חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:45 pm

תמים תהיה האט געשריבן:מיין טשיינע קלאזעט איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט... אן עבירה געווען די געלט

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:59 pm

איך מיין אז פוירניטשער תקנות וואלט געווען א גלייכע זאך, בעיקר די בעדרום פערניטשער

גראבע קלעצער שטייט אין וועג, נעמט אויף דרייפערטל פון די שוין גרויסע בעדרום. כ'וואלט עס שוין לאנג ארויסגעווארפן ווען נישט וויפל יודיש געלט און בלוט ליגט אין דעם

3 יאר נאך די חתונה דארף עס קיינער נישט

יונה
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:16 pm

חדשות האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז דא א שענערע זאך ווי נגידים זאלן מאכן אויפפאלענד ביליג חתונה, דאס וועט שטארק העלפן פארן המון עם

אזוי וואלט ווען געדארפט צו זיין, ליידער נישט אינגאנצען אזוי.

מען וואלט געדארפט מאכן א קאמפיין, און א ווינט, אז דער עושר וועט זיין 10 מאל מער ארויפגעקוקט אויב מאכט ער א שפארעדיגע חתונה. און פארקערט אן עושר וואס רייסט זיך אויף זאל זיין אראפגעקוקט.

דיסעגרי. א עושר האט אלע רעכטן (און ס'איז ערווארטעט) צו חתונה מאַכן ווי עס פאסט פאר א נגיד (פארשטייט זיך מ'רעדט נישט פון איבערגעטריבענע אויסברענגעריי) ער איז נישט מחויב צו שפארן כדי די וואס קענען זיך נישט ערלויבן זאלן נישט פרובירן נאכאמאכן. יעדע מענטש דארף וויסן וויפיל ער קען ספענדן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:19 pm

פארוואס נישט צוגלייכן צו אן אויטא. דער פשוטער הארעפאשנער ארבייטער וועט נישט פירען א לעקסוס אדער קאדילאק, און אויב יא העט ער אפילו זיין אראפגעקוקט
בוי זיך זעלבסט

יונה
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:26 pm

ס'איז טאקע צוגעגליכן, א ריזיגע עושר מאכט חתונה אין עטרת אברהם, א קלענערע און קאנטינענטל א נידעריגע פארדינער אין פרדס... (ס'נישט ממש אזוי)

די פראבלעם ביי חתונה מאכן איז אז אויפן ביליגסט אופן קאסט עס אין די שווערע טויזנטער. די איינציגסטע עצה איז צו שניידן זאכן וואס די שוין יאָרן איינגעפירט אלץ סטענדערט.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:31 pm

Haklal האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש

ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י

בכלל נישט. פינקט אזוי שטארק אין וויליאמסבורג 99% מיידליך באקומען סיזי(פארשטייט זיך חסידי מהרא, אנדערע ווייס איך נישט)

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:36 pm

Haklal האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז דא א שענערע זאך ווי נגידים זאלן מאכן אויפפאלענד ביליג חתונה, דאס וועט שטארק העלפן פארן המון עם

here you go.
זעסטו שוין אז דער עולם דיסאגריעט. מאנכע (וואס מיינען אז מען לעבט אייביג) האלטן דוקא אז עס איז א שיינע זאך פאר א נגיד זיך אויפצורייסן.

ווילאנג דער מענטעליטי איז דא, וועלן נגידים ווייטער זיך אויפרייסן.

Haklal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש ינואר 06, 2018 11:56 pm

יונה האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז דא א שענערע זאך ווי נגידים זאלן מאכן אויפפאלענד ביליג חתונה, דאס וועט שטארק העלפן פארן המון עם

אזוי וואלט ווען געדארפט צו זיין, ליידער נישט אינגאנצען אזוי.

מען וואלט געדארפט מאכן א קאמפיין, און א ווינט, אז דער עושר וועט זיין 10 מאל מער ארויפגעקוקט אויב מאכט ער א שפארעדיגע חתונה. און פארקערט אן עושר וואס רייסט זיך אויף זאל זיין אראפגעקוקט.

דיסעגרי. א עושר האט אלע רעכטן (און ס'איז ערווארטעט) צו חתונה מאַכן ווי עס פאסט פאר א נגיד (פארשטייט זיך מ'רעדט נישט פון איבערגעטריבענע אויסברענגעריי) ער איז נישט מחויב צו שפארן כדי די וואס קענען זיך נישט ערלויבן זאלן נישט פרובירן נאכאמאכן. יעדע מענטש דארף וויסן וויפיל ער קען ספענדן.

ר' יונה

איך האב דען געזאגט אז ער טאר נישט? ער האט א בחירה חפשית צי טוען וואס ער וויל. איך האב נאר געזאגט אז דער עושר וואס טיט מצוות אין געט צדקה, זאגט מיין דעתי העני' אז די גרעסטע דרגא פין צדקה איז ווען ער העלפט יודן זאלן נישט דארפן אנקומען צי אנדערע דורכן זיין א סעמפל

יונה
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג ינואר 07, 2018 12:02 am

טאַקע אויף דעם בין איך מחולק. א עושר דארף חתונה מאַכן ווי א עושר. און פשוט'ע מענטשן דארפן וויסן נישט נאכצומאכן. דאס איז די נארמאלע סדר העולם.

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » זונטאג ינואר 07, 2018 12:03 am

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:איך מיין אז פוירניטשער תקנות וואלט געווען א גלייכע זאך, בעיקר די בעדרום פערניטשער

גראבע קלעצער שטייט אין וועג, נעמט אויף דרייפערטל פון די שוין גרויסע בעדרום. כ'וואלט עס שוין לאנג ארויסגעווארפן ווען נישט וויפל יודיש געלט און בלוט ליגט אין דעם

3 יאר נאך די חתונה דארף עס קיינער נישט

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » זונטאג ינואר 07, 2018 12:04 am

יונה האט געשריבן:טאַקע אויף דעם בין איך מחולק. א עושר דארף חתונה מאַכן ווי א עושר. און פשוט'ע מענטשן דארפן וויסן נישט נאכצומאכן. דאס איז די נארמאלע סדר העולם.

אזוי איז דעת בעל הבית
די גמרא זאגט אבער שלא לבייש את מי שאין לו

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג ינואר 07, 2018 12:09 am

די פלענער אז חתן כלה זאלן קויפן פוירניטשור (אויב זיי ווילן עס האבן) האט איין גרויסע פראבלעם:

נאך א יאר-צוויי באשליסט דער אינגערמאן אז ער באצאלט נישט מער. צו וועמען גייט די גמ״ח גיין מאנען דאס געלט?

די עלטערן זענען לכאורה נישט אחריות אויף דעם פארפאלק׳ס פינאנצן און הלוואות.

Haklal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 07, 2018 12:16 am

יונה האט געשריבן:טאַקע אויף דעם בין איך מחולק. א עושר דארף חתונה מאַכן ווי א עושר. און פשוט'ע מענטשן דארפן וויסן נישט נאכצומאכן. דאס איז די נארמאלע סדר העולם.

אזוי וואלט ווען געדארפט זיין אז יעדער זאל וויסן ווי ער באלאנגט אין טוען נאר וואס ער קען אבער unfortunately איז עס נישט אזוי( ישיבת כרכים קשה) ממילא הנלפע"ד כתבתי

הרב_שלום
שר האלפיים
תגובות: 2937
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » זונטאג ינואר 07, 2018 12:16 am

לעצטענס איז אריין סטייל אז פאר א קאזען צו א פרענד'ס חתונה מאכט מען די האר ביי א פראפעשאנעל. דאס דארף ווערן אויסגעריסען
א חבר מיינע מיט 5 מיידלעך אין שטוב זאגט מיר אז יעדע מאל איינע פון זיין'ס אדער זיין ווייב'ס געשוויסטער מאכען חתונה קאסט עס איהם $125 פאר די האר
לעצט פאראכטן דורך הרב_שלום אום זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Follow @yncdeals

תמים תהיה
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » זונטאג ינואר 07, 2018 12:21 am

Haklal האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:טאַקע אויף דעם בין איך מחולק. א עושר דארף חתונה מאַכן ווי א עושר. און פשוט'ע מענטשן דארפן וויסן נישט נאכצומאכן. דאס איז די נארמאלע סדר העולם.

אזוי וואלט ווען געדארפט זיין אז יעדער זאל וויסן ווי ער באלאנגט אין טוען נאר וואס ער קען אבער unfortunately איז עס נישט אזוי( ישיבת כרכים קשה) ממילא הנלפע"ד כתבתי

דער ״עכטער״ נגיד!האט אויך א חיוב ערבות, ספעציעל אויב ער ווייסט שוין היינט גאנץ גוט אז מען קוקט אויף עם און אויף זיינע מנהגים, זיינע באדיס און חברים וואס ״רופן״ זיך אויך נגידים מאכן עם נאך, (ער מאכט דאך אויך איינעם נאך) דאס מיינט סטענדערט!.

עס איז ליידער נישטא קיין נגידים סטאנדארט, בעה״ב סטענדערט, עניים סטענדערט.... אמאל איז אפשר געווען, היינט איז יעדער גראפ פאטאצקי דער באנקיר, מארטגידשז בראקער, מלמד, אינשארענס עדזענט, בי ענד העדש ארבייטער, אלע זענען זעלבע..
גיי זאג פאר דיין ווייב/בחור/טאכטער. אז די מאכסט נישט קיין צוויי אלפים א וואך און די ביסט עניים סטאנדארט..
סא אדער פויעלט מען ביי דעם גאנצן ציבור, אינקלאדינג דער ״נאכגעמאכטער״ נגיד, אדער זאל דער ״עכטער״ נגיד ווייזען דעם וועג.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 07, 2018 12:23 am

יונה האט געשריבן:טאַקע אויף דעם בין איך מחולק. א עושר דארף חתונה מאַכן ווי א עושר. און פשוט'ע מענטשן דארפן וויסן נישט נאכצומאכן. דאס איז די נארמאלע סדר העולם.

here you go.

זאל זיך יענער באגראבן פאר בושה, אבי איך זאל מיך קענען אויפרייסן. און עס איז גאר א מצוה. (פילייכט די זעלבע מענטשען וואס האלטן אז דער לענדלארד וואס בעט בילאו מארקעט איז מאבד מעותיות אבער ווען ער פלאשט אראפ 100 K אום חתונה נאכט איז... אזוי דארף צו זיין).

גויאישע ביזנעס מהלך המחשבה האט פארקרומט אונזער געדאנקנגאנד... און הלואי קען מען אויף דעם ארבעטן.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג ינואר 07, 2018 12:47 am

די גאנצע חתונה תקנות/חתונה מאלל איז א זאך וואס איך פארשטיי נישט, יעדער איז מסכים אז חתונה מאכען קאסט אסאך געלט און מען דארף שפארען , די עולם האט קוים אויף ברויט, און אזוי ווייטער, אבער דא קומט אריין די נושא פון שטיצען היימישער ביזנעסער ווייל אסאך מענטשען פרנסה איז מיט די שידוכים-חתונה ליין, און מיט מאכען תקנות ברעכטסו אינטער זייער פרנסה.

סאיז דא אלטע ניגון וואס ווערט געהערט ביי אלע עווענטס ווען מרעדט פון תקנות, אז אסאך מענטשען האבען טאקע פרנסה אבער זיי ברעכן אינטער ביים חתונה מאכען,
לדעתי איז עס נישט גערעכט ווייל אויב די דארפסט חתונה מאכען איינמאל אין 2 יאר מיינט עס אז חתונה מאכען איז א חלק פונעם בוזשעט און אויב די האסט נישט פאר חתונה מאכען מיינט עס אז די האטס נישט פאר עסען

למאי נפקה מינה? פשוט וויל די הויכע הוצאות ביי חתונה מאכען קומט אין רעזולטאט פון די הויכער סטענדערט אין וואס אינז לעבען, איז פארוואס דווקא ביי חתונה מאכען מאכטסו תקנות וואס איז ביי אלע אנעדר טיילען פון לעבען/יאר? אז די מאכסט תקנות פאר זילבערווארג מיינט עס אז די זילבער סוחר גייט דערלייגען געלט, אבער די סטאר וואס פארקויפט קעריזשעס גייט פארקויפען ווייטער די שיינע באגאבאס פאר די מחותן וואס האט נאכנישט באצאלט די חתונה פון פאראיאר

איך מיין צוזאגען אויב ווילסטו האקען די סטענדערט האק עס אלל דע וועי נישט נאר ביי חתונה מאכען , אפשר זאל מען מאכען קאנטרי תקנות/ד מינים/מצות
אפשר זאל מען הייסען אז יעדער מיז קויפען אויף פסח ביי "בינגא" , וועט יעדער שרייען נא די שטערסט היימישער גראסעריס ???

די מאללס שטערט היימישער ביזנעס סאיז טאקע באקוועם און ביליג אבער מוואלט געדארפט מאכען דיעלס מיט היימישער סטארס זאלען האבען געוויסע תקנות פעיקיטזשעס

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 12:57 am

הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים
נארמאלהייט עקנאמיש גערעדט איז פאר די היימישע עקנאמיא גוט ווען עשירים מכאן חתונה ווי עשירים, אין זיי מעגן אין זאלן חתונה מאכן בעל בתיש
אבער ווען עס אין די תקופה ווען מען וויל טוישן די סטענדערט כדי די עניים זאלן נישט זיך דערשטיקן, איז זעכער אז דער עושר האט נאכמער ווי די עמך א חיוב זיך צוצושטעלן אין ווען ער שטעלט זיך צו קען ער מער אויפטון ווי 100 עניים, אין מיט דעם וואס ער שטעלט זיך נישט צו מאכט ער מער חרוב ווי 100 עניים
עס גייט דורך א תקופה אין די זאך איז מער ווייניגער דורך געבראכן די סטענדערט האט זיך געטוישט עס למשל שוין נארמאל צו קויפן סיזי דער עושר וויל קויפן עכטע דזשולערי ביי א איד אדרבא ואדרבא, צו ווען ער קויפט א סיזי וועט ער געבן די עקסטער פאר טויזענט דאללער פאר איד צום לעבן אדער גייט עס בלייבן אין זיין טאש

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 07, 2018 1:07 am

פרידן האט געשריבן:הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים

גוזמא קתני

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג ינואר 07, 2018 1:10 am

אזוי וויל איך האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש

ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י

בכלל נישט. פינקט אזוי שטארק אין וויליאמסבורג 99% מיידליך באקומען סיזי(פארשטייט זיך חסידי מהרא, אנדערע ווייס איך נישט)

פארשטייט זיך איר רעדט פון 99% אייערע באקאנטע, איך האב אויך ב"ה משפחה (מצד מהר"א) און די ציפערען זענען פונקט קאפויער, 99% באקומט געהעריגע דימאנט שטיינער.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 07, 2018 1:10 am

חדשות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים
נארמאלהייט עקנאמיש גערעדט איז פאר די היימישע עקנאמיא גוט ווען עשירים מכאן חתונה ווי עשירים, אין זיי מעגן אין זאלן חתונה מאכן בעל בתיש
אבער ווען עס אין די תקופה ווען מען וויל טוישן די סטענדערט כדי די עניים זאלן נישט זיך דערשטיקן, איז זעכער אז דער עושר האט נאכמער ווי די עמך א חיוב זיך צוצושטעלן אין ווען ער שטעלט זיך צו קען ער מער אויפטון ווי 100 עניים, אין מיט דעם וואס ער שטעלט זיך נישט צו מאכט ער מער חרוב ווי 100 עניים
עס גייט דורך א תקופה אין די זאך איז מער ווייניגער דורך געבראכן די סטענדערט האט זיך געטוישט עס למשל שוין נארמאל צו קויפן סיזי דער עושר וויל קויפן עכטע דזשולערי ביי א איד אדרבא ואדרבא, צו ווען ער קויפט א סיזי וועט ער געבן די עקסטער פאר טויזענט דאללער פאר איד צום לעבן אדער גייט עס בלייבן אין זיין טאש

גוזמא קתני

בכל אופן, די הונדערטער טויזענטער אידן וואס ברענגן ברויט אויפן טיש האבן זילטש פון דעם ווען זיי ברויכן עס אליינס נאכדעם ארויספלאשן ווען זיי מאכן חתונה. און ליידער אין אונזער היינטיגע קראנקע וועלט, אז דער נגיד האט מוז דער ארעמאן אויך, אז נישט איז ער א נעבעך/חזיר/פאני וכולי.

(ב.ד. וו געווענליך מאכט דער סוחר נאר א חלק פון די 2000 דאלאר, די איבריגע מאכט דעבירס, און דער מינע איינגעטומער אין זימבאוויע.)
לעצט פאראכטן דורך חדשות אום זונטאג ינואר 07, 2018 1:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

תמים תהיה
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » זונטאג ינואר 07, 2018 1:15 am

נו שוין האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש

ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י

בכלל נישט. פינקט אזוי שטארק אין וויליאמסבורג 99% מיידליך באקומען סיזי(פארשטייט זיך חסידי מהרא, אנדערע ווייס איך נישט)

פארשטייט זיך איר רעדט פון 99% אייערע באקאנטע, איך האב אויך ב"ה משפחה (מצד מהר"א) און די ציפערען זענען פונקט קאפויער, 99% באקומט געהעריגע דימאנט שטיינער.

וויא וואוינען אייער באקאנטע? און איסטראליע? נישט דאהי. אפשר פארקויפן זיי אייך די וויליאמסבורג בריק

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 1:18 am

חדשות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים
נארמאלהייט עקנאמיש גערעדט איז פאר די היימישע עקנאמיא גוט ווען עשירים מכאן חתונה ווי עשירים, אין זיי מעגן אין זאלן חתונה מאכן בעל בתיש
אבער ווען עס אין די תקופה ווען מען וויל טוישן די סטענדערט כדי די עניים זאלן נישט זיך דערשטיקן, איז זעכער אז דער עושר האט נאכמער ווי די עמך א חיוב זיך צוצושטעלן אין ווען ער שטעלט זיך צו קען ער מער אויפטון ווי 100 עניים, אין מיט דעם וואס ער שטעלט זיך נישט צו מאכט ער מער חרוב ווי 100 עניים
עס גייט דורך א תקופה אין די זאך איז מער ווייניגער דורך געבראכן די סטענדערט האט זיך געטוישט עס למשל שוין נארמאל צו קויפן סיזי דער עושר וויל קויפן עכטע דזשולערי ביי א איד אדרבא ואדרבא, צו ווען ער קויפט א סיזי וועט ער געבן די עקסטער פאר טויזענט דאללער פאר איד צום לעבן אדער גייט עס בלייבן אין זיין טאש

גוזמא קתני
עס נעמט אריין
פארטי פלענערס
קעטערערס
דזשולערי סטארס
פערניטשור סטארס
דריי גוד סטאר
דזשודעקע סטאר
זילבער סטאר
טשער רענטעלס
דיזשעס רענטעלס
פענסי אייסיס קאמפעני
מינוטשעירס בעקערי
זינגערס
אלע סארטן שפילערס
דרוקערס
גיפט שאפס
טישטעכער רענטעלס
וויין סוחרים
סידורים, זמירות, האלסעלער
וכו' וכו'
פין די אלע איז דא אסאך אין די ליין וואס זיי צוזאמען מיט זייערע ארבייטער באטרעפט 1000ער
אין א עושר שמחה איז דא וואס מען ניצט זיי מערערע מאל ווארט, תנאים, באווארפן, חתונה, זיבן שבע ברכות, שבת שבע ברכות,

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » זונטאג ינואר 07, 2018 1:22 am

פרידן האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים
נארמאלהייט עקנאמיש גערעדט איז פאר די היימישע עקנאמיא גוט ווען עשירים מכאן חתונה ווי עשירים, אין זיי מעגן אין זאלן חתונה מאכן בעל בתיש
אבער ווען עס אין די תקופה ווען מען וויל טוישן די סטענדערט כדי די עניים זאלן נישט זיך דערשטיקן, איז זעכער אז דער עושר האט נאכמער ווי די עמך א חיוב זיך צוצושטעלן אין ווען ער שטעלט זיך צו קען ער מער אויפטון ווי 100 עניים, אין מיט דעם וואס ער שטעלט זיך נישט צו מאכט ער מער חרוב ווי 100 עניים
עס גייט דורך א תקופה אין די זאך איז מער ווייניגער דורך געבראכן די סטענדערט האט זיך געטוישט עס למשל שוין נארמאל צו קויפן סיזי דער עושר וויל קויפן עכטע דזשולערי ביי א איד אדרבא ואדרבא, צו ווען ער קויפט א סיזי וועט ער געבן די עקסטער פאר טויזענט דאללער פאר איד צום לעבן אדער גייט עס בלייבן אין זיין טאש

גוזמא קתני
עס נעמט אריין
פארטי פלענערס
קעטערערס
דזשולערי סטארס
פערניטשור סטארס
דריי גוד סטאר
דזשודעקע סטאר
זילבער סטאר
טשער רענטעלס
דיזשעס רענטעלס
פענסי אייסיס קאמפעני
מינוטשעירס בעקערי
זינגערס
אלע סארטן שפילערס
דרוקערס
גיפט שאפס
טישטעכער רענטעלס
וויין סוחרים
סידורים, זמירות, האלסעלער
וכו' וכו'
פין די אלע איז דא אסאך אין די ליין וואס זיי צוזאמען מיט זייערע ארבייטער באטרעפט 1000ער
אין א עושר שמחה איז דא וואס מען ניצט זיי מערערע מאל ווארט, תנאים, באווארפן, חתונה, זיבן שבע ברכות, שבת שבע ברכות,

די אלע (כמעט) מאכן פרנסה פון נארמאלע מענטשען אויך.

אודאי אויף אן עושר מאכט מען מער, אבער אז דאס הייבט דעם סטאנדארט איז מוחל טובות.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 1:24 am

חדשות האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:הונדערטער אויב נישט טויזענטער יודן ברענגן ברויט אין שטוב פין דעם וואס עשירים מאכן חתונה ווי א עשירים
נארמאלהייט עקנאמיש גערעדט איז פאר די היימישע עקנאמיא גוט ווען עשירים מכאן חתונה ווי עשירים, אין זיי מעגן אין זאלן חתונה מאכן בעל בתיש
אבער ווען עס אין די תקופה ווען מען וויל טוישן די סטענדערט כדי די עניים זאלן נישט זיך דערשטיקן, איז זעכער אז דער עושר האט נאכמער ווי די עמך א חיוב זיך צוצושטעלן אין ווען ער שטעלט זיך צו קען ער מער אויפטון ווי 100 עניים, אין מיט דעם וואס ער שטעלט זיך נישט צו מאכט ער מער חרוב ווי 100 עניים
עס גייט דורך א תקופה אין די זאך איז מער ווייניגער דורך געבראכן די סטענדערט האט זיך געטוישט עס למשל שוין נארמאל צו קויפן סיזי דער עושר וויל קויפן עכטע דזשולערי ביי א איד אדרבא ואדרבא, צו ווען ער קויפט א סיזי וועט ער געבן די עקסטער פאר טויזענט דאללער פאר איד צום לעבן אדער גייט עס בלייבן אין זיין טאש

גוזמא קתני

בכל אופן, די הונדערטער טויזענטער אידן וואס ברענגן ברויט אויפן טיש האבן זילטש פון דעם ווען זיי ברויכן עס אליינס נאכדעם ארויספלאשן ווען זיי מאכן חתונה. און ליידער אין אונזער היינטיגע קראנקע וועלט, אז דער נגיד האט מוז דער ארעמאן אויך, אז נישט איז ער א נעבעך/חזיר/פאני וכולי.

(ב.ד. וו געווענליך מאכט דער סוחר נאר א חלק פון די 2000 דאלאר, די איבריגע מאכט דעבירס, און דער מינע איינגעטומער אין זימבאוויע.)

אינטערסאנט האסט געליינט מיין תגובה אבער נישט באמערק די צווייטע העלפט
רייכע חתונות איז גוט פאר אסאך יודנס פרנסה
טייערע סטאנדערט דערשטיקט רוב ציבור
ווען מען ארבייט אראפ צו ברענגן די סטאנדערט האט דער עושר מער חיוב ווי יעדעם זיך צוצושטעלן
אבער איינמאל דער פשוטע מענטש "מוז" שוין נישט די טייערע סטענדערט, איז גוט אז דער עושר זאל טיילן זיין געלט ביי א שנחה פאר אנדערע יודן וואס ווארטן אויף דעם ווייל עס וועט בלייבן אין זיין טאש וועט קיינער גארנישט האבן

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 11 געסט