כאאס נאך רעפערענדום אין קאטאלאניע - שפאניע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

כאאס נאך רעפערענדום אין קאטאלאניע - שפאניע

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:56 pm

שפאניע — די שפאנישע רעגירונג און מיליטער האט נעכטן אונטערגענומען גאר ווילדע מיטלען אפצושטעלן דעם רעפערענדום וואס די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניער ראיאן האבן דערקלערט, מיט'ן ציל צו זעהן צי א מערהייט קאטאלאניער בירגער ווילן ווערן זעלבסטשטענדיג. דאס שפאנישע מיליטער האט געשטורעמט די קאטאלאניע גאסן און זיך אריינגעבראכן אין וואל–ערטער, שלאגנדיג זיך מיט פראטעסטירער און רעפערענדום-שטיצער, וואס האט איבערגעלאזט נאענט צו 800 פארוואונדעטע.

די שפאנישע רעגירונג האט געזאגט אז אפיציעל איז בכלל נישט פארגעקומען קיין רעפערענדום, וויבאלד זי האט עס געהאט דערקלערט אומלעגאל, און דעריבער זענען די אקטיוויטעטן וואס זענען פארגעקומען נעכטן, גערעכנט ווי גארנישט. פון דער אנדערער זייט האבן די סעפעראטיסטן, די וועלכע שטיצן אז קאטאלאניע זאל ווערן אן אייגן לאנד, דערקלערט געווינס, זאגנדיג אז קאטאלאניע האט געווינען די רעכט צו דערקלערן זעלבסטשטענדיגקייט און זיי האבן אפעלירט צו דער לאקאלער קאטאלאניער רעגירונג ארויסצוקומען מיט אזא דעקלעראציע.

פון איבער דער וועלט האט מען געהערט שטוינענדע רעאקציעס איבער די ברוטאליטעטן און ווילדע שריט פון דעם שפאנישן מיליטער און פאליציי ביים אונטערדרוקן נעכטן די פראטעסטן און רעפערענדום-וויילער. אבזערווירער קוקן זיך צו מיט גרויס זארג איבער די מעגליכע ווייטגרייכנדע אפעקטן וואס דאס וועט האבן, און צי עס וועט זיך אויסקאכן א באוואפנטע בירגער קאנפליקט.

נחום וואהלינער
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:20 pm

ווען די אראבישע וועלט ענדיגט שוין מיט זייערע ווילדע סעפערעטישאנן & איבערטויש פון רעגירונגען, הייבט עס די מערב וועלט אהן צו נאכנאכן אויף א דעמאקראטישער אופן...

ענגלאנד-ברעקזיט
קורדיסטאן-איראק
קאטאלאניע-שפאניע
ועוד חזון...

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:47 pm

קאליפארניע-יו-עס-עי , נעה זיי האבן נישט קיין גאנס
טעקסאס-יו-עס-עי זיי האבן יא.

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:35 pm

שפאניע – די רעטאריק צווישן די רעגירונג אין קאטאלאניע און שפאניע האט זיך נעכטן זייער פארשארפט. קאטאלאניע איז דער ראיאן וועלכע איז טיילווייז זעלבסטשטענדיג אונטער שפאניע, און האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשטימט זיך צו דערקלערן גענצליך זעלבסטשטענדיג. למעשה האט שפאניע פרובירט צו בלאקירן דעם רעפערענדום איבער זעלבסטשטענדיגקייט, אבער קאטאלאניע האט איגנארירט די פרואוון און האט סייווי אפגעהאלטן דעם רעפערענדום. שפאניע סטראשעט אצינד אז אלס נקמה קעגן דעם רעפערענדום, וועלן זיי אוועקנעמען די ביסל זעלבסטשטענדיגקייט וואס קאטאלאניע האט ביז יעצט געהאט, און נעכטן האט מען געהערט א קאנטער-סטראשע פון קאטאלאניע, אז אויב וועט שפאניע דאס טאקע טאן, וועט קאטאלאניע זיך אויף דער מינוט דערקלערן אלס אן אייגן לאנד און ניטאמאל זיצן פאר געשפרעכן.

איד דעלי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט