שוידער: נירן גערויבט פון עטליכע היימישע אידן דורך מעקסיקאנער דאקטוירים

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

שוידער: נירן גערויבט פון עטליכע היימישע אידן דורך מעקסיקאנער דאקטוירים

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:09 am

ס'איז באריכטעט אז געוויסע מענטשן וואס זענען געפארן קיין מעקסיקע דורכצוגיין א געוויסע פראצעדור זענען באגנבעט געווארן, די ארטיגע דאקטוירים האבן ארויסגעשניטן זייער ניר אן פרעגן און אן זאגן.

ק/פ פון YWN
At least four Frum individuals from the New York area are missing a kidney, after going to Mexico for “Bariatric Surgery”. On of them is from Rockland County.

A highly credible source – including one of the victims – has confirmed to YWN that in all the incidents the victims didn’t feel well after returning to New York, and had some testing done. All of them were found to be missing kidney’s.

Many people have been flying to Mexico to have the procedure done there, as some insurance companies in the United States don’t easily cover the costs. Some patients get denied by their insurance company for the surgery in the U.S., and instead opt to have it done in Mexico for less than half the cost.

The average cost of bariatric surgery in Mexico by procedure is:
Lap Band – $3,000 to $6,500.
Gastric sleeve – $4,000 to $9,000.
Gastric bypass – $6,500 to $11,000.

A lap band surgery in the U.S. will cost anywhere between $10,800 and $30,000.
A gastric bypass surgery in the US costs $ 25,000–$35,000.
In the US an average gastric sleeve is priced at US $ 20, 000.
לעצט פאראכטן דורך ראפאט קראמפלי אום פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:13 am

אז מען מאכט שוין געלט חשבונות זאל מען צורעכענען וויפיל עס קאסט א ניר..

#מיין מאמע איז געווען גערעכט.
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

אור
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:14 am

שרעקליך!

אוועטאר
shimon7323
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 11:57 am

שוידערליך. איז דען דא עפעס צי טוהן חוץ פון נישט אהינגיין?

פימפערנוטער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

תגובהדורך פימפערנוטער » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 1:26 pm

shimon7323 האט געשריבן:שוידערליך. איז דען דא עפעס צי טוהן חוץ פון נישט אהינגיין?


די וואנט זאל זיין העכער מיט נאך 10 פיס.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 1:47 pm

shimon7323 האט געשריבן:שוידערליך. איז דען דא עפעס צי טוהן חוץ פון נישט אהינגיין?



ניין, סאיז נאר דא "נישט צו טוהן", נישט אהינגיין!!!!!

אוועטאר
shimon7323
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 1:55 pm

פימפערנוטער האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:שוידערליך. איז דען דא עפעס צי טוהן חוץ פון נישט אהינגיין?


די וואנט זאל זיין העכער מיט נאך 10 פיס.


לויפט מען אהין ווייל דא קאסט עס צי סאך.

קען דען עפעס ווערן געטוהן אז דא זאל נישט קאסטען אזוי סאך?

sholom88
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 1:57 pm

די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, אויב ס'ליגט בכלל א שמץ אמת דערין

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:00 pm

sholom88 האט געשריבן:די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, אויב ס'ליגט בכלל א שמץ אמת דערין

ביסט מער באקאנט מיט די פרטי הדברים? אויב יא ביטע שיין פתח פיך..
1 + 1 = חלה דעקל...

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:01 pm

sholom88 האט געשריבן:די מעשה איז היפש איבערגעטריבן, אויב ס'ליגט בכלל א שמץ אמת דערין


וואלסטו געווען גרייט צו גיין אהין אויף א פראבע, און צוריקקומען מיט קראנטע באווייזן?

balkishron
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:02 pm

How do they even take the risk don't they know if they will find out and everyone will stop coming to them they will lose much more business than then selling few kidneys
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

sholom88
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:04 pm

איך קען נישט מעייד זיין וואס ס'איז נישט געווען, אבער דער פון וועמען די ארומפארענדע וואוסנאוט אלעס איז געבויט, ציעט צוריק א גרויסע חלק דערפון. פון פיר פרויען איז געווארן איינס, און איז מער נישט "פערסינעלי גוערעטי'ד"...

sholom88
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:05 pm

א נער'ישע קשיא:
ווילאנג דארט זיך צו ערהוילן פון א געסטרא-בייפעס? א טאג אדער צוויי. משא"כ א נירן אפעראציע? עטליכע טעג. וויאזוי געשעהנט דאס אהן די וויסן פון די פאציענט?

גלייבן נערישקייטן איז א זדונות

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:10 pm

sholom88 האט געשריבן:א נער'ישע קשיא:
ווילאנג דארט זיך צו ערהוילן פון א געסטרא-בייפעס? א טאג אדער צוויי. משא"כ א נירן אפעראציע? עטליכע טעג. וויאזוי געשעהנט דאס אהן די וויסן פון די פאציענט?

גלייבן נערישקייטן איז א זדונות


אויף ישיבה-ווארלד-נוז זאגן זיי אז זיי האבן באקומען די אינפארמאציע פון די פאמיליע פון די פאציענטן און זיי זאגן אז זענען טאקע געוואויר געווארן אז מען האט זיי מסדר געווען ווען זיי האבן געזעהן אז נעמט צו לאנג זיך צו ערהוילן ממילא זענען זיי געגאנגען צו טעסטס און געזעהן וואס זיי האבן געזעהן.

https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... exico.html
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

sholom88
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 2:18 pm

ערליכע בחור האט געשריבן:אויף ישיבה-ווארלד-נוז זאגן זיי אז זיי האבן באקומען די אינפארמאציע פון די פאמיליע פון די פאציענטן און זיי זאגן אז זענען טאקע געוואויר געווארן אז מען האט זיי מסדר געווען ווען זיי האבן געזעהן אז נעמט צו לאנג זיך צו ערהוילן ממילא זענען זיי געגאנגען צו טעסטס און געזעהן וואס זיי האבן געזעהן.

https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... exico.html

ס'שטייט נישט דאס; ס'שטייט אז זיי האבן זיך נישט געשפירט גוט נאכן אהיימקומען.

איך פרעג וויאזוי קען זיך א מענטש ארויפזעצן אויף א פליגער אהיים, א טאג נאכן פארלירן א ניר?

הרב_שלום
שר האלפיים
תגובות: 2232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:08 pm

קיין שום נייעס סטאנציע טוט דאס מעלדען. און אלעס איז אן א נאמען
אפילו אין די גוישע וועלט איז דאס א גרויס סענזאציע

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:10 pm

געווען אזא מעשה'לע געשריבן אין א אידיש ביכל לעצטנס, "יענעמ'ס שוך"...

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:18 pm

איינער BogusWatcher שרייבט א קאמענט אויף YWN אזוי:

As a physician I can say this story sound very suspicious because logistically speaking it doesn’t make sense. One is intraperitoneal and one is retroperitoneal. Which means the area where those incisions are done are in different exit sites. Show me the imaging scans and I will believe it versus just a rumor and someone in Monsey who confirmed the rumor.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » פרייטאג דעצמבער 29, 2017 3:42 pm

די גאנצע מעשה איז שקר וכזב
צוגעלייגטע
IMG_9246.JPG
IMG_9246.JPG (170.73 KiB) געזעהן 2795 מאל

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » מוצ"ש דעצמבער 30, 2017 7:35 pm

א גיטע וואך.

איך האב נישט קיין כח צי שרייבן לאנג מעשות אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

איך האב עס געמאכט אין מעקסיקא אין איך קען ענק זאגען מיט די טראפ אינפערמאציע (נאר א טראפ וועגען "קיין איינער" ווייסט עפעס נישט פינקטלעך די מעשה) אז די מעשה איז נישט מעגליך מי זיין אמת אזוי ווי מדערציילט עס.

אפילו די ישיבה ווארלד וואס לייגט ארויף כמעט אלעס וואס פארט ארום אויף וואטסעפפ האט שוין אויך האלב צירוק געצויגן
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:20 am

שרעקליך...! שוידערליך....! א ציטער....!

שוידערליך איז אז אזויפיל מענטשן האבן געגלייבט די גארביטש,
שרעקליך אז מען קען פארקויפן פאר׳ן ציבור שטותים, און מען קויפט עס ווי פיצא מוצא פסח,
א ציטער אז מענטשן גייען זיך יעצט צירוק האלטען פון גיין קיין מעקסיקאו צו מאכען די לעבענס וויכטיגע אפארציע.

עס איז א שמחה אז די אנטי-חרדי-אנטי-חסידים-YWN-וועבזייטעל איז אריינגעפאלן מיט אזא נישט געשטויגענע פאריקטע מעשה, זאלן זיי עס עסן לתיאבון.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג דעצמבער 31, 2017 12:29 am

יעע.. א שטיקל בליק איבער זייערע אלגעמיינע "קרעדיבל סאורסעס" וואס זיי גיבן אן זיך צו אהערשטעלן אלס מקור פון "ריין אמת'דיג"...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג דעצמבער 31, 2017 1:35 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:שרעקליך...! שוידערליך....! א ציטער....!

שוידערליך איז אז אזויפיל מענטשן האבן געגלייבט די גארביטש,
שרעקליך אז מען קען פארקויפן פאר׳ן ציבור שטותים, און מען קויפט עס ווי פיצא מוצא פסח,
א ציטער אז מענטשן גייען זיך יעצט צירוק האלטען פון גיין קיין מעקסיקאו צו מאכען די לעבענס וויכטיגע אפארציע.

עס איז א שמחה אז די אנטי-חרדי-אנטי-חסידים-YWN-וועבזייטעל איז אריינגעפאלן מיט אזא נישט געשטויגענע פאריקטע מעשה, זאלן זיי עס עסן לתיאבון.

:lol:

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:00 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:שרעקליך...! שוידערליך....! א ציטער....!

שוידערליך איז אז אזויפיל מענטשן האבן געגלייבט די גארביטש,
שרעקליך אז מען קען פארקויפן פאר׳ן ציבור שטותים, און מען קויפט עס ווי פיצא מוצא פסח,
א ציטער אז מענטשן גייען זיך יעצט צירוק האלטען פון גיין קיין מעקסיקאו צו מאכען די לעבענס וויכטיגע אפארציע.

עס איז א שמחה אז די אנטי-חרדי-אנטי-חסידים-YWN-וועבזייטעל איז אריינגעפאלן מיט אזא נישט געשטויגענע פאריקטע מעשה, זאלן זיי עס עסן לתיאבון.


לייק
באקומט 60,000 דעלטע סקיימיילס דורך עפענען א קרעדיט קארד
http://goo.gl/MWtH9x

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג דעצמבער 31, 2017 11:45 am

Hi, I am a general surgeon. This is virtually impossible, coming from someone who does both of these operations. One is intraperitoneal and one is retroperitoneal. one is done with the patient supine, the other with the pt prone. Id love to see the op reports for these sham operations. If it was true …it would be on mainstream media. Seriously. if someone removed my kidney against my will, Id probably be calling CNN before the yeshivaworld.


;l;p-


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט