חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:19 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:הרב ראטה'ס מהלך איז על דרך הרמב"ם אז כדי עפעס צו טוישן דארף מען גיין די אנדערע עקסטרעם אזוי וועט כאטש בלייבן עפעס אינמיטן.

דער מהלך פון רמב"ם איז לגבי א יחיד וואס וויל עוקר זיין זיין מדה הרע הפרטי, ווען מען רעדט פון תקנות לטובת הציבור, האבן שוין חז"ל ערווענט א תקנה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה איז נישט קיין תקנה, אפגעזעהן ווי עקסטרעם מען וויל גיין
דניאל אויערבאך האט געשריבן:למשל די תקנה פונעם ברך משה זצ"ל צו נוצן א וואן מען באנד איז געווארען אזוי abused אז היינט קאסט שוין מער א איין מאן (מיט די גאנצע טאראראם מיט זינגער און פייפערס) ווי אמאל א גאנצע, ווייל אז מען מאכט א תקנה נאר אביסעלע בעסער, in no time you are ending up מיט די זעלבע אדער ערגערע הוצאה, וועגן דעם מוז מען אסאך מאל גיין אביסל עקסטרעם,

פאלט דיר גארנישט ביי די זעלבע אויף חתונה מאכן אין א שוהל, מיינסט טאקע אז ס'גייט בלייבן ביי דעם אז די שוהלן גייען דיר צישטעלן די סערוויס אימזיסט, אדער פאר קליין געלט?.

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט אז מען שטאפירט אויס נאר פאר אנדערטהאלבן יאר, אפשר זאגסט מיר וויפיל בעקעטשעס, רעקלעך, העמדער, שיך מען קויפט היינט פאר די חתן?? און וויפיל קליידער, שיך און שטיוול פאר די כלה? האסטו ביי דיין חתונה אויך באקומען אזא מספר פון וועש???

איך זאג דיר זייער גערן
איך האב חתונה געמאכט, איך האב געקויפט נאר איין בעקיטשע וכו' וכן הלאה, כ'ווייס נישט פון וואו דיינע פאקטן זענען גענומען, אפשר פון ראטה'ס דרשות
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:05 pm

יהי כן איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו שרייבסט זייער שטעכעדיג??

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:11 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:יהי כן איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו שרייבסט זייער שטעכעדיג??

אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן אויף א לאגישע טענה, ווערט נאך נישט די טענה שטעכעדיג
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:56 pm

יהיה כן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:יהי כן איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו שרייבסט זייער שטעכעדיג??

אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן אויף א לאגישע טענה, ווערט נאך נישט די טענה שטעכעדיג

איך וואלט געפרעגט אנדערש.
די אלע וואס פארנעמען נישט צו הערן אז מען זאל חתונה מאכן פאר אביסל ווייניגער ווי די אנגענומענע סטאנדארט, און מען זאל איבערטראכטן יעדע הוצאה צו עס פעלט טאקע אויס.
די וואס פארשטייען נישט די עקסטרעם מהלךזענען די ''מקבלי ממון צדקה'' אדער ''נותני צדקה'' ????

עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ די יחיד וואס האט קיין פראבלעם צו נעמען צדקה געלד און חתונה מאכן אויף א ברייטע פארנעם דהיינו די היינטיגע סטאנדארט.

@יהיה כן דו ענטפערסט נאר וויפיל בעקיטשעס האסט געקויפט פאר דיין זון. וויפיל פאר שיך? וויפיל העמדער וכו' וכו'

ווי אויך דארף מען מעורר אויף נאך א משוגעת אז עלטערן וואס מאכן נאך חתונה קינדער און אידן לויפן ארום שאפן געלד פאר זיי, טיחלן חנוכה פורים געלד פאר די חתונה געהאטע קינדער ביד רחבה... און פאר א חתונה פון א קינד קויפט מען נייע בגדים פאר די חתונה געהאטע קינדער..
ווי זאגט מיר איינער ער לויפט ארום שאפן געלד פאר זיין שווער חתונה צו מאכן אין די שוויגער קויפט א 1000 דאלערדיגע קלייד פאר זיין ווייב...

לגבי ר' יואל ראטה איך האב נישט געזעהן אז מען אזוי בשרייען אונזערע שיינע אידן וואס טינקען זיך אין לוקסעס און זענען א ראעל מאדעל פאר אונז.
אשריך ר' יואל וואס לערנט אויס נארמאלקייט פאר זיינע אנהענגערס
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:47 pm

אז דו ביזט נישט ציפרידן, כ'מיין אז איך בין בכלל נישט פארפליכטעט דיר פונקטליך ארויס שרייבן אין פאבליק מיין פערזענליכע חתונה בודזשעט מיט אלע דיטעילס
אויב אנדערשט פארשטייסטו טאקע נישט דעם נושא, מיין איך אז איך האב שוין יוצא געווען, ווער ס'פארשטייט פארשטייט [איך בין 99 פראצענט זיכער אז דו שרייבסט דא סתם באמירן בעלמא, האלטס נאך בכלל נישט ביים חתונה מאכן... וד"ל]
גיי ווייטער אן פאנטאזיר מיט א פעסטקייט, כ'האף אז ס'וועלן זיך טאקע מערן נאך חתונות בביהמ"ד היכל הקודש און אין ראדני ממש אזוי סאך אז ס'וועט נישט זיין קיין פלאץ פאר א מנין מעריב אין ביהמ"ד, ונזכה ונחיה ונראה
דמיון און פאנטאזיר ווייטער
אבער וויין נישט מארגן אז דער גאנצער ציבור איז משוגע און נאר דו ביזט נעבעך געבליבן דער איינציגער נארמאלער בדור שכולו משוגעים
און מיט דעם בין איך פארטיג
הצלחה וברכה
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:11 pm

יהיה כן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:יהי כן איינער האט דיר שוין אמאל געזאגט אז דו שרייבסט זייער שטעכעדיג??

אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן אויף א לאגישע טענה, ווערט נאך נישט די טענה שטעכעדיג

יישר כח פארן פראווען מיין פוינט

יהיה כן האט געשריבן:און מיט דעם בין איך פארטיג
הצלחה וברכה

הצלחה בכל דרכיך כי מלאכיו וכו

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:24 am

הרב יהי' כן!

אינמיטן די פלייץ פון קריטיק פול איך א חוב צו ארויסצוברענגען, אז איך האב שטארק הנאה פון יעדע תגובה אייערע, וועלכע ענטהאלט יעדער באזונדער זאכליכע דברים של טעם, געשריבן מיט שכל און פארשטאנד נישט בלויז קינדערישע קאמענט'ס... כה לחי.

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:36 am

יחזקאלע האט געשריבן:הרב יהי' כן!

אינמיטן די פלייץ פון קריטיק פול איך א חוב צו ארויסצוברענגען, אז איך האב שטארק הנאה פון יעדע תגובה אייערע, וועלכע ענטהאלט יעדער באזונדער זאכליכע דברים של טעם, געשריבן מיט שכל און פארשטאנד נישט בלויז קינדערישע קאמענט'ס... כה לחי.

;l;p- גא"מ

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 12, 2018 5:53 am

יחזקאלע האט געשריבן:הרב יהי' כן!

אינמיטן די פלייץ פון קריטיק פול איך א חוב צו ארויסצוברענגען, אז איך האב שטארק הנאה פון יעדע תגובה אייערע, וועלכע ענטהאלט יעדער באזונדער זאכליכע דברים של טעם, געשריבן מיט שכל און פארשטאנד נישט בלויז קינדערישע קאמענט'ס... כה לחי.


RT
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שעפעריש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » זונטאג ינואר 14, 2018 1:11 pm

cp

מען דארף חוץ געבן ביליגע אפשענס פארן ציבור טוישן די געדאנקן גאנג פון חתונה מאכן.

למשל, די מינימום. א גניבה גזילה, רוב רובו היינט קרובים קומען נישט צי די סעודה מען קען דאס מיט א מצומצם בעל הבית האלטן צי ממש שוואגערס און חברים אפשר צי 40 קאפעלס א זייט.
פורניטשור, די יוגענט איז זייער אויפגעקלערט רוב יונגעלייט גיבטסטו די אפשען קויפט ער נישט דעי טייערע דיינינג רום סעט. איך וואלט איינגעפירט פורניטשור פארן דיינעט דיינינג רום קויפט די קאפעל נישט די מחותנים. אפילו מען לייגט אוועק דאס געלט פאר זיי.

למשל, ווען נישט מען טוישט די איידיע אז די חתן קויפט די שייטל און די מחותן די שטריימל וואלט מען קיינמאל נישט געקענט האבן ביליגע שטריימלעך און שפארן אויף שייטלעך. פשוט א טויש און מנהג טוישט אסאך.

גרעסטע עקספענס ביי אלע שמחות איז יעדער טוט אזוי אז מען שפארט ביי די נאכט פון די חתונה גיבט דאס די טאאן פאר אלע ספענדעריי.

איך וואלט געענדיגט מיט חתונה בריוולעך, מיט תנאים ליינען, אדער א ווארט אדער א תנאים, אויב האט מען נישט געליינט תנאים ביים ווארט לייענט מען עס פאר די חופה.

ועל כולם וואלט געמאכט פונקט ווי און די ישיבה וועלט מקסימום פיהר חדשים פון שידוך ביז חתונה. טויט צי רויט. איי דאס מיידל איז יונג אדער א זיידע איז נישט דאהי אדער די מחותן איז און יאר דעי אלע תירוצים איז נישטא און לעיקוואד עס שפארט לכאורה בערך 25 פראצענט פון האבן א כלה דריי אדער פיהר סיזאנס און שטוב.

בדחנות וואלט מען געדארפט שניידן נישט און האלב נישט און פערטל נישט און דריטל נאר צי א אכטל. מיין עצה איז אז חתן כלה זאלן טאנצן ערשט. אמאל פלעגן די חסידישע מחותנים אהיימשיקן בעפאר די בחורים און גרויסע יונגלעך היינט איז במילא יעדער דארט. אויב חתן כלה גראמט מען ערשט און דערנאך צוויי מחותנים איז אלעס פארטיג איינס אזייגער. זיידעס זאלן סתם כאפן א גארטל ביי די ברעיק אווי עלטער זיידעס טוען היינט אויף פינף מינוט מען קען במילא נישט טאנצן 90 מינוט און איין אטעם די ברעיק נעמט היינט בערך א האלבע שעה. איינפירן אז מען רענט נישט קיין לאנג טערמיניגע דירות פאר חתן כלה ענדערש צאלן מער אויפן חודש אבער זיי זאלן אפמאכן נאך די חתונה ווי זיי ווילן וואונען. אויב ווילן זיי אריינלייגן לאנג טערמין איז עס זייער דעסיזשאן מצד שני זאל מען אנהויבן פראומאטען דרשה געשאנק טשעקס.

היינט מאכט א בר מצוה בחור מער געלט ווי א חתן א עוולה ספעשל אויב גייט דאס ווי איך האב דא געשריבן דארף ער חיזוק און אפאר טולער. למשל פאטאגרעפערס א ריזן עקספענס געווארן ווען באמת פאטאגריפי איז געווארן ביליגער. איך וואלט געמאכט דינג די פאטאגרעפער אויפן שעה און פרינט און דעוועלאפען באלאנגט שוין פארן קאפל. פשוט טוישן די נערישע אנגענומענע עקספענסעס נעמט אראפ אלע פארשאלטענע הוצאות.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 14, 2018 1:25 pm

לגבי חתונה בריוולעך, די נארמאלע סייז חתונה בריוולעך און נארמאלע פעיפער, מיט די פאסטעדש צוזאמען דארף נישט קאסטן קיין טויזענט דאלער, דוק וטישטיך, די פראבלעם הייבט זיך אן מיט סילק און לינען פעיפער, און גרעסערע סייזעס, און מען שיקט אינוויטעישאנס אן א מאס.

אויב שיקט מען נישט קיין אינוויטעישאנס איז מען פארנומען גאנצע טעג רופן מענטשן פערזענליך, און וועם מען פארגעסט ווערט באליידיגט, וכו' וכו'

די עצה איז שיקן פשוטע אינוויטעישאנס, שיקען נאר פאר מענטשן וואס זענען עלולין סמוכין ומצויין צו זיין ביי די שמחה.

אוועטאר
הודו להשם
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג ינואר 14, 2018 3:05 pm

קומטס אייך דא דורך אויף א פראקטישע לעזונג, אז אויף 15 יאר ארום זאל עס שוין זיין רעדי פאר מיר...
דערווייל וועל איך גיין צו 3 טיי אווענטס א נאכט.
הודו לה'; יעדע מינוט פון פריש.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 3:56 pm

למעשה שמועסט מען אז די ספינקא זאל אין די בנין אויף בעדפארד ביי קיעפ ,גייט ווערן די תקנות חתונה זאל פון חסידי מהר"א מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג אויפן שטייגער ווי אולם עקשטיין

אבער עס גייט קומען מיט שטרענגע תקנות, אז ווער עס וויל חתונה מאכן דארט, מוז מען אויספאלגען א גאנצע ריי מיט תקנות ,וואס נעמט אריין נישט ספענדען אויף באווארפן /שבת שבע ברכות שווערע טויזענטער

און אויך נישט שווערע טויזענטער פאר חתונה קליידער און אזוי ווייטער

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג ינואר 14, 2018 6:25 pm

בעלבאטיש האט געשריבן:למעשה שמועסט מען אז די ספינקא זאל אין די בנין אויף בעדפארד ביי קיעפ ,גייט ווערן די תקנות חתונה זאל פון חסידי מהר"א מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג אויפן שטייגער ווי אולם עקשטיין

אבער עס גייט קומען מיט שטרענגע תקנות, אז ווער עס וויל חתונה מאכן דארט, מוז מען אויספאלגען א גאנצע ריי מיט תקנות ,וואס נעמט אריין נישט ספענדען אויף באווארפן /שבת שבע ברכות שווערע טויזענטער

און אויך נישט שווערע טויזענטער פאר חתונה קליידער און אזוי ווייטער

גאנץ א קליינע זאל, פארוואס נישט נעמען א גרעסער פלאץ ווצב"ש די ת"ת אויף ווייט?

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג ינואר 14, 2018 6:27 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:לגבי חתונה בריוולעך, די נארמאלע סייז חתונה בריוולעך און נארמאלע פעיפער, מיט די פאסטעדש צוזאמען דארף נישט קאסטן קיין טויזענט דאלער, דוק וטישטיך, די פראבלעם הייבט זיך אן מיט סילק און לינען פעיפער, און גרעסערע סייזעס, און מען שיקט אינוויטעישאנס אן א מאס.

אויב שיקט מען נישט קיין אינוויטעישאנס איז מען פארנומען גאנצע טעג רופן מענטשן פערזענליך, און וועם מען פארגעסט ווערט באליידיגט, וכו' וכו'

די עצה איז שיקן פשוטע אינוויטעישאנס, שיקען נאר פאר מענטשן וואס זענען עלולין סמוכין ומצויין צו זיין ביי די שמחה.

די ציהל פון אינויטעישאנס כהיום, איז בכלל נישט כדי יענער זאל קומען צו די שמחה
עס איז עפעס אזא נוסח וויאזוי צו לאזן הערן דיינע אלטע חברים פון ישיבה, העי, איך לעב נאך, דו לעבסט נאך אויך?

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 6:59 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:למעשה שמועסט מען אז די ספינקא זאל אין די בנין אויף בעדפארד ביי קיעפ ,גייט ווערן די תקנות חתונה זאל פון חסידי מהר"א מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג אויפן שטייגער ווי אולם עקשטיין

אבער עס גייט קומען מיט שטרענגע תקנות, אז ווער עס וויל חתונה מאכן דארט, מוז מען אויספאלגען א גאנצע ריי מיט תקנות ,וואס נעמט אריין נישט ספענדען אויף באווארפן /שבת שבע ברכות שווערע טויזענטער

און אויך נישט שווערע טויזענטער פאר חתונה קליידער און אזוי ווייטער

גאנץ א קליינע זאל, פארוואס נישט נעמען א גרעסער פלאץ ווצב"ש די ת"ת אויף ווייט?


ווייט בילדונג האט פאולס און עס איז א נידריגע דאך

און אויסער דעם מיט דעם זאל איז זה נהנה וזה נהנה

די מוסדות דערלייגט נישט קיין געלט ,טאמער עפעס מאכן זיי אפילו מער ווי פון א קליינע שבע ברכות

און די מחותן האט די מעגליכקייט פון האבן א ביליגע זאל וואס די טאש קען אפשר ערלויבן

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 7:24 pm

יהיה כן האט געשריבן:פאר דעם יעניגן וועלכער האט מיר געשיקט אין אישי [כ'קען עם עפעס נישט ענפערן באישי, שרייב איך דא]

יא, כ'וואלט זייער געוואלט מען זאל זיך נעמען טוהן זאכליך איבער די נשים חתונה קליידער, עפעס וואס 'קיינער' האט נאך דערווייל נישט בארירט!!
און אויך וואלט איך געקענט באשטיין עס זאל עפעס געטוהן ווערן בנוגע דירות [הגם כ'ווייס אז עס האט נישט קיין לעזונג, מיטן בעסטן ווילן]


די ווערטער זענען שוא ושקר

טויזענטער מענטשן האבן אוועק געמופט פון די שטאט ,דאס הייסט פון וויליאמסבורג און בארא פארק די לעצטע פאר יאר און זיי האבן שיינע גרויסע רחוותדיגע דירות פאר ביליג ,און זיי האבן הרחבת הדעת און דאס לעבן איז זיי גרינגער

מען טוט יא און די וואס ווילן זיך העלפען ווערן געהאלפן

א לעזונג האט נישט קיין שיעור און עס נעמט אסאך צייט

טויזענטער יודן האבן אין פאקט איבער געלאזט די רוישיגע שטאט וויליאמסבורג און בארא פארק פון די קליינע טייערע דירות אין געמופט קיין

מאנסי
גלילות קרית יואל
גלילות מאנסי
קרית יואל
בלומענבורג
לעיקוואד
זשערסי סיטי
סטעטען איילענד
לינדען
מאנטיסעלא
ועוד ידינו נטויה אי"ה

יא יודן וואינען אין שיינע רחבותדיגע הייזער אדער דירות מיט פרייזן וואס מען קען זיך ערלויבן


אזש אז די קליינע לעכער דירות אין וויליאמסבורג און בארא פארק דירות וואס איז געמאכט פאר גוים צו וואינען האבן די דירות פרייזן געטראסקעט

הער אויף מיט דיין נעגעטיוויטי

די זעלבע זאך מיט חתונה תקנות ,טויזענטער יודן שפארן זיך געלט פאר עס וויל

און מעארבעט אויף נאך גרויסע שינוים פארשטייט זיך ווער עס וויל

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 14, 2018 7:30 pm

קודם כל נידער די טאן, און שרייב נישט מיט קיין רויטע אותיות ווייל ס'וועט דיך נישט מאכן מער גערעכט, מיין קאמפיוטער האט אויך ריזיגע אותיות
צווייטנס, אלע דיינע פאקטן, האבן טאקע פאסירט אין די פארגאנגענהייט, אבער נישט מיט קיין שנה ראשונה קאפלעך.....
עס איז גארנישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ צו נעמען א גרינער בחור'ל וואס האט נעכטן חתונה געהאט, און עם שיקן וואוינען ערגעץ אין א נייע ישוב אן די עלטערן און אן די שוויגער עלטערן
עס האט כמעט נישט אזוינס פאסירט עכ"פ ביי אונזער קאמיוניטי
דריטנס, צו נעמען א שנה ראשונה פארפאלק און זיי פארשיקן ערגעץ, וועט די שפעזן\צייט, צו פארן און קומען, קאסטן א געוואלד, און וועט ווייטער פאלן צו לאסט, אויף וועמען?
הקיצור, סי'ז זייער ווייט פון א ריאליסטישע עצה, ס'קען גיין ציזאמען מיט היכל הקודש חתונה פלאן..
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 7:41 pm

קודם כל , זאל די טאטע טין פאר זיינע קינדער און זיך אויפהייבן די געפעק און מופן ,אוטאמאטיש האט ער געהאלפן אלע זיינע קינדער ,נישטא נאך אזא גוטע זאך וואס טאטע קען אין היינטיגע טעג פאר זיינע קינדער

אין איך קען בערך 10 אזאנע יודן וואס האבן עס געטין פאר די קינדער איך בין זיכער אז עס דא א געוואלד מער

דאס איז געווען בדרך אגב

צווייטענס אז די קאפלעך וועלן טאקע צאלן שפעזען , וואס טאמער שפארן זיי זיך איבער טויזענט דאלאר רענט א חודש

ווילסטו מיר זאגן אז צו קומען 2 אדער דריי מאל א חודש צו די עלטערן קאסט טויזענט דאלאר ?

דריטענס איינמאל די קאפלעך וועלן וואינען נישט אינטערן מאמעס פארטוך וועט זייער גאנצע לעבנס שטייגער זיין אויסגערעכנט

וואס מען זעט טאקע זייער אסאך יונגע פארפעלקער וואס קויפן זיך הייזער אין אנדערע געגענטער און באשליסן צו קויפן הייזער ענדערשער ווי צו צאלן פאר א לאך אפאר אלפים וועגן צו זיין אינטערן מאמעס פארטוך

און דריטענס איך קען זייער אסאך שנה ראשונה קאפעלס וואס האבן דייקא אוןעקגעמופט שנה ראשונה , טאקע נישט די נארמאל אין אונזער הויעך געשעצטע קאאמיוניטי ווי די רופסט עס

אבער די מציאות איז דא פאר ווער עס וויל

לאמיר אייך פרעגן לאמיר זאגן אז די ערשטע 6 חדשים איז א מסורה אין אונזער קאאמיוניטי און עס געגענט זיך מיט ממש די שורש פון די תורה אז מען מוז וואינען לעבן די מאמע

וואס איז די תירוץ פון א יונגערמאן וואס זיין תירוץ זשאב האט ער נישט

און זי קען טרעפען דארט פונקט אזוי א זשאב אדער אפילו אריינקומען צו די זעלבע זשאב

און אוועקמופן און צאלן איבער א טויזענטער ביליגער ? נאר וואס דען זיי ווילן נישט

עס איז דא אסאך וואס ווילן און טיען עס

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 14, 2018 7:43 pm

בקיצור, דאס איז שוין א אויסגעדראשענע נושא,
דא:
viewtopic.php?f=98&t=14553&p=1466770&hilit=%D7%9E%D7%90%D7%9E%D7%A2%D7%A1+%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%98%D7%95%D7%9A#p1466342
און דא:
viewtopic.php?f=98&t=33563&start=200&hilit=%D7%9E%D7%90%D7%9E%D7%A2%D7%A1+%D7%A4%D7%90%D7%A8%D7%98%D7%95%D7%9A

א שאד איבער צו דרעשן, ווייל סי'ז שוין א אויסגעדראשענע נושא, [און ס'האלט ביי מפטירין כדאתמול..]

כ'האב עס שוין פריער ערווענט, און איך זאג עס נאכמאל,
דא דרייען זיך גרויסע צילייגער'ס [נישט די ניק...]
אדרבא לאמיר זעהן
כ'וואלט געקענט באשטיין, ווען 'נאר איינער' דא, וואס האט שוין חתונה געמאכט, און אוועק געשיקט זיין פארל אין די מרחקים, זאל אריינקומען דא און אויפהייבן די האנט!!
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג ינואר 14, 2018 8:41 pm

בעלבאטיש האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:פאר דעם יעניגן וועלכער האט מיר געשיקט אין אישי [כ'קען עם עפעס נישט ענפערן באישי, שרייב איך דא]

יא, כ'וואלט זייער געוואלט מען זאל זיך נעמען טוהן זאכליך איבער די נשים חתונה קליידער, עפעס וואס 'קיינער' האט נאך דערווייל נישט בארירט!!
און אויך וואלט איך געקענט באשטיין עס זאל עפעס געטוהן ווערן בנוגע דירות [הגם כ'ווייס אז עס האט נישט קיין לעזונג, מיטן בעסטן ווילן]


די ווערטער זענען שוא ושקר

טויזענטער מענטשן האבן אוועק געמופט פון די שטאט ,דאס הייסט פון וויליאמסבורג און בארא פארק די לעצטע פאר יאר און זיי האבן שיינע גרויסע רחוותדיגע דירות פאר ביליג ,און זיי האבן הרחבת הדעת און דאס לעבן איז זיי גרינגער

מען טוט יא און די וואס ווילן זיך העלפען ווערן געהאלפן

א לעזונג האט נישט קיין שיעור און עס נעמט אסאך צייט

טויזענטער יודן האבן אין פאקט איבער געלאזט די רוישיגע שטאט וויליאמסבורג און בארא פארק פון די קליינע טייערע דירות אין געמופט קיין

מאנסי
גלילות קרית יואל
גלילות מאנסי
קרית יואל
בלומענבורג
לעיקוואד
זשערסי סיטי
סטעטען איילענד
לינדען
מאנטיסעלא
ועוד ידינו נטויה אי"ה

יא יודן וואינען אין שיינע רחבותדיגע הייזער אדער דירות מיט פרייזן וואס מען קען זיך ערלויבן


אזש אז די קליינע לעכער דירות אין וויליאמסבורג און בארא פארק דירות וואס איז געמאכט פאר גוים צו וואינען האבן די דירות פרייזן געטראסקעט

הער אויף מיט דיין נעגעטיוויטי

די זעלבע זאך מיט חתונה תקנות ,טויזענטער יודן שפארן זיך געלט פאר עס וויל

און מעארבעט אויף נאך גרויסע שינוים פארשטייט זיך ווער עס וויל


ביסט 100% גערעכט. אבער דיינע עצות פאלן (ליידער) אויף טויבע אויערן.

יא. דאס איז די איינציגסטע לייזונג, אבער ס׳ארבעט דאך נישט.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 8:44 pm

הער דיך אויף צו פאפן

דער עולם מופט

פארשטייט זיך ווער עס וויל ,די איבריגע האלטן נישט ביים גיין

אלעס פוילע תירוצים

מאנסי איז נישט מאנסי פון 2 יאר צוריק און זיכער נישט פון 4 יאר צוריק

טויזענטער משפחות האבן ארויסגעמופט

עפען אויף דיינע אויגן און קוק ,נישט זע וואס די ווילסט זען

תמים תהיה
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:54 pm

תגובהדורך תמים תהיה » זונטאג ינואר 14, 2018 8:49 pm

איין באשעפער קען עפעס טיהן צום דירות פראבלעם, סאיז בדרך הטבע א סופליי ענד דימענד אישא פונקט וויא יעדע אנדערע זאך, אויב אבער וועט סעקשען 8 כאפן א ריק, אזוי וויא אינזער פרעזידענט פלאנירט, דעמאלטס וועט (ליידער) קומען א ישיעה גדולה וד״ל

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג ינואר 14, 2018 9:25 pm

תמים תהיה האט געשריבן:איין באשעפער קען עפעס טיהן צום דירות פראבלעם, סאיז בדרך הטבע א סופליי ענד דימענד אישא פונקט וויא יעדע אנדערע זאך, אויב אבער וועט סעקשען 8 כאפן א ריק, אזוי וויא אינזער פרעזידענט פלאנירט, דעמאלטס וועט (ליידער) קומען א ישיעה גדולה וד״ל


די באשעפער פון וועם די רעדסט פון האבן געשיקט שליחים

און זיי האבן אויפגעשטעלט נייע שטעט אז ווער עס האט נישט מורא וואס די פיפטע באבעס א טשוואק וועט זאגן
מופט צו די נייע חסידישע ישובים
ווי רענט איז זייער ביליג
ווי למשל
סטעטען איילענד
בלומענבורג
זשערסי סיטי
לעיקוואד
און מאנסי איז אויך היפש ביליגער פון די שטאט

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » זונטאג ינואר 14, 2018 9:34 pm

בעלבאטיש האט געשריבן:הער דיך אויף צו פאפן

דער עולם מופט

פארשטייט זיך ווער עס וויל ,די איבריגע האלטן נישט ביים גיין

אלעס פוילע תירוצים

מאנסי איז נישט מאנסי פון 2 יאר צוריק און זיכער נישט פון 4 יאר צוריק

טויזענטער משפחות האבן ארויסגעמופט

עפען אויף דיינע אויגן און קוק ,נישט זע וואס די ווילסט זען


האלאו:
מ׳רעדט פון שנה ראשונה קאפלעך זאלן ארויסמופן !

אויפשטיין.
שוין געזאגט מודה אני?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: באגלייבט, טשאדעלע באדעלע, ליבלעך, ממה נפשך, קרייסלער און 41 געסט