דראמא אין מדנ״י פאליטיק; חה״כ השר יעקב ליצמאן התפטר מהממשלה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פרידן
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 9:21 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:ב"ה אויף די בשורה אז די פאזיציע פין שר וואס איז געווען אלע יארן ביי די אגודה די רויטע ליין וואס מען גייט נישט דורך אין איז געווארן מותר לצורך השעה איז מען יעצט ארויס לצורך השעה
מיין קורצע אנעליז אויף דעם איז אז נאך אזויפיל מאל סטראשענען אז מען גייט ארויס האט עס שוין אויסגעקוקט ווי די מעשה פין וואלף וואלף, האט מען שוין איינמאל געמוזט עס נעמען צום נעקסטן לעוועל אז נישט איז עס ליצי לצנות, איז אפטרעטן פין שר געווען די בעסטע אפשען ווייל געבליבן איז מען אין די קאליציע אין ער קען צירוק ווערן שר מארגן, מש"כ ווען מען גייט ארויס אפי' נאר איינער מאכט עס א לחץ אויף די אנדערע אין אז יעדער גייט ארויס צופאלט די רעגירונג אין עס איז נישטא קיין וועג צירוק, יעצט די רעגירונג בלייבט ליצמאן איז נישט שר אין אז מען קומט זיך דורך ווערט ער צירוק שר, ביבי פין זיין זייט איז קיינמאל נישט גוט ווען עס שאקעלט זיך אין ער וועט טוען אלעס עס צו סעטלען, הגם אפי' דאס וואס פאליטיש איז עס זייער אויסגעהלטן אין שכל'דיג האט ער זייער נישט געוואלט טוען אין נאכמער האבן זיינע קאלעגעס נישט געוואלט ער זאל עס טוען, ווייל אין פאליטיק קען מען קיינמאל נישט וויסן ווי אזוי זאכן גייט זיך ענדיגען
אבער האדמו"ר מגור שליט"א מיט א בליק אויף פאראויס האט זיך גע'עקשן'ט אז ער מוז עס טוען, ווייל סיי ווי אזוי אין די לאנג ראן אפי' יעצט זאל עס פארן אין די נישט ריכטיגע וועג אין עס זאל צופאלן (אין פאר ליצמאן פרייוואט וועט עס נישט האבן געלוינט) איז זעכער אז בעתיד וועט עס זיי שטעלן אויף אסאך א שטערקער מעמיד אין מאכט

וואס איך פארשטיי אבער נישט, מילא אונז האלט מער דאך אז מען טאר נישט זיין אין די רעגירונג איז אז יא האט מען א חלק אין אלע זייערע מעשים
אבער די אגודה וואס האט נישט אנגענומען אזוי, וואס עפעס אויף שבת זענען זיי סטאק געווארן, איך מיין ווען מען איז מתיר אלע עריות איז גארנישט אין אזא רעגירונג קען מען זיין, ווען מען שטיצט אלע ע"ז אין רעליגיעס אזא רעגירונג קען מען זיין, וכו וכו אלע עבירות שבתורה פין איסורי כריתות ביז די מצות דרבנן אין אלעס אינדערמיט, איז נישט קיין פראבלעם אבער חילול שבת פין פרייע ארבייטערס אין תל אביב דאס נישט, חילול שבת פין די ירושלים שטאט ראט ווי זיי זענען שטארק איוואלבד איז אויך אפאר צו שלינגען,

איך ווייס נישט אבער קוקט מיר אויס אז די פשוטע הסבר איז, אז דאס איז א רעכטע לינקע פייט, אין מען קריגט זיך ווער עס האט מער מאכט, די רעכטע ווילן ווייזן אז די לינקע וועלן נישט דא קאנטרעלירן, אין די לינקע ווילן ווייזן אז די רעכטע וועלן נישט דא קאנטרעלירן, אין אמעריקע הייסט די דרויסענדיגע פנים פין די פייט אימיגרעשן אין העלט קעיר אין אר"י איז עס שבת
סיי ווי אזוי פאליטיש איז עס א גוטע מאוו
אידישלעך האבן מיר אויך הנאה הגם איך גלייב נישט עס וועט לאנג אנהאלטן, אין ער זיצט נאך אין די קאליציע, אבער כאטש די פאר טעג וואס ער איז נישט א שר איז אויך עפעס

זייער גוט און וואויל געשריבן הרב פרידן ;l;p- שטארק הנאה געהאט צו ליינען!

אבער אז די רעדסט שוין, און פרעגסט שאלות אויף די אגודה פארטייען, פרעגט זיך באמת די זעלבע שאלות אויף שיטות סאטמאר און די עדה, ווען גייט מען ארויס מוחה זיין אויף חילול שבת און ווען נישט?
למשל: אפאר יאר צוריק ביי די פרשה הידוע מיט די קארטער (דאכצעך איך שרייב גוט דעם נאמען...) פארקינג לאט, האט דעמאלטס די עדה געהייסן ארויס גיין מוחה זיין אויף די חילול שבת, איז פארוואס באופן כללי אויף חילול שבת וואס גייט פאר וואך איין און וואך אויס, ביי געוויסע פרייע געשעפטן וואס זענען אפן אין שבת, פארוואס דעמאלטס הייסט נישט די עדה צו גיין מוחה זיין? בקיצור, איך האב גרדי א תרוץ אויף די שאלה לפי הנראה לענ״ד, אבער מיין פוינט איז אז די זאכן ווערן על פי רוב מוחלט דורך גדולי ישראל. ביי מיר אלטס חסיד סאטמאר, איז עס וואס די עדה איז מחליט. און ביי די אגודה איז עס וואס זיי זייערע רבנים זענען מחליט. און ממילא אין כאן שום שאלות ותמה פארוואס און ווען די רבנים פון די אגודה ווי די גערע רבי וכדו׳ ווען ער איז מחליט יא אדער נישט צו גיין מוחה זיין אדער אז מען דארף זיך אפזאגן פון די רעגירונג. אוודאי מעג מען ווילן פארשטיין אבער וואס איך זאג איז אז ס׳איז שווערע נושאים ווען און פארוואס מען דארף יא מוחה זיין אויף אונזערע ברידער (ליידער) מעם ישראל, די פרייע יודן (ליידער) און ווען מען דארף נישט.

אויב האסטו א תירוץ איז נישטא דיין פוינט
יעצט למען הידיעה בדרך כלל א חילול שבת אין די היימישע געגענט ווערט באקעמפט, קארטער הגם עס איז נישט ממש אין געגענט איז עס אבער געווען א טויש אין פאלעסי אין צוגאנג לגבי שבת מטעם די ירושלים שטאט ראט, (וואס איז ערוועלט געווארן מיט די הילף פין...) אין אויף דעם האט מען געפירט די מערכה די פשט איז נישט געווען די פארקינג לאט פאר זיך
ב) צו פרעגן אויף איינער וואס פירט מערכות פארוואס ער פירט נישט אויף אלעס איז נישט קיין קשיא, אז דאס מאל שרייט ער נישט מיינט נישט אז ער איז מסכים,
מש"כ איינער וואס שרייט אז ער קען נישט זיין אין א קאליציע וואס איז מחלל שבת, איז פשט אז ער ער זאגט אז ווען ער איז יא מיינט עס אז ער איז מסכים, שטעלט זיך די פראגע וואס איז חילול שבת ערגער ווי אלע אנדערע עבירות

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 26, 2017 9:40 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
למשל: אפאר יאר צוריק ביי די פרשה הידוע מיט די קארטער (דאכצעך איך שרייב גוט דעם נאמען...) פארקינג לאט,


איר מיינט אודאי די "קרתא פארקינג לאט".

פסיקתא
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

חילול שבת לחצאין

תגובהדורך פסיקתא » זונטאג נובעמבער 26, 2017 9:47 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:סטאטוס קווא מײנט ווייטער חילול שבת?


או׳ או׳, אבער חילול שבת , עס מיינט צי זאגען עס בלייבט ביין אלטען , וואס עס איז געווען אנגענימען אז מען מעג (דאס דארף אויפיציעל זיין דער הסכם, אויף למעשה ונזכה ונחיה ונראה)
וועט ווייטער בלייבען , דאס מיינט אז נישט עס וועט שוין מער נישט אנגיין קיין חילול שבת ווי למשל לעקטער וכדומה)אין געוויסע געשעפטען וואס מען מעג אפעציעל זיין אפען ( נישט וואס מען שלאגט זיך ייעטץ אויף דער חוק המרכולים וואס אגב דער גאנצער פראבלעם מיט דעם האבען דוקא פרייע אנגעפאנגען , ווייל די גרויסער געשעפטען האבען געהארגעט די פרנסה פין די קליינע געשעפטען אין שבת)אין פארשטייסט זיך ווען עס איז געווארען א קאך האבען אפעציעל דיר פרימער זיך געדארפט ציטיען מאכען

עיין ברחוב בר אילן אויך געווען א פשרה אז חילול שבת לחצאין, אין דא וועט אויך זיין עפעס דומה חילול שבת לחצאין.......

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 3:44 pm

איש האשכולות האט געשריבן:אמאל געווען א משמש וואס האט געהאט א מנהג, יעדעס יאר שמחת תורה פאר די הקפות פלעגט ער ארויפגיין אויפן באלעמער, אראפלייגען די פעקל שליסלעך אין אויסריפען אז ער זאגט זיך אפ פון אמט, שטייטצעך דערוילעם פלעגט זיך בעטען ביי אים "יאסל פליז גיב נישט אויף דיין דשאב, אונז גיימיר זיך שוין צושטעלן צו דיר 100 פראצענט" אין ער פלעגט זיך לאזן איבערבעטן אין צוריק ארויפגעגאנגען אויפן באלעמער אין גענימען די שליסלעך. ויהי היום (אין ויהי אלא לשון צער)איין יאר האט זיך געמאכט עפעס א שנה ראשונה יונגערמאן, א יואלי בוי, וואס האט אפגעמאכט ביי זיך "עד כאן" ער גייט לערנען דעם משמש דרך ארץ!, עס איז געקומען שמחת תורה פאר די הקפות, אין דער שמש יאסל לויפט צו צום באלעמער געט א ווארף אראפ די שליסלעך אין שרייט אויפן קול " איך קען נישט מער!, איך גיב אויף!, אין ער וואקט אראפ פון דארט, דער יואלי בוי טראכט נישט קיין צוויי ער לויפט צום באלעמער אין רופט אויס הויעך " יאסל ס'איז אקעי! אינז גיימיר זיך אנייצע געבען אן דיר!, ער כאפט די בינטעל שליסלעך אין מיט א שמייכעל פון אויער צו אויער הייבט ער אן אראפ וואקען פונעם באלעמער פליצלינג באמערקט ער ווי א לאנגע בענדעל איז צוגעבינדען צו די שליסלעך אין ס'גייט ביז צו דער משמש'ס הויזען...... והנמשל מובן מאליו....

;l;p-
סותם זיין דיינע ווערטער מאכט דיך נישט גערעכט.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 3:45 pm

.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 4:40 pm

חניון קרתא
צוגעלייגטע
ilovepdf_jpg_to_pdf (9).pdf
חניון קרתא
(175.03 KiB) דאונלאודעד 190 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 4:41 pm

מאחורי הקלעים של משבר הרכבת וההתפטרות של ליצמן: איש התקשורת נועם זיגמן חשף הבוקר ב'קול ברמה' כי ראש הממשלה העביר באמצעות שני שליחים בקשה לאדמו"ר מגור כדי שיסכים להיפגש עמו, אך הוא סרב. הסיבה: כ"ק האדמו"ר נמנע מפגישות עם אנשים מחללי שבת.

מנגד, את יו"ר 'פורום בעלי המכולות', קובי ברומר, קיבל האדמו"ר למספר פגישות ממושכות, בהן שמע ממנו את הפרטים המדוייקים על מצב השבת בתל אביב, ההתמודדות של בעלי המכולות והמצוקה של שומרי השבת לנוכח התרחבות חילולי השבת.

ברומר סיפר על כך באריכות במהלך ראיון מיוחד ל'קול ברמה' וחשף מה גרם לאדמו"ר מגור לחייך. האזינו לראיון (באדיבות 'קול ברמה')

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:50 pm

די טעג ווערט באשטעטיגט א געזעץ אז ״סאקער באל״ גרופעס זאלן מעגן שפילן אום שבת און אלע רעליגיעזע פרומע אידן זענען שא שטיל! קיינער גייט נישט ארויס פון קאאליציע?! איי דער שבת ווערט צעשטערט מיט א געזעץ פון כנסת?

ליידער, ביליגע פאליטיק און התחברות לרשעים!!

עס גייט זיי אן דעם שבת אין די לינקע פאה!!!

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג נובעמבער 28, 2017 11:59 pm

נכד האט געשריבן:די טעג ווערט באשטעטיגט א געזעץ אז ״סאקער באל״ גרופעס זאלן מעגן שפילן אום שבת און אלע רעליגיעזע פרומע אידן זענען שא שטיל! קיינער גייט נישט ארויס פון קאאליציע?! איי דער שבת ווערט צעשטערט מיט א געזעץ פון כנסת?

ליידער, ביליגע פאליטיק און התחברות לרשעים!!

עס גייט זיי אן דעם שבת אין די לינקע פאה!!!

וואס איז דער חילול שבת אין דעם?
הגר"ח קנייבסקי איז מעורר אז ס'בעסער מ'זאל עס אריינווארפן פאר שבת.....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 12:26 am

נכד האט געשריבן:די טעג ווערט באשטעטיגט א געזעץ אז ״סאקער באל״ גרופעס זאלן מעגן שפילן אום שבת און אלע רעליגיעזע פרומע אידן זענען שא שטיל! קיינער גייט נישט ארויס פון קאאליציע?! איי דער שבת ווערט צעשטערט מיט א געזעץ פון כנסת?

ליידער, ביליגע פאליטיק און התחברות לרשעים!!

עס גייט זיי אן דעם שבת אין די לינקע פאה!!!

פארוואס קומסטו נישט אריין קלארער,
הייסט די גורער חסידים (רעליגיעזע?) גייט אן שבת די לינקע פיאה? אוקעי.
אבער פארוואס האט ער יא געשריגן אין אפגעזאגט זיין פאסטען וועגן שבת? וועלעכע פאליטיק מיינט ער?
כ׳וויל פשוט פארשטיין.
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 9:21 am

לחם לשובע האט געשריבן:הסיבה: כ"ק האדמו"ר נמנע מפגישות עם אנשים מחללי שבת.

א פראסק פאר די וואס טרעפן זעך יא מיט אים

העניך
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 12:57 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:די טעג ווערט באשטעטיגט א געזעץ אז ״סאקער באל״ גרופעס זאלן מעגן שפילן אום שבת און אלע רעליגיעזע פרומע אידן זענען שא שטיל! קיינער גייט נישט ארויס פון קאאליציע?! איי דער שבת ווערט צעשטערט מיט א געזעץ פון כנסת?

ליידער, ביליגע פאליטיק און התחברות לרשעים!!

עס גייט זיי אן דעם שבת אין די לינקע פאה!!!

פארוואס קומסטו נישט אריין קלארער,
הייסט די גורער חסידים (רעליגיעזע?) גייט אן שבת די לינקע פיאה? אוקעי.
אבער פארוואס האט ער יא געשריגן אין אפגעזאגט זיין פאסטען וועגן שבת? וועלעכע פאליטיק מיינט ער?
כ׳וויל פשוט פארשטיין.

ווילאנג ער בלייבט און קאלציע ווערן זיי נישט דערשראקען

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מיטוואך נובעמבער 29, 2017 3:31 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:הסיבה: כ"ק האדמו"ר נמנע מפגישות עם אנשים מחללי שבת.

א פראסק פאר די וואס טרעפן זעך יא מיט אים

על דרך זה האט הגרי''ז דערלאנגט א 'פראסק' פאר'ן חזו''א.
אדער בית שמאי פאר בית הלל.

כל טוב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 1:30 am


אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:45 am

בעריש'ל האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:הסיבה: כ"ק האדמו"ר נמנע מפגישות עם אנשים מחללי שבת.

א פראסק פאר די וואס טרעפן זעך יא מיט אים

סאיז א שטיקל נחמה צו הערן אז סאיז נאך פארהאנען אזא מושג אין די זעלבע צייט וואס סקומט פאר שבע ברכותון מיטן השתתפות פונעם אבי אבות הטומאה און מזינגט לבנימין אמר (אוי לאזנים שכך שומעות )
יענקל לעדערמאן

אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:20 am

כלשונו של מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) עצם מעצמם ובשר מבשרם
יענקל לעדערמאן

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:38 am

גאנץ פשוט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:הסיבה: כ"ק האדמו"ר נמנע מפגישות עם אנשים מחללי שבת.

א פראסק פאר די וואס טרעפן זעך יא מיט אים

על דרך זה האט הגרי''ז דערלאנגט א 'פראסק' פאר'ן חזו''א.
אדער בית שמאי פאר בית הלל.


דער חזון איש האט אויפגעטון דאס זעלביגע מיט זיין רוקן שמועס ווי הגרי"ז מיטן זיך אפזאגן.

'בילדער באזוכן' באגלייט מיט דברי חנופה מאן דכר שמי'.

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 10:48 am

ר' שמואל, כ'האב נישט געמיינט מדמה צו זיין צום נידון פון דב''ג שר''י, נאר ארויסגעברענגט דעם ענין אז ווען פלוני קריגט זיך מיט אלמוני (הגרי''ז עם החזו''א, ב''ש עם ב''ה וכן בכל הדורות) איז דאס גערעכנט ווי א פראסק פון פלוני צו אלמוני, לדעת הרב בעריש'ל.

שמחה ונחת
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 12:23 pm

האדמו"ר הרמ"מ מויז'ניץ רקד עם ליצמן בביקור בביתו את השיר "איי איי איי שאבעס".

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 4:05 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:האדמו"ר הרמ"מ מויז'ניץ רקד עם ליצמן בביקור בביתו את השיר "איי איי איי שאבעס".

נישט ריכטיג, נאר יאדידיי יאדידיי שאבעס...

שמחה ונחת
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 4:11 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:האדמו"ר הרמ"מ מויז'ניץ רקד עם ליצמן בביקור בביתו את השיר "איי איי איי שאבעס".

נישט ריכטיג, נאר יאדידיי יאדידיי שאבעס...


יא יא, שוין איבערגעקוקט דעם קליפ א היבשע פאר מאל...

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:35 pm

איך האב געזעהן די אלע שרייענדע קעפלעך פון די היבעאישע און אנגלא-אידישע מאגאזינען וואס לויבן אויס ליצמאן ווי א העלד, וואס האט "אויפגעגעבן" און "מוותר געווען" אויף די פאזיציעס און כבוד, ער איז איבערגעקומען די אלע "שוועריגקייטן" און "מכשולות", און זיך געשטעלט "כחסיד מן השורה" אויסצופאלגן די הוראה פון זיין רבי'ן... וכו' וכו' אזאלכע רימערייען.

וואס איז מיר אבער שווער געווען איז, אז איך האב געמיינט ביז היינט אז די חברי הכנסת זענען בלויז "שלוחי דרבנן" און מיינען בכלל נישט זייער כבוד אדער פאסטן, אלעס איז בלויז "בהוראת מרנן ורבנן", טא וואס איז יעצט די גרויסע חידוש אז עראט געפאלגט זיין רבי'ן?!...
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:38 pm

שמרי' קערנקרויט האט געשריבן:איך האב געזעהן די אלע שרייענדע קעפלעך פון די היבעאישע און אנגלא-אידישע מאגאזינען וואס לויבן אויס ליצמאן ווי א העלד, וואס האט "אויפגעגעבן" און "מוותר געווען" אויף די פאזיציעס און כבוד, ער איז איבערגעקומען די אלע "שוועריגקייטן" און "מכשולות", און זיך געשטעלט "כחסיד מן השורה" אויסצופאלגן די הוראה פון זיין רבי'ן... וכו' וכו' אזאלכע רימערייען.

וואס איז מיר אבער שווער געווען איז, אז איך האב געמיינט ביז היינט אז די חברי הכנסת זענען בלויז "שלוחי דרבנן" און מיינען בכלל נישט זייער כבוד אדער פאסטן, אלעס איז בלויז "בהוראת מרנן ורבנן", טא וואס איז יעצט די גרויסע חידוש אז עראט געפאלגט זיין רבי'ן?!...

דו פרעגסט צו גוטע קשיות, מ'וועט דיך ארויסווארפן פון דא.....
יא אזוי זעט אויס די גאצע שפיל, פון 'אויפטון' און 'זיך שלאגן' פון אינווייניג וכו'
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:42 pm

אז מען רעדט שוין: איינער פון די אגודיסטישע רבנים האבן געפרעגט דעם פאלטיטשאנער רב ז"ל, וועלכער איז געווען פון די אגודה, היתכן ער האט זיך צוגעשטעלט צום סאטמאר רב?
האט אים דער פאלטיטשענער רב געענטפערט: איך פיר מיך ווייטער ווי די אגודה, איך גיי אריין זיך שלאגן פון אינעווייניג...

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:30 am

היסטאריע האט געשריבן:אז מען רעדט שוין: איינער פון די אגודיסטישע רבנים האבן געפרעגט דעם פאלטיטשאנער רב ז"ל, וועלכער איז געווען פון די אגודה, היתכן ער האט זיך צוגעשטעלט צום סאטמאר רב?
האט אים דער פאלטיטשענער רב געענטפערט: איך פיר מיך ווייטער ווי די אגודה, איך גיי אריין זיך שלאגן פון אינעווייניג...

:lol:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי הוא זה און 29 געסט