געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:22 pm

זזה האט געשריבן:האט שוין יפד ארויסגעלייגט א סטעיטמענט ?

זענען זיי אפען חול המועד?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:27 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:שטודירן? לערנען? וויסן דער אמת און וויסן וואס איז שקר. זאכן וואס זענען היינט גלוי ומפורסם לכל, עס האט נישט מיט כפירה ווייל עס איז אפגעפרעגט מעיקרא, מעג מען וויסן אז עס איז שקר.

מ'מעג זינגען "די מינים ואפיקורסים שרייען אז ס'נישטא קיין גאט", יא? היתכן??!!

נאכאמאל, די שטאטראט זענען נאכאלץ נישט קיין רשעים, זיי האבן נאר דרוק פון רשעים.

דארפסט נישט גיין ביז׳ן בארדיטשובער... אין די תורה שטייט שוין אז ס׳איז געווען גוים וואס האבן נישט געגלייבט אינעם אייבערשטער.

דו מישט דא אויס צוויי זאכן. ס׳איז אזא זאך ווי וויסן אז ס׳איז דא שלעכטס אבער ס׳האט נישט מיט מיר, נאכדעם איז דא א זאך ווי אפלערנען פינקטלעך די שלעכטס און מסביר זיין פארוואס ס׳איז נישט גוט.

די גמרא זאגט אז מ׳טאר נישט לערנען מינות אויף קיין שום אופן ווייל ״שאני מינות דמשכי״ אפילו אויב די מענטש האלט אז ער גייט זיכער נישט באקומען קיין קשיות איז דאס אסור.

וויסן אז ס׳איז דא א מציאות אז גוי גלייבט נישט אינעם אייבערשטער זאגט אונז שוין די תורה אבער לערנען פארוואס ער גלייבט נישט און וואס ער לייקנט איז כפירה און מינות!

אפשר קענסטי אנצייכענען א מראה מקום פאר די גמרא וואס די ברענגסט?
קוקט אויס די האסט נאכנישט געלערנט מסכת עבודה זרה

אני מבין
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:29 pm

תגובהדורך אני מבין » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:30 pm

ווער נאך האט גערעדט ביים פרעסע קאנפערענץ?

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 5:53 pm

דריידל האט געשריבן:
זזה האט געשריבן:האט שוין יפד ארויסגעלייגט א סטעיטמענט ?

זענען זיי אפען חול המועד?

;l;p-

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג אפריל 05, 2018 6:44 pm

אני מבין האט געשריבן:ווער נאך האט גערעדט ביים פרעסע קאנפערענץ?

איינער אבערלענדער, אחד מהורי מוסדות פאפא

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אפריל 08, 2018 9:47 am

שפרינגער האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:זייער גוט "גרויסע גדולה"
עס צו ערקלערן ברייטער, וואס דאס מיינט סייענס. לאמיר נעמען דעם מענטשליכען קערפער, און מען טוט דורך די האנט פונעם מענטש. דאס איז אינוואלווד פינגערס און די אלע נערוון, אדערן און ביינער, הויט און טישא דערינען. יעדע זאך האט נאך צענדליגער זאכען דערינטער, די אדערן, יעדעד מיט אנדערע בלוט, און די מוסקלען, וואס יעדע טוט א אנדערע פעולה און בייגט זיך אנדערש. נערוון, וואס יעדע נערוו מאכט עפעס אנדערש שפירען.

ווי איך פארשטיי ווערט דאס וואס דו רעדסט אנגערופן פיזיקס, סייענס מיינט בעיקר אויף נאטור, פון אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי אז אויב מ'צוברעכט א טעלער צוברעכט זיך דאס, און ווי אזוי, ביז אסטראנאמיע און אלעס אינצווישן, די אלע גמרות פון מס' ר"ה וואס רעדן פון הלכות קידוש החודש קען מען אויך רעכענען פון סייענס.

אויך אמאל געמיינט אזוי, באמת, פיזיקס האט נישט קיין שייכות צום פיזישן קערפער, אדער דער דאקטאר וואס ווערט גערופן א פיזישן. פיזיקס איז די סייענס פונעם צאמשטעל פון די יוניווערס, אלע אירע עלעמענטן, חשבונות און געזעצן וויאזוי זי ווערט געפירט.

די סטודי פונעם מענטשליכן קערפער הייסט אנאטאמיע.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג אפריל 08, 2018 5:04 pm

איך האב ב"ה נישט צעגערירט מיין קאמפיוטער במשך די גאנצע פארלאפענע דערעהויבענע ימי חג המצות העעל"ט, אבער היינט עפענדינג בין איך ערשטירטערט געווארן צי ליינען איבער די שווערע גזירה על החינוך וואס הויערט איבער אחב"י שבגולת אמעריקא, זאל דער אייבישטער עס באלד מבטל זיין, וגזירה עבידא דבטלי.

איך וויל אבער פארשטיין, איז דאס א סכנה נאר פאר מוסדות וואס וואס נעמען פאגראמען און פאנדס פון די רעגירונג, וואס דעמאלט קען מען זיך אפהאקן? אדער איז די מצב אזוי ווי אין ענגלאנד, וואס דארט איז דער שילטון גוזר שווערע גזירות על החינוך ועל הדת אויף יעדער אידישע מוסד, אפילו וואס נעמט נישט קיין געלטער, און האט שוין געשיקט אינספעקטאר רעדן מיט תלמידי תשב"ר ה"י?

אוועטאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אפריל 08, 2018 5:16 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער די פרעסע קאנפרענס ?
געהערט אז ס'גייט זיין ביי גערי און העריסאן ביי די נייע סקול (קולמא זאגט גערי און וואלבאויט ווייסט איינער ווי דאס איז..... ?) און וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
זאגן זאגן זיי אז פערל'ס די ארגענעזאציע פון אלע מוסדות שטייט אונטער דעם.

דער ערשטער רעכטס זעהט אויס ווי ר' משה אברהם גרינפעלד, און דער לעצטער לינקס איז ר' יואל פריעדמאן [בר"מ מנהל], ביידע פון UTA

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אפריל 08, 2018 5:20 pm

יהיה כן האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ווייסט איינער מער איבער די פרעסע קאנפרענס ?
געהערט אז ס'גייט זיין ביי גערי און העריסאן ביי די נייע סקול (קולמא זאגט גערי און וואלבאויט ווייסט איינער ווי דאס איז..... ?) און וואס איז טאקע פשט פון דעם ?
זאגן זאגן זיי אז פערל'ס די ארגענעזאציע פון אלע מוסדות שטייט אונטער דעם.

דער ערשטער רעכטס זעהט אויס ווי ר' משה אברהם גרינפעלד, און דער לעצטער לינקס איז ר' יואל פריעדמאן [בר"מ מנהל], ביידע פון UTA

דער רעדנער איז ר' אהרן (ב"ר מענדל) גרינבערג

גרויסע-גדולה
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 08, 2018 5:33 pm

לחם לשובע האט געשריבן:איך האב ב"ה נישט צעגערירט מיין קאמפיוטער במשך די גאנצע פארלאפענע דערעהויבענע ימי חג המצות העעל"ט, אבער היינט עפענדינג בין איך ערשטירטערט געווארן צי ליינען איבער די שווערע גזירה על החינוך וואס הויערט איבער אחב"י שבגולת אמעריקא, זאל דער אייבישטער עס באלד מבטל זיין, וגזירה עבידא דבטלי.

איך וויל אבער פארשטיין, איז דאס א סכנה נאר פאר מוסדות וואס וואס נעמען פאגראמען און פאנדס פון די רעגירונג, וואס דעמאלט קען מען זיך אפהאקן? אדער איז די מצב אזוי ווי אין ענגלאנד, וואס דארט איז דער שילטון גוזר שווערע גזירות על החינוך ועל הדת אויף יעדער אידישע מוסד, אפילו וואס נעמט נישט קיין געלטער, און האט שוין געשיקט אינספעקטאר רעדן מיט תלמידי תשב"ר ה"י?

עס איז א סכנה אפילו פאר מוסדות וואס נעמען נישט קיין פיאסטער.
ווילאנג דער מוסד טענה'ט נישט אז עס איז קעגן זייער רעליגיע צו לערנען סיי וועלכע לימודי חול , איז עס די אחריות פונ'ם סטעיט - ביי חוק - צו באקוקן די קוואליטי, און זיכער מאכן אז דאס איז פונקט אזוי גוט ווי אין פאבליק סקולס.

עס איז אבער ווייט נישט אזוי שלעכט ווי אין ענגלאנד, וואס דארט פראבירן זיי צו צווינגען אן עדיוקעישאן וואס זאל האבן די רוח פונ'ם גוי, נישט נאר מצד סטאנדארט פון אקאדעמיע, נאר מצד רוח חייהם און מהלך החיים. דאס איז דא נישט פארהאן, כן יעזור ה' להלאה.

וויסן זאלט איר אבער, אז די מטרה פון יאפפעד איז יא צו טוישן אונזער אופן החיים. עס זעט אבער נישט אויס אז זיי האבן א פראקטישע מהלך אין דעם, ואסביר ;
ווילאנג יאפפעד ארבעט אריין אין עקזיסטירנדע חוקים, האט דער גוי נישט קיין ברירה און ער מוז ענפארסן די חוק, אבער מער ווי דעם וועט דער גוי נישט טון. דער גוי וועט נישט טוישן די מטרת החינוך וועגן יאפפעד.

גרויסע-גדולה
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אפריל 08, 2018 5:39 pm

למען הקלאריטי
אין די NYC דעפ אוו עדיוקעישאן איז עס געווען בלית ברירה. מען האט זיי פראבירט צו צווינגען צו ענפארסען די חוק, און זיי האבן נישט באמת געוואלט.
יעצט אבער, מצד די סטעיט, איז דער פירער פון די עדיוקעישאן אליין אינטערעסירט דאס צו ענפארסען, און ממילא איז עס אסאך ערגער. עס איז נישט נאר מצד יאפפעד

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אפריל 08, 2018 5:42 pm

יאפפעד פארשטייט זיך איז נישט קיין וואטש דאג גרופע וואס זוכט צו פארזיכערן אז די גאווערמענט אינפארסירט זייערע אייגענע געזעצן, ער האט דא אן אגענדע, נאר ביז יעצט האט ער סך הכל געדארפט פארלאנגן פון די סטעיט אז זיי מוזן איינהאלטן דאס געזעץ, אבער יעצט האט ער א אפהיל בעטטעל מיטן דארפן איבערצייגן געזעץ געבער אז דער נייער חוק איז שעדליך אדער אומחריותדיג פאר די עתיד פון דעם נייעם דור.

און אויף צומאכן קאפוויי, גלייב איך אז צייט האט ער גענוג, און קיין סאך געלט ברויך ער נישט מיטן באקומען פרייע פאבליסיטי פון די מידיע צו לייגן דרוק אויף די באהערדע.

דער דעת הקהל אויף די גויאישע גאס איז מער גענויגט קעגן אונז ווי פאר אונז, ווענגלייך ס'איז נישט אזוי פארגיפטעט ווי אייראפע.

ה' ירחם

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג אפריל 08, 2018 5:50 pm

אין אייראפע איז אביסל ערגער.

די ליבעראלע ווילן איבעראל אויסרייסן רעליגיע, זיי ווילן מאכן אלע מענטשן גלייך, אבער ביי די רעכטע, איז דא א גרויסע חילוק, אין אייראפע זענען די רעכטע נאציאנאליסטן ערגער ווי די לינקע, זיי קוקן אן דעם איד און להבדיל דעם אראבער ווי פרעמדע, וועלכע שטעלן א סכנה פאר די קולטור, סא זיי האבן נאך מער פיינט דעם איד וכדו', אבער אין אמעריקע ווי אלע זענען אימיגראנטן זענען די רעכטע (נישט ארכי רעכטע) גאנץ רואיג, און עס שטערט זיי נישט אזוי פרעמדע רעליגיעס, אזוי מיין איך עכ"פ.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג אפריל 08, 2018 5:59 pm

גרויסע-גדולה האט געשריבן:למען הקלאריטי
אין די NYC דעפ אוו עדיוקעישאן איז עס געווען בלית ברירה. מען האט זיי פראבירט צו צווינגען צו ענפארסען די חוק, און זיי האבן נישט באמת געוואלט.
יעצט אבער, מצד די סטעיט, איז דער פירער פון די עדיוקעישאן אליין אינטערעסירט דאס צו ענפארסען, און ממילא איז עס אסאך ערגער. עס איז נישט נאר מצד יאפפעד

יאפפעד האט אויף געוועקט דעם בער, והדבר פשוט.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 08, 2018 6:23 pm

די מעשה איז אז סיי די סיטי און סיי די סטעיט בעצם גייט בכלל נישט אן ווילאנג קיינער מישט נישט און אילו דער סטיט עדיוקעישן חברהמאנטע גייט ׳׳עכט׳׳ אויך נישט אן נאר מוז זיך צושטעלן צו די געזעצן.
אזויווי עס איז לדאבונינו דא קאפווייטאג מוזן די חברה ווייזן אז זיי טוען עפעס
וואס דא איז אבער געשען און די לעצט פאר חדשים איז עז פאללאוס:
ראשית כל האט די סטעיט אף ניו יארק קיינמאל נישט אריינגעלייגט בכלל א סעיף אין הלכות עדיוקעשן קיין פרטים און עס געלאזט פאר יעדן מאן דהוא עכט צו דיסיידן וואס עס מיינט
והשנית די סיטי/סטעיט האט נישט געהאט קיין שום מעקאניזם צו ענפארסן
עטליכע יאר צוריק האבן די חברה וואס פייטן פאר זייערע רעכטן צו האלטן אז עכט שטאמען זיי (אדער זענען זיי גאר די מיסניג לינק) יא פון מאנקיס אריינגעגעבן א קלאגע אקעגן די סטעיט אף ניו יארק (די קלאגעס און אנדער פארהאנדלונגען אז פאר א צווייט מאל) און קעגן די מוסדות אויף פארשידענע חלקים אז מען קומט נישט נאך די געזעץ פארלאנגען אויף דאס וואס עס שטייט אין פלעין ענגלישער שפראך
די סטעיט/סיטי איז געגאנגען און געשיקט בריוון צו די מוסדות מיט פארשידענע קשיות אז די מוסדות זאלן מסביר זיין וויאזוי זיי קומען נאך די פארלאנגען.

יעצט זענען געקומען חברה און געוואלט אריינלייגן אז כדי נאכצוקומען מיטן געזעץ און הייסן א סקול מוז עס נאכקומען די 12 זאכן וואס איז געווארן רעדוצירט צו 4 אבער מיט א סעיף קטן אז די קאמישאנער אז דער סוף פסוק אויף די פיר זאכן
וואס די טובה איז פארשטייט זיך זעט יעדער און די גרעסטע ראי׳ ווי ווייט די מאנקי אייניקלעך האבן געשאלטן
די פאטענשל פראבלעם איז אז עס געט אן ענפארמענט מעקאניזם פאר די סטעיט
אויב דער קאמישאנער וועט נישט האבן היעט (אנלייקלי) וועט עם בכלל נישט אנגיין
אויב יא קען עס ׳׳דערווייל׳׳ מאכן א פראבלעם פאר מוסדות לגבי פארשידענע פראגראמען

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג אפריל 08, 2018 6:25 pm

ביז היינט איז די געזעץ געווען אויף די זייט פון די רשעי ישרא, משאכ היינט נישט.

אפילו זיי לייגן לחץ דארף דער פאליטישאן זיין משוגע זיך אריינצומישן אין די חרדישע לימודים ווען די געזעץ פארלאנגט עס נישט

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג אפריל 08, 2018 6:27 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:די מעשה איז אז סיי די סיטי און סיי די סטעיט בעצם גייט בכלל נישט אן ווילאנג קיינער מישט נישט און אילו דער סטיט עדיוקעישן חברהמאנטע גייט ׳׳עכט׳׳ אויך נישט אן נאר מוז זיך צושטעלן צו די געזעצן.
אזויווי עס איז לדאבונינו דא קאפווייטאג מוזן די חברה ווייזן אז זיי טוען עפעס
וואס דא איז אבער געשען און די לעצט פאר חדשים איז עז פאללאוס:
ראשית כל האט די סטעיט אף ניו יארק קיינמאל נישט אריינגעלייגט בכלל א סעיף אין הלכות עדיוקעשן קיין פרטים און עס געלאזט פאר יעדן מאן דהוא עכט צו דיסיידן וואס עס מיינט
והשנית די סיטי/סטעיט האט נישט געהאט קיין שום מעקאניזם צו ענפארסן
עטליכע יאר צוריק האבן די חברה וואס פייטן פאר זייערע רעכטן צו האלטן אז עכט שטאמען זיי (אדער זענען זיי גאר די מיסניג לינק) יא פון מאנקיס אריינגעגעבן א קלאגע אקעגן די סטעיט אף ניו יארק (די קלאגעס און אנדער פארהאנדלונגען אז פאר א צווייט מאל) און קעגן די מוסדות אויף פארשידענע חלקים אז מען קומט נישט נאך די געזעץ פארלאנגען אויף דאס וואס עס שטייט אין פלעין ענגלישער שפראך
די סטעיט/סיטי איז געגאנגען און געשיקט בריוון צו די מוסדות מיט פארשידענע קשיות אז די מוסדות זאלן מסביר זיין וויאזוי זיי קומען נאך די פארלאנגען.

יעצט זענען געקומען חברה און געוואלט אריינלייגן אז כדי נאכצוקומען מיטן געזעץ און הייסן א סקול מוז עס נאכקומען די 12 זאכן וואס איז געווארן רעדוצירט צו 4 אבער מיט א סעיף קטן אז די קאמישאנער אז דער סוף פסוק אויף די פיר זאכן
וואס די טובה איז פארשטייט זיך זעט יעדער און די גרעסטע ראי׳ ווי ווייט די מאנקי אייניקלעך האבן געשאלטן
די פאטענשל פראבלעם איז אז עס געט אן ענפארמענט מעקאניזם פאר די סטעיט
אויב דער קאמישאנער וועט נישט האבן היעט (אנלייקלי) וועט עם בכלל נישט אנגיין
אויב יא קען עס ׳׳דערווייל׳׳ מאכן א פראבלעם פאר מוסדות לגבי פארשידענע פראגראמען

קאררעקט. אבער אפילו אזוי "מיז" דער קאמישינער נישט טוישן, מטעם די חוק קען ער עס לאזן אזוי, ער "קען" אויב ער וויל.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אפריל 08, 2018 6:54 pm

אזויפיל האבן ליידער רשעי עמינו אויפגעטון אז סטעיט באאמטע קוקן בכלל היינט מיט גרעסערע גלעזער און עס איז ליידער דא רעזולטאטן וואס מאכט מוסדת סתם האבן קאפווייטאג לדוגמא נייע לייסענסינג ריקווייערמענטס וואס קומען אריין אין דזשוליי וואס מוסדות האבן געמוזט שווענדען א טאטעל פון מיליאנען דעם לעצטן יאר אלעס ווייל זיי קוקן מיט אנדערע גלעזער ווייל זיי זענען נישט אינטעירסירט צו העלפן. דער עטיטוד בכלל האט זיך דראסטיש געטוישט מצד די שטאט לעצטנס

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:50 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:למען הקלאריטי
אין די NYC דעפ אוו עדיוקעישאן איז עס געווען בלית ברירה. מען האט זיי פראבירט צו צווינגען צו ענפארסען די חוק, און זיי האבן נישט באמת געוואלט.
יעצט אבער, מצד די סטעיט, איז דער פירער פון די עדיוקעישאן אליין אינטערעסירט דאס צו ענפארסען, און ממילא איז עס אסאך ערגער. עס איז נישט נאר מצד יאפפעד

ר' חיים דוד צוויבל זאגט אויף כל מבשר אז איז זייער אין גוטן מיט די קאמישענער און האט דארט גוטע קאנעקשענס, ער רעדט פון די סטעיט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 09, 2018 12:53 am

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:איך האב ב"ה נישט צעגערירט מיין קאמפיוטער במשך די גאנצע פארלאפענע דערעהויבענע ימי חג המצות העעל"ט, אבער היינט עפענדינג בין איך ערשטירטערט געווארן צי ליינען איבער די שווערע גזירה על החינוך וואס הויערט איבער אחב"י שבגולת אמעריקא, זאל דער אייבישטער עס באלד מבטל זיין, וגזירה עבידא דבטלי.

איך וויל אבער פארשטיין, איז דאס א סכנה נאר פאר מוסדות וואס וואס נעמען פאגראמען און פאנדס פון די רעגירונג, וואס דעמאלט קען מען זיך אפהאקן? אדער איז די מצב אזוי ווי אין ענגלאנד, וואס דארט איז דער שילטון גוזר שווערע גזירות על החינוך ועל הדת אויף יעדער אידישע מוסד, אפילו וואס נעמט נישט קיין געלטער, און האט שוין געשיקט אינספעקטאר רעדן מיט תלמידי תשב"ר ה"י?

עס איז א סכנה אפילו פאר מוסדות וואס נעמען נישט קיין פיאסטער.
ווילאנג דער מוסד טענה'ט נישט אז עס איז קעגן זייער רעליגיע צו לערנען סיי וועלכע לימודי חול , איז עס די אחריות פונ'ם סטעיט - ביי חוק - צו באקוקן די קוואליטי, און זיכער מאכן אז דאס איז פונקט אזוי גוט ווי אין פאבליק סקולס.

עס איז אבער ווייט נישט אזוי שלעכט ווי אין ענגלאנד, וואס דארט פראבירן זיי צו צווינגען אן עדיוקעישאן וואס זאל האבן די רוח פונ'ם גוי, נישט נאר מצד סטאנדארט פון אקאדעמיע, נאר מצד רוח חייהם און מהלך החיים. דאס איז דא נישט פארהאן, כן יעזור ה' להלאה.

וויסן זאלט איר אבער, אז די מטרה פון יאפפעד איז יא צו טוישן אונזער אופן החיים. עס זעט אבער נישט אויס אז זיי האבן א פראקטישע מהלך אין דעם, ואסביר ;
ווילאנג יאפפעד ארבעט אריין אין עקזיסטירנדע חוקים, האט דער גוי נישט קיין ברירה און ער מוז ענפארסן די חוק, אבער מער ווי דעם וועט דער גוי נישט טון. דער גוי וועט נישט טוישן די מטרת החינוך וועגן יאפפעד.

איך ווייס נישט וויפיל טענה'ן אז עס קעגן די רעליגע וואלט געהאלפן, פרידאם אוו רעלידזשען איז נישט אזוי פשוט ווי ממיינט, עיין ערך מציצה בפה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

גרויסע-גדולה
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:00 am

צל עובר האט געשריבן:

דאס איז אן ענין וואס די Amish האבן שוין אויסגעפייט. זיי האבן נישט קיין סקול בכלל נאך א געוויסע יארגאנג.
ווי דו קענסט זען אויף דער לינק

http://amishamerica.com/why-do-amish-on ... 8th-grade/
איז דאס שוין געווען ביי די סופרים קארט, און זיי האבן געוואנען.
ביזט גערעכט מיט דעם אז עס איז נישט פשוט.
און אונזערע מוסדות און גדולי התורה גייען נישט אין יענע דירעקשאן. אבער נישט ווייל עס איז נישט פשוט , נאר ווייל זיי האלטן אז לימודי חול איז באמת נישט קיין פראבלעם. אויב וואלטן זיי געהאלטן אז עס איז א פראבלעם, וואלטן זיי געגאנגען דעם שווערן וועג.

אוועטאר
צל עובר
שר האלף
תגובות: 1826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:09 am

אבער די געזעץ האט ביז היינט פארלאנגט לימודי חול וואס איז יא א פראבלעם, די איבעריגע אכט זאכן וואס מ'האט געמאכט אז מברויך נישט לערנען.

וואס לערנען די עמיש, און ביז וועלכע עידזש?
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:18 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:ראשית כל האט די סטעיט אף ניו יארק קיינמאל נישט אריינגעלייגט בכלל א סעיף אין הלכות עדיוקעשן קיין פרטים און עס געלאזט פאר יעדן מאן דהוא עכט צו דיסיידן וואס עס מיינט

וואס הייסט? איז נישט געווען די געזעץ אז מען דארף לערנען 12 סאבדזשעקטס?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג אפריל 09, 2018 11:35 am

מענין לענין, ווען מהר"א איז געווען א קליין אינגל אין חדר, איז ער אמאל געקומען וויינען צום פרינציפל אז דער טיטשער (א גוי) איז א רשע מרושע... פרעגט דער פריניצפל וואס גייט פאר ?

זאגט ער אז מהאט געלערנט ביי ענגליש פון די הימל, און ער האט געזאגט פארן טיטשער אז דער רבי האט געלערנט אין חדר אז עס איז דא 7 הימלען.... האט דער טיטשער זיך גענומען חוזק מאכן פון אים און געפרעגט, אויב מוויל וויסן וויפיל וויידלעך א הונט האט, וואס טוט מען ? מציילט עס אפ, סא גיי ארויס און צייל אפ וויפיל הימלען עס איז דא....

בקיצור סאיז געווארן א איבערקערעניש, מהאט געמאכט א מיטינג מיט די אנדערע טיטשערס און מהאט טאקע באשלאסן אז דער טיטשער איז נישט גענוג סענסעטיוו, און מהאט אים אפגעזאגט....

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

#MosterDoesNOTSpeakForMe

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:13 pm

Hashtag
#MosterDoesNOTSpeakForMe
is going viral now on twitter
צוגעלייגטע
moster 1.PNG
moster 1.PNG (389.21 KiB) געזעהן 1104 מאל
moster 2.PNG
moster 2.PNG (45.33 KiB) געזעהן 1104 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: john, private, איש האשכולות, הערשקא, זזה, יש ברירה, לעבט אין לאכט, מנטריאל, משה צימערינג, צווייפעל און 51 געסט