אנקעטע: טראמפ'ס ערשטע יאר אלס פרעזידענט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס איז דיין מיינונג אויף פרעזידענט טראמפ'ס ארבעט די ערשטע יאר אלס פרעזידענט

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:17 pm

סוקסעס
136
78%
דורכפאל
38
22%
 
סך הכול שטימען: 174

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג ינואר 02, 2018 6:11 pm

פאליק האט געשריבן:אזוי אףף צו זיין פון אלע אנדערע אנקעטעס

א שטוינדע מערהייט פון די (איי)וועלט 78 צו 22 פראצענט האלטן אז טראמפ'ס ערשטע יאר איז מער אויף די סוקסעס זייט ווי דער דורכפאל זייט

למעשה איז עס פון די קראנסטע אנקעטעס עס איז געווען דע איינציגסטע אנקעטע וואס האט א גאנצען צייט געוויזען אז טראמפ גייט געווינען די פרעזידענשאפט מיט א מערהייט

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 02, 2018 7:17 pm

און למעשה האט ער געווינען מיט א מינדערהייט, און בפרט אין ניו יארק ניו דזשערסי, וואס כמעט אלע אייוועלט ניקס וואוינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג ינואר 02, 2018 7:31 pm

אבער אין די היימישע געגענטער האט ער געווינען מיט א מערהייט
א' אמונה ב' בטחון ג' גאולה (ד' דענסינג)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 02, 2018 8:42 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:קודם עס איז נישט קיין 'מיינונג' אז מען האט שוין געוראפו בין לאדען אונטער בוש, עס איז א 'פאקט', וועדער יו לייק איט אר נאט.

צווייטנס, איך האב נישט געכאפט דיין תי'. ווען אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס האט מען שוין געוואוסט וואו ער איז. פארוןאס האט געדויערט איבער דריי יאר אים צו כאפן?


איז די תירוץ אז מהאט אים געפינען ביים צווייטן יאר אין אבאמאס קאדענץ, מהאט געמאכט עטליכע חדשים הכנות און דערנאך האט ער אים אים אויפגעפיקט און געשיקט שווימען מיט די פיש, דעס איז לויט מיינע פאקטן שטייצעך

אבער לויט דיינע פאקטן אז מהאט אים שוין געטראפן אונטער בוש איז דאך שווער, "פארוואס האט אים בוש נישט געגאנגען כאפן"? וויפיל מאל דארף איך איבערפרעגן די זעלבע קשיא?

ביזט גערעכט. איך האב נישט גוט געדענקט. מען האט טאקע נישט געטראפן בין לאדין ביז 2010. איך האב געמישט מיט זיין קוריער וועמענ'ס אידענטיטעט מען האט אויפגעדעקט אין 2007.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 02, 2018 8:44 pm

בוידעם האט געשריבן:נעכטן האט מען באשולדיגט סאבסיטוט און באשאפן פאקטן, סהאט זיך למעשה ארויס געשטעלט אז דער באשולדיגער איז גאר געווען דער וואס האט געמאכט נייע פאקטן, סאבסיטוט האט זיך געהאלטן צו די פאקטן.

נישט יעדער וואס איז זיך טועה 'מאכט פאקטן'. מען קען זיך אויך פשוט טועה זיין. משא''כ איינער וואס האט נאך קיינמאל, קיינמאל מודה געווען צו פאקטן אפי' ווען מען הא אים געברענגט פרוף וואס ער האט נישט געקענט אפווענדן, אידאך פשט אז ער איז זיך נישט טועה נאר ער מאכט אייגענע.

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דינסטאג ינואר 02, 2018 10:02 pm

כ'קום יעצט נישט אן דורכצוליינען 4 בלעטער, אבער בע"כ בין איך מודה אז ס'איז געווען היבש סוקסעס, ד.ה. אז פאר זיין אגענדע איז דאס געווען א פיינע סוקסעס, אבער לאוו דוקא לטובת די מדינה. אגב, זייט זאת חנוכה האב איך נישט קיין פראבלעם עם צו פארגינען די סוקסעס. לב מלכים ושרים ביד ה'.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 5:22 am

סאבסיטוט האט געשריבן:כאשוין געהן לאנגע ליסטעס פון טראמפ דורכפעלער פון אן איינציג יאר.... ווער קען ביישטיין מאכן א ליסטע פון אבאמא'ס דורכפעלער פון די טאטאל 8 יאר?

נאדיר א קורצע, טיילווייזע ליסטע.


2010 די גרעסטע מידטערם לאסס אין 72 יאר און פארלוירן קאנטראל פון קאנגרעס

איינציגסטע צוויי טערם פרעזידענט צו געווינען צווייטע טערם מיט ווייניגער סיי פאפולער וואוטס און סיי עלעקטארעל קאלעדזש.

2014 פארלוירן קאנטראל פון סענאט

רעפובס האבן גרעסטע מערהייט אין קאנגרעס אין צענדליגער יארן

אונוער זיין פרעזידענסי זענען ארום 1100 דעמאקראטן נעישענווייד ארויסגעשטויסן געווארן דורך רעפובס, פירנדיג אז זיי זאלן קאנטראלירן 32 גאווערנרר שטולן און 68 פון די 99 סטעיט לעגיסלאטורן.

Average gdp שוואכסטע זינט צווייטע וועלט קריג

פיל העכערע פראצענט אמעריקאנער לעבן אין ארימקייט ווי אין 2008

רעקארד צאל פוד סטעמפ געניסער

געטאפלט נאציאנאלע חוב

גרנסטע צאל יונגע מענטשן לעבן אין עלטערן'ס בעיסמענט זינט גרויסע דעפרעסיע

51 פראצענט האלטן זיך מיטל קלאס, אראפ פון 63

לעיבאר פארטיסיפעישן פיל שוואכער ווי 08

פון די 47 מיליאן אנאינשורד זענען 27 מיליאן נאכאלץ אנאינשורד

הימלשרייענדע פרימיום העכערונגען

הימלשרייענדע דעדאקטיבל העכערונגען

אינשורער אנטלויפן פון עקסטשעינדזשעס אין די מאסן

מיליאנען פארלירן זייער דאקטאר

מיליאנען פארלירן זייער אינשורענס

'יו קען קיעפ יור דאקטאר' געקרוינט דורך די לינקע פאליטיפעקט אלס 'ליגנט פון יאר'

עקסטשעינדזש קראכט ביים לאונטשן

איבער זיבעציג (!) מאל געטוישט אבאמאקעיר, טיילמאל אין אפענע פארלעצונג פון געשריבענע געזעץ

פארוואנדלט א סטאבילע איראק אין כאאס

אייסיס געהויבן קאפ, טעראר אטאקעס איבער די גאנצע וועלט

אסאד פייפט אויפ'ן רויטן ליין

נאכ'ן מאכל א דיעל נוצט אסאד כעמישע וואפן כמעט בקביעות

הונדערטער טויזנטער טויטע אין סיריע

גרעסטע גלאבאלע פליטים קריזיס זינט צווייטע וועלט קריג

זיך געבוקט צו רוסלאנד - איינגענומען קריימיע, זיך געמישט אין די וואלן

זיך געבוקט צו איראן - פארכאפט אמעריקאנע מאטראזן.

איראן פארכאפט געהיימע סטעלט דראון

זיך געבוקט צו קובא און באקומען טויבע דיפלאמאטן

צפון קארעא באקומט מיניטשור באמבע

כינע נעמט איין דרום כינעזער ים

אפגאניסטאן פיל ערגער ווי בעפאר

26 נעיווי סיעלס גע'הרג'עט אין טאליבאן פאסטקע

פאקיסטאן רייסט אראפ אמעריקע צוליב בין לאדין אטאקע

סטעלט העליקאפטער קראכט ביים אטאקע

נישט אינגאנצן פארניכטעט העליקאפטער, פאלט אריין אין פאקיסטאנע הענט

איראן טעסט מיסילס, פייפט אויף אמעריקע און יו ען

צפון קארעא מאכט עטליכע נוקלעארע טעסטס

צ.ק. מאכט עטליכע מיסיל טעסטס

צ.ק. לויפט טעסטס יעדע צוויי וואכן (2016)

כינעזער פרעזידענט שיקט שמש אפצואווארטן אבאמא, 'פארגעסט' רויטע קארפעט, לאזט נישט עפענען שטיגן

ליביע בירגער קריג

כאאס אין סאמאליע

אייסיס נעמט איין שטאט אין פיליפינען

מערערע סירישע פייער שטילשטאנדן געבראכן תיכף נאכן ווערן

גוואנטאנאמא בעי

אטאקע אויף קאנסול אין בענגאזי

אטאקע אין פארט הוד

'סינגל ביגעסט פעיליור' לויט'ן וואשינגטאן פאוסט - שטארק פארשארפערט ראסע באציאונגען און פאליטישע דיםערענצן אנשטאט היילן

קאורט פסקנט יונענימעסלי אז ער האט איבערגעטרויטן זיין אויטאריטעט ניין מאל - א רעקארד

נאך עטליכע מאל אנידערגעשטימט אין קאורט

נישט באוויזן קיין אימיגקאציע רעפארם

וויקיליערס ליעקט טויזנטער דיפלאמאטישע קעיבלס

וויקיליעקס ליעקט טוחזנטער געהיימע דאקומענטן

רוסלאנד העקט דנס

ווערט געפראווט שקרן - האט געאימעילט קלינטאנס פרייוועט סערווער

איי אר עס סקאנדאל

פעסט ענד פיוריעס

עריק האלדער ערשטע אמטירנדער קאבינעט מיטגליד צו ווערן געפינען שולדיג אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס

תימנ'ע ציווילע קריג

ען עס עי סקאנדאל

אויסגעמעקט הארד דרייווס אונטער סובפינע

בזיונות ווען אנטדעקוט אז שפיאנירט אויף דייטשלאנד, פראנקרייך און אנדערע פריינט

ווייערטעפד דזשורנאליסט

ארויסגעלאזט פינף מסוכנדיגע טעראריסטן אין אויסטויש צו באקומען א פאררעטער

געבראכן דאס געזעץ ביי דעם אויסטויש

קאלאראדא ריווער פארפעסטיגונג

הונדערטער ביליאנען פון די סטימולעס פארשוואונדן

דזש י עס עי גיכאפט אויסגעבן שווערע מיליאנען אויף פארטיס וכדו'

פיגפארד סקאנדאל

ווי עי

סאלינדרא

סיקרעט סערוויס סקאנדאלן

געכאפט פרובירן שווער מאכן דאס לעבן פאר אמעריקאנער ביים גאןוערמענט שאטדאון, בלויז צו שעדיגן רעפובס

נישט באוויזן אריינצושטעלן סופרים קאורט ריכטער


דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל וואס ליגט מיר אויבנאויף אין זכרון. צו ליסטן אלע איז ייכלה הזמן והם לא יכלו.

דאס אמעריקאנער פאלק איז שוין מיד פון געווינען.

סאבסיטוט
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:26 am

רוב פון דיין ליסטע זענען נישט קיין דורכפעלער, למשל: "ווייערטעפד זשונאליסט"! אדער "איבער זיבעציג (!) מאל געטוישט אבאמאקעיר, טיילמאל אין אפענע פארלעצונג פון געשריבענע געזעץ", וואס איז די דורכפאל דא? יא דו ביזט גערעגט און ער פייטשט זיך די בויך... דאס איז נישט עפעס וואס ער איז "דורכגעפאלן", און אזוי איז מיט רוב זאכן דא

אויב קענסט איבערמאכן דיין ליסטע מיט בלויז דורכפעלער ווי למשל: אסאד פייפט אויפ'ן רויטן ליין, אדער "גרעסטע מידטערם לאסס אין 72 יאר און פארלוירן קאנטראל פון קאנגרעס" דאן איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש.. כ'גיי נישט קוואוטן א תגובה און ענטפערן אויף יעדע שורה "וואס איז די דורכפאל"?....

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:30 am

אז א פרעזידענט ווערט געכאפט ביי די מעשה אונטערגראבן די יסודות פון דעמאקראטיע און וויערטעפן א דזשורנאליסט איז עס נישט קיין דורכפאל?

אז א פרעזידענטס סיגנעטשור געזעץ דארף ווערן געטוישט צענדליגער מאל איז עס נישט קיין דורכפאל?

אבער ליתר שאת האב איך ארויסגענומען אזעלכע זאכן פון די ליסטע. דא האסטו:


2010 די גרעסטע מידטערם לאסס אין 72 יאר און פארלוירן קאנטראל פון קאנגרעס

איינציגסטע צוויי טערם פרעזידענט צו געווינען צווייטע טערם מיט ווייניגער סיי פאפולער וואוטס און סיי עלעקטארעל קאלעדזש.

2014 פארלוירן קאנטראל פון סענאט

רעפובס האבן גרעסטע מערהייט אין קאנגרעס אין צענדליגער יארן

אונוער זיין פרעזידענסי זענען ארום 1100 דעמאקראטן נעישענווייד ארויסגעשטויסן געווארן דורך רעפובס, פירנדיג אז זיי זאלן קאנטראלירן 32 גאווערנרר שטולן און 68 פון די 99 סטעיט לעגיסלאטורן.

Average gdp שוואכסטע זינט צווייטע וועלט קריג

פיל העכערע פראצענט אמעריקאנער לעבן אין ארימקייט ווי אין 2008

רעקארד צאל פוד סטעמפ געניסער

געטאפלט נאציאנאלע חוב

גרנסטע צאל יונגע מענטשן לעבן אין עלטערן'ס בעיסמענט זינט גרויסע דעפרעסיע

51 פראצענט האלטן זיך מיטל קלאס, אראפ פון 63

לעיבאר פארטיסיפעישן פיל שוואכער ווי 08

פון די 47 מיליאן אנאינשורד זענען 27 מיליאן נאכאלץ אנאינשורד

הימלשרייענדע פרימיום העכערונגען

הימלשרייענדע דעדאקטיבל העכערונגען

אינשורער אנטלויפן פון עקסטשעינדזשעס אין די מאסן

מיליאנען פארלירן זייער דאקטאר

מיליאנען פארלירן זייער אינשורענס

'יו קען קיעפ יור דאקטאר' געקרוינט דורך די לינקע פאליטיפעקט אלס 'ליגנט פון יאר'

עקסטשעינדזש קראכט ביים לאונטשן

פארוואנדלט א סטאבילע איראק אין כאאס

אייסיס געהויבן קאפ, טעראר אטאקעס איבער די גאנצע וועלט

אסאד פייפט אויפ'ן רויטן ליין

נאכ'ן מאכל א דיעל נוצט אסאד כעמישע וואפן כמעט בקביעות

הונדערטער טויזנטער טויטע אין סיריע

גרעסטע גלאבאלע פליטים קריזיס זינט צווייטע וועלט קריג

זיך געבוקט צו רוסלאנד - איינגענומען קריימיע, זיך געמישט אין די וואלן

זיך געבוקט צו איראן - פארכאפט אמעריקאנע מאטראזן.

איראן פארכאפט געהיימע סטעלט דראון

זיך געבוקט צו קובא און באקומען טויבע דיפלאמאטן

צפון קארעא באקומט מיניטשור באמבע

כינע נעמט איין דרום כינעזער ים

אפגאניסטאן פיל ערגער ווי בעפאר

26 נעיווי סיעלס גע'הרג'עט אין טאליבאן פאסטקע

פאקיסטאן רייסט אראפ אמעריקע צוליב בין לאדין אטאקע

סטעלט העליקאפטער קראכט ביים אטאקע

נישט אינגאנצן פארניכטעט העליקאפטער, פאלט אריין אין פאקיסטאנע הענט

איראן טעסט מיסילס, פייפט אויף אמעריקע און יו ען

צפון קארעא מאכט עטליכע נוקלעארע טעסטס

צ.ק. לויפט טעסטס יעדע צוויי וואכן (2016)

כינעזער פרעזידענט שיקט שמש אפצואווארטן אבאמא, 'פארגעסט' רויטע קארפעט, לאזט נישט עפענען שטיגן

ליביע בירגער קריג

כאאס אין סאמאליע

אייסיס נעמט איין שטאט אין פיליפינען

מערערע סירישע פייער שטילשטאנדן געבראכן תיכף נאכן ווערן

גוואנטאנאמא בעי

אטאקע אויף קאנסול אין בענגאזי

אטאקע אין פארט הוד

'סינגל ביגעסט פעיליור' לויט'ן וואשינגטאן פאוסט - שטארק פארשארפערט ראסע באציאונגען און פאליטישע דיםערענצן אנשטאט היילן

קאורט פסקנט יונענימעסלי אז ער האט איבערגעטרויטן זיין אויטאריטעט ניין מאל - א רעקארד

נאך עטליכע מאל אנידערגעשטימט אין קאורט

נישט באוויזן קיין אימיגקאציע רעפארם

וויקיליערס ליעקט טויזנטער דיפלאמאטישע קעיבלס

וויקיליעקס ליעקט טוחזנטער געהיימע דאקומענטן

רוסלאנד העקט דנס

ווערט געפראווט שקרן - האט געאימעילט קלינטאנס פרייוועט סערווער

איי אר עס סקאנדאל

פעסט ענד פיוריעס

עריק האלדער ערשטע אמטירנדער קאבינעט מיטגליד צו ווערן געפינען שולדיג אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס

תימנ'ע ציווילע קריג

ען עס עי סקאנדאל

בזיונות ווען אנטדעקוט אז שפיאנירט אויף דייטשלאנד, פראנקרייך און אנדערע פריינט

ארויסגעלאזט פינף מסוכנדיגע טעראריסטן אין אויסטויש צו באקומען א פאררעטער

געבראכן דאס געזעץ ביי דעם אויסטויש

קאלאראדא ריווער פארפעסטיגונג

הונדערטער ביליאנען פון די סטימולעס פארשוואונדן

דזש י עס עי גיכאפט אויסגעבן שווערע מיליאנען אויף פארטיס וכדו'

פיגפארד סקאנדאל

ווי עי

סאלינדרא

סיקרעט סערוויס סקאנדאלן

געכאפט פרובירן שווער מאכן דאס לעבן פאר אמעריקאנער ביים גאןוערמענט שאטדאון, בלויז צו שעדיגן רעפובס

נישט באוויזן אריינצושטעלן סופרים קאורט ריכטער


צופרידן?
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום מיטוואך ינואר 03, 2018 6:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סאבסיטוט
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:33 am

קענסט אפשר מאכן א ליסטע פון סקאנדאלן (כאטש שוואכע), כ'גיב דיר פשוט מיין בליק, לויט ווי עס שיינט מיר קלאפט זיך עפעס נישט צוזאם די סענטענס מיט די ווארט דורכפאל

אבער טוה וויאזוי דו פארשטייסט...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 6:36 am

זיי'טשע ביטע שיין מסביר דיין בקשה. וועלכע פון די סקאנדאלן אויף די ליסטע זענען נישט קיין דורכפאל?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:37 am

סאבסיטוט האט געשריבן:קענסט אפשר מאכן א ליסטע פון סקאנדאלן (כאטש שוואכע), כ'גיב דיר פשוט מיין בליק, לויט ווי עס שיינט מיר קלאפט זיך עפעס נישט צוזאם די סענטענס מיט די ווארט דורכפאל

אבער טוה וויאזוי דו פארשטייסט...

קלארשטעלונג. מיטן ווארט דורכפאל באציעך מיר אויף אן ארטיקל פון כאפצעם, מיט וואס ער האט געעפענט דעם אשכול אפצייכנונג 1 יאר טראמפ
...!!!JOBS JOBS JOBS

סאבסיטוט
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:41 am

משהזוךמיר האט געשריבן:2010 די גרעסטע מידטערם לאסס אין 72 יאר און פארלוירן קאנטראל פון קאנגרעס

אונטער זיין פרעזידענסי זענען ארום 1100 דעמאקראטן נעישענווייד ארויסגעשטויסן געווארן דורך רעפובס

רעפובס האבן גרעסטע מערהייט אין קאנגרעס אין צענדליגער יארן

אלעס זעלבע זאך

משהזוךמיר האט געשריבן:איינציגסטע צוויי טערם פרעזידענט צו געווינען צווייטע טערם מיט ווייניגער סיי פאפולער וואוטס און סיי עלעקטארעל קאלעדזש.

געווינען אין א לענדסלייד סיי אין פאפולער און סיי אין עלעקטארל ביידע מאל, סאו שוואכע דורכפאל..

משהזוךמיר האט געשריבן:2014 פארלוירן קאנטראל פון סענאט

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:Average gdp שוואכסטע זינט צווייטע וועלט קריג

פיל העכערע פראצענט אמעריקאנער לעבן אין ארימקייט ווי אין 2008

רעקארד צאל פוד סטעמפ געניסער

געטאפלט נאציאנאלע חוב

גרנסטע צאל יונגע מענטשן לעבן אין עלטערן'ס בעיסמענט זינט גרויסע דעפרעסיע

51 פראצענט האלטן זיך מיטל קלאס, אראפ פון 63

לעיבאר פארטיסיפעישן פיל שוואכער ווי 08

אלעס רעזולטאטן פונעם רעסעשאן, בוש'ס דורכפאל

משהזוךמיר האט געשריבן:פון די 47 מיליאן אנאינשורד זענען 27 מיליאן נאכאלץ אנאינשורד
סהאט קיינמאל נישט געהייסן דאס גייט קאווערן יעדעם, סאיז נישט סינגל פעיער..

משהזוךמיר האט געשריבן:הימלשרייענדע פרימיום העכערונגען, הימלשרייענדע דעדאקטיבל העכערונגען, מיליאנען פארלירן זייער דאקטאר,

ריכטיג
משהזוךמיר האט געשריבן:אינשורער אנטלויפן פון עקסטשעינדזשעס אין די מאסן

בעסיקלי נאר אין רעפובליקען סטעיטס, און די סיבה זינגט פאר זיך

משהזוךמיר האט געשריבן:מיליאנען פארלירן זייער אינשורענס

פארלירן אינשורענס איז שוין אינקלודעט אין די פריערדיגע הויעכע פרימיומס

משהזוךמיר האט געשריבן:'יו קען קיעפ יור דאקטאר' געקרוינט דורך די לינקע פאליטיפעקט אלס 'ליגנט פון יאר'
ליגענט איז נישט קיין דורכפאל

משהזוךמיר האט געשריבן:עקסטשעינדזש קראכט ביים לאונטשן
הממ.. זאל זיין, דורכפאל..

משהזוךמיר האט געשריבן:פארוואנדלט א סטאבילע איראק אין כאאס
און דערנאך צוריק אויפגעבויעט, סאו סאיז אן אויסגעגראטע דורכפאל

משהזוךמיר האט געשריבן:אייסיס געהויבן קאפ, טעראר אטאקעס איבער די גאנצע וועלט
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:אסאד פייפט אויפ'ן רויטן ליין
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:נאכ'ן מאכל א דיעל נוצט אסאד כעמישע וואפן כמעט בקביעות
שטוצים והבלים.. איינמאל געניצט אין א פיצי אטאקע, אבער דאס קענסטו אויך רעכענען

משהזוךמיר האט געשריבן:הונדערטער טויזנטער טויטע אין סיריע
ער איז נישט זייער פרעזידענט

משהזוךמיר האט געשריבן:גרעסטע גלאבאלע פליטים קריזיס זינט צווייטע וועלט קריג

די גאנצע וועלטס דורכפאל, גארנישט מיט אים ספעציפיש..

משהזוךמיר האט געשריבן:זיך געבוקט צו רוסלאנד - איינגענומען קריימיע, זיך געמישט אין די וואלן

קריימיע האט קיינער נישט געהאלטן קומט זיך פאר אוקריינע אויב פיצן זיי זיך אפ פון רוסלאנד, און די סאנקציעס האט געהאלפן רוסלאנד זאל זיך טאקע אפשטעלן דארט. פון די אנדערע זייט איז דא די מעכטיגע סוקסעס אז אוקריינע האט איבערגעלאזט די רוסן און אריבערגעקומען צו אמעריקא'ס זייט, סאו די געווינס וועגט איבער פילפאכיג

משהזוךמיר האט געשריבן:זיך געבוקט צו איראן - פארכאפט אמעריקאנע מאטראזן.
א דורכפאל פאר די לויזע סאלדאטן פאר אריינדרייוון אין יענעמס טעריטאריע, און א סוקסעס פאר אבאמא ווי שנעל ער האט געברענגט די סיטואציע אנדער קאנטראל

משהזוךמיר האט געשריבן:איראן פארכאפט געהיימע סטעלט דראון

מיינסט מסתמה טשיינע

משהזוךמיר האט געשריבן:זיך געבוקט צו קובא און באקומען טויבע דיפלאמאטן
אפגעהאקט א נארישע 70 יאריגע פייט וואס האהט אונז גארנישט געברענגט נאר געשטערט אמעריקאנע ביזנעסער, טויבע דיפלאמאטן? נישטא קיין שום עווידענס סהאט עפעס מיט קיובא

משהזוךמיר האט געשריבן:צפון קארעא באקומט מיניטשור באמבע

א גאר שלעכטע זאך, אבער אויב איז עס נישט געווען א קאמפ וואס אבאמא האט זיך קעגנגעשטעלט איז עס נישט קיין "דורכפאל"

משהזוךמיר האט געשריבן:כינע נעמט איין דרום כינעזער ים
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:אפגאניסטאן פיל ערגער ווי בעפאר

בכלל נישט געווען בעסער פארדעם און סאיז אן אנווינעבל מלחמה עניוועי, שאד די שפייעכץ..

משהזוךמיר האט געשריבן:26 נעיווי סיעלס גע'הרג'עט אין טאליבאן פאסטקע

דאס איז א רעגולער קאמבאט פארלוסט, דורכפאל פאר די מיליטער

משהזוךמיר האט געשריבן:פאקיסטאן רייסט אראפ אמעריקע צוליב בין לאדין אטאקע

זאלן זיי רייסן... הו קעירס... א דורכפאל פאר זיי אז זיי רייסן זיך נעבאך איבער...

משהזוךמיר האט געשריבן:סטעלט העליקאפטער קראכט ביים אטאקע

שרעקליכע דורכפאל

משהזוךמיר האט געשריבן:נישט אינגאנצן פארניכטעט העליקאפטער, פאלט אריין אין פאקיסטאנע הענט

מיט אזוינע דורכפעלער ווער ברויך נאך סוקסעס... כהאף מהאט עטליעסט עפעס אויפגעטוהן ביי יענע מיסיע..

משהזוךמיר האט געשריבן:איראן טעסט מיסילס, פייפט אויף אמעריקע און יו ען

אויף די גאנצע וועלט, גארנישט מיט אמעריקא, אבאמא האט נישט געקעירט

משהזוךמיר האט געשריבן:צפון קארעא מאכט עטליכע נוקלעארע טעסטס

זעלבע תירוץ ווי אויבן שוין געענטפערט

משהזוךמיר האט געשריבן:צ.ק. לויפט טעסטס יעדע צוויי וואכן (2016)

ווייסעך נישט וער צ.ק. איז און וואס לויפן טעסטס מיינט

משהזוךמיר האט געשריבן:כינעזער פרעזידענט שיקט שמש אפצואווארטן אבאמא, 'פארגעסט' רויטע קארפעט, לאזט נישט עפענען שטיגן

ריכטיג, אבער עטליעסט האט מען אים איינגעליידענט און סאיז סוכ"ס א שונא, אנדערש ווי אין ענגלאנד א פריינט אונזערע ווי מ'לאזט דעם היינטיגן טראמפ ניטאמאל אריין..

משהזוךמיר האט געשריבן:ליביע בירגער קריג

מישט אביסל, די עצם בירגער קריג האט ער אפגעשטעלט מיט מיליטערישע אינטערווענשאן, נאר גערעכט אז סקאיז ווייטער געבליבן אביסל אומסטאביל

משהזוךמיר האט געשריבן:כאאס אין סאמאליע

הו קעירס


משהזוךמיר האט געשריבן:אייסיס נעמט איין שטאט אין פיליפינען

פארנ עטליכע שעה.. א פלאפ פאר אבאמא'ס שונא דער פיליפינער דראג מערדער פרעזידענט...

משהזוךמיר האט געשריבן:מערערע סירישע פייער שטילשטאנדן געבראכן תיכף נאכן ווערן

חזרה פון אויבן

משהזוךמיר האט געשריבן:גוואנטאנאמא בעי

האט מען געסטאפט וואטערבאורדינג און מהאט עס האלב צוגעמאכט, סוקסעס

משהזוךמיר האט געשריבן:אטאקע אויף קאנסול אין בענגאזי

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:אטאקע אין פארט הוד
און שיסערייען אין טשיקאגא,באלטימאר,לואיזיאנא וכו'..

משהזוךמיר האט געשריבן:'סינגל ביגעסט פעיליור' לויט'ן וואשינגטאן פאוסט - שטארק פארשארפערט ראסע באציאונגען און פאליטישע דיםערענצן אנשטאט היילן
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:קאורט פסקנט יונענימעסלי אז ער האט איבערגעטרויטן זיין אויטאריטעט ניין מאל - א רעקארד
נישט געווען קיין 9 סופרים קאורט פסקים, נידעריגע געריכטן ווייס מיר שוין האט יעדער זיין פעיוואריט דזשאדזש..

משהזוךמיר האט געשריבן:נאך עטליכע מאל אנידערגעשטימט אין קאורט

חזרה

משהזוךמיר האט געשריבן:נישט באוויזן קיין אימיגקאציע רעפארם

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:וויקיליערס ליעקט טויזנטער דיפלאמאטישע קעיבלס
וואס האט עס מיט אים..

משהזוךמיר האט געשריבן:וויקיליעקס ליעקט טויזנטער געהיימע דאקומענטן

אז מ'מוז יעדע דיטעיל אין די זעלבע מעשה צעשפרייטן פאר עקסטערע דורכפעלער איז נישט קיין סימן פון שטיין גוט...

משהזוךמיר האט געשריבן:רוסלאנד העקט דנס

ריכטיג, און פארדעם קריגן זיי געבראטענע סאנקציעס

משהזוךמיר האט געשריבן:ווערט געפראווט שקרן - האט געאימעילט קלינטאנס פרייוועט סערווער
איז נישט קיין שום עווידענס ער האט געוויסט וואסערע סערווער סאיז..

משהזוךמיר האט געשריבן:איי אר עס סקאנדאל

א דורכפאל פאר די קאנסערוואטיווע גרופעס וואס האבן נעבאך צאמגעליטן, אוער טאטס ענד פרעיערס גאו אוט טו דעיר פעמיליס

משהזוךמיר האט געשריבן:פעסט ענד פיוריעס

ווי געזאגט, סקאנדאלן און דורכפעלער זענען צוויי אנדערע משפחות

משהזוךמיר האט געשריבן:ען עס עי סקאנדאל

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:ארויסגעלאזט פינף מסוכנדיגע טעראריסטן אין אויסטויש צו באקומען א פאררעטער


משהזוךמיר האט געשריבן:געבראכן דאס געזעץ ביי דעם אויסטויש

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:עריק האלדער ערשטע אמטירנדער קאבינעט מיטגליד צו ווערן געפינען שולדיג אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:דזש י עס עי גיכאפט אויסגעבן שווערע מיליאנען אויף פארטיס וכדו'

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:פיגפארד סקאנדאל

כווייס ניש וואס דעס איז אבער סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:ווי עי

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:תימנ'ע ציווילע קריג
שוין פון 2004, דורכפאל פאר בוש

משהזוךמיר האט געשריבן:בזיונות ווען אנטדעקוט אז ען עס עי שפיאנירט אויף דייטשלאנד, פראנקרייך און אנדערע פריינט

א דורכפאל פאר די ען עס עי

משהזוךמיר האט געשריבן:סאלינדרא

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:סיקרעט סערוויס סקאנדאלן

סעים

משהזוךמיר האט געשריבן:קאלאראדא ריווער פארפעסטיגונג

א דורכפאל פאר קאלאראדא..

משהזוךמיר האט געשריבן:נישט באוויזן אריינצושטעלן סופרים קאורט ריכטער

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:הונדערטער ביליאנען פון די סטימולעס פארשוואונדן

רעדיך איין... ער האט זיך מחי געווען דערמיט.. סוקסעס!


צופרידן?[/quote]

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: און ערגעץ נישט

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 03, 2018 7:51 am

סאבסיטוט האט געשריבן:קענסט אפשר מאכן א ליסטע פון סקאנדאלן (כאטש שוואכע), כ'גיב דיר פשוט מיין בליק, לויט ווי עס שיינט מיר קלאפט זיך עפעס נישט צוזאם די סענטענס מיט די ווארט דורכפאל

אבער טוה וויאזוי דו פארשטייסט...

גארנישט ווערט נישט קיין סקאנדאל בלויז מיטן פאקט אז די מידיא ספינט ארום דערמיט. א סקאנדאל מיינט א סקאנדאל! די מידיא איז לאו דוקא נוגע ווען ס׳איז טאקע דא א סקאנדאל.
נישט לאו דוקא, נאר דוקא לאו.
א דורכפאל איז מער א געשעעניש, און א סקאנדאל איז א פראבלעם.
יעצט, ווילסטע גרינדן א באזינדערן אשכול אויף אבאמא סקאנדאל׳ן? כ׳מיין אז די ווילסט נישט
...!!!JOBS JOBS JOBS

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:35 am

משהזוךמיך, א מאדנע דורכפאל זיין צווייטע אלעקשענס.

די ערשטע האט ער געווינען מיט א רעקארד ברעכענדע נומער, 10 מיליאן! פאפולערע וואוט׳ס מער פון מקעין. 365 אלעקטארעלס.

די צווייטע אלעקשענס מיט פינעף מיליאן וואוטס מער פון ראמני. 332 אלעקטארעלס.

אין קאנטראסט צו דעם, בוש השני האט ביי זיין צווייטע טערמין געווינען מיט 3 מיליאן וואוט׳ס מער (הילערי׳ס נומער 2016). און בלויז 286 אלעקטארעלס.

בוש הראשון, פארלוירן א צווייטע טערמין.
קארטער, פארלוירן א צווייטע טערמין.
דזשאנסאן, נישט געלאפן א צווייטע טערמין.
קענעדי, געשאסן געווארן ביים סוף פון זיין ערשטע טערמין.

ניקסאן האט געווינען גרעסער ביי זיין צווייטע טערמין, און די סיבה ווייסט יעדער איינער, ער האט מהאי טעמא געדארפט רעזעגנירן.

בלייב מיר מיט פרעזידענט רעיגען און קלינטאן וואס האבן פארברייטערט זייער געווינס ביים צווייטן מאל, רעיגען 17 מיליאן מער פון מאנדעל, קלינטאן אכט מיליאן מער ווי באב דאול.

אלזא, צו זאגן ״דער איינציגסטער צוויי טערמיניגער פרעזידענט צו פארלירן פאפולערע און אלעקטארעלס״, איז ליגענט, און זייער נעריש.

עס איז כמעט א ניי געמאכטע פאקט.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:38 am

חוץ מזה שטימט אלעס?

יעצט צו דיין פראגע, די יו עס איז נישט געשאפן געווארן אין די צווייטע העלפט פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:42 am

איך האב נאך נישט דורעכגעליינט אלעס, איך בין סטאק געבליבן ביי דעם.

אודאי איז אמעריקע נישט געגרינדעט געווארן ביים צוואנסיגסטן יאר הונדערט, איך האב אבער בלויז אנגעכאפט די מאדערענע היסטאריע.

אבער אז דו ווילסט זייער שטארק קען איך גיין למעלה בקודש.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

סאבסיטוט
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מיטוואך ינואר 03, 2018 8:45 am

בוידעם האט געשריבן:משהזוךמיך, א מאדנע דורכפאל זיין צווייטע אלעקשענס.

די ערשטע האט ער געווינען מיט א רעקארד ברעכענדע נומער, 10 מיליאן! פאפולערע וואוט׳ס מער פון מקעין. 365 אלעקטארעלס.

די צווייטע אלעקשענס מיט פינעף מיליאן וואוטס מער פון ראמני. 332 אלעקטארעלס.

און נאך אלץ די מערטסע וואוטס אין היסטארי..

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 03, 2018 9:26 am

משהזוךמיר האט געשריבן:איינציגסטע צוויי טערם פרעזידענט צו געווינען צווייטע טערם מיט ווייניגער סיי פאפולער וואוטס און סיי עלעקטארעל קאלעדזש.

פרעזידענט עף. די. אר.
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

Kiwi
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 1:06 am

תגובהדורך Kiwi » מיטוואך ינואר 03, 2018 9:35 am

געשטימט פאר סוקסעס!
ענדליך א פרעזידענט צום זאך.
ערשטע פרעזידענט כאטש צו פילן אז ער ארבעט פאר אונז!
ערשטע פרעזידענט וואס געזאגט און געטוהן און געטוהן און געזאגט!
ערשטע פרעזידענט וואס שרעקט נישט צו זאגן א מיינוג!
שרעקט נישט צו זאגן קעגן די מידיע!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 10:31 am

מנהלים, אפשר איז כדאי אפצוטיילן דעם שמועס פון דא און לייגן אין אבאמא אשכול, אדער מעגליך מאכן אן אשכול פאר זיך, נישט צו שטערן דעם נושא האשכול.

די יסודות פון 'דורכפאל' איז, ווי קליינטשיגער האט געשריבן, אוועקגעשטעלט געווארן דורך כאפצעם (עט ליעסט אין דעם ספעציפישן שמועס). אין דעם איז אריינגערעכנט: עקאנאמיע (אפי' אינ'ם ערשטן יאר, כ"ש א ממוצע פון אלע אכט), עניטינג וואס פארשעמט דעם פרעזידענט, געווארן אפגעשטעלט דורך קאורט, סקאנדאלן, מיליטערישע אפעראציעס וואס קאסטן לעבנס - אפי' אויב דער עצם מיסיע איז געקרוינט מיט א שטארקע סוקסעס (ע"י תימן רעיד), ועוד זאכן וואס ביי מיר אבאמא האסטו פלוצלונג דעסיידע אז עס האט נישט מיט'ן פרעזידענט.

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:1) 2010 די גרעסטע מידטערם לאסס אין 72 יאר און פארלוירן קאנטראל פון קאנגרעס

2) אונטער זיין פרעזידענסי זענען ארום 1100 דעמאקראטן נעישענווייד ארויסגעשטויסן געווארן דורך רעפובס

3) רעפובס האבן גרעסטע מערהייט אין קאנגרעס אין צענדליגער יארן

אלעס זעלבע זאך
דאס איז א טעות (?) וואס דו מאכסט איינמאל אין נאכאמאל במשך די תגובה. עס קען זיין צען דורכפעלער אין איין נקודה, פונקט ווי דו האסט אויסגערעכנט עטליכע פראוויזשענס פון טעקס הבטחות וואס ער האט נישט מקיים געווען. אסאך מאל שרייבסטו עס ביי זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות איינס מיט די אנדערע, א שטייגער ווי צאמשטעלן א פארלוסט אין קאנגרעס מיט סטעיט פארלוסטן.
אלזא, נומער צוויי וואס רעדט פון סטעיט פארמעסטן איז פשוט אז עס איז באזונדער. עמיר דיר נאכגעבן אז איינס און דריי זענען איין זאך.


משהזוךמיר האט געשריבן:4) איינציגסטע צוויי טערם פרעזידענט צו געווינען צווייטע טערם מיט ווייניגער סיי פאפולער וואוטס און סיי עלעקטארעל קאלעדזש.

געווינען אין א לענדסלייד סיי אין פאפולער און סיי אין עלעקטארל ביידע מאל, סאו שוואכע דורכפאל..
לענדסלייד ארויף לענדסלייד אראפ, ער איז דער ערשטער צוויי טערמיניגער פרעזידענט אין היסטאריע צו זיין ווייניגער פאפולער ביים ריעלעקשאן ווי ביין איינשווערן.

משהזוךמיר האט געשריבן:5) 2014 פארלוירן קאנטראל פון סענאט

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:6) Average gdp שוואכסטע זינט צווייטע וועלט קריג

7) פיל העכערע פראצענט אמעריקאנער לעבן אין ארימקייט ווי אין 2008

8) רעקארד צאל פוד סטעמפ געניסער

9) געטאפלט נאציאנאלע חוב

10) גרנסטע צאל יונגע מענטשן לעבן אין עלטערן'ס בעיסמענט זינט גרויסע דעפרעסיע

11) 51 פראצענט האלטן זיך מיטל קלאס, אראפ פון 63

12) לעיבאר פארטיסיפעישן פיל שוואכער ווי 08

אלעס רעזולטאטן פונעם רעסעשאן, בוש'ס דורכפאל
זאג, דו מאכסט חוזק? אכט יאר ריקאווערי האלט מען נאך ביי שוואכערע נומערן ווי ביים ריסעשאן זעלבסט און עס איז בוש'ס שולד? וואו איז אבאמא'ס מעכטיגער עקאנאמי וואו? דו האלסט טאקע דערוילעם דא איז אזוי פארטעמפט?

משהזוךמיר האט געשריבן:13) פון די 47 מיליאן אנאינשורד זענען 27 מיליאן נאכאלץ אנאינשורד
סהאט קיינמאל נישט געהייסן דאס גייט קאווערן יעדעם, סאיז נישט סינגל פעיער..


משהזוךמיר האט געשריבן:14) הימלשרייענדע פרימיום העכערונגען, הימלשרייענדע דעדאקטיבל העכערונגען, מיליאנען פארלירן זייער דאקטאר,

ריכטיג
משהזוךמיר האט געשריבן:15) אינשורער אנטלויפן פון עקסטשעינדזשעס אין די מאסן

בעסיקלי נאר אין רעפובליקען סטעיטס, און די סיבה זינגט פאר זיך
ניו יארק לדוגמא איז א דעמאקראטישע סטעיט?
משהזוךמיר האט געשריבן:16) מיליאנען פארלירן זייער אינשורענס

פארלירן אינשורענס איז שוין אינקלודעט אין די פריערדיגע הויעכע פרימיומס
נישט ריכטיג. איך רעד פון די זעקס+ מיליאן וואס האבן שוין געהאט אינשורענס און וועמענס פלען אבאמא האט פשוט און פראסט געקענסלט.

משהזוךמיר האט געשריבן:17) 'יו קען קיעפ יור דאקטאר' געקרוינט דורך די לינקע פאליטיפעקט אלס 'ליגנט פון יאר'
ליגענט איז נישט קיין דורכפאל
לויט כאפצעם איז אפי' א ליגנט וואס מאכט נישט אויס (א שטייגער ווי גרויס די טעקס קאטס זענען אין קאמפעריסאן צו אנדערע קאטס) א דורכפאל, כ"ש א ליגנט איבער די יסוד פון א געזעץ

משהזוךמיר האט געשריבן:18) עקסטשעינדזש קראכט ביים לאונטשן
הממ.. זאל זיין, דורכפאל..
דו טוסט מיר א טובה אז דו ביזט מודה אין א דורכפאל, וואס?

משהזוךמיר האט געשריבן:19) פארוואנדלט א סטאבילע איראק אין כאאס
און דערנאך צוריק אויפגעבויעט, סאו סאיז אן אויסגעגראטע דורכפאל
מאכט עס נישט אויס דורכפאל, איבעעהויפט ווען עס ווייזט אויף א דורכגעפאלענע סטראטעטיע מעיקרא (ארויסלויפן פון איראק).

משהזוךמיר האט געשריבן:20) אייסיס געהויבן קאפ, טעראר אטאקעס איבער די גאנצע וועלט
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:21) אסאד פייפט אויפ'ן רויטן ליין
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:22) נאכ'ן מאכל א דיעל נוצט אסאד כעמישע וואפן כמעט בקביעות
שטוצים והבלים.. איינמאל געניצט אין א פיצי אטאקע, אבער דאס קענסטו אויך רעכענען
שרייען שטותים טוישט נישט די פאקטן. קוק אויף וויקיפעדיע א ליסטע פון צענדליגער אטאקעס שוין נאך די דיעל. (און דאס איז שוין א מדריגה ארויף פון נעכטן ווען דו האסט גענצליך געלייקנט אז אסאד האט נאך גענוצט כעמישע וואפן אונטער אבאמא)

משהזוךמיר האט געשריבן:23) הונדערטער טויזנטער טויטע אין סיריע
ער איז נישט זייער פרעזידענט
ער האט כלומר'שט געדארפט 'לידן די וועלט פראם ביהיינד', וזה פריה - א מיאוס'ע דורכפאל פאר זיין גלאבאלע סטראטעגיע.

משהזוךמיר האט געשריבן:24) גרעסטע גלאבאלע פליטים קריזיס זינט צווייטע וועלט קריג

די גאנצע וועלטס דורכפאל, גארנישט מיט אים ספעציפיש..
כנ"ל, ווייזט ווי געלונגען לידינג פראם ביהיינד האט ארבעט.

משהזוךמיר האט געשריבן:25) זיך געבוקט צו רוסלאנד - איינגענומען קריימיע, זיך געמישט אין די וואלן

קריימיע האט קיינער נישט געהאלטן קומט זיך פאר אוקריינע אויב פיצן זיי זיך אפ פון רוסלאנד, און די סאנקציעס האט געהאלפן רוסלאנד זאל זיך טאקע אפשטעלן דארט. פון די אנדערע זייט איז דא די מעכטיגע סוקסעס אז אוקריינע האט איבערגעלאזט די רוסן און אריבערגעקומען צו אמעריקא'ס זייט, סאו די געווינס וועגט איבער פילפאכיג
קומט ארויף קומט אראפ, ס'דא אינטערנאציאנאלע געזעצן וויאזוי מען טיילט זיך אפ פון א לאנד. רוסלאנד האט געפיפן אויף אלעם און איינגענומען מיט מאכט, צו דו ווילסט צו נישט.
און ווען דו וועסט וויסן פונקטליך וואו עס שטעקט די 'מעכטיגע סוקסעס' אז דאס ארים, אומבאהאלפן לענדל אוקראינע איז געקומען וויינען אז אמעריקע זאל זיי ראטעווען פון דעם רוסישן בער און וואס גענוי אמעריקע פארדינט דערפון, עליך טרייען צו פארשטיין וויאזוי דאס וועגט איבער דער פאקט אז די צווייט גרעסטע וועלט מאכט האט אפיציעל דערקלערט מיטלאלטער און כאפט שטחים מיט מאכט.


משהזוךמיר האט געשריבן:26) זיך געבוקט צו איראן - פארכאפט אמעריקאנע מאטראזן.
א דורכפאל פאר די לויזע סאלדאטן פאר אריינדרייוון אין יענעמס טעריטאריע, און א סוקסעס פאר אבאמא ווי שנעל ער האט געברענגט די סיטואציע אנדער קאנטראל
איה"נ אז די עצם מעשה איז נישט זיין שולד, אבער די וועג ווי איראן האט אים געשפיגן אין פנים (פארשפרייט בילדער פון די מאטראזן מיט די הענט איבער די קעפ,באערט די איראנער זעלנער מיט מעדאלן מיט גרויס פאמפע) איז א גרויסער דורכפאל פאר זיין אפיזמענט סטראטעגיע.
בילד

משהזוךמיר האט געשריבן:27) איראן פארכאפט געהיימע סטעלט דראון

מיינסט מסתמה טשיינע
איך מיין וואס איך זאג. קען זיין דו ביזט צו יונג צו געדענקען, אבער אין DECEMBER 4 2011 האט איראן פארכאפט א העכסט געהיימע RQ-170 סטעלט דראון פון אמעריקע.

משהזוךמיר האט געשריבן:28) זיך געבוקט צו קובא און באקומען טויבע דיפלאמאטן
אפגעהאקט א נארישע 70 יאריגע פייט וואס האהט אונז גארנישט געברענגט נאר געשטערט אמעריקאנע ביזנעסער, טויבע דיפלאמאטן? נישטא קיין שום עווידענס סהאט עפעס מיט קיובא
מענטשן רעכט פארלעצונגען איז ביי דיר נישט קיין עולה. סאו לייג אריין 'נישט באווייזן צוריקצושטעלן באציאונגען מיט ווענעזועלא' אנשטאט.
די סאנקציעס האבן גאר געשאדט פאר אמעריקאנער ביזנעסער? דו ווייסט ווען מען האט געלייגט די סאנקציעס? ווען דער שעפעלע קובא האט גערויבט אלע אמעריקאנער ביזנעסער אין לאנד! וואסארא ביזנעסער שאדט עס? הא?
און אז מען רעדט שוין פון פאליסי'ס וואס ברענגען גארנישט, וואס האט אמעריקע פארדינט פון אבאמא'ס קובא פאליסי (אויסער אז קאסטרא האט זיך אוועקגעדרייט פון אבאמא)?

טויבע דיפלאמאטן - נישטא קיין שום עווידענס אז עס האט מיט קובא. מסתמא האט עס דער לאקאלער חב"ד שליח געטון.

משהזוךמיר האט געשריבן:29) צפון קארעא באקומט מיניטשור באמבע

א גאר שלעכטע זאך, אבער אויב איז עס נישט געווען א קאמפ וואס אבאמא האט זיך קעגנגעשטעלט איז עס נישט קיין "דורכפאל"
פיין האט ער פארפירט, פארדאמט, געלייגט סאנקציעס, געפירט געשפרעכן, און אפי' גענוצט זיין 'ספעשעל טול' אפיזמענט - געשיקט א הארציגע בריוועלע צו קים יאנג אן, און דער האט זיך צוליב מיסטעריעזע סיבות נישט גערעכנט קיין סאך דערמיט

משהזוךמיר האט געשריבן:30) כינע נעמט איין דרום כינעזער ים
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:31) אפגאניסטאן פיל ערגער ווי בעפאר

בכלל נישט געווען בעסער פארדעם און סאיז אן אנווינעבל מלחמה עניוועי, שאד די שפייעכץ..
אויב איז עס אנווינעבל דזשאסט טאנץ ארויס פון דארט. בלייבן אין די בלאטע און צוגיסן זאמד מיט וואסער איז א דורכפאל.

משהזוךמיר האט געשריבן:32) 26 נעיווי סיעלס גע'הרג'עט אין טאליבאן פאסטקע

דאס איז א רעגולער קאמבאט פארלוסט, דורכפאל פאר די מיליטער
ס'נאך עניטיים אזא דורכפאל ווי דער תימן רעיד וואס איז געווען א סוקסעס טראץ די טויטפעלער.
מער ספעציפיש, אונטער אבאמא האט יעדע קליינטשיגע מיסיע געמוזט ווערן עפראווד דורכן ווייסן הויז, כ"ש אזא ערנסט זאך ווי שיקן א גאנצע העליקאפטער מיט נעיווי סיעלס. ביי טראמפ, וואס לאזט קאלאנעלן אליינס פאסן באשלוסן, וואלט מען געקענט דן זיין צו עס איז א דורכפאל צו נישט.


משהזוךמיר האט געשריבן:33) פאקיסטאן רייסט אראפ אמעריקע צוליב בין לאדין אטאקע

זאלן זיי רייסן... הו קעירס... א דורכפאל פאר זיי אז זיי רייסן זיך נעבאך איבער...
מ"ש פון די יו ען וואוט?

משהזוךמיר האט געשריבן:34) סטעלט העליקאפטער קראכט ביים אטאקע

שרעקליכע דורכפאל

משהזוךמיר האט געשריבן:35) נישט אינגאנצן פארניכטעט העליקאפטער, פאלט אריין אין פאקיסטאנע הענט

מיט אזוינע דורכפעלער ווער ברויך נאך סוקסעס... כהאף מהאט עטליעסט עפעס אויפגעטוהן ביי יענע מיסיע..
איך זעה אז דו כאפסט נישט די סקאופ פון דעם דורכפאל. דאס האט גורם געווען אז דער העכסט געהיימער געצייג וואס די וועלט האט ניטאמאל געוואוסט אז עס עקזיסטירט, איז געווארן פובליק אינפאו. בילדער דערפון זענעם ארומגעפארן איבער די גאנצע וועלט, געבנדיג פאר כינע, רוסלאנד וכו' אן אריינבליק אין די יסודות פון דעם כלי. געוויסע האבן אפי' שפעקולירט אז פאקיסטאן האט געגעבן צוטירט פאר כינע עס צו באטראכן און נעמען סעמפלס פאר'ן עס צוריקגעבן נאך עטליכע וואכן.

משהזוךמיר האט געשריבן:36) איראן טעסט מיסילס, פייפט אויף אמעריקע און יו ען

אויף די גאנצע וועלט, גארנישט מיט אמעריקא, אבאמא האט נישט געקעירט
פיין האט ער געקערט. געסטראשעט, געלייגט סאנקציעס, און אפי' געלייגט סאנקציעס דערוועגן נאכ'ן איראן דיעל!

משהזוךמיר האט געשריבן:37) צפון קארעא מאכט עטליכע נוקלעארע טעסטס

זעלבע תירוץ ווי אויבן שוין געענטפערט
שוין געענטפערט דארט

משהזוךמיר האט געשריבן:38) צ.ק. לויפט טעסטס יעדע צוויי וואכן (2016)

ווייסעך נישט וער צ.ק. איז און וואס לויפן טעסטס מיינט
צפון קארעא האט אנגעהויבן טעסטן מיסילס יעדע צוויי וואכן בקביעות, אנגעהויבן אנהייב 2016. דאס איז א דורכפאל פאר אבאמא'ס פראוון זיי אפצושטעלן.

משהזוךמיר האט געשריבן:39) כינעזער פרעזידענט שיקט שמש אפצואווארטן אבאמא, 'פארגעסט' רויטע קארפעט, לאזט נישט עפענען שטיגן

ריכטיג, אבער עטליעסט האט מען אים איינגעליידענט און סאיז סוכ"ס א שונא, אנדערש ווי אין ענגלאנד א פריינט אונזערע ווי מ'לאזט דעם היינטיגן טראמפ ניטאמאל אריין..
אין אייזענהאוער האט אויך געהאט א פלאפ ווען בלא בלא בלא בלא. עס איז א פלאפ פאר אבאמא, פיריעד.

משהזוךמיר האט געשריבן:40) ליביע בירגער קריג

מישט אביסל, די עצם בירגער קריג האט ער אפגעשטעלט מיט מיליטערישע אינטערווענשאן, נאר גערעכט אז סקאיז ווייטער געבליבן אביסל אומסטאביל
אויף וועלכען פלאנעט לעבסטו? "די עצם בירגער קריג האט ער אפגעשטעלט מיט מיליטערישע אינטערוועץ? אינטערווענץ??? געשאסן אפאר מיסילס, געלאזט קאדאפי (וואס האט זיך אגב שיין צוגעשטעלט די לעצטע תקופה פון זיין לעבן) פגר'ן און שוין! (לקיים מה שנאמר נישט איבער'חזר'ן טעותים פון איראק.) וואס גענוי האט ער אפגעשטעלט? וואס גענוי האט ער אינטערווענירט?
ווידער געבליבן אביסל סטאביל? פיר גאווערמענטס מיט אייסיס איז 'אביסל אומסטאביל'?

משהזוךמיר האט געשריבן:41) כאאס אין סאמאליע

הו קעירס
אין קעיס דו ווייסט נישט, רוב ים רויבער זענען סטאנציאנירט אין סאמאליע, און כאאס אין לאנד מיינט אויטאמאטיש כאאס אויפ'ן גאלף אף אדען - וואו א ריזיגע טייל פון די וועלט'ס סחורה ווערט טראנספארטירט טעגליך.

משהזוךמיר האט געשריבן:42) אייסיס נעמט איין שטאט אין פיליפינען

פארנ עטליכע שעה.. א פלאפ פאר אבאמא'ס שונא דער פיליפינער דראג מערדער פרעזידענט...
גראדע איז עס געשען אונטער טראמפ. מיי מיסטעיק.

משהזוךמיר האט געשריבן:43) מערערע סירישע פייער שטילשטאנדן געבראכן תיכף נאכן ווערן

חזרה פון אויבן
חזרה פון וואס? יעדע זאך וואס האט די זעלבע אות ווי אן אנדערע דורכפאל איז חזרה?
אויסער די דזשענערל דורכפאל פון זיין פאסיווע פאליסי כלפי סיריע, האט ער עטליכע מאל געבראקערט א וואפנשטילשטאנד און עס האט ניטאמאל אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים - הילכיגע דורכפעלער.


משהזוךמיר האט געשריבן:44) גוואנטאנאמא בעי

האט מען געסטאפט וואטערבאורדינג און מהאט עס האלב צוגעמאכט, סוקסעס
האלב צוגעמאכט איז א סוקסעס?
(עז עי סייד נאוט, וויפיל פון די וואס ער האט ארויסגעלאזט האבן ממשיך געווען מיט טעראר?)


משהזוךמיר האט געשריבן:45) אטאקע אויף קאנסול אין בענגאזי

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:46) אטאקע אין פארט הוד
און שיסערייען אין טשיקאגא,באלטימאר,לואיזיאנא וכו'..
ר' איד, איך רעד פון א טעראר אטאקע דורכגעפירט דורך א מוסלעמענער טעראריסט אויף די אנווייזונגען פון אל קאידא, האקסטו מיר א קאפ מיט קרימינעל ווייאלענס?
און ניין, עס איז נישט געווען א 'ווארקפלעיס ווייאלענס' ווי דער צודרייטער אבאמא האט זיך גע'עקשנ'ט עס צו רופן אלס חשש אז דאס קען אויפרעגן די פרידליכע מוסלעמענער ביז רציחה ה"י.
אבער אז דו האסט עס שוין יא דערמאנט, קענסטו טאקע צולייגן פון די מערסטע מאסן שחיטות אין היסטאריע, פון די ערגסטע גאן ווייאלענס, אלס נאך צוויי דורכפעלער.

משהזוךמיר האט געשריבן:47) 'סינגל ביגעסט פעיליור' לויט'ן וואשינגטאן פאוסט - שטארק פארשארפערט ראסע באציאונגען און פאליטישע דיםערענצן אנשטאט היילן
ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:48) קאורט פסקנט יונענימעסלי אז ער האט איבערגעטרויטן זיין אויטאריטעט ניין מאל - א רעקארד
נישט געווען קיין 9 סופרים קאורט פסקים, נידעריגע געריכטן ווייס מיר שוין האט יעדער זיין פעיוואריט דזשאדזש..
מעגליך אז איך האב א טעות אין ציפער, אבער די סופרים קאורט האט יונענימעסלי - זיינע אייגענע דזשאדזשעס האבן אויך אזוי געזאגט - גע'פסק'נט אז ער האט איבערגעטרויטן זיין מאכט, מער ווי איין מאל און מער ווי פינף מאל. איין ביישפיל האסטו: ריסעס אפוינטמענטס.
און ניין, אין די נידעריגע געריכט איז נישטא קיין פרענדס. אבאמא האט אריינגעליידט קרוקס וואס זענען געטריי צו די אידאלאגיע און נישט צודי קאנסטיטושען און געזעץ, און דערפאר האבן זיי די חוצפה צו דערקלערן אומקאנסטיטושענעל עפעס וואס די סופרים קאורט האט שוין קלאר באשטעטיגט אלס קאנסטיטושינעל. דאס איז א טייל פון אבאמא'ס אייננעמען אמעריקע מיט כוח און שאפן א לינק סאציאליסטישע דיקטאטור, וואס בחסדי שמים איז עס אים נישט געלונגען.



משהזוךמיר האט געשריבן:49) נאך עטליכע מאל אנידערגעשטימט אין קאורט

חזרה
טעות. איך רעד פון די רעקארד צאל דורכפעלער צו פארטיידיגן די אדמיניסטראציע'ס פאליסיס (נישט דעם פרעזידענטס אווערריטשן) אין קאורט, פלאס נאך צענדליגער דורכפעלער אין קלענערע קאורטס.

משהזוךמיר האט געשריבן:50) נישט באוויזן קיין אימיגקאציע רעפארם

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:51) וויקיליערס ליעקט טויזנטער דיפלאמאטישע קעיבלס
וואס האט עס מיט אים..
עס האט מיט אים אז ער איז דאן געווען דער פרעזידענט פון דעם לאנד וועם וויקיליעקס האט אויסגעטון נאקעט אינמיטן שטאט.

משהזוךמיר האט געשריבן:52) וויקיליעקס ליעקט טויזנטער געהיימע דאקומענטן

אז מ'מוז יעדע דיטעיל אין די זעלבע מעשה צעשפרייטן פאר עקסטערע דורכפעלער איז נישט קיין סימן פון שטיין גוט...
זיי האבן געליעקט מער ווי איין סעט. איך בין נישט שולדיג אז דו ביזט נישט באקאנט אין בעיסיק מציאות.

משהזוךמיר האט געשריבן:53) רוסלאנד העקט דנס

ריכטיג, און פארדעם קריגן זיי געבראטענע סאנקציעס
דערפאר איז זיין רעאקציע נישט קיין דורכפאל. די עצם פאקט אז זיי האבן זיך געטרויעט עס צו טוען ווען אמעריקע האט אזא מעכטיגע פארשוין ביים רודער, איבערהויפט אז די אינטעל האבן נישט באוויזן עס אפצושטעלן, איז א גרויסער דורכפאל.

משהזוךמיר האט געשריבן:54) ווערט געפראווט שקרן - האט געאימעילט קלינטאנס פרייוועט סערווער
איז נישט קיין שום עווידענס ער האט געוויסט וואסערע סערווער סאיז..

משהזוךמיר האט געשריבן:55) איי אר עס סקאנדאל

א דורכפאל פאר די קאנסערוואטיווע גרופעס וואס האבן נעבאך צאמגעליטן, אוער טאטס ענד פרעיערס גאו אוט טו דעיר פעמיליס
לאמיר אננעמען אז די אביוס אוו פאוער איז נישט קיין דורכפאל פאר'ן פרעיזדענט, איז אבער דאס אויפדעקן זיין שמוציגער פרצוף א מיאוסער דורכפאל.

משהזוךמיר האט געשריבן:56) פעסט ענד פיוריעס

ווי געזאגט, סקאנדאלן און דורכפעלער זענען צוויי אנדערע משפחות
האסט געמאכט אן הנחה, ניטאמאל מסביר געווען, נישט געענטפערט קיין קשיות, און שוין! איטס די רול אוו לאו!
ביסיידס, ווי מ'האמיר געשמועסט, כאפצעם האט געשטעלט דעם טאן, און ער האט יא גערעכנט סקאנדאלן און ארומיגע זאכן אלס דורכפאל, סאו איט פיטס די קרייטעריע.

משהזוךמיר האט געשריבן:57) ען עס עי סקאנדאל

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:58) ארויסגעלאזט פינף מסוכנדיגע טעראריסטן אין אויסטויש צו באקומען א פאררעטער

כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:59) געבראכן דאס געזעץ ביי דעם אויסטויש

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:60) עריק האלדער ערשטע אמטירנדער קאבינעט מיטגליד צו ווערן געפינען שולדיג אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:61) דזש י עס עי גיכאפט אויסגעבן שווערע מיליאנען אויף פארטיס וכדו'

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:62) פיגפארד סקאנדאל

כווייס ניש וואס דעס איז אבער סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:63) ווי עי

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:64) תימנ'ע ציווילע קריג
שוין פון 2004, דורכפאל פאר בוש
מעגליך אויף דיין פלאנעט, אבער אויפ'ן כדור הארץ האט זיך עס אנגעהויבן אין 2015. אט איז פון וויקפידיע:
The Yemeni Civil War is an ongoing conflict that began in 2015 between two factions, each claiming to constitute the Yemeni government, along with their supporters and allies.

משהזוךמיר האט געשריבן:65) בזיונות ווען אנטדעקוט אז ען עס עי שפיאנירט אויף דייטשלאנד, פראנקרייך און אנדערע פריינט

א דורכפאל פאר די ען עס עי
הייסט אז די בין לאדין רעיד איז א סוקסעס פאר די סי איי עי? #בוקמארקד.

משהזוךמיר האט געשריבן:סאלינדרא

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:סיקרעט סערוויס סקאנדאלן

סעים
כנ"ל
משהזוךמיר האט געשריבן:קאלאראדא ריווער פארפעסטיגונג

א דורכפאל פאר קאלאראדא..
ווען זיין הייליגע, מאכטפולע אי פי עי באווייזט נישט אפצושטעלן אזא ריזיגע ענווייראמענטאלע דיסעסטער איז עס נאך אזא דורכפאל פאר'ן פרעזידענט ווי שלעכט באהאנדלען א האריקעין.

משהזוךמיר האט געשריבן:נישט באוויזן אריינצושטעלן סופרים קאורט ריכטער

ריכטיג

משהזוךמיר האט געשריבן:הונדערטער ביליאנען פון די סטימולעס פארשוואונדן

רעדיך איין... ער האט זיך מחי געווען דערמיט.. סוקסעס!
וואס?? ער האט עס גאר גענומען פאר זיך? סארא אויפדעקונג!!
http://www.nbc12.com/story/22262583/12- ... ulus-money

צופרידן?


ובזה יצאתי ידי חובתי, און איך האב מער נישט קיין כוח צו צולייגן דיינע טעותים, איינרעדענישן און דמיונות. אבאמא איז גרויס שטארק פעסט און מעכטיג, פליט אין הימל און קעניגט אויף דער ערד, יחי אדונינו מורינו וחמורינו לעולם ועד יחי.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 03, 2018 10:44 am

משהזוךמיר האט געשריבן:די יסודות פון 'דורכפאל' איז, ווי אוועקגעשטעלט געווארן דורך כאפצעם (עט ליעסט אין דעם ספעציפישן שמועס) סקאנדאלן וכו'

נישט אמת דאס
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 10:51 am

וואס איז פארטא ריקא אויב נישט א סקאנדאל?

וואס איז מענעפארט'ס ארעסט (וואס, אנדערש ווי דו האסט געשריבן האט גארנישט מיט ליגנט זאגן און נאך ווייניגער מיט רוסלאנד) אויב נישט סקאנדאל?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7225
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 03, 2018 11:19 am

זיי אביסל בעסער מדייק ותמצא נחת, די פארטא ריקאו "טויטע" איז געווען די פלאפ ווען ער איז ארומגעלאפן פויקן אז ס'איז א סוקסעס סטארי ווייל ס'נאר געווען 16 טויטע, ווען די גרויסע נומערן זענען ארויסגעגקומען זענען זיינע סטעיטמענטס געווארן צו שאנד.. שפעטער ביי די סקאנדאלן ליסטע שרייב איך די פארטא ריקא "באהאנדלונג" אלס א סקאנדאל פאר זיין פארנאכלעסיגקייט (וואס איז געווען ברייט אנגענימען אז סאיז געקומען צוליב ראסיזם).

ארעסטן איז א דורכפאל פאר אן אדמיניסטראציע אויף וועלעכע דו זאלסט עס נאר וועלן בייגן. אנדערש איז סתם א עצם סקאנדאל וואס די מידיע קאכט דערמיט.

אין קורצן: ביי מיר הייסט א דורכפאל ווען ער פרובירט עפעס טוהן/זאגן און כאפט א גליטש, שטייצעך ווי גרעסער די קאצקע אלס גרעסער איז די דורכפאל...
ווייסע סופראמיסטן זענען פיינע מענטשן, אפריקאנער זענען גארבעדזש לעכער -דאנעלד טראמפ

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 03, 2018 11:29 am

כאפצעם האט געשריבן:זיי אביסל בעסער מדייק ותמצא נחת, די פארטא ריקאו "טויטע" איז געווען די פלאפ ווען ער איז ארומגעלאפן פויקן אז ס'איז א סוקסעס סטארי ווייל ס'נאר געווען 16 טויטע, ווען די גרויסע נומערן זענען ארויסגעגקומען זענען זיינע סטעיטמענטס געווארן צו שאנד.. שפעטער ביי די סקאנדאלן ליסטע שרייב איך די פארטא ריקא "באהאנדלונג" אלס א סקאנדאל פאר זיין פארנאכלעסיגקייט (וואס איז געווען ברייט אנגענימען אז סאיז געקומען צוליב ראסיזם).

ארעסטן איז א דורכפאל פאר אן אדמיניסטראציע אויף וועלעכע דו זאלסט עס נאר וועלן בייגן. אנדערש איז סתם א עצם סקאנדאל וואס די מידיע קאכט דערמיט.

אין קורצן: ביי מיר הייסט א דורכפאל ווען ער פרובירט עפעס טוהן/זאגן און כאפט א גליטש, שטייצעך ווי גרעסער די קאצקע אלס גרעסער איז די דורכפאל...

זאג, דו קענסט נישט שרייבן איין תגובה אן טראללן??? ברייט אנגענןמען צוליב ראסיזם?? די איינציגסטע 'נארמאלע' מידיע קוואל אויפצוברענגען אזא איידיע איז די וואס איז געווען ביזי 24/7 מיט א טראק פארנט פון מאר א לאגא וןייל דאס איז וויכטיגער ווי למשל איראנער פראטעסטן, און אפי' זיי אויך נאר אין אן אפ עד.

רובאשקין זאגן רוב אנאליסטן אז ער האט באפרייט צוליב זיין שנאה צו די ליטווישע, און די טעקס קאטס צוליב זיין שנאה צו די פאלשע באבוב.
און איך דארף נאך מיט דיר שטיין אין ווארט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, אבן יקרה, בארג, משהלע, קאפ און אקסל און 19 געסט