ביר - חמץ שעבר עליו הפסח

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:30 pm

גוט געזאגט און איך האב פארגעסן דאס צו שרייבן פאר מיללער פארוואס עס הייסט זאמד ווען ער שרייבט אז ער פארלאזט זיך אויף ר משה און עס איז גוט אפילו לויט די וואס גייען בשיטת הדברי יואל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:02 pm

Think and Thank האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:הרב מיללער, זייער גוט און צום פינטל.
אבער לדעתי איז די אריכות און מהומה איז געווארן אויף דעם נוסח פון די התאחדות בריוו "צוליב די פרישע אויפדעקונג" ... זענען מיר מודיע ...", אן צו דערמאנען אז עס איז געווען א מכירה און אונזערע פוסקים האלטן לחומרא אדער אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, [ליתר ביאור: די התאחדות צעטל צייגט נישט אן אלס ענטפער אויף א מכירה אז עס איז נישט אויסגעהאלטן וכדומה, נאר ענדערש אלס א פרישע שרעקליכע כשרות סקאנדאל, און למעשה זעט מען דערנאך אז עס איז נישט אזוי, נאר אן אלטע פראבלעם כתמול שלשום, און היי יאר איז בלויז נתחדש געווארן די 'אוי קעי' מכירה, ועל זה יצא הקצף].
למעשה אזוי ווי איר לייגט עס אראפ איז דא א מחלוקת הפוסקים [השגחות] וואס גיבט אלע רעכטן פאר התאחדות צו שרייבן וואס זיי ווילן, און פאר יראים ושלמים צו מחמיר זיין כנהוג עד היום, און יעדער מיט זיין רב זאל זיך פיהרן על מקומו בשלום.

בלייבט למעשה שווער אויב איז עס אן הלכה'דיגן פראבלעם פארוואס איז די תאריך ביז שבועות?

איך ווייס נישט וואס איר דרייט א קאפ. די התאחדות בריוו שרייבט קלאר אז זיי זענען הערשט היי יאר געוואויר געווארן אז דער דיסטריביוטער איז א איד וואס איז ליידער נישט קיין שומתומ"צ, און דעריבער זאל מען נישט קויפן. זיי צייכענען אויך צו די דריי פוסקים וואס שרייבן אז אויף אזא פאל (פון א איד וואס היט נישט פסח) העלפט נישט קיין מכירה אין קיין פאל.

די או קעי איז ארויסגעקומען מיט א בריוו צו שרייבן אז זיי האבן געמאכט א מכירה לויט ר' משה וואס איז יא אויסגעהאלטן לויט די דריי פוסקים - וואס איז א סתירה מיניה וביה, אויסער וואס עס איז נישט מעגליך לויט התאחדות, און ווי רמ"מ ווייסמאנדל (וואס איז געווען אינוואלווד אין די או קעי מכירה) איז מסביר איז עס נישט ריכטיג.


איך ווייס נישט פון וועלכע קאפ און וועלכע זייט איר זענט געדרייט.
ליינטס איבער מיין שפעטערע תגובה, איך האב בסך הכל מסביר געווען די אכט זייטן, ביז רמ"מ ווייסמאנדל'ס בריוו און הרב מיללער איז אנגעקומען מיט אן אויסקלארינג.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:05 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שאלת תם,
האט התאחדות געוואוסט ביז היי-יאר אז די ביר באלאנגט פאר א איד שאינו שומתומ"צ און ער פארקויפט נישט די חמץ?

איך זעה נישט קיין שום פראבלעם מיט די בריוו פון הגר"ה וו"ב מסערדעהעל, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ווערן אזוי עמאציאנעל צוגעשמידט צו אן אישו, בסף הכל האט ער געזאגט אז ער איז געוואור געווארן פון די פראבלעם אז די ביר באלאנגט פאר א איד, און לפי דעתו דעת תורה איז באופן כזה נישט אויסגעהאלטן קיין מכירת חמץ (ודלא כשיטת מרן האיגר"מ זצ"ל) דערפאר איז ער מייעץ לכל הסרים למשמעתו נישט צו קויפן קיין ביר ביז שבועות. מה כל הרעש עליו?

קומט הגרד"י ליווי, באמת גאר א חשוב'ער איד (ביודעי ומכירי קאמינא) און א מומחה גדול בתחום הכשרות, א ירא שמים מרבים, און לפי בינת שכלו ודעתו דעת תורה, ע"י שלוחו הרב וויינפעלד, ובהתייעצות מיט אנדערע גדולי רבנים המכשירים ווי הגר"א עקשטיין און הגרמ"מ ווייסמאנדל שליט"א, האבן זיי יא געהאלטן אז מוטב צו מאכן אזא שטר מכירת חמץ ווי לאזן די חמץ שעבר עליו הפסח לכל הדיעות פון וואס מער מענטשן וועלן לכאורה נכשל ווערן. מה כל הרעש עליהם?

יעצט קומט אריין דער 'והבוחר יבחר' א יעדער איד מאכט זיך זיינע גדרים וסייגים, איינער ווען ער זעהט אז הגר"ה וו"ב זאגט אז די מכירה איז מפוקפק, על אף וואס אנדערע רבנים זענען מיקל, וועט ער ענדערש נעמען די חומרא להינצל מחשש חמץ שעבר עליו הפסח (וואס אגב איז להלכה נאר אן איסור דרבנן, נישט קיין איסור כרת חלילה) אפי' אויב עס איז נאר א חומרא לויט געוויסע רבנים, און אן אנדערער זאגט איך פארלאז מיך אויף די רבנים המתירים וזהו זה.

בעצם, דערמאנט מיך די דעבאטע פון די מחלוקת איבער די עירובין אין ברוקלין, צד א' שרייעט אז עס איז חילול שבת און א פירצה פון פורקי עול, און צד ב' שרייט אז עס איז היתר גמור, און משוגע (לדעתי) איז דער וואס נעמט די מחלוקת צום הארצן, הבוחר יבחר און לאז אנדערע לעבן.

הרב מילער איהר זאגט זייער שטארק.
נאר איין זאך: אויב זאכן וואלטן לכתחלה געווען אזוי קלאר ווי איהר לייגט עס אראפ, וואלט ווארשיינליך געווען אן אנדערע מעשה. אבער ס'דאך נישט אזוי געווען, בסך הכל האט "התאחדות הרבנים" ארויסגעלייגט אן איסור אויף ביר (אגב קיינמאל געוויסט אז התאחדות מיינט ר' הלל וויינבערגער ותו לא), און שפעטער דערוויסט מען זיך אז ס'גאר נישט אזוי פשוט, נאר יש דעות לכאן ולכאן. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען געמאכט אן ערנסטע אסיפה און דן געווען, קיינמאל געווען אזא זאך אז א מורה הוראה פסק'נט ווייל "מהאט אזוי אנגענומען", פאר מ'גיט ארויס אן איסור אויף א מאכל אדער משתה פאר א גאנצע שטאט פאדערט זיך עפעס מעהר ערנסט כמובן.
נישט דער עצם זאך ברענגט די היציגקייט, נאר די צוגאנג, והיינו טעם דעירובין, והיינו טעם ד... והיינו טעם ד..... און אזוי אויף יעדע זאך וואס ס'ווערט א שטיקל מהומה איז געווענטליך צוליב דעם.
ווען ס'איז דא אן אנדערע צוגאנג ברענגט עס אנדערע רעזולטאטן.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייער מיינונג אויפ'ן צאנזער רב'ס איסור אויף מאשין מצות.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:21 pm

יאך וויל וויסען ביי וועם ער פלעגט ביז איצט פארקויפן די חמץ, אפשר ברויך יענער ווייטער זיין געלט (איך זאג נישט ח"ו אז התאחדות פלעגט עס פארקויפן, און איך ווייס נישט אויב התאחדות פארקויפט חמץ אין דזשענעראל, דאס איז מער א רבנישע פונקציע) און יענער האט אונטערגעצינדען עטליכע רבנים. אין איינע פון די נייעס געשרייבעכצער ווערט געברענגט אז ער האט א רעליגיעזען זון אין קרוין הייטס, און איך גלייב נישט אז דער זוהן האט אים ביז איצטערט צוגעלאזט מיט אומפארקויפטע חמץ, כאטש אויף זיין דרגה
בוי זיך זעלבסט

dinrap
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:25 pm

[/quote]
וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייער מיינונג אויפ'ן צאנזער רב'ס איסור אויף מאשין מצות.[/quote]

אוי ווי גוט איר פרעגט, און מן הסתם בעסער ווען איר הערט נישט זיין מיינונג אויף דעם.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:36 pm

Think and Thank האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:שאלת תם,
האט התאחדות געוואוסט ביז היי-יאר אז די ביר באלאנגט פאר א איד שאינו שומתומ"צ און ער פארקויפט נישט די חמץ?

איך זעה נישט קיין שום פראבלעם מיט די בריוו פון הגר"ה וו"ב מסערדעהעל, איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן ווערן אזוי עמאציאנעל צוגעשמידט צו אן אישו, בסף הכל האט ער געזאגט אז ער איז געוואור געווארן פון די פראבלעם אז די ביר באלאנגט פאר א איד, און לפי דעתו דעת תורה איז באופן כזה נישט אויסגעהאלטן קיין מכירת חמץ (ודלא כשיטת מרן האיגר"מ זצ"ל) דערפאר איז ער מייעץ לכל הסרים למשמעתו נישט צו קויפן קיין ביר ביז שבועות. מה כל הרעש עליו?

קומט הגרד"י ליווי, באמת גאר א חשוב'ער איד (ביודעי ומכירי קאמינא) און א מומחה גדול בתחום הכשרות, א ירא שמים מרבים, און לפי בינת שכלו ודעתו דעת תורה, ע"י שלוחו הרב וויינפעלד, ובהתייעצות מיט אנדערע גדולי רבנים המכשירים ווי הגר"א עקשטיין און הגרמ"מ ווייסמאנדל שליט"א, האבן זיי יא געהאלטן אז מוטב צו מאכן אזא שטר מכירת חמץ ווי לאזן די חמץ שעבר עליו הפסח לכל הדיעות פון וואס מער מענטשן וועלן לכאורה נכשל ווערן. מה כל הרעש עליהם?

יעצט קומט אריין דער 'והבוחר יבחר' א יעדער איד מאכט זיך זיינע גדרים וסייגים, איינער ווען ער זעהט אז הגר"ה וו"ב זאגט אז די מכירה איז מפוקפק, על אף וואס אנדערע רבנים זענען מיקל, וועט ער ענדערש נעמען די חומרא להינצל מחשש חמץ שעבר עליו הפסח (וואס אגב איז להלכה נאר אן איסור דרבנן, נישט קיין איסור כרת חלילה) אפי' אויב עס איז נאר א חומרא לויט געוויסע רבנים, און אן אנדערער זאגט איך פארלאז מיך אויף די רבנים המתירים וזהו זה.

בעצם, דערמאנט מיך די דעבאטע פון די מחלוקת איבער די עירובין אין ברוקלין, צד א' שרייעט אז עס איז חילול שבת און א פירצה פון פורקי עול, און צד ב' שרייט אז עס איז היתר גמור, און משוגע (לדעתי) איז דער וואס נעמט די מחלוקת צום הארצן, הבוחר יבחר און לאז אנדערע לעבן.

הרב מילער איהר זאגט זייער שטארק.
נאר איין זאך: אויב זאכן וואלטן לכתחלה געווען אזוי קלאר ווי איהר לייגט עס אראפ, וואלט ווארשיינליך געווען אן אנדערע מעשה. אבער ס'דאך נישט אזוי געווען, בסך הכל האט "התאחדות הרבנים" ארויסגעלייגט אן איסור אויף ביר (אגב קיינמאל געוויסט אז התאחדות מיינט ר' הלל וויינבערגער ותו לא), און שפעטער דערוויסט מען זיך אז ס'גאר נישט אזוי פשוט, נאר יש דעות לכאן ולכאן. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען געמאכט אן ערנסטע אסיפה און דן געווען, קיינמאל געווען אזא זאך אז א מורה הוראה פסק'נט ווייל "מהאט אזוי אנגענומען", פאר מ'גיט ארויס אן איסור אויף א מאכל אדער משתה פאר א גאנצע שטאט פאדערט זיך עפעס מעהר ערנסט כמובן.
נישט דער עצם זאך ברענגט די היציגקייט, נאר די צוגאנג, והיינו טעם דעירובין, והיינו טעם ד... והיינו טעם ד..... און אזוי אויף יעדע זאך וואס ס'ווערט א שטיקל מהומה איז געווענטליך צוליב דעם.
ווען ס'איז דא אן אנדערע צוגאנג ברענגט עס אנדערע רעזולטאטן.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אייער מיינונג אויפ'ן צאנזער רב'ס איסור אויף מאשין מצות.


איהר שטעלט צו ר' הלל וויינבערגער צום הייליגען צאנזער רב?
סתם אזוי איז נישט קיין מצוה אין די תורה צו זיין 'רבוע' אויסער ביי תפלין די מזבח און די חושן, וד"ל.
און ס'איז בכלל א שאד די צייט און מיה זיך צו טענ'ען ווי קליינע קינדער מיט מענטשן וואס קענען בכלל נישט הערן קיין מיינונג אנדערש ווי זיי טראכטן.
ובזה יצאתי ידי חובתי, הצלחה מרובה.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג אפריל 10, 2018 11:38 pm

שארף געענטפערט, כנהוג ווען מען האט נישט קיין זאכליכע תשובה.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:45 am

Think and Thank האט געשריבן:שארף געענטפערט, כנהוג ווען מען דרייט סתם א קאפ מען האט נישט קיין זאכליכע תשובה.

איך מיין דער עולם דא איז טאקע אומוויסענד? סענסעטיוו צו מיינונגען פון גדולי ישראל וואס האלטן אנדערשט ווי מען האט זיי געלערנט? מאשין מצות, עירוב, קטניות, מכירת חמץ, מחיצות, וכו' וכו' איז איין גרויסע קוגל??? אפשר קען מען אריינלייגן שוין אין דעם אשכול די מחלוקה פון ר' שמשון רפאל הירש און ר' יצחק אלחנן מיט רוב גדולי ישראל איבער שטודירן אויך דא?
ועל כגון דא כבר אמרו אם אין דעת הבדלה מנין
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:54 am

צו וואס כאפט איר אזוי שטארק אן מיין תגובה? איך גיב עס אייך גערן.
Innocent until proven Republican

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:27 am

קיסריה האט געשריבן:ווער שרייט היינט (אדער אמאל) אויף די אידן וועלכע טוען א מלאכה ווען רוב שטאט האלט שבת - איידער שיטת רבינו תם?

האט איינער אמאל נאכגעשריגן די וועלכע רייכערן, ווען ביי 99 פראצענט שטאט איז שבת קודש?

מה יפית׳ניקעס האבן טאקע געזיגט?

וואס איז דער דמיון פון א מלאכה פאר רבינו תם זמן וואס איז א אלטע מחלוקת און די וואס טוען פארלאזן זיך אויף זייערע רביס מדורות הקודמים.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:53 am

מיללער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
ווען הרה"ג דומ"ץ קרית יואל האלט ווען אז מען טאר נישט מאכן א עירוב אין קר"י אין איינער מאכט ווייל ער האלט אז מען מעג, צו נישט ער מאכט אבער ער באניצט זיך דערמיט נאכדעם וואס איינער מאכט
איז די זעלבע ווי ווען הרה"ג דומ"ץ קר"י לויט נישט עסן פרי בעקט חמץ שעבר עליו הפסח, אין איינער עסט ווייל זיין רב האלט אז מען מעג

איר מיינט צו זאגן וועגן א שאלה פון מרא דאתרא?

אהא, איך הער, מיט דעם זענט איר גערעכט, דאס איז טאקע אן ערנסטע שאלה


בלעטערנדיג אין די אלטע אשכולות זעה איך אז אמאל פלעגט מען אין אזא פאל שרייבן #טעגלאש אלערט, איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס מיינט טעגלאש אבער כך נהגו.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:46 am

אינעם התאחדות ביכל שטייט אויך אז זייער פסק איז אז די אלע בעקעלעך דארף מען טובל'ן אפילו עס שטייט אינו צריך טבילה. דאס איז א קלארע הוראה קעגן עטליכע גדולי בעלי מכשירים, פארוואס פון דעם מאכט מען נישט קיין עסק?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20309
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:03 am

מיילע די עלעקטרישע כלים, אבער בעקעלעך זענען סיי--ווי כהיום אין צוואנציג אכצן 90 פראצענט וואן טיים יוז + וואס עס איז אולמינום + דעת המתירים מכירה כזו = ?

אלענפאלס, קול ביע"ר אנוכי שומע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אפריל 11, 2018 11:01 am

צו געזונט האט געשריבן:יאך וויל וויסען ביי וועם ער פלעגט ביז איצט פארקויפן די חמץ, אפשר ברויך יענער ווייטער זיין געלט (איך זאג נישט ח"ו אז התאחדות פלעגט עס פארקויפן, און איך ווייס נישט אויב התאחדות פארקויפט חמץ אין דזשענעראל, דאס איז מער א רבנישע פונקציע) און יענער האט אונטערגעצינדען עטליכע רבנים. אין איינע פון די נייעס געשרייבעכצער ווערט געברענגט אז ער האט א רעליגיעזען זון אין קרוין הייטס, און איך גלייב נישט אז דער זוהן האט אים ביז איצטערט צוגעלאזט מיט אומפארקויפטע חמץ, כאטש אויף זיין דרגה


דא האט איר וואס הרב וויינפעלד שרייבט:

12.png
12.png (128.35 KiB) געזעהן 1209 מאל

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:51 pm

shalsheles האט געשריבן:האמיר שוין א מאמענט דעקל פאר די וואך...
צוגעלייגטע
891fc0a2-8aa4-495a-a50d-5b998ade96db.jpg
891fc0a2-8aa4-495a-a50d-5b998ade96db.jpg (88.75 KiB) געזעהן 1143 מאל

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:29 pm

תמצית וואס זאגט הרב עקשטיין און די ראש המשגיחים אין התאחדות ?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 3:11 am

maybeeynot האט געשריבן:טאקע פארדעם שרייען אלע רבנים המכשירים אז מטאר נשט טרינקען קיין בראנפן אן א השגחה

וועלכע רבנים שרייען אזוי?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 8:54 am

מאגרוב. ר' הלל וויינבערגער
בראנפאן קען האבן נאך חששות למשל מ'עידזשט עס אין אוק פעסער ס'קען האבן בליעות פון יין נסך. פלעיווארס.
אגב בראנפאן איז די איינציגסטע אינדסטרו וואס דארפן נישט ארויס שרייבן די אינגרידענס אופן פראדאקוט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 9:10 am

maybeeynot האט געשריבן:מאגרוב. ר' הלל וויינבערגער
בראנפאן קען האבן נאך חששות למשל מ'עידזשט עס אין אוק פעסער ס'קען האבן בליעות פון יין נסך. פלעיווארס.
אגב בראנפאן איז די איינציגסטע אינדסטרו וואס דארפן נישט ארויס שרייבן די אינגרידענס אופן פראדאקוט

וועגען דעם זע דער אשכול
viewtopic.php?f=5&t=27110

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:11 pm

דער גאנצער אשכול דארף ניטאמאל גיין אין גניזה, ווייל עס האט נישט קיין אות אחת שמות....
כ'מיין צו זאגן
קיינער האט ניטאמאל גענומען די מיה נאכצוקוקען די מראי מקומות, איינער האט דא בכלל געעפנט דעם ספר מהר"ם שיק, דברי יואל, אגרות משה??????
איינער קען מיר א טובה טוהן און מיר לינקן אדער אנווייזן וואו כ'קען הערן הרב אשר עקשטיין'ס דרשה, לאמיך הערן זיינע נימוקים, און נאכדעם העליך פראבירן אפצומאכן צו מען רעדט צו די זאך אדער נישט
נו, געגאנגען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:23 pm

הג"ר אשר ווייס שליט"א באציהט זיך די וואך אויף די שערוריה [נוטה להתיר]
http://www.torahbase.org/%d7%97%d7%9e%d ... %a2%d7%97/

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:29 pm

I don't see anything in the link re the Beer story, from his words re a diff story it seems he is actually machmir

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:34 pm

אין כל חדש האט געשריבן:I don't see anything in the link re the Beer story, from his words re a diff story it seems he is actually machmir

דא האסטו עס אין PDF, ער רעדט באריכות דערפון זעה צום סוף פונם שמועס
https://drive.google.com/open?id=0BxRYF ... 9WX0hfRVl3

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20309
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:51 pm

ווייס איך נישט וואו איר זעהט א מילה אחת פון די היגע ביער נושא אדער אפילו ענליכס צו פרובירן אפלערנען א קולא.

-

כ'האב קיין אהנונג במי המדובר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 1:55 pm

ער רעדט פון די שאלה וואס איינער וואס האט פארקויפט דעם חמץ, און ווייטער געהאנדעלט דערמיט בתוך ימי הפסח כאילו לא היה
איז דאס נישט די זעלבע שאלה
ער ברענגט די זעלבע אגרות משה און מהר"ם שיק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”