"גראסערי דעליווערי טשארדזש"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג ינואר 14, 2018 9:50 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש די אויפברויז דא אויף עטליכע פרוטות ״פינף טאלער״, בשעת מען האלט שוין זעכציג יאר נאך גלות אמעריקע און די זעלבע געציילטע קאמפאניס האבן א מאנאפאל אויף כמעט די גאנצער כשר עסן אינדוסטערי.

עס איז נאר דא איין מיליכיגס קאמפאני מיט א היימישע הכשר, נישט ווייל אנדערע האבן נישט פראבירט, נאר ווייל מען האט סוקסעספול יעדעם אינטערגעברענגט, און די זעלבע איז מיט גרעיפ דשוס, און די פענטרי ליין פון כשר עסן,

רובא דרובא עסן ווערט קאנטראלירט פון עטליכע געציילטע בעלי צדקה, וואס זייערע עלטערן בעלמא דקשוט האבן איינגעפעדעמט די מאנפאל, און זייערע קינדער האלטן זיך בדרך אבותם, און צו די זייט טיילען זיי צדקה - נישט יעדער טיילט, טייל פון זיי טיילען.

״פינף טאלער״ האט ענק געבראכען אז דאס קען מען מער נישט דערהייבען?!
אויב אזוי דאן טראכט בדימיון אז די געלט גייט פאר גפן, קדם, און מהדרין און דאס וועט אייך מאכען גרינגער אויפן געמיט צו צאלהן די פינף טאלער.

אז דו רעדסט שוין פון גרעיפ זשאויס אינאיינעם מיט אנדערע עסן אינדוסטריעס, פרעגגט אייך נאך מיט וויפיל פראצענט קדם איז ארויף די לעצטע צען יאר.

א עסן דיסטריביוטער האט מיר געוויזן אויפן ראמפיוטער די פרייזן און עליות פון אלע עסן קאמפעניעס די לעצטע צען יאר, זינט תשס"ח, קדם איז ארויף אין עווערעזש מיט א דריטל ווייניגער פון יעדעם. יעדער איז ארויף מיט איבער 15 פראצענט, קדם האלט יעצט ביי בלויז 9. דוק ותשכח.

דיסקלעימער, איך רעד פון גראסעריעס, נישט פון שמש שטיבלעך.

און וואס איז דיין פוינט וואס ווילסט ארויסברענגן דערמיט, עס קומט אים גאר א שכוח?!

אפילו ער זאר זאל ווען יעדעס יאר אראפגיין די פרייזען מיט א פארצענט איז ער א פראבלעם.

און זיי זיכער אז קדם איז ארויף די מאקסימום וואס ער האט געקענט ארויפגיין, און אויב איז אמת וואס דו שרייבסט אז ער איז ארויף ווייניגער ווי יעדעם, דאן איז די סיבה ווייל דאס איז די מאקסימום וואס ער האט געקענט גיין, ער איז נישט א דריטעל סענט ביליגער פון וויפל ער קען בעטען לויט די מארקעט און די מציאות.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 14, 2018 10:38 am

מיין מיינונג:
• די צעטל איז סופער נאריש געשריבן און קען מער שאדן טוהן ווי אויפטוהן
( די צעטל ענהאלט אלעס וואס א יעדער מארקעטינג עדווייזער וואלט אים געהייסן אויסלאזן)
• די געדאנק פון טשארדשען פאר דעליווערי וואלט ווען געדארפט זיין נאר פאר קליינע ארדערס
• דעיס אז די גראסעריס געבן צומאל עדיטוט פאר wic איז א רשעות און טפשות בבת אחת (איך רעד נישט פון דעיס אז זיי ווילן נישט טוהן די אומלעגאלע שטיק - וואס מיט דעם זענען די גראסעריס גערעכט)
• די אויפשרייבן ביזנעס מיז ווערן דראמאסטיש איינגעצוימט - די גראסעריס זענען נישט קיין קופת צדקה און זיי קענען נישט בלייבן מיט חובות אויף יערליכע פארנעם
ווילסט קענען אויפשרייבן? דאן לייג קרעדיט אויפן אקאנט

****
נאך א וויכטיגע נקודה
די עולם דארף אנהייבן קויפן קליג און צושטעלן פרייזן פון פארשידענע ברענדס
למשל, גליקס קענד אייטעמס זענען מיט צענדליגע צענט ביליגער וואו די אנדערע
Fresh & healthy מילכיגע פראדוקטן זענען מיט באלד א דאלער ביליגער
תנובה און אנדערע איזראלי ברענדס זענען אסאך מאל ביליגער וואו היגער ברענדס
די זעלבע איז מיט רוב פראדוקטן וואס איז א חילוק און פרייז לפי די ברענד
• אדרבה גייט אין גראסערי און קוקט אויף 1 פראדוקט לדוגמה - אויף טשאקלאד טשיפ קאקיס / איר העט זיין סופרייזד און די חילוק פון פרייזן לפי די ברענדס
• צומאל איז דא וואס א געוויסע ברענד איז בעסער אין טעם אבער ווען מען ניצט עס צום קאכן/באקן מאכט עס נישט קיין גרויסע נפק״מ
• און דא קומט זיך טאקע פעטש פאר די גראסעריס וואס לייגן נישט קיין פרייזן אויף די שעלפס
די law איז אז עס מיז זיין פרייזן

א קליגע גראסערי מאן זענט זיך אוועק מיט א חשבון וויאזוי צו מאכן נייע הכנסות דורך קליגע געדאנקן און די פארקערטע מאכט אזא אומפאראנווארטליכע צעטל וואס קען נאר שאטן.

אוועטאר
טשעירמאן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג ינואר 14, 2018 10:49 am

@וואס עפעס?
יעדע ווארט איז ווערד צו דרוקען מיט גאלד....

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » זונטאג ינואר 14, 2018 10:51 am

איך וויל נאר פרעגען א שווערע פראגע וואס באדערט מיר זייט איך האב געזעהן די עד פין "אלע" גראסעריס.
איך זעה ענק קענען יא ווי זענען ענק פאר די קאסטומערס. פארוואס נעמען ענק זיך נישט ציזאם אין פייטען מהדרין פארוואס וויליאמסבורג איז טייערער פין בארא פארק. ? פארוואס ווען גאלדען פלוי האט געסטראשעט פאר ווער סנעמט אריין דבש ? פארוואס הערט מען נישט פין ענק ווען עס איז לטובה פין די קאסטומערס? פארוואס דארף די קאסטומערס ""אייביג ענק פארשטיין"
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 14, 2018 11:07 am

וואס עפעס? האט געשריבן:מיין מיינונג:

פיין אראפגעלייגט.
וואס עפעס? האט געשריבן:• און דא קומט זיך טאקע פעטש פאר די גראסעריס וואס לייגן נישט קיין פרייזן אויף די שעלפס

און טאמיר איז יא דא א צעטל אויפן שעלף, אבער דער קאמפיוטער און זיין באנוצער ווייסן נישט דערפון?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג ינואר 14, 2018 11:24 am

גפן איז טייערער מיט כמעט איעדע אייטעם פון אלע אנדערע

א גראסערי מאן האט מיר אמאל געזאגט אז מענטשן זענען צודרייט פארן קויפן גפן. ער באט נאר נישט קיין ברירה און מוז זיי אריינעמען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 14, 2018 11:31 am

וואס עפעס? האט געשריבן:• און דא קומט זיך טאקע פעטש פאר די גראסעריס וואס לייגן נישט קיין פרייזן אויף די שעלפס
די law איז אז עס מיז זיין פרייזן

הלואי מען קען עפעס טון צו די עולה נוראה פון נישט לייגן פרייזן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 11:56 am

זייער זייער א נארישע שריט איז געווען די עד פרייטאג
נאכדערצו ווען מען ווייסט וועלכע גראסערי ס'האט עס אנגעדרייט ואכמ"ל
וידוע ליודעי חריין במילא

איינער זאגט גוט
די האסט א פראבלעם מיט דיינע מינימום וועדזשעס
מאך זיי מוחל צו דעם גראסערי יעדע נאכט 10 אזייגער שפעטסטנס
ס'העט כמעט קיינעם נישט באדערן

זיי קענען טוען וואס זיי ווילן אבער די קאסטעמערס אויך !!
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

גרינוויל
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 5:12 pm

תגובהדורך גרינוויל » זונטאג ינואר 14, 2018 12:11 pm

איינמאל עמעזאן פרעש נעמט אריין כשרס, איז פארטיג מיט די גראסערי ביזנעס, עס גייט גיין דארט וואו די פרוכט געשעפטן זענען געגעגאנגן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 14, 2018 12:36 pm

שאינו יודע האט געשריבן:גפן איז טייערער מיט כמעט איעדע אייטעם פון אלע אנדערע

א גראסערי מאן האט מיר אמאל געזאגט אז מענטשן זענען צודרייט פארן קויפן גפן. ער באט נאר נישט קיין ברירה און מוז זיי אריינעמען

דאס איז ווייל זיי פארמאגן א גוטע השגחה
...!!!JOBS JOBS JOBS

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 12:39 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:גפן איז טייערער מיט כמעט איעדע אייטעם פון אלע אנדערע

א גראסערי מאן האט מיר אמאל געזאגט אז מענטשן זענען צודרייט פארן קויפן גפן. ער באט נאר נישט קיין ברירה און מוז זיי אריינעמען

דאס איז ווייל זיי פארמאגן א גוטע השגחה

ס'איז דא נאך מיט גוטע השגחות
איך מיין אז ס'איז דא א שטיקל חילוק אין טעם פון איין ברענד אין די צווייטע
אין דאס איז די סיבה
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » זונטאג ינואר 14, 2018 12:48 pm

ניס קראכער האט געשריבן:זייער זייער א נארישע שריט איז געווען די עד פרייטאג
נאכדערצו ווען מען ווייסט וועלכע גראסערי ס'האט עס אנגעדרייט ואכמ"ל

איך ווייס נישט אפשר זאגסטו ווער עס איז? אויב קויף איך דארט ווילעך טוישן! ווייל מארגען גייט ער טרעפען נאך עפעס צו טשארטשען!

Moshe101
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 1:22 pm

תגובהדורך Moshe101 » זונטאג ינואר 14, 2018 1:16 pm

KRM פלעגט טשארדזשען ביז יעצט אויכעט אבער גייען ארויף.

ביז יעצט איז עס געווען ( איך מיין) 3 דאלער פאר ערשטע 3 באקעסעס
צוגעלייגטע
IMG-20180114-WA0023.jpg
IMG-20180114-WA0023.jpg (192.89 KiB) געזעהן 660 מאל

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » זונטאג ינואר 14, 2018 2:07 pm

איך פארשטיי נישט ס'קאסט פאר די ווילימסבורגער גראסעריס דעליווערי פער באקס?
זוכט איר דוי?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג ינואר 14, 2018 2:12 pm

וויאזוי איך קוק עס אן,

היינט איז א וועלט וואס מ'לאזט נישט יענעם מאכן א דאלער (צוויי איז אפגערעדט..), מ'סאקט אויס די געשעפטסמאן וויפיל ס'איז שייך,
ווען ס'קומט צו קויפן כל מיני בשר (אדער "בקר" ווי מ'ריפט עס לעצטנס) טראכט מען נישט קיין צוויי, מ'שליידערט אריין אין וואגן וואס ס'גייט נאר נישט אן טראכטן צוויי,
יעצט ווען ס'קומט צו באצאלן איז אויב ס'איז שייך אויפצושרייבן וועט מען אויפשרייבן און נישט באצאלן ווילאנג ער שטייט נישט אויפן קאפ, און אויב מוז מען יא באצאלן העט מען דאך אוודאי ניצן א קרעדיט קארד און דער געשעפטסמאן דארף אראפצאלן נאך אפאר פראצענט,

יעצט ווען דער געשעפטסמאן טרייט צו ארויפברענגען זיין פראפיט שגץ וואס ער איז, ניין? זייט ווען דארף ער חתונה מאכן אן דאגות? ער איז דא "מיר" צו סערווירן און גארנישט מער!

לייגט ער ארויף א טשארדש וואס מאכט אבסולוטי סענס, דו ווילסט עס דעליווערט זיי מוחל צאל דערפאר.

הייבט מען איהם אן סטראשענען....
אונז העמיר גיין קיין בינגאו, עמעזאן פרעש, קאסקא וכו',
דער עולם גייט דאך שוין ממילא אהין (אקעי, נישט יעדער אבער א גרויסע עולם), איז וואס סטראשעטע? דו טוסט עס דאך שוין, און ווילאנג דער גראסערי וועט נישט מעטשען עמעזאן וכדו' ביזן קוואדער (וואס ס'איז נישט שייך) וועט דאך דער עולם ממילא קויפן אנליין,

סא דער גראסערי דארף זיך צושטעלן צו קאסטאמער עד ועד בכלל אבער געלט טאר ער נישט מאכן...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 2:57 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:וויאזוי איך קוק עס אן,

היינט איז א וועלט וואס מ'לאזט נישט יענעם מאכן א דאלער (צוויי איז אפגערעדט..), מ'סאקט אויס די געשעפטסמאן וויפיל ס'איז שייך,
ווען ס'קומט צו קויפן כל מיני בשר (אדער "בקר" ווי מ'ריפט עס לעצטנס) טראכט מען נישט קיין צוויי, מ'שליידערט אריין אין וואגן וואס ס'גייט נאר נישט אן טראכטן צוויי,
יעצט ווען ס'קומט צו באצאלן איז אויב ס'איז שייך אויפצושרייבן וועט מען אויפשרייבן און נישט באצאלן ווילאנג ער שטייט נישט אויפן קאפ, און אויב מוז מען יא באצאלן העט מען דאך אוודאי ניצן א קרעדיט קארד און דער געשעפטסמאן דארף אראפצאלן נאך אפאר פראצענט,

יעצט ווען דער געשעפטסמאן טרייט צו ארויפברענגען זיין פראפיט שגץ וואס ער איז, ניין? זייט ווען דארף ער חתונה מאכן אן דאגות? ער איז דא "מיר" צו סערווירן און גארנישט מער!

לייגט ער ארויף א טשארדש וואס מאכט אבסולוטי סענס, דו ווילסט עס דעליווערט זיי מוחל צאל דערפאר.

הייבט מען איהם אן סטראשענען....
אונז העמיר גיין קיין בינגאו, עמעזאן פרעש, קאסקא וכו',
דער עולם גייט דאך שוין ממילא אהין (אקעי, נישט יעדער אבער א גרויסע עולם), איז וואס סטראשעטע? דו טוסט עס דאך שוין, און ווילאנג דער גראסערי וועט נישט מעטשען עמעזאן וכדו' ביזן קוואדער (וואס ס'איז נישט שייך) וועט דאך דער עולם ממילא קויפן אנליין,

סא דער גראסערי דארף זיך צושטעלן צו קאסטאמער עד ועד בכלל אבער געלט טאר ער נישט מאכן...

קראמפלי
פאר מיר פערזענדליך אין נאך אסאך האט עס נישט געבאדערט אזוי שטארק
טאקע ווייל ער מוז נישט דערלייגן אויף זיין געשעפט

אבער דאס האט נאר אנגעהאלטן ביז פרייטאג נאכמיטאג
ווען מען האט זיך דערזען מיט א שמוציגע פאשקעוויל אויף אלע וויליאמסבורגע איינוואוינערס
וואס קויפן דייקא איין אין די וויליאמסבורגע געשעפטן
ווייל ווי שרייבט ער וחי אחיך אמך

די ווייטאג איז נאך מער ווען מען ווייסט וועלכע גראסעריס ס'שטופען די וואגן

נאך א קלייניקייט
קען מיר איינער מסביר זיין אין לאגיק
פארוואס די גראסעריס האבן נישט געקענט ארויפריקן אלע אייטעמס לאמיר זאגן פון 35% צו 38% מארקאופ
אין שלם על ישראל
קיינער וואלט נישט געוויסט אז עפעס דראסטיש האבן די גראסעריס געטוען צו דעקן די נאדל לאך וואס האט זיך געשאפן אין זייער טאש
דאס איז נאר א דוגמא וואס זיי קענען טוען

נ.ב. לכבוד מר. אמיגאו וואס שלעפט ארויף מיין ארדער דריי שטאק אנא עלעוועיטער
פון ב' בא אנגעהויבן גייסטו באקומען די דאללער טיפ פאר די ארדער פון דיין בעל בית
דאס איז צוליב אפאר סיבות
1) ווייל ס'נעמט דיר 4 שעה צו ברענגען מיין ארדער

2) ווייל דיין מינימום וועידש איז ארויף געגאנגען

3)ווייל מיט דעם בין איך מקים הגונב מן הגנב פטור....

וכו' וכו'

קענסט אים בעטן פער באקס אויב די ווילסט
טענק יאו
לעצט פאראכטן דורך ניס קראכער אום זונטאג ינואר 14, 2018 3:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

signout
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » זונטאג ינואר 14, 2018 3:04 pm

אט אזוי האט געשריבן:קומט אויף קרית יואל וועט איר זעהן וואס מיינט טאשן שניידערס מצאלט שוין יארן דעליווערי טשארזעס חוץ די טייערע פרייזן און ניטאמאל האבן מיר א אפשען פון בינגא
די ביזט אויפגעוואקסען מיט דעם סלאגאן אין האסט זיך נאכנישט געפנט די אויגן, קרית יואלע גראסערי זענען בכלל נישט טייערער פין וומסב''ג, פרעג די אידן וואס האבען אהינגעמופט פין שטאט

signout
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » זונטאג ינואר 14, 2018 3:13 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:מיין מיינונג:
• די צעטל איז סופער נאריש געשריבן און קען מער שאדן טוהן ווי אויפטוהן
( די צעטל ענהאלט אלעס וואס א יעדער מארקעטינג עדווייזער וואלט אים געהייסן אויסלאזן)
• די געדאנק פון טשארדשען פאר דעליווערי וואלט ווען געדארפט זיין נאר פאר קליינע ארדערס
• דעיס אז די גראסעריס געבן צומאל עדיטוט פאר wic איז א רשעות און טפשות בבת אחת (איך רעד נישט פון דעיס אז זיי ווילן נישט טוהן די אומלעגאלע שטיק - וואס מיט דעם זענען די גראסעריס גערעכט)
• די אויפשרייבן ביזנעס מיז ווערן דראמאסטיש איינגעצוימט - די גראסעריס זענען נישט קיין קופת צדקה און זיי קענען נישט בלייבן מיט חובות אויף יערליכע פארנעם
ווילסט קענען אויפשרייבן? דאן לייג קרעדיט אויפן אקאנט

****
נאך א וויכטיגע נקודה
די עולם דארף אנהייבן קויפן קליג און צושטעלן פרייזן פון פארשידענע ברענדס
למשל, גליקס קענד אייטעמס זענען מיט צענדליגע צענט ביליגער וואו די אנדערע
Fresh & healthy מילכיגע פראדוקטן זענען מיט באלד א דאלער ביליגער
תנובה און אנדערע איזראלי ברענדס זענען אסאך מאל ביליגער וואו היגער ברענדס
די זעלבע איז מיט רוב פראדוקטן וואס איז א חילוק און פרייז לפי די ברענד
• אדרבה גייט אין גראסערי און קוקט אויף 1 פראדוקט לדוגמה - אויף טשאקלאד טשיפ קאקיס / איר העט זיין סופרייזד און די חילוק פון פרייזן לפי די ברענדס
• צומאל איז דא וואס א געוויסע ברענד איז בעסער אין טעם אבער ווען מען ניצט עס צום קאכן/באקן מאכט עס נישט קיין גרויסע נפק״מ
• און דא קומט זיך טאקע פעטש פאר די גראסעריס וואס לייגן נישט קיין פרייזן אויף די שעלפס
די law איז אז עס מיז זיין פרייזן

א קליגע גראסערי מאן זענט זיך אוועק מיט א חשבון וויאזוי צו מאכן נייע הכנסות דורך קליגע געדאנקן און די פארקערטע מאכט אזא אומפאראנווארטליכע צעטל וואס קען נאר שאטן.

טייערע גראסערי מאן, ביטע, לאז מיך נישט אויפשרייבן, דעליווער מיך ווייטער נישט א באטעל מילך, טוה מיר נישט די אלע טובות וואס בארעכטיגט דיינע פרייזן אין פי'ס אין טריעט מיך אזווי דארט ווי די ווילסט נישט כ'זאל גיין טריעט מיך, יש''כ

דריידל
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 3:24 pm

ווי יעדע ביזנעס פארגין איך פאר גראסעריס זיי זאלן פארדינען די מערסטע וואס שייך פונקט ווי ביי מיין ביזנעס פראביר איך אויך פארדינען די מערסטע וואס שייך. טאמער גייט מיין ביל ארויפגיין און איך וועל קענען באקומען ערגעץ אנדערש ביליגער, וועל איך דאס קאנסידערן און בכלל נישט פילן שלעכט.

מיר איז נישט אזא מציאה צו האבן א גראסערי ביי די קארנער (אין קאנטרי גיט מען זיך גאנץ פיין אן עצה אן דעם) און פון מיין זייט זאלן זיך אלע קליינע גראסעריס פארמאכן און צוזאמען קענען זיי עפענען א מעגא סטאר מיט פארקינג און די גאנצע שטאט וועט אהינגיין קויפן. און איין וועג וועט דאס לינדערן די שווערע טרעפיק וואס די טראקס מאכן אן און אזוי אויך וועט נישט זיין די געפארקטע טרעילארס פאר פסח.

איך דארף נישט אויפשרייבן און ווען יא האב איך א קרעדיט קארד. ס'מיר נישט וויכטיג צו קענען אריבערלויפן 2 שעה פאר'ן זמן ,איך האב ב"ה פיינע שכנים וואס העלפן מיר אין אן עמערזשענסי. בקיצור, די גראסערי טוט מיר נישט קיין שום טובה מיט אלע א.ג. בענעפיטס און איך גיי מיך נישט פילן אראפגעבינדן צו זיי.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג ינואר 14, 2018 3:25 pm

דריידל האט געשריבן:ווי יעדע ביזנעס פארגין איך פאר גראסעריס זיי זאלן פארדינען די מערסטע וואס שייך פונקט ווי ביי מיין ביזנעס פראביר איך אויך פארדינען די מערסטע וואס שייך. טאמער גייט מיין ביל ארויפגיין און איך וועל קענען באקומען ערגעץ אנדערש ביליגער, וועל איך דאס קאנסידערן און בכלל נישט פילן שלעכט.

מיר איז נישט אזא מציאה צו האבן א גראסערי ביי די קארנער (אין קאנטרי גיט מען זיך גאנץ פיין אן עצה אן דעם) און פון מיין זייט זאלן זיך אלע קליינע גראסעריס פארמאכן און צוזאמען קענען זיי עפענען א מעגא סטאר מיט פארקינג און די גאנצע שטאט וועט אהינגיין קויפן. און איין וועג וועט דאס לינדערן די שווערע טרעפיק וואס די טראקס מאכן אן און אזוי אויך וועט נישט זיין די געפארקטע טרעילארס פאר פסח.

איך דארף נישט אויפשרייבן און ווען יא האב איך א קרעדיט קארד. ס'מיר נישט וויכטיג צו קענען אריבערלויפן 2 שעה פאר'ן זמן ,איך האב ב"ה פיינע שכנים וואס העלפן מיר אין אן עמערזשענסי. בקיצור, די גראסערי טוט מיר נישט קיין שום טובה מיט אלע א.ג. בענעפיטס און איך גיי מיך נישט פילן אראפגעבינדן צו זיי.

גיטע נקודות
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » זונטאג ינואר 14, 2018 3:28 pm

;l;p-

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 3:53 pm

דאס איז א חלק פון די בינגא רעוואלוציע וואס שלאגט ווארצלען

קיין סאך איז נישטא צוטין דערוועגן

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10624
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 14, 2018 4:56 pm

טשעירמאן האט געשריבן:@וואס עפעס?
יעדע ווארט איז ווערד צו דרוקען מיט גאלד....

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » זונטאג ינואר 14, 2018 5:38 pm

signout האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:קומט אויף קרית יואל וועט איר זעהן וואס מיינט טאשן שניידערס מצאלט שוין יארן דעליווערי טשארזעס חוץ די טייערע פרייזן און ניטאמאל האבן מיר א אפשען פון בינגא
די ביזט אויפגעוואקסען מיט דעם סלאגאן אין האסט זיך נאכנישט געפנט די אויגן, קרית יואלע גראסערי זענען בכלל נישט טייערער פין וומסב''ג, פרעג די אידן וואס האבען אהינגעמופט פין שטאט

דעליווערי טשארזשעס איז אויך א חלק פונעם סלאגאן??

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א. טראכטער, הצדיק, זאכליך, זזה, כאפצעם, ליפשיטץ, מה שמו, משמש און 43 געסט