דראמא אין מדנ״י פאליטיק; חה״כ השר יעקב ליצמאן התפטר מהממשלה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

דראמא אין מדנ״י פאליטיק; חה״כ השר יעקב ליצמאן התפטר מהממשלה

תגובהדורך צהלה ושמחה » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 7:26 pm

דער פרומער חה״כ ושר הבריאות יעקב ליצמאן האט אויסגעפירט זיין סטראשע אז אויב די חילול שבת הערט זיך נישט אויף גייט ער זיך אפגעזאגן, ער האט עס איינגעהאלטן און זיך אפגעזאגט פון זיין א שר אין די ממשלה,

שוין חדשים וואס ליצמאן סטראשעט אז אויב די חילול שבת דורוך די רעגירנוג גייט זיך נישט אויפהערן גייט ער זיך אפזאגען פון די רעגירנוג, היינט זונטאג אין מדנ״י האט ער אויס געפירט זיין סטראשע נאך וואס די רכבת ישראל האט דעם שב״ק אוצאליגע מאל מחלל שבת געווען אפילו שלא לצורוך פיקוח נפש.

דערווייל איז נישט קלאר וואס דגל און ש״ס גייען טיען, און צו די אגודה גייט גענצליך ארויסגיין פון די קאאליציע, און טאקע לאזן פאלן די רעגרינוג.

DTF
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 7:49 pm

ליצמאן איז די יו"ר פון די יהדות התורה פארטיי?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 7:50 pm

אבי מען זאגט אז זיי טוען גארנישט...
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 8:06 pm

התפטר מהממשלה? ער האט אויפגעגעבן זיין זיץ אין כנסת? אדער נאר זיין פאזיציע אלץ שר הבריאות?

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

ועשית ככל אשר יורוך

תגובהדורך באדראטשיג » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 8:33 pm

לעת עתה נאר פון די ממשלה ("שר הבריאות"), בפקודת הקודש של כ"ק מרן האדמור מגור שליט"א.
אז אלע חברי הכנסת זאלן ארויס גיין פון די קאליציע דאס מוז קומען ע"פ הוראת אלע חברי מועצת גדולי התורה שליט"א

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 8:37 pm

איך שליס נישט אויס אז גור וועט אויספירן מיט די חילול שבת אל על יוכיח

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 8:39 pm

בן מנחם האט געשריבן:איך שליס נישט אויס אז גור וועט אויספירן מיט די חילול שבת אל על יוכיח

איך יא. ורחוב בר אילן יוכיח.
איבעראל אין גאולה/מא"ש האט מען זיך גע'רצח'ט און געשלאגן און עפי"ר אויסגעפירט ביז פר' בר אילן ווען גור האט נאכגעגעבן אויף א לייכטן פשרה, האט זיך אלע שבת מערכות געעדיגט.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 8:44 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:איך שליס נישט אויס אז גור וועט אויספירן מיט די חילול שבת אל על יוכיח

איך יא. ורחוב בר אילן יוכיח.
איבעראל אין גאולה/מא"ש האט מען זיך גע'רצח'ט און געשלאגן און עפי"ר אויסגעפירט ביז פר' בר אילן ווען גור האט נאכגעגעבן אויף א לייכטן פשרה, האט זיך אלע שבת מערכות געעדיגט.

זאגסטע דאך אליינס נאר ווען גור גיט אויף....

דא קוקט אויס האלטן זיי נאכנישט ביים אויפגעבן

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:02 pm

משבר השבת: ראש הממשלה בנימין נתניהו שר״י התייחס היום לפיטוריו הצפויים של השר יעקב ליצמן. בהודעה שרשמית של 'הליכוד' נמסר כי "ראש הממשלה בנימין נתניהו מעריך מאוד את השר יעקב ליצמן ומקווה שלא יפרוש מהממשלה".

עוד נמסר: "ראשי הסיעות הבהירו שאין בכוונתם לפרוש מן הקואליציה, מה שיאפשר לגבש פתרון מיטבי, ששומר גם על השבת וגם על צרכי הציבור לתחבורה בטוחה ורצופה".

"הממשלה הלאומית בראשות נתניהו, בהרכבה הנוכחי, היא הממשלה הטובה ביותר לעם ישראל בכל התחומים. ראש הממשלה פועל למציאת שביל הזהב שיאפשר את המשך כהונתה כממשלה חזקה ויציבה", הוסיפו.

כזכור, קודם לכן היום פרסמה לשכתו של השר ליצמן את ההודעה הבאה: "שר הבריאות ח"כ יעקב ליצמן הודיע היום (שישי) לראש הממשלה נתניהו כי בכוונתו להתפטר מהממשלה ביום א׳ אם יתקיימו עבודות כלשהן בשבת".

ליצמן נחוש בעמדתו להתפטר מהממשלה ומתפקידו ביום ראשון הקרוב, באם השבת תחולל על ידי עבודות רכבת ישראל. מקורביו של ליצמן אומרים ל'בחדרי חרדים' כי "השר נחוש. הוא לא יוכל להישאר בממשלה אם יתבצעו עבודות בפרהסיה בשבת הקרובה. השר לא מוכן לקבל שום פשרה בנושא השבת. רכבת ישראל הפכה את השבת ליום השיפוצים הלאומי של ישראל, בגיבוי ממשלתי, אסור להיות שותף לכך".

נחישותו של ליצמן באה לאחר שהשר כץ הודיע בשעה האחרונה כי "לאחר בדיקה מעמיקה שערכתי, אישרתי לביצוע רק עבודות חיוניות לשמירה על בטיחות תנועת הרכבות ושאי ביצוען יכול להוביל לפיקוח נפש".

"החלטה זו משקפת התחשבות מלאה ברגשות הציבור הדתי מחד ושמירה על שגרת הנסיעה של משתמשי הרכבת ביום ראשון מאידך", הוסיף.

כזכור, אמש דווח ב'בחדרי חרדים', כי ליצמן הציג בפני ראש הממשלה בנימין נתניהו והשרים חיים כץ ויריב לוין את עמדת מורו ורבו האדמו"ר מגור, על פיה, שום פשרה לא תתקבל, ובאם יתבצעו עבודות בשבת הקרובה הרי שהוא יתפטר מהממשלה בראשון הקרוב.

המאמצים של נתניהו להגיע למתווה מוסכם נמשכו לתוך הלילה. בפגישה שנמשכה שעות רבות השתתפו השרים כץ, לווין, ליצמן ואלקין, אך כאמור, עד עכשיו, שעות ספורות לפני שבת – הפתרון לא נראה באופק ומכתב ההתפטרות של ליצמן נראה באופק הקרוב.

שר החקלאות אורי אריאל וח"כ בצלאל סמוטריץ׳, פירסמו בתגובה: "האיחוד הלאומי קורא לרוה״מ לבטל את העבודות שלא לצורך פיקוח נפש ברכבת ישראל כדי לשמור על צביונה של השבת במרחב הציבורי. יש לתקן את הפריצה שחלה בסטטוס-קוו בשנים האחרונות במתן היתרי עבודה לביצוע עבודות ציבוריות במהלך השבת ולחזק את השבת במדינת ישראל כערך יהודי וחברתי".
כ'בין א תם - נישט א נער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:28 pm

ענדליך האלטן זיי שוין אויך אז אויפטהון קען מען נאר פון אינדרויסן ...
?I DON'T CARE, DO YOU

קאפ און אקסל
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

תגובהדורך קאפ און אקסל » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:40 pm

בוידעם האט געשריבן:ענדליך האלטן זיי שוין אויך אז אויפטהון קען מען נאר פון אינדרויסן ...


מען דארף אבער קודם זיין אינוייניג...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:45 pm

בוידעם האט געשריבן:ענדליך האלטן זיי שוין אויך אז אויפטהון קען מען נאר פון אינדרויסן ...

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:47 pm

פארוואס זאל זיך איינער צוקראצן צו ער איז א שר צו נישט?
ממילא ווען מען סטראשעט מיטן קאליציע האט נאך ביבי וואס צו מורא האבן, אבער וואס גייט איינעם אן צו ער איז שר הבריאות צו נישט.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:50 pm

רעזיגנאציעס איז נישט קיין גוטע פאבליסעטי.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:52 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פארוואס זאל זיך איינער צוקראצן צו ער איז א שר צו נישט?
ממילא ווען מען סטראשעט מיטן קאליציע האט נאך ביבי וואס צו מורא האבן, אבער וואס גייט איינעם אן צו ער איז שר הבריאות צו נישט.


רייט, איי דאנט געט איט... זיי בלייבען אין קאאליציא דאס מיינט אז אלעס גייט אן...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:52 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פארוואס זאל זיך איינער צוקראצן צו ער איז א שר צו נישט?
ממילא ווען מען סטראשעט מיטן קאליציע האט נאך ביבי וואס צו מורא האבן, אבער וואס גייט איינעם אן צו ער איז שר הבריאות צו נישט.

די עיקר סטראשע איז טאקע אז ער קען גיין א שטאפל פאראויס און ארויסגיין פון קאעליציע.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 10:18 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פארוואס זאל זיך איינער צוקראצן צו ער איז א שר צו נישט?
ממילא ווען מען סטראשעט מיטן קאליציע האט נאך ביבי וואס צו מורא האבן, אבער וואס גייט איינעם אן צו ער איז שר הבריאות צו נישט.

די עיקר סטראשע איז טאקע אז ער קען גיין א שטאפל פאראויס און ארויסגיין פון קאעליציע.


נו דעמאלס איז עס סך הכל נאר א סטראשע, א הכנה לדראמא אין מדנ"י פאליטיק
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 10:23 pm

איך בין גרייט זיך צו וועטן אז ביז א חודש איז ער צוריק.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 10:36 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין גרייט זיך צו וועטן אז ביז א חודש איז ער צוריק.

וואס פונקטלעך האט ער פון זיצן אין די העלט דעפארטמענט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 11:04 pm

יאצמעך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין גרייט זיך צו וועטן אז ביז א חודש איז ער צוריק.

וואס פונקטלעך האט ער פון זיצן אין די העלט דעפארטמענט?

אויסער זיינע פאר טאלער טאקע גארנישט...
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 11:28 pm

א געזונטן פעיראל אין צוגאב צו א געזונטן רעטייערמענט פלאן, פנסיה כלשונם
בוי זיך זעלבסט

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:38 am

הערט ווערטער 'אסור להיות שותף לכך' נורא ואיום דאס.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג נובעמבער 26, 2017 1:45 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פארוואס זאל זיך איינער צוקראצן צו ער איז א שר צו נישט?
ממילא ווען מען סטראשעט מיטן קאליציע האט נאך ביבי וואס צו מורא האבן, אבער וואס גייט איינעם אן צו ער איז שר הבריאות צו נישט.


רייט, איי דאנט געט איט... זיי בלייבען אין קאאליציא דאס מיינט אז אלעס גייט אן...

ווי וועט טראמפ פילן אויב טיללערסאן גייט זיך אפזאגן?...

ובכל אופן, ליצמן האט געהייסן זייער א פאפולעראר מיניסטער, געווען צייטן וואס ער איז אפילו געווען #1, ס'הייסט אז ער האט זייער א סך אויפגעטוהן אין די הינזוכט פון געזונטהייט, און זיך צי אפזאגן דערפון איז א חשוב'ע זאך מצידו, און א גוטע סטראשע פאר ביבי, והא ראי' אז ער איז געווארן גוט אנגעצויגען, און א גאנצע נאכט פראבירט צי מאכן א פשרה, וואס איז נישט געלונגען.

חוץ פון דעהם איז די חשש, אז עס גייט גיין ווי א דאמינא, און אויך די אנדערע פרומע שרים (דרעי אזולאי) וועלן בלית ברירה זיך מוזן אפזאגן, אז מען זאל נישט זאגן אז זיי קומערט נישט קיין חילול שבת, און נאכדערצוה איינמאל ליצמן גייט ארויס, וועט ער זיין אין א אפיזיציע מוט, די המודיע וועט שימפפען קעגן די ממשלה, און די וועג ארויס פון קאליציע איז זייער שנעל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

קורצע אנעליז

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:01 am

ב"ה אויף די בשורה אז די פאזיציע פין שר וואס איז געווען אלע יארן ביי די אגודה די רויטע ליין וואס מען גייט נישט דורך אין איז געווארן מותר לצורך השעה איז מען יעצט ארויס לצורך השעה
מיין קורצע אנעליז אויף דעם איז אז נאך אזויפיל מאל סטראשענען אז מען גייט ארויס האט עס שוין אויסגעקוקט ווי די מעשה פין וואלף וואלף, האט מען שוין איינמאל געמוזט עס נעמען צום נעקסטן לעוועל אז נישט איז עס ליצי לצנות, איז אפטרעטן פין שר געווען די בעסטע אפשען ווייל געבליבן איז מען אין די קאליציע אין ער קען צירוק ווערן שר מארגן, מש"כ ווען מען גייט ארויס אפי' נאר איינער מאכט עס א לחץ אויף די אנדערע אין אז יעדער גייט ארויס צופאלט די רעגירונג אין עס איז נישטא קיין וועג צירוק, יעצט די רעגירונג בלייבט ליצמאן איז נישט שר אין אז מען קומט זיך דורך ווערט ער צירוק שר, ביבי פין זיין זייט איז קיינמאל נישט גוט ווען עס שאקעלט זיך אין ער וועט טוען אלעס עס צו סעטלען, הגם אפי' דאס וואס פאליטיש איז עס זייער אויסגעהלטן אין שכל'דיג האט ער זייער נישט געוואלט טוען אין נאכמער האבן זיינע קאלעגעס נישט געוואלט ער זאל עס טוען, ווייל אין פאליטיק קען מען קיינמאל נישט וויסן ווי אזוי זאכן גייט זיך ענדיגען
אבער האדמו"ר מגור שליט"א מיט א בליק אויף פאראויס האט זיך גע'עקשן'ט אז ער מוז עס טוען, ווייל סיי ווי אזוי אין די לאנג ראן אפי' יעצט זאל עס פארן אין די נישט ריכטיגע וועג אין עס זאל צופאלן (אין פאר ליצמאן פרייוואט וועט עס נישט האבן געלוינט) איז זעכער אז בעתיד וועט עס זיי שטעלן אויף אסאך א שטערקער מעמיד אין מאכט

וואס איך פארשטיי אבער נישט, מילא אונז האלט מער דאך אז מען טאר נישט זיין אין די רעגירונג איז אז יא האט מען א חלק אין אלע זייערע מעשים
אבער די אגודה וואס האט נישט אנגענומען אזוי, וואס עפעס אויף שבת זענען זיי סטאק געווארן, איך מיין ווען מען איז מתיר אלע עריות איז גארנישט אין אזא רעגירונג קען מען זיין, ווען מען שטיצט אלע ע"ז אין רעליגיעס אזא רעגירונג קען מען זיין, וכו וכו אלע עבירות שבתורה פין איסורי כריתות ביז די מצות דרבנן אין אלעס אינדערמיט, איז נישט קיין פראבלעם אבער חילול שבת פין פרייע ארבייטערס אין תל אביב דאס נישט, חילול שבת פין די ירושלים שטאט ראט ווי זיי זענען שטארק איוואלבד איז אויך אפאר צו שלינגען,

איך ווייס נישט אבער קוקט מיר אויס אז די פשוטע הסבר איז, אז דאס איז א רעכטע לינקע פייט, אין מען קריגט זיך ווער עס האט מער מאכט, די רעכטע ווילן ווייזן אז די לינקע וועלן נישט דא קאנטרעלירן, אין די לינקע ווילן ווייזן אז די רעכטע וועלן נישט דא קאנטרעלירן, אין אמעריקע הייסט די דרויסענדיגע פנים פין די פייט אימיגרעשן אין העלט קעיר אין אר"י איז עס שבת
סיי ווי אזוי פאליטיש איז עס א גוטע מאוו
אידישלעך האבן מיר אויך הנאה הגם איך גלייב נישט עס וועט לאנג אנהאלטן, אין ער זיצט נאך אין די קאליציע, אבער כאטש די פאר טעג וואס ער איז נישט א שר איז אויך עפעס

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:18 am

די קשיא איז מרפסין איגרא ואין נגר לפרוקוניה
די ווערטער אסור להיות שותף לכך דאס האט דאך סאטמאר רב געשריגן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, Shuli, א. טראכטער, אבן יקרה, בועז, בלעקבארד, טרעף מיך, משמש, נודניק, צוקער וואסער, קארפענטער, שירה פען און 90 געסט