"גראסערי דעליווערי טשארדזש"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קהלס נאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2012 12:16 pm
לאקאציע: אין קהל'ס אפיס

תגובהדורך קהלס נאר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:49 pm

אויף קולמע איז דא אן אינטערוויא מיט א גראסערי איינגענטומער ער זאגט דארט קלאר אז אפאר גראסעריס האבען זיך צאמגענומען
פרייט אייך ברידערלעך! זייט בשמחה!‎‎‎‎

משהלע
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:58 pm

קהלס נאר האט געשריבן:אויף קולמע איז דא אן אינטערוויא מיט א גראסערי איינגענטומער ער זאגט דארט קלאר אז אפאר גראסעריס האבען זיך צאמגענומען


דער איז א ריזן טיפש. ער האט פארלוירן אין קאורט נאך פאר די קעיס האט זיך אנגעהויבען. עס פעלט נאר אויס איין פארביטערטער זאל אריינגעבן א מסירה.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:00 pm

משהלע, דו דארפסט זיך אביסל בארואיגען...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:06 pm

משהלע האט געשריבן:א גראסערי ארבייטער האט מיך יעצט באשטעטיגט אז די החלטה איז געמאכט געווארען ביי א מיטינג פון אלע גראסעריס.

ווען איך בין נישט קיין איד וואלט איך גע'מסר'ט און א פאר אידן וואלטן געגאנגען אין חד גדיא פאר price fixing.

אלס איד קענסטו אים רופן אין דין תורה פאר מיקר זיין דעם שער.

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:07 pm

כ'מיין אז דער איד אויף ק"מ איז אביסעלע אומ'אחריות'דיג און מ'קען קיינמאל נישט וויסן וועלכער משוגע'נער גייט באשליסן אז ער מעג - אדער גאר איז מחיוב (שוין געהערט אזאנס אויך) צו - מסר'ן

קען זיין אז מ'מעג לעגאל אפמאכן נישט צו געבן א געוויסע סערוויס בחינם און ס'איז נישט די זעלבע ווי אפמאכן צו הייבן די פרייז. כ'ווייס נישט

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג ינואר 12, 2018 7:39 am

זעי איך אויף דערווייל אז הצלחה טשארזשט נאך נישט קיין דעליווערי

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:17 am

משהלע האט געשריבן:א גראסערי ארבייטער האט מיך יעצט באשטעטיגט אז די החלטה איז געמאכט געווארען ביי א מיטינג פון אלע גראסעריס.

ווען איך בין נישט קיין איד וואלט איך גע'מסר'ט און א פאר אידן וואלטן געגאנגען אין חד גדיא פאר price fixing.

נישט ריכטיג. פרייס פיקסינג איז ארויפגיין אויף א געוויסער פראדוקט, מען מעג אינאיינעם ארויפגיין ביים טשארזשען אויף א סערוויס וואס זיי זענען נישט מחיוב לעגאל.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:26 am

ימח שמם וזכרם

איך מאך שוין נישט ארדערס נאר איך שלעפ מיר אהיים מיט בעגס יעדער טאג
参考专家

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:31 am

מומחה יוחס האט געשריבן:ימח שמם וזכרם

איך מאך שוין נישט ארדערס נאר איך שלעפ מיר אהיים מיט בעגס יעדער טאג

א רחמנות אויף דיין רוקן, א חוץ אויב די ביסט טאקע אזוי אלט ווי אויפן בילד און סאיז שוין נישט דא קיין קינדער אינדערהיים
ווען די ביסט גערכט ביסטו גערעכט

להוסיף
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:43 am

מיין געוו. גראסערי אין וויליאמסבורג האט געהאט א גוטן מנהג. מען מוז געבן א דאלער טיפ פאר די דעליווערי גוי.

דער גוי קומט מיט'ן באקס. און עס האט א סטיקער 'טיפ'. אויב מען געט דעם טיפ נעמט עס דער גוי אראפ. אז נישט, טראגט ער עס צוריק אין סטאר. און מען נעמט אראפ דעם דאלער פון דיין אקאונט!!

ס'איז א גוטע זאך. ווייל די גראסעריס קענען צושטעלן דעליווערי סערוויס נאר אויב די גוים רעכענען א חלק פון זייער הכנסה פון טיפס. עקסטער ווערן די דעליווערי גוים 'פראסטרעיטעד' און פויל אויב זיי שלעפן ארויף א ארדער צום פערטן שטאק. מען הייסט זיי אריינשלעפן די באקסעס אין קיטשען. מען געט נישט קיין טיפ און מען זאגט אפילו נישט 'טענק יו'..

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:52 am

להוסיף האט געשריבן:מיין געוו. גראסערי אין וויליאמסבורג האט געהאט א גוטן מנהג. מען מוז געבן א דאלער טיפ פאר די דעליווערי גוי.

דער גוי קומט מיט'ן באקס. און עס האט א סטיקער 'טיפ'. אויב מען געט דעם טיפ נעמט עס דער גוי אראפ. אז נישט, טראגט ער עס צוריק אין סטאר. און מען נעמט אראפ דעם דאלער פון דיין אקאונט!!

ס'איז א גוטע זאך. ווייל די גראסעריס קענען צושטעלן דעליווערי סערוויס נאר אויב די גוים רעכענען א חלק פון זייער הכנסה פון טיפס. עקסטער ווערן די דעליווערי גוים 'פראסטרעיטעד' און פויל אויב זיי שלעפן ארויף א ארדער צום פערטן שטאק. מען הייסט זיי אריינשלעפן די באקסעס אין קיטשען. מען געט נישט קיין טיפ און מען זאגט אפילו נישט 'טענק יו'..

Wראנג!
אויב פעלט אויס צו צאלן מער פארן גוי דאן צאל איהם מער, טיפ איז א וואלאנטערי זאך וואס ווען א מענטש זעהט אז איינער האט געארבעט פאר איהם מיט הארץ אדער געטאן די דזשאב בעסער אדער שנעלער ווי א צווייטן דאן געבט ער א טיפ,
אז דער גראסערי זעהט אז ער קען זיך נישט אויסהאלטן זאל ער ארויפגיין מיטן פרייז, אדער... טשארדשען אן עמטליכע דעליווערי טשארדש,
ארויפצווינגען א טיפ אויף א קאסטאמער איז נישט די וועג,

זה הוא דעת קאטשי (דלא כדעת רוב ה'אמעריקאני).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3371
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג ינואר 12, 2018 10:53 am

מיינע צוויי צענט.
איך האב נישט געזעהן די אשכול ביז יעצט.. איך זעה נאר אז ס'איז אפגעטיילט.. ווייסעך נישט וואו ער איז געווען פארדעם...

אבער
אין מאנסי בעט שוין ראקלענד כשר יארן א דעליווערי טשארדזש, וואס ער האט אנגעהויבן ווען די גאז איז ארויפגעגאנגען.. ווילאנג ס'האט געקאסט ביליג, 7 דאלאר א שעה, א דאללער א גאלאן גאזאלין האט ער געגעבן דעליווערי בחינם, אבער איינמאל ס'האט אים אויסגעקומען צו טייער האט ער אנגעהויבן טשארדזשען דעליווערי.
יעצט, אויב נאר איין גראסערי אין וומ"ס הייבט אן רעכענען פאר דעליווערי גייט די עולם אוועקגיין פון אים און טרעפן אנדערע גראסעריס, סעילס טעקס יוכיח וואס נאך וואלט געקענט פאסירן. היות ס'איז א פראבלעם וואס אלע גראסעריס מוטשענען זיך, האט מען געמוזט פאסן א געמיינזאמע החלטה דערצו.

נאך מער, דורכדעם וואס ער רעכנט דעליווערי, האלטן זיך א טייל מענשטן אפ פון בכלל בעטן צו דעליווערן, און שלעפן אהיים די באקסעס אליין. האט ער שוין פארדינט דערפון... איך זעה נישט פארוואס א גראסערי זאל "מוזן" צושטעלן אזא סערוויס ווי דעליווערן בחינם.
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:00 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
להוסיף האט געשריבן:מיין געוו. גראסערי אין וויליאמסבורג האט געהאט א גוטן מנהג. מען מוז געבן א דאלער טיפ פאר די דעליווערי גוי.

דער גוי קומט מיט'ן באקס. און עס האט א סטיקער 'טיפ'. אויב מען געט דעם טיפ נעמט עס דער גוי אראפ. אז נישט, טראגט ער עס צוריק אין סטאר. און מען נעמט אראפ דעם דאלער פון דיין אקאונט!!

ס'איז א גוטע זאך. ווייל די גראסעריס קענען צושטעלן דעליווערי סערוויס נאר אויב די גוים רעכענען א חלק פון זייער הכנסה פון טיפס. עקסטער ווערן די דעליווערי גוים 'פראסטרעיטעד' און פויל אויב זיי שלעפן ארויף א ארדער צום פערטן שטאק. מען הייסט זיי אריינשלעפן די באקסעס אין קיטשען. מען געט נישט קיין טיפ און מען זאגט אפילו נישט 'טענק יו'..

Wראנג!
אויב פעלט אויס צו צאלן מער פארן גוי דאן צאל איהם מער, טיפ איז א וואלאנטערי זאך וואס ווען א מענטש זעהט אז איינער האט געארבעט פאר איהם מיט הארץ אדער געטאן די דזשאב בעסער אדער שנעלער ווי א צווייטן דאן געבט ער א טיפ,
אז דער גראסערי זעהט אז ער קען זיך נישט אויסהאלטן זאל ער ארויפגיין מיטן פרייז, אדער... טשארדשען אן עמטליכע דעליווערי טשארדש,
ארויפצווינגען א טיפ אויף א קאסטאמער איז נישט די וועג,

זה הוא דעת קאטשי (דלא כדעת רוב ה'אמעריקאני).

וכן הוא הסיסטעם האמעריקאני. געוויסע דזשאבס, צב''ש רעסטוראן סערווירער, איז די וועידזש באזירט אויפ'ן חשבון אז זיי גייען באקומען טיפס פון די קאסטומערס, און דעריבער פארשטייען אפי' די לינקע אז ביי די אינדוסטריעס זאל זיין א נידריגערע מינימום וועידזש ווי אין אלגעמיין. אבער ביי אלע אנדערע דזשאבס איז טיפס נישט קיין חיוב און אפי'נישט קיין הנהגה טובה, נאר בלויז א הוספה אין הכרת הטוב אויב יענער גייט ארויס פון זיין וועג פאר דיר - אדער אויב דו האלטסט אז עס איז ריכטיג. ארויפצווינגען איז נישט בארעכטיגט, און די סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט אזוי. אויב דער גוי איז נישט צופרידן פון זיין ארבעט, זאל ער זוכן א צווייטע דזשאב.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג ינואר 12, 2018 12:20 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ימח שמם וזכרם


????????
ממש אזוי? זיי זענען דאך אידישע קינדער
זוכט איר דוי?

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 12, 2018 2:38 pm

אויב ער איז אזוי אלט ווי אויפן בילד, און ער האט טאקע נעבעך אהיימגעשלעפט זיין ארדער, פארשטיי איך אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

גראסערי געשעפטען אין וויליאמסבורג נאכאמאל זיך ציזאמגענימען

תגובהדורך דגל יהודה » מוצ"ש ינואר 13, 2018 7:43 pm

ווי ערשטוינט בין איך געווען ערש"ק ביים דורך לייענען די וועכענטלעכע שמחות בלעטער אין איך האב געזעהן א עד פין די גראסערי געשעפטען ווי אלע האבן זיך ציזאמגענימען אז זיי גייען אנהייבן צי רעכענען פאר דעליוועריס.

ביזדערווייל זעה איך אז קיינער האט עס נאך נישט געשריבען דא.
וואס זאגט די וויליאמסבורג עולם לגבי די ציזאמגענימען פין אלע גראסעריס בכלל אין פין די דעליווערי טשארדזעס בפרט?

מיין מיינונג וועט נאכפאלגען :lol:
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש ינואר 13, 2018 7:46 pm

וועגן דעליווערי טשארדש זעה דא

viewtopic.php?f=6&t=35943

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:06 pm

IMG_20180113_230525.jpg
IMG_20180113_230525.jpg (94.25 KiB) געזעהן 430 מאל
די זעלטענע רייכע היסטאריע פון ביהכ"נ בן עזרא
וואו זענען די אוצרות ביהמ"ק-מגילת ההחושת?
הישמע כזאת? "חילול שבת בפרהסיה".. לאמיר שרייען ש ב ת . . .
בשלח טז,כז וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, יָצְאוּ מִן-הָעָם לִלְקֹט;

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:11 pm

באמת רעדט מען פון בערך 250 דאלאר א יאר

בכלל נישט געפערליך נאכדערצו פאר אלע וואס שרייבן אויף

טראכט סאיז א אינטרעסט וואס די גראסעריס לאזן דיר אויפשרייבן

לאמיר זיך נישט נערן די גראסעריס וואס קענען געבן ביליג איז נאר וועגן זיי האבן נישט קיין אויפשרייב ביך

אין אלע קליינע גראסעריס מוטשענען זיך דערמיט

און נאך בינגא עפאכע זאגן די גראסעריס אז פאר גרויסע ארדערס איז דיר בינגא גוט און די שלעפסט דיינע געפעק ,דאן יעצט באצאל דעליווערי

סאיז באמת א נערישע נושא

250 דאלאר א יאר איז א זשוק

פריי דיך די קענסט אויפשרייבן

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:13 pm

לכבוד הער גראסערי מאן,

היות ב"ה האבן מיר ערוועלט דאנעלד טראמפ ירום הודו אלץ פרעזידענט פון די פארטייניגטע שטאטען, און ווי באקאנט איז פון די גרונדשטיין פונם טראמפ קאמפיין געווען טעקס ריפארם.

דער פרעזידענט האט אויסגעפירט זיין צוזאג און גענידערט שטייערן פאר אייך גראסערי לייט, עס וואלט געווען א שטיקל פארשלאג אז היות איר ווילט אונז זאל מיר זיך טיילן מיט אייער געהויבענע מינימום וועידש, אונז וויל מיר זיך טיילען מיט אייער שטייער רעדוקציעס.

יישר כח למפרע

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:21 pm

למעשה וואס די ווייטאג נעבעך איז פון די קליינע קארנער גראסעריס אז די פאר קאסטומערס וואס באצאלן צייטליך מיט קעש אדער אפילו קרעדיט קארד קויפן ביי בינגא

אין די ארימע שלעפערס וואס האבן אלפים אויפגעשריבן און באצאלן מיט וויק און פיי סמך זענען געבליבן ביי זיי

סאיז א ווייטאג און זיי קאנען גארנישט טין דערצו אויסער אביסעל זיך נעמען זשארזשען אינטערעסט אויפן אויפשרייב ביך ,וואס איז נישט מער ווי נארמאל
לעצט פאראכטן דורך ווייסע זאקן אום מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:24 pm

קומט אויף קרית יואל וועט איר זעהן וואס מיינט טאשן שניידערס מצאלט שוין יארן דעליווערי טשארזעס חוץ די טייערע פרייזן און ניטאמאל האבן מיר א אפשען פון בינגא

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:29 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:לכבוד הער גראסערי מאן,

היות ב"ה האבן מיר ערוועלט דאנעלד טראמפ ירום הודו אלץ פרעזידענט פון די פארטייניגטע שטאטען, און ווי באקאנט איז פון די גרונדשטיין פונם טראמפ קאמפיין געווען טעקס ריפארם.

דער פרעזידענט האט אויסגעפירט זיין צוזאג און גענידערט שטייערן פאר אייך גראסערי לייט, עס וואלט געווען א שטיקל פארשלאג אז היות איר ווילט אונז זאל מיר זיך טיילן מיט אייער געהויבענע מינימום וועידש, אונז וויל מיר זיך טיילען מיט אייער שטייער רעדוקציעס.

יישר כח למפרע
;l;p-
די זעלטענע רייכע היסטאריע פון ביהכ"נ בן עזרא
וואו זענען די אוצרות ביהמ"ק-מגילת ההחושת?
הישמע כזאת? "חילול שבת בפרהסיה".. לאמיר שרייען ש ב ת . . .
בשלח טז,כז וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, יָצְאוּ מִן-הָעָם לִלְקֹט;

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:29 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:למעשה וואס די ווייטאג נעבעך איז פון די קליינע קארנער גראסעריס אז די פאר קאסטומערס וואס באצאלן צייטליך מיט קעש אדער אפילו קרעדיט קארד קויפן ביי בינגא

אין די ארימע שלעפערס וואס האבן אלפים אויפגעשריבן און באצאלן מיט וויק און פיי סמך זענען געבליבן ביי זיי

סאיז א ווייטאג און זיי קאנען גארנישט טין דערצו אויסער אביסעל זיך נעמען זשארזשען אינטערעסט אויפן אויפשרייב ביך ,וואס איז נישט מער ווי נארמאל


פיי סאמעך קאסטומערס קויפן ברייטער ווי קעש קאסטומערס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:31 pm

די גראסעריס האבן פאריאר געטרייט מיט די צייטונגען און זיי זענען דורעכגעפאלן און יעצט איז עס זיי געלונגען , ברוך השם פאר זיי

די פאקט אז די קעש האבן די גראסעריס דערלייגט זייט בינגא

גרויסע ימים טובים און יעדע יומא דפגרא און שמחות גייט מען זיכער צו בינגא און זיי פילן דאס ,מיט א אויפשרייב בוך קענען זיי נישט ווייטער אנגיין
לעצט פאראכטן דורך ווייסע זאקן אום מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], אבן יקרה און 45 געסט