געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Growth hacker
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:41 pm

די מפתח הפרנסה איז אלס געווען, און וועט אלס זיין ביד הקב"ה. די חיוב השתדלות ליגט אויפן מענטש , די חיוב השתדלות איז נישט דוחה קיין שום איסור אדער מנהג, פונדעסוועגן דאך זעה איך יונגעלייט און בחורים גייען שטודירן, א זאך וואס עכ"פ ביי אונזערע קרייזן איז געווען אפגעפרעגט.
איך קוק מיר ארום דא זעה איך אשכולות איינער רעדט זיך אפ אז ער זיכט א גוטע פילטער פאר יו טויב און איינער עדווערטייזט
א נייע וועג צו מאכן א שנעלע דאללער. ברענגט מיך צו די מסקנא אז די וועלט האט זיך געטוישט שניידן סחורה און פאבריק אדער זיך שטעלן צום נייען מאשין האט געארבעט און אייערע צייטן היינט דארף מען זיין מעהר געלערענט צו האנדלען און פארדינען.

Growth hacker
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:42 pm

ווי ווייט איך ווייס איז דא באזונדערע ישיבות פאר שוואכערע בחורים, סאיז דא ישיבות פאר עלטערע בחורים. און ליידער וויפיל בחורים גייען ליידיג, נישט זיי ארבעטן נישט זיי לערנען אבער לערנען עפעס מיט זיי, זיי צוגרייטן חס מלהזכיר ! יעדער וויל נאר זאגן אז ביי אונז ב"ה לערענט מען, אונז האב מיר די בעסטע און שענסטע.. צו ווייל מען שעמט זיך, צו ווייל די הנהלה האט מורא אז מען וועט נישט קענען אויפטרייבן קיין געלט, לערענט מען נישט קיין לימודי חול און ווער סזיכט עס יא ברויך גיין צו די גוים.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:05 pm

זייט מוחל גייט טענה'ט'ס אייך אין א אנדערן אשכול
דער מדובר דא און פון די גזירה היל"ת איז שוין נישט איבער דאס עצם לערנען ענגליש, נאר איבער לימודי כפירה ממש רח"ל...
די חברה וועלכע האבן אונז דאס אנגעברענגט, האבן זיך פארשלייערט אין א מאנטל פון דאס נחיצות פון 'ענגליש' לערנען, ויצא העגל הזה!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:18 pm

Growth hacker האט געשריבן:די מפתח הפרנסה איז אלס געווען, און וועט אלס זיין ביד הקב"ה. די חיוב השתדלות ליגט אויפן מענטש , די חיוב השתדלות איז נישט דוחה קיין שום איסור אדער מנהג, פונדעסוועגן דאך זעה איך יונגעלייט און בחורים גייען שטודירן, א זאך וואס עכ"פ ביי אונזערע קרייזן איז געווען אפגעפרעגט.
איך קוק מיר ארום דא זעה איך אשכולות איינער רעדט זיך אפ אז ער זיכט א גוטע פילטער פאר יו טויב און איינער עדווערטייזט
א נייע וועג צו מאכן א שנעלע דאללער. ברענגט מיך צו די מסקנא אז די וועלט האט זיך געטוישט שניידן סחורה און פאבריק אדער זיך שטעלן צום נייען מאשין האט געארבעט און אייערע צייטן היינט דארף מען זיין מעהר געלערענט צו האנדלען און פארדינען.

האסטו דא געזאגט 2 פונקטן
1) אז די דרך הפרנסה איז אנדערש
2) אז מען זוכט צו מאכן א "שנעלע דאלאר"
יעצט פונקט נומבער 1 איז שטארק אמת אבער א חלק דערפון איז נישט אזוי אמת נאר פונקט נומבער 2 איז די תירוץ אויף די איבעריגע חלק...
איז אזוי, יא ניטינג און נאך ענדליכע זאכן איז טאקע טויט דאהי אבער לאמבער/סטיעל/פעינטינג, שיפינג/אימפארט/סעילס, און נאך און נאך ארבעט זענען יא דא און עוועילעבל, נאר מען וויל "מאכן א שנעלע דאלאר" מען האט פארגעסן פון בזיעת אפיך תאכל לחם... מען קען דא עפענען און גיין ארבעטן ביי גענוג און נאך ביזנעסעס! מען קען עפענען פארבריקן דאהי און אפי' אין אנדערע לענדער (וואס די קענסט נישט זייער שפראך און זיי קענען ענגליש שוואכער פון דיר...) איך גראדע קען אפאר יודן וואס האבן מצליח געווען אין אינדוסטריס מיט גאנץ א שוואכע ענגליש (זייער קאמפעטישן קען א שוואכערע ענגליש אבער א בעסערע אראביש...) ועל הכלל כולו יצא, ענגליש העלפט טאקע אפשר אביסל אבער מען איז אנגעקומען אָן קענען עניטיים אזוי גוט

זאת ועוד, אונזערע רבי'ס זענען נישט געווען קעגן זיך לערנען א פאך אדער א שפראך פאר פרנסה! זיי זענען געווען קעגן שטודירן, ויחי ההבדל, נאר אעפ"כ זעהט אויס אז זיי האבן געהאלטן אז קינדער ברויכן קודם קענען נאר גוט לערנען און דערנאך זיך לערנען ענגליש

דאס וואס דו רעדטסט וועגן שוואכע בחורים איז א פארווייטאגטע נושא בפני עצמו און אזוי ווי יעדע יודישע נשמה/קינד איז א עקסטערע שאלה איז שווער צו זאגן און טראכטן וואס מען דארף טאן, געהערט האב איך פון א יוד אז זיינס א חבר איז געווען א שוואכע בחור יונגערהייט און נישט געהאלטן ביים לערנען איז דער טאטע אריין צו רביה"ק מסאטמאר האט ער אים נישט געלאזט גיין ארבעטן נאר געזאגט ער זאל זיך דרייען אין ישיבה ווי עס איז דא א אוויר תורה ווי איידער אין גאס (ליהווה צוותא לחברי') ווען ער איז עלטער געווארן איז ער אריין נאכאמאל האט ער אים געזאגט ער זאל גיין ארבעטן ביי א פלאץ וואו מען האט זיך גוט נאכגעפרעגט אויפן בעה"ב און די ארבייטער אז עס איז 100% אויסגעהאלטן! אינטערעסאנט ווי פאר חתונה געהאטע האט ער נישט אזוי שטארק אנגעזאגט... זעהט אויס אז מען דארף אן אמת'ע דעת תורה אפצושאצן פונקטליך אלע מצבים
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:21 pm

ראספשע האט געשריבן:זייט מוחל גייט טענה'ט'ס אייך אין א אנדערן אשכול
דער מדובר דא און פון די גזירה היל"ת איז שוין נישט איבער דאס עצם לערנען ענגליש, נאר איבער לימודי כפירה ממש רח"ל...
די חברה וועלכע האבן אונז דאס אנגעברענגט, האבן זיך פארשלייערט אין א מאנטל פון דאס נחיצות פון 'ענגליש' לערנען, ויצא העגל הזה!

דאס האב איך געשריבן אפאר תגובות צוריק, זייט מוחל און ליינט פון אנפאנג... יא דער שמועס איז פארפארן אבער יעצט איז עס שוין אריינגעפארן אין אן אנדערן ענין
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג אפריל 03, 2018 7:32 pm

האט שוין יפד ארויסגעלייגט א סטעיטמענט ?
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:09 pm

ראספשע האט געשריבן:זייט מוחל גייט טענה'ט'ס אייך אין א אנדערן אשכול
דער מדובר דא און פון די גזירה היל"ת איז שוין נישט איבער דאס עצם לערנען ענגליש, נאר איבער לימודי כפירה ממש רח"ל...
די חברה וועלכע האבן אונז דאס אנגעברענגט, האבן זיך פארשלייערט אין א מאנטל פון דאס נחיצות פון 'ענגליש' לערנען, ויצא העגל הזה!

אפילו די רעדע איז איבער לערנען כפירה, אמעריקע פארלאנגט קיינמאל ארויפצוצווינגען א טעאריע, די קינדער דארפן נאר וויסן דערפון. רוב פון די ענינים אויב נישט אלע, איז קיין שום חיסרון נישט אז די קיננדער ווייסן פון אזא מציאות, ווען מען איז זיי מסביר אז עס איז שקר מיסודו, וואס דאס איז דאך דער מציאות. פארהאן גענוג גדולי ישראל וואס האלטן אז איבער עניני כפירה ואמונה דארף מען מסביר זיין, אויב געפינט מען אויס איבער דעם ווען מען ווערט עלטער רעדט מען זיך איין אז יעצט איז מען קליגער און עס קען זיך ענדיגן גאר שלעכט רח"ל, וכבר היה לעולמים וד"ל.
איך ווייס אז רביהק האט געהאלטן אנדערש וכו' וכו', די מציאות איז אז היינטיגע קינדער זענען מער אויפגעקלערט ווי פאר דרייסיג יאר צוריק.

נאך א נקודה, מרשעים יצא רשע וכו' וכו'... דאס אלעס איז נוגע ווען רשעים און עוקרי דת שטייען אונטער דעם. דא האלט מען ווען די שטאט האט סך הכל געוואלט אינפארסירן אן אלטער געזעץ וואס ווערט אפיציעל אויסגעפאלגט. יא, די מוסרים זענען רשעים משומדים כופרים און שוטים, אבער נישט די מדינה. יחי ההבדל.

ס'איז סיי ווי א גרויסער שמחה אז מען האט אויסגעפירט, דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.

האלט איר אנדערש? איך לאז, איך האב באקומען א הסכמה אויף יעדעס ווארט פון א חשובער רב שליט"א.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:24 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:

א רב האט דיך געזאגט אז מ׳מעג ליינען און שטודירן מינות וכפירה??
כ׳גיי זיין זייער אפן, אדער ביסטו א ליגענער, אדער איז יענער א כ...
האסט פשוט געשריבן קעגן א אפענע גמרא!

וועגן דיין צווייטע נקודה, די געווערמענט האט קיינמאל נישט אינפארסירט די געזעץ ווייל ס׳איז זיי נישט אנגעגאנגען. זיי האבן זיך גענומען צו דעם נאר ווייל ס׳איז דא העצע פון אידישע רשעים.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 03, 2018 9:32 pm

שטודירן? לערנען? וויסן דער אמת און וויסן וואס איז שקר. זאכן וואס זענען היינט גלוי ומפורסם לכל, עס האט נישט מיט כפירה ווייל עס איז אפגעפרעגט מעיקרא, מעג מען וויסן אז עס איז שקר.

מ'מעג זינגען "די מינים ואפיקורסים שרייען אז ס'נישטא קיין גאט", יא? היתכן??!!

נאכאמאל, די שטאטראט זענען נאכאלץ נישט קיין רשעים, זיי האבן נאר דרוק פון רשעים.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:19 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:שטודירן? לערנען? וויסן דער אמת און וויסן וואס איז שקר. זאכן וואס זענען היינט גלוי ומפורסם לכל, עס האט נישט מיט כפירה ווייל עס איז אפגעפרעגט מעיקרא, מעג מען וויסן אז עס איז שקר.

מ'מעג זינגען "די מינים ואפיקורסים שרייען אז ס'נישטא קיין גאט", יא? היתכן??!!

נאכאמאל, די שטאטראט זענען נאכאלץ נישט קיין רשעים, זיי האבן נאר דרוק פון רשעים.

דארפסט נישט גיין ביז׳ן בארדיטשובער... אין די תורה שטייט שוין אז ס׳איז געווען גוים וואס האבן נישט געגלייבט אינעם אייבערשטער.

דו מישט דא אויס צוויי זאכן. ס׳איז אזא זאך ווי וויסן אז ס׳איז דא שלעכטס אבער ס׳האט נישט מיט מיר, נאכדעם איז דא א זאך ווי אפלערנען פינקטלעך די שלעכטס און מסביר זיין פארוואס ס׳איז נישט גוט.

די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

וויסן אז ס׳איז דא א מציאות אז גוי גלייבט נישט אינעם אייבערשטער זאגט אונז שוין די תורה אבער לערנען פארוואס ער גלייבט נישט און וואס ער לייקנט איז כפירה און מינות!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

שרייזשע
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm

תגובהדורך שרייזשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:27 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שטודירן? לערנען? וויסן דער אמת און וויסן וואס איז שקר. זאכן וואס זענען היינט גלוי ומפורסם לכל, עס האט נישט מיט כפירה ווייל עס איז אפגעפרעגט מעיקרא, מעג מען וויסן אז עס איז שקר.

מ'מעג זינגען "די מינים ואפיקורסים שרייען אז ס'נישטא קיין גאט", יא? היתכן??!!

נאכאמאל, די שטאטראט זענען נאכאלץ נישט קיין רשעים, זיי האבן נאר דרוק פון רשעים.

דארפסט נישט גיין ביז׳ן בארדיטשובער... אין די תורה שטייט שוין אז ס׳איז געווען גוים וואס האבן נישט געגלייבט אינעם אייבערשטער.

דו מישט דא אויס צוויי זאכן. ס׳איז אזא זאך ווי וויסן אז ס׳איז דא שלעכטס אבער ס׳האט נישט מיט מיר, נאכדעם איז דא א זאך ווי אפלערנען פינקטלעך די שלעכטס און מסביר זיין פארוואס ס׳איז נישט גוט.

די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

וויסן אז ס׳איז דא א מציאות אז גוי גלייבט נישט אינעם אייבערשטער זאגט אונז שוין די תורה אבער לערנען פארוואס ער גלייבט נישט און וואס ער לייקנט איז כפירה און מינות!

;l;p-

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:40 pm

איסר, עס איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן ווער דער חשוב'ע רב וואס האלט אז היינט איז מען מער אויפגעקלערט און צוליב דעם מעג מען טוישן די מהלך פון חינוך
די זעלבע ניגון ממש האבן די משכילים ימ"ש געשריגן 150-200 יאר צוריק און שוין דאן האט דער חת"ס געשריבן אל תאמר נשתנו העתים, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה!

מען האט אלעמאל געוויסט אז צורירן חינוך איז די האקעלסטע זאך, אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן, סיי וועלכע ריר אין עניני חינוך האט מען שוקל געווען טויזנטער מאל און מיט אן אימה ופחד נישט צוצורירן צו כלל ישראל'ס משכון, מען האט געציטערט אימת מות פון מועל זיין בהקדש, מען האט נישט אזוי געשאקלט מיטן קאפ עה וואס, "היינט איז אנדערש, עס איז דא אזויפיל מינות ואפיקורסות, לאמיר לערנען מיט די קינדער אביסל חקירה פון צדיקי וגדולי דור הקדים ווי אמונות ודיעות/מורה נבוכים/כוזרי וכו', שטייט דאך דע מה שתשיב לאפיקורס און ענדליכ'ס" מען האט אלעמאל ענדערש פרובירט נישט צו טוישן ווי יא
למעשה האלט מיר היינט ביי מצב פון ישוטטו לבקש דבר ה' ולא ימצאו, און יעדער בנש"ק איז א דעות זאגער אין חינוך (אינטערסאנט אויב אין מקוואות וכדומה זאגט ער אויך נשתנו העתים און מען קען אדער מען דארף גאר מקיל זיין אין זאכן וואס די גאונים האבן גע'אסר'ט בשעת וואס אין תורה שטייט קלאר אז עס מותר וד"ל)
מען האט מורא צו לאזן די קינדער אליין אינדערהיים אדער ביי א פרעמדער וואס מען קען נישט, מען היט אויף די קינדער מיט די גרעסטע מאס אחריות אבער פלוצלינג ביי חינוך דארטן האט מען נישט דעם פחד
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:53 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

אגב, די גמרא רעדט נישט פון לערנען מינות און נישט פון שטודירן. די גמרא רעדט פון זיך היילן דורך מינות.

ער זאגט נישט אז עס איז מותר צו לערנען, אבער דערמאנען פאלשע טעאריעס וואס איך האב שוין געהערט אלס קינד פון מיינע מלמדים אז זיי זענען פאלש און אפגעפרעגט, און א דאנק זיי איז עס אריינגעפרעגלט אין מיר, זעט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 10:59 pm

משה כספי האט געשריבן:איסר, עס איז מיר אינטרעסאנט צו וויסן ווער דער חשוב'ע רב וואס האלט אז היינט איז מען מער אויפגעקלערט און צוליב דעם מעג מען טוישן די מהלך פון חינוך
די זעלבע ניגון ממש האבן די משכילים ימ"ש געשריגן 150-200 יאר צוריק און שוין דאן האט דער חת"ס געשריבן אל תאמר נשתנו העתים, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה!

מען האט אלעמאל געוויסט אז צורירן חינוך איז די האקעלסטע זאך, אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן, סיי וועלכע ריר אין עניני חינוך האט מען שוקל געווען טויזנטער מאל און מיט אן אימה ופחד נישט צוצורירן צו כלל ישראל'ס משכון, מען האט געציטערט אימת מות פון מועל זיין בהקדש, מען האט נישט אזוי געשאקלט מיטן קאפ עה וואס, "היינט איז אנדערש, עס איז דא אזויפיל מינות ואפיקורסות, לאמיר לערנען מיט די קינדער אביסל חקירה פון צדיקי וגדולי דור הקדים ווי אמונות ודיעות/מורה נבוכים/כוזרי וכו', שטייט דאך דע מה שתשיב לאפיקורס און ענדליכ'ס" מען האט אלעמאל ענדערש פרובירט נישט צו טוישן ווי יא
למעשה האלט מיר היינט ביי מצב פון ישוטטו לבקש דבר ה' ולא ימצאו, און יעדער בנש"ק איז א דעות זאגער אין חינוך (אינטערסאנט אויב אין מקוואות וכדומה זאגט ער אויך נשתנו העתים און מען קען אדער מען דארף גאר מקיל זיין אין זאכן וואס די גאונים האבן גע'אסר'ט בשעת וואס אין תורה שטייט קלאר אז עס מותר וד"ל)
מען האט מורא צו לאזן די קינדער אליין אינדערהיים אדער ביי א פרעמדער וואס מען קען נישט, מען היט אויף די קינדער מיט די גרעסטע מאס אחריות אבער פלוצלינג ביי חינוך דארטן האט מען נישט דעם פחד

אפילו אויב דו וועסט מיך טרעפן א ערליכע רב וואס האלט אז חקירה היינט צוטאגס איז א גוטע זאך צוליב די מצב הדור, פארשטיי איך נישט וויאזוי מ׳קען זאגן אז וועגן דעם איז מותר צו לערנען כפירה פונעם גוי. אויב האלט דיין רב אז מ׳דארף חקירה, נעם א מורה נבוכים און טוה עס דורך! אבער זאגן אז מען זאל לערנען מיט די קינדער זאכן דירעקט פונעם גוי וואס ער האלט און גלייבט?? איינער האט דאס אמאל מתיר געווען? ס׳אז ריין ריין מינות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:05 pm

אדמור מהרא האט יעצט ביי די דרשה אין וויליאמסבורג גערעדט באריכת ארום 40 מינוט פין דעם ענין.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:05 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

אגב, די גמרא רעדט נישט פון לערנען מינות און נישט פון שטודירן. די גמרא רעדט פון זיך היילן דורך מינות.

ער זאגט נישט אז עס איז מותר צו לערנען, אבער דערמאנען פאלשע טעאריעס וואס איך האב שוין געהערט אלס קינד פון מיינע מלמדים אז זיי זענען פאלש און אפגעפרעגט, און א דאנק זיי איז עס אריינגעפרעגלט אין מיר, זעט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט

עס איז ביי מיר ברור אז עס איז אסור, און דאכט זיך מיר אז עס שטאמט פון אל תאמר וכו' איכה יעבדו הגוים ההם את אלהיהם, איך געדענק נישט קלאר אבער איך געדענק אז לערנען גואישע קולטור אדער זייער סייענס (פילעזאפיע) וכש"כ דברי מינות איז אסור ע"פ הלכה
אי"ה מארגן וועל איך פרובירן צו ברענגען די מקורות

(איה"נ עס זענען געווען גדולים וואס האבן געהאלטן אז מען מעג פאר א צורך עס לערנען אבער לכו"ע איז אסור צו לערנען פונעם גוי)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:08 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:זייט מוחל גייט טענה'ט'ס אייך אין א אנדערן אשכול
דער מדובר דא און פון די גזירה היל"ת איז שוין נישט איבער דאס עצם לערנען ענגליש, נאר איבער לימודי כפירה ממש רח"ל...
די חברה וועלכע האבן אונז דאס אנגעברענגט, האבן זיך פארשלייערט אין א מאנטל פון דאס נחיצות פון 'ענגליש' לערנען, ויצא העגל הזה!

אפילו די רעדע איז איבער לערנען כפירה, אמעריקע פארלאנגט קיינמאל ארויפצוצווינגען א טעאריע, די קינדער דארפן נאר וויסן דערפון. רוב פון די ענינים אויב נישט אלע, איז קיין שום חיסרון נישט אז די קיננדער ווייסן פון אזא מציאות, ווען מען איז זיי מסביר אז עס איז שקר מיסודו, וואס דאס איז דאך דער מציאות. פארהאן גענוג גדולי ישראל וואס האלטן אז איבער עניני כפירה ואמונה דארף מען מסביר זיין, אויב געפינט מען אויס איבער דעם ווען מען ווערט עלטער רעדט מען זיך איין אז יעצט איז מען קליגער און עס קען זיך ענדיגן גאר שלעכט רח"ל, וכבר היה לעולמים וד"ל.
איך ווייס אז רביהק האט געהאלטן אנדערש וכו' וכו', די מציאות איז אז היינטיגע קינדער זענען מער אויפגעקלערט ווי פאר דרייסיג יאר צוריק.

נאך א נקודה, מרשעים יצא רשע וכו' וכו'... דאס אלעס איז נוגע ווען רשעים און עוקרי דת שטייען אונטער דעם. דא האלט מען ווען די שטאט האט סך הכל געוואלט אינפארסירן אן אלטער געזעץ וואס ווערט אפיציעל אויסגעפאלגט. יא, די מוסרים זענען רשעים משומדים כופרים און שוטים, אבער נישט די מדינה. יחי ההבדל.

ס'איז סיי ווי א גרויסער שמחה אז מען האט אויסגעפירט, דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן.

האלט איר אנדערש? איך לאז, איך האב באקומען א הסכמה אויף יעדעס ווארט פון א חשובער רב שליט"א.

איין לימוד זכות האב איך אויף דיינע אומאויסגעהאלטענע דיבורים, נעמליך
אז דיי א. ג. 'חשובער רב' קען נישט קיין ענגליש, און מסתמא ווייסט ער נישט וואס דאס הייסט לערנען איבער 'עוולאושען' מיט קליינע קינדער פון כתה ה' צו כתה ט'..... [פון וואו זאל ער דען וויסן.....]

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:08 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

אגב, די גמרא רעדט נישט פון לערנען מינות און נישט פון שטודירן. די גמרא רעדט פון זיך היילן דורך מינות.

ער זאגט נישט אז עס איז מותר צו לערנען, אבער דערמאנען פאלשע טעאריעס וואס איך האב שוין געהערט אלס קינד פון מיינע מלמדים אז זיי זענען פאלש און אפגעפרעגט, און א דאנק זיי איז עס אריינגעפרעגלט אין מיר, זעט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט

לאמיר הערן די "פאלטשע טעאריעס" וואס מען האט דיר "אריינגעפרעגלט" אלס קינד?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:11 pm

איך ווייס פון עלטערע יונגעלייט וואס האבן אינגאנצען אפגעפוטשט דורך דעם וואס זיי האבן זיך אנגעלייענט מיט די אטעיסטישע שיטה פון דארווין און עוואלאשען,
איז וואס זאגט דיין 'חשובער רב שליט"א'?..... מען זאל עס לערנען מיט קליינע אומגעצייטיגטע מוחות'לעך פון תשב"ר???...... ער זעהט נישט קיין עוולה, כזעה גוט??

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:11 pm

אגב איסר, איך בין דיר זייער מחשיב און איך בין נישט דא בשו"א צו אטאקירן חלילה, איך בין דא אויסצושמועסן דיינע שיטות און מיינונגען
ח"ו נעמען פערזענליך די שמועס דא
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:12 pm

דער סאטמארער רבי מהר"א שליט"א האט נארוואס פארענדיגט די יערליכע חוה"מ דרשה אין סאטמארער ביהמ"ד אויף הופער סט. אין וומ"ס, נאכן מעורר זיין אויף פארשידענע ענינים הצריכים תיקון כדרכו בקודש, האט ער עפנטליך אפגעגעבן א שבח והודאה פארן הייליגען באשעפער אויף די אז רוב נסים הפלאת בלילה וואס כלל ישראל האט געהאט פארגאנגענעם ליל התקדש החג, מיטן אפראטעווען דעם חינוך הטהור און עתיד פון ניו יארק'ס ערליכע אידנטום.

דער רבי האט שטארק באדאנקט בשם כלל ישראל די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן געארבייט שטילערהייט אויף די פלאן וואס איז צושטאנד געקומען דורך דעם חרדישען סענאטער ר' שמחה פעלדער פון ברוקלין. דער רבי האט זייער באריכות אויסגעשמועסט די השתלשלות הענינים, די עצה דערוועגן, און די לעצט מינוטיגע דרוק פונעם גאווערנער וואס האט ב"ה נישט געארבייט, און ממש בעת כניסת ליל הפסח האבן ביידע געזעץ הייזער באשטעטיגט די נייע פארבעסערטע געזעץ לטובת חינוך בני ישראל החרדים במדינת ניו יארק.

למען תספר באזני בנך.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:15 pm

ראספשע האט געשריבן:איך ווייס פון עלטערע יונגעלייט וואס האבן אינגאנצען אפגעפוטשט דורך דעם וואס זיי האבן זיך אנגעלייענט מיט די אטעיסטישע שיטה פון דארווין און עוואלאשען,
איז וואס זאגט דיין 'חשובער רב שליט"א'?..... מען זאל עס לערנען מיט קליינע אומגעצייטיגטע מוחות'לעך פון תשב"ר???...... ער זעהט נישט קיין עוולה, כזעה גוט??

דאכצעך אז איך קען דעם חשוב'ן רב גראדע און אויב נישט קען איך א צווייטער חשוב'ע רב וואס האלט די זעלבע... נעבעך פראבלאמאטישע מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די "אריינגעפרעגלאכטס" פון זייערע מלמדים...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:18 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

אגב, די גמרא רעדט נישט פון לערנען מינות און נישט פון שטודירן. די גמרא רעדט פון זיך היילן דורך מינות.

פארוואס איז עס אסור אפילו לצורך רפואה? ווייל ס׳ציהט, במילא טאר מען צורירען צו דעם. יעצט וואס האסטו מיר געענטפערט? זאג איבער.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:23 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

אגב, די גמרא רעדט נישט פון לערנען מינות און נישט פון שטודירן. די גמרא רעדט פון זיך היילן דורך מינות.

ער זאגט נישט אז עס איז מותר צו לערנען, אבער דערמאנען פאלשע טעאריעס וואס איך האב שוין געהערט אלס קינד פון מיינע מלמדים אז זיי זענען פאלש און אפגעפרעגט, און א דאנק זיי איז עס אריינגעפרעגלט אין מיר, זעט ער נישט קיין פראבלעם דערמיט

פריער האט מען גערעדט פון לערנען מיט די קינדער דארווין׳ס שיטות אויף עוועלושען, לערנען קולטור׳ן און אנדערע גלויבונגען, ווייל אויף דעם איז דאך די גאנצע פראבלעם געווען מיט די גאווערמענט, און אויף דעם ארויף האסטו געזאגט אז דיין רב האלט אז מ׳מעג. יעצט ציהסטו צוריק?

וואס מיינט ״דערמאנען פאלטשע טעאריעס״?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 03, 2018 11:29 pm

שוין דא אן אשכול אויף די דעבאטעס, איז שייך צו האלטן דעם אשכול פאר נייעס און אויסצושמועסן די נייע געזעץ און די פאליטיק דערונוער?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, אהבת השם, אזוי וויל איך, וויכטיג מאכער, פרעג נישט און 59 געסט