קערעסטיר ג' אייר תשע"ח - נייעס און בולעטין

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:06 pm

אויף קאלע-וואסער האבן זיי אפיר געזוכט אן אייניקל פון דעם ר' יהודה צבי אחיו של הצדיק מקערעסטיר, [ער הייסט קאהן און וואוינט אין לעיקוואד], ער דערציילט דארט אויכעט, אז די שוויגער פון הרה"ח ר' יאסל ראזנבערג מייסד שעטנז לאבראטאריע איז געווען אן אייניקל פון אן אנדערן ברודער פון ר' ישעי'לע זצ"ל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:11 pm

יהיה כן האט געשריבן:אויף קאלע-וואסער האבן זיי אפיר געזוכט אן אייניקל פון דעם ר' יהודה צבי אחיו של הצדיק מקערעסטיר, [ער הייסט קאהן און וואוינט אין לעיקוואד], ער דערציילט דארט אויכעט, אז די שוויגער פון הרה"ח ר' יאסל ראזנבערג מייסד שעטנז לאבראטאריע איז געווען אן אייניקל פון אן אנדערן ברודער פון ר' ישעי'לע זצ"ל

אויך פארציילט עמיצער א פרישע מעשה (געבאקן נאך פסח? ווער ווייסט) אז דער ענין פון ר' ישעי'לס בילד אלס סגולה קעגן מייז שטאמט דורך דעם וואס דער ברודער ר' יודא צבי פלעגט שיקן קוויטלעך פון אידן צו ר' ישעי'לע, און ווען ס'איז אמאל געווען א בקשה פון מייז-אויסראטונג, האט ר' ישעי'לע געשיקט א קמיע אויפצוהענגען, און ס'האט געווירקט. שפעטער האט א שכן אויך געליטן פון מייז, האט ער געטראכט אז א בילד האט דעם זעלבן כח, און אויפגעהאנגען א בילד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:12 pm

לא לנו האט געשריבן:

פאר דו שרייבסט געבאקן פריש, קוק דזשע זיי מוחל אין ספר מופת הדור, אלעס ארום דעם בילד והסגולה

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:20 pm

די מעשה מיטן קמיע מיטן די מייז האבן מיר געהערט ערשטע האנט פון א יליד קערעסטיר.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:28 pm

יהיה כן האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אויף קאלע-וואסער האבן זיי אפיר געזוכט אן אייניקל פון דעם ר' יהודה צבי אחיו של הצדיק מקערעסטיר, [ער הייסט קאהן און וואוינט אין לעיקוואד], ער דערציילט דארט אויכעט, אז די שוויגער פון הרה"ח ר' יאסל ראזנבערג מייסד שעטנז לאבראטאריע איז געווען אן אייניקל פון אן אנדערן ברודער פון ר' ישעי'לע זצ"ל

אויך פארציילט עמיצער א פרישע מעשה (געבאקן נאך פסח? ווער ווייסט) אז דער ענין פון ר' ישעי'לס בילד אלס סגולה קעגן מייז שטאמט דורך דעם וואס דער ברודער ר' יודא צבי פלעגט שיקן קוויטלעך פון אידן צו ר' ישעי'לע, און ווען ס'איז אמאל געווען א בקשה פון מייז-אויסראטונג, האט ר' ישעי'לע געשיקט א קמיע אויפצוהענגען, און ס'האט געווירקט. שפעטער האט א שכן אויך געליטן פון מייז, האט ער געטראכט אז א בילד האט דעם זעלבן כח, און אויפגעהאנגען א בילד.

פאר דו שרייבסט געבאקן פריש, קוק דזשע זיי מוחל אין ספר מופת הדור, אלעס ארום דעם בילד והסגולה

דארט שטייט אז ס'שטאמט פון דעם שכן פון ר' יודא צבי אין אמעריקע?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:29 pm

כ'געדענק נישט, כ'געדענק דארט אפאר בלעטער א מדובר דערוועגן, סאו פאר דו שרייבסט קוק נאך דארט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:39 pm

לא לנו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אויף קאלע-וואסער האבן זיי אפיר געזוכט אן אייניקל פון דעם ר' יהודה צבי אחיו של הצדיק מקערעסטיר, [ער הייסט קאהן און וואוינט אין לעיקוואד], ער דערציילט דארט אויכעט, אז די שוויגער פון הרה"ח ר' יאסל ראזנבערג מייסד שעטנז לאבראטאריע איז געווען אן אייניקל פון אן אנדערן ברודער פון ר' ישעי'לע זצ"ל

אויך פארציילט עמיצער א פרישע מעשה (געבאקן נאך פסח? ווער ווייסט) אז דער ענין פון ר' ישעי'לס בילד אלס סגולה קעגן מייז שטאמט דורך דעם וואס דער ברודער ר' יודא צבי פלעגט שיקן קוויטלעך פון אידן צו ר' ישעי'לע, און ווען ס'איז אמאל געווען א בקשה פון מייז-אויסראטונג, האט ר' ישעי'לע געשיקט א קמיע אויפצוהענגען, און ס'האט געווירקט. שפעטער האט א שכן אויך געליטן פון מייז, האט ער געטראכט אז א בילד האט דעם זעלבן כח, און אויפגעהאנגען א בילד.

ביי אונז אינדערהיים האט מען געוויסט אז א הויז ווי ס'דא בילד פון ר' ישעי'לע אין קיך, עסט מען נישט דארט...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 6:42 pm

כ'מיין סי'ז לעצטנס אפראווד געווארן ביי די בילדונג דעפארטמענט עס צו הענגען אויף קאנסטראקשען סייד'ס.....

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 7:20 pm

יהיה כן האט געשריבן:כ'געדענק נישט, כ'געדענק דארט אפאר בלעטער א מדובר דערוועגן, סאו פאר דו שרייבסט קוק נאך דארט

ווייל טאמער ס'שטייט דארט איז עס געבאקן פאר פסח.
ר' בנימין זאב שפיצער ע"ה (בן בית ביי ר' ישעי'לע) פלעגט עס אוועקמאכן. ער פלעגט זאגן אז אין אונגארן האט מען דאס גערופן א "באבע מעשה", עס האט קיין שום מקור נישט. נאר וואס דען? די אמת'ע מעשה מיט די מייז איז אזוי: עס איז געווען א גרויסער בעקער אין טאקאי, נישט ווייט פון קערעסטיר וואס האט געליטן פון מייז אין זיין בעקעריי. רבי ישעי'לע איז דאן אריבערגעפארן קיין טאקאי, און האט דארט צוזאמענגעזעצט א "בית דין" וואו ס'איז באשלאסן געווארן, אז אויב דער איד וועט אנהויבן געבן מעשר פון די מעהל וועלן נעלם ווערן אלע מייז. איבריג צו זאגן אז זינט דאן האט זיך דארט קיין מייזל נישט באוויזן.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 7:20 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:אויף קאלע-וואסער האבן זיי אפיר געזוכט אן אייניקל פון דעם ר' יהודה צבי אחיו של הצדיק מקערעסטיר, [ער הייסט קאהן און וואוינט אין לעיקוואד], ער דערציילט דארט אויכעט, אז די שוויגער פון הרה"ח ר' יאסל ראזנבערג מייסד שעטנז לאבראטאריע איז געווען אן אייניקל פון אן אנדערן ברודער פון ר' ישעי'לע זצ"ל

אויך פארציילט עמיצער א פרישע מעשה (געבאקן נאך פסח? ווער ווייסט) אז דער ענין פון ר' ישעי'לס בילד אלס סגולה קעגן מייז שטאמט דורך דעם וואס דער ברודער ר' יודא צבי פלעגט שיקן קוויטלעך פון אידן צו ר' ישעי'לע, און ווען ס'איז אמאל געווען א בקשה פון מייז-אויסראטונג, האט ר' ישעי'לע געשיקט א קמיע אויפצוהענגען, און ס'האט געווירקט. שפעטער האט א שכן אויך געליטן פון מייז, האט ער געטראכט אז א בילד האט דעם זעלבן כח, און אויפגעהאנגען א בילד.

ביי אונז אינדערהיים האט מען געוויסט אז א הויז ווי ס'דא בילד פון ר' ישעי'לע אין קיך, עסט מען נישט דארט...

מעשה שהיה ביי מיר. איך האב געדינגען א באנגלאו און אנקומענדיג ערב האט מען אנטדעקט מייז דראפס און א בילד פון ר' ישעי'לע אין קיך. Needless to say, ווער האט אונז באזוכט דארטען.

blue moon
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 7:37 pm

יהיה כן האט געשריבן:כ'מיין סי'ז לעצטנס אפראווד געווארן ביי די בילדונג דעפארטמענט עס צו הענגען אויף קאנסטראקשען סייד'ס.....

אני הקטן האב פערעזנליך געהערט פון איינע פון די גרויסע קאנטראקטארס אין וויליאמסבורגת אז ער האט אויפגעהאנגען די בילד פונעם צדיק, אין זיך געוויצעלט פאר אלע ארומיגע אז דאס איז זיין עקסטערמינעטער.
דער איד פארציילט אז די קלעפ האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, ער האט אנגעהויבען צו ליידן אומגעהויערע שאדענס פון מייז, ראטן, אינספעקטארס, אאז"וו. ביז ער האט זיך געכאפט אז ער האט זיך פארטשעפעט מיט פייער. ער האט דעם בילד ארונטער גענומען, איבער געבעטען דעם צדיק אויף פארשידענע אופנים, דאן האט ער געהאט א ישועה.

איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די אוטניסיטי פון די סגולה. אבער חכמים הזהרו.
עס לוינט נישט פאר א קליין תגובה'לע זיך צו פארטשעפענען.

אינעם מופת הדור איז דא א לאנגס אין א ברייטס איבער דעם ענין.
די אונטערשטע שורה איז אז ביי אלע חסידישע מקומות האט מען געהאלטן אז א בילד פון א צדיק איז טרייף. וכן אנו נוהגין.

joegreen
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » פרייטאג אפריל 20, 2018 11:09 am

הרב החסיד ר' אלי' קרויס שליט"א שורף הפרשת חלה בעיר קערעסטיר מהלחמים שאפה בבית "רבי ישעי'לעס גאסט הויז".
צוגעלייגטע
4312a8c6-5ebd-416a-b65e-7a3b904d7a67.jpg
4312a8c6-5ebd-416a-b65e-7a3b904d7a67.jpg (329.47 KiB) געזעהן 1281 מאל

joegreen
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » פרייטאג אפריל 20, 2018 11:13 am

.
צוגעלייגטע
b656ab09-f59e-458d-a9c9-d388cbd6d8b9.jpg
b656ab09-f59e-458d-a9c9-d388cbd6d8b9.jpg (92.13 KiB) געזעהן 1274 מאל
af7817ab-f3ad-43cc-8478-7cdb90fe4503.jpg
af7817ab-f3ad-43cc-8478-7cdb90fe4503.jpg (91.91 KiB) געזעהן 1274 מאל
06aee2fe-2ec4-416b-973a-3533fb9486b2.jpg
06aee2fe-2ec4-416b-973a-3533fb9486b2.jpg (117.96 KiB) געזעהן 1274 מאל

joegreen
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 25, 2012 12:01 pm

תגובהדורך joegreen » פרייטאג אפריל 20, 2018 11:15 am

.
צוגעלייגטע
33e84077-2aa0-4aeb-aae5-a61c020e4cc2.jpg
33e84077-2aa0-4aeb-aae5-a61c020e4cc2.jpg (310.97 KiB) געזעהן 1265 מאל
8eabd2d6-b059-445e-8f70-10b9e50dc6f8.jpg
8eabd2d6-b059-445e-8f70-10b9e50dc6f8.jpg (364.52 KiB) געזעהן 1265 מאל

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » פרייטאג אפריל 20, 2018 11:22 am

איז אלץ געווען א אוהל אויפען ציון ?

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:58 pm

blue moon האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כ'מיין סי'ז לעצטנס אפראווד געווארן ביי די בילדונג דעפארטמענט עס צו הענגען אויף קאנסטראקשען סייד'ס.....

אני הקטן האב פערעזנליך געהערט פון איינע פון די גרויסע קאנטראקטארס אין וויליאמסבורגת אז ער האט אויפגעהאנגען די בילד פונעם צדיק, אין זיך געוויצעלט פאר אלע ארומיגע אז דאס איז זיין עקסטערמינעטער.
דער איד פארציילט אז די קלעפ האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, ער האט אנגעהויבען צו ליידן אומגעהויערע שאדענס פון מייז, ראטן, אינספעקטארס, אאז"וו. ביז ער האט זיך געכאפט אז ער האט זיך פארטשעפעט מיט פייער. ער האט דעם בילד ארונטער גענומען, איבער געבעטען דעם צדיק אויף פארשידענע אופנים, דאן האט ער געהאט א ישועה.

איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די אוטניסיטי פון די סגולה. אבער חכמים הזהרו.
עס לוינט נישט פאר א קליין תגובה'לע זיך צו פארטשעפענען.

אינעם מופת הדור איז דא א לאנגס אין א ברייטס איבער דעם ענין.
די אונטערשטע שורה איז אז ביי אלע חסידישע מקומות האט מען געהאלטן אז א בילד פון א צדיק איז טרייף. וכן אנו נוהגין.

איך אליין האב פאריאר געהערט אין קערעסטיר פון א ב"פ איד א קאנטראקטער וואס האט מיט די בילד זיך ממש ארויסגעדרייעט פון שווערע אינספעקשאנס. (די אינספעקטער האט צוויי מאל פארפעלט זיין קאנסטראקשאן בילידנג און געלייגט א צעטל אויף א דערנעבנדיגע בילדינג אז אלעס איז אין ארדענונג!)

אור
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:45 pm

בני יששכר האט געשריבן:קאמפיין פאר קרעסטיר חדר
שמעתי, אז די חדר האט זיך היינט פארמאכט אזוי פון 1 מינוט אויפן צווייטן..

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:23 pm

לייפציק האט געשריבן:יעדער האט געוויסט, מ'האט נאר נישט געמאכט קיין טראסק אהין, געווען באשערט ווען דאס זאל זיך אנהייבן, אבער איך ווייס נישט אויב ס'יז געווען א איד וואס האט נישט געוויסט, נערישקייטן.

טרייבסט איבער. אונגארישע אידן האבן געוויסט פון אים. אבער פוילישע, רוסישע, ליטווישע האבן עפ"י רוב נישט געהאט קיין אנונג.
כנלענ"ד.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:28 pm

זאל זיין.

ווער האט געוואוסט פון זיין ברודער?
און ווער האט 'געוואוסט' אז ער פלעגט שאפן געלט פאר ר' ישעי'לע?
Innocent until proven Republican

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 1:09 am

דריידל האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:יעדער האט געוויסט, מ'האט נאר נישט געמאכט קיין טראסק אהין, געווען באשערט ווען דאס זאל זיך אנהייבן, אבער איך ווייס נישט אויב ס'יז געווען א איד וואס האט נישט געוויסט, נערישקייטן.

טרייבסט איבער. אונגארישע אידן האבן געוויסט פון אים. אבער פוילישע, רוסישע, ליטווישע האבן עפ"י רוב נישט געהאט קיין אנונג.
כנלענ"ד.

פארשטייט זיך אז נישט "גאנץ פוילן" האט געוויסט פון אלע אונגארישע גדולים, און נישט גאנץ אונגארן האט געוויסט פון פולישע גדולים, אבער צאנז אין אנגארן, און ער איז זייער גרויס געווען דארט, און די גאצע מארמארשער געגנט האט זיכער געוויסט פון אים.

עס איז דא ערציילנוגען פון אידן פון איבעראל נישט דוקא אנגארן, מיין זיידע קומט פון טשעכסלאוואקיי, און האט געהערט אינדערהיים אן א שיעור מעשיות וואס ער האט נאכפארציילט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אפריל 27, 2018 2:07 am

דריידל האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:יעדער האט געוויסט, מ'האט נאר נישט געמאכט קיין טראסק אהין, געווען באשערט ווען דאס זאל זיך אנהייבן, אבער איך ווייס נישט אויב ס'יז געווען א איד וואס האט נישט געוויסט, נערישקייטן.

טרייבסט איבער. אונגארישע אידן האבן געוויסט פון אים. אבער פוילישע, רוסישע, ליטווישע האבן עפ"י רוב נישט געהאט קיין אנונג.
כנלענ"ד.

דוקא האב איך געהערט פון א קראקעווער איד הרה"ח ר' משה טארים ז"ל, אז אין קראקא האט מען נישט געהערט פון קיינעם פון די אונגארישע גדולים, א חוץ פון: נו פיר אויס, פון ר' ישעי'לע פון קערעסטיר.

AMAZON HELP
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 5:45 pm

תגובהדורך AMAZON HELP » פרייטאג אפריל 27, 2018 7:22 am

אור האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:קאמפיין פאר קרעסטיר חדר
שמעתי, אז די חדר האט זיך היינט פארמאכט אזוי פון 1 מינוט אויפן צווייטן..

יאפ א חצופה און אן עזות אפגעשנארט געלט פון כלל ישראל און פארמאכט נאך דעם

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 27, 2018 7:47 am

לייפציק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:יעדער האט געוויסט, מ'האט נאר נישט געמאכט קיין טראסק אהין, געווען באשערט ווען דאס זאל זיך אנהייבן, אבער איך ווייס נישט אויב ס'יז געווען א איד וואס האט נישט געוויסט, נערישקייטן.

טרייבסט איבער. אונגארישע אידן האבן געוויסט פון אים. אבער פוילישע, רוסישע, ליטווישע האבן עפ"י רוב נישט געהאט קיין אנונג.
כנלענ"ד.

פארשטייט זיך אז נישט "גאנץ פוילן" האט געוויסט פון אלע אונגארישע גדולים, און נישט גאנץ אונגארן האט געוויסט פון פולישע גדולים, אבער צאנז אין אנגארן, און ער איז זייער גרויס געווען דארט, און די גאצע מארמארשער געגנט האט זיכער געוויסט פון אים.

עס איז דא ערציילנוגען פון אידן פון איבעראל נישט דוקא אנגארן, מיין זיידע קומט פון טשעכסלאוואקיי, און האט געהערט אינדערהיים אן א שיעור מעשיות וואס ער האט נאכפארציילט.

טשעככעסלאוואקיי איז געווען א חלק פון עסטרייך-אונגארן ביז די ערשטע וועלט מלחמה און ס'איז געווען זייער ענדליך צו אונגארישע קאלטור, בכלל נישט ווי פוילן אדער רוסלאנד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 27, 2018 1:11 pm

דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.
צוגעלייגטע
IMG-20180426-WA0067.jpg
IMG-20180426-WA0067.jpg (106.46 KiB) געזעהן 1292 מאל

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג אפריל 27, 2018 3:04 pm

מיללער האט געשריבן:דער רבי רבי יודעלע קערעסטירער פון סטעטן איילאנד, האט מבטיח געווען אז ער וועט העלפן די אלע וואס קומען צו זיין ציון, און אויב משום איזה סיבה שיהי' קענט איר נישט קאנקומען, האט ער א ברודער מנו"כ בעיר באדראג-קערעסטיר מ'קען דארט אויך געהאלפן ווערן.

כ'פארשטיי נישט די ליצנות.
מ'רעדט פון קדושי עליון, מאכט מען נישט אזעלכע וויצן אנטשולדיגט.
אפילו ס'איז נישט קיין חלום, וואלט איך געגאנגען צו א ברודער פון יעדען קדוש.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], א גוטן, לאנדאן שטופער און 32 געסט