געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:22 pm

מ׳מאכט דא פסח׳דיג
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:28 pm

צל עובר האט געשריבן:זיי וואלטן עס געקענט ארויסנעמען פון די באדזשעט, נאר די מעשה איז אזוי די גאנצע רעפאבליקאנער מיאריטעט אין סטעיט סענאט הענגט אויף ר' שמחה פעלדער, סוי ער האט געמאלדן פאר די רעפאבליקאנער סענאט פירער אז אויב די געזעץ וועט נישט זיין אין די באדזשעט ווערט ער א דעמאקרעט, האבן זיי עס געמוזט אריינלייגן, אבער בעצם אויף די באדזשעט האט מען נישט געדארפט זיין וואויט עס איז ברייט דורכגעגאנגען בשעת ר' שמחה האט געפראוועט דעם סדר, און ר' שמחה האט בכלל נישט געשטימט ווייל דאכציך אז מ'מוז דארט זיין צו שטימען.
כל טוב האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
פעלדער האט במחתרת... אריינגערוקט די ביל אז די מוסדות זענען באפרייט פון די קאריקולעם, אינעם בודזשעט.

וויאזוי רוקט מען אריין במחתרת?
און פארוואס קענען זיי עס נישט ארויס רוקן?
און וויאזוי האט דער ספיקער נישט געכאפט די שטיקל?

איך שרייב אין די תגובה בערך וואס איז געווען, אויב איינער האט מער דיטעילס אדער קען עס בעסער ארויסברענגען (איך טרף עפעס נישט די ווערטער) איז ער מכובד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:30 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:פין דעם אשכול איז משמע אז עס כולו נצחון פאר כלל ישראל, אבער פין אנדערע הערט, אז די מצב איז ווייט ווייט פין נצחון.., אין גרויסע מערכות איז ערווארטעט, מען דארף גרויס רחמי שמים. אנדערע ריפען עס 'רע במיעוטו'.

קען איינער וואס איז קלאר באהאווענט אין די נושא (אן קיין נטיה...) אראפלייגען די מצב מער קלארער וואס דא גייט פאר ?

ליידער נאכנישט קיין פולשטענדיגער נצחון.
מיר ווילן נישט אז די רעגירנוג זאל האבן סיי וועלכע ווארט וואס מיר לערנען מיט די קינדער. עס איז נישט זייער עסק.
די פיר זאכן וואס מ'האט זיך מתחייב געווען מוז מען יא לערנען.

און עס איז אונטער זייער אויפזוכט, ס'טייטש אז זיי קענען באשליסן צי די מוסדות קומען נאך די פאדערונגען לכה"פ אדער נישט.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:36 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:האט שוין יפד ארגענעזאציע ימ״ש ארויסגעלייגט א סטעיטמענט דערויף?

ער איז יעצט אין א דעד ענד.

קלוג איז ער נישט, לאמיר זעהן וויאזוי ערעט עס עסן.

הלואי ער איז אין א דעד ענד

אויף די מינוט ווייסט מען נאכנישט פונקטליך וואס די געציילטע ווערטער טויש וועט אויסמאכן

און בכלל קען ער נעקסטע יאר מאכן קאפוויי ווידער אמאל

איין זאך דארפסטו פארשטיין , א פאליטאשען קען דיך העלפען ווילאנג ער מאכט זיך נישט שמוציג , יפד סטראשעט יעדן פאליטישאן איקנלודינג ער מאכט קאפוויי פאר מעיאר די בלאזיא ,און אזוי ווייטער , שמחה פעלדער אלס יוד און צו רופרעזענטען זיין דיסטריקט איז ער ארויס פון זיין וועג , א גוישע פאליטאשען גייט נישט איינשטעלן זיין בענקעל פאר א יוד

סאיז ליידער זייעק ביטער ,אבער למעשה זעט מען די באשעפער האט זיינע וועגן אין די איינציגסטע וועג איז בטחון

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:37 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:פין דעם אשכול איז משמע אז עס כולו נצחון פאר כלל ישראל, אבער פין אנדערע הערט, אז די מצב איז ווייט ווייט פין נצחון.., אין גרויסע מערכות איז ערווארטעט, מען דארף גרויס רחמי שמים. אנדערע ריפען עס 'רע במיעוטו'.

קען איינער וואס איז קלאר באהאווענט אין די נושא (אן קיין נטיה...) אראפלייגען די מצב מער קלארער וואס דא גייט פאר ?

עס איז נישט ערווארטעט קיין שום מערכות , רעדן אין פובליק אדער איבער דרייען וועט גארנישט העלפען

אפילו יעצט וואלט בעסער געווען מען רעדט נישט דערפון

די אלע וואס האבן געארבעט דערויף ביז יעצט האבן נישט גערעדט און רעדן נאך אלס נישט

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:43 pm

זבחי צדק האט געשריבן:און וואס וועט זיין נעקסטע יאר ה"י?
כ'מיין ווי אזוי פארזיכערט מען אז ס'זאל חלילה נישט נאכאמאל פאסירן, די חברה גייען דאך נישט איינרוען, און ווי ס'שיינט פארט ניו יארק מער און מער ליבעראל רח"ל

ס'איז נישט אז מ'האט געוואלט מאכן נייע גזירות, נאר ווי כ"ק אדמו"ר הלב אהרן שליט"א האט שוין געזאגט צוויי יאר (אדער דריי איך געדענק נישט זיכער) צוריק כ"ו אב אז אויב גייט מען אינפארסירן די עקזעסטירנדיגע געזעצן וועט מען נישט קענען האבן קיין מוסדות החינוך אין ניו יארק סטעיט, את אשר יגורנו בא און מ'האט יעצט געוואלט מאכן נייע רעגולעישענס פון די עדזשוקעישן דעפארטמענט, נישט געזעצן אין די לעגיסלאטאר, צו אינפארסירן ח"ו די ביז יעצטיגע געזעצן, און אויף דעם האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס איז געלונגען צו טוישן די לאנג יעריגע געזעצן, און לויט די יעצטיגע געזעצן דארף מען סך הכל גוט אויסלערנען דאס וואס מ'האט געלערענט ביז היינט, און אויך לערנען געאגראפיע.

הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו, שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקדוש ברוך הוא מצילינו מידם.

וואס יא, עס קען זיין אז מגייט זיך שטרענגער פארלייגן אז דאס וואס מ'דארף נאך יא לערנען, ענגליש, רעכענען, געאגראפיע (אפשר קען מען עס לערנען ביי אידיש אלס א ברעיק) זאל מען גוט לערנען און די קינדער זאלן קענען, ממילא קען זיין אז עס וועלן זיך דרייען מער אינספעקטאר'ס וכדומה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:45 pm

moneyMINDED האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:האט שוין יפד ארגענעזאציע ימ״ש ארויסגעלייגט א סטעיטמענט דערויף?

ער איז יעצט אין א דעד ענד.

קלוג איז ער נישט, לאמיר זעהן וויאזוי ערעט עס עסן.

הלואי ער איז אין א דעד ענד

אויף די מינוט ווייסט מען נאכנישט פונקטליך וואס די געציילטע ווערטער טויש וועט אויסמאכן

און בכלל קען ער נעקסטע יאר מאכן קאפוויי ווידער אמאל

איין זאך דארפסטו פארשטיין , א פאליטאשען קען דיך העלפען ווילאנג ער מאכט זיך נישט שמוציג , יפד סטראשעט יעדן פאליטישאן איקנלודינג ער מאכט קאפוויי פאר מעיאר די בלאזיא ,און אזוי ווייטער , שמחה פעלדער אלס יוד און צו רופרעזענטען זיין דיסטריקט איז ער ארויס פון זיין וועג , א גוישע פאליטאשען גייט נישט איינשטעלן זיין בענקעל פאר א יוד

סאיז ליידער זייעק ביטער ,אבער למעשה זעט מען די באשעפער האט זיינע וועגן אין די איינציגסטע וועג איז בטחון

לאו דווקא, ביז היינט איז דעבלאזיא געווען מחויב צו אינפארסירן אז די קינדער זאלן קענען אלע זאכן, האט יאפעד אים געהאט אויף וואס צו קלאגן, היינט דארף ער בלויז זיכער מאכן אז די קינדער קענען ענגליש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:51 pm

דאס איז זיכער אז ר' שמחה פעלדער האט זיך מוסר נפש געווען פאר יודן'ס וועגן , עכ"פ קען מען זען וואס מען טוט אויף מיט וואוטען און ווען מען האט א חרידישע יוד אריינגעוואוט , און א גוטע קאנדידאט קומט צוניץ ווען מען ברויך אים , הגם דא נישט די פלאץ צו שרייבן אז א אנדערע יודישע קאנדידאט וואס זיצט שוין לאנג אויפן בענקעל איז נישט געווען אזוי איינשטימונג אבער יעצט נאכן געווינס שרייבט ער אויך אז דאס האט ער געוואלט

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 3:56 pm

יא דאס זעהט מען אז א איד קען אמאל טון וואס א שבת גוי וואלט נישט געקענט אדער געוואלט, ביז היינט איז געווען אנגענומען אז א שבת גוי קען מער ווייל עס מאכט נישט אזא גערודער, אבער פארשטייט זיך ביי אזא זאך קען מען זיך נישט אפהאלטן וועגן די מידיא דרייט זיך איבער.

וואו קומט דא אריין דער אנדערער אידישער פארטרעטער? ר' שמחה האט דאך עס בלויז געקענט מסדר זיין ווייל די מיאריטעט פון די רעפאבליקענס ווענדט זיך אין אים.

גראדע האט דאס כ"ק מהר"א שליט"א מסביר געווען פארן גאווערנער אז מקען נישט ווארטן אויף קומענדיגע יאר - וואס קואמא שטייט יעצט אויס א פריימערי פון די לינקע האט ער מורא פון זיי יעצט, משא"כ נעקסטע יאר קוקט ער נישט אויף זייער זייט - ווייל ווער ווייסט אויב קומענדיגע יאר וועט די סענאט נאך אלץ הענגן אויף ר' שמחה.

לאמיר האפן אז דאס וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט פון קואמא - וואס האט אים געבעטן פערציג מינוט ער זאל זיך ברעכן - זאל נישט שאטן פאר די גוטע באציאונגען וואס קרית יואל פלעגט האבן מיט דעם גאווערנער, וואס דער רבי האט נישט געקוקט אויף גארנישט ווען עס קומט צו די חינוך פון די קינדער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אץ קוצץ
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:12 pm

צל עובר האט געשריבן:יא דאס זעהט מען אז א איד קען אמאל טון וואס א שבת גוי וואלט נישט געקענט אדער געוואלט, ביז היינט איז געווען אנגענומען אז א שבת גוי קען מער ווייל עס מאכט נישט אזא גערודער, אבער פארשטייט זיך ביי אזא זאך קען מען זיך נישט אפהאלטן וועגן די מידיא דרייט זיך איבער.

וואו קומט דא אריין דער אנדערער אידישער פארטרעטער? ר' שמחה האט דאך עס בלויז געקענט מסדר זיין ווייל די מיאריטעט פון די רעפאבליקענס ווענדט זיך אין אים.

גראדע האט דאס כ"ק מהר"א שליט"א מסביר געווען פארן גאווערנער אז מקען נישט ווארטן אויף קומענדיגע יאר - וואס קואמא שטייט יעצט אויס א פריימערי פון די לינקע האט ער מורא פון זיי יעצט, משא"כ נעקסטע יאר קוקט ער נישט אויף זייער זייט - ווייל ווער ווייסט אויב קומענדיגע יאר וועט די סענאט נאך אלץ הענגן אויף ר' שמחה.

לאמיר האפן אז דאס וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט פון קואמא - וואס האט אים געבעטן פערציג מינוט ער זאל זיך ברעכן - זאל נישט שאטן פאר די גוטע באציאונגען וואס קרית יואל פלעגט האבן מיט דעם גאווערנער, וואס דער רבי האט נישט געקוקט אויף גארנישט ווען עס קומט צו די חינוך פון די קינדער.

וואס הייסט מען האט זיך נישט געלאזט פין קואמא ?
קואמא האט געבעטען אז ר' שמחה פעלדער זאל נאכלאזען אביסעל , אין צים סוף האט ר' שמחה אביסעל נאכגעלזאט בהוראת כ"ק מהר"א מ'סאטמאר, אין געמאכט א געוויסע סארט פשרה .
וואס פינקטליך די פשרה איז, ווארט מען נאך צי הערן דא פין איינעם וואס איז גיט באהאווענט.

איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:34 pm

צל עובר האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואס יא, עס קען זיין אז מגייט זיך שטרענגער פארלייגן אז דאס וואס מ'דארף נאך יא לערנען, ענגליש, רעכענען, געאגראפיע (אפשר קען מען עס לערנען ביי אידיש אלס א ברעיק) זאל מען גוט לערנען און די קינדער זאלן קענען, ממילא קען זיין אז עס וועלן זיך דרייען מער אינספעקטאר'ס וכדומה.

ווי אזוי איך האב געהערט וועט אויף די 4 זאכן וואס מדארף יא לערנען מיט די קינדער וועט די שטאט צושטעלן פארהערער'ס, דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם ווייל וואס וועט זיין אז מוועט נישט קענען וועט די שטאט פארלאנגען מער שעות.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:41 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:

לויט ווי איך ווייס, קען זיין איך ווייס נישט פונקטליך, האט ר' שמחה גארנישט נאכגעגעבן, נאר זיי האבן אים נישט געגעבן אלעס וואס ער האט פארלאנגט נאר כמעט אלעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:44 pm

איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
וואס יא, עס קען זיין אז מגייט זיך שטרענגער פארלייגן אז דאס וואס מ'דארף נאך יא לערנען, ענגליש, רעכענען, געאגראפיע (אפשר קען מען עס לערנען ביי אידיש אלס א ברעיק) זאל מען גוט לערנען און די קינדער זאלן קענען, ממילא קען זיין אז עס וועלן זיך דרייען מער אינספעקטאר'ס וכדומה.

ווי אזוי איך האב געהערט וועט אויף די 4 זאכן וואס מדארף יא לערנען מיט די קינדער וועט די שטאט צושטעלן פארהערער'ס, דאס איז שוין איינמאל א פראבלעם ווייל וואס וועט זיין אז מוועט נישט קענען וועט די שטאט פארלאנגען מער שעות.

מקען עס אויסלערנען אין די שעות, אויב מוועט געהעריג לערנען, אבער עס איז נאך אלץ נישט גוט אז זיי זאלן האבן עני ווארט אין די חינוך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובהדורך איך מיין עס אמתדיג » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:51 pm

אץ קוצץ האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:יא דאס זעהט מען אז א איד קען אמאל טון וואס א שבת גוי וואלט נישט געקענט אדער געוואלט, ביז היינט איז געווען אנגענומען אז א שבת גוי קען מער ווייל עס מאכט נישט אזא גערודער, אבער פארשטייט זיך ביי אזא זאך קען מען זיך נישט אפהאלטן וועגן די מידיא דרייט זיך איבער.

וואו קומט דא אריין דער אנדערער אידישער פארטרעטער? ר' שמחה האט דאך עס בלויז געקענט מסדר זיין ווייל די מיאריטעט פון די רעפאבליקענס ווענדט זיך אין אים.

גראדע האט דאס כ"ק מהר"א שליט"א מסביר געווען פארן גאווערנער אז מקען נישט ווארטן אויף קומענדיגע יאר - וואס קואמא שטייט יעצט אויס א פריימערי פון די לינקע האט ער מורא פון זיי יעצט, משא"כ נעקסטע יאר קוקט ער נישט אויף זייער זייט - ווייל ווער ווייסט אויב קומענדיגע יאר וועט די סענאט נאך אלץ הענגן אויף ר' שמחה.

לאמיר האפן אז דאס וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט פון קואמא - וואס האט אים געבעטן פערציג מינוט ער זאל זיך ברעכן - זאל נישט שאטן פאר די גוטע באציאונגען וואס קרית יואל פלעגט האבן מיט דעם גאווערנער, וואס דער רבי האט נישט געקוקט אויף גארנישט ווען עס קומט צו די חינוך פון די קינדער.

וואס הייסט מען האט זיך נישט געלאזט פין קואמא ?
קואמא האט געבעטען אז ר' שמחה פעלדער זאל נאכלאזען אביסעל , אין צים סוף האט ר' שמחה אביסעל נאכגעלזאט בהוראת כ"ק מהר"א מ'סאטמאר, אין געמאכט א געוויסע סארט פשרה .
וואס פינקטליך די פשרה איז, ווארט מען נאך צי הערן דא פין איינעם וואס איז גיט באהאווענט.

מקור?

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » מאנטאג אפריל 02, 2018 6:09 pm

ווי איך פארשטיי איז דאס נישט אריין געריקט געווארן אין דעם היי-יעריגן ביל וואס דאס מיינט אז קומענדיג יאר וועט נאכאמאל זיין א פייט, נאר מ'האט געמאכט א נייעם געזעץ, און שמחה פעלדער האט געפאכעט מיט א דראענדן פינגער אז אויב זיין געזעץ גייט נישט אדורך וואוט ער נישט פארן באדזשעט, וואס דאס וואלט געברענגט א שאט-דאון, אבער יעצט אז ס'איז באשטעטיגט, איז דאס א געזעץ וואס בלייבט, און שמחה האט יא געגעבן זיין וואוט פארן באדזשעט.

לויט מיין אינפארמאציע איז אזוי, די זאכן וואס מ'האט יא געוואונען:

1) מ'האט אראפ געריקט די טעמעס וואס מ'דארף לערנען אין פובליק סקולס, וואס דאס איז 12, צו בלויז פיר וואס חרדי'שע אידן דארפן לערנען, און די פיר זענען שוין דערמאנט געווארן דא.

2) ס'איז בכלל נישטא קיין באשטימטע סכום שעות וויפיל מ'דארף דאס לערנען, יעדער קען לערנען וויפיל מ'וויל.

3) די היי-סקול'ס, ד. ה. די ישיבות קטנות דארפן בכלל נישט לערנען קיין לימודי חול.

די זאכן וואס מ'האט נישט באקומען:

1) מ'האט געוואלט מאכן אז פונקט ווי ס'איז דא א אידישע וועד פאר קאלעדזשעס, דהיינו ישיבות גדולות, וואס באשטעטיגן אויב מ'קומט נאך די לימודים, דער וועד הייסט "ארטס", אין דעם זענען מעמבערס ביידע אדמורי סאטמאר און ווער ס'האט נאר א גרויסע ישיבה גדולה, זאל מען אויך מאכן אזאנס פאר די מוסדות, און ס'זאל נישט גיין דירעקט אונטער די רעגירונג, דאס האט מען נישט נאכגעגעבן, נאר דער סטעיט קאמישינער וועט ווייטער זיין דער וואס באשליסט אויב א מוסד איז ראוי צו באקומען געלט אזוי ווי ס'איז ביז היינט.

2)איז נאך אפאר ווערטער וואס ס'שטייט צוגעלייגט נאך ווי ס'שטייט וויפיל טעמעס מ'דארף לערנען, און די ווערטער קען מען אויסטייטשן נישט גוט, אזוי אז אויב די קאמישינער וויל צולייגן נאך לימודים אויסער די פיר יעצטיגע, וועט ווערן א געשלעג אין קארט אויב זי האט א רעכט דאס צו טוהן, וואס הגם ס'איז נישט מסתבר אז זי זאל וועלן צולייגן נאך טאקע ווייל מ'וועט איר רופן אין קארט און ס'וועט ווערן גאנצע קאפ ווייטאג, איז דאס דאך א פראבלעם אויב ס'מאכט זיך יא א רשע וואס וועט וועלן זיך שלאגן אין קארט אבי ער וועט אפשר עפעס קענען צולייגן.

ביידע זאכן קען מען נאך אלס פאררעכטן און מ'האפט דאס צו טוהן בקרב הימים, יעצט נאכן דורכפירן דעם געזעץ איז אסאך גרינגער צו פאררעכטן וואס ס'פעלט נאך אויס, אוודאי דארף מען נאך אלס רחמי שמים אויף דעם, אבער דאס איז זיכער אז ס'איז יעצט טויזנט מאל בעסער ווי ס'איז געווען, און די צוויי זאכן איז שוין אסאך מער דרך הטבע דאס צו אדורך פירן ווי דאס ביז יעצטיגע.

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג אפריל 02, 2018 10:35 pm

צל עובר האט געשריבן:לאמיר האפן אז דאס וואס דער רבי האט זיך נישט געלאזט פון קואמא - וואס האט אים געבעטן פערציג מינוט ער זאל זיך ברעכן - זאל נישט שאטן פאר די גוטע באציאונגען וואס קרית יואל פלעגט האבן מיט דעם גאווערנער, וואס דער רבי האט נישט געקוקט אויף גארנישט ווען עס קומט צו די חינוך פון די קינדער.

למעשה ווייס איך נישט צי פאר קואמא שטערט די נייע געזעץ, אדרבה איך האלט אז ער פארשטייט עס,
ער האט נאר געהאט א פרעשור אז ס'זאל נישט געשען א שאט דאון, ווייל דאס איז איינע פון די זאכן מיט וואס ער שטאלצירט אז ביי עם געשעט נישט קיין שאט דאון'ס.
סא אז מ'איז למעשה געקומען צי א פארשטענדעניש מיין איך אז ער וועט עס שנעל מוחל זיין..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג אפריל 02, 2018 10:49 pm

אויב פארשטיי איך גוט וואס דא גייט פאר קוקט אויס אז ס'איז גאר בעסער געווארן -עכ"פ געזעצליך- פאר די אידישע מוסדות.

ביז יעצט האט די געזעץ פארלאנגט אז יעדער מוז לערנען 12 סאבזשעקטס אינקלודינג כפירה ממש ל"ע, מ'האט עס אפשר נישט ענפארסט אבער געזעצליך האט מען געדארפט, יעצט אבער דארף מען לערנען נאר די 4 אויבנדערמאנטע סאבזשעקטס און מ'דארף בכלל נישט לערנען די אנדערע זאכן, ווי אויך איז נישט דא קיין באשטימטע שעות ווילאנג מ'מוז עס לערנען, איזעס טאקע אזוי?
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג אפריל 02, 2018 10:59 pm

די פראגע איז וואס עס איז בעסער, א נישט גינסטיגע געזעץ וואס מען אינפארסירט נישט, אדער א לייכטערע געזעץ וואס מען גייט לכורה שטרענג נאכקוקן?
צייט וועט זאגן...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:11 pm

מ'האט געוואלט פעסט אנפאנגען אינפארסירן די עקזעסטירנדיגע געזעצן, ממילא האט ר' שמחה זיך געשלאגן עס צו טוישן.

דאס איז זיכער בעסער, די נייע געזעץ שטרענג אינפארסט, ווי די אלטע געזעץ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען ביז אפאר וואכן די רעגולעישענס ווי אזוי צו אינפארסירן פולי.

בקיצור, מאיז געראטעוועט געווארן פון א גזירת שמד ממש.

קואמא האט א שטיקל פראבלעם מיט די ליבערלס אז זיי גייען אים אראפ רייסן ביי די פריימעריס אז ער האט דארכגעלאזט א געזעץ וואס פטר'ט בעסיקלי די ארטאדאקסישע מוסדות פון רוב סעקולער חינוך רעקווייערמענטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:22 pm

די מאפע איז נישט שלעכט אויב מווייסט. מקען לערנען די אידישע מאפע. מקען לערנען פון אונגארן פוילן אד"ג. און סוועט זיין גאנץ אינטערעסאנט פאר די קינדער ווי אונזערע זיידעס האבן געוואוינט. מקען אויסרעכענען ווי לאנג סהאט אמאל געדויערט צו פארן פון צאנז קיין קאלוב פון מאקאווא קיין סיגוט. פון קראלי קיין ווארשע. פון בארדיטשוב קיין פרעשבורג. איך מיין איך גיי צוריק אין חדר.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:28 pm

יא איך האלט אז דער מלמד זאל עס אויסלערנען ביי א שטיקל ברעיק יעדן טאג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:30 pm

און איך זעה נישט וואס עס איז שלעכט אויב לערנען די מאפע וועט מיינען אז די קינדער וועלן וויסן וואו קאליפארניע אדער ניו מעקסיקא זענען.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:43 pm

צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:זיי וואלטן עס געקענט ארויסנעמען פון די באדזשעט, נאר די מעשה איז אזוי די גאנצע רעפאבליקאנער מיאריטעט אין סטעיט סענאט הענגט אויף ר' שמחה פעלדער, סוי ער האט געמאלדן פאר די רעפאבליקאנער סענאט פירער אז אויב די געזעץ וועט נישט זיין אין די באדזשעט ווערט ער א דעמאקרעט.

צל, פעלדער איז א דעמאקראט, מיינסט צו זאגן וואויטען דעמאקראט.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:50 pm

ער איז טאקע א דעמעקראט אבער ער קאוקעסט מיט די רעפובליקאנער, עפעקטיוולי געבענדיג זיי דערמיט די מיאריטעט אפילו זייער פארטיי האט פאקטיש נישט רוב פונעם סענאט. דאס שטעלט אים אין א מאכטפולער פאזיציע ווייל אויב מען גיבט אים נישט נאך קען ער אין א מינוט איבערגעבן די מיאריטעט פונעם סטעיט סענאט צו די דעמאקראטן.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 11:59 pm

דער קוטשער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:זיי וואלטן עס געקענט ארויסנעמען פון די באדזשעט, נאר די מעשה איז אזוי די גאנצע רעפאבליקאנער מיאריטעט אין סטעיט סענאט הענגט אויף ר' שמחה פעלדער, סוי ער האט געמאלדן פאר די רעפאבליקאנער סענאט פירער אז אויב די געזעץ וועט נישט זיין אין די באדזשעט ווערט ער א דעמאקרעט.

צל, פעלדער איז א דעמאקראט, מיינסט צו זאגן וואויטען דעמאקראט.

יא , שכח פארן פארעכטן, איך מיין צו זאגן גיין מיט די דעמאקרעטס.

די מעשה איז אזוי עס איז דא 63 סענעטארן און מ'דארף האבן 32 צו האבן קאנטראל, אפעציעל האבן די דעמאקרעטס 32 קעגן די רעפאבליקענס 31 , וואלטן זיי געדארפט האבן קאנטראל, אבער למעשה איז יעצט איז דא א קא'אליציע, פון 31 רעפאבליקאנער, מיט ר' שמחה וואס איז אפיציעל א דעמאקרעט, מיט נאך אכט דעמאקרעטס וואס האבן זייער אייגענע פארטיי אונטער די פירערשאפט פון דזשעף קליין, זיי רופן זיך IDC אינדעפענדענט דעמאקרעט קאוקעס, צוזאמען האט די קא'אליציע 40 סענעטארן קעגן די מינאריטעט 23 עכטע דעמאקרעטס.

נאר וואס דען, די ליבערלס לייגן געפערליכע דרוק אויף קליין און אויף קאומא ער זאל דרוקן קליין צו גיין געהעריג מיט די דעמאקרעטס, סוי די רעפאבליקענס ווייסן אז אויב גייט ר' שמחה מיט די דעמאקרעטס וועט קליין אויך מוזן גיין און די דעמאקרעטס האבן קאנטראל, יעצט קען זיך די IDC ארויסדרייען אז אפילו אויב זיי גייען מיט די דעמאקרעטס וועלן די רעפאבליקענס נאך אלץ האבן קאנטראל ווייל זיי זענען 31 פלאס ר' שמחה איזעס 32.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט