כאאס נאך רעפערענדום אין קאטאלאניע - שפאניע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

כאאס נאך רעפערענדום אין קאטאלאניע - שפאניע

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:56 pm

שפאניע — די שפאנישע רעגירונג און מיליטער האט נעכטן אונטערגענומען גאר ווילדע מיטלען אפצושטעלן דעם רעפערענדום וואס די אויטאריטעטן אינעם קאטאלאניער ראיאן האבן דערקלערט, מיט'ן ציל צו זעהן צי א מערהייט קאטאלאניער בירגער ווילן ווערן זעלבסטשטענדיג. דאס שפאנישע מיליטער האט געשטורעמט די קאטאלאניע גאסן און זיך אריינגעבראכן אין וואל–ערטער, שלאגנדיג זיך מיט פראטעסטירער און רעפערענדום-שטיצער, וואס האט איבערגעלאזט נאענט צו 800 פארוואונדעטע.

די שפאנישע רעגירונג האט געזאגט אז אפיציעל איז בכלל נישט פארגעקומען קיין רעפערענדום, וויבאלד זי האט עס געהאט דערקלערט אומלעגאל, און דעריבער זענען די אקטיוויטעטן וואס זענען פארגעקומען נעכטן, גערעכנט ווי גארנישט. פון דער אנדערער זייט האבן די סעפעראטיסטן, די וועלכע שטיצן אז קאטאלאניע זאל ווערן אן אייגן לאנד, דערקלערט געווינס, זאגנדיג אז קאטאלאניע האט געווינען די רעכט צו דערקלערן זעלבסטשטענדיגקייט און זיי האבן אפעלירט צו דער לאקאלער קאטאלאניער רעגירונג ארויסצוקומען מיט אזא דעקלעראציע.

פון איבער דער וועלט האט מען געהערט שטוינענדע רעאקציעס איבער די ברוטאליטעטן און ווילדע שריט פון דעם שפאנישן מיליטער און פאליציי ביים אונטערדרוקן נעכטן די פראטעסטן און רעפערענדום-וויילער. אבזערווירער קוקן זיך צו מיט גרויס זארג איבער די מעגליכע ווייטגרייכנדע אפעקטן וואס דאס וועט האבן, און צי עס וועט זיך אויסקאכן א באוואפנטע בירגער קאנפליקט.
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:20 pm

ווען די אראבישע וועלט ענדיגט שוין מיט זייערע ווילדע סעפערעטישאנן & איבערטויש פון רעגירונגען, הייבט עס די מערב וועלט אהן צו נאכנאכן אויף א דעמאקראטישער אופן...

ענגלאנד-ברעקזיט
קורדיסטאן-איראק
קאטאלאניע-שפאניע
ועוד חזון...

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:47 pm

קאליפארניע-יו-עס-עי , נעה זיי האבן נישט קיין גאנס
טעקסאס-יו-עס-עי זיי האבן יא.

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:35 pm

שפאניע – די רעטאריק צווישן די רעגירונג אין קאטאלאניע און שפאניע האט זיך נעכטן זייער פארשארפט. קאטאלאניע איז דער ראיאן וועלכע איז טיילווייז זעלבסטשטענדיג אונטער שפאניע, און האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשטימט זיך צו דערקלערן גענצליך זעלבסטשטענדיג. למעשה האט שפאניע פרובירט צו בלאקירן דעם רעפערענדום איבער זעלבסטשטענדיגקייט, אבער קאטאלאניע האט איגנארירט די פרואוון און האט סייווי אפגעהאלטן דעם רעפערענדום. שפאניע סטראשעט אצינד אז אלס נקמה קעגן דעם רעפערענדום, וועלן זיי אוועקנעמען די ביסל זעלבסטשטענדיגקייט וואס קאטאלאניע האט ביז יעצט געהאט, און נעכטן האט מען געהערט א קאנטער-סטראשע פון קאטאלאניע, אז אויב וועט שפאניע דאס טאקע טאן, וועט קאטאלאניע זיך אויף דער מינוט דערקלערן אלס אן אייגן לאנד און ניטאמאל זיצן פאר געשפרעכן.

איד דעלי
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג אוקטובער 29, 2017 3:43 pm

ערנסטע כאאס הערשט אין שפאניע און אין גאנץ אייראפע, איבער'ן צוקונפט פון קאטאלאניע, דער רייכער ראיאן פון שפאניע, וואס האט מיט עטליכע וואכן צוריק געשטימט זיך אפצורייסן פון שפאניע, טראץ וואס די שפאנישע רעגירונג האט דערקלערט אז די וואלן זענען אומלעגאל. די פירער פון קאטאלאניע האבן נאך די וואלן געזאגט, אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן אויף זייער קאמף פאר זעלבסטשטענדיגקייט, אויב וועט די שפאנישע רעגירונג זיך אראפזעצן מיט זיי פאר געשפרעכן, אבער למעשה האט דער קאטאלאניער פארלאמענט פרייטאג איבערראשט יעדן איינעם, שטימענדיג צו דערקלערן פולשטענדיגע זעלבסטשטענדיגקייט, אלס אן אייגן לאנד אפגעריסן פון שפאניע. דאס האט געפירט אז די שפאנישע רעגירונג האט דערקלערט אז זי נעמט איבער קאנטראל פון קאטאלאניע און זי האט אויפגעלעזט די אמטירנדע רעגירונג אין קאטאלאניע, ארויסווארפנדיג דעם קאטאלאניער פירער פוזשעמאנט פון אמט און פאררופנדיג פרישע וואלן פאר קאטאלאניע. די סעפעראטיסטן אין קאטאלאניע, דאס הייסט די וועלכע קעמפן אז קאטאלאניע זאל ווערן א זעלבסטשטענדיג לאנד, האבן פארשפראכן אז זיי וועלן נישט אויפגעבן זייער קאמף, טראץ די דראסטישע שריט פון דער שפאנישער רעגירונג.

איד דעלי
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 10:26 pm

עני אפדעיט אויף די סיטואציע דארט?

איך פרעג נישט וויל ס'איז מיר נוגע, נאר פשוט אלס נייגער
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 2:11 am

עין טובה האט געשריבן:עני אפדעיט אויף די סיטואציע דארט?

איך פרעג נישט וויל ס'איז מיר נוגע, נאר פשוט אלס נייגער

פול אפדעיטס, פרעזידענט אנטלאפן, רעגירונג אפגעזאגט, און נאך, הערסט נישט קול מבשר?

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 12, 2017 3:26 pm

עין טובה האט געשריבן:עני אפדעיט אויף די סיטואציע דארט?

איך פרעג נישט וויל ס'איז מיר נוגע, נאר פשוט אלס נייגער


דער איד דעלי ג' וירא

צושטאנד אין קאטאלאניע בארואיגט זיך
בארסעלאנא – נעכטן האבן אויסגעזען ווי דער צושטאנד אינעם שפאנישן ראיאן קאטאלאניע בארואיגט זיך עטוואס, און מ'וועט דארטן לעבן מיט א נייעם רעאליטעט אין וועלכע די צענטראלע שפאנישע רעגירונג וועט האבן פולקאמע קאנטראל, אמווייניגסטנס אויף דערווייל, אנדערש ווי ביז היינט וואס קאטאלאניע האט גענאסן כאטש פון טיילווייזע זעלבסטשטענדיגקייט. ווי שוין באריכטעט, האט די שפאניער רעגירונג אויפגעלעזט די קאטאלאניע פארלאמענט און ארויסגעווארפן דעם ארטיגן פרעזידענט, און נעכטן האט מען געזען אז די קאטאלאניער פארטייען האבן געזאגט אז זיי וועלן זיך צושטעלן צו שפאניע'ס פארלאנג פאר פרישע וואלן אויפצונעמען א לאקאלע רעגירונג. מען האט אויך געהערט נעכטן אז די קאטאלאניער בירגער האבן איגנארירט ביטעס פון פרא-זעלבסטשטענדיגקייט אקטיוויסטן וועלכע האבן געוואלט דורכפירן א מאסן סטרייק אין גאנץ קאטאלאניע, און באזונדער איז דער ארויסגעווארפענער קאטאלאניער פירער קארלאס פוזשעמאנט אוועקגעפארן (בעסער געזאגט אנטלאפן) קיין בעלגיע, און דערמיט האט ער אפיציעל אויפגעגעבן דעם קאמף פאר זעלבסטשטענדיגקייט.

דער איד דעלי ה' וירא

געווארפענער קאטאלאניער פירער: כ'קום נישט צוריק
שפאניע – קארלאס פוזשעמאנט, דער געוועזענער פירער פונעם קאטאלאניע ראיאן אין שפאניע, וועמען די שפאנישע צענטראלע רעגירונג האט ארויסגעווארפן פון אמט צוליב וואס ער האט ארגאניזירט דעם קאמפיין צו פרובירן דערקלערן קאטאלאניע אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד, האט נעכטן קאטעגאריש דערקלערט אז ער וועט נישט צוריקקומען קיין שפאניע אויפצוטרעטן ביי א פראצעס. פוזשעמאנט איז צווישן א גרופע קאטאלאניער פירער קעגן וועמען די צענטראלע שפאניער רעגירונג האט אריינגעגעבן קלאגעס אין פארבינדונג מיט'ן זעלבסטשטענדיגקייט רעפערענדום, און פוזשעמאנט האט געהויבן פיס און אנטלאפן קיין בעלגיע ווי נאר ער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט. אויב וועט ער טאקע נישט צוריקקומען קיין שפאניע אויפטרעטן ביי א פראצעס, האט די שפאנישע רעגירונג די לעגאלע מאכט ארויסצוגעבן אן אינטערנאציאנאלן ארעסט באפעל אויף אים. פוזשעמאנט זאגט אז ער זוכט נישט צו מאכן קיין פראבלעמען, און ער קען גערן אויפטרעטן און רעדן דורך ווידעא-קאנפערענץ פון בעלגיע.

דער איד דעלי ב' חיי שרה

אנטלאפענער קאטאלאניע פירער געבט זיך אונטער
בעלגיע – קארלאס פוזשעמאנט, וועלכער איז געווען פרעזידענט אין קאטאלאניע ביז מיט צוויי וואכן צוריק, האט נעכטן זיך אונטערגעגעבן פאר די אויטאריטעטן אין בעלגיע, וועלכע וועלן יעצט באשליסן צי זיי זאלן אים אויסליפערן קיין שפאניע. פוזשעמאנט האט אנגעפירט מיט'ן קאטאלאניע רעפערענדום צו ווערן זעלבסטשטענדיג פון שפאניע, וואס די שפאניער רעגירונג האט אויסגעדרוקט גרויס קעגנערשאפט דערצו. אלס רעזולטאט פונעם רעפערענדום, האט די שפאניער צענטראלע רעגירונג איבערגענומען קאנטראל פון קאטאלאניע און ארויסגעווארפן פוזשעמאנט פון אמט, און דאן איז פוזשעמאנט אנטלאפן אינאיינעם מיט 4 אנדערע ארויסגעווארפענע מיניסטארן, אנטלויפנדיג פון קאטאלאניע קיין בעלגיע, זוכנדיג שוץ דארטן. שפאניע זאגט אז זיי זוכן צו שטעלן פוזשעמאנט און די אנדערע אויף א געריכט פראצעס פאר פארראט און אנדערע קלאגעס, אבער ביז יעצט האט פוזשעמאנט געזאגט אז ער וועט זיך נישט אונטערגעבן. למעשה נעכטן האבן פוזשעמאנט און די אנדערע געוועזענע מיניסטארן אריינשפאצירט אין א בעלגישע פאליציי סטאנציע און זיך אונטערגעבן. יעצט דארף די בעלגישע רעגירונג באשליסן צי זיי ווילן אויסליפערן די 5 קיין שפאניע.
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 7:18 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:ווען די אראבישע וועלט ענדיגט שוין מיט זייערע ווילדע סעפערעטישאנן & איבערטויש פון רעגירונגען, הייבט עס די מערב וועלט אהן צו נאכנאכן אויף א דעמאקראטישער אופן...

ענגלאנד-ברעקזיט
קורדיסטאן-איראק
קאטאלאניע-שפאניע
ועוד חזון...



קענווי איילענד (די נייע געגנט אין ענגלאנד א שעה פון די היימישע געגנט אין לונדון) וויל זיך אפטיילן פון ענגלאנד, אזוי איז לעצטמס געווען באריכטעט אין די נייעס, די אינזל פארמאגט מיינעך ווייניגער פון 50,000 נפשות.

כמיין וויליאמסבורג זאל אויך מאכן א רעפערענדום זיך אפצורייסן פון די פאראייניגטע שטאטן...
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג נובעמבער 12, 2017 7:22 pm

Yes we Canvey! The UK’s next independence movement
The Canvey Island Independent party wants self-rule (from the mainland borough council) for the reclaimed isle in the Thames estuary – and the movement is gaining momentum
Canvey Island, Essex: the Canvey Island Independent party now has nine town councellors.
Canvey Island, Essex: the Canvey Island Independent party now has nine town councellors. Photograph: Alamy Stock Photo
View more sharing options
Shares
652
Comments
299
Emine Saner
@eminesaner
Monday 16 October 2017 14.17 BST Last modified on Monday 16 October 2017 22.00 BST
Canvey Island has its own flag, the Canvey crest, featuring a sheep and some oyster shells, and “we fly that,” says Dave Blackwell, “proudly”. Blackwell is leader of the Canvey Island Independent party (CIIP). He set it up in 2004 – “I got a lot of abuse from all the main parties”, he says – but they have proved a serious local political group. Of the 11 town councillors, nine are from CIIP, including Blackwell. Now Blackwell wants Canvey Island, the small area of reclaimed land in the Thames estuary off Essex, to go independent from its mainland borough council, Castle Point.

It might be a mini-independence movement, not exactly on the scale of Brexit or Catalonia, but Blackwell believes it represents a wider, growing desire for independence. “Listening to these politicians, doing U-turns every five minutes, they’ve got no convictions on what they want. People don’t trust them, people think they’re out of touch. We have proven there is an alternative out there – local people are standing up for local issues.”


Guardian Today: the headlines, the analysis, the debate - sent direct to you
Read more
Castle Point council covers Canvey Island, Benfleet, Thundersley and Hadleigh. “We tend to get a raw deal,” says Grace Watson, a CIIP councillor who sits on the borough council. Canvey Island now has a population of around 40,000, “yet our boundaries have not changed. Because we haven’t got a majority, everything is voted against.”

Things came to a head last week at a meeting about a community hall on Canvey Island, which residents believe the Conservative-run Castle Point council is planning to demolish and replace with houses. “We have hazardous installations on the island,” says Watson of the fuel and chemical storage facilities, “yet they still want to put more houses [and] people. It shouldn’t be happening. Someone has to look and say: ‘Hold on a minute, we’re a flood-risk area, stop right now.’”

Not everyone wants independence, points out Jeffrey Stanley, deputy leader of Castle Point borough council, who has lived on Canvey Island for nearly 60 years. He says: “The view of the Canvey Independents is not universal. Despite mischievous claims to the contrary, we work very hard to ensure all corners of the borough get their fair share of resources. It is going to be interesting to see how they would intend to pay for the extra government in these days of austerity. I’m sure their leader is surprised that his comments on independence have reached the national newspapers, but, like him, I quite like to see Canvey and Catalonia in the same headline. It’s good for tourism.”

The CIIP councillors want to get back to the era before 1974 when the town council had more power (it was only in 2007 that this council was reinstated after a campaign, though it has limited power and resources).

“We had our power taken away and everything was moved to the mainland, and ever since then we’ve been dominated by mainland councilors. People have had enough now,” says Blackwell. “There is no local democracy any more, it’s taken away by the major parties and I think we’ve got to bring localism back into local politics, where people can make a real difference about their future.”
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג נובעמבער 12, 2017 9:39 pm

מאקאווער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:ווען די אראבישע וועלט ענדיגט שוין מיט זייערע ווילדע סעפערעטישאנן & איבערטויש פון רעגירונגען, הייבט עס די מערב וועלט אהן צו נאכנאכן אויף א דעמאקראטישער אופן...

ענגלאנד-ברעקזיט
קורדיסטאן-איראק
קאטאלאניע-שפאניע
ועוד חזון...



קענווי איילענד (די נייע געגנט אין ענגלאנד א שעה פון די היימישע געגנט אין לונדון) וויל זיך אפטיילן פון ענגלאנד, אזוי איז לעצטמס געווען באריכטעט אין די נייעס, די אינזל פארמאגט מיינעך ווייניגער פון 50,000 נפשות.

כמיין וויליאמסבורג זאל אויך מאכן א רעפערענדום זיך אפצורייסן פון די פאראייניגטע שטאטן...

אויף די העדליינס פון רוב פעיק ניוס איז טאקע אזוי געווען באריכטעט.
אבער קוק אינעם ארטיקעל זעלבסט וואס די ברענגסט אראפ, וועסטו גאנץ שנעל באמערקן דעם ליגענט, אז זיי ווילן זיך נאר אפטיילען פון די לאקאלע 'קאסטעל פוינט' בארא קאונסעל וואס פארפיגט אויף נאך דריי געגענטער ארום קענווי.

א מיטגליד פון די לאקאלע קאונסעל טענה'ט אז די נייעס אז מען שטעלט צאם קענווי מיט קאטאלאניע איז גוט פאר טוריזם.....
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג דעצמבער 24, 2017 2:54 pm

נעכטן איז א קאטאלאניע פארגעקומען היסטארישע וואלן, פאררופן דורך די פעדעראלע רעגירונג אין שפאניע, נאכדעם וואס זי האט אויפגעלעזט דעם יעצטיגן פארליאמענט אין ליכט פון א רעפערענדום וואס איז דורכגעפירט געווארן אין אקטאבער אין וועלכע די מערהייט איינוואוינער אין קאטאלאניע האבן אויסגעדריקט זייער ווילן זיך צו אפטיילן פון די שפאנישע פעדעראציע, און גרינדען א זעלבסשטענדיגע לאנד ״קאטאלאניע״.

אין ליכט פונעם רעפערענדום האט די שפאנישע העכסטע געריכט פאראורטיילט פילע פון די פאליטישע פירער פון קאטאלאניע, טייל זענען ארעסטירט געווארן, און אנדערע זענען אנטלאפן, צווישן זיי דער געוועזענער קאטאלאניער פרעזידענט קארלעס פואידשימאנט וועלכער געפונט זיך יעצט אין בעלגיע צו אויסמיידן א טורמע טערמין אין זיין היימלאנד.

די נעכטיגע וואלן זענען אפגעהאלטן געווארן אין ברען פון א גאר היציגע פאליטישע קלימאט וועלכע צוטיילט דאס לאנד צווישן די סעפעראטיסטן און די ״יוניאניסטן״ וועלכע ווילן פארבלייבן טייל פון שפאניע, די וואלן האט ארויסגערופן שטארקע עמאציאנען אין לאנד און עס האט ארויסגעברענגט א מאסיווע רעקארד ארויסקום פון איבער 80% פון די וויילער.

די רעזולטאטן פון די וויילן צייגן אז די סעפאראטיסטישע פארטייען וועלכע אדוואקאטירן פאר א זעלבסשטענדיגע קאטאלאניע האבן אנגעצויגען א היבשע מערהייט, אבער ווייניגער ווי די מערהייט וואס זיי האבן אצינד. אבער פארט בלייבט אומקלאר ווער עס וועט צוזאמענשטעלן די קומענדיגע רעגירונג וויבאלד קאטאלאניע האט פארליאמענטערער סיסטעם פון רעגירונג אין וועלכע די פארטיי וואס קען צוזאמענשטעלן א קאאליציע רעגירט, און עס איז מעגליך אז די דריי סעפאראטיסטישע פארטייען וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן.

צווישן די זיבן פארטייען וועלכע וועלן אריין אינעם קומענדיגן פארליעמענט, איז די פארטיי מיט די העכסטע צאל שטימען די ״בירגער פארטיי״ וועלע האט אנגעצויגן 25.3% פון די שטימען און דערמיט געווינען 37 זיצן פון די 135 אינעם פארליאמענט, אויפ׳ן צווייטן פלאץ איז אריינגעקומען די פארטיי פונעם פארטריבענעם פרעזידענט און דאן נאך צוויי סעפאראטיסטישע פארטייען, איינע פון זיי וואס זייער פירער איז אין טורמע.

לויט אנאליסטן פארמאגט פרעזידענט פואידשימאנט גענוג שטיצע צו צוזאמענשטעלן א קאאליציע, אבער עס איז אומקלאר אויב די שפאנישע אויטאריטעטן וועלן אים צוריק אריינלאזן אין לאנד, היינט אינדערפרי האט פואדישמאנט געגעבן א רעדע פון זיין גלות ארט אין בריסל אין וועלכע ער האט גערופן פאר באנייעטע געשפרעכן מיט די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד צו לעזן דעם קאנפליקט און פאליטישע כאאס.

״קאטאלאניע וויל זיין א זעלבסשטענדיגע לאנד, דאס איז די ווילן פון די קאטאלאניער בירגער ווי עס האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט נעכטן, די ביז יעצטיגע וועג פון די שפאנישע רעגירונג ארבייט נישט, איך בין גרייט צו האלטן ערנסטע געשפרעכן מיט די רעגירונג צו טרעפן א ריכטיגע לעזונג צום קריזיס״ האט דער פרעזידענט געזאגט פון זיין וואוינארט אין בריסל.

פיינע נייעס

אבער דער שפאנישער פירער האט עס קאטעגאריש אנטזאגט.
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א. טראכטער, אויפגעפרישט, אזוי וויל איך, דונש און 43 געסט