נייעס און אלעס ארום Elon Musk

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:36 pm

שטותים, די נסיעה קומט פאר אין עטליכע חדשים ארום.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:45 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:יאפאנעזער ביליאנער יוסאקו מאאיזאווא איז דער גליקליכער געווינער צו זיין די ערשטע טוריסט צו די לבנה אין היסטאריע, געגאנגען, מען הייבט זיך ביז אפאר מינוט!


נישט ריכטיג. היינט האט ער עס געמאלדן אבער די טריפ גייט זיין אין די נייע BFR פאסאדזשיר ראקעט און די ערשטע BFR טריפ איז געסקעדזשולט אויף 2023. זעה מער איבער די BFR דא

דער האט שוין געגעבן א דעפאזיט, מסתם אין די צענדליגער אדער הונדערטער מיליאנען.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:30 pm

ריכטיג.

דער יוסאקי איז א שניט דיזיינער, און ער פלאנט מיטצונעמען 6 ביז 8 ארטיסטן, זײ זאלן באקומען איידיעס פאר זייער ארט. א זינגער, א שפילער, א פאטאגראפירער, א מאווי דירעקטאר, אן ארכיטעקטאר, וכו'.

יעצט הייבט ער אן א מאסיווע זוך אקציע פאר די בעסטע ארטיסטן... פאר די פראדזשעקט האט ער געעפענט א קאמפיין #DearMoon מיט די וועבזייטל https://dearmoon.earth
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:39 pm

איך מיין ער זאל איבער לאזען עפעס פון די בעסטע דא אויך זשאסט אין קעיס...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:31 pm

טעסלא סטאק האט היינט ווידעראמאל געכאפט א גליטש נאך באריכטן אז ער/די קאמפאני שטייט אויס א קרימינאלע אויספארשונג איבער זיין טוויט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 3:55 pm

ביז היינט זענען בלויז 24 מענטשן אנגעקומען ביזן לבנה, די לעצטער איז געווען אין די אנהייב 1970'ס, כ'מיין אז 74.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:29 pm

ווישוואש האט געשריבן:טעסלא סטאק האט היינט ווידעראמאל געכאפט א גליטש נאך באריכטן אז ער/די קאמפאני שטייט אויס א קרימינאלע אויספארשונג איבער זיין טוויט.

זיך שיין און שנעל צוריק געכאפט.

איך ווייס נישט פארוואס אינוועסטערס לערנען זיך נישט אויס אז מאסק און דראמא גייען צוזאמען און עס איז נישט דא וואס זיך צו זארגן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:59 pm

מאסק האט זיך שוין נארמאליזירט. ער איז געווען צושטרויבעלט/ צוהיצט/ צופידעלט פאר די לעצטע 9 חדשים. אבער לויט מיין פארשטאנד האט ער געכאפט א גוטע טיפע שלאף לעצטענס און ער איז צוריק דער אלטער מאסק, הייפער אבער פראפעסיאנאל.

דאס איז מיין פריוואטער אנאליז, אין איז געבויט אויף עטליכע ערשיינונגען פון די לעצטע 2 וואכן. אריינגערעכנט דער אינטערוויו ווי ער האט גערעדט מיט PASSION ווי איידער אגרעסיוו, דער סמאוק איז רעגולאר מאסק, נאטינג ספעציעל. ער האט געשיקט א אימעיל צו אלע טעסלא ארבעטער ווי ער האט ערשיינט מיט זיינע אלטע פארבן, ער האט דערביי געראטן אז טעסלע ארבעטער זאלן איגנארירן די מידיע פאר א וויילע, אנדערש ווי די לעצטע שטיק צייט ווען זיינע אימעילס האבן פארדאמט די שונאים און אראפגעריסן די מידיע.

הלוואי ווען מאסק זאל האבן איגנארירט די מידיע און די לעצטע 9 חדשים

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:59 pm

פאר איינער מאכט אוועק דעם פערשוין זאל ער אין אכט נעמען די דערגרייכונגען פון מאסק בלויז אין די לעצטע חודש.


- נאסא האט געמאלדן פלענער פון א נייע ספעיס סטאנציע נאנט צו די לבנה, אומדירעקט האבן זיי באשטעטיגט אז דער פלאן איז צו פארדאנקן אילאן מאסק, נאכזאגענדיג טייל פון זיינע סטעיטמענטס שלא בשם אומרו.
-ער האט שוין א דעפאזיט פאר א לבנה מיסיע...
- טעסלע מאדעל 3 האט היינט באקומען א 5 סטאר רעיטונג פון די רעגירונג אין אלע הינזיכטן, דאס איז די דריטע קאר צי באקומען אזא גוטע רעיטונג, די ערשטע 2 זענען טעסלע מאדעל S און טעסלע מאדעל X
-לויט מערערע רעכענונגען: טעסלע מאדעל 3 איז געווען די 5# בעסט פארקויפטע סעדאן קאר אין די USA אום אויגוסט, ניסאן אלטימא איז נומבער 7. נאכמער מאדעל 3 האט געהאט מער סעילס ווי אלע BMW סעדאן קארס צוזאמען, דאס רעכענט אריין עטליכע מאדעלס פון BMW.
איך מיין דאס איז געניג אנציווייזן אז דער מענטש מאכט א "ריעל" מהפכה נישט בלויז דראמא.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:08 pm

BFR איז שוין אין די נייעס מער ווי 2 יאר. דער עולם ווייסט וואס BFR מיינט?

עס מיינט אז מאסק איז אנדערש פון א נארמאלע CEO. אלץ געווען. נאר זיינע ווילדע אטאקעס און מלחמות פון די לעצטע שטיק צייט איז א נייע וויירוס וואס ער האט ווארשיינליך געכאפט ביי זיינע מיטינגען מיט טראמפ. עס האט מיר געבאדערט (אלץ א אינוועסטאר אין טעסלע) אבער עס זעט מיר אויס ווי ער האט זיך עפעס געכאפט ביים קאפ אז דאס טויג נישט

זיך אויף גוגל וואס BFR מיינט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:31 pm

דו ביסט פיין מיט דיינע אנאליזן, ס'קוקט אויס דו ווילסט ער זאל מצליח זיין...

(איך וויל אויך...)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:31 pm

אגב, די גאנצע לבנה מיסיע איז נאכנישט 100 פראצענט אויסגערעכענט, עטליכע דעטאלן אינעם ראקעט דארף נאך ווערן אויסגעארבעט, און די טיימליין איז פארזיכערט פאר טוישונגען, מאסק האלט זיך נישט נאנט מיטן זייגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:35 pm

ממה נפשך האט געשריבן: ס'קוקט אויס דו ווילסט ער זאל מצליח זיין...

(איך וויל אויך...)

ריכטיג. איך האב געלט אין TSLA אוודאי וויל איך ער זאל מצליח זיין

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:48 pm

קודם א דאנק פאר דיינע זאכליכע באמערקונגען און פוינטס.

לגוף הענין, קיינער זאגט נישט אז מאסק איז אומגעלונגען אדער גאר אומקאמפעטענט. די נקודה וואס רודערט זיך אזויפיל בנוגע מאסק, איז דער פוינט אז ער טענה'ט אז זיינע סטאקס זענען ווערט מורא'דיג אסאך, כאטש דערווייל וועיסט ער ביליאנען יערליך, ווייל ווען ער וועט אנקומען איין טאג צו אנהייבן מאכן ריוח, וועט ער פארדינען זייער אסאך.

'נאר, לאמיר נעמען א דוגמא די דאט קאם באבל, איינער טענה'ט דען - צו האט דען אפילו איינער גע'טענה'ט דעמאלטס - אז טעק איז נישט די פיוטשער פון ביזנעס, און ווער עס וועט נישט זיין אויפגעסעט מיט א וועבסייט וועט ניטאמאל לעסטן א טאג אין ביזנעס? דער באבל איז אבער געווען, אז מען האט אינוועסטעט צופיל געלט אין א זאך וואס דער דירעקטער ריוח דערפון איז ניטאמאל האלב אזויפיל. דאס אז א ביזנעס וואס האט נישט קיין קארפארעישן געפיילט ביי די איי. אר. עס. קען נישט עקזיסטירן, מיינט נאכנישט אז מען קען צאלן א ביליאן טאלער דזשאסט צו פיילן א קארפארעישן... און ווען די שטויב האט זיך אנגעהויבן זעצן, האבן מענטשן געזעהן אז זיי האבן היבש איבערגעצאלט פאר רעלאטיוו זייער קליינע רוחים.

סעים אפלייס צו טעסלא, יעדער איז מודה אז ער קען אנקומען זייער ווייט, אבער מען טענה'ט אז אפילו ווען מען וועט אנקומען דערצו אז עס וועט שוין זיין ריוח, וועט מען האבן געוועיסט אזוי סאך געלט, און וואס וועט שוין זיין דער ריוח? וועט דאס דען זיין גענוג אפילו נאר צו קאמפענסעיטן פאר די שאדענעס? ער האט נאך דערווייל נישט באוויזן פראאף אז ער וועט קענען מאכן - און זיכער נישט פארקויפן - אזוי סאך פון זיינע פראדוקטן פאר אזא טייערן פרייז, אז עס זאל זיך האבן געלוינט צו פארלירן אזוי סאך געלט פאר אזויפיל יארן, און מען זאל נאך צום סוף מאכן אזוי סאך ריוח.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:56 pm

מעגליך אז דו ביזט גערעכט, אבער ווען מען נעמט אין באטראכט אז קיין שום אנדערע קאמפעני האלט דערווייל נישט נאנט צו די טעקנאלעדזשי פון טעסלע, און אויב וועט ער טאקע סוקסידן אונעם נאנטן ציקונפט וועט ער ווארשיינליך איבערנעמען די מארקעט, איז יא דא פארוואס צו טראכטן אז עס איז ווערט די געלט.

מאנכע טענה'ן אבער אז טעסלע איז בלויז א צוזאמשטעל פון אסאך סארטן טעקנאלעדזשיס וואס אנדערע האבן שוין אויך (חוץ די בעטערי אין וואס ער שטייט פיל ווייטער) און יעדע מינוט קען א צווייטע בעסער ארגענאזירטע קאמפעני אריין טאנצן און ער איז אווער.

אבער הכל מודים עס איז עי מעטטער אוו טיים, און אויב וועט אים עס נעמען צו לאנג, האט ער שוואכע שאנסן צו מאכן אמאל געלט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 3:41 pm

צולייגער האט געשריבן:'נאר, לאמיר נעמען א דוגמא די דאט קאם באבל, איינער טענה'ט דען - צו האט דען אפילו איינער גע'טענה'ט דעמאלטס - אז טעק איז נישט די פיוטשער פון ביזנעס, און ווער עס וועט נישט זיין אויפגעסעט מיט א וועבסייט וועט ניטאמאל לעסטן א טאג אין ביזנעס? דער באבל איז אבער געווען, אז מען האט אינוועסטעט צופיל געלט אין א זאך וואס דער דירעקטער ריוח דערפון איז ניטאמאל האלב אזויפיל.


איר רעדט צום זאך.

דער באבל איז געווען ווייל מען האט אנגעקוקט די צוקנופט פון טעק ווי גלייך עס איז שוין אט אט דא, למעשה איז מען נאך געווען היפש מער אינטערשטעליג מיט די ערפינדונגען ווי מען האט זיך געוואלט פארשטעלן. למעשה איז טעכנאלאגיע די גרעסטע ביזנעס היינט. אפילו ווארען באפעט איז מודה אז ער האט געמאכט א טעות מיט נישט אינאכט נעמען גוגל און עמעזאון באצייטענס, היינט איז ער טאקע פון די גרעסטע אינוועסטערס ביי עפל

עפל מאכט 50-60 בליאן דאלער און 3 חדשים! זיי מאכן ארום א דריטל דערפון אין ריינע פראפיט! ווי קען מען זאגן אז:
דער דירעקטער ריוח דערפון איז ניטאמאל האלב אזויפיל.


נישט טעכנאלאגיע דאן, אין נישט טעסלע היינט וועיסטן געלט, טעסלע איז שטארק קאנצעטרירט ווי אזוי צו שפארן געלט. קאפ און מח ווערט אריינגעלייגט אויפצוקומען מיט פרישע פאטענטן צו שפארן א דאללער. די געלט ווערט אריינגעלייגט און מאכן פארשריט, און טעסלע אינוועסטירט אינעם צוקנופט מער ווי סיי וועלכע קאר קאמפאני. די אישו איז אז עס נעמט צומאל זייער לאנג ביז מען זעט זיך מיט א פארטיגן פראדוקט.

טעסלע האלט סאך ווייטער פון אלע קאר קאמפאניס און עטליכע ענינים. ווי געזאגט עס איז שוין יעצט די מערסט סעיף קאר, שוין יעצט די מערסטע "פאן" שוין יעצט א ברענד נעים וואס מענטשן חלש'ן צו האבן. אבער די עיקר קוקט מען אויפן צוקנופט, מיין פערזענליכע שוואכקייט איז אז איך זע זאכן וואס גייען הערשט זיין סאך שפעטער ווי גלייך עס איז שוין "אראונד די קארנער" אבער טעסלע איז די ווייטסטע שוין דארט. (סעלף דרייווינג זענען זיי נישט די ווייטסטע, אבער זיי האבן א אייגענארטיגע מהלך וואס קען האבן פיל זייטיגע בענעפיטן אנטקעגן אנדערע סיסטעמס )

די פראבלעם פון רוב שווארץ קוקער איז אז זיי זען נישט קיין צוקנופט. זיי זעען נאר הארטע באווייזן. (וויפיל קארס האט מען דעליווערט? גייט מיך נישט אן וואס עס קען זיין מארגן! )

למשל טעסלע האט אינוועסטירט בילליאנען דאללער אין זייער פראדוקציע ליניע פונעם מאדעל 3, די געלט איז געווען א איינמאליגע אינוועסטמענט (אייזענע מאשינעריע, סאפטוועיר פאר די מאשינען, בילדינגס ווי צי ארבעטן וכדו') יעצט אויב וועט טעסלע ניצן די נכסים פאר 10 יאר וועט דויערן א שטיק צייט ביז זיי מאכן א פראפיט דערויף, אבער מען קען ישט זאגן אז זיי האבן געוועיסט געלט ווייל יעצט מאכן זיי נאכנישט פראפיט

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:36 pm

אמת, דער אויסדרוק "געוועיסט" איז נישט ריכטיג. עס וואלט געפאסט צו שרייבן דערלייגט (האפנטליך נאר צייטווייליג).

צום עצם ארגומענט, קודם, צופיל שווארץ-קוקער וועלכע האבן געהאט א קורצן פעסימיסטישן בליק, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג שפעטער...

והשנית, אויב סעלף דרייווינג קארס זענען זיי נישט די ווייטסטע, וואו דען וועלן זיי זיין א ברענד נעים וואס יעדער וועט חלש'ן? צו דען וועלן זיי מאכן אזויפיל געלט פון שיקן מענטשן אויף די לבנה, אזש מען זאל פארדעם קענען דערלייגן געלט אזוי לאנג?

ועוד, אויב זענען זיי נישט די ווייטסטע, פארוואס זענען זיי די איינציגסטע וועלכע האבן אינוועסטעט אזויפיל אין אינפראסטראקטשור און האבן נאכאלץ נישט געענדיגט אינוועסטן מיט א נעט לאסס יאר יערליך?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:48 pm

צולייגער האט געשריבן:אמת, דער אויסדרוק "געוועיסט" איז נישט ריכטיג. עס וואלט געפאסט צו שרייבן דערלייגט (האפנטליך נאר צייטווייליג).

צום עצם ארגומענט, קודם, צופיל שווארץ-קוקער וועלכע האבן געהאט א קורצן פעסימיסטישן בליק, האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג שפעטער...


וויפיל שווארץ קוקער האבן דערלייגט ביליאנען אנטקעגן טעסלע (אדער אנדערע פירמעס? ) טעסלע איז נישט אין די ריכטיגע צושטאנד איצט צו מעסטן ווייל די סטארי האלט זיך אינמיטן דעוועלאופן, אבער ביזדערווייל האבן מענטשען פארלוירן ריזיגע געלט ביים וועטן קעגן טעסלע.

והשנית, אויב סעלף דרייווינג קארס זענען זיי נישט די ווייטסטע, וואו דען וועלן זיי זיין א ברענד נעים וואס יעדער וועט חלש'ן? צו דען וועלן זיי מאכן אזויפיל געלט פון שיקן מענטשן אויף די לבנה, אזש מען זאל פארדעם קענען דערלייגן געלט אזוי לאנג?

נישטא קיין איין קאר קאמפאני וואס האלט נאנט צו טעסלע אויסער זשי עם. לעקסוס/ בי עם דאבעליו/ אודי/ מערצעדעס/ האנדא/ פארד- לינקלאן/ ניסאן וכו זענען בכלל נישט אויף די ליסט, זיי האלטן אין ערגעץ נישט. נאר גוגל איז ווייטער. די אנדערע זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט איז טעסלע ממש די ווייטסטע. סעיפטי, פאן , ברענד. משא''כ סעלף דרייווינג זענען זיי נאר "פון די ווייטסטע"

קענסט קויפן נאר 2 קארס אויף די מארקעט מיט סעמי סעלף דרייווינג פיטשערס, זשי עם און טעסלע.


ועוד, אויב זענען זיי נישט די ווייטסטע, פארוואס זענען זיי די איינציגסטע וועלכע האבן אינוועסטעט אזויפיל אין אינפראסטראקטשור און האבן נאכאלץ נישט געענדיגט אינוועסטן מיט א נעט לאסס יאר יערליך?

שוין געשריבן אז זיי אינוועסטן יעדע פעני וואס זיי האבן, דאס איז די סיבה פארוואס זיי מאכן נישט קיין פראפיט.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 4:24 pm

באריכטן אז די sec האט געפיילט א לאוסוט קעגן אילאן מאסק אויף סעקיוריטי פראוד.
טעסלע סטאקס געטראסקעט ארום 5% אין עפטער האוערס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 4:35 pm

...
צוגעלייגטע
tsla.PNG
tsla.PNG (42.83 KiB) געזעהן 585 מאל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:25 pm

הערט נישט אויף פאלן, האלט שוין ביי 271.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:31 pm

The SEC is reportedly holding a press conference later today about the lawsuit

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:33 pm

https://www.sec.gov/news/press-release/2018-219

Elon Musk Charged with Securities Fraud for Misleading Tweets
FOR IMMEDIATE RELEASE
2018-219

Washington D.C., Sept. 27, 2018 —
The Securities and Exchange Commission today charged Elon Musk, CEO and Chairman of Silicon Valley-based Tesla Inc., with securities fraud for a series of false and misleading tweets about a potential transaction to take Tesla private.

On August 7, 2018, Musk tweeted to his 22 million Twitter followers that he could take Tesla private at $420 per share (a substantial premium to its trading price at the time), that funding for the transaction had been secured, and that the only remaining uncertainty was a shareholder vote. The SEC’s complaint alleges that, in truth, Musk had not discussed specific deal terms with any potential financing partners, and he allegedly knew that the potential transaction was uncertain and subject to numerous contingencies. According to the SEC’s complaint, Musk’s tweets caused Tesla’s stock price to jump by over six percent on August 7, and led to significant market disruption.

“Corporate officers hold positions of trust in our markets and have important responsibilities to shareholders,” said Steven Peikin, Co-Director of the SEC’s Enforcement Division. “An officer’s celebrity status or reputation as a technological innovator does not give license to take those responsibilities lightly.”

“Taking care to provide truthful and accurate information is among a CEO’s most critical obligations,” added Stephanie Avakian, Co-Director of the SEC’s Enforcement Division. “That standard applies with equal force when the communications are made via social media or another non-traditional form.”

The SEC’s complaint, filed in federal district court in the Southern District of New York, alleges that Musk violated antifraud provisions of the federal securities laws, and seeks a permanent injunction, disgorgement, civil penalties, and a bar prohibiting Musk from serving as an officer or director of a public company.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:35 pm

"and a bar prohibiting Musk from serving as an officer or director of a public company".

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:38 pm



צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א גולם, אבי.גערעדט, אהבת השם, גוט זאגער, נו שוין, נודניק, פיצי קעפעלע, פראהביטש, קליינקעפיק און 45 געסט