חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 7:58 pm

איש ציון האט געשריבן:יעדער האט בחירה
מיין שאלה איז זאל מען צושטעלן און געבען אן געלעגנהייט חתונה מאכן ביליג??
איך האף איר פארשטייט אז היינטיגע צייטן איז שוין נישט שייך צו צווינגען סאיז שוין נישט דא דאס פחד םון אמאל אז אפשר גייט מען ארויס ווארפען פון שטאט וכו' סך הכל דערגייט מען אביסל די יארן...
חוץ פון דעם טאמער איינער האלט אז מתנות איז וויכטיג פארוואס זאל מען באגראבען זיין דעה בשעת ווען ער רעדט צו דער זאך, אדער איינער וואס וויל טאנצען רואיג אהן אפרשור פארוואס נישט אדרבה מען איז מרבה במצווה פון שמחת חתן כלה
דהיינו וואס איך מיין צוזאגען תקנות איז א זאך וואס קען ארבעטען ביי א געוויסע סארט ציבור צו די וואס שפירן זיך פארצייטיש אדער צרי עין וכו' אבער נישט פאר גאנץ כלל"י

עס איז זייער נישט קלאר וואס איז ווילט און וואס איר צילט ? אבער מען רעדט אז די עולם שעמט זיך צו מאכן תקנות נאר אז מען צווינגט זיי , צווינגען מיינט אז טאמער ווילסטו חתונה מאכן פאר $7500 אין מיין תקנה זאל ווי א מלך דעמאלס מיזטו פאאלגען אונזערע תקנות פון שידוך שליסן ביזן נאכן לעצטע שבע ברכות, נישט אז ביי אונז וועסטו שפארן אויף דיין חתונה און חתונה מאכן שיין פאר ביליג און די וועד התקנות מיז זיך ספארוואנען צו שאפן געלט אז די חתונות זאלן קענען זיין ביליג און די וועסט ספענדען פאר באווארפן אין א שאל צו עסן 5 אדער 10 אלפים, דאס מיינט צווינגען, אז די ווילסט קענסטו חתונה מאכן אין עטרת אברהם און ספענדען וויפעל די ווילסט

די פאקט איז אז יעדער שעמט זיך פון צווייטען , אז יעדער מאכט עס ווי למשל חסידי מהר"א אין וויליאמסבורג מאכן בר מצוה תקנות שוין איבער 10 יאר שוין געשפארט מיליאנען דאלארן ,יעדער איינער באזונדער מאכט דארט בר מצוה נישט קיין חילוק די מיליאנער אדער ארימאן, סאיז געווארן א סטענדארט און קיינער שעמט זיך נישט ! אין נישט נאר דאס 99.9 ווילן דאס טאמער יעדער מאכט אזוי

אי"ה גייט אזוי זיין ביי חתונה תקנות ביי חסידי סאטמאר מהר"א אין וויליאמסבורג,בארא פארק און קרית יואל פון שידוך שליסן ביזן נאכן לעצטע שבע, איינמאל עס איז דא א זאל אין וויליאמסבורג,בארא פארק שוין ב"ה דא ,עס גייט נעמען אפאר יאר אז עס גייט זיין סטענדארט אבער עס וועט אנקומען די טאג , און ווער עס וויל נישט מוז נישט , מען צווינגט נישט קיינעם אבער סוף פסוק גייט כמעט יעדער עס טין וועגן דער עולם ווארט דערויף נאר מען וויל אז יעדער זאל אזוי טין
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 8:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 02, 2019 7:59 pm

זופ מיט קניידל האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען דארף יעצט בכלל גיין מער ווי עס איז,
די אולם עקשטיין איז גאר גוט און שטייט גאר גוט, די אלע פלענער פון גיין אויף א ראדיקאל ביליגע סטאנדארט קען זיך אויסלאזן זייער שלעכט,
עס איז שוין יעצט גאר שלעכט, מ'האלט נישט דארט ווי די אריגי'נעל תקנות האט אינז געדארפט פירן, וואס קען זיין ערגער?
אראפברענגען א סטאנדארט קענסטו נאר ווען דער מענטש דארף נישט פילן ווי ער האט עפעס ווייניגער, ער האט א זאל - טאקע ביליג, ער האט א שטריימל - טאקע ביליג, א.א.וו. אלעס קען מען האבן אבער מען מוז נישט איבערצאלן,
טויזענטער אידן זענען מחולק מיט אייך, די וואלן איבער די איבערגעמאכטע תקנות האט קלאר געוויזן אז מענטשן ווילן דירעקט יא מ'זאל שניידן פון די אייטעמס וואס ס'ווערט היינט צוטאגס צוגעשטעלט, ווייל די איצטיגע מהלך האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן ביזדערווייל.
גיין און אוועקנעמען און עס מאכן נוסח ר' יואל ראטה, קען זיין סוועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן אבער נישט אזוי ברענגט מען אראפ א סטאנדארט, ווער זאגט? די ציהל פון די חתונה תקנות איז נישט צו זיין יוניק און אז יעדער זאל שמועסן אז ביי אונז איז נישט דא קיין פעיר פרעשור וכדו' ווער זאגט ? די ציהל איז אז יעדער זאל קענען חתונה מאכן רואיג און אויף א שיינעם פארנעם, דער מהלך האט נישט גע'ארבעט, און זיך איינרדן אז ס'גייט זיך עפעס טוישן אויף דעם מהלך איז ככלב שב על קיאו.
די עסקנים זאגן אז די שטריימל תקנה איז גאר א גרויסער סוקסעס און זיי זענען עס תולה אין דעם אז דער חתן שפירט שוין היינט נישט אז ער גיבט אויף צופיל,
ווילאנג ער דארף אוועקרייסן פון זיך, מעג עס האבן א לאגישע הסבר, דאס הייסט נישט סטאנדארט,

איר זענט סטאק אין 'סטאנדארט', פארגעסט דערפון, די היינטיגע זדשענערעשאן האט קלאר געלאזט וויסן אינז דארף מיר נישט קיין ארויפגעצווינגענע סטאנדארט וואס די איינציגסטע וואס האבן ריווח דערפון זענען די חתונה מאללס וכדו'. מיר ווילן האבן די פריוויליגיע צו 'חתונה מאכן' לויט אינזער בוזדשעט און נישט לויט'ן ארויפגעצווינגענע סטאנדארט.

גאר גוט, אבער כפי הנראה וואוינסטו נישט אין קרית יואל,
זייענדיג פערזענליך נאנט מיט עטליכע פון די עסקנים פון די חתונה תקנות, און אליינס געווען אינוואלווד פאר א שטיק צייט, זאג איך דיר אז דו ביסט זיך טועה,
-אולם עקשטיין איז גאר גוט און מען איז זייער צופרידן, און די זעלבע איז מיט די שטריימל תקנה,
-קיין איינס פון די צוויי איז נישט קיין אינקאם פאר די קאמיטע (נישט ווא איך מיין, איך ווייס),
-די אריגינעלע תקנות איז א ליסטע מיט זאכן וואס קענען בעסער ווערן, און דער פלאן איז קיינמאל נישט געווען אלעס דורכצופירן, נאר זעהן וואס דער עולם וויל ווייל מען איז דא פארן עולם, און נישט ארויפצוצווינגען א סטאנדארט, (אט דאס קען דיר העלפן פארשטיין פארוואס מען שניידט נישט דערווייל קיין אייטעםס, ודו"ק)
-אין קרית יואל איז היינט העכסט נארמאל חתונה צו מאכן אויף א גאר ביליגן סטאנדארט און אויך ביי די שטריימלעך זעהט מען קלאר אז די חתנים וואס האבן טייערע שטריימלעך שעמען זיך פשוט אריינצוקומען אין ביהמ"ד דערמיט, (פרעג דיך נאך)
-אמת אז אין וויליאמסבורג איז עס נישט אזוי, דער סיבה איז אבער די פעיר פרעשור, און נאר דאס איז דער סיבה, (מהאמיר דאס דן געווען בכוסד ראש עטליכע מאל שוין)
-ס"ה - די קרית יואלע ציבור שטייט זייער גוט מיט די תקנות, און היינט איז אולם עקשטיין א סטענדערט חתונה זאל, משא"כ די וומ"ס אידן מוטשען זיך נאך און דער עצה דערצו איז טון וואס מען האט געטון אראפצורייסן די סטאנדארט אין קרית יואל (אויך שווער געווען) נאר עס איז פיל שווערער צוליב כמה סיבות,
די איידיע אויף וואס חתונה תקנות איז געבויעט האט זיך אבער נישט געטוישט און ווער עס וויל גיין ראדיקאל מעג, אבער אויב לייגט מען דאס אריין אין תקנות ברענגסטו מיט דעם אראפ די גאנצע איידיע פון די תקנות,

קען נישט מער ווי מסכים זיין מיט זיינע ווערטער, איינס פון די נייטמערס פון א קרית יואל'ן יונגעמאן א ערווערעזש פארדינער, איז וואס טוה איך מיין זון'ס באשערטער איז אין וומסב"ג, די הוצאות זענען ממש דאפלט, די זאל איז איין גרויסע חתיכה, ועוד ועוד, געהערט פון כמה וכמה מענטשן
קרית יואל מצד די חתונה נאכט האט צוגעשטעלט דאס שענסטע און בעסטע וואס מען קען, און פאר די ביליגסטע! וואו ס'איז נאך דא א וועג צו גיין איז נאר ביי די זייטיגע זאכן וואס האט נישט מיט די חתונה נאכט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 02, 2019 8:02 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:איה"נ ר' יואל'ס מהלך איז עקסטרים אין הלואי מען זאל נעמען דעם שטארקייט
אבער איך האב א געדאנק וואס מען דארף קענען אויספירן פאר מען רעדט וויאזוי איז מיר אינטערסאנט דעת הקהל אויף דעם עצם געדאנק
דהיינו אז מען זאל בויען זאלן וואס זאל נאר קאסטען אזויפיל וויפיל עס קאסט די ארבעטעס צו צוגרייטן און אויפרוימען און די עלעקטריק
די מציאות איז סאיז שוין דא אזא גרויסע בר-מצוה זאל אין ביתר וואס בעט אויף די זאל בערך 150 שקל (בערך 35 דאללער) וואס איינער האט מנדב געווען פאר דעם צוועק
ס'ברויך נישט זיין די שענסטע זאל אבער אויך נישט דעם ארגסטע

מען פארגעסט אז די חתונה נאכט איז נאר א קליין חלק פון די איבערגעטריבענע עקספענסעס, ר יואל ראטה איז געגאנגען עקסטרים פון ספענדען 5 אדער 60 טויזענט פאר איין צד צו חתונה מאכן קאסט עס בערך 15 אלפים א צד פון די ווארט ביז נאך די גאנצע שבע ברכות

מיטן מאכן די חתונה נאכט ביליגער ווי ביז היינט עיין ערך פרדס צבי /פיגא אן קיין תקנות ארום און ארום האט עס ארויפגעשאסן די סטענדארט ביי אנדערע זאכן און חתונה מאכן קאסט מער ווי פארדעם, וועגן דעם ארבעט מען ביטער שווער צי מאכן חתונה תקנות פון שידוך שליסן ביזן נאכן לעצטע שבע ברכות

למשל עס איז דא א זאל וואס האט זיך עדווערטייזט אפאר וואכן צוריק אין וויליאמסבורג פאר א תנאים פעקעזש פאר בלויז $3999 ! ממש שפאט ביליג, געזען אין בהמ"ד היינט 3 תנאים'ס וואס גייען פארקומען דארט די וואך , אלע 3 גייען לכאורה חתונה מאכן אין פרדס צבי/פיגא אדער אנדערע ביליגע זאלן, סא מה הועילו חכמים בתקנתן

וועגן דעם איז נישט דא קיין ברירה און מענטשן אליינס זאגן עס אויך אז די צווינגעסט מיך צומאכן תקנות פון ברעכן טעלער ביז נאך שבע ברכות דעמאלס וועל איך מיטגיין , וועגן דעם דארף מען עס מאכן ווי אין קינדערגארטען און מען ברויך מאכן תקנות און נישט נאר די זאל

אין תש19 קען מען נישט צווינגען, מען דארף האבן שכל, אפגערעדט אז אין קרית יואל קענסטו האבן א תנאים פאר 700 דאלער, נאר אפילו אין וומס"ב איז אויך דא מנוחה ושמחה, שמח תשמח? (עקזעסטירט נאך, כ'האב נישט קיין אנונג) אז דו ווילסט זיך אויפרייסן איז קיינער נישט שולדיג, אפשר דארף מען מאכן תקנות מען זאל נישט מאכן א וואך נאכט פאר 5000 דאלער? ווי גערעדט אין א אנדערע אשכול, שכל קען מען נישט געבן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 8:08 pm

ווי געשמועסט די חתונה זאל 7500 און תנאים 700 איז איין חלק

עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס קאסטן שווערע אלפים אין גארביזש , און ווי מער מען שפארט אויף איין מקום קומט ארויף עקספענסעס פון ערגעץ אנדערש, טאמער איז דא תקנות אז טאמער ווילסטו מיין ביליגע זאל מיזטו פאלגען אלעס פון א ביז ת

איך מיט דיר אז א שיין חלק אין קרית יואל חסידי מהר"א שפארן שוין יעצט שווערע געלטער , אבער פון די אנדערע זייט איז נאך דא גענוג וואס נישט און מען ספענדט אין די וועלט אריין אויף אנדערע זאכן און די מעין פוינט איז וואס די היסטארי ווייזט אז די מיזט מאכן תקנות וועגן יעדע שטיק צייט שפרצו ארויס פרישע נייע סטיילס ווי כלות ספענדען פאר שוואיל טאג

אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין מעג די בעל בתים פון די זאל פארלאנגען אז טאמער ווילסטו מיין ביליגע זאל ווי למשל כינור דוד און די תנאים זאל אויף איהעל אז די מיזט פאלגען אלע תקנות צוגלייך , עס איז נישט א שטראף נאר נישט מבייש צו זיין די מענטשן וואס האבן ליידער נישט קיין אייגענע שכל
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 8:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איש ציון
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:14 pm

תגובהדורך איש ציון » זונטאג יוני 02, 2019 8:13 pm

פאר דער וואס ווייסט נישט סאיז דא אידען וואס מאכן די תנאים אין שטוב סך הכל בזכות זה שטיפען נישט מענטשען די צייט אזו סאך מען עסט מען ווינטשט שמועסט אין מען גייט איך רעד פון תנאים'ס וואס 100'ער אויב נישט אן אלף האבען זיך משתתף געוועזען
אשרי להם

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 10:22 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:ווי געשמועסט די חתונה זאל 7500 און תנאים 700 איז איין חלק

עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס קאסטן שווערע אלפים אין גארביזש , און ווי מער מען שפארט אויף איין מקום קומט ארויף עקספענסעס פון ערגעץ אנדערש, טאמער איז דא תקנות אז טאמער ווילסטו מיין ביליגע זאל מיזטו פאלגען אלעס פון א ביז ת

איך מיט דיר אז א שיין חלק אין קרית יואל חסידי מהר"א שפארן שוין יעצט שווערע געלטער , אבער פון די אנדערע זייט איז נאך דא גענוג וואס נישט און מען ספענדט אין די וועלט אריין אויף אנדערע זאכן און די מעין פוינט איז וואס די היסטארי ווייזט אז די מיזט מאכן תקנות וועגן יעדע שטיק צייט שפרצו ארויס פרישע נייע סטיילס ווי כלות ספענדען פאר שוואיל טאג

אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין מעג די בעל בתים פון די זאל פארלאנגען אז טאמער ווילסטו מיין ביליגע זאל ווי למשל כינור דוד און די תנאים זאל אויף איהעל אז די מיזט פאלגען אלע תקנות צוגלייך , עס איז נישט א שטראף נאר נישט מבייש צו זיין די מענטשן וואס האבן ליידער נישט קיין אייגענע שכל

נעמסטו ווייטער אוועק פון די מהלך פון די תקנות,
די איידיע איז אז מען צווינגט נישט קיינעם גארנישט,
מען האט אראפגעברענגט גוטע בעלי דרשנים צו די בחורים רעדן וועגן די שטריימלעך, און מצד די בחורים אליינס איז עס געווארן א תקנה, (אמת אבני חסד צאלט נאר די שטריימל ווען מען נעמט א תקנות שטריימל, דאס איז אבער נישט קיין רעסטריקשן נאר לאגיש אז אויב ספענדסטו זיבן אלפים פאר א שטריימל דארפסטו נישט קיין הילף) עס איז געווען א פלאן צו מאכן אז א חתן מיט א טייערע שטריימל זאל נישט מעגן עולה זיין ביים רבין (א זאך וואס מאכט סענס מצד דעם אז דער רבי אליינס פארלאנגט עס כסדר) אבער דאס וואלט אויך געמאכט די תקנה זאל פארלירן די ווערד,
ארויסגעשטעלט האט זיך אז די בחורים אליינס האבן דאס דורכגעפירט און צוליב דעם איז עס היינט אזוי שטארק!
די זעלבע איז ביי ברעיסלעטס און ביי נאך אסאך זאכן,
דאס איז די גלאנץ פון די תקנות אין קרית יואל, קיינער קוקט דיך נישט אן לאו סטענדער ווען דו מאכסט תנאים ביים רבין און ווען דו מאכסט חתונה אין אולם עקשטיין!

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג יוני 03, 2019 1:06 pm

מי יודע האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען דארף יעצט בכלל גיין מער ווי עס איז,
די אולם עקשטיין איז גאר גוט און שטייט גאר גוט, די אלע פלענער פון גיין אויף א ראדיקאל ביליגע סטאנדארט קען זיך אויסלאזן זייער שלעכט,
עס איז שוין יעצט גאר שלעכט, מ'האלט נישט דארט ווי די אריגי'נעל תקנות האט אינז געדארפט פירן, וואס קען זיין ערגער?
אראפברענגען א סטאנדארט קענסטו נאר ווען דער מענטש דארף נישט פילן ווי ער האט עפעס ווייניגער, ער האט א זאל - טאקע ביליג, ער האט א שטריימל - טאקע ביליג, א.א.וו. אלעס קען מען האבן אבער מען מוז נישט איבערצאלן,
טויזענטער אידן זענען מחולק מיט אייך, די וואלן איבער די איבערגעמאכטע תקנות האט קלאר געוויזן אז מענטשן ווילן דירעקט יא מ'זאל שניידן פון די אייטעמס וואס ס'ווערט היינט צוטאגס צוגעשטעלט, ווייל די איצטיגע מהלך האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן ביזדערווייל.
גיין און אוועקנעמען און עס מאכן נוסח ר' יואל ראטה, קען זיין סוועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן אבער נישט אזוי ברענגט מען אראפ א סטאנדארט, ווער זאגט? די ציהל פון די חתונה תקנות איז נישט צו זיין יוניק און אז יעדער זאל שמועסן אז ביי אונז איז נישט דא קיין פעיר פרעשור וכדו' ווער זאגט ? די ציהל איז אז יעדער זאל קענען חתונה מאכן רואיג און אויף א שיינעם פארנעם, דער מהלך האט נישט גע'ארבעט, און זיך איינרדן אז ס'גייט זיך עפעס טוישן אויף דעם מהלך איז ככלב שב על קיאו.
די עסקנים זאגן אז די שטריימל תקנה איז גאר א גרויסער סוקסעס און זיי זענען עס תולה אין דעם אז דער חתן שפירט שוין היינט נישט אז ער גיבט אויף צופיל,
ווילאנג ער דארף אוועקרייסן פון זיך, מעג עס האבן א לאגישע הסבר, דאס הייסט נישט סטאנדארט,

איר זענט סטאק אין 'סטאנדארט', פארגעסט דערפון, די היינטיגע זדשענערעשאן האט קלאר געלאזט וויסן אינז דארף מיר נישט קיין ארויפגעצווינגענע סטאנדארט וואס די איינציגסטע וואס האבן ריווח דערפון זענען די חתונה מאללס וכדו'. מיר ווילן האבן די פריוויליגיע צו 'חתונה מאכן' לויט אינזער בוזדשעט און נישט לויט'ן ארויפגעצווינגענע סטאנדארט.

גאר גוט, אבער כפי הנראה וואוינסטו נישט אין קרית יואל,
זייענדיג פערזענליך נאנט מיט עטליכע פון די עסקנים פון די חתונה תקנות, און אליינס געווען אינוואלווד פאר א שטיק צייט, זאג איך דיר אז דו ביסט זיך טועה,
-אולם עקשטיין איז גאר גוט און מען איז זייער צופרידן, און די זעלבע איז מיט די שטריימל תקנה,
-קיין איינס פון די צוויי איז נישט קיין אינקאם פאר די קאמיטע (נישט ווא איך מיין, איך ווייס),
-די אריגינעלע תקנות איז א ליסטע מיט זאכן וואס קענען בעסער ווערן, און דער פלאן איז קיינמאל נישט געווען אלעס דורכצופירן, נאר זעהן וואס דער עולם וויל ווייל מען איז דא פארן עולם, און נישט ארויפצוצווינגען א סטאנדארט, (אט דאס קען דיר העלפן פארשטיין פארוואס מען שניידט נישט דערווייל קיין אייטעםס, ודו"ק)
-אין קרית יואל איז היינט העכסט נארמאל חתונה צו מאכן אויף א גאר ביליגן סטאנדארט און אויך ביי די שטריימלעך זעהט מען קלאר אז די חתנים וואס האבן טייערע שטריימלעך שעמען זיך פשוט אריינצוקומען אין ביהמ"ד דערמיט, (פרעג דיך נאך)
-אמת אז אין וויליאמסבורג איז עס נישט אזוי, דער סיבה איז אבער די פעיר פרעשור, און נאר דאס איז דער סיבה, (מהאמיר דאס דן געווען בכוסד ראש עטליכע מאל שוין)
-ס"ה - די קרית יואלע ציבור שטייט זייער גוט מיט די תקנות, און היינט איז אולם עקשטיין א סטענדערט חתונה זאל, משא"כ די וומ"ס אידן מוטשען זיך נאך און דער עצה דערצו איז טון וואס מען האט געטון אראפצורייסן די סטאנדארט אין קרית יואל (אויך שווער געווען) נאר עס איז פיל שווערער צוליב כמה סיבות,
די איידיע אויף וואס חתונה תקנות איז געבויעט האט זיך אבער נישט געטוישט און ווער עס וויל גיין ראדיקאל מעג, אבער אויב לייגט מען דאס אריין אין תקנות ברענגסטו מיט דעם אראפ די גאנצע איידיע פון די תקנות,

קען נישט מער ווי מסכים זיין מיט זיינע ווערטער, איינס פון די נייטמערס פון א קרית יואל'ן יונגעמאן א ערווערעזש פארדינער, איז וואס טוה איך מיין זון'ס באשערטער איז אין וומסב"ג, די הוצאות זענען ממש דאפלט, די זאל איז איין גרויסע חתיכה, ועוד ועוד, געהערט פון כמה וכמה מענטשן
קרית יואל מצד די חתונה נאכט האט צוגעשטעלט דאס שענסטע און בעסטע וואס מען קען, און פאר די ביליגסטע! וואו ס'איז נאך דא א וועג צו גיין איז נאר ביי די זייטיגע זאכן וואס האט נישט מיט די חתונה נאכט
;l;p-

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך יוני 12, 2019 11:40 am

אזויווי עס שטעלט זיך ארויס איז פאראן צוויי סארטן ביים עולם, איינס די וועלכע ווילן די תקנות ווי שטערקער, זיי קוקן גאר שטארק ארויס און האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, און פון די אנדערע זייט איז פאראן מאנכע באלעבאטישע פאר וועמען תקנות איז א בושה... און עס איז שווער אין ראם פון ממש איין באלאנסירטע סעט תקנות צו אפעלירן צו די צוויי סארטן, וואלט איך מציע געווען צו צעטיילן די תקנות אין צוויי סארט סטאנדארטן.

אזוינס וועט ממש זיין א ישועה פארן ברייטן מיטל-קלאס, וואס וועלן קענען אפשמועסן מיט די מחותנים ביים שידוך שליסן, אז מען גייט גיין מיט די תקנות שלב ב'. מצוה טאנץ וועט נעמען 20 מינוט. JD סיסטעם. נישט קויפן פוירניטשער (עטליסט נישט חלק פון פעקעדזש). מאקסימום פרייז פאר חתן כלה מתנות. נישט מאכן שבע ברכות יעדע נאכט. א.א.וו.

איי נישט יעדער וויל אזעלכע דראסטישע תקנות, פיין. פאר אזעלכע בלייבט נאך אלס איבער די אפציע פון תקנות שלב א'.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך יוני 12, 2019 12:27 pm

ס'גוט און געשמאק צו רעדן ביז עס קומט למעשה...
אלזא: זאל זיין א גוטע פאר נחשונים וואס וועלן אזוי טוהן דעמאלטס וועט מען קענען גיין ווייטער

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך יוני 12, 2019 10:35 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:אזויווי עס שטעלט זיך ארויס איז פאראן צוויי סארטן ביים עולם, איינס די וועלכע ווילן די תקנות ווי שטערקער, זיי קוקן גאר שטארק ארויס און האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, און פון די אנדערע זייט איז פאראן מאנכע באלעבאטישע פאר וועמען תקנות איז א בושה... און עס איז שווער אין ראם פון ממש איין באלאנסירטע סעט תקנות צו אפעלירן צו די צוויי סארטן, וואלט איך מציע געווען צו צעטיילן די תקנות אין צוויי סארט סטאנדארטן.

אזוינס וועט ממש זיין א ישועה פארן ברייטן מיטל-קלאס, וואס וועלן קענען אפשמועסן מיט די מחותנים ביים שידוך שליסן, אז מען גייט גיין מיט די תקנות שלב ב'. מצוה טאנץ וועט נעמען 20 מינוט. JD סיסטעם. נישט קויפן פוירניטשער (עטליסט נישט חלק פון פעקעדזש). מאקסימום פרייז פאר חתן כלה מתנות. נישט מאכן שבע ברכות יעדע נאכט. א.א.וו.

איי נישט יעדער וויל אזעלכע דראסטישע תקנות, פיין. פאר אזעלכע בלייבט נאך אלס איבער די אפציע פון תקנות שלב א'.

אין קרית יואל איז דא צוויי זאלן, ממש מכוון געווען לדבריך,
אגב, אויסשטעלן ממש אזוי איז לכאורה נישט קיין אפשען, ווייל אויב הייסט עס אפיציעל צוויי שלבים פאלסטו צוריק אריין אינעם פראבלעם פון פעיר פרעשור

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:19 am

New Hall Opening in Boro Park, Promises Chasunas for ‘Under $10,000$. https://www.boropark24.com/new-hall-ope ... der-10000/
צוגעלייגטע
Screenshot_20190620-110306_WhatsApp-810x1665.jpg
Screenshot_20190620-110306_WhatsApp-810x1665.jpg (280.19 KiB) געזעהן 1258 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:12 pm

דאס מיינט 5000 א צד?
דאס הייסט ביליג?

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:17 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:דאס מיינט 5000 א צד?
דאס הייסט ביליג?

עס מיינט ווייניגער ווי 5000 א צד ...עס שטייט אינטער צען טויזענט
אדרבה האסט ערגעץ ביליגער ?

די פרייז איז נאכנישט פולי סעט
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:21 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:19 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:דאס מיינט 5000 א צד?
דאס הייסט ביליג?


ניין, עס הייסט טייער, ביליג הייסט 7000 פלאס א צד, וואס איז כהיום יום די בילגיסטע אין ברוקלין, און אין עווריטיש איז איבער 10000 א צד שוין שפארזאם.

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:34 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:דאס מיינט 5000 א צד?
דאס הייסט ביליג?


ניין, עס הייסט טייער, ביליג הייסט 7000 פלאס א צד, וואס איז כהיום יום די בילגיסטע אין ברוקלין, און אין עווריטיש איז איבער 10000 א צד שוין שפארזאם.

מ'רעדט פון בערך 9 אלפים הכל בכול מכול
פיר א האלב אלפים איין צד
מ'דארף אין אכט נעמען אז אין בארא פארק איז דא זאכן וואס איז א מוז אין די פעקעדזש אנדערשט ווי אין וומ"ס-קר"י
לדוגמא א פאטאגראפירער ביים טאנצן וכדו', וואס דאס הייבט אטומאטיש די קאסטן פונם פעקעדזש
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11138
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:01 pm

וויפיל חתונות האלט איך מיט אין כנור דוד פאר 3750 א צד און א גוטע 25 פארציאנען גייען אין מיסט
ווידעראוים אין בית רחל פארדייס קאסט 4500 א צד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:04 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:וויפיל חתונות האלט איך מיט אין כנור דוד פאר 3750 א צד און א גוטע 25 פארציאנען גייען אין מיסט
ווידעראוים אין בית רחל פארדייס קאסט 4500 א צד

ווען האסטו די לעצטע מאל געשטעקט פרייז אין פאראדייס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:07 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:וויפיל חתונות האלט איך מיט אין כנור דוד פאר 3750 א צד און א גוטע 25 פארציאנען גייען אין מיסט
ווידעראוים אין בית רחל פארדייס קאסט 4500 א צד

סא די זאל אין בארא פארק גייט זיין 4500 א צד בערך ,נאכנישט זיכער די פרייז

און פאראדייס קאסט די ביליגסטע היינט צוטאגס בערך 7000 א צד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:45 pm

די קרי"ל'ע האבן קיין אהנונג וויפיל ס'קאסט היינט א חתונה אין רוב זאלן אין ברוקלין.

פרעגט נאר א ידיד וואס האט חתונה געמאכט קיין ברוקלין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:51 pm

farshlufen האט געשריבן:די קרי"ל'ע האבן קיין אהנונג וויפיל ס'קאסט היינט א חתונה אין רוב זאלן אין ברוקלין.

פרעגט נאר א ידיד וואס האט חתונה געמאכט קיין ברוקלין.

צו וויסן וויפיל ס'קאסט א חתונה אין וומס"ב דארף מען נישט וואוינען קיין וומס"ב, און די זעלבע קרית יואל, מ'איז זיך נאך משדך איינער מיטן צווייטן....
ועוד ווייסט מען שוין גאר גוט, כמעט יעדע געשוויסטער אדער חבר וואס מאכט דארט חתונה דערמאנט אונז נאכאמאל ווען מען שטעלט זיי צאם געלד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

022950
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 10:53 pm

תגובהדורך 022950 » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:01 pm

וואס טוט זיך מיט די זאל און וויליאמסבורג?

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:34 pm

שמועות. אז מנוחת הנפש חתונה דיפא( אינטער די נייע בעה'ב)גייט ארויס קימען מיט א ביליגע סטענדארט
אויב איינער ווייסט מער זאל אריינקומען

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:41 pm

עס איז אפגעקויפט געווארען דורך הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין עס איז געווען א שיינע עד און דער שבועות בלאט פון די קהילה לכבודו
עס הייסט אז מען גייט דארט מאכן א שינו לטובה
אז עס שטימט איז דאך גוט, אז נישט וועט מען עס מאכן שטימען

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:44 pm

בבל, ס'איז אמת אז מ'רעדט דערפון
כ'גלייב נישט אז ס'וועט זיין פאר עטליכע חדשים אבער מ'קען נישט וויסן
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

בבל
שר האלף
תגובות: 1784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:48 pm

ב''ה.
סאיז אומפארשטענדלך אז עס איז נישט געווען אזא אפשאן ביז יעצט,
איך גלייב אז נאך מאלס וועלן עס נאכמאכן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט