פעיק נוז מידיע עווארד אווענט - מאנטאג/מיטוואך וארא... מיטוואך בא תש18

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:08 pm

שיק מיר מער נישט קיין מעלדונג פון די אשכול
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:08 pm

צל עובר האט געשריבן:ער שרייבט דאס.

shimon7323 האט געשריבן:טוט ער אבער נישט פארפירן דעם עולם מיט נאר איינזייטיגע נייעס אזוי ווי די אנדערע


פרעג איך צו ער האלט טאקע אז טראמפ איז נישט איינזייטיג.

אין זאג נישט אז ער טאר נישט.



דאס איז א בחינה פון טאטע שיק מיך הויזן. איך האב געמיינט צי שרייבן דאס פינקט פארקערטער אלע אנדערע טוהן זיכער מאכן אז עס איז נישט דא קיין אנדערע נייעס. ער אבער זאגט נישט אז עס טאר נישט זיין. ער פרעגט זיי נאר אפ.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:11 pm

איינער זאגט דא אז עס איז א מצוה, קען זיין אבער דער עולם אין עגיפטן רוסלאנד און טערקיי, האלטן אויך עס איז א מצוה.

בד"וו מ'דארף אינאכט נעמען וואס די פאנדינג פאדערס האבן געהאלטן אז אן א פרייע פרעסע איז נישט דא קיין דעמאקראטיע.

עניוועי טראמפ אינטערדריקט זיי נישט, אונטערדרוקן טייטשט אז ווען איינער שרייבט וואס מ'וויל נישט ארעסטירט מען אים וכדומה. און טראמפ קען דאס ניטאמאל טון אפילו אויב ער וויל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:12 pm

צל עובר האט געשריבן:איינער זאגט דא אז עס איז א מצוה, קען זיין אבער דער עולם אין עגיפטן רוסלאנד און טערקיי, האלטן אויך עס איז א מצוה.

בד"וו מ'דארף אינאכט נעמען וואס די פאנדינג פאדערס האבן געהאלטן אז אן א פרייע פרעסע איז נישט דא קיין דעמאקראטיע.

עניוועי טראמפ אינטערדריקט זיי נישט, אונטערדרוקן טייטשט אז ווען איינער שרייבט וואס מ'וויל נישט ארעסטירט מען אים וכדומה. און טראמפ קען דאס ניטאמאל טון אפילו אויב ער וויל.


סאו דו ביזט מודה די גאנצע סטעטמענט אז איין שטיק טפשות, און איינזייטיג סתם אראפצורייסן טראמפ
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:16 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס הייסט די פרעסע אינטערדריקט טראמפ? זיי זענען די רעגירונג דא? כ'מיין וויזוי מאכן זיי עס?

ליידער פאר אחב"י איז גאר גוט באקאנט, אז ווען די פרעסע איז מחליט אז מען דארף איינעם אינוועסטיגעיטן, אדער נאך ערגער ווען זיי זענען מחליט אויף איינעם אז ער האט געטון קעגן געזעץ, נעמט נישט לאנג און די לאנגע האנט פון יוסטיץ וועט זיך פארלייגן אויף דעם יעניגן.

און ליידער נאך מער פון דעם, די געריכט וועט נישט קענען פסק'נען ווי זיי ווילן באמת אויב די פרעסע בלאזט עפעס אויף. דאס זענען זאכן וואס אונז האבן שוין אלע ליידער גאר אסאך מיטגעהאלטן פון דערנאנט.

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די פרעסע האט גאר א שטארקע כח, און ווען זיי זענען מחליט איינעם אינטערצודריקן וועט יענער ווערן צום סוף אינטערדריקט, און אט דאס פאסירט מיט טראמפ #רוסלאנד (פארשטייט זיך כ'מיין נישט נאר דאס, נאר יעדע ריר וואס ער וויל טון קומט אן מיט די גאל צוליב דעם).

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:18 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואס הייסט די פרעסע אינטערדריקט טראמפ? זיי זענען די רעגירונג דא? כ'מיין וויזוי מאכן זיי עס?


פארוואס פרעגסטו נישט אויף די פארקערט אויך?


איך האלט אז ער קען זיי ניטאמאל אינטערדריקן.

איך טראכט אז אפשר מיינען זיי אז די פעיק ניוז עווארד אינטערדריקט די פרעסע, אבער בפשטות העלפט עס נאר פאר די רעטינגס. און אפשר וועגן דעם טוט ער עס, כדאי זיי זאלן מורא האבן אפילו פון א מעגליכקייט ער זאל פארלירן, און אים נאר אראפרייסן די מינימום פאר די 2020 וואלן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:21 pm

למעלה איז זייער שיין מסביר ווי אזוי די מידיא אונטערדרוקט טראמפ, ס'איז מיר א חידוש די הסבר אבער עס מאכט גראדע סענס, עס איז נאר אביסל פאני פשוט די פאקט אז מקען אונטערדרוקן א סיטינג פרעזידענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איינער זאגט דא אז עס איז א מצוה, קען זיין אבער דער עולם אין עגיפטן רוסלאנד און טערקיי, האלטן אויך עס איז א מצוה.

בד"וו מ'דארף אינאכט נעמען וואס די פאנדינג פאדערס האבן געהאלטן אז אן א פרייע פרעסע איז נישט דא קיין דעמאקראטיע.

עניוועי טראמפ אינטערדריקט זיי נישט, אונטערדרוקן טייטשט אז ווען איינער שרייבט וואס מ'וויל נישט ארעסטירט מען אים וכדומה. און טראמפ קען דאס ניטאמאל טון אפילו אויב ער וויל.


סאו דו ביזט מודה די גאנצע סטעטמענט אז איין שטיק טפשות, און איינזייטיג סתם אראפצורייסן טראמפ


טיפשות ווייסעך נישט.

ביי מיר איז עס א חלק פון די אנגאויאינג מחלוקה פון טראמפ & קא קעגן די מענסטריעם מידיא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:25 pm

לויט ווי איך זעה אין דעם אשכול האלט דער ציבור אז די מידיא געווינט די פייט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:30 pm

צל עובר האט געשריבן:לויט ווי איך זעה אין דעם אשכול האלט דער ציבור אז די מידיא געווינט די פייט.


צו זיי געווינען וועט מען נאך זעהן, אבער א אויבערהאנט דערווייל קוקט אויס אז זיי האבן, נאכאמאל עס קוקט נאר אזוי אויס לויט די פאולס, וואס די אמת איז ווייס איך נישט.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:די אינטערנאציאנאלע פרייהייט ארגאנאזאציע האט היינט ארויסגעגעבן זייער פרעסע אינטערדריקונג מעדאלן פארן יאר.

די באעהרטע זענען:

- אונג סען סעאו קוואי, פרעזידענט מינמאער

- ווילאדימיר פוטין, פרעזידענט רוסלאנד

- אבדעל פאטאח על סיסי, פרעזידענט עגיפטן

- ריסאפ טאאיפ ערדואן, פרעזידענט טורקיי

- דאנעלד זשעי טראמפ, פרעזידענט אמעריקא

אינטערעסאנט צו באטראכטן די אנדערע נעמען אויף די ליסטע ,קים יאנג און צום ביישפיל האט נישט זוכה געווען ארויפצוגיין אויף די ליסטע , אלע אויף די ליסטע זענען מענטשן וואס די לינקע האבן א חשבון מיט זיי ( פוטין נאר זייט ער האט געהאלפן טראמפ , אויב איר האט באמערקט איז ער געווארן אפיציעל א "דיקטעיטער" ביי די מידיא במשך 2016) חוץ ערדואן האט נישט דווקא מעט די לינקע צוטוהן לכאורה.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:21 pm

צל עובר האט געשריבן:לויט ווי איך זעה אין דעם אשכול האלט דער ציבור אז די מידיא געווינט די פייט.

די מידיע איז ווי די אינגל וואס מיינט אז מיטן שרייען העכער געוואונט מען א ארגומענט.

די מידיע קען טאקע שרייען סאך העכער און לענגער און אויף מער סקרינס אויף איינמאל. אבער געוואונען געוואונט דער וואס "פירט אויס זיין אגענדע".

סאו. די מידיע איז מעגליך דער געוואונער פון די "שרייט העכער" פייט.
אבער דערווייל איז טראמפ דער וואס געוואונט שטילערהייט. און בשעת מיר אלע זענען פארנומען מיט די מידיע דעבאטע אהין און צוריק זיצט טראמפ און טוט פאקטישע זאכן וועלכע וועלען האבן קאנסעקווענצען פארן פאלק!
ער דרייט צוריק איין רול נאכן צווייטען פון אבאמא. שטופט א באולד אגענדע וועלכע רוב "נארמאלע" פאליטישע פרעזידענטען וואלטן אפילו מורא געהאט צו טראכטען אזוי ברייט און דער ריקט עס ווי א בולדאוזער...

סאו כ'זעה נישט וואו פונקטליך די מידיע געוואונט ''למעשה" אנטקעגן טראמפ פון אים שטערן אדער אפהאלטן פון צו "אנקומען" מיט זיינע אגענדעס.

נניח אז זיי מאכן אים אפשר שווערער דאס פארקויפן זיין אגענדע פארן פאלק, אבער אינעם ווייסן הויז איז מען פארנומען צו ארבייטען אויף איין פאלעסי נאכן צווייטען. איין אגענדע אייטעם נאכן צווייטען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4869
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:46 pm

דו לייגסט עס אראפ כאילו זיין עיקר ציל איז צו מאכן פאליסיס, אבער אונז ווייס מיר דאך אז דער עיקר ציל ביי אים איז צו ווערן שיין געקאווערט און זיין פאפילער און באליבט, ממילא איז נישט אזוי פשוט וואס דו זאגסט. ולשונו ווען ער וויל משבח זיין אן אנדערן וועלט פירער, הי סעד נייס טינגס אבאוט מי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:30 pm

איך דיסעגרי מיט דיין פערספעקטיוו איבער זיין עיקר ציל.

אין מיין אפיניען איז זיין עיקר ציל צו מאכן אמעריקא גרעיט עגען, און ער איז גרייט צו כאפן אלע פיילן עז לאנג ער דעליווערד אויף וואס ער האלט אז עס מאכט אמעריקא גרעיט עגען.
יתכן אז זיין גאנצע ציל פון מעיק אמעריקא גרעיט עגען איז אויך נאר צוליב איגאו. אבער דאן איז עס צוליב זיין 'פאטריאטישע איגאו' פאר די כבוד פון זיין לאנד.
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום מיטוואך ינואר 10, 2018 12:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:43 am

שמאטע האט געשריבן:איך דיסעגרי מיט דיין פערספעקטיוו איבער זיין עיקר ציל.

אין מיין אפיניען איז זיין עיקר ציל צו מאכן אמעריקא גרעיט עגען., און ער איז גרייט צו כאפן אלע פיילן עז לאנג ער דעליווערד אויף וואס ער האלט אז עס מאכט אמעריקא געיט עגען.
יתכן אז זיין גאנצע ציל פון מעיק אמעריקא גרעיט עגען איז צוליב איגאו. אבער ס'איז צוליב זיין פאטריאטישע איגאו פאר די כבוד פון זיין לאנד.

גוט געזאגט !
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך ינואר 10, 2018 11:52 am

שמאטע האט געשריבן:אבער אינעם ווייסן הויז איז מען פארנומען צו ארבייטען אויף איין פאלעסי נאכן צווייטען. איין אגענדע אייטעם נאכן צווייטען.


א יעדער פרעזידענט טוט אזוי. ניין?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:18 pm

הצדיק האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:אבער אינעם ווייסן הויז איז מען פארנומען צו ארבייטען אויף איין פאלעסי נאכן צווייטען. איין אגענדע אייטעם נאכן צווייטען.


א יעדער פרעזידענט טוט אזוי. ניין?

די חילוק איז נאר אז ביי יעדע פרעזידענט ביי וועמען די עיקר פאוקעס איז "לעגעסי" טוט מען יעדע זאך מיט פאמפע, און מען שפאנט איין און מען שיקט ארום חברה אויף אלע שאוס זיך אויפטון ווי מעכטיג און גוט יעדע קלייניגקייט איז...

טראמפ אבער טוט רוב פון זיינע אגענדעס שטילערהייט ווילאנג אונז זע'מיר ביזי מיט די 25'סטע אמענדמענט שטותים :wink: , אן ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס. (בפרט מיטן צוריקדרייען אבאמא ערא עקזעקעטיוו רולס)

(איין עקזעמפל איז געווען ווען די מידיע האט זיך געכאפט נאך די טעקס קעיר ביל אז אין די פיל ווערט די אבאמאקעיר אינדעווידועל מענדיעט ריפילט.... און טראמפ האט דעמאלטס געזאגט אז ס'איז געלאנגען עס אריינצישווערצען אינעם ביל ווייל מען האט געמאכט א שווייג און נישט גערעדט דערפון סאו קיינער האט עס נישט געזוכט מיט א פארגרעסערונג גלאז...)

אגב, 'פאליטיקאו.קאם' האט א וועכענטליכע קאלום מיטן נאמען "5 זאכן וואס טראמפ האט געטון די וואך בשעת דו האסט נישט געקוקט"
(דא איז א ליסט פון 138 זאכן וועלכע טראמפ האט שטילערהייט געבאברעט...)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:25 pm

שמאטע האט געשריבן: ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס



ער זוכט נישט קיין פאבליסיטו ?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:35 pm

הצדיק האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן: ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס

ער זוכט נישט קיין פאבליסיטו ?

אודאי יא!. אבער הערשט "נאכן" דורכפירען די אגענדע.
נאר אויף "מעידשער" פאלעסיס, ווי טעקס ריפארם, אימיגרעישאן, אינפראסטראקטשור וכדומה וועט ער פאמפען זיין קעיס פון פאראויס. אבער נישט די זאכן וואס דער עוורידש אמעריקאנער פארשטייט סייווי נישט וואס עס מיינט...

ער האלט - און איך אגרי מיט אים - אז אין וואשינגטאן קען מען מער (אדער אםשר "נאר") אויפטון אויב מען ארבייט אויס זאכן אינטערן טיש און שטילערהייט אין נישט אויף פאבליק טי.ווי. ווי די פאליטיקלי קארעקטנעס בלעקמעילערס מאכן שווער דאס לעבן פאר פאליטישענס ווען זיי שטיפן זיך צי גלייבן און צו איינרעדן זיך און אנדערע אין די אלע שווארצע נביאות וואס די צד שכנגד פראבירט צו ארויפשמירען, און אזוי צווינגען שוואכע פאליטישענס וועלכע קענען נישט פארנעמען די היעט צו טוישן מיינונג און אינטערברענגען פלענער.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך ינואר 10, 2018 12:41 pm

שמאטע האט געשריבן:די חילוק איז נאר אז ביי יעדע פרעזידענט ביי וועמען די עיקר פאוקעס איז "לעגעסי" טוט מען יעדע זאך מיט פאמפע, און מען שפאנט איין און מען שיקט ארום חברה אויף אלע שאוס זיך אויפטון ווי מעכטיג און גוט יעדע קלייניגקייט איז...

טראמפ אבער טוט רוב פון זיינע אגענדעס שטילערהייט ווילאנג אונז זע'מיר ביזי מיט די 25'סטע אמענדמענט שטותים :wink: , אן ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס. (בפרט מיטן צוריקדרייען אבאמא ערא עקזעקעטיוו רולס)

ס'זאל איך דיר זאגן שמאטע, האסט מיר געמאכט מיין טאג היינט.

איך פרוביר זיך אויסצומשל'ען ווי דער באשיידענער און פארמאכטער טראמפ יר"ה זיצט אין אפיס און וואקט אויף די טיפי-טאוס אן די שוך נישט צו ארויסלאזן די מינדעסטע שארך און שרייבט אונטער איין ביל נאכן צווייטן אזוי שטילערהייט און באשווערט זיינע ארומיגע ח"ו נישט צו גיין צו די מידיע און מאכן א פאמפע דערפון, די ארומיגע האבן א דראנג צו פארציילן אבער האלטן זיך איין וויבאלד זיי ווייסן אז דאס איז קעגן דעם פרעזידענט'ס רצון זייענדיג באוואוסט שוין נישט פון היינט אלס שטילע פערזאהן וואס האט ליב צו ארבעטן פאר זיך און דולדט נישט קיין פאבליסיטי.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך ינואר 10, 2018 1:37 pm

פלטיאל האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:די חילוק איז נאר אז ביי יעדע פרעזידענט ביי וועמען די עיקר פאוקעס איז "לעגעסי" טוט מען יעדע זאך מיט פאמפע, און מען שפאנט איין און מען שיקט ארום חברה אויף אלע שאוס זיך אויפטון ווי מעכטיג און גוט יעדע קלייניגקייט איז...

טראמפ אבער טוט רוב פון זיינע אגענדעס שטילערהייט ווילאנג אונז זע'מיר ביזי מיט די 25'סטע אמענדמענט שטותים :wink: , אן ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס. (בפרט מיטן צוריקדרייען אבאמא ערא עקזעקעטיוו רולס)

ס'זאל איך דיר זאגן שמאטע, האסט מיר געמאכט מיין טאג היינט.

איך פרוביר זיך אויסצומשל'ען ווי דער באשיידענער און פארמאכטער טראמפ יר"ה זיצט אין אפיס און וואקט אויף די טיפי-טאוס אן די שוך נישט צו ארויסלאזן די מינדעסטע שארך און שרייבט אונטער איין ביל נאכן צווייטן אזוי שטילערהייט און באשווערט זיינע ארומיגע ח"ו נישט צו גיין צו די מידיע און מאכן א פאמפע דערפון, די ארומיגע האבן א דראנג צו פארציילן אבער האלטן זיך איין וויבאלד זיי ווייסן אז דאס איז קעגן דעם פרעזידענט'ס רצון זייענדיג באוואוסט שוין נישט פון היינט אלס שטילע פערזאהן וואס האט ליב צו ארבעטן פאר זיך און דולדט נישט קיין פאבליסיטי.

:lol: אונזער אלטע פלטי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:18 pm

פלטיאל האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:די חילוק איז נאר אז ביי יעדע פרעזידענט ביי וועמען די עיקר פאוקעס איז "לעגעסי" טוט מען יעדע זאך מיט פאמפע, און מען שפאנט איין און מען שיקט ארום חברה אויף אלע שאוס זיך אויפטון ווי מעכטיג און גוט יעדע קלייניגקייט איז...

טראמפ אבער טוט רוב פון זיינע אגענדעס שטילערהייט ווילאנג אונז זע'מיר ביזי מיט די 25'סטע אמענדמענט שטותים :wink: , אן ארומגיין פאמפען יעדע פאלעסי וואס מען דרייט אריין אדער ארויס. (בפרט מיטן צוריקדרייען אבאמא ערא עקזעקעטיוו רולס)

ס'זאל איך דיר זאגן שמאטע, האסט מיר געמאכט מיין טאג היינט.

איך פרוביר זיך אויסצומשל'ען ווי דער באשיידענער און פארמאכטער טראמפ יר"ה זיצט אין אפיס און וואקט אויף די טיפי-טאוס אן די שוך נישט צו ארויסלאזן די מינדעסטע שארך און שרייבט אונטער איין ביל נאכן צווייטן אזוי שטילערהייט און באשווערט זיינע ארומיגע ח"ו נישט צו גיין צו די מידיע און מאכן א פאמפע דערפון, די ארומיגע האבן א דראנג צו פארציילן אבער האלטן זיך איין וויבאלד זיי ווייסן אז דאס איז קעגן דעם פרעזידענט'ס רצון זייענדיג באוואוסט שוין נישט פון היינט אלס שטילע פערזאהן וואס האט ליב צו ארבעטן פאר זיך און דולדט נישט קיין פאבליסיטי.


ווען בוסט פערטיג אויס'משלן לייג ביטע א סקרין שאט, ס'וועט זיכער זיין א גרויסע סענזאציע :wink:

ביידעוועי, ס'פרייט מיר צו האבן געמאכט דיין טאג.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:41 pm

למעשה
ווען קומט פאר די מעמד-קריאת-שם-גנאי ?

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:55 pm

אור האט געשריבן:למעשה
ווען קומט פאר די מעמד-קריאת-שם-גנאי ?

Any update?

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 2:08 pm

Iphone האט געשריבן:
אור האט געשריבן:למעשה
ווען קומט פאר די מעמד-קריאת-שם-גנאי ?

Any update?

any update?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, joegreen, בעל דמיון, דגל יהודה, וויכטיג מאכער, רבי משה און 47 געסט