חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צדקה
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מוצ"ש מאי 18, 2019 11:45 pm

גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס פאר הנגיד ר' יואל עפשטיין

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מוצ"ש מאי 18, 2019 11:51 pm

איך האב שוין לאנג א געדאנק איבער די חתונה נאכט
די שאלה איז צי סאיז דא מיט וועם צו גיין צום טיש, די מהלך איז צו מאכן אויך א אפשען פון א חתונה אין ביהמ"ד אדער ביניני המסודות אויף א מהלך פון יואלי ראטה לדעתי וועט זיין גענוג ווער סוועט וועלן גיין דערמיט אפילו סאיז מעגליך עקסטריעם
און די מעלה וועט זיין אז כנור דוד וכדומה וועט שוין זיין די רייכע פענסי תקנות זאל און די מענטשן מיט מער קאנפעדענס קענען מאכן אין ביהמ"ד אדער פשוטע עסזאל אדער אין ק"י קען זיין גאר שטארק געאייגענט די מבצר הכוללים איין שטאק פאר מענער און איינס פאר פרויען פאר גענצליך בחינם..

מקען מאכן פירהענג אויף די ווענט אביסל צי באפיצן

מוועט געבן צי עסן א סעודה אבער אויף א א וואכנאכט פארנעם

מוועט אריינבויען א מייק סיסטעם וואס קיינער דארף נישט קאנטראלן א גאנצע נאכט נאר סזאל האבן גראבע באטענס.. איין באטען שטייטע מוזיק פאר די סעודה, איינס אנצוהייבן ערשטע טאנץ, און איינס פאר 2טע טאנץ, און מצוה טאנץ קען מען אויסוועלן איינס פון די פאריגע 2...

מקען אריינברענגען עסקני הכולל צו מאכן די טישן פארן אהיימגיין פון כולל

די שאלה איז אויך איבער די עזרת נשים זיי דארפן אביסל א רייכערע וואכנאכט, הגם עסן דארפן זיי באמת ווייניגער ווי מענער, רוב פרויען לאזן אלעס איבער, אבער סדארף זיין עפעס מער אהערגעשטעלט פאר נשים

נו וואס זאגט איר צי דעם פלאן...

בבל
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 19, 2019 12:21 am

צדקה האט געשריבן:גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס

דאכט זיך מיר אז ר'שלומה לייב איז די ערשטע וואס האט ערנסט געטאן פאר די חתונה קריזיס, ערגעץ אין די ס יארן האט ער ארימגעשיקט א געלונגענע בראשור אויף פאסט איבער די צידרייטע חתונה סטענדארט א שאד איך האב נישט געסעווד יענע בראשור, לכאורה פין דארט איז ער געגאנגען צי מנוחת הנפש די ערשטע אזא איידיע וואס האט שפעטער געטוישט נאמען צי חתונה דיפא. מיט די יארן איז ציגעקימען עטליכע קאמפעטישן אין די ליין

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג מאי 19, 2019 12:26 am

איך האב זיך ארויס געכאפט קיין אייקיע פאר אופיס פארניטשער, און אינאייוועגס געזען רעגולאר האם פארניטשער.

איך זע באמת נישט פארוואס אין די וועלט זאל מען צאלן $17000 פאר די חתונה מאלל'ס, איך האב געכאפט א לאנגע שמוס מיט א רעפרעזענטעיוו און איך זאג עם אז איך מאף צו א נייע דירה און איך וויל מיך אוסשטאפירן פון עי טו זי, וויפל דארף עס קאסטן.

ער זאגט מיר נישט מער ווי 6000.

אינקלאד קיטשן אייטעמ'ס, אין אפליינסעס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, yoy, א מוח, אוצרות ליסקא, בבל, וימאןX3, יודל קליין, כא כא כא, לעגאו מענטשעלע, פעטער שמואל און 79 געסט