"גראסערי דעליווערי טשארדזש"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:45 pm

גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:52 pm

מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

Hardworker
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע: AT WORK

תגובהדורך Hardworker » זונטאג ינואר 14, 2018 12:15 am

צל עובר האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.

און פאר די זעלבע סיבה גייט די מינימום וועדש ארויף.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 14, 2018 12:18 am

מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

שיינער כאפ.. ווילען זיי נישט שרייבן דעם אמת...בינגא

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 14, 2018 12:20 am

Hardworker האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.

און פאר די זעלבע סיבה גייט די מינימום וועדש ארויף.

די מינימום וועידזש גייט ארויף די פאר יאר אין ניו יארק אסאך מער ווי אינפלעישן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג ינואר 14, 2018 12:23 am

עס איז מיר א חידוש די אויפברויז דא אויף עטליכע פרוטות ״פינף טאלער״, בשעת מען האלט שוין זעכציג יאר נאך גלות אמעריקע און די זעלבע געציילטע קאמפאניס האבן א מאנאפאל אויף כמעט די גאנצער כשר עסן אינדוסטערי.

עס איז נאר דא איין מיליכיגס קאמפאני מיט א היימישע הכשר, נישט ווייל אנדערע האבן נישט פראבירט, נאר ווייל מען האט סוקסעספול יעדעם אינטערגעברענגט, און די זעלבע איז מיט גרעיפ דשוס, און די פענטרי ליין פון כשר עסן,

רובא דרובא עסן ווערט קאנטראלירט פון עטליכע געציילטע בעלי צדקה, וואס זייערע עלטערן בעלמא דקשוט האבן איינגעפעדעמט די מאנפאל, און זייערע קינדער האלטן זיך בדרך אבותם, און צו די זייט טיילען זיי צדקה - נישט יעדער טיילט, טייל פון זיי טיילען.

״פינף טאלער״ האט ענק געבראכען אז דאס קען מען מער נישט דערהייבען?!
אויב אזוי דאן טראכט בדימיון אז די געלט גייט פאר גפן, קדם, און מהדרין און דאס וועט אייך מאכען גרינגער אויפן געמיט צו צאלהן די פינף טאלער.
לעצט פאראכטן דורך צהלה ושמחה אום זונטאג ינואר 14, 2018 12:24 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

Hardworker
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע: AT WORK

תגובהדורך Hardworker » זונטאג ינואר 14, 2018 12:23 am

צל עובר האט געשריבן:
Hardworker האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.

און פאר די זעלבע סיבה גייט די מינימום וועדש ארויף.

די מינימום וועידזש גייט ארויף די פאר יאר אין ניו יארק אסאך מער ווי אינפלעישן.

די פרייזן פון עסען איז דאכציך אויך ארויף מער ווי איפלעישן די לעצטע פאר יאר.

Haklal
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 14, 2018 12:38 am

צל עובר האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.

אזוי? אייביג העכערט ער נאר אויף וויפיל אינפלעשאן איז? אז אינפלעשאן איז 3% אין ער איז ארויף 5% האט ער שיין פארדינט, אין די עקסטערע 2% איז "מער געלט".

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 14, 2018 12:44 am

Haklal האט געשריבן:

עס איז נישט מעגליך, מיט וויפיל די גראסעריס העכערן דאס איז די אינפלעישן עכ"פ ביי עסן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דריידל
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 12:44 am

איך וואלט פארגעשלאגן פאר די גראסעריס זיך אויפצופירן מער מענטשליך און נישט שרייבן אזוינע נערישע בריוון ווי ס'איז געווען געדריקט אין דבר יום ביומו. דאס איז געשריבן געווארן מיט א נוסח פון ביטול כלפי די קאסטומערס און דאס וועט זיי ברענגן שאדן.
טראכט אריין, א קאסטומער וואס באדערט די העכערונג, טאמער וועט ער צוויי מאל א יאר מאכן אן ארדער אין בינגא פאר טויזענט דאלער, האט דער לאקאלע גראסערי דערלייגט סאך סאך מער פון וואס ער פארדינט פון דעליווערי טשארזשען. אזוי אויך מיט פעיפער גודס, פעמפערס, דעטערזשענטס און נאך, זאכן וואס ווערט מער און מער איינגעריסן צו קויפן ביי די וואלמארט, עמעזאן און קאסטקא. וויפול מענטשן קויפן נאך פעמפערס אין גראסערי? און דאס ווערט מער און מער.
אפשר זאלן זיי נישט טשארזשן פאר די וואס זענען גוטעצאלערס, און פון די וואס שרייבן אויף זאל מען טשארזשן דאפעלט פאר דעליווערי.

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 14, 2018 12:46 am

Hardworker האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
Hardworker האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מים שלנו האט געשריבן:גראדע איז מיר אינטרעסאנט די מארקאפ חשבון אויב איז די מארקאפ שוין יארן די זעלבע 33% און אלע פרייזן פון אייטעמס ווערן דאך העכער דאן מאכען זיי שוין היבש מער פראפיט ווייל ווי מער די אייטעמס פרייזן העכער'ן זיך מאכט מען פי כמה פראפיט

די פראפיט איז טאקע א גרעסערע נאמבער אבער די זעלבע ווערט, וויפיל די פרייזן גייען ארויף אזויפיל ווערט די געלט ווייניגער ווערט, ופשוט הוא.

און פאר די זעלבע סיבה גייט די מינימום וועדש ארויף.

די מינימום וועידזש גייט ארויף די פאר יאר אין ניו יארק אסאך מער ווי אינפלעישן.

די פרייזן פון עסען איז דאכציך אויך ארויף מער ווי איפלעישן די לעצטע פאר יאר.

אבער ווייט נישט די % מיט וויפיל די מינימום וועידזש איז ארויף.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

א נייע מעשה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » זונטאג ינואר 14, 2018 12:48 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש די אויפברויז דא אויף עטליכע פרוטות ״פינף טאלער״, בשעת מען האלט שוין זעכציג יאר נאך גלות אמעריקע און די זעלבע געציילטע קאמפאניס האבן א מאנאפאל אויף כמעט די גאנצער כשר עסן אינדוסטערי.

עס איז נאר דא איין מיליכיגס קאמפאני מיט א היימישע הכשר, נישט ווייל אנדערע האבן נישט פראבירט, נאר ווייל מען האט סוקסעספול יעדעם אינטערגעברענגט, און די זעלבע איז מיט גרעיפ דשוס, און די פענטרי ליין פון כשר עסן,

רובא דרובא עסן ווערט קאנטראלירט פון עטליכע געציילטע בעלי צדקה, וואס זייערע עלטערן בעלמא דקשוט האבן איינגעפעדעמט די מאנפאל, און זייערע קינדער האלטן זיך בדרך אבותם, און צו די זייט טיילען זיי צדקה - נישט יעדער טיילט, טייל פון זיי טיילען.

״פינף טאלער״ האט ענק געבראכען אז דאס קען מען מער נישט דערהייבען?!
אויב אזוי דאן טראכט בדימיון אז די געלט גייט פאר גפן, קדם, און מהדרין און דאס וועט אייך מאכען גרינגער אויפן געמיט צו צאלהן די פינף טאלער.

גאר גוט ארויסגעברענגט.

ביי די חסידישע מלבישים אינדוסטרי איז די לעצטע פאר יאר ענטשטאנען א שטיקל שינוי לטובה, אבער אין די פוד אינדוסטרי איז ממש א פחד וואס קומט פאר, ווי עטליכע מאפיאנערן טוען מיטן היימישן ציבור וואס זיי ווילן און עולם כמנהגו נוהג.

א ווייטאג.

Haklal
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 14, 2018 12:55 am

דריידל האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן פאר די גראסעריס זיך אויפצופירן מער מענטשליך און נישט שרייבן אזוינע נערישע בריוון ווי ס'איז געווען געדריקט אין דבר יום ביומו. דאס איז געשריבן געווארן מיט א נוסח פון ביטול כלפי די קאסטומערס און דאס וועט זיי ברענגן שאדן.
טראכט אריין, א קאסטומער וואס באדערט די העכערונג, טאמער וועט ער צוויי מאל א יאר מאכן אן ארדער אין בינגא פאר טויזענט דאלער, האט דער לאקאלע גראסערי דערלייגט סאך סאך מער פון וואס ער פארדינט פון דעליווערי טשארזשען. אזוי אויך מיט פעיפער גודס, פעמפערס, דעטערזשענטס און נאך, זאכן וואס ווערט מער און מער איינגעריסן צו קויפן ביי די וואלמארט, עמעזאן און קאסטקא. וויפול מענטשן קויפן נאך פעמפערס אין גראסערי? און דאס ווערט מער און מער.
אפשר זאלן זיי נישט טשארזשן פאר די וואס זענען גוטעצאלערס, און פון די וואס שרייבן אויף זאל מען טשארזשן דאפעלט פאר דעליווערי.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 14, 2018 1:00 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז נאר דא איין מיליכיגס קאמפאני מיט א היימישע הכשר, נישט ווייל אנדערע האבן נישט פראבירט, נאר ווייל מען האט סוקסעספול יעדעם אינטערגעברענגט, און די זעלבע איז מיט גרעיפ דשוס, און די פענטרי ליין פון כשר עסן.

וועלכע מילכיגע אייטעם איז דא מאנאפאל?
טשיז איז דא
מהדרין - מאגרוב
הטוב - התאחדות
העולם - גרובער
- ווייסמאנדל
שטארקס - הרב עקשטיין
שמש - צעהלים

יוגארט
מהדרין - מאגרוב
נארמען- נירבאטור

מילך
גאלדען פלאו - התאחדות
- בד"צ קר"י

גרעיפ דשוס
קדם - צעהלים
וועלש - טארטיקוב

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג ינואר 14, 2018 1:07 am

איר רעכענט אויס קאמפאניס וואס די מאנאפאל האט געפענט/דיסטריבורט אינטער אנדערע נעמען, כדי צו האלטען די מאנאפאל, און קאמפאניס וואס די גראסעריס קענענן נישט אריינברענגן אדער געבן קיין שעלף פלאטץ צילוב די זעלבע סיבה.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 14, 2018 1:55 am

Haklal האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך וואלט פארגעשלאגן פאר די גראסעריס זיך אויפצופירן מער מענטשליך און נישט שרייבן אזוינע נערישע בריוון ווי ס'איז געווען געדריקט אין דבר יום ביומו. דאס איז געשריבן געווארן מיט א נוסח פון ביטול כלפי די קאסטומערס און דאס וועט זיי ברענגן שאדן.
טראכט אריין, א קאסטומער וואס באדערט די העכערונג, טאמער וועט ער צוויי מאל א יאר מאכן אן ארדער אין בינגא פאר טויזענט דאלער, האט דער לאקאלע גראסערי דערלייגט סאך סאך מער פון וואס ער פארדינט פון דעליווערי טשארזשען. אזוי אויך מיט פעיפער גודס, פעמפערס, דעטערזשענטס און נאך, זאכן וואס ווערט מער און מער איינגעריסן צו קויפן ביי די וואלמארט, עמעזאן און קאסטקא. וויפול מענטשן קויפן נאך פעמפערס אין גראסערי? און דאס ווערט מער און מער.
אפשר זאלן זיי נישט טשארזשן פאר די וואס זענען גוטעצאלערס, און פון די וואס שרייבן אויף זאל מען טשארזשן דאפעלט פאר דעליווערי.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דאס איז געווען א ארטיקל אריינגעלייגט דורך א גראסערי וואס האט די טייערסטע פרייזן און וויליאמסבורג, און איז פון די אנדרייער׳ס ארויפצולייגן דעם דעליווערי טשארדזש. ס׳איז נישט מער ווי חוצפה.
ווען די פרייזליכער געשעפט וויינט אז זיינע גוים רייטן אויף אים פארשטיי איך, אבער ווען א גראסערי רייט אויף וויליאמסבורג און ווערט ענדערש דערשראקן פון די מינימום וועידזש איז אומפארשטענדליך.
...!!!JOBS JOBS JOBS

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג ינואר 14, 2018 2:02 am

די סעקונדע וואס איך זעה אז גראסערי גייט אראפ מיט די פרייז פאר בליעטש, טייד, אלל, טישוס, וכו' וכו' הויז פראדוקטן וואס דער "גוי" פארקויפט פאר ביליגער, אדער ער האט אמעריקאנער גוים מיט עכטע סאשעל סעקיוריטיס, בין איך גרייט צו מיטוויינען אויף די היימישע פראדוקטן מאנאפאלי און די מינימום וועידש הייק
דערווייל פון היינט קויפט מען הויזהאלד פראדוקטן ביי טארגעט (רעד קארט קאסטומערס) וואס בעטן נישט קיין דעליווערי פי, גרעיפ דשוס קויפט מען א קעסטל צוזאמען מיט א קעסטל וויין ביים משמש וואס בעט אויך נישט דעליווערי פי, זאכן וואס האלטן זיך לאנג כדוגמת אויל און געקענטע זאכן גייט מען אי"ה מאכן א בינגא ארדער איינמאל א חודש און אהיימברענגן, פרוכט ברויך מען מברר זיין צו הארוועסט און הוד פרוכט סטארס זענען אין די קשר בוגדים) פרישע פראדוקטן וועט מען אי"ה בלייבן ביים איצטיגע גראסערי און אהיימברענגן

און צו דיר מיין טייערע גראסערי מאן, איך וואלט זייער געוואלט זאלסט ווייטער מאכן פרנסה בריווח גדול ובניקל, אבער קום נישט וויינען צו מיר פאר פסח אז יעדער לויפט קויפן ביי וואן סטאפ בשעת ווען א גאנץ יאר נוצט מען דיר נעבעך אויס, אויב קאסטומערס האבן ביי דיר א חשיבות דאן נעם דיר נישט צוזאם אויף מיטינגן קעגן אונז, רעדט דיך דורך מיט דיין אקאונטענט און בוק קיפער וויאזוי צו נוצן די ... וואס איך האב ארויסגענומען פון באנק נאך טעקס דיר צו באצאלן... גענוג מיט די נייע רשעות'דיגע נאן פוד אייטעמס טעקס! אגב ווען וואלסט ווען געהאט ארבייטער מיט עכטע סאשעל סעקיוריטיס וואלט איך געהאט מער מיטלייד מיט דיר...
עקסטער דענקעך גוט ווי איך האב דיר געמוזט דערמאנען אז די פרייזן פון אייער איז שוין אראפ בשעת ווען עס איז ארויף האסטו אליינס געוויסט...
ווי אויך ווען א קאמפאני האט געמאכט א סעיל אויף פראדוקטן מיט ריזיגע פלאקאטן העכער די אייטעם פאר 2.99 און נאכן דורכגיין מיין רעסיט און זעהן אז די האסט געבעטן 4.29 און איך האב דיר פארגעהאלטן האסטו דיך דערמאנט טאקע אז די האסט נישט געאפדעידעט דיין פרייז...
עמעזאן טארגעט און וואל-מארט מאכן נישט די מיסטעיקס אזוי אפט...

לאוו יו אלל, משה כספי
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 14, 2018 2:05 am

משה כספי האט געשריבן:די סעקונדע וואס איך זעה אז גראסערי גייט אראפ מיט די פרייז פאר בליעטש, טייד, אלל, טישוס, וכו' וכו' הויז פראדוקטן וואס דער "גוי" פארקויפט פאר ביליגער, אדער ער האט אמעריקאנער גוים מיט עכטע סאשעל סעקיוריטיס, בין איך גרייט צו מיטוויינען אויף די היימישע פראדוקטן מאנאפאלי און די מינימום וועידש הייק
דערווייל פון היינט קויפט מען הויזהאלד פראדוקטן ביי טארגעט (רעד קארט קאסטומערס) וואס בעטן נישט קיין דעליווערי פי, גרעיפ דשוס קויפט מען א קעסטל צוזאמען מיט א קעסטל וויין ביים משמש וואס בעט אויך נישט דעליווערי פי, זאכן וואס האלטן זיך לאנג כדוגמת אויל און געקענטע זאכן גייט מען אי"ה מאכן א בינגא ארדער איינמאל א חודש און אהיימברענגן, פרוכט ברויך מען מברר זיין צו הארוועסט און הוד פרוכט סטארס זענען אין די קשר בוגדים) פרישע פראדוקטן וועט מען אי"ה בלייבן ביים איצטיגע גראסערי און אהיימברענגן

און צו דיר מיין טייערע גראסערי מאן, איך וואלט זייער געוואלט זאלסט ווייטער מאכן פרנסה בריווח גדול ובניקל, אבער קום נישט וויינען צו מיר פאר פסח אז יעדער לויפט קויפן ביי וואן סטאפ בשעת ווען א גאנץ יאר נוצט מען דיר נעבעך אויס, אויב קאסטומערס האבן ביי דיר א חשיבות דאן נעם דיר נישט צוזאם אויף מיטינגן קעגן אונז, רעדט דיך דורך מיט דיין אקאונטענט און בוק קיפער וויאזוי צו נוצן די ... וואס איך האב ארויסגענומען פון באנק נאך טעקס דיר צו באצאלן... גענוג מיט די נייע רשעות'דיגע נאן פוד אייטעמס טעקס! אגב ווען וואלסט ווען געהאט ארבייטער מיט עכטע סאשעל סעקיוריטיס וואלט איך געהאט מער מיטלייד מיט דיר...
עקסטער דענקעך גוט ווי איך האב דיר געמוזט דערמאנען אז די פרייזן פון אייער איז שוין אראפ בשעת ווען עס איז ארויף האסטו אליינס געוויסט...
ווי אויך ווען א קאמפאני האט געמאכט א סעיל אויף פראדוקטן מיט ריזיגע פלאקאטן העכער די אייטעם פאר 2.99 און נאכן דורכגיין מיין רעסיט און זעהן אז די האסט געבעטן 4.29 און איך האב דיר פארגעהאלטן האסטו דיך דערמאנט טאקע אז די האסט נישט געאפדעידעט דיין פרייז...
עמעזאן טארגעט און וואל-מארט מאכן נישט די מיסטעיקס אזוי אפט...

לאוו יו אלל, משה כספי

משה, דיין ארטיקל קאן ווען זיין לענגער
...!!!JOBS JOBS JOBS

פרייליכען
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » זונטאג ינואר 14, 2018 2:49 am

אין די בריוו שטייט אז מען זאל נישט קומען פרייטאג נאכמיטאג מיט די צעטליך וד"ל... און נאך בעטן דעליווערי.

לכאורה וואס גייט אן פארן גראסערי מאן ווי אזוי איך באצאל? די עיקר אז די געלט קומט אן אין באנק

אוועטאר
טשעירמאן
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » זונטאג ינואר 14, 2018 7:06 am

פרייליכען האט געשריבן:אין די בריוו שטייט אז מען זאל נישט קומען פרייטאג נאכמיטאג מיט די צעטליך וד"ל... און נאך בעטן דעליווערי.

לכאורה וואס גייט אן פארן גראסערי מאן ווי אזוי איך באצאל? די עיקר אז די געלט קומט אן אין באנק

בכלל איז רוב פונקטען פון די בריוו אין די דב''י זייער אומלאגיק
ווייל דער גראסערי מאן מאכט זייער שיין אויף וויק טשעיק פונקט ווי קעש, סדויערט לענגער צו באצאלען ווי קעש? סתם א נארישע חשבון, ווייל מנהסתם קויפוט ער מער זאכען ניין?

איך זאל נישט גיין צו קאסטקא וועגן דיני עכו''ם? וואס טוט זיך איבער בינגא? ועוד ועוד
אבער די עיקר חוצפה איז - מעגסט זיין גערעכט פון היינט ביז מארגען- דאס אז דו שמועסט זיך אפ מיט דיינע קאלעגן\קאמפעטישאנס דאס גייט אריין אין די ביינער פון אלע דיינע קאסטומערס

איך מוז אבער צולייגען אז כהאלט די מהלך צו טשארזען 2 דאלער פאר די ערשטע באקס אאו''ו איז גאנץ א נארמאלע טשארזש

דריידל
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 8:30 am

הונדרעט פראצענט אז ס'איז נארמאל צו טשארזשן פאר דעליווערי, ווייל איינער וואס וויל זיך שפארן זאל אליין אהיים טראגן זיין ארדער און ווער ס'קוקט נישט אויף קיין פרייזן זאל טאקע צאלן פאר דעליווערי.
איך האלט פשוט אז ס'איז א נער'ישקייט פון זיי נישט צו מאכן א חילוק פון א גוטע קאסטומער בוז אן אויפשרייבער. איך צאל אויס מיין גראסערי יעדע וואך און ס'איז נישט יושר אז איך זאל דארפן צאלן מער לכבוד דעם וואס אנדערע שרייבן אויף און מאכן שווער פאר'ן גראסערי צו צאלן זיינע בילס. מיין גראסערי גיט מיר טאקע א 10% הנחה אבער איך דארף עס יעדעס מאל עקסטער פארלאנגן און מאכט מיר פילן ווי א שנארער.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » זונטאג ינואר 14, 2018 8:47 am

דריידל האט געשריבן:מיין גראסערי גיט מיר טאקע א 10% הנחה אבער איך דארף עס יעדעס מאל עקסטער פארלאנגן און מאכט מיר פילן ווי א שנארער.

נישט יעדער בעט א 10 פראצענט הנחה, און לויט דיינע ווערטער:

דריידל האט געשריבן:איך האלט פשוט אז ס'איז א נער'ישקייט פון זיי נישט צו מאכן א חילוק פון א גוטע קאסטומער בוז אן אויפשרייבער.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 9:25 am

בעריש'ל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:מיין גראסערי גיט מיר טאקע א 10% הנחה אבער איך דארף עס יעדעס מאל עקסטער פארלאנגן און מאכט מיר פילן ווי א שנארער.

נישט יעדער בעט א 10 פראצענט הנחה, און לויט דיינע ווערטער:

דריידל האט געשריבן:איך האלט פשוט אז ס'איז א נער'ישקייט פון זיי נישט צו מאכן א חילוק פון א גוטע קאסטומער בוז אן אויפשרייבער.

לגבי דעליווערי איז זאלן זיי אויך מאכן א חילוק און פאר איינער וואס צאלט אויפ'ן פלאץ דארף מען נישט טשארזשן. פשוט אן עצה טובה פאר גראסעריס נישט צו פארטרייבן גוטע קאסטומערס

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג ינואר 14, 2018 9:42 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש די אויפברויז דא אויף עטליכע פרוטות ״פינף טאלער״, בשעת מען האלט שוין זעכציג יאר נאך גלות אמעריקע און די זעלבע געציילטע קאמפאניס האבן א מאנאפאל אויף כמעט די גאנצער כשר עסן אינדוסטערי.

עס איז נאר דא איין מיליכיגס קאמפאני מיט א היימישע הכשר, נישט ווייל אנדערע האבן נישט פראבירט, נאר ווייל מען האט סוקסעספול יעדעם אינטערגעברענגט, און די זעלבע איז מיט גרעיפ דשוס, און די פענטרי ליין פון כשר עסן,

רובא דרובא עסן ווערט קאנטראלירט פון עטליכע געציילטע בעלי צדקה, וואס זייערע עלטערן בעלמא דקשוט האבן איינגעפעדעמט די מאנפאל, און זייערע קינדער האלטן זיך בדרך אבותם, און צו די זייט טיילען זיי צדקה - נישט יעדער טיילט, טייל פון זיי טיילען.

״פינף טאלער״ האט ענק געבראכען אז דאס קען מען מער נישט דערהייבען?!
אויב אזוי דאן טראכט בדימיון אז די געלט גייט פאר גפן, קדם, און מהדרין און דאס וועט אייך מאכען גרינגער אויפן געמיט צו צאלהן די פינף טאלער.

אז דו רעדסט שוין פון גרעיפ זשאויס אינאיינעם מיט אנדערע עסן אינדוסטריעס, פרעגגט אייך נאך מיט וויפיל פראצענט קדם איז ארויף די לעצטע צען יאר.

א עסן דיסטריביוטער האט מיר געוויזן אויפן ראמפיוטער די פרייזן און עליות פון אלע עסן קאמפעניעס די לעצטע צען יאר, זינט תשס"ח, קדם איז ארויף אין עווערעזש מיט א דריטל ווייניגער פון יעדעם. יעדער איז ארויף מיט איבער 15 פראצענט, קדם האלט יעצט ביי בלויז 9. דוק ותשכח.

דיסקלעימער, איך רעד פון גראסעריעס, נישט פון שמש שטיבלעך.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג ינואר 14, 2018 9:47 am

איי געס ער איז שוין געווען גענוג טייער פאר ס"ח אז ער האט נעבעך נאר געקענט ארויפגיין מיט 9%
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Bing [Bot], SPUSMN, זזה, כאפצעם, נעגלוואסער, צווייפעל, קארן און 50 געסט