געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » דינסטאג אפריל 03, 2018 1:17 am

איך ווייס נישט וואס די אישו מיט די מאפע איז, אין טרופ האמיר דאס געהעריג געלערנט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:06 am

מדי דברי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די אישו מיט די מאפע איז, אין טרופ האמיר דאס געהעריג געלערנט.


מ'האט געלערענט געאגראפיע אין טרופ ביי ענגליש?

נישט אין מיין קלאס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:17 am

צל עובר האט געשריבן:
מדי דברי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די אישו מיט די מאפע איז, אין טרופ האמיר דאס געהעריג געלערנט.


מ'האט געלערענט געאגראפיע אין טרופ ביי ענגליש?

נישט אין מיין קלאס.

איך האב נישט געשריבן געאגראפיע... טאקע ווייל ס'איז צו א ברייטער טערמין, און מ'קען לערנען און לערנען.
אבער אונזער גויאישער לערער האט פארגעלערנט דעם ריזן מאפע און אטלאס בטוב טעם ודעת, חוץ וואס מ'האט געלערנט און פארהערט די לענדער און זייערע הויפט שטעט, די אמעריקאנער שטאאטען און זייערע הויפט שטעט ועוד..

מאתים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:41 am

מדי דברי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די אישו מיט די מאפע איז, אין טרופ האמיר דאס געהעריג געלערנט.

די אישו איז נישט יא מאפע נישט מאפע, נאר אז מ'גיט זיי א פתח זיך אריינצומישן אין אונזער חינוך, און פון דארט קענען זיי גיין נאך ווייטער היל"ת, סיי מיט שטארק נאכקוקן צו מקומט נאך די פארלאנגען, דורך אינספעקטערס, פארהערן'ס, וכד', און סיי אז נעקסטע מאל קענען זיי צולייגן נאך און נאך לימודים היל"ת,.
'ומאתים לנוטרים את פריו'' פי' הרמב"ן שתה"מ יהיה בוודאי מאתים שנה לפני אלף הששי וע"ז אין צריך אפי' להתפלל רק על קודם זה.

כל טוב
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:47 am

ס'איז דא זאכן וואס מ'קען נישט שרייבן אים פאבליק, אבער דאס איז זיכער אז רוב גרויסע אדמו''רים אין אמעריקע און די עסקנים זענען שטארק אריין געטוהן אין דעם און האבן שלאפלאזע נעכט שוין א לענגערע תקופה.
די עסקנים זענען לעצטנס געווען עטליכע מאל אין אלבעני הבירה וועגן דעם נושא.
נ.ב. רוב פראבלעמען ווען ס'קומט צו די אויערן פון פאבליק טועהן שוין די עסקנים אין דעם לאנג בעפאר.
לעצט פאראכטן דורך כל טוב אום דינסטאג אפריל 03, 2018 3:28 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:26 am

פריער געהערט פון איינעם אז כ״ק מהר״א׳ס הויז בחור האט אים דערציילט ביים מצות באקן ערב יו״ט, אז נאך שחרית האט די רבי אים געהייסן ער זאל זעען אז א מנין אידן זאלן ארויפגיין צום ציון הק׳ צו מתפלל זיין.
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 3:00 pm

עס איז גאר ביטער אז דער גוי זאל מישן אין אונזער חינוך ביי סיי וואס! ערגער איז נאך ווען די רשעים און משכילים ימ"ש שטייען בראש פון די מערכה און זייער סיבה איז זייער קלאר ארויסגעשריבן און ארויסגעזאגט "א קינד זאל קענען זיך אויסמישן מיטן גוי להבדיל גרינגערהייט" דהיינו אז דער עולם זאל זיין נאנט מיטן גוי און קענען "גוט" זייער עקלהאפטיגע קולטור מיט זייערע מעשים מגונים כדי שיכיר העולם עפ"ל
זייער ציל איז קלאר אויסצורייסן די הבדלה בין ישראל לעמים און מאכן גרינג פאר שוואכע און פירות הנושרים צו ווערן גוים גמורים רח"ל

זיי מיינען נישט עדיוקעישן און מיינען נישט די טובה פון אונזערע קינדער צו קענען טאן ביזנעס!

ואשר על כן ברויך מען דא אפשלאגן די גזירה בכל בתוקף און מיט מסירות נפש ממש! אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן

דאס וואס מאנכע דא האלטן אז מען דארף טאקע לערנען מיט די קינדער נארמאל ענגליש און math איז א לעגעטימע דעבאטע וואס ברויך א ריכטיגע דעת תורה אפצושאצן פונקטליך וואס ווי און ווען אבער האט נישט קיין שייכות אהער ווייל כידוע לכל איז מרשעים יצא רשע, וכל טובתם אינו אלא רעה! געדענק די ציל און לאזט איבער די מיטל, יעצט איז א עת נסיון ושעת שמד און יעצט דארף מען לוחם זיין עד הסוף, נאכדעם וואס די רשעים וועלן האבן זייער מפלה קען מען אנהייבן דעבאטירן איבער די ענגליש נושא

כנלענ"ד
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אפריל 03, 2018 3:05 pm

מדי דברי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מדי דברי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס די אישו מיט די מאפע איז, אין טרופ האמיר דאס געהעריג געלערנט.


מ'האט געלערענט געאגראפיע אין טרופ ביי ענגליש?

נישט אין מיין קלאס.

איך האב נישט געשריבן געאגראפיע... טאקע ווייל ס'איז צו א ברייטער טערמין, און מ'קען לערנען און לערנען.
אבער אונזער גויאישער לערער האט פארגעלערנט דעם ריזן מאפע און אטלאס בטוב טעם ודעת, חוץ וואס מ'האט געלערנט און פארהערט די לענדער און זייערע הויפט שטעט, די אמעריקאנער שטאאטען און זייערע הויפט שטעט ועוד..


איך האב דאס אויך געמיינט, מיינע טיטשערס אין טרופ האבן דאס נישט געטון, עכ"פ איך געדענק נישט אזא זאך.
גראדע קען איך גוט געאגראפיע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 3:42 pm

משה כספי האט געשריבן:עס איז גאר ביטער אז דער גוי זאל מישן אין אונזער חינוך ביי סיי וואס! ערגער איז נאך ווען די רשעים און משכילים ימ"ש שטייען בראש פון די מערכה און זייער סיבה איז זייער קלאר ארויסגעשריבן און ארויסגעזאגט "א קינד זאל קענען זיך אויסמישן מיטן גוי להבדיל גרינגערהייט" דהיינו אז דער עולם זאל זיין נאנט מיטן גוי און קענען "גוט" זייער עקלהאפטיגע קולטור מיט זייערע מעשים מגונים כדי שיכיר העולם עפ"ל
זייער ציל איז קלאר אויסצורייסן די הבדלה בין ישראל לעמים און מאכן גרינג פאר שוואכע און פירות הנושרים צו ווערן גוים גמורים רח"ל

זיי מיינען נישט עדיוקעישן און מיינען נישט די טובה פון אונזערע קינדער צו קענען טאן ביזנעס!

ואשר על כן ברויך מען דא אפשלאגן די גזירה בכל בתוקף און מיט מסירות נפש ממש! אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן

דאס וואס מאנכע דא האלטן אז מען דארף טאקע לערנען מיט די קינדער נארמאל ענגליש און math איז א לעגעטימע דעבאטע וואס ברויך א ריכטיגע דעת תורה אפצושאצן פונקטליך וואס ווי און ווען אבער האט נישט קיין שייכות אהער ווייל כידוע לכל איז מרשעים יצא רשע, וכל טובתם אינו אלא רעה! געדענק די ציל און לאזט איבער די מיטל, יעצט איז א עת נסיון ושעת שמד און יעצט דארף מען לוחם זיין עד הסוף, נאכדעם וואס די רשעים וועלן האבן זייער מפלה קען מען אנהייבן דעבאטירן איבער די ענגליש נושא

כנלענ"ד


100% גערעכט.

דאס אז מ׳דארף לערנען ענגליש איז נישט קיין לכתחילה. אז מ׳דארף עס טוהן צוליב די געזעץ, און ווייל מ׳דארף עס האבן פאר פרנסה האבן אונזערע רבי׳ס שוין מתיר געווען. אבער צו וואס דארף מען קענען היסטארי? אז מ׳וועט ארויס האבן אלע קולטור׳ן איבער די וועלט וועט דאס מיט עפעס רייכער מאכן דיין בערזל? אפגערעדט פון זאכן וואס איז כפירה.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:02 pm

עס איז דא זאכן וואס מען וואלט געדארפט לערנען מער, בלי הממשלה, חשבון [דבר הנצרך גם ללימוד התורה], שרייבן אידיש אין לשון הקודש, אפילו יידישע היסטאריע לערנט מען נישט מיט אונזערע קינדער געהעריג - דאס אלעס איז נאך פאר ענגליש וכו'.

Growth hacker
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:14 pm

Learning English is very important, we don't need the government to remind us,

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:41 pm

געהערט פון א גאר חשוב'ע ייד א ת"ח און א מקובל אז אויב וועלן די ישיבות נישט לערנען תנ"ך וועט זיין א גזירה אז מען זאל לערנען לימודי חול, רח"ל.
חכם עדיף מנביא, איך ווייס נישט צו ער האט דאס געזאגט אלץ חכם צו אלץ נביא.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:45 pm

Growth hacker האט געשריבן:Learning English is very important, we don't need the government to remind us,

כ'ווייס נישט פון וועלכע מדינות איר שטאמט, פון וואנעט איך שטאם פון די מדינות פון די תלמידי החת"ס האט מען נישט אזוי געהאלטן.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:46 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:Learning English is very important, we don't need the government to remind us,

כ'ווייס נישט פון וועלכע מדינות איר שטאמט, פון וואנעט איך שטאם פון די מדינות פון די תלמידי החת"ס האט מען נישט אזוי געהאלטן.

פארגעס פון די מדינה פאר א מינוט, וואס האלט איר?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:49 pm

ווען ס'קומט צו חינוך פון די טייערסטע אין מיין לעבן גיי איך גארנישט פרובירן ניי, נאר פאלאוען די שלשלת התורה ביזן בארג סיני.

סאו מיין מיינונג איז אבסעלוט אירעלעוואנט
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג אפריל 03, 2018 4:59 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווען ס'קומט צו חינוך פון די טייערסטע אין מיין לעבן גיי איך גארנישט פרובירן ניי, נאר פאלאוען די שלשלת התורה ביזן בארג סיני.

סאו מיין מיינונג איז אבסעלוט אירעלעוואנט

ביסט גערעכט.
אבער גרויט-העקער האט געשריבן אז עס איז וויכטיג, איז די שאלה א פשוט'ע האלטסטו אז עס איז וויכטיג אדער נישט. באלד וועלן מיר הערן וואס די מדינות פון וואנעט איר שטאמט האבן געהאלטן אויף צו טוהן למעשה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 03, 2018 5:26 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:Learning English is very important, we don't need the government to remind us,

כ'ווייס נישט פון וועלכע מדינות איר שטאמט, פון וואנעט איך שטאם פון די מדינות פון די תלמידי החת"ס האט מען נישט אזוי געהאלטן.


אין סאטמאר האט מען דען נישט געלערנט קיין ענגליש? זעהט עפעס אויס אז דער רבי האט דאס נישט אנגעקוקט אזוי געפערליך דאס עצם לערנען א שעה צוויי ענגליש, הגם איך ווינדער מיך טאקע פארוואס.

די איצטיגע נושא איז דאס אז כופרים ווילן טוישן אינגאנצן אינזער חינוך אינטערן שלייער צו לערנען רוב שעות פון טאג לימודי חול, דאס דארף מען באקעמפן כמובן און דאס בשום אופן נישט צולאזן אז זיי זאלן האבן סיי וועלכע פיצעלע געווינס. אבער די עצם זאך פון לערנען ענגליש איז געווען אלע יארן אין סאטמאר.

אגב, אין חב"ד לערנט מען נישט קיין שום לימודי חול, מען לערנט נישט דארט קיין לימודי חול - ענגליש מיט די קינדער אינטער סיי וועלכע פארמאט. אינטערסאנט אז אין דעים הינזיכט זענען זיי פרומער ווי סאטמאר וואס מען לערנט יא ענגליש-לימודי חול מיט די קינדער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 5:39 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:עס איז דא זאכן וואס מען וואלט געדארפט לערנען מער, בלי הממשלה, חשבון [דבר הנצרך גם ללימוד התורה], שרייבן אידיש אין לשון הקודש, אפילו יידישע היסטאריע לערנט מען נישט מיט אונזערע קינדער געהעריג - דאס אלעס איז נאך פאר ענגליש וכו'.

נישטא קיין חיוב לימוד התורה אויף היסטאריע אחוץ תנ"ך, ווייטער חשבון לערענט מען די בעסיקס און טיפערס קען נישט דער גוי להבדיל אויך נישט... היינט איז אלעס ארום א קאלקולעטער און קאמפיוטער
לערנען שרייבן יודיש איז וויכטיג אבער איך האב דאס געלערנט אין חדר גוט (שיין שרייבן האט עס געהייסן) שרייבן לשה"ק ווייס איך נישט צו מען פלעגט לערנען זינט עס עס נישט אזוי נוצבאר און תלמידי חכמים וואס נוצן דאס לערנען זיך דאס אליינס

אויב וויל מען האבן טענות איז תנ"ך און משניות די זאך, דאס אז קינדער לערנען כמעט גארנישט אין חדר און האבן נישט קיין מינדערסטע ידיעה ווער עתניאל בן קנז אדער אבצן איז געווען און צו רחבעם און ירבעם איז די זעלבע מענטש, ווי אויך ווען מען לערנט גמרא און מען קומט אן צו א סוגיא וואס האט מיט זרעים ווייסט מען נישט צו אילנות זענען מחויב בפאה, דאס איז א ערענסטע פראבלעם! די היסטאריע (תנ"ך) און "סייענס" (אוכל ונשמר, לקיטתו כאחת) ווי אויך גיאגרפיע פון כיבוש דוד און גבולות ארץ ישראל דארף מען טאקע יא לערנען מיט די קינדער און זיי זאלן דאס קענען!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

Growth hacker
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 5:44 pm

אקעי רב מקוה יוד.
יודישקייט און אמעריקע האט אויפגעשטעלט סאטמאר רב זי"ע ואתו עמו, און זיי האבן אנדערש געהאלטען!

און במציאות אפילו און סאטמאר האט מען געלערענט צוויי שעה ענגליש יעדן טאג.(בשם ר יונה לאנדא שליטא)
(אגב און וויליאמסבורג איז געווען א רב א עכטע תלמיד חתם סופר, וואס און זיין ישיבה האט מען אויך געלערענט לימודי חול.)
אז עימעצער וויל האלטען אנדערש כל הכבוד, זייט מוחל עפענט אויף נייע מוסדות על טהרת המחודשת און זייט קובע וויאזוי איהר פארשטייט.

Growth hacker
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 5:55 pm

במציאות היינט און טייל מוסדות אפילו די שעה וואס מען לערענט ענגליש לערענט מען אויך נישט געהעריג.. אלס רעזולטאט די קינד האט חתונה און דארף ארויסגיין ברענגען פרנסה שטויסט ער זיך אן און שוועריקייטן.
גיין זיך לערנען "ביים גוי" איז נישט אויסגעהאלטן על פי חתם סופר. קלעטערן אויפן אינטערנעט קען זיך גרעניצן מיט אסורי תורה .
כהאב נישט קיין דעת תורה און מיין מיינונג איז בטול כנגד חכמי הדור
מי יתן אז מען זאל "מחזק" זיין די ישיבות וואס זענען מקיים די מאמר חז"ל לעולם ילמוד אדם את בנו אומנות און מען זאל ארויסהעלפן בחורים & יונגעלייט לערנען א פאך ווי איידער גיין שטודירן ביי די גוים.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 5:58 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווען ס'קומט צו חינוך פון די טייערסטע אין מיין לעבן גיי איך גארנישט פרובירן ניי, נאר פאלאוען די שלשלת התורה ביזן בארג סיני.

סאו מיין מיינונג איז אבסעלוט אירעלעוואנט

ביסט גערעכט.
אבער גרויט-העקער האט געשריבן אז עס איז וויכטיג, איז די שאלה א פשוט'ע האלטסטו אז עס איז וויכטיג אדער נישט. באלד וועלן מיר הערן וואס די מדינות פון וואנעט איר שטאמט האבן געהאלטן אויף צו טוהן למעשה.

די תירוץ אויף איז דאך אז ביי די זאכן איז טאטאל אירעלעווענט וואס "מען" האלט, אויף די זאכן שטייען "אם לא תדעו לך וכו' צאו לך בעקבי הצאן" וואס האבן די גדולי ישראל וואס אויף זיי פארלאזן מיר זיך באיסורי כריתות ומיתת בי"ד געהאלטן? וואס האט דער חת"ס/ייט"ל געהייסן טאן? וואס האבן אונזערע רבי'ס (יא, פון די מדינות וואס מיר שטאמען) איינגעפירט? ווען מען רעדט פון טהרת ישראל אדער סיי וואסערע אנדערע זאכן העסטו נישט הערן זאגן "איך האלט" אז ענדערש א בור ע"ג בור ווי א בור בצד בור וכד', ווייל "דו" ווייסט אז דיין מיינונג איז קיין מיינונג קעגן די תורה הק' אדער קעגן די גדולי הפוסקים! טא פארוואס ביי חינוך וואס איז די יסוד פונעם קומענדיגע דור כלל ישראל האסטו גאר פלוצלינג א "מיינונג"???

דאס איז די יסוד ושורש פון די משכילים געווען צו אנרירן דעם חינוך טאקע מיט זייערע "מיינונגען", דער חת"ס שרייבט (דאכצעך תורת משה פרשת בשלח) אז ווען יודן זענען ארויס פון מצרים זענען זיי געווען כתרנגולים המנקרים באשפה אָן מענטשהייט אדער א פאלקס "קולטור" און דער רבש"ע האט די ערשטע זאך געגעבן די תורה הק' בעפאר לערנען מענטשהייט, די תורה הק' איז ביי אונז דער וועג ווייזער און מענטשהייט לערנער און "מיינונגס זאגער"!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:03 pm

Growth hacker האט געשריבן:במציאות היינט און טייל מוסדות אפילו די שעה וואס מען לערענט ענגליש לערענט מען אויך נישט געהעריג.. אלס רעזולטאט די קינד האט חתונה און דארף ארויסגיין ברענגען פרנסה שטויסט ער זיך אן און שוועריקייטן.
גיין זיך לערנען "ביים גוי" איז נישט אויסגעהאלטן על פי חתם סופר. קלעטערן אויפן אינטערנעט קען זיך גרעניצן מיט אסורי תורה .
כהאב נישט קיין דעת תורה און מיין מיינונג איז בטול כנגד חכמי הדור
מי יתן אז מען זאל "מחזק" זיין די ישיבות וואס זענען מקיים די מאמר חז"ל לעולם ילמוד אדם את בנו אומנות און מען זאל ארויסהעלפן בחורים & יונגעלייט לערנען א פאך ווי איידער גיין שטודירן ביי די גוים.

אינטערעסאנט אז אונזערע רבי'ס האבן אויך געקענט די מאמר חז"ל און זיי האבן דאס נישט מקיים געווען אין חדר/ישיבה, מעגליך זיי האבן אנגענומען דעת ?(ליידער דענק איך נישט) "מניח אני כל אומניות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה" ? אדער האבן זיי געהאלטן אז דאס איז הערשט אחר שמילא כריסו בש"ס ופוסקים? אדער טאקע הערשט נאך די חתונה?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

Growth hacker
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:16 pm

וואס אונזערע רביס האבן איינגעפירט האב איך שוין גענטפערט ליין אויבן ^
מאן ימר איך רעד אז מען זאל לערנען לימודי חול אנשטאט תורה?
אוודאי די וואס זיצן און לערנען א גאנצע טאג אשרי להם אויף זיי שטייט די גאנצע וועלט.
איך רעד ח"ו נישט פון מבטל תורה זיין זעהט נאר אויס איהר זענט פון די בני עליה פון פריערדיגע דור, במציאות היינטיגע צייטן רוב קינדער /בחורים/יונגעלייט קען מען מסדר זיין אביסל צייט זיי אויסצולערנען כאטש די מינומים נישט אויף די חשבון פון די הייליגע תורה

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:18 pm

Growth hacker האט געשריבן:במציאות היינט און טייל מוסדות אפילו די שעה וואס מען לערענט ענגליש לערענט מען אויך נישט געהעריג.. אלס רעזולטאט די קינד האט חתונה און דארף ארויסגיין ברענגען פרנסה שטויסט ער זיך אן און שוועריקייטן.

עקסטער איז די הנחה נישט אינגאנצן ריכטיג, איך זעה עפעס ווי אונזערע זיידעס וואס זענען געווען ארימע גרינע אימיגראנטן האבן געעפענט פארבריקן, געהאנדלט, אויפגעשטעלט געשעפטן, אפי' געארבעט ביים גוי, אָן קענען די ענגלישע שפראך בעסיקס! א זאך וואס מיר אלע קענען עכ"פ אביסל און פון זיי איז געווען עשירים, בעלי בתים, ארבייטער, און עס האט זיי גארנישט געפעלט ב"ה
אונזערע (עכ"פ א טייל) טאטע'ס האבן געלערנט אין סאטמאר און האבן קיין גוטן ענגליש נישט געקענט האבן אויך געטראפן גוטע פרנסות ב"ה
איך זעה דא כינעזער, מעקסיקאנער, מיטל מזרח חברה, וואס קענען נישט גוט קיין ענגליש און קענען נישט די קולטור און אע"פ כן זענען זיי זייער מצליח! דאכצעך אז אבד"ק גוגל בישראל איז א מיטל מזרח אימיגראנט... זיי לערנען זיך די שפראך אויף די ארבעט אדער נעמען זיי א ענגליש קורס

מעגליך אז ביי אונז פעלט אינעם לימוד פון רב כהנא'ס מימרא "פשוט נבילתא בשוק ולא תימר כהנא אנא וגברא רבה אנא", אונז זעמער פוילע אמעריקאנער בירגער און זענען נישט גרייט צו אנטאן בלויע העמדער און שניידן סחורה אין פאבריק אדער זיך שטעלן צום נייען מאשין ווי אונזערע זיידעס האבן געטאן... (אמת אז ניטינג איז נישט שייך כמעט היינט אבער עס איז נאך אלץ דא גענוג blue collar ארבעט צו טאן)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:32 pm

Growth hacker האט געשריבן:וואס אונזערע רביס האבן איינגעפירט האב איך שוין גענטפערט ליין אויבן ^
מאן ימר איך רעד אז מען זאל לערנען לימודי חול אנשטאט תורה?
אוודאי די וואס זיצן און לערנען א גאנצע טאג אשרי להם אויף זיי שטייט די גאנצע וועלט.
איך רעד ח"ו נישט פון מבטל תורה זיין זעהט נאר אויס איהר זענט פון די בני עליה פון פריערדיגע דור, במציאות היינטיגע צייטן רוב קינדער /בחורים/יונגעלייט קען מען מסדר זיין אביסל צייט זיי אויסצולערנען כאטש די מינומים נישט אויף די חשבון פון די הייליגע תורה

איך ווייס נישט וואס ר' יונה לאנדא זאגט אבער איך ווייס יא וויפיל און ווי גוט ענגליש מיין טאטע זז"ג און מיינע פעטער'ס לאו"י וואס האבן געלערנט אין סאטמאר חדר ווען רביז"ל איז געזונט געווען זיי קענען... צייט איז נישט געווען די פראבלעם, עס איז גאר שטארק מסתבר אז מען האט דייקא נישט געוואלט מען זאל קענען גוט ענגליש צוליב די הרחקה פון גוי

ואגב האב איך אמאל געהערט בשם ר' מאיר וועבערמאן ז"ל (איך ווייס נישט די קראנטשאפט דערפון) אז רביה"ק מסאטמאר ז"ל האט אים אריינגערופן אויספרעגן וויאזוי די מלאכים האבן געקענט ערלעדיגן א חדר אָן דארפן לערנען בכלל ענגליש, עכ"פ איך שיהי' האט ער געוויסט פונקטליך וואס און וויאזוי מען לערנט דארט און מען האט די בעסיקס אויך נישט געלערנט, אדרבה, רובא דרובא קינדער פון יענע יארן לעבן נאך און זענען נאך גענוג יונג צו ענפערן, גיי פרעג זיי ווי גוט מען האט געלערנט ענגליש, (דארפסט אפי' נישט פרעגן, כאפ פשוט א שמועס אויף דיין שטאפל ענגליש וועסטו אלעס זעהן...)

נ.ב. איך בין פונעם היינטיגן דור און א פשוטער ארבייטער
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט