חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן
אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג מאי 14, 2018 6:51 am

צולייגער האט געשריבן:פער צד איז די איטאליענע פורניטשער אונטער זעקס טויזענט טאלער.

און פון די זעקס אלפים איז ער נאך שארט צוואנציג אלפים...
דאס איז די מאלל חורבן. ווען זיי פארקויפן אז עס איז נאר האלב די פרייז אלע פראדוקטן. עס איז נאר אזויפיל וויפיל אונז זאג מיר, נישט וויפיל מען רעדט אייך איין.
צ.ב.ש. טאקע די מעבל. עס איז טאקע צוועלף, אבער פאר אייער זייט איז עס נאר האלב. גאט אין הימל, פון וואו נעם איך די האלב?!?!?! איך האב נישט קיין געלט נאך פון פאר די האלב פון וואס דו רעדסט!
בוי זיך זעלבסט

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מאנטאג מאי 14, 2018 9:56 am

פארוואס גייט מען נישט מיט אייקיע בעד רום פורנישטער ???
אדער זאל מען מאכן עפעס אינצווישען
דייניג רום האבן שוין עיטערוועי א גרויס חלק אראפגענומען מדעת עצמו צוליב מקום אין די דירה, מקויפט אנשטאץ א גוטע קאוטש,
די דשולרי/שטריימעל וואלט געווען מיין אפנינען נישט אנצורירען אויפן מינוט ווייל דאס איז אזאך וואס מבלייבט אויף 20/30 יאר
ענדערטש נעם דיך קודם אויף חתנה קליידער וואס דא וואלט מען פארשפארט ארום 10 טויזענט וואס דאס איז דאך טאקע אויף 1 נאכט
אין די צווייטע גרעסטע עקספענס וואס ס׳בלייבט פון גארנישט איבער איז תנאים נאכט $5000/$8000 יעדע שבע ברכות נאך $2000
שבת שבע ברכות, באווארפן קידוש, דא ליגט אלעס באגראבען
וואס באמת ווען משטאפירט ווען אויס אלע תלמוד תורה׳ס מיידל סקולס (וואס די עולם האט גיגעבן נדבות ווען מהאט עס געבויעט)
מיט אזאלכע קליינע זאלן וואס מקען נישט אריינברענגען מער ווי 10/15 קאפל פאר קליינע שבע ברכות אינמיטען וואך פאר $500/$750 אין שבת 20 קאפל פאר $1500 וואס באמת די עסן קען ווערן געקאכט ביי די סאטמארע בוטשער אין די עסן זאל זיין סעלוו סערוויעס, דעמאלטס וואלט מען פארשפארט גרויסע געלטער.
לסיים מיין אפנינען איך ווארט שוין קוים צו הערן ווען פרדס פיגא/וצבי וועט איינפירן מקען נישט קומען מיט טייערע קליידער.
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מאנטאג מאי 14, 2018 3:59 pm

שטייגען האט געשריבן:די דשולרי/שטריימעל וואלט געווען מיין אפנינען נישט אנצורירען אויפן מינוט ווייל דאס איז אזאך וואס מבלייבט אויף 20/30 יאר

הא תינח בדאיכא, אבער אויב דארף מען דאס צוזאםשטעלן פון אנדערע דאן איז די סברא נישט גילטיג


תנאים נאכט $5000/$8000
ביי צד מהר"א מאכט מען שוין לאנג נישט קיין גרויסע תנאים'ס, עס ווערט צוגעשטעלט ביים רבי'ן אינדערהיים פאר שפאט ביליג, און אין וומסב"ג אין מנוחה ושמחה אויך פאר ביליג

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג מאי 14, 2018 4:32 pm

פ' לך לך האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:די דשולרי/שטריימעל וואלט געווען מיין אפנינען נישט אנצורירען אויפן מינוט ווייל דאס איז אזאך וואס מבלייבט אויף 20/30 יאר

הא תינח בדאיכא, אבער אויב דארף מען דאס צוזאםשטעלן פון אנדערע דאן איז די סברא נישט גילטיג


תנאים נאכט $5000/$8000
ביי צד מהר"א מאכט מען שוין לאנג נישט קיין גרויסע תנאים'ס, עס ווערט צוגעשטעלט ביים רבי'ן אינדערהיים פאר שפאט ביליג, און אין וומסב"ג אין מנוחה ושמחה אויך פאר ביליג

ועוד יש לומר: אויב האלט עס לאנגע יארן, קויף דיר עס פון דיין אייגען געלט 5 יאר נאך די חתונה נישט ארויפווארפען אויף די עלטערן
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 14, 2018 5:11 pm

הלוואי וואלט יעדער געמאכט תנאים לויט די תקנות, עס ברויך שוין היינט א שטארקע אויפפרישונג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג מאי 15, 2018 10:32 am

צל עובר האט געשריבן:הלוואי וואלט יעדער געמאכט תנאים לויט די תקנות, עס ברויך שוין היינט א שטארקע אויפפרישונג.

סאיז נאכנישט קיין בושה צו מאכן ביים רבי'ן און ווער סהאט שכל און וויל זיך שפארן מאכט עס דארט, ווער סוויל ספענדן זאל ספענדן געזונטערהייט ער זאל מיך אבער נישט בעטן קיין צדקה
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג מאי 15, 2018 12:23 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:הלוואי וואלט יעדער געמאכט תנאים לויט די תקנות, עס ברויך שוין היינט א שטארקע אויפפרישונג.

סאיז נאכנישט קיין בושה צו מאכן ביים רבי'ן און ווער סהאט שכל און וויל זיך שפארן מאכט עס דארט, ווער סוויל ספענדן זאל ספענדן געזונטערהייט ער זאל מיך אבער נישט בעטן קיין צדקה

און וואס איז אויב וואוינט ער נישט אין קרית יואל? אדער אנדערע חסידות
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 15, 2018 12:49 pm

אין וומ"ס איז דא צוויי ביליגע זאלן צו מאכן תנאים'ס מנוחה ושמחה (מהר"א) און שמח תשמח (מהרי"י) ביידע גאר גוט אהערגעשטעלט

אין בארא פארק מיין איך איז אויך דא עפעס א ביליגע זמחה זאל פאר תנאים'ס
זוכט איר דוי?

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג מאי 15, 2018 2:01 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:הלוואי וואלט יעדער געמאכט תנאים לויט די תקנות, עס ברויך שוין היינט א שטארקע אויפפרישונג.

סאיז נאכנישט קיין בושה צו מאכן ביים רבי'ן און ווער סהאט שכל און וויל זיך שפארן מאכט עס דארט, ווער סוויל ספענדן זאל ספענדן געזונטערהייט ער זאל מיך אבער נישט בעטן קיין צדקה

און וואס איז אויב וואוינט ער נישט אין קרית יואל? אדער אנדערע חסידות

די נאמען פון די קעפל איז חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)
בד"וו ווי האלטן די תקנות ביי אנדערע חסידות?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג מאי 15, 2018 4:46 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:לענ״ד הייבט זיך אלעס אן ביי די פורטינשער

• עס איז די גרעסטע איבריגע עקספענס
• מען האט באמת גארנישט דערפון
• כדי צו קענען זיך נעמען צו די קלענערע הוצאות וואו קלייד ער א.ד.ג. מיז מען קודם מאכן א באמבע רעוועלאציע ביי איינע פון די גרעסערע הוצאות אלס מתחיל , כדי די עולם זאל זעהן אז סקומט major changes
• די פוארניטשור איז א זאך וואס געהערט צו ביידע זייטן ( מענער/ווייבער) סו סגרינגער אנצוהייבן מיט אזא זאך וואו ביידע זענען מוותר
• עס איז דא א עכטע alternative אזוי וואו IKEA וכדומה
נו פארוואס נישט?
אה פשוט, די פורניטשור סטורס און חתונה malls גייען מאכן אזא ויצעקו אז די הארץ פון די עסקנים העלן צעגיין..

לעניית דעתי דארף מען צוטיילן די הוצאות צווישן די עלטערן און די קינדער

צ.ב.ש.
פערנוטשער איז א זאך וואס מען דארף לאזן אויף די קינדער.. אז זיי וועלן האבן געלט צו קויפן טייער פערנוטשער.. כל הכבוד.. מחותנים דארפן נישט קויפן פערנויטשער.
(איך רעדט אויך פון בעדרום פערניטשער.. פארשטייט זיך אז די בעט, מאטראצען זאל מען יא קויפן..)

אזוי אויך דארף מען זיך שטעלן אויף די ''קליידער הוצאות'' וואס איז א חיי שעה... אוון מען דארף עס נאר ווייל עס איז א סטאנדארט... גארנישט מיטן מציאות...

---------------
אז מען קען דידאקטען:

1) פערנויטשער $11,000
2)משפחה קליידער $4000
3) טייערע מתנות $5000

וואס זענען אומנויטיג

קען מען שפארן $20,000 ''פער צד''


יא און יא!!!
לעצט פאראכטן דורך א. טראכטער אום דינסטאג מאי 15, 2018 9:51 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

משה בינג
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 3:48 pm

תגובהדורך משה בינג » דינסטאג מאי 15, 2018 5:23 pm

האבּעך גערעדט מיט איינער פין די גרויסע עסקנים נעכטן
מען האלט פעסט אינמיטן מסדר זיין ביליגע פוירניטשער פין טשיינע
מיט די פלאן אז די מאלל׳ס זאלן עס שטיפן

אפענע וועלט
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » דינסטאג מאי 15, 2018 5:41 pm

משה בינג האט געשריבן:האבּעך גערעדט מיט איינער פין די גרויסע עסקנים נעכטן
מען האלט פעסט אינמיטן מסדר זיין ביליגע פוירניטשער פין טשיינע
מיט די פלאן אז די מאלל׳ס זאלן עס שטיפן


מרא דאברהם !!!
ווער דארף מסדר זיין?
ווער דארף מזאל שטופן?
אייקיע איז אפען און פארקויפט פאר יעדעם. עס דארף נישט זיין טשיינע עס דארף נישט זיין מאלס.

People have to get the point. Let loose of the malls. Go get your stuff for your budget. Leave alone all the people who want to rip you off.

אוועטאר
shimon7323
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 15, 2018 7:01 pm

ווער דארף פון טשיינע ?
דער פראבלעם וועט ווייטער בלייבן, ווייל אויב האט מען נאך די זעלבע סטייל פורניטשור נאר פון טשיינע וועט דאך ווייטער זיין דער מער מיטל קלאס מענטשען וואס זאגן איך וועל צאלן מער אז עס זאל האלטן לענגער . און איז איינער טוט עס דארף עס יעדע שיינער איד טוהן . וגלגל החוזר.

מען דארף עס פלעין מבטל זיין.

עס שלאפט זיך פונקט אזוי גיט און דער באקוועמע בעט אן די שיינע מצבה אונטער דעם
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 15, 2018 8:23 pm

איך האב גארנישט קעגן די מאללס און איך האלט נישט אז זיין קעגן די גאנצע פוירניטשער געגעבעכץ האט צו טוהן מיטן זיין פרא אדער קעגן די מאללס

ס'קריכטמער נישט אריין אין קאפ די (פליז עקסקיוז מיי פרענטש) טיפשות (סידא אזא ווארט אין פראנצויזיש?) פון זיין פארנומען מיט די פוירניטשער

אפשר זאל מען אויך קויפן א קאר? נישט קיין טייערע
איך מיין אז ווער ס'דארף א קאר (למשל אויב וואוינט ער אין אפסטעיט אדער אויב זיינע עלטערן וואוינען אין אן אנדערע שטאט) וועט האבן אסאך מער נוצן פונעם קאר ווי פון פוירניטשער

דזשאסט ווייל מ'האט אמאל געקויפט ווערט עס נישט קיין מוז

אגב האבעך נייעס. אסאך פון די היינטיגע "איטאליענע" פוירניטשער קומט פון טשיינע און איז גארנישט ווערט

תכלית. ביליגע איטאליענע פוירניטשער איז ארויסגעווארפן געלט ווייל ס'צופאלט

טייערע פוירניטשער ווייסט מען דאך שוין

איז לאמיר קויפן פשוט'ע פוירניטשער. די זעלבע וואס מ'האט אין די קינדער שטוב און שוין



שמעון7323 ברענגט זייער גוט ארויס
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מאי 16, 2018 12:15 pm

משה בינג האט געשריבן:האבּעך גערעדט מיט איינער פין די גרויסע עסקנים נעכטן
מען האלט פעסט אינמיטן מסדר זיין ביליגע פוירניטשער פין טשיינע
מיט די פלאן אז די מאלל׳ס זאלן עס שטיפן

די מאללס טאר מען נישט אנרירען זיי זוכן נאר געלט, איי פארוואס גייט ער שטופען ביליגע פון כינע? ווייל ער וויל ענדערשט זאלסט נעמען פון אים פאר ביליג, ווי איידער גיין צו אייקיע פאר שפאט ביליג, די מאללס אפ' די תקנות... האלטען און איין אפגרעיטען זאכן,
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך מאי 16, 2018 5:46 pm

משה בינג האט געשריבן:האבּעך גערעדט מיט איינער פין די גרויסע עסקנים נעכטן
מען האלט פעסט אינמיטן מסדר זיין ביליגע פוירניטשער פין טשיינע
מיט די פלאן אז די מאלל׳ס זאלן עס שטיפן

:roll:

רעסטאראנט
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מאי 16, 2018 11:55 pm

די קאראפשען איז בתפארתו

שוין בעסער איך רעדט נישט , אבער די אלע וואס טענעהן מיט אנדערע אז עס הערשט נישט קיין קאראפשען ביי אונז , דא האסטו א גוטע משל

אקעי נעקסט

סאיז אשאד די שפייעכטס און טינט

טאמער איינער קען מסביר זיין וואס א מענטש וואס קען נישט דעקן זיין חתונה קאסטן פאר זיין קינד פארוואס א חתונה ווי אויפן שטייגער ווי יואל ראטה אדער אפאר דאלאר מער איז נישט גענוג ? מען רעדט נישט דא פון שפארן , מען רעדט אז מען דארף צוזאמשטעלן געלט צו קענען באצאלן טייערע חתונות וואס קיינער האט נישט קיין הנאה דערפון ,נישט ביי די חתונה און נישט נעקסטן צופרי , יא האסט גוט געהערט , קיין איינער האט נישט קיין הנאה פון א חתונה פון 10 אלפים אדער אפילו נאר 5 אלפים ווען יעדע פרוטה איז צדקה אדער געבארגט

נישט די טאטע ,מאמע , חתן און כלה האבן הנאה פון אזא חתונה

די באטטייליגטע בליטיגען אוועק אז זיי האבן געדארפט געבן אדער צוזאמשטעלן דאס געלט

די פאקט איז א קוים 25 טויזענט דאלאר קען זיך א צד ערלויבן

מיטן קאטען די טייערע חתונה נאכט , אינקלודעד קליידער ,די גאנצע נאכט

מיט פורניטשער מיט קליפערלעך , קאט מען אראפ באלד 25 אלפים וואס קיינער האט נישט הנאה דערפון ! ! נאר איין זאך ,אז יענער וועט זאגן אדער שמועסן
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:03 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

רעסטאראנט
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך מאי 16, 2018 11:59 pm

נאך אזאך וואס יעדע מחותן וועט מיר מודה זיין אז היינט צוטאגס קויפט מען האוזווער ,ווי דישעס ,טעפ,האנטיכער און כהנה וכהנה , קויפט מען וואס די מאלל געט , און אויסער דעם נאך א 2 אלפים אויף שוואילטאג וועגן די מאלל איז דאך אינקלודעד מיז מען דיך קויפן נאך שאר ירקות

צו די פוינט איז אז דער עולם דארף האלטן דערביי , אז דער עולם האלט דערביי קען מען אויפטין ,סתם בלעימען עסקנים און מאללס איז א פוילע תירוץ ווי די וואס בלעימען די לענדלארדס פאר די הויעכע רענט אין וויליאמסבורג אנשטאט אוועק צו מופן

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 17, 2018 10:04 am

א. טראכטער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:לענ״ד הייבט זיך אלעס אן ביי די פורטינשער

• עס איז די גרעסטע איבריגע עקספענס
• מען האט באמת גארנישט דערפון
• כדי צו קענען זיך נעמען צו די קלענערע הוצאות וואו קלייד ער א.ד.ג. מיז מען קודם מאכן א באמבע רעוועלאציע ביי איינע פון די גרעסערע הוצאות אלס מתחיל , כדי די עולם זאל זעהן אז סקומט major changes
• די פוארניטשור איז א זאך וואס געהערט צו ביידע זייטן ( מענער/ווייבער) סו סגרינגער אנצוהייבן מיט אזא זאך וואו ביידע זענען מוותר
• עס איז דא א עכטע alternative אזוי וואו IKEA וכדומה
נו פארוואס נישט?
אה פשוט, די פורניטשור סטורס און חתונה malls גייען מאכן אזא ויצעקו אז די הארץ פון די עסקנים העלן צעגיין..

לעניית דעתי דארף מען צוטיילן די הוצאות צווישן די עלטערן און די קינדער

צ.ב.ש.
פערנוטשער איז א זאך וואס מען דארף לאזן אויף די קינדער.. אז זיי וועלן האבן געלט צו קויפן טייער פערנוטשער.. כל הכבוד.. מחותנים דארפן נישט קויפן פערנויטשער.
(איך רעדט אויך פון בעדרום פערניטשער.. פארשטייט זיך אז די בעט, מאטראצען זאל מען יא קויפן..)

אזוי אויך דארף מען זיך שטעלן אויף די ''קליידער הוצאות'' וואס איז א חיי שעה... אוון מען דארף עס נאר ווייל עס איז א סטאנדארט... גארנישט מיטן מציאות...

---------------
אז מען קען דידאקטען:

1) פערנויטשער $11,000
2)משפחה קליידער $4000
3) טייערע מתנות $5000

וואס זענען אומנויטיג

קען מען שפארן $20,000 ''פער צד''


יא און יא!!!

לויט מיין אינפארמעישאן קאסטן היינט קליידער פאר די גאנצע משפחה סאך סאך מער, די מחותנ'טע קלייד אליין קען קאסטן 4 אלפים
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג מאי 17, 2018 12:38 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די קאראפשען איז בתפארתו

שוין בעסער איך רעדט נישט , אבער די אלע וואס טענעהן מיט אנדערע אז עס הערשט נישט קיין קאראפשען ביי אונז , דא האסטו א גוטע משל

אקעי נעקסט

סאיז אשאד די שפייעכטס און טינט

טאמער איינער קען מסביר זיין וואס א מענטש וואס קען נישט דעקן זיין חתונה קאסטן פאר זיין קינד פארוואס א חתונה ווי אויפן שטייגער ווי יואל ראטה אדער אפאר דאלאר מער איז נישט גענוג ? מען רעדט נישט דא פון שפארן , מען רעדט אז מען דארף צוזאמשטעלן געלט צו קענען באצאלן טייערע חתונות וואס קיינער האט נישט קיין הנאה דערפון ,נישט ביי די חתונה און נישט נעקסטן צופרי , יא האסט גוט געהערט , קיין איינער האט נישט קיין הנאה פון א חתונה פון 10 אלפים אדער אפילו נאר 5 אלפים ווען יעדע פרוטה איז צדקה אדער געבארגט

נישט די טאטע ,מאמע , חתן און כלה האבן הנאה פון אזא חתונה

די באטטייליגטע בליטיגען אוועק אז זיי האבן געדארפט געבן אדער צוזאמשטעלן דאס געלט

די פאקט איז א קוים 25 טויזענט דאלאר קען זיך א צד ערלויבן

מיטן קאטען די טייערע חתונה נאכט , אינקלודעד קליידער ,די גאנצע נאכט

מיט פורניטשער מיט קליפערלעך , קאט מען אראפ באלד 25 אלפים וואס קיינער האט נישט הנאה דערפון ! ! נאר איין זאך ,אז יענער וועט זאגן אדער שמועסן

נעגעטיוו בנוסח משה אליעזר פרענקעל ביי אונטערן ריקען
אסאך פוינטס האלט איך יא ווי דיר, אבער מדארף נישט גיין מיטען קאפ אין וואנט
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:41 pm

די עסקנים דארפן זיך לערנען פון מר טראמפ וויאזוי צו מאכן דיעלס
זיי וואלטן ווען געדארפט זאגן ״נישטא גארנישט קיין פורניטשער מער״
נאכדעם וואס די פורניטשער סוחרים העלן קומען וויינען זאלן זיי זאגן - אז עטס ווילטס קענסט עטס נאכמאכן IKEA און אפערן זייער פרייז

אדערווייל האבן זיי אנגעהויבן מיט negotiations כאילו מען איז עפעס שולדיג פאר די סוחרים און מיט א שעמעדיגקייט בעהט מען זיי צו מאכן אביסעל ביליגע פורניטשער און די גוט הארציגע סוחרים גייען זיך צושטעלן מיט אן הנחה

מורי ורבותי, מיר דארפן נישט קיין שום הנחה
מיר דארפן א פשוטע בעט וואס קאסט 2 מאות אויף Amazon

ווילסטו פארקויפן פאר די פרייז איז גוט אז נישט , טייערע סוחר - מיר דארפן נישט דיין סחורה. איר קענסט עס ריהוג פארקויפן פאר די איטאליענע פריצים..

עסקנים טייערע לערענט אייך וויאזוי צו פאר האנגלים פון טראמפ און מאכט נישט קיין דיעלס וואו John Kerry..
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג מאי 18, 2018 7:49 am

מי יודע האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:לענ״ד הייבט זיך אלעס אן ביי די פורטינשער

• עס איז די גרעסטע איבריגע עקספענס
• מען האט באמת גארנישט דערפון
• כדי צו קענען זיך נעמען צו די קלענערע הוצאות וואו קלייד ער א.ד.ג. מיז מען קודם מאכן א באמבע רעוועלאציע ביי איינע פון די גרעסערע הוצאות אלס מתחיל , כדי די עולם זאל זעהן אז סקומט major changes
• די פוארניטשור איז א זאך וואס געהערט צו ביידע זייטן ( מענער/ווייבער) סו סגרינגער אנצוהייבן מיט אזא זאך וואו ביידע זענען מוותר
• עס איז דא א עכטע alternative אזוי וואו IKEA וכדומה
נו פארוואס נישט?
אה פשוט, די פורניטשור סטורס און חתונה malls גייען מאכן אזא ויצעקו אז די הארץ פון די עסקנים העלן צעגיין..

לעניית דעתי דארף מען צוטיילן די הוצאות צווישן די עלטערן און די קינדער

צ.ב.ש.
פערנוטשער איז א זאך וואס מען דארף לאזן אויף די קינדער.. אז זיי וועלן האבן געלט צו קויפן טייער פערנוטשער.. כל הכבוד.. מחותנים דארפן נישט קויפן פערנויטשער.
(איך רעדט אויך פון בעדרום פערניטשער.. פארשטייט זיך אז די בעט, מאטראצען זאל מען יא קויפן..)

אזוי אויך דארף מען זיך שטעלן אויף די ''קליידער הוצאות'' וואס איז א חיי שעה... אוון מען דארף עס נאר ווייל עס איז א סטאנדארט... גארנישט מיטן מציאות...

---------------
אז מען קען דידאקטען:

1) פערנויטשער $11,000
2)משפחה קליידער $4000
3) טייערע מתנות $5000

וואס זענען אומנויטיג

קען מען שפארן $20,000 ''פער צד''


יא און יא!!!

לויט מיין אינפארמעישאן קאסטן היינט קליידער פאר די גאנצע משפחה סאך סאך מער, די מחותנ'טע קלייד אליין קען קאסטן 4 אלפים



הא הא הא
4000 א מחותנת׳טע קלייד? פון כינע אדער טייוואן?
איר האט אמאל חתונה געמאכט רעב יוד?

דאס איז פרייזן פון 10 יארע צוריק. מ׳לאזט זיך היינט באצאלן סאך אסאך מער.

ווילסט זיך אנהייבן מיט די הויך-געשעצטע מחותנת׳טע?
הייב אן א מערכה וואו דו האסט עטליסט א טשענס צו געווינען.

מענטשן פארפירן אז חתונה מאכן קאסט 50 אלפים א צד.
ברודער לעבן: פאר 50 אלפים איז קיין חתונה נישטא!
ס׳קאסט מיט א שיין בינטל מער פון דעם. זייטס רעאליסטיש. און גלייבט נישט איי-וועלט שנה ראשונה׳לעך !

רוב וואס זאגן אז מ׳קען קויפן אייקיע וכו׳ וכו׳ האבן נישט חתונה געמאכט און רעדן שלא בדרא.

והיינו טעמא פון פוירניטשור, חתונה קליידער, מתנות ועוד ועוד.
די טענות זענען אמת וכסף מנלן. ס׳איז א רשעות די אלע אומנויטיגע אןיסגאבן ווען מען האט נישט - אבער מיר לעבן נישט אין תימן !

אין די וועלט פון ריאליטי ארבעט עס נישט.
מ׳דארף יא נעגאשיעטן און האנדלען מיט די סוחרים פאר ביליגע פרייזן.

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 18, 2018 8:36 am

מצלמה האט געשריבן:ווילסט זיך אנהייבן מיט די הויך-געשעצטע מחותנת׳טע?
הייב אן א מערכה וואו דו האסט עטליסט א טשענס צו געווינען.

האסט א פוינט אבער מ'דארף עס ארויפברענגען ביז מ'וועט מאכן א שפאלט אין דעם מויער
דערווייל איז עס אנטאטשעבל. בבחינת אל תגעו במשיחי
אפשר אז מ'וועט אזויפיל רעדן וועט עפעס ווערן

מצלמה האט געשריבן: רוב וואס זאגן אז מ׳קען קויפן אייקיע וכו׳ וכו׳ האבן נישט חתונה געמאכט

מעגליך

די אמת איז. רוב וואס זענען "שטארק" ענטוזיאסטיש (גוט געספעלט?) פאר די תקנות זענען אינגע אינגעלייט וואס האלטן נאך ווייט פון חתונה מאכן

מצלמה האט געשריבן:און רעדן שלא בדרא

נישט ממש

איך קען פערזענליך א היבשע פאר אינגעלייט פון קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק וואס קומען פון נארמאלע באלעבאטישע (נישט רבי'ש, כלי קודש) שטובער און האבן אייקיע אדער ענליכע פוירניטשער

זיי זענען זייער שטאלץ דערמיט און האלטן עס נישט פאר א סוד

בקיצור. ס'נישט אזוי אבסורד צו פארלאנגן אייקיע פוירניטשער איז ס'איז קיין פארגלייך צו חתונה קליידער


מ'דארף אבער האבן "אביסעלע" טראסט אין די עסקנים און אויב זיי זאגן אז למעשה זעהן זיי אז מ'גייט נישט קענען דורכברעכן די פוירניטשער "מוז" נישט זיין אז זיי זענען קאראפטירט און מיינען נאר טובה פון די מאללס

פארגעסט נישט אז מענטשן האבן אריינגעשיקט די פראגע בויגן און נישט יעדער קומט ארויס אין פאבליק זאגן וואס ער האלט

אויך קען זיין אז אפילו קיינער ארום מיר האלט נישט אזוי קען נאכאלץ רוב ציבור האלטן אנדערש
כ'ווייס נישט אלעס

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג מאי 18, 2018 8:47 am

האט מיר א מוחתן נעכטן געזאגט ער מאכט חתונה קומענדיגע וואך
בייצאלט פון די אייגן טאש אין ער האט גענומען א שיינע ביליגע פורניטשער סעט ביי Sofes in more געצאלט $800 אהן די מאטראצען
ער האט מיר גיגעבן א בילד,
פרעג איך דיר וואס איז שלעכט מיט אזא סעט ???
געשפארט $4000
צוגעלייגטע
359EDBC8-788D-4C5F-991D-47B03131395D.jpeg
359EDBC8-788D-4C5F-991D-47B03131395D.jpeg (83.78 KiB) געזעהן 228 מאל
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

הענדימען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 18, 2018 9:14 am

שטייגען האט געשריבן:האט מיר א מוחתן נעכטן געזאגט ער מאכט חתונה קומענדיגע וואך
בייצאלט פון די אייגן טאש אין ער האט גענומען א שיינע ביליגע פורניטשער סעט ביי Sofes in more געצאלט $800 אהן די מאטראצען
ער האט מיר גיגעבן א בילד,
פרעג איך דיר וואס איז שלעכט מיט אזא סעט ???
געשפארט $4000

פראווס די פוינט אז מענטשן קויפן ביליגע פוירניטשער

מ'דארף עס נאר מאכן מער פאפולער
כ'ווייס נישט אלעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי חכם, רעסטאראנט און 17 געסט