היסטארישע נ.י. סטעיט קאנסטיטוציע רעפערענדום

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

היסטארישע נ.י. סטעיט קאנסטיטוציע רעפערענדום

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 6:48 pm

אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, וועט זיין אויפן שטים-בעלאט א היסטארישע סטעיט-ווייד רעפערענדום אויב מען זאל אויפנעמען א דעלעגאציע וואס זאל אפהאלטן א קאנווענשאן פארצושלאגן פרישע אמענדעמענטס צום נ.י. סטעיט קאנסטוטוציע, אדער מאדיפיצירן אנדערע.

לויט די סטעיט קאנסטיטושען, מוז פארקומען אזא רעפערענדום איינמאל אין 20 יאר. דאס לעצטע מאל וואס אזא רעפערענדום האט געווינען איז געווען מיט אריבער 50 יאר צוריק, און דאס לעצטע מאל וואס מען האט למעשה מאדיפיצירט די קאנסטיטוציע איז געווען אין 1936.

אויב זאל די רעפערענדום דורכגיין, דאן וועט לויט די געזעץ ביי די עלעקשאן אין א יאר ארום ערוועלט ווערן 3 דעלעגאטן פאר יעדע סטעיט-סענאט דיסטריקט וואס זיי וועלן זיין די פארטרעטער פון די וויילער ביים קאנסטיטוציאנאלע קאנווענשאן. די ליבעראלן וועלכע האבן א נאטורליכע אויבערהאנט אין נ.י. ד.מ. אז זיי וועלן האבן אן אויבערהאנט אין די צאל דעלעגאטן, וואס דעריבער שארפן זיי זיך די ציין און שארן זיך ארויף די ארבל און קאמפיינען העפטיג דאס צו באשטעטיגן מיטן ציל איינצושטעלן אין ניו יארק א כמו קאליפארניע-גריכלאנד סטייל רעגירונג, בעת וואס קאנסערוואטיווע און רעליגיעזע גרופעס פארפירן שוין מיט א שארפע מלחמת חרמה דערקעגן.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 8:34 pm

כעת וואלט איך געוואוט אויף ניין, אבער יא גייט מן הסתם בעסער אנציהען ווייל מענטשען זיכען א טויש אין די סטראקטשער פון די שטאט.

מושך חסד
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 7:40 am

וואס למשל פלאנען זיי צו טוישן? און וויאזוי וועט עס אפעקטירן דעם אלגעמיינעם בירגער?

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 8:02 am

אנטשולדיגט ר' יום טוב, אבער א רעפערענדום וואס קומט פאר יעדע צוואנציג יאר איז נישט היסטאריש

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 9:50 am

די רעפערענדום זעלבסט איז אפשר נישט אזוי היסטאריש ווי דער פאקט אז אנדערש ווי מיט 20 האר צוריק וואס עס איז בכלל נישט געווען קיין גאנצע וועזן דערפון, אבער אצינד האט דאס די מערסטע שאנסן אריבערצוגיין. און ווי אויך אין פאל עס גייט אריבער, וועט דאס ווארשיינליך פירן צו דראסטישע טוישונגען אין די קאנסטיטוציע. פארשידענע גרופעס פארלייגן זיך גאר שטארק און האבן שוין גאנצעטע אגענדעס און פלענער וואס פארצושלאגן בעיקר בנוגע חוקי תועבה, די ווירטואלע וואנט צווישן שטאט און רעליגיע, און לעיבאר רעכטן.

פאר אונז אידן איז די גאנצע זאך נוגע, וויבאלד עס גיט א מעגליכקייט פאר אונזערע געטרייע פארטרעטער בזדון אריינדערווישן אין לויף פון די פארהאנדלונגען פארשידענע פונקטן וואס קען מעגליך שטעלן אין געפאר אונזער עקזיסטענץ אין די שטאט ניו יארק. (ע"ע עניני חינוך, שטים רעכטן, האוזינג א.א.וו.)
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוקטובער 08, 2017 5:09 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר אונז אידן איז די גאנצע זאך נוגע, וויבאלד עס גיט א מעגליכקייט פאר אונזערע געטרייע פארטרעטער בזדון אריינדערווישן אין לויף פון די פארהאנדלונגען פארשידענע פונקטן וואס קען מעגליך שטעלן אין געפאר אונזער עקזיסטענץ אין די שטאט ניו יארק. (ע"ע עניני חינוך, שטים רעכטן, האוזינג א.א.וו.)

די פעדעראלע קאנסטיטוציע איז אלעמאל העכער די סטעיט'ס זוי מיין איך
און די זאכן וואס דו רעכענסט אויס קומט פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:09 pm

א פרישע סיענע קאלעדזש אנקעטע צייגט אז ניו יארקער זענען אין שטיצע פאר די רעפערענדום 44 קעגן 39 פראצענט, אראפ פון די 47 קעגן 34 פראצענט וואס זענען געווען אין שטיצע מיט 2 חדשים צוריק.

אין די לעצטע פאר טעג האבן שוין אויך געוויסע ליבעראלע יוניאן גרופעס און סיטי פאליטישאנס אנגעפאנגען ארויסצוקומען דערקעגן, דעריבער זעהט דאס אויס ווי עס וועט ווארשיינליך שמאל דורכפאלן.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט