"גראסערי דעליווערי טשארדזש"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:05 pm

רעדט איר פון די פראצענט פון די מארקאפ.

--

כ'פארשטיי נישט טייל גראסעריס פארן האלטן די אומ'אחריות'דיגע ארבייטער פון די שכנות'דיגע מדינות, זיי לייגן צו גאר ווינציג קאפ צו די ארבעט און מאכן א המון טעותים, חוץ וואס די קאפ ליגט זיי פארטונקען אין גרף של רעי כל היום. ואולי הא בהא תליא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:09 pm

farshlufen האט געשריבן:רעדט איר פון די פראצענט פון די מארקאפ.

--

כ'פארשטיי נישט טייל גראסעריס פארן האלטן די אומ'אחריות'דיגע ארבייטער פון די שכנות'דיגע מדינות, זיי לייגן צו גאר ווינציג קאפ צו די ארבעט און מאכן א המון טעותים, חוץ וואס די קאפ ליגט זיי פארטונקען אין גרף של רעי כל היום. ואולי הא בהא תליא.

אפשר געבסטו זיי אן עצה
וועם דען זיי זאלן ניצן
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:12 pm

דונש, כ'פארשטיי נישט דעם פראבלעם, ווען פרייזן גייען ארויף מאכן זיי דאך סאך מער געלט, קאווערט עס נישט די לעיבאר און אווערהעד?
למשל אז מ'לייגט ארויף 35% מארקאפ ווען א ברויט קאסט אים א דאללער מאכט דער גראסערי GROSS פראפיט 35 סענט און ווען א ברויט קאסט אים 3 טאלער וועט ער בעטן דערפאר 4.05 און ער וועט האבן געמאכט דערויף 1.05 האט ער נישט מער געלט צו באצאלן פאר די לעיבאר און אווערהעד?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1790
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:23 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רעדט איר פון די פראצענט פון די מארקאפ.

--

כ'פארשטיי נישט טייל גראסעריס פארן האלטן די אומ'אחריות'דיגע ארבייטער פון די שכנות'דיגע מדינות, זיי לייגן צו גאר ווינציג קאפ צו די ארבעט און מאכן א המון טעותים, חוץ וואס די קאפ ליגט זיי פארטונקען אין גרף של רעי כל היום. ואולי הא בהא תליא.

אפשר געבסטו זיי אן עצה
וועם דען זיי זאלן ניצן

אויב צאלט ער שוין אזא הויכע מינימום וועידש קען ער שוין נעמען לאקאלע גוים פאר די געלט.



מנהלים ביטע פירן דעם שמועס צו א צווייטע מקום.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:26 pm

לעבעדיגער די כאפסט מיך מיט א גוטע קשיא און ווען דאס זאל ווען זיין די מציאות אזוי ווי דיין משל קען זיין אז דו ביסט גערעכט,
אבער במציאות זענען די סופלייער'ס טאקע ארויף אבער נישט מיט קיין %200, און די די אווערהעד און לעבאר איז געשטיגען סאך מער ווי די % פון וואס די נייע מארק אפ א דאנק די סופלייער העכערונג ברענגט אריין
זוכט איר דוי?

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:30 pm

יאצמעך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רעדט איר פון די פראצענט פון די מארקאפ.

--

כ'פארשטיי נישט טייל גראסעריס פארן האלטן די אומ'אחריות'דיגע ארבייטער פון די שכנות'דיגע מדינות, זיי לייגן צו גאר ווינציג קאפ צו די ארבעט און מאכן א המון טעותים, חוץ וואס די קאפ ליגט זיי פארטונקען אין גרף של רעי כל היום. ואולי הא בהא תליא.

אפשר געבסטו זיי אן עצה
וועם דען זיי זאלן ניצן

אויב צאלט ער שוין אזא הויכע מינימום וועידש קען ער שוין נעמען לאקאלע גוים פאר די געלט.



מנהלים ביטע פירן דעם שמועס צו א צווייטע מקום.

איך בין (באמת) נישט אזוי באהאווענט
די לאקעל גוים מאכן נאר מינימום וועדזש ?
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:30 pm

דונש, דאס גראדט זיך אבער לכאורה אויס, ווייל ווען די סופלייערס גייען ארויף און סגייט נישט ארויף די אווערהעד און לעיבאר העכערט מען אויך די פרייזן, כ'געדענק ווען זאכן זענען געשטיגן ווייל אייער איז ארויף און ווען צוקער און מעהל איז ארויף האט מען געהעכערט אלעס אין גראסערי, כאטש לעיבאר איז דעמאלטס למעשה געווען סטעיבל אדער אראפ. דאס איז א סיסטעם וואס ארבעט געווענליך גוט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:40 pm

איך האב געפרעגט מיין גראסערי מאן די פשט פון די נייע דעליווערי טשארדזש, זאגט ער מיר דו ווייסט וויפיל גראסערי פלוני טשארדזשד פאר דעליווערי?... און אז בינגאו דעליווערט בכלל נישט...

איך האב עם געפרעגט צו ער גייט אויך צושטעלן די סערוויסעס וואס גראסערי פלוני שטעלט צו און די פרייזן וואס בינגאו רעכנט...

הקיצור די גראסערי לייט האבן זיך געעפענט די אויגן און אנגעהויבן נאכמאכן איינער דעם צווייטן, גארנישט מיט קיין העכערע קאסט פרייזן און אווערהעד, זיי קאווערן זיך פיין ב"ה, נאר אז מ'קען מאכן א איבריגע גרינגען דאלער פארוואס נישט

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:42 pm

א שמועס צווישן מיר און מיין שכל....
"אקעי, כ'מיין כ'על מאכן אזוי
דעליווערי טשארדזש?, וועט מען אויפשרייבן, מה כולי רעש?
ס'איבריגע... עם עם עם.... וועט ווארטן..."

הרב_שלום
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:04 pm

יוראפ האט געשריבן:בעק טו די אלטע באבעס וועגעלעך, שלום יונה ס'איז דא עפעס א גוטע דיעל אויף עמעזאן?

viewtopic.php?f=26&t=25048&start=1025

יעצט איז גראדע דא גוטע דיעלס אויף פעמפערס און דיטערדזענטס
(די בענדעדזעס פון די אויבענדערמאנטע לינק‏ בעטן די גראסערי דערפאר 9 דאללער)

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:27 pm

יישר כח מנהלים פארן אפטיילן די אשכול
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:06 am

אז מען רעדט שוין יא....
איך וויל עכט נישט שרייבן ווייל עס איז זיכער דא א שיינע פראצענט ביים עולם וואס מיטשעט זיך באמת,אבער איך העל נאכאלס שרייבן

קודם כל אפשר איז צייט צו ענדיגן די אויפשרייבן מעשיות וואס אסאך גראאסערי בעלי בתים שרייען אז עס עסט זיי אויף די הכנסה און זיי מיזן דרייען גרויס געלט אדאנק דעם
אין הכי נמי אז סדא מענטשן וואס מיטשען זיך
אבער א גרויסע פראצענט מענטשן ניצן עס בבחינת ״למה לא?״
שנית
ענק ווילן וויסן וואס איז א בראך?
אינגערלייט גייען אריין אין קענדי געשעפט אים סווייפען די פוד סטעמפס פאר אלע מיני טייערע טשאקלאדען וכדומה (כהאלט מיך איין פון שרייבן צייטונגען) אבער דער פאר דאלער - פארדעם קערט מען איבער א וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:08 am

abeg האט געשריבן:אין רוב גראסעריס קען מען שױן נישט אױפשרײבען אין די אינטערסאנטקײט איז אז די אלע גראסעריס װי מען קען נישט אױפשרײבען צאלן סאך שװערער פאר די האלסעילערס װי גראסעריס װאס לאזן יא אױפשרײבען(ס׳הערט זך קאמיש אבער איך ארבעט אין א גרױסע עסן קאמפעני אין ס׳איז א פאקט)


דאס שטימט זייער גוט ווייל א גראסערי וואס לאזט אויפרייבן האט בפשטות מער קאסטומערס , און די כלל איז אז וואס משרייבט אויף ווערט למעשה באצאלט, (אקעי נאר כמעט אלעס) און אז מבאצאלט, איז נישט קיין חילוק צו די געלט איז פאר א זאך וואס מקויפט יעצט צו א זאך וואס מ'האט געקויפט פאריגע וואך, למעשה מער קאסטומערס = מער געלט.

פארשטייט זיך מ'רעדט פון א לאנגיעריגע עסטעבלישט גראסערי וואס האט שוין גרינג די פאנדס פאר די וואך צוויי, פון ווען מקויפט ביז מבאצאלט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:13 am

וואס עפעס? האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא....
איך וויל עכט נישט שרייבן ווייל עס איז זיכער דא א שיינע פראצענט ביים עולם וואס מיטשעט זיך באמת,אבער איך העל נאכאלס שרייבן

קודם כל אפשר איז צייט צו ענדיגן די אויפשרייבן מעשיות וואס אסאך גראאסערי בעלי בתים שרייען אז עס עסט זיי אויף די הכנסה און זיי מיזן דרייען גרויס געלט אדאנק דעם
אין הכי נמי אז סדא מענטשן וואס מיטשען זיך
אבער א גרויסע פראצענט מענטשן ניצן עס בבחינת ״למה לא?״
שנית
ענק ווילן וויסן וואס איז א בראך?
אינגערלייט גייען אריין אין קענדי געשעפט אים סווייפען די פוד סטעמפס פאר אלע מיני טייערע טשאקלאדען וכדומה (כהאלט מיך איין פון שרייבן צייטונגען) אבער דער פאר דאלער - פארדעם קערט מען איבער א וועלט


דאס איז א געמיינע שלעכטע סטעיטמענט, האסט גיטראפען א אינגערמאן קויפן טייערע טשאקאלאד, אשר על כן גייסטו העכערן פרייזן, 90 פראצענט קויפט נישט קיין טייערע טשאקאלאד, און א רחמנות איז דער אינגערמאן וואס מוז נעבעך דאס צושטעלן.

אבער עס איז א סטופיד חשבון אויך, די גראסערי איז א ביזנעס, ער מעג טשארדשן וואס ער וויל און דארף בכלל נישט קיין תירוצים, נאר ער זאל געדענקן אז די קאנסומער מעג אויך קויפן ווי ער וויל, עמעזאן און וואלמארט גייט נישט אן די טייערע טשאקאלאד וואס פלוני אלמוני האט געקויפט, זיי זענען דא פאר ביזנעס, זיי שטעלן צו סערוויס און גוטע פרייזן בסבר פנים יפות, אז די לאקאל גראסעריס וועלן עביוזן זייער קאסטומער וועלן זיי זיך טרעפן אן קאסטומערס, און איך וויל נאר זאגן אז עמעזאן און וואלמארט ארבעטן שוין א יאר צו קענען עקסעפטן פוד סטעמפס אנליין.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:22 am

, עמעזאן און וואלמארט גייט נישט אן די טייערע טשאקאלאד וואס פלוני אלמוני האט געקויפט, זיי זענען דא פאר ביזנעס, זיי שטעלן צו סערוויס און גוטע פרייזן בסבר פנים יפות, אז די לאקאל גראסעריס וועלן עביוזן זייער קאסטומער וועלן זיי זיך טרעפן אן קאסטומערס, און איך וויל נאר זאגן אז עמעזאן און וואלמארט ארבעטן שוין א יאר צו קענען עקסעפטן פוד סטעמפס אנליין.


דא שטעקט די טעות
אמעזון איז נישטא צו מאכן געלט פון די עצם סעיל
אנשטאט האבן זיי אנדערע וועגן פון מאכן געלט אריינגערעכענט די ״פריים פי״ פון וואס זיי מאכן שווערע מעליאנען

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:38 am

סא אפשר זאלן די גראסריס אויך מאכן א יערלי פי פאר פרי דעליווערי אזווי פריים
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:23 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
, עמעזאן און וואלמארט גייט נישט אן די טייערע טשאקאלאד וואס פלוני אלמוני האט געקויפט, זיי זענען דא פאר ביזנעס, זיי שטעלן צו סערוויס און גוטע פרייזן בסבר פנים יפות, אז די לאקאל גראסעריס וועלן עביוזן זייער קאסטומער וועלן זיי זיך טרעפן אן קאסטומערס, און איך וויל נאר זאגן אז עמעזאן און וואלמארט ארבעטן שוין א יאר צו קענען עקסעפטן פוד סטעמפס אנליין.


דא שטעקט די טעות
אמעזון איז נישטא צו מאכן געלט פון די עצם סעיל
אנשטאט האבן זיי אנדערע וועגן פון מאכן געלט אריינגערעכענט די ״פריים פי״ פון וואס זיי מאכן שווערע מעליאנען

וואס מאכט אייך טראכטן אז עמעזאן מאכט נישט קיין געלט פון יעדע סעיל?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:24 am

maybeeynot האט געשריבן:סא אפשר זאלן די גראסריס אויך מאכן א יערלי פי פאר פרי דעליווערי אזווי פריים

פריים איז נישט ממש דאס. נישט יעדע אייטעם איז פרי דעליווערי - נאר אויב דער סעללער אפערט. וכן זענען אסאך אייטעמ'ס פרי דעליווערי אן פריים (פאר ארדערס העכער א געוויסע סכום).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:55 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
, עמעזאן און וואלמארט גייט נישט אן די טייערע טשאקאלאד וואס פלוני אלמוני האט געקויפט, זיי זענען דא פאר ביזנעס, זיי שטעלן צו סערוויס און גוטע פרייזן בסבר פנים יפות, אז די לאקאל גראסעריס וועלן עביוזן זייער קאסטומער וועלן זיי זיך טרעפן אן קאסטומערס, און איך וויל נאר זאגן אז עמעזאן און וואלמארט ארבעטן שוין א יאר צו קענען עקסעפטן פוד סטעמפס אנליין.


דא שטעקט די טעות
אמעזון איז נישטא צו מאכן געלט פון די עצם סעיל
אנשטאט האבן זיי אנדערע וועגן פון מאכן געלט אריינגערעכענט די ״פריים פי״ פון וואס זיי מאכן שווערע מעליאנען

וואס עפעס? [..]
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:26 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
, עמעזאן און וואלמארט גייט נישט אן די טייערע טשאקאלאד וואס פלוני אלמוני האט געקויפט, זיי זענען דא פאר ביזנעס, זיי שטעלן צו סערוויס און גוטע פרייזן בסבר פנים יפות, אז די לאקאל גראסעריס וועלן עביוזן זייער קאסטומער וועלן זיי זיך טרעפן אן קאסטומערס, און איך וויל נאר זאגן אז עמעזאן און וואלמארט ארבעטן שוין א יאר צו קענען עקסעפטן פוד סטעמפס אנליין.


דא שטעקט די טעות
אמעזון איז נישטא צו מאכן געלט פון די עצם סעיל
אנשטאט האבן זיי אנדערע וועגן פון מאכן געלט אריינגערעכענט די ״פריים פי״ פון וואס זיי מאכן שווערע מעליאנען


?seriously

אוועטאר
וואס עפעס?
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:42 pm

נישט נאר פריים
זיי מאכן פון נאך הונדערט פלעצער אריינגערעכנט עדס וואס קאסט די הויזן
אבער יא
אמעזון פארקויפט טויזענטע אייטעמס אן פראפיט פון די עצם סעיל דירעקט

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:44 pm

הא תינח עמעזאן, וואלמארט דערלייגט נישט קיין געלט, (ודוק מינה אז עמעזאן אויך נישט)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:37 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:נישט נאר פריים
זיי מאכן פון נאך הונדערט פלעצער אריינגערעכנט עדס וואס קאסט די הויזן
אבער יא
אמעזון פארקויפט טויזענטע אייטעמס אן פראפיט פון די עצם סעיל דירעקט

יעדע אייטעם וואס ווערט פארקויפט אויף עמעזאן דורך א צווייטער סעלער, מאכט עמעזאן געלט דערויף.

פלאס זיי מאכן געלט ווען דו קויפסט שיפינג דורך זיי.
און, יא דו מוזט קויפן שיפונג דורך זיי....

פלאס זיי טשארדזשן א חודש'ליכע פי צו קענען פארקויפן.

און דאס איז נאך פאר'ן רעכענען צו וועם גייט די שיפינג טשארדזש וואס דער נישט פריים קאסטומער צאלט אויף אן ארדער אונטער $35.


וואס יא, ווען עמעזאן זעט אז זייערס א סעלער האט גוד גאואינג אייטעם, וועלן זיי זיך אריינלייגן דערין, און עס פארקויפן בילאו קאסט כדי ארויסצורוקן די קאנקורענטן, און דערנאך מאכו געלט דערויף...

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3708
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:22 pm

נודה לך האט געשריבן:יישר כח מנהלים פארן אפטיילן די אשכול
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

משהלע
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:38 pm

א גראסערי ארבייטער האט מיך יעצט באשטעטיגט אז די החלטה איז געמאכט געווארען ביי א מיטינג פון אלע גראסעריס.

ווען איך בין נישט קיין איד וואלט איך גע'מסר'ט און א פאר אידן וואלטן געגאנגען אין חד גדיא פאר price fixing.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Bing [Bot], Haklal, א. טראכטער, כאפצעם, מה שמו, מומחה יוחס, משמש, נישקשה, קארן, שליו ודגים, שקר_הדייעט און 48 געסט