היומעניטערישע קריזיס אין פארטא ריקא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קליינטשיגער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » זונטאג אוקטובער 08, 2017 2:45 pm

ס׳האט גערעגנט אין פארטא ריקא? כ׳מיין אז דער פרעזידענט דארף נאכאמאל אראפארן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אוקטובער 08, 2017 4:32 pm

כאפצעם האט געשריבן:א פרישע שווערע רעגן האט דורכגעריסן דעם אינזל פארשווערנדיג דעם ביז יעצטיגן קריזיס, שטייצעך דער פרעזידענט איז נישטא צום געפינען

אין ניו יארק האט אויך גערעגנט. איך פארלאנג דער פרעזידענט זאל שוין אפשטאטן א באזוך ביי מיר אין סוכה.
#נעבעך

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 9:53 am

סאן כואן – פארטא ריקא גאווערנאר ריקארדא ראסעלא האט געמאלדן אז ער האט פארארדענט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט פארנאכלעסיגט אין דיסטריביוטן טרינק וואסער לענגאויס פארטא ריקא אין די וואכן נאכ'ן שווערן האריקעין מאריא. גאווערנאר ראסעלא האט געמאלדן אז ס'איז שוין צוריקגעשטעלט געווארן געהעריגע וואסער סופליי פאר זעכציג פראצענט פון גאנץ פארטא ריקא, אבער עטליכע געגנטער האבן נאכנישט גארנישט קיין וואסער סופליי, און זיי זענען אנגעוויזן אויף די וואסער דיסטריביושען. באריכטן צייגן אז געוויסע לאקאלע אויטאריטעטן לענגאויס פארטא ריקא, האבן פארנאכלעסיגט מיט'ן פארשפרייטן די וואסער פאר די איינוואוינער, און גאווערנאר ראסעלא זאגט אז זיין אויספארשונג וועט אויפדעקן ווער ס'איז דערין שולדיג, און ער האט פארשפראכן ערנסטע שטראפן און שריט קעגן די שולדיגע.

יוד דעילי
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 11:36 am

זיי זענען אונטערגעשטעלט דורך פוטין וואס איז געשיקט דורך פלין וואס האט עס געטון אויפן דירעקטן באפעל פון בענאן וואס פאלגט שטייצעך נאר טראמפ וואס האסט די פארטריקאנע צוליב זייער ברוינע קאליר און האט נישט געוואלט ברוין מאכן די קריסטאל קלארע וואסער

מושך חסד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 12:21 pm

ס'איז אויפגעדעקט געווארן א ספעציעלע פראפאגאנדע קאמפיין וואס די פענטאגאן פירט צו פארדרייען די פאקטן איבער די אמעריקאנע רעגירונג'ס רעאקציע צו די קריזיס אין פארטא ריקא נאך האריקעין מאריא.

די אויפדעקונג קומט נאכדעם וואס א ריפארטער, קריסטאפער פלאוועל, איז בטעות ארויפגעשטעלט געווארן אויף א אימעיל ליסטע פון די פענטאגאן איינגעשטעלטע, און ס'איז צו אים געשיקט געווארן א ליסטע פון זאכן וואס די פענטאגאן האט אנגעגרייט צו זאגן פאר די מידיע, אהערצושטעלן א פנים ווי גלייך די פעדעראלע רעאקציע צו האריקעין מאריא איז געווען זייער גוט.

קרעדיט: קול מבשר

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 12:43 pm

כ'בין זיכער יעצט קומט א בענגאזי קאמיטע, מיט 417 היערינגס פאר די נעקסטע 3 יאר
Fine Tuned Machine

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 1:09 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'בין זיכער יעצט קומט א בענגאזי קאמיטע, מיט 417 היערינגס פאר די נעקסטע 3 יאר

נישט דא דארט קיין ליגנט און טריי עס אפילו נישט צו צוגלייכען צו באנגאזי וואס איז געווען דארטען א דאפעלטע עבירה
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

ווערעצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 1:59 pm

כאפצעם האט געשריבן:כ'בין זיכער יעצט קומט א בענגאזי קאמיטע, מיט 417 היערינגס פאר די נעקסטע 3 יאר


אבער א ספעשל פראסיקיוטער פאר קאלוזשען קומט זיכער.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:23 pm

אזאנע שטיות. די פענטיגאן טאר זיך שוין נישט אנגרייטן וואס צו זאגן פאר די מידיא? יעדע פראפעסיאנעלע קאמפאניע האט א PR גרופ וואס טוהט דאס.

אגב, כ'בין נייגעריג וויפל % פארטא ריקא האט נישט געהאט קיין וואסער אדער עלעקטריק נאך בעפאר די האריקעין.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רה''ק דקהל פורים און 21 געסט