חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג ינואר 07, 2018 1:39 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:איז די פאנעל געווען מטעם קהל יטב לב? האט דארט אויפגעטרעטען א ראש הקהל מטעם יטב לב דסאטמאר? האט דארט אויפגעטרעטען עני ארקענטע חתונה עסקן מטעם יטב לב? האט דארט גערעדט עני עסקן פון די עסקנים וואס האבן שוין בעבר דורוכגעפירט תקנות בנוגע חתנות?

ר' שמואל ווידער פון די ועד החתונה תקנות
האט דארט גערעדט
ער איז פון די אקטיווע עסקנים פון די גרינדונג פון די חתונה תקנות

אפענע וועלט האט עפעס א מחלוקה מיט די פורניטשער ווייס איך נאך נישט פארוואס
וויל ער אז מען זאל נישט יעצט רעדן פון גארנישט נאר פון די פורניטשער

אגב מיין איך אז די אשכול קען שוין מופען אין קרעטשמע אריין

אפענע וועלט האט א מלחמה קעגן אומבארעכטיגע חתונה הוצאות און נישט קעגן קיינעם, ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות, אזוי מאכט מען שטיל די קול מחאה, מ'זאגט יענער האט אן אג'ענדע, ביזדערווייל קען קיינער נישט אנווייזן ווי די אג'ענדע איז, אויב עפעס קען אפשר זיין פארקערט, טול קורה מבין עיניך...

אפענע וועלט וועט שרייערן אזוי לאנג ביז איינער וועט דערהערן, אז די גרינגסטע און שנעלסטע וועג פאר סי.פי. אר. קעגן חתונה הוצאות איז די פורנישטער און פאר סאם אנקנאון ריעזאן הערשט א שטילקייט ארום דעם

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג ינואר 07, 2018 1:51 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:ווי ווייט איך געדענק - מעגליך בטעות - האט שלמה לייב וויינבערגער און זיינע חברים עסקנים יעקב אלי רייזמאן ועוד געשוויצט פאר די חתונה תקנות ביז איצט.

איך זע מען דעבאטירט דא די נעכטיגע פאנעל, און מען האט אפילו אויפברויז פארוואס מען האט נישט נעכטען גערעדט פון געוויסע נקודות,

די נעכטיגע פאנעל האט איינעם פארטרעטען? ווער איז אינטער די נאמען פון "וועד חתונה תקנות דקהל ייטב לב דסאטאמאר"?
פון צווישן די וואס זענענן נעכטען געווען אויפן פאנעל זענענן דא ערענסטע עקסנים וואס האבן שוין בעבר עפעס אויפגעטיען אין דעם הינזיכט, אדער דשאסט מענטשן מיט גוטע כוונות וואס ווילן העלפן א ציבור?!

איך פרעג ווייל איך וויל באמת וויסען צו מען דעבאטירט דא דברים של מה בכך, אדער עפעס ערענסט.

יא סאיז געווען בשם קהל אין מען ארבעט אויף ביליגע חתונה זאלן אין וומסב״ג און אין ב״פ

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 07, 2018 1:59 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:פארגעשריבענע נוסח צו פארשנעלערן דעם פראצעדור

פיין
פון היינט און ווייטער קומט צו א פרישע עקספענס צו חתונה מאכן
מען וועט מוזן מאכן באווארפן און א זאל!!
לאך נישט אבער דאס זענען די תוצאות פון אזאנע שריט

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג ינואר 07, 2018 2:03 pm

איך זעי אז מען רעדט דא פין פורניטשער, לויט וויפיל איך ווייס פין משפחה אין סתם מענטשן האט א גרויסע ציבור אויפגעהערט קויפן די טייערע פורניטשער סיי צוליב די היינטיגע חתן כלה דירות קומען שוין נאר מיט א דיינעט-קיטשען אין נישט מיט א דיינינגרום אין סיי צוליב סטייל, למשל מען קויפט נאר א דיינעט סעט אין נישט קיין דיינינגרום פורניטשער, א טשייניג קלאזעט קויפט מען שוין נישט ווייל מען באקומט שוין נישט אזויפיל זילבער נאר מען קויפט א קליינע curio אנשטאט, אין בעדרום איז שוין היינט נישט אין סטייל די אלטע גראבע פורניטשער אין העדבארדס נאר אנשטאט קויפט מען tufting.
אין בכלל אסאך וואס קויפן נאך יא פורניטשער קויפן אנטיק וואס איז האלב פרייז.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג ינואר 07, 2018 2:04 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:פארגעשריבענע נוסח צו פארשנעלערן דעם פראצעדור

פיין
פון היינט און ווייטער קומט צו א פרישע עקספענס צו חתונה מאכן
מען וועט מוזן מאכן באווארפן און א זאל!!
לאך נישט אבער דאס זענען די תוצאות פון אזאנע שריט

בקידה חמש מאות וויל איך מיך ערלויבן אייך צו פרעגן א שאלה, ביטע זיך נישט אויפרעגן
פון אייערע תגובות ביז אהער שרייט ארויס אז איר זענט זייער שטארק פאר יא קויפן די טייערע פורנישטער פאר חתן/כלה,
אפשר קענט איר אפענערהייט ערקלערן אייער מיינונג?
אזוי וועלמיר קענען ווייטער פירן דעם דיסקעשאן ווי עדאלטס, אויב נישט קענען מיר ח''ו נכשל ווערן מיט מחשבות זרות אז איר האט א באהאלטענע אג'ענדע.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג ינואר 07, 2018 2:06 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:איך זעי אז מען רעדט דא פין פורניטשער, לויט וויפיל איך ווייס פין משפחה אין סתם מענטשן האט א גרויסע ציבור אויפגעהערט קויפן די טייערע פורניטשער סיי צוליב די היינטיגע חתן כלה דירות קומען שוין נאר מיט א דיינעט-קיטשען אין נישט מיט א דיינינגרום אין סיי צוליב סטייל, למשל מען קויפט נאר א דיינעט סעט אין נישט קיין דיינינגרום פורניטשער, א טשייניג קלאזעט קויפט מען שוין נישט ווייל מען באקומט שוין נישט אזויפיל זילבער נאר מען קויפט א קליינע curio אנשטאט, אין בעדרום איז שוין היינט נישט אין סטייל די אלטע גראבע פורניטשער אין העדבארדס נאר אנשטאט קויפט מען tufting.
אין בכלל אסאך וואס קויפן נאך יא פורניטשער קויפן אנטיק וואס איז האלב פרייז.

ווען מ'גייט דורך א מאלל קען מען זיך קויפן אליינס פירניוטשער?

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 07, 2018 2:11 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:פארגעשריבענע נוסח צו פארשנעלערן דעם פראצעדור

פיין
פון היינט און ווייטער קומט צו א פרישע עקספענס צו חתונה מאכן
מען וועט מוזן מאכן באווארפן און א זאל!!
לאך נישט אבער דאס זענען די תוצאות פון אזאנע שריט

בקידה חמש מאות וויל איך מיך ערלויבן אייך צו פרעגן א שאלה, ביטע זיך נישט אויפרעגן
פון אייערע תגובות ביז אהער שרייט ארויס אז איר זענט זייער שטארק פאר יא קויפן די טייערע פורנישטער פאר חתן/כלה,
אפשר קענט איר אפענערהייט ערקלערן אייער מיינונג?
אזוי וועלמיר קענען ווייטער פירן דעם דיסקעשאן ווי עדאלטס, אויב נישט קענען מיר ח''ו נכשל ווערן מיט מחשבות זרות אז איר האט א באהאלטענע אג'ענדע.

איך האב נישט קיין שום אגענדע אדרבה אז מען קען אפשאפן די טייערע פורניטשער
איי העו נאו פראבלעם דערמיט
נאר ס'קוקט אויס ווי די האסט א פראבלעם מיט די איבריגע תקנות
עס לאנג מען ארבייט נישט אויף די פורניטשער
וויל איך די אביסל ברואיגן
אז ס'גייט נישט אזוי
והא ראי' אז מען האט שוין פראבירט איינמאל
אז די האלטסט אז מען קען יא
נעם ביטע די בויגן וואס ווערט ארום געשיקט אין די טעג און שרייב דארט אריין דיין מיינונג

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג ינואר 07, 2018 2:15 pm

אין מיין אפיניאן איז פערניוטשער עפעס וואס מען דארף מאכן ערענסטע תקנות דערוועגן,

עס איז די גרעסטע חתונה עקספענס, און מען קען אראפברענגען די קאסט דערפון צו ביליגע פרייזן,

חוץ מזה וואס זייער אסאך אינגעלייט וואס קויפן דירות נעמען נישט מיט די האלבע אדער גאנצע פערניטשער, אויב אזוי איז א שאד די טייער געלט וואס מען צאלט דערפאר.,

איך ווייס נישט אויב אייקיע איז דער ענטפער אבער עס איז זיכער אז פון אייקיע ביז איטאליע איז זיכער דא עפעס אינדערמיט וואס מען קען קויפן,

איך דענק אז נאך מיין חתונה האט מען געשמועסט וועגן איינפירן א תקנה בכלל נישט צו קויפן פערניטשער,

דאס זעהט אויס אביסל עקסטרעים ווייל סוכ"ס מעג דאס נייע פארפאלק האבן א טיש און בענקעל אין דייניג רום פאר א שבת סעודה און א ספרים שאנק,

עס מיז אבער נישט זיין די טייערסטע פערניטשער אויף די מארקעט.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג ינואר 07, 2018 2:24 pm

א רחמנות אויף די סאסייעטי ווי מ'דארף מאכן 'תקנות' אז מ'זאל נישט ספענדן מער ווי. מ'קען זיך ערלויבן. עפעס וואס איז געווען א פשוטע זאך 1 אדער 2 דורות צוריק, יעדער האט פארשטאנען אז דעם עושר'ס סטאנדארט איז מיר נישט מחייב, און ער איז נישט מחוייב צו שניידן זיין לוקסוס ווייל א צווייטער קען עס נישט עפארדן.

זאל יעדער פאר זיך זיין אפען מיט זיין ווייב און קינדער, און זאגן פונקטליך אז דאס און דאס קען זיין מיין בודזשעט פאר די חתונה, און מער קען איך מיך נישט ערלויבן, און וואס עטס ווילטס אריינלייגן אין דעם איז ענקער דיסיזשאן, עטס קענטס קויפן א טייערע שטריימל, מחותנת'טע קלייד, סיזי שטיין, און חתומה מאכן אין ווייבער שוהל, אדער קענט עטס קויפן א ביליגע שטריימעל וכו' און חתונה מאכן אין אימפערעל.

די איידיע אז מ'דארף מאכן תקנות אויף נישט אויסגעבן מער וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, קומט מיר פאר זייער קינדעריש (אבער קען נאך אלץ זיין וויכטיג פאר אזא פארריקטע סאסייעטי).

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג ינואר 07, 2018 2:53 pm

El Rushbo האט געשריבן:א רחמנות אויף די סאסייעטי ווי מ'דארף מאכן 'תקנות' אז מ'זאל נישט ספענדן מער ווי. מ'קען זיך ערלויבן. עפעס וואס איז געווען א פשוטע זאך 1 אדער 2 דורות צוריק, יעדער האט פארשטאנען אז דעם עושר'ס סטאנדארט איז מיר נישט מחייב, און ער איז נישט מחוייב צו שניידן זיין לוקסוס ווייל א צווייטער קען עס נישט עפארדן.

די פאריקטע סאסייעטי פארבריצירט פרויען, צו וועמען איינע פון זיי האסט אויך דו חתונה געהאט [און פאבריצירט קינדער וואס זענען שוין אנגעשטעקט מיט די 'פאריקטע סאסייעטי' דיסארדער, סי'ז שוין א דזשין וואס קענסט נישט אויסשניידן אפילו דו ווילסט....].

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג ינואר 07, 2018 2:54 pm

El Rushbo האט געשריבן:א רחמנות אויף די סאסייעטי ווי מ'דארף מאכן 'תקנות' אז מ'זאל נישט ספענדן מער ווי. מ'קען זיך ערלויבן. עפעס וואס איז געווען א פשוטע זאך 1 אדער 2 דורות צוריק, יעדער האט פארשטאנען אז דעם עושר'ס סטאנדארט איז מיר נישט מחייב, און ער איז נישט מחוייב צו שניידן זיין לוקסוס ווייל א צווייטער קען עס נישט עפארדן.

זאל יעדער פאר זיך זיין אפען מיט זיין ווייב און קינדער, און זאגן פונקטליך אז דאס און דאס קען זיין מיין בודזשעט פאר די חתונה, און מער קען איך מיך נישט ערלויבן, און וואס עטס ווילטס אריינלייגן אין דעם איז ענקער דיסיזשאן, עטס קענטס קויפן א טייערע שטריימל, מחותנת'טע קלייד, סיזי שטיין, און חתומה מאכן אין ווייבער שוהל, אדער קענט עטס קויפן א ביליגע שטריימעל וכו' און חתונה מאכן אין אימפערעל.

די איידיע אז מ'דארף מאכן תקנות אויף נישט אויסגעבן מער וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, קומט מיר פאר זייער קינדעריש (אבער קען נאך אלץ זיין וויכטיג פאר אזא פארריקטע סאסייעטי).

ליין דא וועסט די זעהן אז עס איז נישט קיין היינטיגע זאך
שוין א פאר הונדרעט יאר אלט

המערכה נגד המותרות הייתה מאז ומעולם בין תפקידי הקהילות, ששימשו מסגרת לגיבוש חייהם של היהודים בארצות מושבותיהם מאז יצאו לגולה. היו תקופות שבהן ניצלו השלטונות הנוכריים את הקהילות היהודיות המאורגנות לשם גבייה מרוכזת של מסי האפליה, מס גולגולת וכו', ולשם כך היו מעניקים להן סמכויות מיוחדות, והחלטות ראשי הקהילות חייבו את חבריהן, אולם גם בתקופות ובארצות שבהן לא הייתה כל סמכות מחייבת לקהילה, קיבלו בני הקהילות על עצמם החלטות מרצון עצמי (וולונטאריות), לשמור ולעשות ככל אשר יצוו עליהם ראשי הקהילה. ........................................................................................................................... והלאה

עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 07, 2018 2:54 pm

El Rushbo האט געשריבן:א רחמנות אויף די סאסייעטי ווי מ'דארף מאכן 'תקנות' אז מ'זאל נישט ספענדן מער ווי. מ'קען זיך ערלויבן. עפעס וואס איז געווען א פשוטע זאך 1 אדער 2 דורות צוריק, יעדער האט פארשטאנען אז דעם עושר'ס סטאנדארט איז מיר נישט מחייב, און ער איז נישט מחוייב צו שניידן זיין לוקסוס ווייל א צווייטער קען עס נישט עפארדן.

זאל יעדער פאר זיך זיין אפען מיט זיין ווייב און קינדער, און זאגן פונקטליך אז דאס און דאס קען זיין מיין בודזשעט פאר די חתונה, און מער קען איך מיך נישט ערלויבן, און וואס עטס ווילטס אריינלייגן אין דעם איז ענקער דיסיזשאן, עטס קענטס קויפן א טייערע שטריימל, מחותנת'טע קלייד, סיזי שטיין, און חתומה מאכן אין ווייבער שוהל, אדער קענט עטס קויפן א ביליגע שטריימעל וכו' און חתונה מאכן אין אימפערעל.

די איידיע אז מ'דארף מאכן תקנות אויף נישט אויסגעבן מער וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, קומט מיר פאר זייער קינדעריש (אבער קען נאך אלץ זיין וויכטיג פאר אזא פארריקטע סאסייעטי).

די תקנות דארף מען פארן מחותן אין פאל ער האט נישט אליין קיין שכל צו שפארן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג ינואר 07, 2018 2:55 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מען האט גערעדט פון מחותנת'טע קליידער, אבער וואס איז די שטילשווייגעניש איבער די כלה קלייד?

דאס איז אזאך וואס וואלט אפשר געדארפט זיין די ערשטע זאך וואס זאל באקומען א שארפע תקנות באהאנדלונג, ווייל עס איז פראצענטואל די גרעסטע אומלאגישע געלט פארשווענדעניש.

מאכט אליינס דעם חשבון. א דורכשניטליכע כלה-קלייד ווערט באנוצט דורך 10 כלה'ס. די ערשטע באצאלט 4-5 אלפים. די צווייטע 2500. די 3'טע און ווייטער באצאלט צווישן 1500 און 2000 איטליכער. מאכט דעם סך הכל און רעכנט אראפ די קאסטן פון אלטערעישאנס, פרעסן, קלינען א.א.וו. רעכנט אויך אראפ וויפיל האט די קלייד געקאסט פאר די פירמע צו פאבריצירן.

דער ס"ה איז א שאקירנדע מינימום 17 אלפים פראפיט!!

וויפיל מארק-אפ איז דאס?... איז דאס גענייעט מיט גאלדענע פעדעמער און דיימאנטן אריינגעשטעלט?

עס איז נישט קיין יושר אז ביי חתנים האט מען געקענט מאכן תקנות איבער שטריימלעך, און די נושא פון די פרויען בגדים האט מען מורא צוצירירן.

ווען איך האב פראבירט צו פרעגן ביי די עזרת נשים פשט פון די דאזיגע אסטראנאמישע פרייזן, זאגן זיי מיר ווי פאלגענד: "דארפס פארשטיין, צו מאכן די beating איז זייער טייער",(...) אדער "נו וואס זאל איך נעמען, א גמ"ח קלייד?"

און איך רעד שוין נישט פון די שעות און עגמת נפש וואס מגייט דורך ווילאנג מען דערזעט זיך מיט די אלע קליידער גרייט.

זייער ריכטיגע דיבורים
אלס איינער וואס האט שוין חתונה געמאכט, קען איך נישט מער ווי מיטשטימען מיט דיר [ליידער מיט געבינדענע הענט...]

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג ינואר 07, 2018 2:58 pm

@זבחי.
איך קען נישט זאגן אז איך האב פול קאנטראל, און איך בין נאכנישט אין די סטעידזש פון חתונה מאכן ווי די זאכן גייען זייער גרינג ארויס פון קאנטראל צוליב די פרישע דיעות ביים טיש. אבער איך בין קלאר מחנך מיינע קינדער אז מ'קויפט נישט עפעס ווייל יענער האט וכו' ולה' הישועה.

@געשיקטער.

נישט מותרות איז אונזער פראבלעם, הלואי זאל עס זיין מותרות...
גיי אונז איז ער פראבלעם, אז א טאטע, ווייב, קינד, האט נישט די קוראזש צו מחליט זיין, אז 'איך קען דאס נישט ערלויבן' און איך קויף עס נישט.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג ינואר 07, 2018 2:59 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:א רחמנות אויף די סאסייעטי ווי מ'דארף מאכן 'תקנות' אז מ'זאל נישט ספענדן מער ווי. מ'קען זיך ערלויבן. עפעס וואס איז געווען א פשוטע זאך 1 אדער 2 דורות צוריק, יעדער האט פארשטאנען אז דעם עושר'ס סטאנדארט איז מיר נישט מחייב, און ער איז נישט מחוייב צו שניידן זיין לוקסוס ווייל א צווייטער קען עס נישט עפארדן.

זאל יעדער פאר זיך זיין אפען מיט זיין ווייב און קינדער, און זאגן פונקטליך אז דאס און דאס קען זיין מיין בודזשעט פאר די חתונה, און מער קען איך מיך נישט ערלויבן, און וואס עטס ווילטס אריינלייגן אין דעם איז ענקער דיסיזשאן, עטס קענטס קויפן א טייערע שטריימל, מחותנת'טע קלייד, סיזי שטיין, און חתומה מאכן אין ווייבער שוהל, אדער קענט עטס קויפן א ביליגע שטריימעל וכו' און חתונה מאכן אין אימפערעל.

די איידיע אז מ'דארף מאכן תקנות אויף נישט אויסגעבן מער וויפיל מ'קען זיך ערלויבן, קומט מיר פאר זייער קינדעריש (אבער קען נאך אלץ זיין וויכטיג פאר אזא פארריקטע סאסייעטי).

די פאריקטע סאסייעטי פארבריצירט פרויען, צו וועמען איינע פון זיי האסט אויך דו חתונה געהאט [און פאבריצירט קינדער וואס זענען שוין אנגעשטעקט מיט די 'פאריקטע סאסייעטי' דיסארדער, סי'ז שוין א דזשין וואס קענסט נישט אויסשניידן אפילו דו ווילסט....].

;l;p-

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג ינואר 07, 2018 3:02 pm

El Rushbo האט געשריבן:@זבחי.
איך קען נישט זאגן אז איך האב פול קאנטראל, און איך בין נאכנישט אין די סטעידזש פון חתונה מאכן ווי די זאכן גייען זייער גרינג ארויס פון קאנטראל צוליב די פרישע דיעות ביים טיש. אבער איך בין קלאר מחנך מיינע קינדער אז מ'קויפט נישט עפעס ווייל יענער האט וכו' ולה' הישועה.

דאס האב איך שוין תיכף ביים ליינען דיין תגובה אליינס פארשטאנען,
ווייל ווען דו וועסט האלטן ביים חתונה מאכן, וועסטו שוין אויך זינגען אן אנדערען ניגון........

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 07, 2018 4:40 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די רעיון איז די זעלבע, ביסט רייך, צאל אריין אין קופת הקהל, דערנאך קענסטו מאכען וויפיל גלאבל אופרייס די ווילסט.

ביי אונז דא אויף אייוועלט האט מען נישט געהאלטן פון אזעלכע זאכן.

אבי גערעדט! כ'רעד שוין נישט פון די חילוק צווישן פארסן און גיבן פונעם אייגענעם ווילן, ס'טייטש דא קען דער עושר זאגן איך מאך חתונה ביליג און איך צאל נישט, משא"כ ביי טעקס... די פוינט איז אבער סאך שטערקער, ביי טעקס בעטסטו אז דער עושר זאל צאלן פראצענטואל מער פון זיין אינקאם ווי דער ארעמאן, ריגארדלעסס וויפיל ער ספענדט, משא"כ דא, זאל דער עושר גיבן 50 אלפים וועסטו זיין צופרידן, און אויב פארדינט ער 5 מיליאן דאללער א יאר דאפער גיבן די זעלבע סאך ווי דער וואס פארדינט 500 טויזענט, עז לאנג עז זיי ספענדן ביידע די זעלבע... סאו אויב עפעס, ביסטו מודה צו די פעיר טעקס אפשן... צאל סעילס טעקס פאר וואס דו נוצט, נישט אינקאם טעקס וואס דו פארדינסט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג ינואר 07, 2018 4:45 pm

מיינע צוויי סענטס איבער די גאנצע דעבאטע
1] יא די פאנעל נעכטען איז געווען עמטליך מטעם קהל יטב לב.
2] מען ארבעט העפטיג אויף א סעלאשען פאר די פורנעטשער, מען האט שוין אינוועסטעט אסאך געלט, און איינמאל עס וועט זיין רעדי וועט עס געמאלדען ווערן פארן פאבליק.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 07, 2018 5:21 pm

בלעימען אדער בכלל דיסקאסען די חתונה תקנות און רעדן פון די עשירים איז א אקט קעגן תכלית ,דאס מיינט אז מענטשן זענען נישט רעדי פאר א טויש און טרעפען זיך פוילע תירוצים וועם צו בלעימען ,חבל וואס קען מען טין אז די פיער פרעשור איז גרויס

עס דערמאנט מיר פון די זעלבע בעלי תגובות ווען מען רעדט פון די דירות קריזיס בלעימט מען די לענדלארדס אין עשירים ,אין די זעלבע צייט האבן מענטשן געמופט קיין בלומענבורג,קרית יואל ,מאנסי ,לעיקוואד,טשעסטער, בלומינגראוו, וואדבערי ,מאנטיסעלא,סטעטען איילענד ,זשערסי סיטי ,לינדען ...

און די אנדערע זיצן אין צאלן אוועק 3 וואכן וועיזשעס פארן לענדלארד און בלעימען די לענדלארד

די זעלבע איז תקנות ,עס איז דא אין קרית יואל וואס מענטשן מאכן חתונה אין אולם עקשטיין און מאנסי אין עטרת חיי שרה ,אין שטאט אין פרדס זאלן , אין אזוי ווייטער מענטשן שפארן זיך און כאפן זיך צו די תקנות מיט שטריימלעך אין אזוי ווייטער

אין די זעלבע צייט איז דא מענטשן וואס ספענדען אין ספענדען און בלעימען די עשירים

# פיער פרעשור בתפארתו #מאמעס פארטוך
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג ינואר 07, 2018 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג ינואר 07, 2018 5:22 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מיינע צוויי סענטס איבער די גאנצע דעבאטע
1] יא די פאנעל נעכטען איז געווען עמטליך מטעם קהל יטב לב.
2] מען ארבעט העפטיג אויף א סעלאשען פאר די פורנעטשער, מען האט שוין אינוועסטעט אסאך געלט, און איינמאל עס וועט זיין רעדי וועט עס געמאלדען ווערן פארן פאבליק.
און איך האף אז אנדערע קהילות וועלן אויך טוען עפעס אין די נושא פון חתונה תקנות,

אה! אונז האב מיר א אינסיידער. קום אריין קלאר ביטע מיט דעטאלן, שכח.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 07, 2018 5:26 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די רעיון איז די זעלבע, ביסט רייך, צאל אריין אין קופת הקהל, דערנאך קענסטו מאכען וויפיל גלאבל אופרייס די ווילסט.

ביי אונז דא אויף אייוועלט האט מען נישט געהאלטן פון אזעלכע זאכן.

אבי גערעדט! כ'רעד שוין נישט פון די חילוק צווישן פארסן און גיבן פונעם אייגענעם ווילן, ס'טייטש דא קען דער עושר זאגן איך מאך חתונה ביליג און איך צאל נישט, משא"כ ביי טעקס... די פוינט איז אבער סאך שטערקער, ביי טעקס בעטסטו אז דער עושר זאל צאלן פראצענטואל מער פון זיין אינקאם ווי דער ארעמאן, ריגארדלעסס וויפיל ער ספענדט, משא"כ דא, זאל דער עושר גיבן 50 אלפים וועסטו זיין צופרידן, און אויב פארדינט ער 5 מיליאן דאללער א יאר דאפער גיבן די זעלבע סאך ווי דער וואס פארדינט 500 טויזענט, עז לאנג עז זיי ספענדן ביידע די זעלבע... סאו אויב עפעס, ביסטו מודה צו די פעיר טעקס אפשן... צאל סעילס טעקס פאר וואס דו נוצט, נישט אינקאם טעקס וואס דו פארדינסט...

קוק צוריק, אונז האב מיר עס קאמפערט צו די פעריס קליימעט עקארד, נישט צו אינקאם טעקס אדער סעילס טעקס.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 07, 2018 5:31 pm

במציאות איז היינט אין סטייל נישט צו קויפ קיין דיינונג רום פורניטשער נאר מען קויפט א קליין שענקל פאר די מתנות החתן והכלה און די רעסט ווערט געקויפט ביי אייקיע.

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 07, 2018 5:34 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:במציאות איז היינט אין סטייל נישט צו קויפ קיין דיינונג רום פורניטשער נאר מען קויפט א קליין שענקל פאר די מתנות החתן והכלה און די רעסט ווערט געקויפט ביי אייקיע.

אין אמעריקע ? איר האט א גרויסען טעות עס איז דא 4 צו 5 חתונה מאללס און דער עולם שטיפט אריין פורניטשער אין די קליינע לעכערדיגע דירות על פי רוב ,די איבריגע האבן באצאלט נאר זיי פיקן עס אויף ווען זיי האבן א גרעסערע דירה

יאפ עס איז דא ממש געציילטע וואס קויפן פון אייקיע וכדומה דאס איז בעיקר וואס די גאס רופט #אויפגעקלערטע ....אדער פארפעלקער וואס ניצן די אייגענע געלט און האבן אביסעל מער שכל ,אבער ליידער 99.9 קויפט פורניטשער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 07, 2018 5:39 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מען האט גערעדט פון מחותנת'טע קליידער, אבער וואס איז די שטילשווייגעניש איבער די כלה קלייד?

דאס איז אזאך וואס וואלט אפשר געדארפט זיין די ערשטע זאך וואס זאל באקומען א שארפע תקנות באהאנדלונג, ווייל עס איז פראצענטואל די גרעסטע אומלאגישע געלט פארשווענדעניש.

מאכט אליינס דעם חשבון. א דורכשניטליכע כלה-קלייד ווערט באנוצט דורך 10 כלה'ס. די ערשטע באצאלט 4-5 אלפים. די צווייטע 2500. די 3'טע און ווייטער באצאלט צווישן 1500 און 2000 איטליכער. מאכט דעם סך הכל און רעכנט אראפ די קאסטן פון אלטערעישאנס, פרעסן, קלינען א.א.וו. רעכנט אויך אראפ וויפיל האט די קלייד געקאסט פאר די פירמע צו פאבריצירן.

דער ס"ה איז א שאקירנדע מינימום 17 אלפים פראפיט!!

וויפיל מארק-אפ איז דאס?... איז דאס גענייעט מיט גאלדענע פעדעמער און דיימאנטן אריינגעשטעלט?

עס איז נישט קיין יושר אז ביי חתנים האט מען געקענט מאכן תקנות איבער שטריימלעך, און די נושא פון די פרויען בגדים האט מען מורא צוצירירן.

ווען איך האב פראבירט צו פרעגן ביי די עזרת נשים פשט פון די דאזיגע אסטראנאמישע פרייזן, זאגן זיי מיר ווי פאלגענד: "דארפס פארשטיין, צו מאכן די beating איז זייער טייער",(...) אדער "נו וואס זאל איך נעמען, א גמ"ח קלייד?"

און איך רעד שוין נישט פון די שעות און עגמת נפש וואס מגייט דורך ווילאנג מען דערזעט זיך מיט די אלע קליידער גרייט.

העפענס טו בי אז כאב לעצטענס געהאט א שמועס מיט א יונגערמאן וואס איז אין די ליין, און כ'וויל נישט זאגן הויעך, אבער דו האסט נישט קיין מושג וואס דו זאגסט!

קודם כל, רוב קליידער ווערן נישט באנוצט מער ווי 3-4 מאל, און גאר אסאך איז ווערטלאז נאכן צווייטן מאל!

און לויט ווי ער זאגט מיר איז די ערשטע מאל קאווערט מען די קאסטן פון נייען די קלייד, אויב ס'געלונגט קאווערט עס אויך די קאסטן צו קלינען די קלייד נאכדעם, אבער נישט אלעמאל, גאר אסאך מאל דארף מען אליין באצאלן די קלינינג און האפן אז ביים צווייטן מאל גייט בלייבן גענוג צו קאווערן די קלינען...

צומאל הרג'ט די קלינערס אוועק א קליינעקייט און ס'קאסט געלט צו פיקסן, און ווען ס'געלונגט און מ'טרעפט א קאסטומער אויפן קלייד פאר די צווייטע מאל, דאן איז געווענליך דא א פראפיט! אבער דא ווענצעך וויפיל ארבייט מ'דארף אריינלייגן, אמאל פארלאנגט עס גאר אסאך און מ'פארדינט ממש גארנישט, און אסאך מאל פארלאנגט זיך עס גארנישט און מפארדינט שיין!

יעצט דארף מען באטראכטן גוט ס'קלייד און מאכן א דעסיזשן צו ס'לוינצעך צו אינוועסטן דאס צו קלינען, און די קאסטן פון פיקסן נאכדעם, אדער נישט... די קליידער וואס מ'זעהט גראד אז ס'גייט נישט טויגן, זענען גארבידזש אדער כמעט גארבידזש... ס'דא געוויסע וואס מ' גיבט אריין צו קלינען און ס'קאסט געלט אבער ס'קומט נישט גוט ארויס און דעמאלטס גייטעס אין גארבידזש, און סיז דא וואס בלייבט גוט אבער קיינער ווילעס פשוט נישט, נאר ביי א סעיל ווען די סטאר ליידיגט זיך אויס פאר האלב די פרייז, דעמאלט גייטעס... און סיז דא וואס גייען 3-4 מאל און יעדעס מאל פארדינט די סטאר געלט... אווער אלל, איז א קלייד וואס גייט 2 מאל א סוקסעס און דריי מאל גאר א שטארקע סוקסעס און זעלטן וואס ס'גייט 4 מאל...

העסטו פרעגן וואס די קאסטן פון א קלייד איז, קודם די סחורה, ער האט מיר געוויזן א סחורה אויף א קלייד, נישט קיין גרויסע שטיקל, בלויז איין שטיקל ריבן וואס קאסט 70 דאללער! אנדערע סחורות קאסטן מער און אנדערע ווייניגער... יעדע שניידערן בעט מער ווי 10-15 דאללער א שעה, אין א נארמאלע קלייד ליגט שעות ארוכות!

עכ"פ, ס'זאגצעך גאר גרינג זאלן זיי שניידן די קאסטן... אויב ווילסטו עפן אן אייגענע כלה קלייד ביזנעס און בעט ביליגער, קענסט נישט בעטן א ביזנעס צו זיין ביליגער ווייל דו ווילסט... אדער זעצדעך אראפ, פארהאנדל מיט איין צוויי סטארס ארבייט אויס א וועג אז סאל יא קענען גיין ביליגער, אדער לערן אויס די מיידלעך צו נעמען א דריטע פערטע פיפטע צענטע מאל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » זונטאג ינואר 07, 2018 5:45 pm

אויב האט מען געקענט מאכן שטריימלעך פאר ווייניגער ווי העלפט ווי אמאל איז זיכער דא א סעלושען ביי כלה קליידער אויך, ס'מוז דאך נישט האבן שפיצן....

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], צוקער וואסער, ראספשע, שטארקע חסיד און 50 געסט