבט נישט איז נידון ווי אן אפיקורס און ס'העלפט נישט קיין תשובה!!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:13 pm

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז מבהיל על הרעיון וויאזוי זאכן דעוועלאפען זיך.

בסך הכל האט מען ביז היינט פראקלאמירט, אז אויב קענסטו נישט פארן אויף קערעסטיר ביום היארצייט, קענסטו מקיים זיין די פסק דין פונעם פוסק הדור בעל כבוד בית החיים עירך קודמים שליט"א, אז סדנא דארעא חד הוא, וממילא קען מען גיין צום ברודער.

דערנאך איז צוגעקומען נאך הענט און פיס. מ'האט אנגעפאנגען דערציילן ווי אזוי ער איז געווען דער שליח צום ברודער. די קמיע הידוע איז געקומען דורך איהם וכו'. אויך איז צוגעקומען פארשידענע לעגענדעס, א מעשה מיט א חלום, געגאנגען א בעקיטשע אינדערוואכן מיט א ברייטע הוט, געווען רב אין מט. ווערנאן אא"וו.

איצט האט מען שוין אינגאנצען פארגעסן פארוואס מ'פארט צו דעם ברודער, יעצט פארט מען שוין דירעקט צו הרב הצדיק רבי יודעלע קערעסטירער זצ"ל....

די רעסט איז היסטארי און ווער עס גלייבט נישט איז נידון ווי אן אפיקורס און ס'העלפט נישט קיין תשובה!!

איך בין נאך קיינמאל נישט געווען, אבער דאס האסטו א ברודער פון א צדיק, אפילו אלע מעשיות זענען נישט אמת, פארוואס זאל מען נישט גיין?
עפעס שמעקט פון אנדערע הויפן וואס קענען עס נישט צוקוקן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:23 pm

די רעקלאמעס הערט זיך מער ווי ס'רעדט זיך פון "אנדערע הויפן", ס'ליגן דא אין אונזער געגענד אומצאליגע צדיקים אמיתיים וואס בחייהם האט מען דערציילט וועגן זייער צדקות ופרישות און גאר א קליינער עולם קימערט זיך וועגן זיי. דא אז מ'רעקלאמירט א ברודער, לויפט מען. ס'האט גארנישט מיט רבי ישעי'לע און נישט מיטן ברודער, ס'איז א נייע משוגעת פון מאכן רעקלאמעס ביי יעדע יאהרצייט.

ס'איז נישט נאר דא, ס'איז די זעלבע אין יוראפ.

אפאר דוגמאות.

יענע וואך זענען טויזנטער אידן געפארן אויף קערעסטיר צום יאהרצייט, ממש א שפאן פון דארט, ד.ה. קארגע 6 מייל פון קערעסטיר ליגט באהאלטן די רבי פון רבי ישעי'לע, דער הייליגער ליסקער זי"ע. וויפיל מענטשן איז איינגעפאלן אמאל צו צופארן קיין ליסקא? די ענטפער איז פשוט, אז גאנץ ווייניג. וויל עמיצער דרש'נען אויף קול מבשר אז ס'איז ממש הימלדיג ווי מ'זעהט אז קיין קערעסטיר פארן טויזענטער אידן און קיין ליסקא ממש נישט קיין געפארעכץ. ס'איז הימלדיג? ס'איז טפשות'דיג!

די וואך וועט זיין די יאהרצייט פון רבי מאטעלע טשערנאבילער, וואס ליגט אין אנאטיווקא, ממש נעבן קיעוו. חוץ וואס רוב רבי'ס אשר אתנו בחיים זענען זיינע אייניקלעך, איז ער געווען די רשכבה"ג פון אוקראינע בימיו, דאס איז חוץ רוב קדושתו וכו'. ס'פארן היינט טויזנטער אידן אויף אוקראינע און מ'לאנדעט א שפאן אוועק פון זיין ציון הקדוש. ס'איז יעצט אויך די צייט וואס מענטשן פליען הין און צוריק אויף מקומות הקדושים. וויפיל אידן איז איינגעפאלן צו פארן אויף אנאטיווקא?

כ'פארשטיי נישט, דער'עולם איז דאך גרייט צו פארן צו יעדן אפילו נאר צום ברודער פון יעדן צדיק, אויב אזוי פארוואס פארט מען נישט צו די צדיקים ממש?

נאר ס'ווענדט זיך אין די רעקלאמעס, ווער עס רעקלאמירט דער האט אן עולם גולם און ווער נישט, דער האט נישט די זכי', ס'איז נישט הימלדיג.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 4:31 pm

צו וועלכען צדיק ס'זאל יא אדער נישט זיין א געפאראכט'ס, האבן שוין צדיקים געזאגט אז דאס איז א נשמה זאך, געווען צדיקים וואס האבן געזאגט אז זיי בלייבן דא, און אין דער אלטער היים וואס גיין צו קברים איז נישט געווען אזוי גרויסע זאך, איז פארט געווען די פאר הויפן וואס יעדער איז געפארן.

אפשר קענסטו מסביר זיין פארוואס קיין צאנז איז דא א גרעסער געפארעכטס ווי קיין רימענאוו? ער איז דאך געווען זיין רבי? אדער ווי קיין לובלון, וואס איז געווען זיין רבי?
אונז פארשטיי מיר דאס נישט.

אבער נישט שייך צו לאכן, דער עיקר יעדער זאל פועלן אלעס גוטס.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 27, 2018 5:14 pm

צו וועלכן צדיק'ס ברודער מען זאל פארן האבן צדיקים שוין נישט געזאגט אז דאס איז א נשמה זאך.
עס איז מער א ביזנעס/פראפאגאנדע זאך.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 27, 2018 5:37 pm

לייפציק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.

כ'פארשטיי נישט די ליצנות.
מ'רעדט פון קדושי עליון, מאכט מען נישט אזעלכע וויצן אנטשולדיגט.
אפילו ס'איז נישט קיין חלום, וואלט איך געגאנגען צו א ברודער פון יעדען קדוש.

רבי יודעלע קערעסטירער איז געווען א קדוש עליון?

איר גייט צו א ברודער פון יעדן קדוש? דער טאלנער רבי פון בית.וגן האט א ברודער ליגן דא, בחייוו איז ער געווען באקאנט אלס 'ניק טאלנער' מאכט א מנין מיט טועמיה ביום היארצייט, פארגעסט נישט מיטצוברענגען א תהלימ'ל.

דער חפץ חיימ'ס רביצין ליגט אין מט. יהודה און זיין זון הבחור אהרן ע"ה, זעה צו גיין.

דער טאטע פון שימלויער רב ליגט נעבן בארא פארק, מאך א תעמולה ברענג מיט ראפאגאש קאקאש קעיק און שליוואויץ.

דעם עצי חיימ'ס טאכטער און איידעם ליגן אין סיגוטער חלקה אין ניו זשערסי, פאר אריבער מאך שאטערס און באסעס מיט סיינס, מ'רעדט דא פון א טאכטער פון א קדוש ישראל וגאונו.

און די ליסטע גייט אן

איי רבי יודעלע, רבי יודעלע, יו מאמעש טשעינזשד מיי מיינד.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אפריל 27, 2018 5:45 pm

AMAZON HELP האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:קאמפיין פאר קרעסטיר חדר
שמעתי, אז די חדר האט זיך היינט פארמאכט אזוי פון 1 מינוט אויפן צווייטן..

יאפ א חצופה און אן עזות אפגעשנארט געלט פון כלל ישראל און פארמאכט נאך דעם

פאלט דיר נישט ביי, אז דער קאמפיין האט זיך נישט אויסגעצאלט, און דאס איז דער שליסונג?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אפריל 27, 2018 5:49 pm

לייפציק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.

כ'פארשטיי נישט די ליצנות.
מ'רעדט פון קדושי עליון, מאכט מען נישט אזעלכע וויצן אנטשולדיגט.

ס'איז נישט נארמאל, איך האב אלעמאל געמיינט אז א משוגעת דויערט זיך איינצועסן א דור לכה"פ, מ'רעדט דא פון קוים א יאר, און שוין געווארן 'קדושי עליון'?

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג אפריל 29, 2018 6:06 pm

שמואל בארג האט געשריבן:

ער האט געלערנט מיט דיר אין חדר? דו ווייסט זיכער אז מ'שפילט נישט מיט פייער אז מ'מאכט חוזק?
איך האב זיין ברודער נישט געקענט, אבער איך וואלט נישט געוואלט חוזק מאכן פון א צדיק'ס א ברודער.
ר' ישע'לע איז געווען א קדוש עליון, און אין די ליצנות ווערט ר' ישעיל'ע דערמאנט מיט ליצנות.
זיכט'ס ענק א צווייטן זייט'ס מוחל.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג אפריל 29, 2018 6:09 pm

מיללער האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.

כ'פארשטיי נישט די ליצנות.
מ'רעדט פון קדושי עליון, מאכט מען נישט אזעלכע וויצן אנטשולדיגט.
אפילו ס'איז נישט קיין חלום, וואלט איך געגאנגען צו א ברודער פון יעדען קדוש.

רבי יודעלע קערעסטירער איז געווען א קדוש עליון?

איר גייט צו א ברודער פון יעדן קדוש? דער טאלנער רבי פון בית.וגן האט א ברודער ליגן דא, בחייוו איז ער געווען באקאנט אלס 'ניק טאלנער' מאכט א מנין מיט טועמיה ביום היארצייט, פארגעסט נישט מיטצוברענגען א תהלימ'ל.

דער חפץ חיימ'ס רביצין ליגט אין מט. יהודה און זיין זון הבחור אהרן ע"ה, זעה צו גיין.

דער טאטע פון שימלויער רב ליגט נעבן בארא פארק, מאך א תעמולה ברענג מיט ראפאגאש קאקאש קעיק און שליוואויץ.

דעם עצי חיימ'ס טאכטער און איידעם ליגן אין סיגוטער חלקה אין ניו זשערסי, פאר אריבער מאך שאטערס און באסעס מיט סיינס, מ'רעדט דא פון א טאכטער פון א קדוש ישראל וגאונו.

און די ליסטע גייט אן

איי רבי יודעלע, רבי יודעלע, יו מאמעש טשעינזשד מיי מיינד.

ווי דערמאנט אין פאריגע תגובה, איר רעדט מיט דברי זלזל אקעגן ר' ישעי'לע, איך וואלט אייך אפגערעדט דערפון.
איך בין ביי אים אויך נישט געווען, איך בין נישט אין די ליין פון זיכן פארלוירענע ציונים, אבער איך זע נישט די געלעכטער, וועם ס'שמעקט נישט זאל נישט גיין.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אפריל 29, 2018 9:54 pm

לייפציק האט געשריבן:
ער האט געלערנט מיט דיר אין חדר? דו ווייסט זיכער אז מ'שפילט נישט מיט פייער אז מ'מאכט חוזק?
איך האב זיין ברודער נישט געקענט, אבער איך וואלט נישט געוואלט חוזק מאכן פון א צדיק'ס א ברודער.
ר' ישע'לע איז געווען א קדוש עליון, און אין די ליצנות ווערט ר' ישעיל'ע דערמאנט מיט ליצנות.
זיכט'ס ענק א צווייטן זייט'ס מוחל.

לאמיר זיין קלאר, איך בין אויפגעוואקסן אינדערהיים מיט הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע (ניין, נישט אין חדר... :lol: ) אסאך פאר דעם נייעם "פעסטוויל דעי", מיין זיידע איז געווען פון די נאנטסטע אנהענגער און שטיצער (ער ווערט דערמאנט אין ספר מופת הדור), און ביי אונז האט מען אלעמאל גערעדט מקדושתו, און מיר האבן אפילו מקובל מופתים ביי אונז אין די משפחה, און מיר גייען אין זיינע דרכים ארויסצוהעלפן אידן במזוני, ואכמ"ל משום גילו.

ביז איצטערט האמיר גערעדט פון רבי ישעי'לע, און מאך דא א מחיצה.

-----

אדווערטייזמענטס דורך פארגלייזן די אויגן און זיך פאר'חלום'ען, איז נישט געווען די ארט פון וואו מיר האבן זיך איינגעהאנדלט 'קדושי עליון', דאס איז געקומען בירושה מאבותינו ורבותינו, אדער דורך לערנען די ספרים הקדושים, און ווען איינער וויל נישט אדאפטירן א 'קדוש עליון' בלויז ווייל די מידיא איז פארנומען דערמיט, איז ער נישט קיין כופר אדער א לייצן.

קיינער מאכט נישט חוזק פון דעם ר' יודא צבי זאל רוען, מען שמייכלט פון די וואס ווערן אפגעקויפט דורך אנאנסן.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג אפריל 29, 2018 11:09 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
קיינער מאכט נישט חוזק פון דעם ר' יודא צבי זאל רוען, מען שמייכלט פון די וואס ווערן אפגעקויפט דורך אנאנסן.

זעט אויס נישט יעדער איז עמפינדלעך, אבער איך האב געשפריט זלזול אין די ווערטער אויף ר' ישעי'לע:

"דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט אנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן."

איך האב גארנישט מיט אנאנסן, כ'בין דארט נישט געווען, און כ'האב אויך גארנישט קעגן גיין, און למעשה ווייס מיר ביידע נישט וואס פאר א איד ער איז געווען, קען זיין ס'וועט אפיר קומען, ווער זיין ברודער איז געווען ווייס מיר, קודם לאך נישט, ווילסט נישט גיי נישט.

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » זונטאג אפריל 29, 2018 11:40 pm

נאך שווערע ארבעט פון עסקנים
האט זיך ב"ה די "קערעסטיר חדר און מאנסי"
צוריק געפענט
לשמחת לב ההורים שיחי'

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מאנטאג אפריל 30, 2018 5:25 pm

מיללער האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.

כ'פארשטיי נישט די ליצנות.
מ'רעדט פון קדושי עליון, מאכט מען נישט אזעלכע וויצן אנטשולדיגט.
אפילו ס'איז נישט קיין חלום, וואלט איך געגאנגען צו א ברודער פון יעדען קדוש.

רבי יודעלע קערעסטירער איז געווען א קדוש עליון?

איר גייט צו א ברודער פון יעדן קדוש? דער טאלנער רבי פון בית.וגן האט א ברודער ליגן דא, בחייוו איז ער געווען באקאנט אלס 'ניק טאלנער' מאכט א מנין מיט טועמיה ביום היארצייט, פארגעסט נישט מיטצוברענגען א תהלימ'ל.

דער חפץ חיימ'ס רביצין ליגט אין מט. יהודה און זיין זון הבחור אהרן ע"ה, זעה צו גיין.

דער טאטע פון שימלויער רב ליגט נעבן בארא פארק, מאך א תעמולה ברענג מיט ראפאגאש קאקאש קעיק און שליוואויץ.

דעם עצי חיימ'ס טאכטער און איידעם ליגן אין סיגוטער חלקה אין ניו זשערסי, פאר אריבער מאך שאטערס און באסעס מיט סיינס, מ'רעדט דא פון א טאכטער פון א קדוש ישראל וגאונו.

און די ליסטע גייט אן

איי רבי יודעלע, רבי יודעלע, יו מאמעש טשעינזשד מיי מיינד.

דא האבן מיר געפינען viewtopic.php?t=4478
2009 ווי מיללער שרייבט שוין אז מגייט קיין סטעטן איילענד
פאר יד אלע וואס פרעגן קושית ווער סהאט דאס פאפלור געמאכט
האבן יעצט דא די תירוץ.
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5953
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אפריל 30, 2018 10:21 pm

שטייט נישט דארט אז מ'גייט גיין, נאר אז ביי קערעסטירער חסידים איז מען געגאנגען אהין. האטעס שוין יא א מקור..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], dovidal, Google [Bot], Jeff, א חסיד, אזוי וויל איך, בילדער, נו שוין, פייווישעל און 54 געסט