"גראסערי דעליווערי טשארדזש"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:21 am

סאיז מיר אלץ געווען פארשטענדליך אז איך צאל טייער אויף גראסערי אייטעמס ווייל ער שטעלט מיר צו פרי דעליווערי. אויב נישט זאל ער אראפ גיין מיט די פרייזן
למשל הצלחה גראסערי אין ווילי געט פאר פסח 10% אףף אויב מנעמט אליינס אהיים די ארדער אויב סאיז $150
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:23 am

קאכעדיגע האט געשריבן:
פלעין געב א קוק אריין אין א בינגא ארדער צעטל וואס זיי שטייען נישט דא לשם מצוה, און לאמיר נעמען א קליינע משל וועסטו אביסל פארשטיין די מארקאפ
TIDE 21.99 ביי גראסעריס דאהי מינומום 29.99
GLAD 150 13.99 ביי גראסעריס דאהי 19.99

ביי גרויסע ברענד נעים אייטעמס מאכט די buying power זייער אסאך אויס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:24 am

איך פארשטיי נישט איין זאך

מיין ווייב קען באשטעלן א ארדער אין בוטשער מיט די טייערסטע פליישן ניטאמאל א בלינק מיט די אויגן געבן צו זען וויפיל ס'קאסט.

אבער דער דאלער דעליווערי טשארדזש עסט איר אויף ממש עד דכדוכה של נפש,
זוכט איר דוי?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:00 am

איך פארשטיי נישט וואס מענטשן זענען ברוגז אויף גראסעריס פאר'ן העכערן די פרייזן אדער טשארזשן פאר דעליווערי. קיינער צווינגט דיך נישט צו קויפן ביים גראסערי און די גראסערי מאן איז דיר גארנישט שולדיג. ווילאנג די פרייזן געפעלן דיר זאלסטי קויפן דארט און ווען די האלטסט אז ס'וועט דיר אויסקומען ביליגער ערגעץ אנדערש, זאלסטי אהין גיין. טאמער וועט די גראסערי זעהן אז ער פארלירט ביזנעס וועט ער אליין אראפלאזן די פרייז, אנדעם וואס איינער זאל אים דארפן אויפמערקזאם מאכן.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:03 am

קיינער איז נישט ברוגז חלילה, מען רעדט דא עצות וויאזןי זיך אומצוגיין מיטן פראבלעם, צו בינגא, צו עמעזאן פרעש, פרעש דיירעקט, וואלמארט, א.א.וו.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:14 am

קוקט אויס אז איר האט שוין פארגעסן וויאזוי מ'האט מיך אראפגעריסן פארן איבערלאזן מיין גראסערי און אנשטאט געגאנגען קויפן ביי בינגאו.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:18 am

איך האב דאס נישט געטוען,

באט איך האלט אז בינגא איז נישט מציאה, די שלעפ צו בינגא, מיט די שלעפעניש אהיים, עס איז באמת נישט ווערט.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:28 am

פון היינט און ווייטער קויף איך מיין געפילטע פיש ביי טארגעט, פיניש מיט די מאסעס, מ'בעט דא געלט פאר די פיש, עס קומט פון ים און עס באלאנגט פאר יעדן.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:59 am

פארוואס דען נישט?

דא האסטו ביי שאפרייט

http://www.shoprite.com/pd/AandB/Gefilt ... 973005002/

גראסערי מאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:57 pm

תגובהדורך גראסערי מאן » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:00 am

אויב די גראסערי'ס אין די סיטי גייען ארויפגיין צו $5 א דעליווערי און גארנישט מער אויף די פראדוקטן אליינס און פון דעם קאווערן די העכערונג פון מינימום וועידזש פאר די גאנצע סטאר זאלט איר זיי קישן די פיס....

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:06 am

א באנדע נערנים, אויב קען זיך א גראסערי אויסהאלטן און שיין פארדינען אנע דעליווערי טשארדש דאן כאפט הענט און פיס און מאכט אויף א גראסערי און טשארדש נישט פאר דעליווערי און עטץ העטס האבן די גאנצע שטאט אלץ קאסטאמערס!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

גראסערי מאן
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:57 pm

תגובהדורך גראסערי מאן » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:12 am

די אפעקט פון די העכערונג פון די מינימום וועידזש האט זיך נאר אנגעהויבן. און עס גייט גיין ווייטער....
מיט וויפיל פראצענט עס גייט זיך הייבן אזויפיל פראצענט גייסטו ארויפצאלן פאר דיין גאנצע גראסערי ארדער און אזוי אויך איבעראל.

עס איז דא א גאנצע אשכול פון די מינימום וועידזש העכערונג ליין עס א דורך מיט יושבו הדעת וועסטו פארשטיין.

viewtopic.php?f=6&t=29861

און קענסט עס צוקוקן לייוו אין די קומענדיגע חדשים

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:19 am

Kosher Travel האט געשריבן:
balkishron האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:5$ מינימום, פינף באקסעס און ארויף איז 7$

This is crazy

יא. עכט אמתדיג קרעזי. קע-רעי-זי. ווייל ווען די גייסט קיין Costco דעליווערן זיי עס אייך אהיים אינגאנצן אומזיסט. זיי שלעפן עס אפילו ארויף אלע סטעפסעס. ווי אויך Walmart און Target. אבער די היימישע גראסערי, ער טאר נישט.

זאג נאר, וויפיל היימישע גראסעריס רעכענען אפי' נאר 50% מער ווי קאסטקא? וואס דרייסטו א קאפ? איינער האט טענות אויף בינגא פאר'ן נישט צושטעלן דעליווערי בכלל?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:21 am

דריידל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס מענטשן זענען ברוגז אויף גראסעריס פאר'ן העכערן די פרייזן אדער טשארזשן פאר דעליווערי. קיינער צווינגט דיך נישט צו קויפן ביים גראסערי און די גראסערי מאן איז דיר גארנישט שולדיג. ווילאנג די פרייזן געפעלן דיר זאלסטי קויפן דארט און ווען די האלטסט אז ס'וועט דיר אויסקומען ביליגער ערגעץ אנדערש, זאלסטי אהין גיין. טאמער וועט די גראסערי זעהן אז ער פארלירט ביזנעס וועט ער אליין אראפלאזן די פרייז, אנדעם וואס איינער זאל אים דארפן אויפמערקזאם מאכן.

די עולה איז ווען אלע נעמען זיך צאם צו העכערן די פרייז אדער רעכענען פאר דעליווערי. דאס איז אומלעגאל, אוממענטשליך, און ווארשיינליך קעגן די הלכה.

signout
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:35 am

Kosher Travel האט געשריבן:
balkishron האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:5$ מינימום, פינף באקסעס און ארויף איז 7$

This is crazy

יא. עכט אמתדיג קרעזי. קע-רעי-זי. ווייל ווען די גייסט קיין Costco דעליווערן זיי עס אייך אהיים אינגאנצן אומזיסט. זיי שלעפן עס אפילו ארויף אלע סטעפסעס. ווי אויך Walmart און Target. אבער די היימישע גראסערי, ער טאר נישט.
די גראסערי קען טוהן וואס ער וויל קיינער צווינגט מיך נישט צו קויפן דארט, אבער ס'מאכט נישט קיין סענס אז פאר יעדע פרישע עקספענס וואס ער באקומט זאל ער העכערן די פרייז, פינקט ווי כ'פארשטיי אז ווען די קאסטומער האט א פרישע הוצאה לאזט ער נישט אראפ די פרייז, ווען מ'האנדעלט מיט א מוסד איבער שכ''ל גייט עס אזוי אז אויב זיי האבען א פרישע הוצאה העכערן זיי די התחייבות'ער אבער ביי א ביזנעס ס'האט קיין שום פשט נישט

abeg
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:38 am

מיך באדערט אז אין מײן גראסערי װי איך קױף איז אױך דא א $50 מינימום ארדער פאר דעליווערי בחינם אבער אױב איך קױף פאר $45 אין איך קױף נאך Wic זאכן פאר $30 (אדער אפ׳ פאר מער) גײען זײ עס נישט דעליווערען אין זײ האבן מיר געבעטן צי קױפען פאר נאך $5

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:39 am

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:אין ב"פ האבן פילע געשעפטן א "מינימום ארדער" (מיין גראסערי $45) וואס פון דארט ארויף איז דעליווערי בחינם, אונטער דעם קאסט דאס $10.

איך מיין אז אזא סיסטעם מאכט מער סענס.

הצלחה אין וויליאמסבורג האט דאס שוין פאר שטיק צייט
נישטא קיין דעליווערי אינטער 45 אדער 50 דאלער
איך געדענק נישט פינקטליך
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

abeg
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:51 am

אױך פארשטײ איך נישט װאזױ למשל זאַלן זינגערס אין שפילערס וכו׳ בעטן א דיפאזיט פינעם קאסטמער װעגען אױב די קאסטמער קענסעלט קענען זײ בליבען מיט די געלט לכאורה דארף זײן פינקט פארקערט אז זײ זאלן געבען א דיפאזיט פארן קאסטמער װאל ס׳מאכט זיך מער אױפט אז זײ זאלן קענסלען װעגן Double booking אדער זײ פילן זיך נישט גיט װי אז א קאסטמער זאל קענסלען אױף זײ

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:06 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:אין ב"פ האבן פילע געשעפטן א "מינימום ארדער" (מיין גראסערי $45) וואס פון דארט ארויף איז דעליווערי בחינם, אונטער דעם קאסט דאס $10.

איך מיין אז אזא סיסטעם מאכט מער סענס.

הצלחה אין וויליאמסבורג האט דאס שוין פאר שטיק צייט
נישטא קיין דעליווערי אינטער 45 אדער 50 דאלער
איך געדענק נישט פינקטליך


אלע גראסעריס (וויפיל איך ווייס) האבן א מינימום פאר פרי דעליווערי, קלענערע גראסעריס וואס זענען מער אנגעוויזן אין די קאסטומערס וועלן גרינגער פארקוקן דערויף

sholom88
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:42 pm

abeg האט געשריבן:אױך פארשטײ איך נישט װאזױ למשל זאַלן זינגערס אין שפילערס וכו׳ בעטן א דיפאזיט פינעם קאסטמער װעגען אױב די קאסטמער קענסעלט קענען זײ בליבען מיט די געלט לכאורה דארף זײן פינקט פארקערט אז זײ זאלן געבען א דיפאזיט פארן קאסטמער װאל ס׳מאכט זיך מער אױפט אז זײ זאלן קענסלען װעגן Double booking אדער זײ פילן זיך נישט גיט װי אז א קאסטמער זאל קענסלען אױף זײ

;l;p-
זייער גוט געזאגט, כאטש די גאנצע מענטאליטעט פון א דעפאזיט, איז אז דער ווייניגער-עסטעבליש'ד צאלט א דעפאזיט פאר די מער-עסטעבליש'ד, וואס דארף זיין מער סטאביל (נאך א ווארט וואס טראמפ האט אוועקגע'הרג'ט...)

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:45 pm

נעכטיגן טאג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:אין ב"פ האבן פילע געשעפטן א "מינימום ארדער" (מיין גראסערי $45) וואס פון דארט ארויף איז דעליווערי בחינם, אונטער דעם קאסט דאס $10.

איך מיין אז אזא סיסטעם מאכט מער סענס.

הצלחה אין וויליאמסבורג האט דאס שוין פאר שטיק צייט
נישטא קיין דעליווערי אינטער 45 אדער 50 דאלער
איך געדענק נישט פינקטליך


אלע גראסעריס (וויפיל איך ווייס) האבן א מינימום פאר פרי דעליווערי, קלענערע גראסעריס וואס זענען מער אנגעוויזן אין די קאסטומערס וועלן גרינגער פארקוקן דערויף

ביז איצט האבן אסאך קליינע גראסעריס דאס געטוען אלטס סערוויס
אז זיי דעליווערן אפילו א באטל מילך מיט ברויט
איך גלויב שווער אז זיי גייען אנהייבן טשארדשען פאר דעליווערי
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג ינואר 09, 2018 1:25 pm

איינער קען אראפלייגן א ליסט וועלכע גראסעריס אין ווסב"ג טשארזשען שוין פאר דעליווערי פאר געהעריגע ארדערס?

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3708
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:05 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:
eller האט געשריבן:אילך זעה אז וואן סטאפ איז ארויף מיט די פרייז $5 פאר דעליווערי.
איז נאך א גראסערי ארויף?


פער דעליווערי אדער פער באקס?

אקעי ס'קאסט $15 אין אויף סעיל איז עס $5
ארדער'ס אונטער $75 קאסט $7..
כ'פארשטיי נאר נישט פארוואס ווען א ארבעטער בעט א רעיס פון די באס זאל די באס נישט ארויפגיין פאר יעדע אייטעם ווייל ער פארדינט ווייניגער.....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:28 pm

פארשטיי איך נישט די אלע טענות.

וואלמארט אין טארגעט פארקויפן נישט א פולע ליין געפילטע פיש. יא, זיי האבן א פאר אייטעמס. אפילו אפשר א קאושער אייעל. אבער א פול ליין פון כשר פראדוקטען?

בינגא האט א קלענער overhead ווייל ער פארקויפט bulk. און... עס איז קלאהר אז ער פארקויפט אויך אייטעמס below cost.

איך קען אפאר קליינע גראסעריס. אלע פלאגען זיך שטארק. אלע ארבייטן גאר שווער. אפאר פון זיי געבען גאר גיטע סערוויס. וויפיהל מאהל ריפט די בעל הבאסטע אז זי האט פארגעסען אן אייטעם און זיי לויפען דעליווערען???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:50 pm

ער מעג העכערן די פרייז געזונטערהייט, אפילו אויב ער האט גארנישט קיין עקספענסעס, נאר די ענד ריזאלט אז עמעזאן און וואלמארט וועלן איבערנעמן זייער ביזנעס, און ווען עמעזאן וועט האבן גענוג ביזנעס פון קאושער פוד וועלן זיי האבן אלע מיני געפילטע פיש.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Bing [Bot], כאפצעם, מה שמו, סידיראם, שליו ודגים, שרעבי און 47 געסט