נייעס און אלעס ארום Elon Musk

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:23 pm

ארום די זייגער האט געשריבן:שכח! קיפ איט קאמינג!


גם אני מצטרף

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:45 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
ארום די זייגער האט געשריבן:שכח! קיפ איט קאמינג!


גם אני מצטרף

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:59 pm

געוואלדיג דער רבי איז נארמאל, מען מאכט גאנצע 20% פראפיט, יעי.

שכח @טינק ענד טענק פארן פארעכטן.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 1:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:40 pm

ספעיס עקס און באורינג פארדינען געלט?
אויב יא, גייט דאס אויכעט אונטער טעסלא? איז עס א באזונדערע קאמפעני? פריוואט?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 11:40 pm

ספעיסעקס איז פריוואט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:08 am

Wow! דער דערבארימדיגער קומט אריין קלאר.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:09 am

צל עובר האט געשריבן:געוואלדיג דער רבי איז נארמאל, מען מאכט גאנצע 20$ פראפיט, יעי.

צ''ל 20%
Innocent until proven Republican

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:49 am

והעיקר שכחתי
Think and Thank האט געשריבן:Wow! דער דערבארימדיגער קומט אריין קלאר.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 9:10 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:טעסלע האט פאראיאר פארקויפט 100,000 קארס, היי יאר רעכענען זיי צו פארקויפן 340,000 .

אינעם איצטיגן קווארטאל האט טעסלע פארדינט 20 פראצענט פראפיט אויף די מאדעל 3 קארס (ד.מ. אויב רעכענט מען די פולע קאסט צו פראדוצירן די קארס, און די סכום פאר וויפיל עס האט זיך פארקויפט, האבן זיי געמאכט פראפיט 20 פראצענט)


די 340,000 איז אריינגערעכנט used קארס?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 11:39 am

דערבארעמדיגער, אילאן בכבודו שיקט דיר אן הארציגע דאנק:

ElonMusk@
Massive thanks to Tesla owners & supporters. We wouldn’t be here without you.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:45 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:דערבארעמדיגער, אילאן בכבודו שיקט דיר אן הארציגע דאנק:

ElonMusk@
Massive thanks to Tesla owners & supporters. We wouldn’t be here without you.


;l;p-

טענקס דערבארעמדיגער!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 2:29 pm

יישר כח פאר אלע דאנקען אין באגריסונגען.

-מיין נאטיץ איבער 340000 קארס שטימט עפעס נישט, טעסלא האט פארקויפט אביסל מער ווי 154,111 קארס אין די ערשטע דריי קווארטאלן, איך גלייב נישט אז זיי פלאנען צו פארקויפן מער ווי 100,000 קארס אינעם פערטן קווארטאל.

@ ראקעט קראמפלי, ספעיס עקס אין באורינג מאכן נישט קיין געלט און זיי האבן קיין שייכות מיט טעסלע'ס פינאנצן, (אלץ א שותף מיט מאסק אינעם "ראקעט" קאמפאני אין טעסלע מיט איר "קראמפל" זאון וואלסטו דאס געמעגט וויסן)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 2:57 pm

ספעיס עקס איז געשאצט דורך אלע שאצונגען צו זיין ווערט איבער 25 בילליאן דאלער.

מאסק האט עס קיינמאל נישט געוואלט ארויסלייגן אויפן סטאק מארקעט זאגענדיג אז עס גייט נאך דויערן זייער לאנג ביז מען גייט מאכן פראפיט, און ער וויל נישט האבן די פרעשור פון סטאק מארקעט אינוועסטארס, מיט ארום 2 יאר צירוק ווען מען האט גערעדט פון די נושא האט ער געזאגט אז טעסלע וואלט סאך בעסער געפארן אויב זיי וואלטן נישט געווען אויף די סטאק מארקעט.

היינט איז ספעיס עקס אין די נייעס אז זיי זיכן צו באקומען א הלוואה פון 500 מילליאן דאללער.

אצינד קומט מיין פאלגענדע שפעקולאציע:
טעסלע האט מאנטאג געמאלדן פלוצלינג פון איין מינוט אויף די אנדערע אז זיי גייען מעלדן זייערע פארדינסטן מיטוואך אוקטאבער 24 למס' דאס איז געווען א שטיקל סורפרייז ווייל טעסלע ווארט אלעמאל ביז א חודש שפעטער צו באריכטן זייערע רעזולטאטן, ד.ה. געווענליך באריכטן זיי פארדינסטן אין נאוועמבער. נאכמער מען מעלדעט נישט פון איין מינוט אויפן צווייטן אז די רעפארט קומט ביז 2 טעג, געווענליך זאגט 2 וואכן פאראויס ווען די רעפארט גייט ארויסקומען. האט מען זיך געבראכן קאפ צו פארשטיין וואס איז ד די איילעניש?

כמדומני אז די ענטפער איז: ספעיס עקס האט געדארפט געלט! היינט איז מאסק א קרעדיבעל סוקסעספולער ביזנעס מאן, היינט קען מען אים טראסטן מיט א דאללער, נעכטן פאר די טעסלע האט ארויסגעגעבן זייערע נומבערס איז נאך מאסק געווען א פארהוילענע חלום וואס האט געווארט אויף א פתרון, נישט זיכער אז איינער וואלט אים געטראסט מיט א פינעף הינדרעט מילליאן דאלערדיגע הלוואה, ספעיס עקס געברויך פאר געלט האט לכאורה צוגעאייל טעסלא ארויסצוגעבן ווי פריער איר רעפארט.

(ראקעט קראמפלי, וואס פרעגסטו? אויב ספעיס עקס איז אינטער טעסלע? די ענטפער איז אז אומדירעקט זענען זיי פארבינדן...)

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 3:05 pm

שטארק מסתבר'דיגע סברא.

שכח דערבארעמדיגער פאר די אפדעיטס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:11 pm

דערבארעמדיגער, ס'איז געשמאק אייערע באריכטן!
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 4:54 pm

חלהדעקל האט געשריבן:דערבארעמדיגער, ס'איז געשמאק אייערע באריכטן!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:16 pm

יעדן איינציגן טאג איז דא אינטערעסאנטס ארום מאסק, איך בין פויל אראפצושרייבן אלעס...

פרייטאג האט ער געשאסן טוויטס, נישט געפערליך אבער אויך נישט איינגעהאלטן, צווישן אנדערע זאכן זאגט ער אז זיין 20 מילליאן דאלערדיגע טוויט איז ווערט געווען, און אז די אויספארשונג פון יוסטיץ דעפארטמענט איז total BS .
אבער - דא קומט די עיקר- ביים ענדע פון טאג האט ער געמאלדן אז ער סיינט זיך ארויס פון טוויטער פאר א פאר טאג, ווארשיינליך איז דאס א געצווינגענע אקט דירעקט אדער אומדירעקט, נאכפאלגן פון די SEC קעיס, דערמיט האט מאסק זיך אנגעשלאסן להבדיל מיט "מטעמים" "טריסקער" ועוד וואס האבן פארלאזט אייוועלט...

---
טעסלע סטאק איז נאך אלץ אנגענומען אלץ א אויסטערלישע ריזיקאלישע סטאק, אבער עס איז אינו דומה צו די אנגענומענע בליק וואס אינוועסטערס האבן געהאט אויף טעסלע לעצטע וואך.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:02 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
-מיין נאטיץ איבער 340000 קארס שטימט עפעס נישט, טעסלא האט פארקויפט אביסל מער ווי 154,111 קארס אין די ערשטע דריי קווארטאלן, איך גלייב נישט אז זיי פלאנען צו פארקויפן מער ווי 100,000 קארס אינעם פערטן קווארטאל.


מאסק שרייבט אזוי און זיין בריוו אבער עפעס פעלט מיר דא, עפעס א סימפל טעות מאך איך לכאורה וואס לאזט מיר נישט גלייבן די נומבערס.

http://ir.tesla.com/static-files/725970 ... 2d4045f799

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:17 pm

מאסק זאגט אז ביז 6 וואכן וועט טעסלע ארויסלייגן א נייע אינטערעסאנטע פיטשער צו זייערע קארס, מען וועט קענען שטיין אין א גרויסע פארקינג לאט, און דרייווען די קאר פונעם טעסלע עפפ אויפן סמארטפאון אז די קאר זאל זיך ארויסרוקן צום דרייווער דארט ווי דער דרייווער שטייט, עס וועט נאכגיין דעם דרייווער ווי א כלב'ל גייט נאך איר באלעבוס...

טעסלע ארבעט אוי אז א קאר זאל זיך קענען אליין פארקירן אין סיי וועלכע פארקינג לאט, דער פלאן איז אז דער דרייוער זאל איבערלאזן דעם קאר ביים טיר פון פארקינג לאט און דער קאר זאל אליין ארומפארן אויפזיכן א ליידיגע פארקינג סלאט, און זיך פולשטענדיג אליין פארקירן, עס וועט אויך אפליינען אלע סיינס און פארשטיין די אנווייזונגען ווי מען מעג אדער מען מעג נישט זיך פארקן.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:04 am

דאס האט אילאן ארויסגעשיקט

͏͏I'm giving 10 000 Bitсoin (BTС) tо аll co͏mmunity!

͏͏I left the post of ͏director of Tesla, thаn͏k yоu аll for your support!

͏͏I decided to make the biggest cryptо-givеaway in the world, for all my rеadеrs who use Вitcoin.

͏͏͏Participаtе in giveaway - musk.plus

מענטשן שרייבן אז זיי האבן טאקע באקומען ביז פערציג ביטקאוינס
אנדערע שרייבן עס איז א פראוד
איינער מיט מער פרטים?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:14 am

יעצט זע איך אז עס איז א פאלטשע טוויטער אקאונט וואס האט געמענעדזשט זיך צו שאפן א בלויען שטערנדל, ווייסט דער אייבערשטער וויאזוי.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 1:07 pm

איך בין שוין פערטיג מיט מיין דעקונג איבער מאסק...
ווער עס איז אינטערעסירט קען זען דא א אינטערוויו פון מאסק וואס איז פובליצירט געווארן פארגאנגענעם פרייטיג, דער איז א גוי ווי אלע גויים, אבער קיין משוגענער איז ער נישט!

די אינטערוויו שטעלט אים צירוק אין פלאץ גענצליך אפשאקלענדיג די מאראסט וואס האט זיך אויף אים אנגעשמירט און די לעצטע יאר צייט.

ער רעדט פון ספעיס עקס פארשריט, טעסלע פארשריט, ער טענה'ט זייער שטארק אז קיינער האלט נישט אזוי ווייט ווי טעסלע אינעם געביט פון סעלף דרייווינג קארס, אויך אינטערעסאנט צו הערן איבער בארינג קאמפאני , וויאזוי זיי קענען זיין בעסער פון אנדערע טונעל גרעבער, בקיצור, אינטערעסאנט.

אין די ערשטע פאר מינוט רעדט ער גאר שטארק איבער די באגלויבטקייט פון די מידיע, טראמפיסטן וואלטן עס הנאה געהאט צו הערן, ובכלל ווער עס האט ליב צו הערן ווי איינער איז שטארק ביי א אינטערוויו וואלט לכאורה געגליכן די אינטערוויו.
אבער געדענקט אז דאס איז 2 טיפיקל סיליקאן וואלי מענטשען ווי די געמיינזאמע פארשטענדעניש איז גאר לינק, און ווי עס איז אנגענומען בהחלט אז אויל קארס מאכט חרוב די וועלט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

The Brick Store LLC

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:08 pm

היינט איז נתגלה געווארן מאסק'ס לעצטע קאמפאני וואס ער האט געעפענט: א ציגל סטאר! יאפס, ער פראדוצירט און פארקויפט ציגל...

מאסק רעכנט אז די קאסט פון אוועקפירן און פטור ווערן פון זאמד, באטרעפט ארום 15 פראצענט פון טונעל גרובעריי קאסט.

נו, ער וויל דאך אראפברענגן די קאסט פון גרובען טונעלן, איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה צו מאכן ציגל פון די אויס'געגרובענע ערד, און עס פארקויפן... ער האט שוין אפגעדינגן א לאקאציע פאר די ערשטע געשעפט.

----
די עיקר קאנצעפט פון באורינג קאמפאני איז: די איצטיגע טונעל מאשינערי זענען זייער שלעכט אינזשענירט, אלזא באורינג קאמפאני זיכט דראמאטיש צו טוישן די באורינג מאשין און אזוי ארום דראמאטיש אראפברענגן די טאטאלע קאסט פון גרובען א טונעל.

ווי געשריבן אויבן איז ערווארטעט אז די ערשטע טונעל וועט זיך עפענען DEC 10 למספרם, נעכטן האט באורינג קאמפאני געמאכט א דורכבראך אין פולען באדייט פון ווארט ווען די באורינג מאשין האט דורכגעבראכן די ענד פונעם טונעל, און אצינד איז די גראב ארבעט פארטיג.

מאסק שאצט אז די גאנצע ארבעט - אן אריינרעכענען די עקוויפמענט וואס מען האט איינגעקויפט- האט געקאסט בלויז 10 מילליאן דאללער!

אגב, מאסק זאגט אז מען קען דראמאטיש פארבעסערן די גאנצע קאנסטראקשן אינדוסטרי און שטארק אראפברענגן די פרייז פון בויען גרויסע בילדינגס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift און 37 געסט