חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מארטש 28, 2018 2:47 pm

מן הסתם האבן די וואס פירן אן די תקנות זיך זייער דעשראקען פון אונזער אפענע וועלט
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג מארטש 29, 2018 2:05 pm

צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (31.77 KiB) געזעהן 1323 מאל
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

קניידעל
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 10, 2017 4:19 pm

תגובהדורך קניידעל » דינסטאג אפריל 03, 2018 6:42 pm

גאר שטאקרע פארשלאגען אינעם מעבדות לחירות אויסגאבע, די פארשלאג אז די חתן כלה זאלן אליין נעמן אנטייל אין די נאכט איז זייער א פיינע, אנשטאט איין טאטע זאל דארפן זיך מוטשענען צו דעקן עטליכע חתונות זאל יעדע חתן כלה זיך זארגן פאר זיך און שוין.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:47 am

קניידעל האט געשריבן:גאר שטאקרע פארשלאגען אינעם מעבדות לחירות אויסגאבע, די פארשלאג אז די חתן כלה זאלן אליין נעמן אנטייל אין די נאכט איז זייער א פיינע, אנשטאט איין טאטע זאל דארפן זיך מוטשענען צו דעקן עטליכע חתונות זאל יעדע חתן כלה זיך זארגן פאר זיך און שוין.

די כלה זארגט זיך דאס איז שוין מסודר ?
אין וואס איז די פלאן פאר די חתן פון ווי זאל ער צושטייער גיבן ?
פאר טשעיס פרידאם קרעדיט קארטל אין ווערט שנעל אפראוואד פאר א גרויסע נומבער.
https://www.referyourchasecard.com/m/2/ ... 1526018384

סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

שיבערר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 25, 2016 5:13 pm

תגובהדורך שיבערר » מיטוואך אפריל 04, 2018 8:43 am

די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:01 am

שטייגען האט געשריבן:
קניידעל האט געשריבן:גאר שטאקרע פארשלאגען אינעם מעבדות לחירות אויסגאבע, די פארשלאג אז די חתן כלה זאלן אליין נעמן אנטייל אין די נאכט איז זייער א פיינע, אנשטאט איין טאטע זאל דארפן זיך מוטשענען צו דעקן עטליכע חתונות זאל יעדע חתן כלה זיך זארגן פאר זיך און שוין.

די כלה זארגט זיך דאס איז שוין מסודר ?
אין וואס איז די פלאן פאר די חתן פון ווי זאל ער צושטייער גיבן ?

א טאג נאך די שבע ברכות זאל ער גיין פאנטשען א קארד!
בוי זיך זעלבסט

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:05 am

שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

רעב יוד, ווען מען וועט אויסרייסן אלע איבריגע לוקסוס ביינונז, דאן זאלסטו זיך נעמען איבער לומדי תורה, [כאילו ביי זיי ליגט דער לאך, א שטייגער ווי דער גוי באשולדיגט דעם יוד אין אלע זיינע פראבלעמען....]
#שנאת עם הארץ לתלמיד חכם
[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:09 am

ווער רעדט פון לומדי תורה? מען רעדט פון די באגאבו פרויען וואס "My husband is in Kollel" און זיי ברויכען לוקסוס מיט א שמיץ אריבער
בוי זיך זעלבסט

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:10 am

צו געזונט האט געשריבן:ווער רעדט פון לומדי תורה? מען רעדט פון די באגאבו פרויען וואס "My husband is in Kollel" און זיי ברויכען לוקסוס מיט א שמיץ אריבער

איז זייער צרה די תאוה צו א באגובא, נישט דע כולל חלק
[אדרבא, גיי אינטרעסיר דיך, די סארט מענער זיצן אין נישט לענגער ווי ס'נעמט זיי צו טרעפן א דזשאב]

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 04, 2018 9:18 am

דער רבי האט געזאגט, אז וויפיל שטונדען מען לערנט אין כולל ברויך דער סתם ארבייטער אויך לערנען און נישט פארשטאנען פארוואס מען ברויך א כולל נאר פאר דעם. ווען מען האט אים געזאגט אז אינגעלייט גייען אין פרעמדע כוללים, האט ער געהאלטן אז מען קאן דארט אנגעפיקעוועט ווערן מיט נישט סאטמארע השקפות, דאן האט ער "מסכים" געווען פאר א אייגענעם כולל
בוי זיך זעלבסט

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך אפריל 04, 2018 10:44 am

איך האב נאך נישט אנגעיאגט צו ליינען די תקנות איבערפרישונג בוק
איך האף אבער מוועט זיך נעמען איבער די חתונה נאכט קליידער
וואס ציעט אריין איבער 10 אלפים פאר ביידע זייטן צוזאמען,
אין בעלזא ירושלים איז דאס שוין שטארק איינפארסירט ביי רייכע אין ארימע צוגלייך (דאכט זיך מיר די רבי קומט נישט סידור קידשון אויב מהאט איבערגעספענט פאר קליידער)
אין דא קען מען עס זייער גרינג צושטאנד ברענגן
סאטמאר מהר״א וועט קומען אפגיבן א מצוה טאנץ אין פאר בחנם א שטריימעל פון די רביס קאסט לכבוד עס איינהאלטן
אין ביי סאטמאר מהרז״ל זאל דאס זיין א חלק פון די תקנות פאר פרדס,
אין יעדע קהילה זאל אויפקומען מיט זייער מהלך, צו א גמ״ח מיט גרויסע סכומים פאר לאנגע טערמינען, אדער די רבי זאל קומען באשיינען
אין די זאלבע זאל נאך פאללען מיט בלומען ביי תנאים,חתונה, שבת כלה, חתן קידוש ביי באווארפן, שבע ברכות׳ס
הכלל זאכן מיט וואס מבלייבט איבער איז א שווערע זאך צו פייטן ווי למשל
טייערע חתן שטריימעל
פירנוטשער
חתן/כלה מתנות
לאז דאס איבער נאכדעם וואס דו האסט שוין אראפ געברענגט די סטאנדארט אדער אינגאנצען אויפגעלעזט די זאכן וואס מניצט נאר פאר 1 נאכט.
פאר טשעיס פרידאם קרעדיט קארטל אין ווערט שנעל אפראוואד פאר א גרויסע נומבער.
https://www.referyourchasecard.com/m/2/ ... 1526018384

סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אפריל 04, 2018 11:53 am

כהאב עס געליינט
זיי ווילען זיך נעמען צו פורניטשור, און צו פרויען קליידער, אדער ווי מרופט עס א שותפות, דאס אינגע פארל זאלן זיך אליינס באצאלען,

1) פרוניטשער, אדרבה ואדרבה, צו וואס דארף מען חתונה האבען מיט א דיינינג רום סעט, ווען די קליינע דירה'לעך האבען ניטאמאל קיין פלאץ דערפאר, און אפילו דאס וואס מדארף, דארף עס נישט זיין ווי גראף פאטאצקי אליינס,
די שאלה איז נאר, צו די חתונה מאל'ס לאביאיסטען וועלן דאס צולאזען, ווייל כפי ידיעתי ליגט דארט די פראפעט, אבער אן דעם דארף דאס זיין די גרינגסטע, נאר א בעד רום סעט מיט א דיינעט סעט, מיט א ספרים שאנק פארן חתן מוז עס אויך נישט זיין פאר דרייצען הונדערט דאללער, מדארף קענען טרעפן פאר א פאר הונדערט דאללער,

2)פרויען קליידער, לדעתי איז דער פראבלעם זייער טיף מושרש און אונזער סאסייעטי איך ווייס נישט ווי אזוי מקען דאס באקעמפען, סאיז נישט קיין טעכנישע זאך סאיז א קולטורישע זאך, און דאס אז ס'וועלן אפיר קומען מער פשוטערע און מאכען א ווינט אז מקען גיין פשוטער, וועט עס נאך נישט אוועק נעמען דעם לעבל אז יענער איז יאנטשי אבער איך בין נישט, נאכאמאל אויב קען מען אויפקומען מיט עצות, אדרבה, אבער אזוי ווי סאיז יעצט איז חדשים נאך א חתונה איז מען נאך ביזי ווי שיין די קלייד איז געשטאנען, די גרעסטע קאמפלימענט וואס מקען באקומען איז וכו',

3)א שותפות, איז זייער א גיטע איידיע, אבער אויב לייגט מען זיך נישט אריין צו טרעפן ביליגערע רענטעלס פאר אינגעלייט, איז די טינט א שאד,
ער דארף אנהייבען מיט פופצן זעכצען הונדערט רענט, פלאס געז לעקטער וואסער און גארבעדש, האלט ער ביי 2000 א חודש, וואס ווילסט אים באנקראטירען, (און ענטפער מיר נישט צוריק, נא זאל זיך דער טאטע באנקראטירן? ווייל מזוכט דא אן עצה סאיז נישט קיין חכמה צו שטויסען דעם באל אראפ די ראוד,)
און די אלע וואס הייבען אן צו פארפירען אויף די כוללים, אחוץ וואס מזעהט אן דעם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, און מאיז עס נאך תולה באילן גדול אויף רביה''ק, איז עס נישט גערעדט צו דער זאך, ווייל אפילו ער ארבייט, איז עס נישט קיין קליגע זאך אז מהייבט אן דעם לעבען מיט אזוי א גרויסע באדזשעט, ער איז נאכנישט אימיונעד צו דעם און סאיז נישט גיט נישט פאר זיין אינגע געבוי, און נישט פאר שלום בית, ממילא איז מיר א פלא אז צדקת העיר האט פראמאטעט די איידיע, און זיי ווייסען דאך יא די צעקת בני ישראל בנוגע רענטעלס פאר אינגע פאר פעלקער,
וועסט מיר ענטפערן אז דאס איז שוין נישט בידיהם, קודם כל סאיז נישט ריכטיג מקען זיך אראפזעצן מיט א דעוועלפער און אויסארבעטן עפעס און ער וועט מאכען געלט אויך, און נאכדעם אויפן פעפער קענסטו עס דאך זיכער שרייבען נישט איגנארירין די נושא,
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

שיבערר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 25, 2016 5:13 pm

תגובהדורך שיבערר » מיטוואך אפריל 04, 2018 1:17 pm

ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

רעב יוד, ווען מען וועט אויסרייסן אלע איבריגע לוקסוס ביינונז, דאן זאלסטו זיך נעמען איבער לומדי תורה, [כאילו ביי זיי ליגט דער לאך, א שטייגער ווי דער גוי באשולדיגט דעם יוד אין אלע זיינע פראבלעמען....]
#שנאת עם הארץ לתלמיד חכם
[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]


אנטשולדיגט אבער די פארשטייסט נעבעך נישט וואס מרעדט
קיינער נעמט זיך נישט חלילה צו די לומדי תורה
מרעדט פון אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און סאיז א סטייל צו גיין אין כולל ווייל סקומט אזוי אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מחנכים און רבנים וואס טוט זיך אף וועסטו בעסער פארשטיין סאיז זייער פשוט ווער סהאלט באמת ביים לערנען זאל לערנען און ווער סהאלט נישט דערביי זאל גיין ארבעטען און זיין א נארמאלער מענטש און א ערליכע אידישער בעל הבית

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:34 pm

שיבערר האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

רעב יוד, ווען מען וועט אויסרייסן אלע איבריגע לוקסוס ביינונז, דאן זאלסטו זיך נעמען איבער לומדי תורה, [כאילו ביי זיי ליגט דער לאך, א שטייגער ווי דער גוי באשולדיגט דעם יוד אין אלע זיינע פראבלעמען....]
#שנאת עם הארץ לתלמיד חכם
[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]


אנטשולדיגט אבער די פארשטייסט נעבעך נישט וואס מרעדט
קיינער נעמט זיך נישט חלילה צו די לומדי תורה
מרעדט פון אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און סאיז א סטייל צו גיין אין כולל ווייל סקומט אזוי אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מחנכים און רבנים וואס טוט זיך אף וועסטו בעסער פארשטיין סאיז זייער פשוט ווער סהאלט באמת ביים לערנען זאל לערנען און ווער סהאלט נישט דערביי זאל גיין ארבעטען און זיין א נארמאלער מענטש און א ערליכע אידישער בעל הבית

יעדעמס שווער/ווייב רעדט זיך נעבעך איין אז זיין איידעם צו איהר מאן איז משה רבינו אליינס, אין געווענדליך דויערט עס נישט מער ווי א יאר אין דער אינגערמאן ארבעט,
פונקט פארקערט סאיז מוארדיג געזינט פאר דאס אינג פארפאלק אז זיי הייבן אהן לעבן אמתדיג די אינגערמאן קומט אהיים אין מעלדט איהר די ביטערע נייעס אז ער איז אויסגעוואקסן כולל/צו די כולל עהם, אין ביידע זענען מודה מדארף לעבן מיטן אמת אין דאס אשת חיל זעהט שוין איין אז די לעבן גייט נישט וויאזוי מוויל אין די אינגערמאן גייט ארויס אויפן פעלד זיכן ארבעט,
סאיז זייער שטארק געזינט פאר די היינטיגע מוחות.
תורה מגינה ומצלה.
פאר טשעיס פרידאם קרעדיט קארטל אין ווערט שנעל אפראוואד פאר א גרויסע נומבער.
https://www.referyourchasecard.com/m/2/ ... 1526018384

סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:37 pm

שיבערר האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

רעב יוד, ווען מען וועט אויסרייסן אלע איבריגע לוקסוס ביינונז, דאן זאלסטו זיך נעמען איבער לומדי תורה, [כאילו ביי זיי ליגט דער לאך, א שטייגער ווי דער גוי באשולדיגט דעם יוד אין אלע זיינע פראבלעמען....]
#שנאת עם הארץ לתלמיד חכם
[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]


אנטשולדיגט אבער די פארשטייסט נעבעך נישט וואס מרעדט
קיינער נעמט זיך נישט חלילה צו די לומדי תורה
מרעדט פון אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און סאיז א סטייל צו גיין אין כולל ווייל סקומט אזוי אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מחנכים און רבנים וואס טוט זיך אף וועסטו בעסער פארשטיין סאיז זייער פשוט ווער סהאלט באמת ביים לערנען זאל לערנען און ווער סהאלט נישט דערביי זאל גיין ארבעטען און זיין א נארמאלער מענטש און א ערליכע אידישער בעל הבית

אנטשולדיגט מיר, אבער כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, כוללים האט קיין שייכות נישט מיט חתונה מאכן און תקנות...., פליז און ביטע לאז דיין שנאה צו כוללים אין בויך, און רעד צו די זאך
אפילו מען מען וועט אויפלעזן אלע כוללים, און מען וועט ווייטער חתונה מאכן אויפן סטענדערד ווי ס'איז נהוג כהיום, און מען וועט צאלן ווייטער די געשוואלענע ראטעס, וועט עס אינטערברענגען אלע שיינע פארדינערס מיט דיינע ערליכע בעלי בתים אינאיינעם...

שיבערר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 25, 2016 5:13 pm

תגובהדורך שיבערר » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:43 pm

שטייגען האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרבה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

רעב יוד, ווען מען וועט אויסרייסן אלע איבריגע לוקסוס ביינונז, דאן זאלסטו זיך נעמען איבער לומדי תורה, [כאילו ביי זיי ליגט דער לאך, א שטייגער ווי דער גוי באשולדיגט דעם יוד אין אלע זיינע פראבלעמען....]
#שנאת עם הארץ לתלמיד חכם
[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]


אנטשולדיגט אבער די פארשטייסט נעבעך נישט וואס מרעדט
קיינער נעמט זיך נישט חלילה צו די לומדי תורה
מרעדט פון אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און סאיז א סטייל צו גיין אין כולל ווייל סקומט אזוי אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מחנכים און רבנים וואס טוט זיך אף וועסטו בעסער פארשטיין סאיז זייער פשוט ווער סהאלט באמת ביים לערנען זאל לערנען און ווער סהאלט נישט דערביי זאל גיין ארבעטען און זיין א נארמאלער מענטש און א ערליכע אידישער בעל הבית

יעדעמס שווער/ווייב רעדט זיך נעבעך איין אז זיין איידעם צו איהר מאן איז משה רבינו אליינס, אין געווענדליך דויערט עס נישט מער ווי א יאר אין דער אינגערמאן ארבעט,
פונקט פארקערט סאיז מוארדיג געזינט פאר דאס אינג פארפאלק אז זיי הייבן אהן לעבן אמתדיג די אינגערמאן קומט אהיים אין מעלדט איהר די ביטערע נייעס אז ער איז אויסגעוואקסן כולל/צו די כולל עהם, אין ביידע זענען מודה מדארף לעבן מיטן אמת אין דאס אשת חיל זעהט שוין איין אז די לעבן גייט נישט וויאזוי מוויל אין די אינגערמאן גייט ארויס אויפן פעלד זיכן ארבעט,
סאיז זייער שטארק געזינט פאר די היינטיגע מוחות.
תורה מגינה ומצלה.


יעצט צום פינטעלע וואס כוויל צוקומען
די פלאן אז דאס אינגע פארפאלק זאל באצאלן פאר זייער חתונה איז נישט מעגליך נאר אויב דער אינגערמאן גייט ארבעטען ווייל קוים קוים קומט מען זיך אויס צו באצאלען די רענט מיט די געלט וואס זי מאכט און די לעבן קומט מיט נאך אסאך אנדערע הוצאות וואס אפילו מיט שטאטישע הילף איז אויך קוים גענוג צו דורכטראגען איז ווי קען מען זיי באלעסטיגען מיט חובות עצומות אויב ער ארבעט נישט

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אפריל 04, 2018 3:47 pm

א נעכטיגן טאג
א כולל יונגערמאן אויב איז ער א פלייסיגער און צייטליכער, בנוסף וואס דאס ווייבעלע ארבעט, קען היינט פארדינען כמעט אזויפיל וויפיל א פרישער ארבעטער פארדינט היינט, און אפשר אפילו נאך מער
בכלל דער גאנצער א"ג 'שותפות פלאן' האט נישט קיין הענט און קיין פוס, א שאד די טינט אויף וואס עס איז געשריבן.....
וועלכער גמ"ח איז אזוי משוגע צו אויסבארגן דאס געלט?? [פאר וועמענס אחריות צו באצאלן???, פאר א יונגערמאנטשיק וואס האט נאך זיין לעבן נישט אנגעהויבן?און האט נאך קיין פיאסטער נישט?, ווער טראסט אזא איינעם מיט צענדליגער אלפים???]

שיבערר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 25, 2016 5:13 pm

תגובהדורך שיבערר » מיטוואך אפריל 04, 2018 4:31 pm

ראספשע האט געשריבן:א נעכטיגן טאג
א כולל יונגערמאן אויב איז ער א פלייסיגער און צייטליכער, בנוסף וואס דאס ווייבעלע ארבעט, קען היינט פארדינען כמעט אזויפיל וויפיל א פרישער ארבעטער פארדינט היינט, און אפשר אפילו נאך מער
בכלל דער גאנצער א"ג 'שותפות פלאן' האט נישט קיין הענט און קיין פוס, א שאד די טינט אויף וואס עס איז געשריבן.....
וועלכער גמ"ח איז אזוי משוגע צו אויסבארגן דאס געלט?? [פאר וועמענס אחריות צו באצאלן???, פאר א יונגערמאנטשיק וואס האט נאך זיין לעבן נישט אנגעהויבן?און האט נאך קיין פיאסטער נישט?, ווער טראסט אזא איינעם מיט צענדליגער אלפים???]


רענט היינט פאר א חתן כלה איז א שיינע פאר טויזענט דאללער און וויפיל מאכט זי שוין ביי איר דזשאב און וואס צאלט אים שוין דער כולל ווען ער לערענט טאקע און קומט אין צייט אדרבה אפשר לייגסטו די נומבערס אויפן טיש אבער אמתדיג גערעדט וועסטו זעהן די פאקטן דייטליך און קלאר

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 04, 2018 4:37 pm

א גוטע מיידל פארדינערן, קאן האבען געסעיווט 20-30 אלפים, אויב האצי גראד אנגעהויבן פארדינען גוט. א בחור וואס איז געגאנגען ארבעטן אלס חתן, נאך א 15-20 אלפים.
לאמיר אבער גיין איינס ביי איינס אינגע פארפאלק אויסגאבען אין די ערשטע יאהר.
רענט, פון ווען מען נעמט ארויס די דירה.
יוטיליטיס, פון ווען מען נעמט ארויס די דירה.טעלעפאון, ביידע קריגען עס ביי די ווארט, אדער פריער, און דאס איז א אויסגאבע.
פרישטאגס און לאנטשעס.
טרעוועל צו עלטערן, אויב זיי וואוינען נישט אין די זעלבע שטאט, אדער די אנדערע עק שטאט.

פארזעצונג קומט בעז"ה
בוי זיך זעלבסט

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך אפריל 04, 2018 7:52 pm

שיבערר האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:א נעכטיגן טאג
א כולל יונגערמאן אויב איז ער א פלייסיגער און צייטליכער, בנוסף וואס דאס ווייבעלע ארבעט, קען היינט פארדינען כמעט אזויפיל וויפיל א פרישער ארבעטער פארדינט היינט, און אפשר אפילו נאך מער
בכלל דער גאנצער א"ג 'שותפות פלאן' האט נישט קיין הענט און קיין פוס, א שאד די טינט אויף וואס עס איז געשריבן.....
וועלכער גמ"ח איז אזוי משוגע צו אויסבארגן דאס געלט?? [פאר וועמענס אחריות צו באצאלן???, פאר א יונגערמאנטשיק וואס האט נאך זיין לעבן נישט אנגעהויבן?און האט נאך קיין פיאסטער נישט?, ווער טראסט אזא איינעם מיט צענדליגער אלפים???]


רענט היינט פאר א חתן כלה איז א שיינע פאר טויזענט דאללער און וויפיל מאכט זי שוין ביי איר דזשאב און וואס צאלט אים שוין דער כולל ווען ער לערענט טאקע און קומט אין צייט אדרבה אפשר לייגסטו די נומבערס אויפן טיש אבער אמתדיג גערעדט וועסטו זעהן די פאקטן דייטליך און קלאר

כ'קען אנהויבן א גאנצע פאלעמיק, אבער דער נושא פון כוללים קומט נישט אריין דא, בהיות אז דער 'שותפות פלאן' מעיקרא איז גערעדט אין די וועלט אריין, ווייל ווער ס'בארגט 30 אלפים אויפן חשבון פון א יונגערמאנטשיק פון נאך די שבע ברכות, איז סתם הניח מעותיו על קרן הצבי....., סאו ס'יז א שאד די גאנצע טענה'ריי פון וואנעט דער יונגערמאנטשיק גייט [נישט] באצאלן זיין טאטנס הלוואות פאר זיין חתונה, ווייל קיינער האלט אים נישט אפ צו זינגען פארן גמ"ח דעם צווייטן פסוק אין שיר השירים....

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג אפריל 08, 2018 11:13 am

סארקאזי האט געשריבן:כהאב עס געליינט
זיי ווילען זיך נעמען צו פורניטשור, און צו פרויען קליידער, אדער ווי מרופט עס א שותפות, דאס אינגע פארל זאלן זיך אליינס באצאלען,

1) פרוניטשער, אדרבה ואדרבה, צו וואס דארף מען חתונה האבען מיט א דיינינג רום סעט, ווען די קליינע דירה'לעך האבען ניטאמאל קיין פלאץ דערפאר, און אפילו דאס וואס מדארף, דארף עס נישט זיין ווי גראף פאטאצקי אליינס,
די שאלה איז נאר, צו די חתונה מאל'ס לאביאיסטען וועלן דאס צולאזען, ווייל כפי ידיעתי ליגט דארט די פראפעט, אבער אן דעם דארף דאס זיין די גרינגסטע, נאר א בעד רום סעט מיט א דיינעט סעט, מיט א ספרים שאנק פארן חתן מוז עס אויך נישט זיין פאר דרייצען הונדערט דאללער, מדארף קענען טרעפן פאר א פאר הונדערט דאללער,

2)פרויען קליידער, לדעתי איז דער פראבלעם זייער טיף מושרש און אונזער סאסייעטי איך ווייס נישט ווי אזוי מקען דאס באקעמפען, סאיז נישט קיין טעכנישע זאך סאיז א קולטורישע זאך, און דאס אז ס'וועלן אפיר קומען מער פשוטערע און מאכען א ווינט אז מקען גיין פשוטער, וועט עס נאך נישט אוועק נעמען דעם לעבל אז יענער איז יאנטשי אבער איך בין נישט, נאכאמאל אויב קען מען אויפקומען מיט עצות, אדרבה, אבער אזוי ווי סאיז יעצט איז חדשים נאך א חתונה איז מען נאך ביזי ווי שיין די קלייד איז געשטאנען, די גרעסטע קאמפלימענט וואס מקען באקומען איז וכו',

3)א שותפות, איז זייער א גיטע איידיע, אבער אויב לייגט מען זיך נישט אריין צו טרעפן ביליגערע רענטעלס פאר אינגעלייט, איז די טינט א שאד,
ער דארף אנהייבען מיט פופצן זעכצען הונדערט רענט, פלאס געז לעקטער וואסער און גארבעדש, האלט ער ביי 2000 א חודש, וואס ווילסט אים באנקראטירען, (און ענטפער מיר נישט צוריק, נא זאל זיך דער טאטע באנקראטירן? ווייל מזוכט דא אן עצה סאיז נישט קיין חכמה צו שטויסען דעם באל אראפ די ראוד,)
און די אלע וואס הייבען אן צו פארפירען אויף די כוללים, אחוץ וואס מזעהט אן דעם שנאת עם הארץ לתלמיד חכם, און מאיז עס נאך תולה באילן גדול אויף רביה''ק, איז עס נישט גערעדט צו דער זאך, ווייל אפילו ער ארבייט, איז עס נישט קיין קליגע זאך אז מהייבט אן דעם לעבען מיט אזוי א גרויסע באדזשעט, ער איז נאכנישט אימיונעד צו דעם און סאיז נישט גיט נישט פאר זיין אינגע געבוי, און נישט פאר שלום בית, ממילא איז מיר א פלא אז צדקת העיר האט פראמאטעט די איידיע, און זיי ווייסען דאך יא די צעקת בני ישראל בנוגע רענטעלס פאר אינגע פאר פעלקער,
וועסט מיר ענטפערן אז דאס איז שוין נישט בידיהם, קודם כל סאיז נישט ריכטיג מקען זיך אראפזעצן מיט א דעוועלפער און אויסארבעטן עפעס און ער וועט מאכען געלט אויך, און נאכדעם אויפן פעפער קענסטו עס דאך זיכער שרייבען נישט איגנארירין די נושא,


לדעתי דארף 1) מיט 3) גיין אינאיינעם, דאס הייסט אז די עלטערען זאלן געבן א דיפאזעט פאר די מאל'ס פאר די פרוניטשער און די קאפל ווען זיי וועלן האבן די געלט צי א יאר צוויי דריי נאך די חתנה צי אפילו שפעטער זאל זיי דאס אויס צאלן און ארויס נעמען.

אגב שוין לאנג צייט ארינטערציברענגען די אלע מאל'ס, ווייל 5 אידן ווילן מאכן פרנסה קימט זיי נאך נישט כלל ישראל גארנישט, קען זיין אז אנהייב איז עס געווען א טובה פארן כלל, כהיום נישט.

דאס וואס די שרייבסט פון ווי זאל דער אינגערמאן האבן די געלט, איך זעה אז א גרויסער פארצענט פון די וואס באקימען פאלשע צירונגען האנדלן זיך איין נאך די חתנה עכטע וואס קימט אויס א שיינע פאר טאלער.

צו די אלע תקנות איז אבער דא א שטיקל פראבלעם ווייל אפילו עס מאכט זיך שוין אז איין מחתן האט יא שכל, דארף ער האבן גרויס מזל אז דער צווייטער מחתן זאל ווילן מיטגיין.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

יאיר גאלד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אפריל 08, 2018 11:31 am

ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]

און וויפיל גדולי התורה מדור העבר האבן עוסק געווען על המחיה ועל הכלכלה. הגאון ר' יעקב בלוי האט געארבעט אין א באנק פאר לאנגע יארן ביז ער איז געווארן רב אין פאגי.... ועוד הרבה.... שאל אביך ויגדך.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אפריל 08, 2018 2:48 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
שיבערר האט געשריבן:די כולל זיצן סטייל זאל זיך ענדיגען איינמאל פאר אלעמאל אסאך אינגעלייט גייען פשוט צוגרינד פון ליידיגייען און צייט פארברענגעריי
נאר תלמידי חכמים און גאר ערענסטע אינגעלייט וואס האבן א תורתם אומנתם צוקונפט זאלן בלייבן אין כולל און די רוב רובם רעשט זאלן מקיים זיין ששת ימים תעשה מלאכה און זאלן האבן שיעורי תורה צופרי און ביינאכט
דאס איז באמת געווען די רצון און קלארע ערליכע השקפה פון רבינו הקדוש מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט קיין כוללים ווי די ליטווישע מאדערנע וועלט וואס האבן גאר א אנדערע מהלך החיים
אדרה שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך

[אדרבא, מאך אביסל ריסוירטש ביים היימישן ציבור, רובא דרובא פון די מאלטי ריזיגע עשירים כהיום בתוכינו, האבן ב"ה געלערנט אין כולל עטליעסט א יאר צוויי נאך זייער חתונה, ס'האט זיי ב"ה גארנישט פינאנציעל געשאדט]

און וויפיל גדולי התורה מדור העבר האבן עוסק געווען על המחיה ועל הכלכלה. הגאון ר' יעקב בלוי האט געארבעט אין א באנק פאר לאנגע יארן ביז ער איז געווארן רב אין פאגי.... ועוד הרבה.... שאל אביך ויגדך.

וויפיל רבנים זענען שוין אויסגעשטיגן פון די בענקינג ביזנעס???, אפשר קען איך נאך עפעס ווערן??, גיימיר אננעמען א דזשאב אין באנק

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אפריל 08, 2018 2:57 pm

סאיז ממש א פלא ווי מענטשען מיט א שנאה צו תלמידי חכמים, דרייען אריין זייער גאנצע אגענדע, כאילו דאס איז די סבה,
לאז געמאכט ביטע,
די נושא פון כוללים מיט גיין ארבעטען, קענט איר עפענען אן אשכול און דיבאטירן די נושא,
סהאט מיט הוצאות החתונה אפשר פינף פראצענט
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אפריל 08, 2018 3:05 pm

צו געזונט האט געשריבן:דער רבי האט געזאגט, אז וויפיל שטונדען מען לערנט אין כולל ברויך דער סתם ארבייטער אויך לערנען און נישט פארשטאנען פארוואס מען ברויך א כולל נאר פאר דעם. ווען מען האט אים געזאגט אז אינגעלייט גייען אין פרעמדע כוללים, האט ער געהאלטן אז מען קאן דארט אנגעפיקעוועט ווערן מיט נישט סאטמארע השקפות, דאן האט ער "מסכים" געווען פאר א אייגענעם כולל

דאס איז נאך די הנחה אז דעם רבי'נס רצון איז זיכער געווען אז זיינע חסידים זאלן פארמאגן טויזנט דאלער'דיגע באגאבו קערידזשעס, און קעיטעירן די וואך נאכט'ס אין זאלן, איא?, נאר כוללים האט ער עפעס נישט פארשטאנען פארוואס ס'פעלט דען אויס?, און א ודאי דאס איז דאך געוויס דער גרויסער שטער צום חתונה מאכן...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, אין כל חדש, בענאק, טשאדעלע באדעלע, יש ברירה, צד תמות, צווייפעל, שתקן און 60 געסט